מיינע זכרונות: מחנה רב טוב (נעפאנעק)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

מיינע זכרונות: מחנה רב טוב (נעפאנעק)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

איך וועל פרובירען שילדערן מיינע בינטל זכרונות פון איין יאר זייענדיג אין נעפאנאק, אין די אנהויב-מיטעלע נו"ן יארן.

רייזע פיבער


אנגעהויבען די רייזע פיבער האט זיך שוין מיטוואך און דאנערשטאג ווען מען האט זיך צוזאמגעפאקט פאר קעמפ, ווייל די פעקלעך מוזען דאך למען השם פארן נאך בעפאר שבת. (גיי ווייס פארוואס עס דארף פארן אזוי פרי, אויסער אז עס זאלען קענען באנעצט ווערן פון שלאקס רעגענס, ליגענדיג אזוי נאקעטערהייט אויפן פרייען פעלד דריי טאג אין א צי - מהאי טעמא פלעגט זיך טאקע אנזעהן היפש שווארצע פלעסטיק בעגס אויף די באקסעס צוליב צוויי סיבות, איינס פשוט אז מען זאל קענען גרינג טרעפן די פעקל צווישען די הויפענעס פון טויזענטע פעקלעך, און די עיקר, אז עס זאלען נישט ווערן אדורכגענעצט פון די רעגענס).

מען נעמט ארויס די קעמפ ליסט, וואס איז נאכנישט געענדערט געווארען זינט די לעצטע 30 יאר מינימום, און מען קוקט וואס מען דארף זיך איינפאקען.

זאקען שטייט ברויך מען אינגאנצען נישט מיטנעמען. ס'טייטש? זייט ווען גייט מען אין נעפאנעק נאקעט און בארוועס? נעעע, די 'קעמפ' גייט טיילען זאקען פאר יעדן איינעם! עכ"פ נישט אין מיינע צייטן, ווי אזוי זאגט נאר 'יענער' (דער 'יעניגער' איז זיכער אויף אמעריקא'ס מאסט-וואנטעד ליסטע, ווייל קיינער האט אים נאכנישט געפונען...), גיי ווארט מיר ביים קארנער מיט א שירעם...

בקיצור, טא מעיק א שארט סטארי לאנג, שטייט ווייטער אז מען זאל מיטנעמען א פאפלאן. איך ברעך מיר קאפ וואס איז דאס פאפלאן? מיין מוטער קלינגט צו איר חבר'טע וואס הייסט פעסל אפאפאלאנש, אבער זי ווייסט אויך נישט וואס דאס איז א פאפלאן. עפעס האט זי שוין אמאל געהערט וואס דאס איז, עפעס הייסען זיי נאך עפעס א עלטער עלטער זיידע וואס האט געהאנדעלט מיט פאפלאנען, אבער זי ווייסט נישט פונקטליך וואס דאס איז, אפשר איז דאס וואס מען נוצט ווען מען פלאנט צו פארען אויף אן עראפלאן, ווייזט אויס אז מען גרייט זיך צו טראגען די קינדער צו א גוטע טריפ, פירט זי אויס...

דערנאך אויפן ליסטע קומט א ברייטע שווים הויז. שטייען אלע און ווינדערען זיך, פארוואס פעלט אויס א ברייטע שווים הויז. וועסטו וועלן זאגען אז עס גייט זיין א רעגן צייט... אה, כ'מיין אז מ'גייט געבן גוט צו עסן אין קעמפ, דארף מען דאך מיטברענגען ברייטע תחתונים אויך, אלא מאי גייט מען נישט געבן היי יאר מער פון א לעק טרויבען זאפט, און שמעק געפילטע פיש (עי' להלן), טא, צו וואס פעלט זיך אויס ברייטע? בלייבט דאס א תיקו.

די ליסטע טרעף איך נישט ביי מיר, קען איך מיר נישט מאריך זיין. העמיר זיך דא אפשטעלן (ווער עס פארמאגט די ווערטפולע אוצר צווישען זיינע ארכיון זאל טאקע מקיים זיין די אל תמנע, און עס ארויפלאדענען לשביעת רצון התושבים), און העמיר גיין צום נעקסטען שטאפעל.

ענדליך איז שוין דורך די שבת קודש מיט גאר אסאך רייזע פיבער, איצט איז שוין א הייסע זונטאג אינדערפרי, מען שטייט אויף פרי פארטאגס, ווייל די באסעס פארן דאך שוין 8:30 שארפ, און מען דארף נאך עספיען צו דאווענען, עסן פרישטאג, אנגרייטען ריסעס פארן וועג, צוזאמפאקען אלע שבת'דיגע בגדים וואס איז נאכנישט געפארן דאנערשטאג מיט די פעקלעך, נאך א גאנצע עבודה פארן היינטיגען טאג. שוין, ענדליך איז מען שוין: אפגעדאווענט, אפגעגעסן, צוזאמגעפאקט, אפגעריסעסט, און מען גרייט זיך צום גרויסן טריפ, מיט די שטיקיגע געלע באסעס.


על אם הדרך

מען זעצט זיך אריין אינעם שוויץ-באד דמתקרי געלע-באס, די מאמעס הייבען די הענט צו ווייזען די לעצטע ביי ביי BYE) בלע"ז), די קינדער ווייזען צוריק מיט בענקשאפט, און יאלא מען לאזט זיך אריין אין גאלאפ, די מאטארן צינדען זיך אן, וואס הערן זיך אזוי ווי עטליכע טשיהאק העליקאפטערס אינאיינעם, און ויסעו! (נישט פארמישען מיט די נייע "ויסעו" ארגענעזאציע). אזוי פארענדיג צוזינגען זיך עטליכע קינדער די באקאנטע פזמון "לעטס גאו דרייווער, ספיד אפ א ליטל ביט", "לעטס גאו דרייווער, ספיד אפ א ליטל ביט", "לעטס גאו דרייווער, ספיד אפ א ליטל ביט"!!! און די דרייווער צו להכעיס מאכט עטליכע שארט סטאפס, אזש די קינדער שפרינגען צוריק עטליכע טריט פאר גרויס שרעק.

א גאנצע וועג זענען די עטליכע עלטערע אינגלעך אויפן באס נאר געווען פארנומען אויב היי יאר גייט זייער באס אנקומען ערשט, און יעדעס מאל מען האט געפעסט א אנדערע באס, האבן זיי געשאלט און גע'יובל'ט פאר פרייד, כאילו זיי האבן יעצט פארדינט א מעלאונע, סך הכל רעדט מען דא פון ווער עס גייט ערשט כאפען די פאראיעריגע תשעה באב בענקל, און די ליידיגע מילך קעסטלעך, ביז די נעקסטע קלאס גייט עס צוכאפען.

אנקומענדיג נאנט צו קעמפ, דורכפארענדיג די גרינע בריק, דערהערט זיך פלוצלינג א כאר פון הונטען: "מיר זענען געקומען צו קעמפ רב טוב, צו ליידען צרות פון..." (דא רעכענט יעדער אויס א נאמען לויט זיין געשמאק), און די פאר אינגלעך פון פארנט - דמתקרי וואוילע נשמה'לעך - פרובירען איבערצושרייען די אנדערע צולאזטע קינדער, און זינגען הויך: "מיר זענען געקומען צו קעמפ רב טוב, צו לערנען די הייליגע תורה!". און איך שפיר מיר ווי א מאנקי אין מיטן, און איך ווייס נישט צו איך זאל וויינען צו לאכען, איך זעה שוין אז די קעמפ גייט שוין זיין עפעס איך-ווייס-נישט-וואס.


אנגעקומען בשלום

אנקומענדיג אין קעמפ האט מען באקומען א קורצע צייט זיך אויסצופאקען, ווייל מען מוז דאך לערנען די ערשטע טאג אויכעט. די שלאף רבי באגריסט יעדן מיט א זויערען שמייכל, אזש עס גליסט זיך גלייך צו מאכען א יו-טורן און צוריקפארן אונטערען מאמעס פארטוך.

יעצט הויבט זיך אן שלענגלען רייעס ביי די טעלעפאון בודקעס ווי אלע אינגלעך שטייען אין א רייע אהיימצורופען איינמעלדן די באזארגטע מאמעס אז מען האט נישט באגעגנט קיין בולדאזער אויפן וועג, און אויך נישט קיין הערש, און אלעס איז אדורך בשלום, און מען איז אנגעקומען גאנץ מיט אלע גלידער. די אינגע קינדער דארפען אנקומען צו די עלטערע זאל זיי אויסלערנען ווי אזוי צו דיילען די קאלינג קארד נוממערן, און אויב רעדט מען צו לאנג (מער פון 45 סעקונדעס לערך) הויבט זיך אן ברומערייען: אה, דו בענקסט זיך שוין אהיים... עס ווערט שוין פארוואלקענט, וכו'.


קיך און די קעכער

די קאך אין קעמפ איז דאך א געביידע פאר זיך, ספעציעל שווימען ארויף אין די זכרונות די קעכער ר' יוסל רייך, וואס זיין בלויזע אנוועזנהייט פלעגט גאר אסאך צו געבן צום געשמאק פונעם עסן. די קאטאסראפע האט פאסירט סוף זוממער ווען מיין "רבי" האט מיר געבעטן אלץ "מיוחס" אים צו ברענגען עסן פון קאך פאר זיין משפחה (אויך מיר א יחוס, איך דערמאן מיר אין די מלמדים, וואו גרינג עס איז אנגעקומען אלע זייערע באדערפענישען אין קעמפ... מיט איין ווארט פאר א אינגעל, און אלעס איז געטוהען געווארן ווי אן אויגן בליק, און דער האט נאך געהייסען א "מיוחס" נאך אויך), גיי איך מיר אין קאך, פארברענג א האלבן נאכמיטאג שטייען אין די רייע מיט אלע משפחות - און מיוחסים קינדער, וואס די רבי'ס שיקען - און איך ווארט צו באקומען עסן, פאר מיין רבי. נישט וועלענדיג קלאצען, האב איך מיר צוגעקוקט ווי אזוי ר' יוסל רייך גרייט צו די עסן פאר די קינדערלעך, זעה איך וואו ער גרייט זיך צו קאסטן די עסן, ער שטעקט אריין אלע פינף פינגערס אינווייניג, און באשמירט עס מיטן מאכל, שמאטשקעט עס אריין אין מיילעכעל, און המממ... המממ... עס קאסט גאנץ פיין, נאר נאך אביסל זאלץ פעלט נאך אפשר, ער גיסט צו זאלץ, שטעקט נאכאמאל אריין די זעלבע אומאפגעוואשענע האנט דערינען, און לעקט עס ווידער אפ, און באשלאסען אז איצט איז עס שוין צופרידענשטעלנד (מער פון דעים ברויך עס דאך נישט זיין), און שטעקט ווידער אריין די האנט און מישט ווייטער ארום (אן קיין הענדטשוך)... יענעם טאג האב איך שוין קיין נאכטמאל אין קעמפ נישט געגעסן - און צוויי וואכען נאכדעים אויך נישט - ביז מען איז שוין ענדליך אהיים פון קעמפ בשעטומ"צ!


גרינע בית הכסא

אדורכצוגיין נאר איינמאל די שמאלע וועג צווישען די גרינע בית הכסא'ס און די ווענטילאטארען פון די מילכיגע קאך, איז מען שוין דורך שבעה מדורי גיהנם, און פארגעבן געווארן אלע זינד. אויב איז נאך געווען א רעגן טאג איז ממש געווען א חורבן דורכצוגיין די דורכגאנג, ביידע בנינים האבן געהאט שיפע דעכער פון וואו די וואסער איז גערינען בשפע, און עס האט אראפגע'מבול'ט עמערס וואסער פון ביידע דעכער אויף די קעפעלעך פון די קינדער, ניטאמאל א שירעם האט מען נישט געקענט עפענען דארט. די גרינע בית הכסא'ס אויבען אויפן בארג איז געווען ריחו נודף אין א רעדיוס פון מינומום הונדערט פיס, איך קען נישט באשרייבען וואס האט זיך אפגעטוהען דארט, ווייל איך בין דארט קיינמאל נישט אריינגעטרעטן, מען פלעגט שמועסן אז דארט דרייען זיך די נישט גוטע.


"דיינונג-רום"

אן עקסטערן באשרייבונג פאר זיך פאדערט זיך די "דיינונג-רום" ווי ר' דוד גלייכט דאס צו רופען, מיט די אייגנארטיגע "זעגעלאך", וואס איז נישטא נאך אזוינס גלייכען אויפן גאנצען כדור הארץ. ווער רעדט נאך פון די דריי סעודות א טאג, וואס איטליכע האט געדויערט א קיימא-לן פון א כאטשיג א שעה (בלי שום גוזמא), און עס איז דאך געווען עטליכע שיפטס, קומט אויס אז אין לאנטש-רום איז אלץ געווען א בחינה פון לא פסק פומיה מאכילה, אלץ האט מען דארט געגעסן. פון 7:00 האט זיך שוין אנגעפאנגען פרישטאג פאר די קליינווארג, און אזוי יעדע שעה, איז געקומען א פרישע שיפט פון א צוויי יאר עלטער ביז עס איז געקומען די צייט פון מיטאג וואס עס איז געווען חוזר חלילה. אבער אך און וויי איז אבער געווען פאר א אינגעל אויב האט מען אים געכאפט אינדערויסען פון לאנטש-רום במשך די דריי שעה, מען האט אים געקענט דורס זיין פאר די איינעם חטא זעלבסט.


"צום 3'טן מאל"...

חוץ שמירען די פוטער ברויט, האט ר' יודל האט געהאט א מנהג אליינס צו טיילען די "בונדאש" (געווענליך אין א תענית טאג). ווערט פארציילט אז איינמאל איז א יונגעל געווען הונגעריג, און עס האט אים פארשמעקט צו עסן מער ווי איין בונדאש, און ער איז דורך די ליניע צו באקומען א ברויטל שוין צום דריטן מאל. פאר ר' יודל - וואס האט אגב געהאט אן אייזערנעם זכרון, און געדענקט כמעט יעדן קינד פון קעמפ - האט עס נישט פארשמעקט, אבער אז א איד בעט צו עסן געט מען, האט ער אבער שטילערהייט צוגעלייגט בשעת'ן געבן: "צום 3'טן מאל"... די אינגעל האט געמיינט אז ער שטרעקט זיך אויס אויפן ארט...


דרשות פאר די קינדער

במשך די גאנצע שעה איז עמיצער - בשנים קדמוניות ר' יודל, אדער אין די שפעטערע יארען ר' דוד, אדער איינער פון זייערע פארטרעטער'ס - געשטאנען ביים מייקרעפאן און גע'דרש'נט פאר די קינדער. וואס מען האט דארט אלץ צוזאמגערעדט, איה שוקל ואיה סופר, וואס זאל דאס אלעס צוזאמנעמען און ארויסגעבן א ביכל דערפון, וואלט עס געווען א "בעסט סעלעסט". אנגעהויבען פון די באקאנטע מעשה פון "ר' מאיר'ל מיטן טשוואק", וואס ר' יודל האט זיך געפירט צו פארציילען כאטש א צוויי דריי מאל א זוממער, אויב נישט מערער. די מעשה מיטן טרעילער וואס איז אריינגעפאלען אין וואסער, וכו' וכו' וכו', יכלה הזמן והם לא יכלו.


"סמעש אייסקריעם"

כדי צו פארשטיין געבן א מעין דמעין פון וואספארא אינהאלטסרייכפולע שמועסן מען האט זוכה געווען צו הערן אין עס זאל, וועל איך פארצייכענען איין עפיזאד: מעשה שהיה, איין טאג אין קעמפ אז אלע קינדער באקומען א נייע סארט אייסקריעם וואס הייסט "סמעש אייסקריעם", איך האב אינגאנצען נישט דערשפירט די גדולה פון די אייסקריעם, אבער ר' דוד האט געהאט וואס צו רעדן א גאנצע לאנטש איבער דעם, ווי טייער עס איז, וכו' וכו'. לדוגמא, געט ער א זאג: ווייסט עטץ קינדערלאך וויפיל די קעמפ האט געצאלט פאר די אייסקריעם? אלע קינדער הויבען אויף פארוואונדערטע בליקען, און זיי ווילען שוין הערן האט מען באצאלט אז מען זאל זיך קענען פאסמאקעווען די מיילער מיט צושמעשטע אייסקריעם, און ר' דוד הויבט אן: אזוי אייסקריעם קאסט נארמאל אין געשעפט איין דאללאר. קאל איך אן דעים קאמפאני, און איך פרעג אים וויפיל געט איר פאר ביליגער אויב איך קויפ איין זייער פיל, פאר אלע פיר קעמפס. ער טראכט אריין, און זאגט אז ער לאזט נאך איין פעני, ער וועט עס מאכען פאר 99 סענט! אלע קינדער שיסען אויס אין א הילכיגען גלעכטער, קוים מען קען כאפען דעים אטעם, ווער נעמט דען צוריק די פעני פון די סטאר ביי א אייטעם וואס קאסט נאר 99 סענט? ר' דוד לאזט זיך אראפ, און נעמט זיך מסביר זיין די קינדער די וועג פון ביזנעסס, און ער איז מסביר: דא אין קעמפ געפונען זיך א ערך פון צוויי-און-א-האלב טויזענט קינדער בליעה"ר (ווען די שטאט זאל נאר וויסען וויפיל באנקס עס זענען צוגעשטעלט פאר די אלע קינדער...), יעצט רעכנט אריין די איינגעשטעלטע, די משפחות, די מלמדים, מחנכים, מדריכים, שלאף רבי'ס, נאכט וועכטער'ס, וכל שום וחניכא דאית להו, קומט מען אן צו א קיימא לן פון בערך 3,000 נפשות. יעצט אין בחורים קעמפ איז אויך דא לערך 2,000 קינדער מיט בחורים, און מיט די משפחות וכו', קרוב צו 2,500 קינדער. יעצט אין די אלטע מיידל קעמפ ווידער 2,000 מיידלעך, + משפחות וכו', כמעט צוויי א האלב. אין נייע מיידל קעמפ בערך 3,000 מיידלעך בליעה"ר, און מיט משפחות קרוב צו דריי א האלב (איר וואונדערט זיך אוודאי פון וואו עס איז דא אזויפיל משפחות אין קעמפ? דאן זענט איר נישט דארט געווען, ווייל ווער עס האט נאר געהאט הענט און פיס, און געהאט אמאל א שכן אדער א קרוב וואס האט אמאל געטראכט אז אפשר וואלט זיך געלוינט צו אפעלירען פאר א דזשאב אין קעמפ, האט שוין געהאט א באנגעלאו דארט...), אלעס צוזאמען איז א סך הכל פון קרוב צו 12,000 נפשות. נו מען קען דאך נישט קויפען נאר איין אייסקריעם פאר א נפש חיה, מען דארף דאך לכה"פ 3-4 שטיק (און ספעציעל אז אלע וואס ארבעטן אין קאך לעבן דאך פון דעים א גאנץ זוממער מיט א חלק ווינטער אויך פון וואס מען פאקט זיך איין), דארף מען דאך א קיימא לן פון לכה"פ 50,000 סמעשעס!!! נו, יעצט מאכט אליינס דעים חשבון, וויפיל איז 50,000 סענט??? עס איז גאנצע 500$, נו איז עס נישט א דיסקאונט???

די קינדער זענען פארבליבען געפלעפט! און ר' דוד זאגט ווייטער: עטץ מיינטס אז ביי דעים בלייבט עס? נישט ביי מיר, יעדע פרוטה הקדש געלט איז הייליג און טייער, דארף מען זיך דינגען וויפיל מען קען, האב איך מיר ווייטער געדינגען, און געזאגט: עה,,, איין סענט איז דאך גארנישט, כלפי די אויסטערליש גרויסע קוואנטום וואס איך פלאן צו באשטעלן. שוין מען האט געהאנדעלט, און ער איז שוין מסכים צו געבן גאנצע 10 צענט ביליגער, פאר 90 צענט א שטיקל. ר' דוד אבער לאזט נישט נאך, 90 צענט קענסטו דאך געבן פאר יעדן שמויגער, אפילו פאר א געשעפט געבסטו עס דאך ביליגער פון נאר 10 צענט, איז וואס איז שייך צו רעדן ביי אזוי גרויסע קוואנטום ווי א.ד.? שוין, ער ווערט ווייכער און זאגט, איך געב עס דיר פאר א גאנצע קוואדער ביליגער, פאר קנאפע 75 צענט, אזויפיל פאר וויפיל א געשעפט נעמט עס אריין. ר' דוד פארלירט זיך אבער נישט און טענה'ט זיך ווייטער ארום: וויפיל נעמט שוין א געשעפט אריין, 20 שטיק, 50 שטיק, אדער אפילו א גרויס געשעפט 100 צו אפילו 200 שטיק, נישט מער. און וואו קומט דאס צו צום סכום וואס איך בין גרייט צו באשטעלן, איר דארפט עס אראפלאזען מינומום צום פרייז וואס איר רעכענט פארן האלסעילער, און סעילסמאן וואס גייט ארום און טראגט עס צו די געשעפטן. די סוחר זעהט אז ער האנדעלט דא מיט א הארטען ניס, שוין ער איז גרייט צו געבן פארן האלסעיל פרייז פון 50 א שטיק, אבער דא בלייבט עס, און געשלאסען מקח. יא, יא! אבער נישט מיט ר' דוד...

ר' דוד לאזט נישט נאך, און זאגט ווייטער, 50 צענט איז טאקע א ביליגע פרייז, האלסעיל פרייז, אבער איך נעם דאך אסאך אסאך מער פון האלסעיל, איך נעם מיר פון דיר - אויב דער מקח ווערט געשלאסען - באלד מער פון וויפיל דיין האלסעילער פארקויפט דיר א גאנץ זוממער צוזאמען, אויב נישט עטליכע זוממער'ס, איז טא זשא, דארפסטו דאך אראפלאזען די פרייז כאטש אויף העלפט דערפון. איך גיי שוין מער נישט מאריך זיין, ווייל דאכט זיך אז ר' דוד האט שוין אויך נישט געקענט מאריך זיין, ווייל די עלטערע קינדער און בחורים האבן שוין געווארט פונדערויסען אריינצוקומען, און פאר זיי דארף מען דאך אויך איבערפארציילען די עובדא, איז ר' דוד געבליבען אז למעשה האט ער עס באקומען פאר קנאפע 25 צענט א שטיקל!


זיך נישט אויסדרייען, די גוי וואס קומט יעצט אריין...

איינער פון די געשמאקסטע ענינים וואס רבי דוד האט זייער געגליכען צו זאגען, איז אזוי: קינדערלעך, יעצט קומט אריין א ערל אין דיינונג-רום - קיינער זאל זיך נישט אויסדרייען - איך בעט נאכאמאל אז קיינער זאל זיך נישט אויסדרייען (אבער ווי פארשטענדליך האבן אפאר טויזענט אויגען געוואנדען זייערע בליקען צום גוי ביי דער זייט), ער פארציילט אז יעדע פרייטאג-צו-נאכט'ס גייט זיין באבע אראפ אין קעלער, און טוט זיך אן עפעס אן אלטע ירושה פארטוך, און צינד דארט צוויי ליכט, זי ווייסט אליין נישט פארוואס, אבער אזא מין טראדיציע האט זי, האט ער אויסגעפירט. און ר' דוד ערהוילט ווידער, קיינער זאל זיך נישט אויסדרייען, אבער ווארשיינליך שטאמט ער פון די אנוסים פון שפאניע, און די מנהג איז נאך געבליבען איינגעבאקען אין די ביינער.


א דיינונג-נידל אין דיינונג-רום

ווען א דיינונג-נידל האט געמאכט א שלעכטן דירעקציע און אריינגעקומען אין דיינונג-רום, אפשר ווייל שמא קגרים, דיינונג / דיינונג לגז"ש, איז געווען דערפאר ספעציעלע לאזונגען וואס אלע קינדער האבען זיך געלאזט הערן: "אהההההה, הההההא", "וויאאאא, אאאאאאאאאיייוו", ביז ר' מענדל - וואס ער פלעגט זיך געווענליך צוכאפען צו אזוינע סיטואציעס - פלעגט קומען צו לויפען, און מיט א גרויסען בעזעם פרובירט צו פארכאפען און ממית'ן די בין, אבער וואו נאר ער האט אפגעלאזט די בעזעם, עודך: "אהההההה, הההההא", "וויאאאא, אאאאאאאאאיייוו", דערהערן זיך ווייטער קולות, דער בין לעבט און לאכט אין פנים פון ר' מענדל, וואס לויפט ארום ווי א פאר'סמ'טע מייז (פארוואס עפעס פאר'סמ'טע? נישט פאר'סמ'טע מייז קענען דאכט זיך אויך גענוג שנעל לויפען...), און פרובירט ווידער צו כאפען דעים קרבן, באגלייט מיט קולות וברקים, פון כל העם הנאספים.


שירה וזמרה / קולות וברקים

אין א טאג וואס מען האט געהאט די זכיה, האט מען געקענט האבן די כבוד אז ר' ברוך יודא שניטצלער טשאבא רב זז"ג זאל קומען מהנה זיין דעים עולם, מיט שמועסן, סיפורי צדיקים, און זמירות, די מערסטע האט ער געגליכען די ניגון "הן גאלתי אתכם", וואס ער פלעגט זינגען מיט א שטימע ווי א בהמה נאכען שחיטה, געווענליך האט עס זיך טאקע געענדיגט מיט א שמייכל אויף אלעמענס לעפצען... און דערנאך איז געקומען די זמירות מיט "חזן ווייס", און אלע קנאבעל און גומען וואס זיי האבען (וכל שום וחניכא דאית להו).

די געשרייערייען ביים בענטשען איז א פרשה בפני עצמו, וועמענס פנים איז מער פארויטלט געווארן האט זוכה געווען צו באקומען א "סמעש אייזקרים", אבער נישט איידער ר' דוד האט ערקלערט אויפן מייק בטוטו"ד וויפיל עס האט געקאסט, און וויאזוי מען האט זיך געדינגען אויפן פרייז, אזש יעדע פעני מאכט אויס עטליכע אלפים ביים איינקויפן אזויפיל דערפון, ווי אויבען דערמאנט.

ווער געדענקט דען נישט די לאטערי טיקעטס וואס מען האט געטיילט א שטיק צייט פאר אלע שאקלער'ס ביים בענטשען וכדומה, וואס אלעס איז געווען תזכו למצות (פון די זעלבע סארט טאקע וואס די אינגע בחורים גייען ארום אין בית המדרש). אויב איינמאל איז שוין איינס געווען א געווינער, ס'טייטש עס איז אויף דעים געשטאנען אז מען באקומט נאך א פרי לאטערי - וואס אויף יענץ שטייט שוין צוריק תזכו למצות - פלעגט עס ר' מענדל אוועקלייגען למזכרת, צו ווייזען פאר יעדן אז זיינע לאטערי'ס קענען געוואונען אויך. אויך מיר א געווינס. (פארציילט עמיצער אז איינמאל האט ער געדארפט עפעס טראגען פאר ר' מענדל אין באנגעלוי, האט ער דערזעהן די לאטערי באקס אויפן שאפע דארט, ווי עס שטייט דערויף אין גרויסע ווערטער No Winners)

אויך די ניגונים א יעדע וואך ביי שלש סעודות איז א פרשה פאר זיך, גאנצע פארמעסטן איז פארגעקומען צווישען די כיתות ווער עס קען איבערשרייען די אנדערע קלאס, די קלימאקס איז געקומען זינגענדיג אשרי העם שככה לו, אשרי העם שה' אלקיו, האו האו האו וכו' כנודע ליו"ח, אדער "משה אמת ותורתו אמת", "משה אמת ותורתו אמת", אוי יו, טארארא רארא, אוי יו, טארארא רארא, "משה אמת ותורתו אמת", וכו', אזש ר' דוד איז געקומען צו לויפען מיט א בייטש צו די חוצפה'דיגע קלאס, און געסטראשעט מיטן ערגסטען...


שאלות ותשובות

א זאך פאר זיך איז געווען די שאלות וואס מען האט געקענט אנפרעגן ר' דוד אין לאנטש-רום בכתב, וועט איר דאך מיינען אוודאי אז עס איז געווארן אדורכגעאקערט ש"ס ופוסקים ביי אלע סעודות, ניין נישט ממש אזוי, די שאלות פלעגן לויפען אין אזא סגנון: פארוואס שטעלט נישט קעמפ צו דאס און דאס, און די תירוץ פלעגט נישט שפעטיגען, עס קאסט צו פיל, און מען וויל נישט באלעסטיגען די עלטערן אז זיי זאלען דארפען מער צאלען פארן קעמפ. אדער: פארוואס זענען די ציונים נישט גערעכט? דא פלעגט שוין קומען אן אויספארשונג ווער עס האט געשריבען דאס צעטעלע, און אך און וויי איז געווען אויב האט מען טאקע אויסגעפונען ווער דאס שרייבערעל איז. נישט פארגעסן צוצולייגען, אז א יעדע צעטעלע האט געקאסט א קוואדער אריינצולייגען אין די קעמפ פושקע, אנדערש האט עס נישט באקומען קיין אנטווארט.

געציילטע מאל א זוממער האט זיך געקענט מאכען אז א אינגל איז געווען אזוי שלעכט אז עס האט זיך אויסגעפעלט אים צו געבן א פעטשל, האט ר' דוד געזאגט אז ער האט בקבלה פון זיין טאטן ר' יודל (אזוי שטייט אגב אין שו"ע) נאר צו שלאגען מיט א רצועה קטנה, און ער פלעגט טאקע שמייסען דערמיט מיט אזוי רציחה, אז רצועה גדולה פון א צווייטן וואלט שוין געווען א גלעט לגבי זיין רצועה קטנה. (חוץ איינמאל איז עמיצער געווען עפעס גאר שלעכט, האט ער אים געשמיסען מיטן דראט פונעם מייק, דאס האט אנגערופען א רצועה גדולה).


בר מצוות

די הויכפונקט פונעם עס זאל איז ווי פארשטענדליך, דאס אז דארט איז פארגעקומען פון די מערסטע "בר מצוות" אין היסטאריע. איר וועט דאך אוודאי אויפהויבען אייערע בליקען מיט וואונדער, ווער מאכט שוין בר מצוה אין נעפאנעק עס זאל, וועל איך אייך פארציילען: די גרעסטע עונש אין קעמפ, פאר איינער וואס מען האט געכאפט מיט איינע פון די גרעסטע עבירות, ווצבש"פ:

ארויסגיין פון לאנטש-רום, אינמיטן עסן, נישט פאלגען א סארווער, נעמען אן עקסטרע "סמעש אייסקריעם", וכדומה, האט מען באקומען די כבוד אז ר' דוד בכבודו ובעצמו האט ארויפגענומען די אינגעל אויפן אויבען אן, און אים אנגעטוהען זיין גרויסען ברייטען לייזיגען היט אויפן קאפ, און דאס האט געהייסען א "בר מצוה". אלע אינגעלעך אין זאל האבן ספאנטאן אויסגעבראכען אין א געזאנג "סימן טוב ומזל טוב יהא לנו" "סימן טוב ומזל טוב יהא לנו", וכו'. די באטרעפענדע פלעגן איבערגעבען, אז מער פון די בושות פון הונדערטע אויב נישט טויזענטע קינדער, האט זיי מער וויי געטוהען די פארעקלעכץ אנצוטהען די לייזיגע היט אויפן קאפ...


"ווער עס נעמט א קאפי, באקומט א קאפ אומזיסט!".

איין עפיזאד ליגט מיר שטארק אין די ביינער פון ר' מענדל ר"ב, ער האט געהאט א מנהג צו טיילען קאפי פאר אידישע קינדערליך איעדן אינדערפרי, האט ער געהאט אלץ א מנהג צו זאגען "ווער דארף א קאפי, ווער דארף א קאפי", "ווער עס נעמט א קאפי, באקומט א קאפ אומזיסט!" און פארשטייט אז נאכען הערן אזא אפפער איז יעדער איינער געקומען צו לויפען צו נעמען א קאפי... צומאל פלעגט ער אריינקומען אין עס זאל מיט א הויפען פאום קאפס פונעם פלאר ביזן דאך, עס האט אזוינס געשאקעלט, אזוי א קעטארפילער ווען ער ווערט א באטערפליי... און ער גייט ארום די זאל און פראקלאמירט: "ווער דארף א קאפי, ווער דארף א קאפי", "ווער עס נעמט א קאפי, באקומט א קאפ אומזיסט!".

איין טאג איז אים נמאס געווארן די אלע לאזונגען, נעמט איבער די מייק אין די האנט אריין, און נעמט זיך מסביר זיין פאר די קינדער וואספארא גוטע קעמפ עס איז, וכך החל: קינדערלעך, ווען איר גייט אריין אין א מעקדאנעלד רעסטוראנט, ווייסט איר וויפיל עס קאסט אייך א קאפי? די קינדער קוקען מיט וואונדער, קוים וואס זיי ווייסען וואס די ווארט מעקדאנעלד באדייט, און ר' מענדל זאגט ווייטער: און ווען איר מאכט אליינס א קאפי, ווייסט איר וויפיל עס קאסט אייך? און ער נעמט אליינס מאכען די חשבון:

קודם די קאווע בונדלעך קאסט א קוואָדאָר (נישט קיין גרייז, אזוי פלעגט ער רעדן צו די קינדער), דערנאך הייס וואסער קאסט נאך א קוואָדאָר, די מילך קאסט דרייסיג צענט, האלטען מיר שוין היי אכציג צענט פירט ער אויס. און יעצט די צוקער, קאסט נאך צוואנציג צענט, האלטען מיר שוין ביי א גאנצע דאלאר, די קאפ - וואס דא באקומט מען עס צו אומזיסט, קאסט נאך 15 צענט, און נישט פארגעסן די "לעפל" אויסצומישען די קאווע, קאסט נאך 10 צענט, א סך הכל פון א דאללאר און א קוואדער (גיי פארצייל אים אז אין יענע יארען האסטו געקענט האבן א קאפי ביי סטארבאקס פאר 50 סענט), און "דא באקומט דאס אלעס אומזיסט!", נו, "ווער דארף א קאפי, ווער דארף א קאפי", "ווער עס נעמט א קאפי, באקומט א קאפ אומזיסט!".


פענסטערלעך

הגם וואו באקאנט אז אין מחנה רב טוב האט מען בדרך כלל נישט געקארגט קיין עסן, אבער אך און וויי איז געווען פאר איינער וואס האט זיך דערוואגט צו מאכען "פענסטערס".

וואס איז דאס "פענסטערס" וועט איר דאך אוודאי פרעגן, און וואס איז אזוי שלעכט אז קינדער העלפן צו און מאכען אליינס "פענסטערס"? אבער נישט פון געהעריגע "פענסטערס" רעדט מען דא, די רעדע איז איבער די פיינע פרישע ברויט ביי פרישטאג, וואס איז וואויל בארימט פאר איר געשמאקייט. אבער דא עקא, אז ווי גוט די אינווייניגסטע חלק פון די ברויט איז, זענען אבער די עקן פונקט אזוי נישט גוט, מאכען זיך דאך מפונקים וואס האבן דאס איבערגעלאזט, פלעגן זיי דערנאך אריינכאפען דערפאר עד אין לשער. איינמאל דענק איך איז געווען א פרשה וואס מען האט גאר שטרענג גענומען די "פענסטערס" מאכען, און מען האט געטראפן אויף א טיש א מילך באטעל וואס אינווייניג איז געווען באהאלטען די אומלעגאלע סחורה, נעמליך "פענסטערס", עטץ האט אן אהנונג וואספארא בראטעל מען האט געמאכט איבער די עקן פון די בראטלעך? קודם האט מען אויסגעפויקט די עוון פלילי אויפן מייק, למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד, דערנאך האט מען גע'קנס'ט די גאנצע חדר פאר צוויי טאג שווימען, צוליב די אומדערהערטע עוולה.

הוא היה אומר: יעדער וואס צוברעכט א טעללער, אדער אדער א לעפל פון קעמפ, איז פונקט ווי ער גייט און גנב'ט ארויס א ניקל אדער א דיים פון די קעמפ פושקע. נו, וועלכע אינגעל גייט אויפברעכן די פושקע און גנב'ן א ניקל? קיינער! שאדען מאכען א חפץ פון הקדש געלט איז פונקט אזוי, דער רבי זי"ע פלעגט זאגען וגו'.


עונג שבת

ווי אויך, די ביסל ברייטקייט וואס האט געהערשט לגבי די עסן חלק, איז דאס אלעס געזאגט געווארן נאר אין מיטן וואך, אבער ווען עס איז געקומען שבת קודש איז פנים חדשות באו לכאן, און די קארגשאפט האט זיך דערקענט אויף שריט און טריט. ווי למשל, גרעיפ-זשוס האט מען אינגאנצען נישט געגעבן מער פון א האלבע שלונג (ניטאמאל קיין מלא לוגמיו), חוץ דער וואס האט זיך פארויטעלט דעים פנים ביים שלום-עליכם זינגערייען, און זוכה געווען צו א קליינטשיגען 5 און א האלב אונסיגען גרעיפ-זשוס באטעל.

ווידעראום פיש, האט מען נאר געגעבן א קליין שטיקל, א אכטל פון א פערטל פון א סלייס, אויף אן איבערגעדרייטע טעלער, וואס מען וועט שפעטער נוצען פאר די זופ אדער פאר די אייער (נעמט אין אכט אז דא האט מען זיך געשפארט א קיימא לן פון עטליכע טויזנט טעללער'ס, וואס קאסט א שטיקל אפותיקו, וואו אויך אפאר שיינע טויזנט סלייסעס פיש, וואס מען קען אויך נישט אוועקמאכען במחי יד. ווי אויך די איבריגע מאכלים, שאכמ"ל.



מאונטענס בערג

די מאונטענס בערג איז ווערט א באשרייבונג פאר זיך. גראדע האב איך לעצטענס אפגעשטאט א באזוך אין קעמפ, האב איך געוואלט א שפאציר טאהן אויף די בערג, און זיך דערמאנען די נאסטאלגישע זכרונות פון אמאל, אבער איך האב באמערקט אז ליידער איז עס שוין פארשלאסען אויף שלאס און ריגל, און גראטעס און שווערע שלעסער, און מען דארף א ספעציעלע פערמיט אדורכצוגיין. אבער אמאל אין אונזערע צייטען איז דאס נישט געווען, הגם עס איז טאקע געווען אומלעגאל צו גיין, אבער ווער האט זיך גערעכנט דערמיט, קיין שומרים איז נאך דאן אויך נישט געווען, ווי עס פלעגט זיין אין די שפעטערע יארען, פלעגט מען טאקע אויסנוצען די געלענגהייט ווי עס דארף צו זיין, פירצה וואו באקאנט איז דאך קורא לגנב, פלעגט מען טאקע שפאצירען דארט אין גרויסען.

איינמאל א זוממער לערך האט מען טאקע געקענט האבן די זכיה אז די "רבי" זאל טראגען די חיידער-קינדער אויף די מאונטענס בערג, יעדער האט זיך מיטגענומען צו עסן און צו טרינקען, כאילו מען גייט דא אוועק אויף א ווייטע נסיעה. די פאר וויכטיג מאכער'ס האבן אפילו מיטגענומען פלעש-לייט'ס אין קעיס מען ווערט פארבלאנדזשעט.


נס הגדול בוים

על פי רוב איז מען נישט אנגעקומען ווייטער פונעם נס הגדול בוים, וואו מען האט זיך אראפגעזעצט, און די רבי הויבט אן צופארציילען אלע ווערסיעס פונעם נס הגדול בוים. מאנכע זאגען אז אמאל האט זיך איינער פארלוירען דארט, און ער האט געוויינט און געשריגען מען זאל אים העלפען, אינדערמיט איז א בער אנגעקומען, און פון גרויס שרעק איז ער ארויף אויפן גרויסען בוים צו זוכען שוץ, און גענומען שרייען מיט אומבאנומענע קולות אז מען זאל אים קומען ראטעווען וכו'.

אנדערע זאגען אז א מלמד האט אמאל אויסגערעכנט ביז וואו איז דער תחום צו קענען גיין שבת, און עס איז אנגעקומען ביז בערך די נס הגדול בוים, האט ער אנגעשפריצט מיט שפריץ-פארב (ספרעי פעינט) א גרויסע נ"ג, וואס איז ר"ת נישט גיין!

אויב איז עס געווען א גוטע מלמד, האט ער נאך צוגעטראגען די קינדער צו די סלאוויטע שטיין (נישט פארמישען מיט די סלאוויטע דרוק), מיטן געבויענעם בוים דערנעבן, און ארונטער די קאקא קאלא בודקע, וכו'. (אבער אך און וויי פארן אינגל וואס האט זיך דערוואגט צו מאכען קונצען און סווינגען אויפן סלאוויטא בוים, דאס איז דאך שוין א רעכטע סכנה).



אינספעקטארס

דאכט זיך טאקע אז די קאשמארסטע זכרונות ערוועקן זיך ווען מען דערמאנט זיך אין די טאג ווען די אינספעקטארס זענען געקומען אונטערזוכען די קעמפ, אויב עס קומט נאך די שטאטישע רעגולאציעס, וואס ווי פארשטענדליך איז קיין איין רעגולאציע נישט נאכגעפאלגט געווארען אין קעמפ, אזש עס איז געווען וואס צו ציטערען. אך און וויי איז טאקע געווען ווער עס איז דאן געשטאנען צווישען די פוס פון ר' דוד ואחיו הק', מען האט פשוט געקענט צוטראטען ווערן על לא דבר.

כדי אראפצולייגען ווי אזוי ר' דוד'ס צורה האט דאן אויסגעקוקט אין ווירקליכקייט, דארפט איר זיך פארשטעלן ווי 'גאטשי' בערי מיט 'טשוי-יאנג' האניג (ווער געדענקט נאך?) צונויפגעשמאלצען מיט סמייטע, און מארגרין (נו! טריפה'ענע טרענספעט! פעך...), מאיאנעז, און מאסטערט שמירט זיך ארויף אויף איינעמס פנים, בשעת ער ווערט פארשעמט, און עפעס שטיקט אים אין האלז, און ער צוהיסט זיך בשעת ער האלט באמת אינדערמיט פון א שטארקע שליקערצען. אנטשולדיגט, אבער בעסער פון דעים קען מען איך נישט מסביר זיין... ווער עס איז אים בטעות געשטאנען אין וועג דאן, איז ממש צוטראטען. אני הקטן, האב איך אמאל געכאפט א הילכיגע פראסט פון ר' מענדל אין אן אינספעקטאר טאג, ווייל איך האב פונקט אריינגעוואקט אין לאנטש/דיינונג רום, און ער האט געמיינט אז איך דארף אויפרוימען די זעגלעך (וואס איז נישט געווען געזעצליך), און איך פויל מיר אונטער מיט די ארבעט (דערנאך האט ער מיר מפייס געווען מיט א JJ דרינק, אדער אזוינס גלייכען)

מען פארציילט אז איינמאל האבן די אינספעקטערס געפרעגט וואס איז די 40 ציין בערשטלעך אין א צימער, ווען לויטן געזעץ טאר נישט זיין אין א צימער מער פון בערך 20 קינדער, זעהנדיג אז די מצב טויג נישט, האט אויפגעבליצט אין געדאנק פון רבי יודל ז"ל, און ער האט געענטפערט מיט א גלייכגילטיגקייט, אז איינס איז מילכיג און איינס פליישיג, ווייל מען טאר נישט נוצען די זעלבע בערשטל, נאכן עסן פלייש און מילעך (מעג מען טאקע?). נאך כמה וכמה ענינים ווערן פארציילט אויף די דאזיגע מאמענטן, דאס וועל איך איבערלאזען פאר א צווייטען.


אקטיוויטעטן אין קעמפ


פייטס צעווישען די קינדער

איינע פון די בעסטע אקטיוויטעטן אין קעמפ - אויסער דאס ארומשלאגען זיך די וויליאמסבורגע מיט די ב"פ און פארקערט - איז געווען דאס גראבן גרובער, און בויען בודקעס, וואס דאס האט אגב - אדער שוין גארנישט אגב, נאר גאר במתכוין אריינגענומען גאר אסאך מחלוקת, און געשלעגערייען פאר זיך. אבער היות איך וויל נישט צופיל מאריך זיין איבער די גרעסטע אקטיוויטעיט אין קעמפ, וואס דאס איז בלי שום ספק געווען די גרויסע מחלוקת'ן און "פייטס" צווישען די וויליאמסבורגע און בארא פארקער קינדער, וואס די שנאת חנם האט דארט געהערשט אויפן העכסטען שטאפעל על לא דבר, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועלן מיר פרובירען עס בארירען אויפן שפיץ גאפל:

ווי באקאנט איז די גאנצע קעמפ געווען איינגעטיילט אין צוויי הויפט פארטייען, וואס איז באשטאנען פון וויליאמסבורגע קינדער און ב"פ קינדער, מיט סלאגאנען ווי דאבעליו עיטש, וואס איז די ר"ת פון וויליאמסבורג העלפ, און בי. פי. עיטש. וואס איז די ר"ת פון ב"פ הילף. די לאזונגען פלעגן זיין קעגנזייטיג, ווי דאבעליו עף. און בי. פי. עף. וואס האט געדארפט צו באדייטן "פוי", און דערוואגען זאל זיך איין פארטיי צו זאגען פאר'ן צווייטען די מיאוס'ע ווארט "פוי", איז געווען אחת דתו להשמיד ולאבד. און אין יעדע סארט געפעכט צווישען צוויי קינדער האט ארויסגעשפראצט א ניצוץ פון די א.ד. פייט. אזוי ווי די בית המקדש איז דאך חרוב געווארען צוליב שנאת חנם, וויל איך נישט מאריך זיין דערין, וועל איך מיר דא אפשטעלן.


שווימען

איינע פון די איינציגסטע אקטיוויטעטן וואס איז יא געווען ערלויבט אין רב טוב, איז דאס גיין שווימען, אבער דאכט זיך אז יעדער וואס איז נאר געווען אין די נו"ן יארען אין נעפאנאק ווייסט דערפון, אז די ערשטע וואך אנדערהאלבען איז נישט געווען קיין רעדע פון גיין שווימען, לאמיר ערקלערן פאר די וואס זענען נישט געווען, פארוואס (ר' דוד פלעגט עס אנאנסירען הויך אויפן מייק, יעדן טאג זיין סיבה):

זונטאג איז מען נישט געגאנגען, פשוט ווייל אויב דארף מען זיך אויספאקען, און מען דארף נאך גיין אין חיידער, און עס איז שוין נישטא קיין לאנטש, איז דאך נישטא אפילו ווען צו גיין, האט מען ניטאמאל געמאכט קיין עסק דערפון.

מאנטאג, איז דאך בכלל נישט קיין רעדע געווען, יעדער וואס איז נאר אמאל געווען דארט קען די סיבה פון אויסעווייניג "אין מתחילין בב"ד", מען הויבט נישט אן קיין פרישע זאך מאנטאג אדער מיטוואך, ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע. (זייט ווען הייסט שווימען אן התחלה? פרעג מיר נישט).

דינסטאג, דארט הויבט זיך טאקע אן די ריכטיגע סחורה. לכאורה, זונטאג איז דאך שוין פאראיבער, מען לערענט שוין פלייסיג, קיין ב"ד איז שוין אויך נישטא, דעריבער וואס איז היינט די שמחה אז מען עפענט נישט די שמוציגע שווים-באסיין? הערט א מעשה: איז דא אזא תקנה אין קעמפ מימות כווייסנישוועים, אז עס כדי צו גיין שווימען ברויך זיין צוויי זאכען, איינס אז די דעגרי דארף זיין העכער 90, און נישט סתם 90 וואס די וועטער זאגט און רעכענט צוזאמען מיט די יומידעטי, נאר פראסט פשוטו כמשמעו 90, אויף די וועטער-זייגער'ל וואס איז געהאנגען העכערן לאנטש-רום, אונטער א גוטע שאטען, אזוי אז עס איז אייביג געווען כאטשיג 5 דעגריס נידעריגער פון די ווארהייט, אויב נישט מערער. און נאך א תנאי כפול קודם למעשה, אז קיין בוים - און ספעציעל די גרויסע בוים מיט פילע בלעטער צווישען די לאנטש-רום און קאנטין - זאל ח"ו נישט שאקלען מיט די בלעטער, כ'מיין ס'טייטש אז עס איז דאך דא א געפערליך 'צוק', און עס איז א סכנה פשוט צו גיין שווימען, מען קען דאך ח"ו פארקילט ווערן.

איז טאקע פיל מאל האט דינסטאג נישט אדורכגעפעסט די 90 דעגרי תקנה, צומאל איז עס געווען צווישן 89 און 90, און מען איז געשטאנען און זיך גע'טענה'ט ווי עס איז באמת, און צו רוב וקרוב הלך אחר הרוב, אדער כל קבוע כמחצה על מחצה דמי, אדער גאר 90 ולא עד בכלל, אדער עד ועד בכלל, גאנצעטע למדנים איז מען דאן געווארען, אבער אין שווים-באסיין איז מען נאך אלץ נישט אנגעקומען, ווייל אפילו אויב אמאל איז שוין יא געווען היפש העכער 90 בלי שום "צל" ספק, איז אבער אונטערגעקומען די פרישע פראבלעים, נעמליך, אז די מנהל המחנות האט דערזעהן א בלעטל זיך שאקלען - צוליב א סקווערל וואס איז פערצופאל דארט אדורכגעשפרינגען - און פון שווימען האט שוין קיין רעדע ניטאמאל געקענט זיין.

מיטוואך, האבן מיר שוין אויבען דערמאנט, עיין עליו, ולא אמרו רבנן - ור' דוד - בכפילא.

דאנערשטאג, קען מען דאך ווייטער נישט ערלויבען צו גיין, ווייל עס דאך שוין אן איינגעבאקענע תקנה מיום הוסדה אז די ערשטע וואך טאר מען נישט גיין שווימען, ווייל די קינדער קענען נאך חלילה געספוילט ווערן, און מען גייט נישט פלייסיג לערנען, האט שוין אפירגעקראצט עפעס א תירוץ פון אונטערן טיש, ווי למשל, עפעס האט זיך צובראכען אין פול היינט, עס איז סתם אזוי נאכנישט גרייט, עס איז זייער שמוציג, די וואסער איז צו קאלט, ומסורת אבותינו בידינו אז שערי תירוצים לא ננעלו.

פרייטאג, איז דאך סתם אזוי א קורצע טאג, קען מען עס דאך סתם אזוי פארוואסערן, און מען דארף נישט אזוילכע שווערע תירוצים, אוועקצולייגען די שווימען אין א זייט, האט מען אדורכגעשוויצט דעים פרייטאג אויכעט.

שבת, איז דאך א שאלה פון סחיטה (דערמאן איך מיר טאקע א מעשה פון עטליכע בחורים, וואס זייער מגי"ש האט אויסגעשמועסט - ביי א פארברענג פרייטאג-צו-נאכטס - אז שבת טאר מען נישט גיין שווימען צוליב חשש סחיטה, אומר ועושה - גלייך נאכן פארברענג - זענען זיי אלע געגאנגען שווימען אין פול אן די שווים-הויזען, אזוי אז קיין סחיטה שאלה איז שוין נישט געווען), איז דאך נישטא וואס צו רעדן אפילו.

זונטאג, איז פשוט די לייף-גארד (אזוי האט מען עס גערופען, סך הכל איז עס געווען א אינגערמאן אן פרנסה, וואס חוץ פון שרייען אויף אינגלעך האט ער גארנישט געקענט) איז עפעס נישט אנגעקומען.

מאנטאג, איז דאך אודך/עודך ב"ד, קען מען דאך נאכנישט גיין מיט די מכנסי באד, ווייל אין מערבין בד בבד, ווייל עס שטייט דאך בד בבד יהיה.

דינסטאג, אויב איז מען געווען מזל'דיג, די וועטער איז געווען אומדערטרעגליך, און קיין בלעטלעך איז נישט צו סאך געפאלען, און ר' דוד - וכת דיליה - איז אויפגעשטאנען אין א גוטע גוסטע, און ר' יחזקאל האט נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט די גוים, און די אינספעקטארס האבן נאכנישט געגעבן אנצוהערן אז זיי קומען, און קיין 'באריס' האט מען נישט געקענט מאכען, האט מען בסייעתא דשמיא געקענט האבן די מזל צו גיין שווימען אין די שמוציגע קאלטע פול, פול מיט בלעטער און שרצים שקצים ורמשים, וכל שום וחנוכה דאית להו וכו'.

א מנהג האט טאקע ר' יודל ז"ל געהאט, אז דער לעצטער וואס קומט ארויס פון סווימינג-פול באקומט א שמוץ אויפן נאקעטען לייב. אויפן פראגע פון א תמימות'דיג אינגל, וואס איז ער שולדיג, עס מוז דאך אלעמאל זיין א לעצטער, האט ר' יודל ז"ל געענטפערט מיט א טריאומף: אבער נישט דו מוזט זיין די לעצטער! (א שטייגער ווי די רמב"ם איז מסביר די חטא פון די מצרים, הגם עס איז דאך געווען א גזירה פון בארץ לא להם...).


רעזערוואר אויספלוג

די הויכפונקט פונעם זוממער איז דאך אוודאי געווען די גרויסארטיגע אויספלוג סוף פונעם זוממער, ווען מען איז געגאנגען זעהן די רעזערוואר, פון ווי מען האט וואסער צו טרינקען א גאנץ יאר, ס'טייטש א קלייניגקייט... פון דא נעמט מען צו טרינקען. און מיינטס נישט אז מען האט געקענט ארויסגיין פון די שטיקיגע געלע באס א קוק טוהען אויב עס איז דא תולעים אין די וואסער, אדער א שמעק טאהן אויב עס האט די אייער גערוך וואס איז דא אין קעמפ, וואס, ווען, וואו, סך הכל איז מען געבליבען אויף די דומפיגע שטיקיגע געלע באס, און מען האט געקענט ארויסקוקען פון פענסטער אנקוקען די רעזערוואר, אבער מען האט קיינעם נישט געצווינגען, ווער עס האט נישט געוואלט האט נישט געמוזט ארויסקוקען... אז מען רעדט שוין פון וואסער איז דאך נישט מער רעכט צו דערמאנען די געשמאקע "אייער וואסער" וואס איז געווען בשפע אין קעמפ, וואס ר' מענדל ראזענבערג פלעגט עס אנרופען "אונזער וואסער" בלשון חיבה...



מילך קעסטעלך

א גאנצע עסק איז דאס געווען דארט אין קעמפ, ס'טייטש, פאר 2 מילך קעסטעלעך האט מען זוכה געווען צו א גאנצע דזשעי דזשעי דרינק. וויפיל מחלוקת דאס האט אנגעמאכט, וויפיל תשעה באב בענקלעך איז לכבוד דעים חרוב געגאנגען, וויפיל מיל"ק-בודקעס איז צובראכען געווארן, ווען עס איז אנגעקומען די בשורה אין קעמפ אז גאלדען-פלאו איז אנגעקומען, האט זיך אנגעהויבען א זוך-אקציע, כאילו קיין טייערערע ארטיקל פון א JJ דרינק איז כלל נישטא. קינד און קייט זענען געווארן איינגעשפאנט צו די אקציע, מען האט געשלעפט קעסטלעך פון אלע פעלדער און וועלדער, ארונטערגעשלעפט קעסטעלעך פון אונטער סטעידזשעס, ארויסגעשלעפט פון אונטער מענטשען וואס זענען געזעצען דערויף, און פון וואו נישט (הפנים דעמאלטץ איז נאך א "מילך קעסטל" געווען א זאך וואס מען האט ארויפגעקוקט...).


יאוט לעדי / פעלדזשער

אזא גרויסע קעמפ מיט טויזענטע לעכטיגע נפשות, דארף דאך האבן א פעלדזשער אויכעט, די הלכה לויטעט דאך אז מען טאר נישט וואוינען אין א שטאט וואו קיין דאקטאר איז נישט פארהאן, אזוי ווי די גמ' ברענגט אין ערבי פסחים אז א תנא האט אזוי געלאזט צוואה זיין, איז געווען דארט א פעלדזשער, אדער בעסער א פעלדזשער'קע, וואס מען האט גערופען "יאוט לעדי".

וועט איר דאך אוודאי וועלן וויסען מיט וואס זי האט זוכה געווען צו אזוי מאדנע נאמען, וועל איך אייך פארציילען. און פארוואס טאקע זאג איך דאס אייך, דאס איז כדי איר זאלט וויסען.

איז מעשה שהיה כך היה, זי פלעגט קומען אין קעמפ אויסשטאפירט מיט עטליכע באטלעך יאוט, פון אלע קאלירען. איך קען נישט זאגען ממש פון אלע, אבער פון אלע שרייעדיגע קאלירען איז אמאל זיכער. איז די מעשה גייט, אז ווען אימער א אינגל איז געקומען מיט סיי וועלכע פראבלעים, פלעגט איר איינציגסטע באבסקע רפואה זיין שמירן "יאוט" אויפן מכה, פון א שרייענדיגע קאליר, און דאס האט געדארפט צו העלפן.

איינמאל געדענק איך איז איינער אריבער צו איר א שבת נאכמיטאג אז ער האט געפערליכע מאגען קרעמפען, ממש ער שפירט אז ער האלט עס נישט אויס. וואס אלץ האסטו געגעסן היינט, גיבט זי א פרעג? די תשובה האט נישט געשפעטיגט צו קומען: וואס הייסט וואס? א בילקע, מיט נאך אפאר עקסטרע ביסעס, א שטיקל פיש, צוויי פארציעס אייער, טשולענט מיט קוגעל, קושקע, און וואס נישט. און צודערצו נאך אביסל נאש לכבוד שבת קודש. וואס פארשטייסטו נישט, גיבט זו אן ענטפער, דיין מאגען איז קוים די סייז פון א קליינע בילקע, טא, ווי אזוי ווילסטו אז אלעס זאל אריינגיין דארט? קוים וואס דיין בילקע האט דארט געהאט פלאץ, און דו האסט נאך תרעומות אויפן ווייטאג? נאך א מזל אז עס איז געווען שבת, האט זי נישט אנגעשמירט יאוט אויפן מאגען.


משגיח/מסריח

א מנהג איז געווען איינגעפירט, אז אין א תענית פלעגן די בחורים האבן אן אפציע צו פיגורירען א חדר פאר עטליכע שעה, און דערפאר האט מען זיי געצאלט עפעס א פינף דולר א שעה, אדער ווייניגער. איך געדענק שוין נישט.

געווען א מאל א מעשה מיט אזא משגיח, וואס האט געפירט א כיתה אינגלעך אין א תענית, האט ער געוואלט מאכען אביסל עקשאן, האט ער זיך אפגעשמועסט מיט'ן שותף (עס פלעגט זיין צוויי בחורים פער כיתה) אז ער גייט מאכען "קאלעוואר", כאילו ער חלש'ט אוועק פונעם פאסטען, ביז די קינדער גייען זיך דערשרעקן. וכך הוה, אינמיטן שפאצירען מיט די קינדער, זייענדיג אינעם "פרייען פעלד", געט ער א פאל אנידער אין חלשות. די קינדער אבער זענען געווען אביסל עלטערע קינדער, ס"ה צוויי יאר אינגער פון אים, האבן זיי תחילה נישט געגלויבט אז ער האט טאקע גע'חלש'ט, נאר ער פרובירט זיי אויספאפן. קוים וואס זיי האבן זיך אפילו אומגעקוקט. אבער בלייבענדיג ליגען אויפן ערד האט עס געצויגען זייער אויפמערקזאמקייט אז אפשר איז עס נישט סתם א שפיל, קודם האבן זיי געשריגען הויך: העעע, אונז ווייס מיר דו מאכסט דיר נאר, אבער ער האט קיין אטעם נישט געגעבן. עטליכע מער קלוגערע קינדער זענען צוגעגאנגען טאפען די פולס, און געזעהן אז ער אטעמט טאקע נישט, עס איז נישט קיין "מאלפע געשעפטן", עטליכע ווילדע קינדער האבן אים אפילו אנגעהויבען טיקלען (קיצלען), און שרייען שטיי שוין אויף, וואס מאכסט דיר משוגע! אבער ער רירט זיך נישט פון ארט, נאר עס געמאכט אייזען כאילו ער איז טאקע צוזאמגעפאלען, ביז אט אט האבן די קינדער ערענסט אנגעהויבען גלויבען. יענע מינוט, האט איינער פון די אנדערע זייט פרייע-פעלד באמערקט וואס טוט זיך, און פארשטאנען אז איינער האט גע'חלש'ט, האט ער שנעל גערופען "הצלה".

"הצלה" איז אנגעקומען צו פליען צום פרייען-פעלד, הערענדיג די בהלה, האט ער זיך געגעבן א שטעל אויף, און געגעבן א שריי אויס "קאלעוואר", אבער עס האט זיך צו שפעט געענדיגט. הצלה איז שוין דא געווען מיט עטליכע קארס, האלב קעמפ איז געקומען צו לויפען מיטהאלטען, די פרייע פעלד איז פול פון ביישויערס, עס קוקט מער אויס ווי א פראטעסט, ווי איידער א סענזאציע, ר' דוד איז דערשראקען צום טויט, קומט צולויפען מיט איין אטעם, שרייט אז יעדער זאל אוועקגיין אז הצלה זאל קענען צוגיין, ווען קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון זיינע געשרייערייען, ברעכט ער אפ א צווייג פון בוים און נעמט זיך שמייסען רעכטס און לינקס ביז עס הויבט אן ווערן א ביסל שיטערער, אפילו ר' יודל'ס אלמנה איז געקומען צו לויפען מיט א בהלה, און ווער נישט. ביז יעדער ווערט געוואר די סוד אז עס האנדעלט זיך פון א "קאלעוואר"... די הצלה לייט אפאטעמען אפ, ר' דוד פרובירט צוריקצושטעלן אלעס אין פלאץ, נעמט זיך מאכען אויף די משגיח-בחור וואס ער דרייט איבער א קעמפ מיט זיינע קאפריזען, ר' יודל'ס אלמנה לייגט צו פעפער מיט א געשריי וואס האט אפגעהילכעט: דאס איז נישט קיין משגיח, דאס איז א מסריח!!! און ר' דוד איז מחליט אז ער ווארפט ארויס דעים בחור פון קעמפ (קוים מיט צרות האט ער גע'פועל'ט נאכן תענית צו מעגן פארבלייבען, נאכען א פריוואטען מכתב מחילה צו ר' דוד און מסביר געווען די סיטואציע אז ער האט גארנישט געמיינט, ער האט נאר געוואלט אביסל פריילאך מאכען די קינדערלעך).


וועש וואשען


די וואשען וועש איז געווען א גיהנם פאר זיך. יעדע שלאף רבי האט ארויסגעשטעלט צוויי ריזיגע זעק אין ציממער, איינס פאר ווייסע און איינס פאר שווארצע, דארט האבן אלע קינדער אריינגעלייגט די וועש פון א גאנצע וואך, און עס פלעגט פארען צום וועשער. צוריקקומען פלעגט עס אבער עליונים למטה ותחתונים למעלה, ד.ה. די ווייסע וועש איז שווארץ געווארען, און די שווארצע איז ווייס געווארען. איבער א וואך איז עס צוריקגעווארען פארקערט, כמתכונתו. א שאד - פלעגט מען זאגען - אז קעמפ איז ניין וואכען, זאל עס ווען זיין אכט וואלט כאטש די וועש געקלאפט, די שווארצע וועש וואלטען געבליבען שווארץ, און די ווייסע, ווייס.

מען גייט שוין אהיים פון נעפאנעק זו!!!


ענדליך קומט שוין פר' שופטים, מען גרייט זיך אהיימצוגיין, מען ברומט שוין אונטער אין חדר די באקאנטע גראם: שופטים ושוטרים תתן לך, מען גייט שוין אהיים פון נעפאנעק זו!!! אבער נאך ווי א זו איז דאס געווען, מען האט זיך מיטגענומען הויפענס מיט גרויל, האפענדיג אז מער גייט מען נישט צוריקומען דא אזוי שנעל.

באמת וואלטען מען נאך געקענט פול מער מאריך זיין, ווי למשל איבער די ספרד'ישע נאכט וועכטער (וואס איז היינטצוטאגס א גרויסע דאקטער), פוטער ברויט שמירען פון ר' יודל ז"ל, ר' יחזקי'ס ארבעט מיט די גוים, די געשלעגעריין און שטעכערייען פון די גוים מיט מעסערס, דו גוים וואס זענען געקומען פון תפיסות, די גוי די וועטעראן פון ארמיי, וואס פלעגט שלינגען שארפע "זשולעטס" אדער מאכען "טאמבעלסאוסעס" אויף ביימער פאר אפאר דאלער,

אבער איך האב מורא אז גיי אלעס שרייבען און איך גיי נישט איבערלאזען גארנישט פאר א צווייטען, דעריבער שמתי קנצי למילין, און איך וועל דא בלייבען שטיין.

נאר איין קליינע זאך וויל איך צולייגען בשם אלע וואס האבען נישט קיין צייט עס צו ליינען שפרייזענדיג אין די לופטען: פרינטער, פרינט! (די שכוח'ס וועלן שוין נאכקומען נאכען ענדיגען ליינען, אויב וועט מען נאך געדענקען, און מען וועט פונקט טרעפן די אשכול פון אויבען).
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

Wow! איך הייב מיך אן צו עסן פארוואס איך בין נישט געגאנגען אין יענעם קעמפ! כ'בין געזיצן צוגעסקרולט צו מיין רעקליינער און געלייענט בנשימה אחת. הערליך!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האשוין געענדיגט, (פלעין א שאד די צעטלעך אויב כ'וועלעס פרינטן, יעצט רעכן אויס מיט ר' דוד'ס קאלקיולעטער, וויפיל איך שפאר מיך.) ס'האט גענומען היבש לאנג, אבער יעדע מינוט פיל מיט הנאה, הערליך אראפ געלייגט, שיין באשריבן, און כ'האב היבש אסאך גע'שמייכל'ט, כ'בין טאקע אין קעמפ נישט געווען, אבער אסאך זיך צוזאם געהערט, אבער אזוי שיין ווי דער אינגערמאן פארציילטעס האבעך נאכנישט געהערט, יישר כחכם. א גרויסן און הארציגן דאנק.

ביידאוועי, כ'האב כמעט פארגעסן פארוועם איך דארף זאגן די שכוח, כ'האב געמוזט צוריק מישן, צו מאכן זיכער אז טאקע אלעקסיי האטעס געשריבן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח איך-הער פארן שרייבן אין דיין תגובה אז אלעקסיי האט דאס געשריבן, ווייל פון זיצן צוגענאגלט כמעט א האלבע שעה אויפן זייגער, קען מען צומאל פארגעסן מבטן מי יצאו אלו הדברים.

אלעקסיי טייערער, איך געדענק באמת נישט ווען אזא לאנגע תגובה האט קונה שביתה געווען ביי אונז אין קרעטשמע, איך גלייב זייער שווער אז דו וועסט קענען טרעפן נאך ארטיקלן מיט דעם צאל אותיות. און אפילו אויב דו וועסט יא טרעפן, גלייב איך נישט אז יענע תגובה איז אזוי שמאלציג און געגאסן ווי דיינס. איך קען זאגן אז ממש יעדע פאראגראף איז איבערגעקוקט געווארן פון טעותים (אדער שרייבסטו לכתחילה אנע גרייזן) און איז געשריבן געווארן מיטן ציהל ארויפצוברענגן די זכרונות פון די טיפע מח קעמערלעך און אויסצושפרייטן א שמייכל אויפן פנים.

פון עטליכע אויסדרוקן האב איך גאר שטארק הנאה געהאט, א שטייגער ווי די לאזונג "און אלע קנאבעל און גומען וואס זיי האבען (וכל שום וחניכא דאית להו)", אדער די וויצל פון די וועש וואס זענען יעדע צווייטע וואך צוריקגעקומען צום אריגינעלן פארב.

איבער די אינספעקטאר טעג, האב איך א פערזענליכע צוגאבע: איך בין 2 יאר געזעסן קעסט אין די רב טוב מיידל קעמפס, פלעג איך צופארן קיין נעפאנעק צו פארברענגן דעם טאג מיט די אנדערע אברכים יקרים וואס האבן מחמת חמור-אייזל פטר-אייזל נישט געקענט אפזיצן אין מיידל קעמפ. איין שיינעם טאג, מיר זיצן אין בית המדרש איבערגעבויגן אויף די גמרא אדער חומש, קומט א באפעל פון די באהערדע אז עס איז נישט יושר וואס מיר טוען. היתכן - איז געקומען די מעלדונג - ווי קענט איר זיצן גלייכגילטיג אין בית המדרש ווען די אינספעקטארס זענען דא און מען דארף אויפרייניגן דעם דיינינג-רום פון זעגעלעך?

עס האט נישט געהאלפן מיינע טענות ומענות אז מיין אידענע ארבעט זיך איבער די נשמה פאר די אויסגעקראצטע פאר דאלער וואס מען שענקט א זומער, קומט דאך אויס אז איך זיץ שוין גארנישט על סיר הבשר נאר על ערש דוי, אבער איך האב געמוזט אנטרינען ווערן פון די אויגן פון די שטרענג-קוקער, אנדערש האבן זיי באדראעט מיר אויפצועסן לעבעדיגערהייט (אין אזעלכע תקופות פלעגן מיר אברכים כאפן א שפאציר אויסערן קעמפ ימין ושמאל תפרוצו).

ואסיים מעין הפתיחה: אן ארטיקל וואס איז אזוי פול בכמות ובאיכות איז א זעלטנהייט. אשרך ואשרי הקרעטשמע שככה לו.
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

א ריזיגן שכוח! מאכסט מיר דשעלאס פארן פארפאסן די פאן.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

האו אבאוט דעט עס איז דא גאננצער אשכול מיט אסאך זייטן איבער רב טוב קעמפס און עס קומט זיך אן אלעקסיי און שטעלט יענס אלעס אין שאטן מיט איין מאך מיט די האנט.

WOW וואט עי דזאב דער האט אראפגעלייגט דא, איך בין געווען אין נעפענעק צוויי זוממער'ס ענד איי לאווד עוורי סעקונד אף איט, אבער דעטאלן האב איך שוין ווייט נישט געדענקט, און מין דיין ארטיקל האסטו מיר ארויפגעברענגט אסאך זכרונות דעפון, א ריזן יישר כח דערפאר.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אני הקטן האב נישט געהאט די זכי' צו זיין אין רב טוב,
אבער א גוטע ארטיקל האב איך געליינט, ווי ווייט איך קען די ראזנבערג'ס פון בעקעריי, שטומט אלעס זייער גוט...

אלקסיי זייער געשמאק,
אזא ארטיקל איז טיק טאק,
חזק חזק,
ברענג נאך אגאנצע פאק,
מיט כריזמע א פולע זאק,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

נאכנישט געליינט, גיי מיר פרינטן, אי"ה ביי נעקסטע הכנות העמיר זיך דערמאנען אלטע צייטן.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אלעקסיי געליינט די גאנצע פון אונהייב ביזן סוף עס האט טאקע גענימען אפאר שעה נעכטן, ווייל איך האב עס געליינט אימיטן די ארבעט אבער עס האט זיך געלוינט,
ווי איך זעי ביסטו געווען א יאר צוויי נאך מיר און קעמפ אבער די גיטע אלטע זכרונות איז ווערט אלע געלטער,

נאכאמאל א גרויסן ישר כח פאר צריק ברענגען די גיטע אלטע זכרונות מיט אלע דיטעלס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מעכעלע
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2008 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכעלע »

עס איז דאך שוין דא א אשכול פון זכרונות?
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

גיט אלעקס
איך האב נישט געהאט צייט פאר די גאנצע ארטיקל נאר געליינט אביסעל דא און דארט אבער שטארק הנאה געהאט
איך בין אויך געווען אין אינגעל קעמפ אין נעפאנעק אבער נישט אין די נו"ןס עס איז געווען אין די מיטעלע מעמס עס האט פינקט אזוי אויס געזעהן נאר דעמאלס איז געווען אביסעל א אנדערע סטעף און אויך ר' יודל ז"ל איז נאך דעמאלס געווען
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

ואף הוא עונה כנגד המברכים, טענקיו פאר זי קאמפלימענט. ובפרט לאדונינו קרעמער, וואס גיסט חיזוק מיט פולע עמערס.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אלעקסיי, זיימיר מוחל, כאנישט געטראפן נאך קיין צייט עס צו לייענען. איך האף אז בקרוב.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

מחול לך, מחול לך, מחול לך. יש כאן מחילה, סליחה, וכפרה. אבל אין כאן, הנאה, געשמאק, וענדזשוימענט.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

איך בין אויך א נעפאנעק פאציענט נאך פון ר' יודל'ס צייטן און איך מיז אייך זאגן אז אזוי גיט אראפצילייגן ווי אלעקסיי איז א חידוש, איך וואלט געזאגט אז ער האט דאס דעמאלס אפגעשריבן, אנדערש פארשטיי איך נישט וויאזוי ער געדענקט אזוי גיט אלע פרטים, ביי מיר און מיינע חברים ווען מען צורעדט זיך אמאל פון קעמפ באקומט מען א גרויסע בענקעניש צו די געשמאקע צייטן, אגב די רעדסט די קעמפ שפראך ווי למשל אויף די אינספעקטארס שרייבט ער די קאשמארסטע זכרונות, א עקסטערע גיהנום פאר זיך איז דאס וואשן וועש וכו' וכו' דאס איז געווען די שפראך ווען מיר זענען געווען אין קעמפ אלס א חלק פון די פאן ווען מען איז ענדליך צוגעקומען צו "שופטים ושוטרים תתן לך מען גייט שוין אהיים פון נעפאנעק זאא" אבער אונז האמיר אלע הנאה געהאט דארט צו זיין און עס בענקט זיך צוריק צו די גיטע צייטן אלס קינדער, אבער אזוי אויפצופרישן די זכרונות ווי די האסט געטון מיט אונז האט נאך קיינער נישט, סיי מיט ר' דוד זיין אראפרייסן די צווייג פון בוים צו מאכן סדר.... און מיט די אינספעקטארס בקיצור עס איז געווען א געשמאק צו אויפוועקן אמאליגע זכרונות

איך האב נאכנישט ממש געליינט די גאנצע, אבער פון וויפיל איך זעה האסטו איין פאוינט פארגעסן צו שרייבן, דאס איז די "וואק" וואס מען פלעגט גיין און עס פלעגט זיך אסאך מאל אויסלאזן מיט העליקאפטערס ווען מען פלעגט זיך אמאל פארבלאנדזשענען אין די מאונטענס, אין מיינע צייטן געדענק איך אזאנס אז איין כתה איז געגאנגען שפאצירן אין די מאונטענס, און זיי האבן זיך פארלוירן ביז מען האט זיי געטראפן שלאפן אויף א פלאץ אין די מאונטענס, דער רבי האט קעיר גענומען פון אלע קינדער זייער גיט, ער האט זיי בארואיגט אז זיי האבן נישט וואס מורא צו האבן, און האט זיי צוגעדעקט מיט זייערע סוועטערס און ער מיט עטליכע קינדער זענען נאך אויפגעווען ווען מען האט זיי געטראפן אנפאנג נאכט, אבער טייל קינדער זענען נאך געשלאפן
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אלעקסיי
כ'העל דיר זאגן דעם אמת,
כ'האב זיך שוין באדאנקט, אבער נישט ריכטיג,
איך בין אין קעמפ נישט געוועהן, אבער כ'האב דאס געוויזן פאר אפאר אידן פון דיין עלטער,
זיי זענען פשוט אראפגעפאלן פון די ערטער,
דער שרייבער מוז האבן א מורא'דיגן זכרון....
צו געדענקען דעטאלן פון אזויפיל יארן...

איך ווייס פון פאקט אז דיין ארטיקל איז נישט פון ערמל ארויס, ס'האט דיר גענומען א לענגערע צייט צו שרייבן,
דעריבער קומט זיך א עקסטערע דאנק,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

יעצט הינעך אנגעקומען צוריק, שוין טאקע נאכן קעמפ סאזאן, אבער דיין שכוח בינעך דיר נאך שולדיג,

איך האב זייער הנאה געהאט, הגם איך בין נישט דארטן געווען, אבער פון יעצט און ווייטער קעניך שוין געהעריג איינרעדען וועמען איך וויל אז איך בין יא געווען דארטן, איך האב דאך אלעס מיט קלארע פארבן.
ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יצחק »

מעכעלע האט געשריבן:עס איז דאך שוין דא א אשכול פון זכרונות?

זכרונות: מחנה רב טוב
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אויפגעברענגט לכבוד דעם מארגנדיגן דינער...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

WOW

אויפגעברענגט זכרונות...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

מארגן גייט זיין א דינער פאר די פיר קעמפס פון מחנה רב טוב, אין זאל פון ויואל משה אויף בעדפארד עוועניו
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
בליץ
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

נאך היינט ווען איך דערמאן מיר פון די עקספייערטע סמעש אייז קרים באקום איך א בויך וויי!!!!

די ארטיקעל איז געוואלדיג שבגוואלדיג פאר ווער עס איז געווען און יענע צייט...
TheTorah
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2013 3:25 pm

טיסא עסלאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TheTorah »

נאדער א מעשה פון ר' יודל פאר ווער עס האט ליב זכרונות דא
אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואטיצעך »

ארויפגעברענגט צום קעמפ סעזאן
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אוי זאגט ער פיין, כאטש איך האב נאך קיינמאל אין מיין לעבן נישט גענעכטיגט אין אינגל קעמפ, פארשטיי איך גוט צו די מעשיות הערנדיג פון מיינע חברים וואס האבן יא געהאט די זכיה צו פארוויילן דארט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”