נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

לעצטנס האט זיך גע'עפנט א נייער אטראקציע ארט אין מאנסי מיט פארשידענע אינטערהאלטונגען על טהרת הקודש ווי נאסע אין טריקענע שוויצן א גרויסן שווים באסיין א דשיקאזי און א דזשים אין נאך... ווי אויך האבן זיי ספעציעלע קלאסן פאר קינדער ווי מען לערנט זיי שפילן אויף אינסטרומענטן...און אויך איבונגען קלאסן סיי פאר קינדער אין סיי פאר ערוואקסענע,

דער פלאץ האט זיך גע'עפנט אויף 18 קאלעדש רד. הארט נעבן די נייער לאקאציע פון מאטיס סופערמארקעט ביים פלאץ פון די אלטע לייף פלעקס

דער אייבערשטער זאל זיי געבן הצלחה אין זייער גיטע ארבעט אין זיי זאלן ווייטער קענען צושטעלן כשר'ע אין ערליכע אינטערהאלטונגען פארן יהדות החרידות.... איינער מיט פרטים איבער די אייגענטומער פונעם פלאץ אדער סתם אפדעיטס פונעם פלאץ זאל ביטע אריינקומען
פורים נאכמיטאג
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 12:45 am

Re: נייער אטאקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים נאכמיטאג »

אייגענטומער איז ר' דוד אהרן פרענקל מחסידי באבוב אין מאנסי
א זון פון ר' יוסף שמואל פרענקל באקאנטער אקטיאר אין די חרדישע וועלט
ר' דוד אהרן האט א לאנגיעריגע קאריערע פון חינוך און האנדלען מיט קינדער, געדינט אלס ראש מדריכים לאנגע יארן אין באבוב
ער האט געגרינדעט "מיין פלאץ" מיט עטליכע יאר צוריק, ארויסצוהעלפן קינדער אויסשארפן זייערע טאלאנטן, אצינד האט ער געעפנט א נייע ביזנעס "ווייב'ס" צוצושטעלן אונטערהאלטונג פארן היימישן ציבור אין א חרדישע סביבה.
מ'זאגט אז ער האט די פולסטע שטיצע פון רבני העיר
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

די פלאץ איז פאר ווער ס'וויל אדער מ'דארף האבן א מעמבערשיפ?
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

די סווימינג פול אדער שוויץ זענען די זעלע ווי פארדעים אדער איבערגעמאכט
איך האב געזעהן די פרייזן כ'מיין אז ס'איז זייער טייער
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

צוויבל קוגעל האט געשריבן:די פלאץ איז פאר ווער ס'וויל אדער מ'דארף האבן א מעמבערשיפ?

ס'איז דא ביידע
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

פרייזן
אטעטשמענטס
wibes.JPG
wibes.JPG (198.15 KiB) געזען 2734 מאל
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:די סווימינג פול אדער שוויץ זענען די זעלע ווי פארדעים אדער איבערגעמאכט
איך האב געזעהן די פרייזן כ'מיין אז ס'איז זייער טייער

ניין עס איז הערליך איבערגעמאכט אין די שוויצן זענען אסאך ווארעמער ווי עס פלעגט זיין אינטער לייף פלעקס
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

עס איז א מוירדיג זאך, מען דארף עס מאכן אין אלע אידישע געגנטער, עס איז שרעקלעך צו צו קוקן ווי זעכציג יעריגער אידן שלעפן זיך, נאר וועגן זיי האבן זיך נישט א ביסל אויסגעארבעט דעים גוף.

די פראזן זענען נאר געפערליכע טייער. עס דארף נישט צו קאסטן אזויפיל, און נוי יארק סיטי קאסט א דזשים מעמבערשיפ אכצן דאלאר א חודש + פופציג א יאר פאר מענטענינטס.
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

בינעך יעצט דארט געווען האבעך געזען אז מהאלט טיף אינמיטן אויפשטעלן די רעסטעראונט אויפן פלאץ
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

אין לייפפלעקס איז געווען צוגעשטעלט די זעלבע זאכן, זשים, שוויץ, זשיקאזי, פול, פאר א צוואנציגער א טאג (אן מעמבערשעפ). יעצט זעה איך קאסט עס דריי מאל די פרייז, זעכציג דאללער...!
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

קען זיין ס'איז טייער, אבער מען דארף זיך אויך רעכענען מיט די עפלעשן, (ווען האסטו עס געקענט באקומען פאר א $20? און וואס האסטו באקומען דערפאר?)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
קרעטשמע זיצער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 2:25 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמע זיצער »

סאיז נישט אסאך געלט. און אפילו ס'וואלט געקאסט מער לוינט זיך עס נאך אלץ
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

קרעטשמע זיצער האט געשריבן:סאיז נישט אסאך געלט. און אפילו ס'וואלט געקאסט מער לוינט זיך עס נאך אלץ

הונדערט פראצענט סאיז מוראדיג א געשמאקער פלאץ
עוד הם מדברים
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:21 am

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד הם מדברים »

קרעטשמע זיצער האט געשריבן:סאיז נישט אסאך געלט. און אפילו ס'וואלט געקאסט מער לוינט זיך עס נאך אלץ


זאג נאר, דו פארדינסט דריי הונדערט טויזנט דאלער א יאר?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4990
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

page_163.jpg
page_163.jpg (583.5 KiB) געזען 2050 מאל
page_161.jpg
page_161.jpg (736.05 KiB) געזען 2050 מאל
אוועטאר
piano fan
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:48 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך piano fan »

קרעטשמע זיצער האט געשריבן:סאיז נישט אסאך געלט. און אפילו ס'וואלט געקאסט מער לוינט זיך עס נאך אלץ

די ביסט שוין דארט געווען ? אויב יא וויאזוי איז עס ?
אוועטאר
קרעטשמע זיצער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 2:25 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמע זיצער »

עוד הם מדברים האט געשריבן:
קרעטשמע זיצער האט געשריבן:סאיז נישט אסאך געלט. און אפילו ס'וואלט געקאסט מער לוינט זיך עס נאך אלץ


זאג נאר, דו פארדינסט דריי הונדערט טויזנט דאלער א יאר?

זאג. איינער וואס גייט אמאל אין א רעסטעראנט מיינט אז ער פארדינט מער ווי דיי הונדערט טויזנט דאלער ???
ס'מיז נישט זיין אז מגייט יעדן טאג. אבער אז איינער דארף א גוטן שוויץ זאל ער אהין גיין..
און טאמער דו ערלויבסט זיך עס מער אפטער מיינט אז דו קענסט זיך עס ערלויבן.. סא וואס באדערט דיר וויפול ער בעט..........
SimchaCohen
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 12:12 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimchaCohen »

פאר איינער וואס זוכט סתם א דזשים פאר עקסערסייז איז עס זייער טייער.

איינער וואס נעמט די פולע סערוויסעס ווי די שוויץ און סווימינג פול וכו' קען אפשר זיין אז ס'לוינט זיך.
איך וואלט זייער געוואלט טוישן מיין ניק צו שמחה כהן... #יודיש
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

איינער ווייסט ווען זיי שפארן יעדע נאכט?
המאור שבה יחזירנו למוטב!
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

צ"ק
וועמענס פלאץ, דעם ווייב'ס אדער דעם מיין'ס..?
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:צ"ק
וועמענס פלאץ, דעם ווייב'ס אדער דעם מיין'ס..?


דו זאלסט בעיביסיטן ווען דיין ווייב גייט אהין...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: נייער אטראקציע ארט אין מאנסי ווייבס- מיין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

וואס מיינט 12 months ?
געשריבן דורך: נעכטן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”