מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ״ג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

מיין רייזע מיט סוחי - חלק יא

אין קורצן פון פריער..מוטשע דעך.

ס'קוה סע

נאכן עסן די ארבעס מיט די אלע מטעמים וואס מ'האמיר מיטגעברענגט, האט די מאגן געטוהן דאס זייניגע, און די קושקעס פארלאנגט יעצט בכל תוקף ועוז א בית הכבוד ווי ער זאל קענען אויסגיסן זיין חרון אף און ארויסגעבן זיין וויי געשריי מעומקא דקישקע. איז הייב איך זיך אונטער, און איך מאך די וועג צו די שטיבלאך..זייענדיג א בעל בשר, און קעניינע הארע די לאסט וואס איך שלעפ מיט, באמערק איך ווי יעדנס אויגן איז געוואנדן צו מיר מיט אזוינע רחמנות'דיגע בליקן, און אלעס פאלגט מיר נאך ביזן בית כיסע..דעס האט געזאלט דינען ווי א ווארענונג צו מיר, אז דאס פלאץ איז בכלל נישט געאייגענט פאר מיינע קול מחאות, אבער איך האב עס בכלל נישט אינאכט גענומען און בלויז ווייטער געשפאנט מיט שנעלע טריט צו מיין דעסטינאציע..

איך קום אן צו דאס מקום וואס דארף זיין געאייגענט פאר מיינע איצטיגע אינצידענטן, און עס אנטפלעקט זיך פאר מיר עטליכע קלאזעט'ס וואס האבן אזוינע קנייטש טירן, ערשטע זאך דארף איך זיך אויסקלויבן איין קלאזעט ווי איך ברויך אריינגיין..איך קנייטש איין דעם טיר, און יעצט הייב איך אן צו פארשטיין די אלע אומפארשטענדליכע בליקן געוואנדן צו מיין ריכטונג..וויאזוי אין א ווייס יאר דארף איך אנקומען אינעווענדיג? זאג, מ'גייט דא אריין מיט די פיס קודם אדער מיט די קאפ? אפשר גייט מען גארנישט דורך די קנייטש טיר, אפשר דארף מען גיין דורך די דאך און זיך אראפלאזן?! וויאזוי מאכט מען דעם וועג אריין דא? מאדנע באשעפענישן די כעוורע..

ווילאנג קען איך דען ווארטן יעצט..איך פרוביר אריינצושטורעמען דורכ'ן קנייטש טיר, בשארית כוחותי שטופ איך מיר אריין דארטן בשעת אלע מיינע קנעפלעך האבן אויסגעטיילט פראסקעס פאר די שכנים וואס האבן קובע מקום געווען לעבן די קלאזעטס..פיינעלי איך בין אינעווענדיג, איין רגע מיט געדולד, יעצט דארף איך אויפקנייטשן דעם טיר עס זאל זיך צומאכן, אבער וויי געוואלד, ס'איז דאך נישט מעגליך..וויאזוי פונקטליך דארף דאס קענען געשעהן? איך בין אינעווענדיג און ברויך יעצט פארשאפן נאך אזא 12 אינטשעס איך זאל קענען אויפקנייטשן דעם טיר און פארשליסן, אבער ס'דאך נישט דא ניטאמאל איין איבריגע אינטש! בצר לי, האב איך זיך אויפגעשטעלט אויפן זיצער דארטן צו פארדינען אביסל לופט צו אטעמען..און אזוי האב איך געקענט אויפקנייטשן דעם טיר און פארשליסן..

איך בין זיך נוהג אלעמאל ווען איך גיי צו אזוינע מקומות וואס זענען אויסגעשטעלט פאר די נידריגע ברואים צו אויסדרוקן זייער קול מחאה, אז איך זעץ מיר נישט געהעריג אראפ דארטן..זייענדיג א שטארקע מפונק, בוי איך קודם אויף א נעסט דורך פאפיר, רינגס און ארום, כדי די מאמע פייגל זאל קענען זיצן רואיג במנוחה..אבער וויאזוי גיי איך יעצט קענען בויען דעם נעסט? איך קען זיך נישט רירן דא! און זיצן אויף דעם עסק אן מיין נעסט קומט ניטאמאל אין באטראכט..איך האב קיין צוויי ברירות, מען רייסט טוילעט פאפיר, און מען לאזט עס אזוי אראפ מיט אזוינע היילאוי פאטענטן..און צוביסעלעך בויעט זיך אויף א נעסט פאר די שאבעס שירה פייגעלע..

אזוי בויענדיג דעם נעסט, באמערק איך אזא טעוועלע אויפן וויזויהייסטעס..עס לייענט זיך ווי פאלגענד, ביטע נישט אריינווארפן דא קיין דרויסענדיגע אביעקטן..המממ, וואסערע דרויסענדיגע אביעקטן ווארפן דא מענטשן אריין? ווילסט מיר זאגן אז מענטשן לייגן דא אריין זייערע רענצלעך? ס'פשט? ס'דאך ניטאמאל דא קיין פלאץ עס אריינצו-ווארפן, מאדנע תאוות פון מענטשן, מען קומט ארויף אויף א פליגער, און מען טראסקעט אריין די רענצלעך אין די וויזויהייסטעס..שיגענע חברה..אקעי איך ענדיג דארטן צו מיינע צרכים, יעדער האט שוין געהערט דאס וויי געשריי קומענדיג פון א צובראכענעם נפש, איצט ברויכן מען מאכן א יעמוד און זיך מסדר זיין, גלייבט מיר איך האב נישט קיין ווערטער צו מסביר'ן אין וואסערע צרה איך בין יעצט..אדרבה פרובירט עס איינמאל אויס, גייט אריין דארטן, און זאגט מיר אויב ס'איז אייך געלונגען זיך צו מסדר זיין דארטן..ס'איז דאך נישט נארמאל דאס רשעות וואס ליגט אין דעם..און כדי צו בארואיגן די געמיטער אביסל, האבן זיי אריינגעשטעלט דארטן אזוינע קליינע מיניטשערס..אזא זיסע קליינטשיגע סינק וואס מיין קליין מיידל נוצט פאר איר קאך, און נאך אזוינע זיסע קליינטשיגע שפילעריי וואס איז דא דארטן און פרעג מיר נישט פארוואס..

איך בין פארטיג מיט מיין געשעפט, איך געב א דרוק דעם קנעפל דארטן, און זומממממממ די וועקיום קלינער עסט אויף ס'גאנצע אן איבערלאזן איבעריגע שפורן..און יעצט דארף איך נאכאמאל איינקנייטשן דעם טיר, און זיך טרעפן אינדערויסן..פאר אלע מיינע שונאים, דאס איז די פלאץ ווי עטץ זאלטס פארברענגען אין ענקערע לעצטע מינוט'ן פון ענקער לעבן..איך האב נישט קיין בעסערע מקום פאר אייך..דאס איז די טשענדזש פון וואס אבאמא האט גערעדט ווען ער איז געלאפן? כ'מיין הזאת פאני? ווי זענען אלע פאליטיקאנטן ווען מ'דארף זיי, לאז אפ די יאנעווע אתרוגים דארטן, צייט צו מאכן אן אויספארשונג אויף דאס מקום..קומט אריבער עס באזוכן און זאגט מיר נאכדעם צו עס איז דא נאך א גרעסערע געפאר פאר אמעריקא מיט אירע מענטשן אוואו דאס מקום?!

פיינעלי, איך בין אינדערויסן..יעפ, מיר האבן זיך ארויסגעגליטשט פון די קלאזעט..וועמען מיינסטו האב איך צום ערשט אנגעטאפן דארטן? סוחי.. ער האלט אינמיטן מאכן אן אסיפה דארטן מיט עטליכע לא לנו'ס וואס ער פרובירט צו ווערן גוט מיט זיי..איך פרעג דעם סוחי, זאג מיר דעם אמת, איך האב פריער געזעהן וויאזוי דו בוזט אריין דארטן, וויאזוי האסטו דאס געקענט באווייזן? ס'איז דאך שרעקליך דאס מקום..זאגט מיר סוחי מיט אזא צינישן שמייכל, איזט משוגע? איך נוץ נישט דעס פאר קיין בית כסא..איך גיי אריין דארטן פאר אינטערטעינמענט..ס'הייסט פרעג איך אים? איז ער מיר מסביר אז די וועקיום קלינער וואס זיי האבן דארטן ציהט אריין אלעס מיט א מוראדיגע קראפט..און לעבן דעם זיצער אויפן וואנט ליגט די ראל טוילעט פעפער, עס ליגט אזוי שיין אויף די וואנט, און עס דרייט זיך ווען מען ציהט אראפ טוילעט פעפער, איז ער ציהט אראפ א שיין ביסל פונעם ראל און לאזט עס אראפ אינעם לאך פון די וועקיום קלינער, און אזוי נאך זייענדיג צוגעבינדן צום גאנצן ראל טוילעט פעפער, געבט ער א צינד אן דעם קנעפל פונעם וועקיום קלינער, און ס'גאנצע ראל טוילעט פעפער דרייט זיך אראפ און ס'פליעט אריין ס'גאנצע טוילעט פעפער אין די טוילעט ממש ווי אין חדר..ער איז אין קינדערגארטן יעצט, ס'איז אזוי באנטש פאן זאגט ער מיר, נאר די נעקסטע בר נש וואס קומט אן נאכדעם דארף זיך אן עצה געבן אן טוילעט פעפער, שטייסטו? יע, דאס איז סוחי..קעניינע הארע..

פארזעצונג מערטצעשעם..

אייגענע עקספיריענס שטארק פארגעצויגן צו מיטטיילן..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

שיגענע!! אזוי גוט אראפ געלייגט... אייזן!! מעכטיג!!

מען האט מיר כמעט גערופן הצלה איך האב מיר דערשטיקט פאר געלעכטער...........

(א זייטיגע קרישקעלע... - זאג נאר בנבשתי כ'זעה אז גייטס אויף גילוי..... זאגסט שוין אויס אז די ביזט א בעל בשר...)

בכל אופן יישר כח פארן ממשיך זיין, אין פליז ווארט נישט קיין וואך מאך עס שנעלער...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

אויב די זעהסט איינעם לאכן אין סמעדרעש יעצט, העסטו וויסן אז כא געלייננט דיינע שמערצן, און די שמייכל האלט נישט ביים אראפגיין.
ערנסט גערעדט, איך ווייס אז פון ווען איך גיי ארויף אויפן פלגער ביז איך בין צוריק אין נוי יארק, קומט ארויף אזא ריזיגע שלאס, און וואס איך עס בלייבט אין מיר ביז איך בין אינדערהיים. קענסט טאקע אויסגיסן דיין גרימצארן אויפן פליגער?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
קאטשעלאבע
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:19 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעלאבע »

מאניש דו ביסט אייזן שכח פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף מיין פנים דרך אגב אפשר קען איינער לייגן די PDF גראד אויפן אשכול אזוי ווי די ערשטע פאר קאפיטלעך איך קען נישט אראפנעמען קיין זאכן פון Google drive אדער Dropbox
לעצט פארראכטן דורך קאטשעלאבע אום זונטאג יאנואר 16, 2022 12:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
''מיינע קאטשעלאבע'ס וואלטן מיט די הויזן אריינגעלאפן אינעם ים סוף!'' (הרה''ק מבעלזא זי''ע)
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

קאטשעלאבע האט געשריבן:מאניש דו ביסט אייזן שכח פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף מיין פנים דרך אגב אפשר קען איינער לייגן די PDF גראד אויפן אשכול איך קען נישט אראפנעמען קיין זאכן פון Google drive אדער Dropbox

די פראבלעם איז, אז ס'איז צו א גרויסע פייל אז מ'זאל עס קענען ארויפלייגן גראד אויפן אשכול.
קאטשעלאבע
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:19 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעלאבע »

גרינוויל תושב האט געשריבן:

אין אנדערע PDF למשל די בוכארע זעלנער
''מיינע קאטשעלאבע'ס וואלטן מיט די הויזן אריינגעלאפן אינעם ים סוף!'' (הרה''ק מבעלזא זי''ע)
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

דרייטצעך האט געשריבן:פי די עף פון אנהייב
מיין רייזע מיט סוחי עד אחר יא

שכוייח!
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

קאטשעלאבע האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
קאטשעלאבע האט געשריבן:מאניש דו ביסט אייזן שכח פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף מיין פנים דרך אגב אפשר קען איינער לייגן די PDF גראד אויפן אשכול איך קען נישט אראפנעמען קיין זאכן פון Google drive אדער Dropbox

די פראבלעם איז, אז ס'איז צו א גרויסע פייל אז מ'זאל עס קענען ארויפלייגן גראד אויפן אשכול.

אין אנדערע PDF למשל די בוכארע זעלנער

ס'איז דא א לימיט ביז וועלכע סייז מ'קען אטעטשן, כ'מיין די לימיט איז בערך 700 אדער 800 kb,
מסתם איז די בוכארע זעלנער אונטער די לימיט, די רייזע מיט סוחי'ס סייז איז העכער 1000 kb.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

מיר קיינמאל איינגעפאלן אז די בית כסא איז צו קליין,

כ'האב כמעט נאך נישט געהאט אויפן פליגער, אז א בית כסא זאל זיין עוועלעבל ווען איך דארף, כ'בין אלץ געגאנגען ווען די עולם טיז געשלאפן,

אבער כ'האב געהאט גענוג און נאך פלאץ בריוח,

מיין פראבלעם איז נאר אייביג געווען אז ווען כ'האב געדארפט, האט זיך די פליגער געווארפן
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

:grin: :grin: :grin:
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

זייער שיין

זיי ממשיך
קאטשעלאבע
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:19 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעלאבע »

[center[/image]
גרינוויל תושב האט געשריבן:
קאטשעלאבע האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
קאטשעלאבע האט געשריבן:מאניש דו ביסט אייזן שכח פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף מיין פנים דרך אגב אפשר קען איינער לייגן די PDF גראד אויפן אשכול איך קען נישט אראפנעמען קיין זאכן פון Google drive אדער Dropbox

די פראבלעם איז, אז ס'איז צו א גרויסע פייל אז מ'זאל עס קענען ארויפלייגן גראד אויפן אשכול.

אין אנדערע PDF למשל די בוכארע זעלנער

ס'איז דא א לימיט ביז וועלכע סייז מ'קען אטעטשן, כ'מיין די לימיט איז בערך 700 אדער 800 kb,
מסתם איז די בוכארע זעלנער אונטער די לימיט, די רייזע מיט סוחי'ס סייז איז העכער 1000 kb.

מען קען דאס נישט קאנווירטן עס זאל זיין ווייניגער kb
''מיינע קאטשעלאבע'ס וואלטן מיט די הויזן אריינגעלאפן אינעם ים סוף!'' (הרה''ק מבעלזא זי''ע)
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

;l;p- ;l;p- ;l;p- די ביסט אייזן גוט..
ח’קעניש סטאפען זיך ווארפן פאר געלעכטער :lol: :lol:
פליז מאך א קלענערע ברעיק ביז צום נעקסטע חלק
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
תלמי המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:21 am
לאקאציע: עגיפטן

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמי המלך »

קאטשעלאבע האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
קאטשעלאבע האט געשריבן:מאניש דו ביסט אייזן שכח פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף מיין פנים דרך אגב אפשר קען איינער לייגן די PDF גראד אויפן אשכול איך קען נישט אראפנעמען קיין זאכן פון Google drive אדער Dropbox

די פראבלעם איז, אז ס'איז צו א גרויסע פייל אז מ'זאל עס קענען ארויפלייגן גראד אויפן אשכול.

אין אנדערע PDF למשל די בוכארע זעלנער

וואו איז דא די בוכארע זעלנער צו דאונלאודן דירעקט פון אייוועלט?
ברוך פייבול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פייבול »

שמן זית האט געשריבן:מיר קיינמאל איינגעפאלן אז די בית כסא איז צו קליין,

כ'האב כמעט נאך נישט געהאט אויפן פליגער, אז א בית כסא זאל זיין עוועלעבל ווען איך דארף, כ'בין אלץ געגאנגען ווען די עולם טיז געשלאפן,

אבער כ'האב געהאט גענוג און נאך פלאץ בריוח,

מיין פראבלעם איז נאר אייביג געווען אז ווען כ'האב געדארפט, האט זיך די פליגער געווארפן

צ''ל ווען די פליגער האט זיך געווארפן, האב איך געדארפט,
......
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יוש אידעך דאס גוט

זוי אמת

נו שוין....
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

מאניש כבאלעק מיר אלע פינגער
ביסט גוטע נייעס
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

תלמי המלך האט געשריבן:
קאטשעלאבע האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
קאטשעלאבע האט געשריבן:מאניש דו ביסט אייזן שכח פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף מיין פנים דרך אגב אפשר קען איינער לייגן די PDF גראד אויפן אשכול איך קען נישט אראפנעמען קיין זאכן פון Google drive אדער Dropbox

די פראבלעם איז, אז ס'איז צו א גרויסע פייל אז מ'זאל עס קענען ארויפלייגן גראד אויפן אשכול.

אין אנדערע PDF למשל די בוכארע זעלנער

וואו איז דא די בוכארע זעלנער צו דאונלאודן דירעקט פון אייוועלט?

איר מיינט דעיס ? (דראפבאקס)
viewtopic.php?p=2879841#p2879841
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

איך ציטער און איך וויין פאר געלעכטער
רעב לייבל
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 7:23 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעב לייבל »

צוקער זיס דו ביסט פיינע נייעס דו
:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

מאאאניש !
א גרויסע שקויעך. סי׳ז ממש צוקאש.
די פראבלעם איז אז נאכן זיך באלעקען דע פינגערס איז זייער שווער צו טייפן אויפן קיבארד
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

דא טייל איך מיט מיין אייגענע עקספיריענס;

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

גראדע איז מיר קיינמאל בייגעפאלן דעם גוטן געדאנק פון די וועקיום מיטן ראול פאפיר, גיי מיר עס טרייען נעקסטע מאל און צוריקקומען מיטטיילן די אייגענע עקספיריענס..
חחח...
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
יעצט געליינט די לעצטע צוויי פרקים, חח פיינע נייעס, מיר ווארטן אויף די קומענדיגע!
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

איך בין גארנישט מקנא מאניש, ער איז געפארן אזוי לאנג.
איך ווארט אויף נאך.
מ׳ברויך זיך א שאקעל טאן
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”