אפשר איז שוין געקומען די צייט?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

אבקש מאדוני, עזרי צורי וקוני, תהא עמי בעת שאגלה קלוני, בשגיאות אל תדוני, ואזכה לשמור ב'אל תונו, הן בדיבורים והן בממוני, לעשות שלום עם שונאי, ולהפיצם מעושר ומעוני, אולי יש אנשים כמוני.


עס איז מאנטאג אינדערפרי, די זוהן שטראלן האבן דערלאנגט איר ערשטן קיש אויפן האריזאנט, די שיין ווייס ציכטיגע וואלקענעס זענען מבשר אז ס'קומט גאנץ אן איינגענעמע וועטער היינט, די טויבן און פויגל זינגען זיך אונטער זייער טעגליכע פרעפלערייען….ס'איז אנהויב ווינטער, היינט איז די זאך…...די טאג וואס מען גייט זיך אנטפלעקן אין די נייע חדר….מען גייט טרעפן דעם נייעם רבי'ן…..און אזוי אויך דעם נייעם שטעקן…..די וועקער זייגער איז שוין לאאאנג שטיל געווארן פון זונדל'ס הערמאטישן זעץ אויפן האפטשו קנעפל…...אבער די צייט ריקט זיך אן קיין רחמנות….עס ווערט שפעט, עס דענענטערט זיך די צייט ווען מען דארף שוין שטיין אינדערויסן ווארטן אויפן באס…..ענדליך איז זונדל קענטעלאויפ אויפגעשטאנען פון שלאף…...מען שלויכעט ארויף דאס נעגל וואסער איינס צוויי דריי….און יעלה… ארויס פון בעהט מיט איין אטעם, טראאאאך…..דאס לינקע פיס האט זיך פערזענליך משתתף געווען אינעם נעגל וואסער שיסל, און דאס גאנצע אינהאלט איז פארטיילט געווארן בהרחבה גדולה פאר די גאנצע געגנט ארום……. ס'איז שפעט, מען קען נאך פארשפעטיגן די באס…..זונדל יאגט זיך אונטער, עס פליעט ארויף דאס העמד, ציצית הויזן מיט שיך, אזוי יאגענדיג שטייצעך גייט אריין די רעכטע פיס אין די לינקע שיך און די לינקע אריין אין די רעכטע……

ווי א בייזע ווילדע האן, יאוועט זיך זונדל מיט די העמד האלב אינדערויסן, זייט וויסן אז די העמד האט קיינמאל נישט געלעבט אין גוט'ן מיט זונדל'ס הויזן, זיי זענען שוין אפגעשייד איינער פונעם צווייטן אויף אייביג זינט זונדל קען געדענקן…..מיט די העמד קנעפלעך האט זונדל א באזונדערע מערכה, ער קנעפלט זיי קיינמאל נישט צו….ס'עפעס צוקנעפל'ן? זאג זאקן וואשט מען אויכעט? א ביבער הוט וואשט מען…….הכלל די שיך בענדלעך לאזט מען אפען שטייצעך, די פיאות איז צושטרויבעלט ווי א סטיל וואל, פון אלע זייטן שרייט ארויס דעם אשרי יולדתו….. און ער לויפט כאפן דעם חדר באס, ווען בשעת מעשה גיסט זיך השפעות פון זונדל'ס ב'חן'טע נעזעלע…….איז אזוי, זיין נאז פארדינט באמת אן עקסטערע אנאליז, אבער אין קורצן איז עס אן ערענסטע אפאראט וואס פרודיצירט באכעשעם מאסן סחורה, און די שיפינג דיפארטמענט קען נישט נאכיאגן די ארויסגייענדיגע שיפמענט'ס…...ס'איז ביזי דארטן כסדר…..און ווער דען אויב נישט די קינדער פון חדר כאפן שנעל אויף ווען אזא אפאראט גייט ארויס פון קאנטראל…..

ענדליך…...געכאפט דעם באס מיטן לעצטן אטעם…….איצטערט הייבט זיך אן די מערכה, ווי גייט מען, אין וועלעכע זיץ באנק?! דו קומסט נישט אריין אין מיין זיץ שרייט מעכי מיט א צינישן געלעכטער, גיי וויש דיך אפ דיין נאז…...און אלע אינגלעך שיסן אויס פאר געלעכטער…...זונדל ווערט רויט, עס ציפט אין הארץ, אבער ער איז שוין אימיונט צו זיין פארזיגלט'ן שיקזאל, די אלע ווילדע אויסברוכ'ן געצילט צו זיין ריכטונג…..ער גייט ארויף צום נעקסטן זיץ און טראך…..נאך פאר ער קען זיך נאך צוזאמקלויבן פון די שטויס וואס ער האט נארוואס געכאפט פון מענדי, איז שוין געפלויגן נאך איינס אלץ א ווארענונג צייכן, דערוואג דיך נישט צו קומען אין די זיץ…...און אזוי שפיעלט זיך איבער די שפיל ווען זונדל פליעט פון איין שורה צום צווייטן…...דו בלייבסט שטיין….נישטא קיין זיץ פאר דיר אויפן באס…...אלעס איז פארנומען שרייט חזקי….זעהט אויס זונדל איז א געוויסע מין אפפאל פון שאף און רינדער…..אבער גראדע איז ער יא געבוירן ביי א מענטשליכע טאטע מאמע…….ווייס איך נישט, קען זיין ער האט זיך מגייר געווען אלץ א בהמה...אדער האבן אים די קינדער געטויפט רח''ל צו די פערדן קאמיוניטי……..זאל ער שטיין די גאנצע וועג ביז מען קומט אן צו די חדר…..קיינער דארף אים סייווי נישט אין חדר, זאל ער נעקסטע מאל בלייבן אינדערהיים………פארפאלן, זיין גורל אויף די וועלט איז פיין און ליידן.

די חדר באס קומט שוין אן צו איר ענדגילטיגע דעסטינאציע, ''די חדר'', א מקום ווי עלטערן שיקן די קינדער צו לערנען תורה און מידות טובות, אבער ביי זונדל האט דאס גאר אן אנדערע באדייט…..דאס פלאץ ביי אים איז אין בעסטן פאל אן אונטערהאלטונג'ס ארט ווי עס קומען זיך צוזאם א כאפטע קינדער, און מען פארוויילט איינגענעם אינאיינעם, מען לערנט זיך אויס בדחנות, און באקסינג ספארט'ס אויפן חשבון פון זונדל…...די באס האט שוין געמאכט איר פולקאמע סטאפ, ווען פון אונטער זונדל דערלאנגט יענקי אזא קונצליכע שטויס אויף זונדל'ס רוקן אזש ער פליעט אראפ פון באס מיט איין אטעם…..גיי שוין פון דא...דו שטינקסט!! שרייט אים יענקי נאך……… ווען פון דערינטער ליגט דער אומבאהאלפענער קרבן אויסגעצויגן אויף דער ערד מאכטלאז…....יע, וואס שטערנ'ס? דאס גאנצע מערכת השמים איז געקומען זיך פערזענליך באגריסן מיט זונדל…...זונדל הייבט זיך אויף פון דער ערד, און הייבט אן ארויפגיין די טרעפ פונעם שחט הויז….(חדר בלע''ז).......אזוי ווי זונדל מאכט אויף די טיר פון די קלאס, ווערט זיין ריסעס פעקל גלייך צוגענומען דורך אונזער באקאנטע זרחי…..און ער מאכט א באווארפן דערמיט אינמיטן חדר…...אחד יחיד ומיוחד…..עס פליעט אלע ריסעס אינהאלט על ד' כנפות הארץ…….און זונדל קען בלויז קוקן וויאזוי יעדער איינער אין די חדר קייקעלט זיך פאר געלעכטער……..

לאמיר זיך קודם אפשטעלן א וויילע און מסביר זיין ווער זרחי איז…...א גרויסע געבויעטער אינגל, מיט שטייפע מוסקעלן אויפן ארעם, שטארקע כאריזמאטישע טאלאנטן…….ווער עס הייבט זיך אן מיט זרחי דערזעהט זיך גלייך אויף די לבנה אן א ראקעט…..ער קען זעהן שטערנ'ס בייטאג אויך…...אויב ווילסטו זיך געפונען אין מעזיבוז אן א פליגער, דאן איז זרחי דער אדרעסס…..זרחי האט ספעצילע טעכניק דערפאר…….זרחי האט מען אויפגענומען אין קלאס פארצולערנען…...יאפ, איהר האט גוט געלייענט….צוליב זיין אייגאנארטיגע טאלאנטן און שטארקע חושים, האט מען איינגעזעהן אז ער איז די מערסטע געאייגענט פארצולערנען אין חדר!! וועלעכע מסכת? מסכת מכות……..ער לערנט פאהר מיט א געשמאק, און מיט זיינע ברייטע ידיעות אין די מסכת, איז ער משפיע אויף אנדערע, ער איז מקיים דעם ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים מיט אלע מפרשים…..ווער עס איז זוכה צו מקבל זיין שיעורים פון אים, בלייבט דאס גוט איינגעקריצט אין די הויט און ביינער אויף גאר א לאנגע צייט…...אסאך מאל בעהט מען אים פאהרצולערנען פאר אנדערע כיתות און חדרים ווען עס פעלט זיך אויס…..אט דאס איז אונזער זרחי!

זונדל איז א תלמיד מובהק פון זרחי…..ער איז פון זיינע בעסטע אויסגעצייכענסטע תלמידים…...ער געבט אים יעדן טאג א שטארקע און טיעפע שיעור אין מסכת מכות…...אמת, תורה קומט נישט אן גרינג, און זונדל גייט אהיים מיט צובראכענע ביינער נאך אזא שיעור, אבער ס'איז תורא שלמדתי ב'אף!

זונדל איז פון די אינגלעך וואס קיינער וויל נישט לערנען מיט אים...חוץ מסכת מכות שטייצעך……. יעדע יאר ווען די רבי שטעלט צוזאם חברותות אנהויב יאר בלייבט ער איבער די לעצטע אינגל אן א חברותא….. ער האט א גערוך...איך וויל נישט לערנען מיט אים! ער באלאנגט אין חוש, נישט דא… שרייט נפתלי בשעת די גאנצע חדר רייסט זיך פאר געלעכטער…….ער איז זונדל בעקער! שרייען אלע קינדער ווי אין א כאאר……

וואס עפעס זונדל בעקער? איז הערט א מעשה…...ווען זונדל איז געווען אין כיתה ב' וואס איז געווענליך די יאר ווען מען הייבט אן אפטיילן צווישן לעבעדיגע חלומות און פאנטאזיעס מיט עכטע מציאות….. אט דעמאלט'ס ווען דער מח איז נאך היבש שוואך ביי גאנץ א שיינע מספר קינדער, האט אונזער זונדל געטוהן די אומדערהערטע עבירה, און נישט מער נישט ווייניגער געזאגט פאר א אינגל אז זיין ברודער האט שוין גע'הרגעט אכטציג גוים! יאפ! ער איז אזוי שטארק אזש ער האט אויפאיינמאל גע'הרגעט 6 גוים….און פאר די אומדערהערטע עוולה וואס ער האט געטוהן אין כיתה ב' האט מען אים פארזיגעלט אלץ זונדל דער בעקער! תשובה העלפט נישט פאר אזא גרויסע עבירה, מען מוז קודם אדורכגיין שווערע עונשים ועינויים און אולי חי וכולו וויי קען מען אים פארגעבן ביי די 20 יאר נאך זיין חתונה שטייצעך…….

ווען זונדל פלעגט נאר עפענען ס'מויל אין חדר צו פארציילן עפעס, איז געווארן לוסטיג אזש די קינדער האבן קוים געקענט אטעמען…...די אויווען האט זיך אנגעצונדן רבותי…….מען דארף זעהן אויב ס'דא גענוג האלץ אינעם אויווען…...מען גייט שוין באקן, לשם מצות מצוה שרייט יעדער…..ס'קומט הייסע פרישע געבעקס…...אה ס'פיין ווארעם דא…..פיינע קאקאש קעיק מיט קיפעלעך…...זונדל'ס בעקעריי איז שוין אפען, מען קען קומען קויפן…..ווער דארף הייסע פרישע געבעקס? נארוואס פריש ארויס פון אויווען…….


דאס איז געווען זונדל'ס גורל יעדן איינציגן טאג אין חדר……..און וויאזוי זאגט די וועלט, ווי עס יונגל'ט זיך אזוי בחור'ט זיך……..זונדל ווערט שוין באלד דרייטצן יאר, און מ'גייט מאכן פאר אים א בר מצוה…….און די סדר גייט אז דער בחור רופט זיינע חברים פון די קלאס צו די בר מצוה….אבער ביי זונדל איז דאך נישטא קיין חברים, און קיינער וויל נישט גיין…….די רבי אין חדר האט צוזאמגעשטעלט א ליסטע מיט קינדער וואס ברויכן גיין, אבער די קינדער צווישן זיך האבן אפגעשמועסט אז מען גייט נישט! זונדל'ס הויז שטינקט האבן די קינדער גערעדט צווישן זיך…...און די רעשט איז היסטאריע…..

★★★★

עס איז פרייטאג פארטאג'ס, די זון איז נאכנישט אויפגעגאנגען, א גאנצע שיירא מיט באסעס שטייען אויסגע'שורה'ט גרייט אויפצונעמען די נארוואס אויפגעשטאנענע בחורים, און זיי טראגן אויף א נסיעה (אפשר זאלן מיר דאס ליבערשט רופן אן אויספלוג?!....) צום בית החיים מקום מנוחת האדמו''ר הקדוש זי''ע נאך וועם די תלמידים פון די ישיבה זענען זיך מתייחס והולכים לאורו…..(עכ''פ אזוי וואלטן זיי געוואלט…) די באסעס הייבן אן צוביסלעך ווערן פיל, יעדער כאפט א פלאץ פאר זיך מיט זיין כאווער….און אונזער זונדל מאכט אויך זיין וועג ארויף אויפן באס, דאסמאל צו זיין מזל איז ער געקומען גענוג פרי צו קענען כאפן א פלאץ…..און יאפ עס איז אים געלונגען, די דריטע שורה ביים פענסטער, דאס רעקל מיטן הוט מאכן א ויחנו, דאס תפילין דערנעבן…...און ער איז שוין גרייט פון זיין זייט צו פארן…..די באס פילט זיך אן, און ווי נאר דער בעל עגלה קריגט דעם באפעל צו הייבן די לייצעס, ויסעו….מען ציעהט!!!! ניין ניין, נישט די באס…נעה....זונדל'ס פיאות!…...חזקי זיצט אונטער אים, און היות ס'איז א שאד צו גיין בטל יעצט, נוצט מען אויס די טייערע צייט…...מען דארף דאך מאכן הכנות פאר מען גייט צו אזא גרויסן צדיק…...חזקי איז נישט אליינס, ער האט אנטשי לעבן זיך אלס א שותף לדבר מצוה…...אויב חלילה זונדל וועט זיך אויסדרייען און קוקן ווער עס האט אים געשלעפט די פיאות, קענען זיי ווייזן נישט איך, כאילו אפשר מיין שכן….ס'איז דאך א בפירוש'ע פסוק שנים שאכלוה פטורים…..הקיצור ס'איז דא פיינע אינטערטעינמענט אויפן וועג…...מען האלט זיך אונטער אויפן חשבון פון זונדל…….

ויבוא…..מען קומט אן צום בית העלמין…..דער בית מועד לכל חי…..דאס פלאץ ווי יעדע מענטש ווערט ענדגילטיג געטאפט…..און מען באהאלט אים אויף אייביג...איך מיין נישט ממש אייביג, ביז משיח וועט קומען און ער וועט קענען מאכן קוקוריקוקו…….הכלל, זונדל שלעפט זיך אריין אינעם אוהל, עס איז פיל, עס הערשט א היבשע געדרענג…..יעדע'ס בחור'ל נעמט א תהילמ'ל און מען זאגט…..וואס פארשטייט א 14 יעריגע בחור צו די וועלט….הייבט נאכנישט אן צו וויסן וואס מיינט מגדל זיין קינדער, אויסהערן שידוכים, גיין ארבייטן עבודת הפרך פאר פרנסה, נישט קענען באצאלן די ביל'ס…..די ליסטע איז זייער גרויס, וויפיל חולי ישראל זענען דא אויף די וועלט, א 14 יעריג'ס איז נאך בכלל נישט משיג וואס די אלע זאכן מיינען….בסך הכל שטייט ער ביים תהילים און שאקעלט זיך כדי זיין כאווער זאל זעהן אז ער קען זאגן זייער הויעך תהילים….געוויסע זאגן נאר צוויי דריי קאפיטלעך און דערנאך מאכן זיי א ביקור מתים…. ווי זיי גייען ארום באזוכן די טויטע וואס ליגן אויפן פעלד... מען זוכט אויף זיידעס, באבעס, פעטער'ס, מומע'ס און סתם עמך אידן….מען באזוכט….נישט קיין אהנונג וואס מען דארף טוהן דארטן, אבער קודם א בילד פון די מציבה! איך בין דא געווען….די זיידע קען דאך פארגעסן אז איך בין געווען באזוכן...אזוי האב איך א בילד אלץ לעבעדיגע עדות…..דערנאך לייגט מען ארויף די האנט אויף די מציבה, פרעג מיר נישט פארוואס, ווייל אזוי האט ער געזעהן פעטער בערל טוט…..אקעי זיידי, איך דארף שוין גיין, איך האב נאך עטליכע פלעצער וואס איך דארף דא קאווער'ן…...שיק א פינעווער פאר סוחי'ס זיידע, איך לערן מיט אים שלחן ערוך נאכמיטאג…...אויך פאר איך פארגעס, דיין מציבה איז היבש באורינג….שטייט גארנישט דערויף חוץ דיין נאמען….בוזט טאקע געווען אזא ליידיג גייער אז מ'האט גארנישט געקענט שרייבן אויף דיר? כ'וועל מוזן רעדן צו פעטער נחום….מען מוז שרייבן כאטשיג עפעס, זאל זיין אפילו א פארזעצונג פון א צייטונג, אבער עפעס….מען קען עס נישט לאזן סתם ליידיג…..

איין זונדל שטייט מיט'ן תהילמ'ל אינעם אוהל ממש אן א שטימע….זיין מח שוועבט אין די הימל'ן…..עס קומען פאהר שטורעמישע פראטעסטן אין זיינע מחשבות…..געב א קוק, דא ליגט די רבי…..פון אים רעדן מיינע מנהלים און מלמדים א גאנצן טאג דורכאויס די קאלעכיגע יאר….דא איז ער….אבער איז ער טאקע יעצט דא? ער איז דאך אויבן אין גן עדן…..אים גייט דען אן וואס ליגט ביי מיר אין הארץ? מיטאמאל הייבט אן קומען שטארקע געגועין זיך אויסצורעדן צום רבי'ן און אים אויסזאגן וואס זיינע תלמידים טוהן מיט אים יעדן טאג…..אבער זאל איך עס טוהן טראכט ער צו זיך? נא, הער אויף..די רבי איז נישט דא יעצט, ער איז אין גן עדן, לאז געמאכט…..אבער די מחשבות לאזן נישט נאך, עס פיבערט אין קאפ אזש ער הערט שוין זינגען תנועות…..מאדנע תנועות….עפעס קלינגט אים אין די אויער'ן…..

די רבי איז דא, דער רבי איז דא, דער רבי איז דא
די רבי איז דא, דער רבי איז דא, דער רבי איז דא
ווייל ביי יעדע קיבוץ פון חסידים איז די רבי דא
ווייל ביי יעדע קיבוץ פון די חסידים איז די רבי דא……


ער שטופט אוועק מיט א שטייפע האנט די ווילדע געדאנקען, אבער ווי מער ער פרובירט זיי צו פארטרייבן, אלץ מער ווילדער און שטארקער ווערט עס….עס דרוקט אין הארץ….ער קען שוין נישט מער…..ער וויל עס נאך איינהאלטן, ער פרובירט מיט זיינע לעצטע כוחות אנצוהאלטן זיינע הרגשים, אבער ער קען נישט מער….עס גייט א קוואל…..נישט פון וואסער, נאר פון בלוט…….קוק נאר די שטיינערנע וואנט דארטן, אוי אוי, ער וויינט נעבעך מיט…..עס רירט יעדן דומם….מיט א ווילדן טעמפא שרייט זיך ארויס פון זיינע מחשבות

אוי קוק אריין, קוק אריין, אין מיין הארץ
זעה וואס ליגט, זעה וואס דרוקט, אויף מיין הארץ
רבי אין מיין הארץ קוק אריין, אוי וואס, אוי אוי וואס, וועט דא זיין?!

אוי קוק אריין, קוק אריין, אין מיין הארץ
זעה וואס ליגט, זעה וואס דרוקט, אויף מיין הארץ
רבי אין מיין הארץ קוק אריין, אוי וואס, אוי אוי וואס, וועט דא זיין?!


די הרגשים שטייגן פון מינוט צו מינוט, די טרערן קוואל איז שוין לאנג אויסגעטריקענט געווארן…..ער האט עס שוין אויסגענוצט אויפן באס….יעצט קומט שוין בלוט…...ער וויל אנהויבן זאגן תהילים, אבער ער קען פשוט נישט….עס שוואומט אים ארויף אלע נאצי'שע סטייל רדיפות וואס ער מאכט מיט יעדן טאג…...אוי, איך האב נישט קיין כח מער…..עס פליסט ימ'ן…..ער וויל זאגן כאטשיג איין קאפיטל, אבער עס גייט נישט! די שטימע איז דערשטיקט…..די אותיות פליען ארום מיט א ווילדע טענץ…..די בלעטלעך אינעם תהילמ'ל איז שוין דורכגעווייקט…...ווייסטו וואס, רבי!, זאג דו תהילים אנשטאט מיר הייבט אן שוועבן אין אים מחשבות, ווייל איך קען נישט מער….

אוי ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין
מיין הארץ מיין געבעהט דורך דעם וועסטו פארשטיין
די צעטעלעך, אוי נאסע בלעטעלעך
עס עפענט יעדן טיר
ווייל יעדע קאפיטל וואס דו ליינסט פון די בריוועלעך
וויין איך מיט מיט דיר



ער שטייט טאקע איינזאם דארט אליינס, אבער ער שפירט נעבעך איינזאם אויף די וועלט אלעמאל, קיינער פארשטייט אים נישט, ער פילט ווי ער איז ממש איבריג אויף די עולם…...פארוואס בין איך דא?! עס ציפט אין הארץ, עס שטעכט די געפילן…..יעדער האט חברים, נאר איך האב נישט…..יעדער פילט אז אויף מיר מעג מען טרעטן, מען מעג מיר ציפן, שלאגן, שלעפן, טשעפענען און מען דארף נישט אפגעבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם איבער דעם…..


★★★★★


ס'איז פרשת בהעלותך תשע''ח…..איך קום אין ס'מעדרעש ווי אלעמאל, עפעס שפיר איך אין די לופט אז די וואך איז אן אויסנאם...איך קען נאכנישט דערטאפן וואס דאס איז, אבער די געפילן זאגן מיר אז עפעס מאדנע ערווארט מיר אין שול…..איך עפען דעם טיהר פונעם מקדש מעט, און אט זעה איך שטייט דארטן נישט קיין אנדערער נאר זונדל…..קוק אהער, ס'עפעס איז ער דא? ער וואוינט דאך נישט דא, מן הסתם האט ער עפעס א שמחה….איך וואלט אים געדארפט געבן שלום עליכם, אבער איך שעם זיך….אוי וויי, וואס איך האב אים אויסגע'רודפט…..הגם איך בין אפשר נישט געווען פון די אנפירער'ס, און נישט פון די תמידים כסדרן….אבער איך האב היבש אנטייל גענומען אין די טעגליכע פליכטונגען….עס האט מיר אנגעהויבן דרוק'ן אין מח….אפשר איז שוין צייט? אמת בוזט געווען א אינגל, א בחור, קיין סאך שכל, אבער יעצט בוזטו דאך שוין ערוואקסן, אפשר גייסטו מחילה בעטן? עס ווילדעוועט אין מיר געפילן פון חרטה, בושה אוי אוי….פארוואס האב איך דאס געטוהן?! ווי מיין שכל געווען?!....אבער געוואלד, וויאזוי בעהט איך אים איבער? עס איז דאך הימלישע כוחות וואס איך דארף האבן, די בושות איז דאך עד לב השמים…...איך וויל עס זאל מיר אנקומען לייכט…..אבער אפשר איז שוין צייט צו מאכן אן ענדע דערצו? אויף יענע וועלט גייט זיכער נישט זיין לייכט…..מיט א צאפלדיג הארץ, און געפיל פון חרטה מיט בושה, האב איך גענומען דרייסט, און מיט אייזערנע כוחות צוגעגאנגען צו זונדל, און געגעבן שלום….געדענקסט מיר נאך זונדל?! ער קוקט אויף מיר, און נאך פאר ער קען ארויסזאגן א ווארט, פארענטפער איך אים גלייך די חידה, איך בין מאניש! איך האב געלערנט מיט דיר אין חדר, געדענקסט?! יא יא, שטאמעלט ער, אודאי געדענק איך….דאס פנים ווערט מיר רויט, אבער איך ווייס ביי מיר, אז איך מוז יעצט ברעכן די אייז, איך רוף אים אין א וואונקל אונטען אין די שטיבעלעך וואס איז געווען ליידיג, און איך הייב אן זינגען מיין שרעקליכע חרטה וואס איך האב, זונדל איך ווייס ס'איז נישט מעגליך זאלסט מיר יעצט מוחל זיין, איך וואלט זיכער נישט געקענט, אבער זאג מיר כאטשיג וויאזוי איך קען דיר מטיב זיין, אפשר קען איך דיר ארלעדיגן (דא האב איך אים געזאגט א געוויסע זאך וואס איך האב געפילט אז ער קען נוצן די טובת הנאה….) ?! מוזט מיר נאכנישט מוחל זיין, איך וויל דיר קודם מטיב זיין, און דיר ארויסווייזן מיינע אמת'דיגע חרטה געפילן…..דערנאך אפשר מיט די צייט וועט דיר זיין גרינגער מיר צו מוחל זיין…...זונדל האט זיך פלוצלינג אנגעהויבן צו עפענען פאר מיר…..ער האט מיר דערציילט זיינע יסורים און מכאובים וואס ער איז אדורך אין חדר ווי אויך אין ישיבה, וויפיל עס האט אים צובראכן….און ווי אויך זיינע זכרונות ביים רבין'ס ציון וואס איך האב נאכגעשריבן פריער'ט אבער מיט פארשידענע ענדערונגען כמובן…..קיינער האט מיר נאכנישט איבערגעבעטן פון די חדר זאגט זונדל צו מיר, בוזט דער ערשטער וואס מאכט זיך אפילו וויסענדיג און שפירט א פליכט צו איבערבעטן…..איך קען פשוט נישט פארשטיין, איך דאווען צוזאמען מיט.. (דא האט ער מיר געזאגט א נאמען פון איינעם…..) אין די זעלבע שול, און גארנישט, ער הייבט נישט אן צו טראכטן אז ער ברויך מיר איבערבעטן…..איך טרעף מיר כסדר מיט מענטשן וואס האבן געלערנט מיט מיר און מיטגעהאלפן אין די רדיפות, און גארנישט...א שאקל מיטן קאפ צומאל, און געגאנגען ווייטער…..העלאוי!!!! דו ווייסט אז דו האסט מיר שרעקליך בא'עוול'ט אלץ קינד?! אפשר א ווארט פון חרטה? איך בין פארט א נברא אויף די וועלט! אפשר אלץ קינד האסטו נישט אזוי געטראכט, אבער יעצט אז דו בוזט עלטער (????) טראכסטו דאך זיכער אזוי, ניין?!

איבעריג צו זאגן אז איך האב פרובירט מיט מיינע בעסטע כוחות אים צו בארואיג'ן, איך האב אים צוגעזאגט זיך צו פארבינדן מיט אים נאך שבת, און ווייטער ממשיך זיין, וכך הוה, איך האב מיר פארבינדן מיט אים, און איך האב אנגעקניפט זייער א שטארקע נאנטשאפט מיט אים, אים ארויסגעהאלפן אין גאר אסאך זאכן, געווארן ממש ווי א ברודער…..און ווען איך האב געשפירט די צייט איז רייף, האב איך געבעטן מחילה פון אים…...און ב''ה ער האט מיר מוחל געווען בלב שלם….

מיינע טייערע ברודער, אויב האט איהר געלערנט אינעם זעלבן חדר ווי מיר, זייט וויסן עס דרייעט זיך ארום איינער וואס קען זיין אז דו ברויכסט אים איבערבעטן….איך ווייס אז ס'איז שווער, אין חכם כבעל נסיון….איך האב עס אליינס פארזוכט….ס'איז נישט גרינג...בכלל נישט...אבער ס'איז ריכטיג צו טוהן...און מען פילט אסאך בעסער נאכדעם….און אויב מאכסטו די שריט פון גיין איבערבעהטן, זייט וויסן, אז פאר יענעם איז זייער שווער מוחל צו זיין אזוינע רדיפות…..ער איז א מענטש, און האט מענטשליכע געפילן פונקט ווי דיר….עס ארבייט נישט סתם, העי בוזט מיר מוחל? יארן רדיפות מעקט זיך נישט אפ פלוצלינג מיט איין טעלעפאן קאל! מען ברויך עפעס מטיב זיין…..פרוביר קודם צו ווערן נאנט מיט אים, העלף אים ארויס, ווער א ברודער מיט אים….נאך א שטיק צייט ווען דו וועסט זעהן אז דיין קשר מיט אים איז גענוג רייף, און ער וועט ווערן איבערגענומען פון דיינע חרטה געפילן, דעמאלט'ס קענסטו אים בעהטן מחילה, און דו וועסט קענען זיין זיכער אז ער איז דיר מוחל מיטן גאנצן הארץ……

און צו אחינו כל בית ישראל, אלע מיינע גוטע ברודער, ווען דו שרייבסט זיך מיט איינעם, אדער דו רעדסט מיט א צווייטן, זייט וויסן עס ליגט אויף די אנדערע זייט א נשמה מיט א גוף, און ווען מען פליקט דאס אריין טוט עס וויי, קען זיין יענער איז נישט אזוי קלוג ווי דיר, מן הסתם ליגט ביי אים אין מח קאטשעניו אנשטאט שכל, מעגליך מען ברויך באשטעלן א גאנצע מנין צו זאגן אתה חונן 40 טעג אין א ציה ביים ריבניצע רבי'ס ציון לזכותו, אבער מען מוז נישט נוצן דעם הלבנת פנים קארטל, אמת עס סווייפט זיך גאנץ געשמאק, אבער ווען עס קומט די זמן הפרעון בלייבט מען מיט א פאפריקע אין האלדז, ס'איז נישט בא'טעמט מילד גערעדט….

איך האף אז מיינע ווערטער און שורות וועט דינען אלץ א שטיקל כפרה פון די חילול השם וואס איך האב געמאכט אין חדר ווען איך האב אויסגעזויגן דאס בלוט פון אן אומשולדיג קינד….און אנשטאט מקיים זיין דעם תונו איש את עמיתו מיט א הידור, פרוביר איך צו ברענגען א שמייכל אויף יענעם אנשטאט….

מיין מאטא אין לעבן היינט איז ארויפברענגען א שמייכל אויף א צובראכענעם איד, וואס איז דיין מאטא אין לעבן?
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הארציג און געפיליש, זאלן אלע אידן אויפגעראכטן ווערן! וויפיל טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער די נושא פון טשעפענען, גוט אז דו האסט עס געשריבן למען ידעו דורותינו..

האסט א גאלדענע פעדער און א גוטע שפראך, און מזל טוב צום אלף'ל!
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

טרערן זענען געקומען אין מיינע אויגן בשעתן ליינען

איך שעץ דיר זייער אז די האסט גענומען די גאטס אים איבערצובעטן
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מוראדיג!

סיי שפראך און סיי תוכן!

(נישט געוואוסט צו לאכן [פונעם ערשטע הנ"ל] צו וויינען [פונעם צווייטע])
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
WTC
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:55 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך WTC »

כ'בין מורא'דיג מרוגש געווארן, ס'יז א שרעקליכע נושא!
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

מורא'דיג! מורא'דיג! מאכסט מיר וויינען,
אשאד אז ס'נישט דא קיין גאו-גאָן פאר ווייטאג
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

Wow!
ואני בתומי אלך.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

וויינטו ולאכטי מאוד מאוד פשוטו כמשמעו.

@מאניש, מיט וואס קענעך דיר מיטב זיין? קום אינישי..נעה, כ'מעקעס..דעיס אידעך ליצנות אחת דוחה וכו' וכו'
אבער כמיינד עך עס נעבעך ערענסט..שוין העמיר עס מאכן פיצי וויטצי און ווער סברויך עס זעהן זעל כושי'ן
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

רירנד! הערליך!

זייער א ביטערע נושא ליידער. גאר ווינציג ווערט געטון, טייל מאל ווייל דאס קינד ווייסטאך נעבעך אז די רגע ער גייט צו איינעם מיט א כוח וואס וועט פרובירן עס צו אפשטעלן, וועט עס דאך נישט אפגעשטעלט ווערן, נאר ערגער ווערן, מסור וכו'... בלייבט דאס קינד און עסט אויף דאס הארץ אין זיך...
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow wow wow
זייער שיין און עמאשענל באשריבן
כ’ווייס נעשט אויב די מעשה איז אמת. אבער גיט (גיט?) איז עס
לעצט פארראכטן דורך האסטו וועסטו אום מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 1:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
בערענשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

מויראדיג!! געווארן אינגאנצן מרוגש!!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

Kollel האט געשריבן:וויינטו ולאכטי מאוד מאוד פשוטו כמשמעו.

@מאניש, מיט וואס קענעך דיר מיטב זיין? קום אינישי..נעה, כ'מעקעס..דעיס אידעך ליצנות אחת דוחה וכו' וכו'
אבער כמיינד עך עס נעבעך ערענסט..שוין העמיר עס מאכן פיצי וויטצי און ווער סברויך עס זעהן זעל כושי'ן


א מעלאונע אדער צוויי אין ביטקוין שטייצעך אלץ אן התחלה.....

יעצט קענסטו שוין נישט מעקן.... :grin:
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
מיני בשמים
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:31 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיני בשמים »

מאניש יא עס איז פיין ארויסגעברענגט!
בשמים טייטש געווירצן
איך שעם זיך נישט מיט מיין עכטער נאמען:זעליג וואגשאל
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

הערליך! מייסטערהאפטיג באשריבן!

זייער א ווייטאגליכער נושא, זאל דער אויבערשטער רחמנות האבן.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

:lol: :lol: :-( :-( :-e;/ :-e;/

אין מילים!
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

האב איך דען נישט געוויסט אז ווען מאניש מאניש'ט א מאנישטיקל כ'מיין צו זאגן אן ארטיקל, מאניש'טצעך אין אלע גלידער,
צו ווערן איבערגענומען ביז טרערן אויף א שמייכלדיגן מינע, ברויזן אויף די וואס פייניגן און אויסגעפונען ביים ענדע אז מאניש האט אויך געהאט א שטיקל חלק דערינען אין די קינדערישע יארן און צום סוף באוויזן שטארקייט און איבערגעבעטן אזש ביז גוטע פריינט....WOW!!!
מאניש פארקערפערט אין זיך אסאך כוחות אין טאלאנט
און דאס האט זיך אויך ארויסגעוויזן אין זיינע טויזענט תוכן'דיגע זאפטיגע תגובות און ארטיקלען
מזל טוב צום העכערונג!!!
ווערן גאר א שר איבער מאניש'ס טויזענט תגובות איז נישט קיין קליינע פאזיציע, נעם עס מיט די גרעסטן מאס ערנסקייט.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

געטאטשט,

הערליכע ארטיקל, שטארקע נקודה.
יענעמס נאז איז גרינער…
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נעבאך מיין הארץ רייסט נאך אלץ פאר זונדל. מען דארף אריינבאכענען אין די קינדער די הארבקייט
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

געליינט אין שרייבער
גאר גוט באשריבן א זאך וואס ציפט… יאפ, ברויך מען זיך איבערטראכטן און פארעכטן די מעשים
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

גא"ש גאר שטארק !!!
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

געליינט אונ'ם שרייבער
אוי..... מיט וויפעל טראפען בלוט איז דאס געשריבן געווארן......!!!!
שוין...... ירחם המרחם.......
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

געליינט אינעם שרייבער, נישטא קיין ווערטער. זייער שיין ארויס געברענגט.
קינדער דארפן דאס ליינען, ווי אזוי מ'פילט אלץ טאטע :roll:
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מאניש דאס איז טאלאנט! צו מיר מאכן לאכן און וויינען ביז טרערן אין די זעלבע צייט, אנבעליוובל

יעצט געליינט אין די שרייבער (צופיל סחורה, סנעמט צייט)
אסאך יודיש געלט האט געשריבן:קינדער דארפן דאס ליינען

פרעגסט אדער דו זאגסט?
איך קלער אויב איך זאל עס געבן פאר מיין אינגל צו ליינען אדער זאל איך אים נישט געבן קיין השגות
לעצט פארראכטן דורך מים חיים אום מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

איך זאג, השגות אלץ וואס?
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מים חיים האט געשריבן:מאניש דאס איז טאלאנט! צו מיר מאכן לאכן און וויינען ביז טרערן אין די זעלבע צייט, אנבעליוובל

לעצם הענין
איך האב געהאט א רבי וואס האט גערודפט די קינדער בערך ווי אין די מעשה, און אין מיינע יארן האט מען נישט פארציילט פאר די עלטערן ווייל מוואלט געכאפט דאפעלט, ווען איך בין עלטער געווארן און מיין טאטע איז געוואר געווארן וואס סאיז פארגעגענגען (צוליב א שטורעם איבער די מלמד) האט אים זייער געבאדערט פארוואס איך האב אים נישט פארציילט דערוועגן פאר מיין אינגערע ברודער איז געגאנגען צו דעם מלמד, אבער את הנעשה אין להשיב

בנוגע קינדער, איך האב מיר יארן ארומגעדרייט מיט געוויסן ביסן איבער קינדער/בחורים וואס איך האב פארשעמט, און ווען איך האב מיר צאמגענומען די קוראזש זיי איבערצובעטן האבן זיי אדער בכלל נישט געוואוסט פון וואס איך רעד אדער מיר געזאגט אז סבאדערט זיי שוין בכלל נישט

יעצט געליינט אין די שרייבער (צופיל סחורה, סנעמט צייט)
אסאך יודיש געלט האט געשריבן:קינדער דארפן דאס ליינען

פרעגסט אדער דו זאגסט?
איך קלער אויב איך זאל עס געבן פאר מיין אינגל צו ליינען אדער זאל איך אים נישט געבן קיין השגות

אויסער אויב דיין זון ווערט אליינס געפייניגט, אוודאי זאלסטו אין עס געבן! עס איז דאך דיני נפשות!

געליינט לעצטע נפשי איבער ישיבת מאירת ענים פון רעים. רוב בחורים וואס זענען דארט זענען געווען נארמאל ביזן צאמברעכן אלס ערוואקסענע בחורים. זיי זענען געווענטליך געווען אביסל אינטערעסאנט אדער סענסעטיוו. זייער פיל מאל קען מען דירעקט זען ווי רדיפות האבן געפירט צום יעצטיגע מצב ל"ע
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”