אפשר איז שוין געקומען די צייט?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

צו מאניש, אין מילים!

--

און צום ארטיקל, קיינער איז מיר נאכנישט געקומען איבערבעטן.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
אבקש מאדוני, עזרי צורי וקוני, תהא עמי בעת שאגלה קלוני, בשגיאות אל תדוני, ואזכה לשמור ב'אל תונו, הן בדיבורים והן בממוני, לעשות שלום עם שונאי, ולהפיצם מעושר ומעוני, אולי יש אנשים כמוני.

WOW WOW
וואס די האסט מיט מיר געטון דעם ראש השנה (געליינט אינעם שרייבער), מיר געקומען פילע מאל צו וויינען.

די מאכסט א געוואלדיגע ארבעט הומאר געמישט מיט ערנסטקייט...

אויב לויפסט פאר תשרי רב ביסטו מיין ערשטע וואוט.... :grin:
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אפשר איז שוין געקומען די צייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

זעיעך א נעשכול געגרינדעט דורך אונזער מאניש. לויפמער אריין מיט א האנט אויף די מילצן ס'זאל ח"ו נישט פלאצן ל"ע

כ'פאנג אן צו ליינען און יאפ! דער מאניש לייגט אים אראפ מיט אלע פארבן אבער דאס קינד אידאך אזא רחמנות. ס'איז גארנישט אזוי פאני מאניש באנעמט זיך געווענליך נישט חוזק מאכן פון די סארט נעבעכס. אמממ יאפ. ער מאכט טאקע נישט חוזק ער מאכט אויפמערקזאם

איך דערמאן זיך וויאזוי די קינדער פון מיין כיתה האבן ל"ע צוזאמען מיט א מלמד (יאפ. איר זעהט גוט) אפגעשאכטן א אידישע נשמה אויף אייביג

און די פאר וואס האבן זיך ערלויבט צו אים צו מקרב זיין זענען אליינס געווארן מצורעים

געלויבט דער הייליגער באשעפער איך האב נישט געהאט קיין יד דערין אבער יעדעס מאל איך זעה דעם נשמה'לע כאפ איך א ציפ


איך האב אים אמאל געוויזן פאר מיינע קינדער און פארציילט די היסטאריע און זיי אנגעווארנט וואס ס'קען ח"ו פאסירן אויב גיט מען נאר איין קליינע טשעפע אזא צובראכענע נשמה


אפאר יאר צוריק קומט צו מיר צו א חבר מיינער און פרעגט מיר צי ער האט מיר אמאל וויי געטוהן. איך האב באמת נישט געקענט געדענקען אז ער זאל מיר אמאל האבן וויי געטוהן און כ'האב אים געזאגט אז אויב יא בין איך אים זיכער מוחל בלב שלם

ער פרעגט מיר צי איך געדענק אז ער האט איינעם געטשעפעט אבער איך האב נישט געדענקט

און ער ווארפט א באמבע אויף מיין קאפ. לויט וויאזוי די מצב איז יעצט האט ער נישט קיין שום שאנס צו האבן קינדער און ער פרובירט נאכצוגיין צי ער האט איינעם מצער געווען

אוי טאטע!!!
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”