א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
ברוכים הבאים!
בסייעתא דשמיא נאכ'ן אפצייכענען דריי טויזענט תגובות דא אויפן עולם עפן איך די טויערן צו מיין נייע פראגראם וועלכע וועט לויפן דא אויף א טעגליכע פארנעם.
יעדן טאג אינדערפרי נאך שחרית וועט מען ציטיילן פאר סיי ווער עס קומט נאר אריין דא, עפעס א שטיקל צובייס מיט וואס אנצוהויבן דער טאג.
עירוב תבשילין, א געמיש פון געקעכטס. די ווינקל איז א קאלירפולע און ערהאלט א געמיש פון אלעס סארטן. איין טאג א מזונות, איין טאג א שטיקל מילכיג'ס און צומאל א פיינע פרוכט סאלאט.
יעדן טאג אינדערפרי (אמעריקאנער צייט) וועל איך ארויפשטעלן א תגובה. איין טאג א חסידישע דערהער, אן אנדערע טאג פאקטן און ידיעות, ציפערן און סטאטיסטיקס, ביאגראפישע שטריכן פון סיי ווער, א עובדה'לע פון א צדיק אדער סתם א שיינע ווארט, א טשיקאווע נייעס'ל, מילתא דבדיחותא, א דבר הלכה, א שטיקל פאעזיע, אדער צומאל א שיינע פאנאראמיש בילד וועלכע רעדט מער פון ווערטער. יעדן טאג עפעס אנדערש. קורץ און שארף.
אין אמת'ן אריין האב איך געהאט אין פלאן צושטעלן יעדן א פאברייטערטע נארהאפטיגע פרישטאג אויף די לענגס און די ברייטס, נאר דאס ארבעט זיך מיר נישט אויס און פארלאנגט זיך אסאך ארבעט. אזוי אויך וויל איך נישט צושטערן אייערע שלום בית און איר זאלט נישט אהיימקומען אינגאנצן זאט.
איך וויל קלאר שטעלן אז דאס איז אנע פרעשור און איך בין זיך נישט משעבד צו גארנישט. (וואס אין דעם הינזיכט טרעף איך אייוועלט אלס א מעלה, אז קיינער איז נישט משועבד צו קיינעם און מ'קען שרייבן און הנאה האבן אנע איבריגע פרעשור)
אזוי אויך וויל איך קלארשטעלן אז איך בין בכלל נישט קיין ידען און אלצווייסער און ניטאמאל דאס העלפט דערפון, א זוך אקציע אויפן געוועב אדער א נישטער אינעם ספרים שאנק וועט צושטאנד ברענגען דעם דאזיגען אשכול, און צומאל וועל איך מיר נישט צוריקהאלטן פון נאשן עפעס ידיעה'לע אדער שמוע'לע וואס איך האב געליינט דא אויף אייוועלט, מיטן געבן דעם קרעדיט פאר'ן ניק.
נ.ב. אויב איינער האט עפעס א בעסערע נאמען פארן קעפל זאל קומען אין אישי, אזוי אויך, צו קומט דאס אין פאברענגען אדער קרעטשמע?
אנגעהויבן פון מארגן בעזר השם יתברך!

לעצט פארראכטן דורך עירוב תבשילין אום מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 3:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
- פינאנץ מיניסטער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3750
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
פיינע נייעס דאס. אפשר שוין היינט אנהייבן מיטן ערשטן תגובה?
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
נאכאמאזל איך האלט נאך פאר פרישטיג!!!!
שטיל מיר מיין הונגער......
שטיל מיר מיין הונגער......
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
גוטע נייעס דאס. (זיכער נישט אנשטאט דעם באקאנטן מעכי ענד קנעכי שאו.)
שטייט דאך קלאר אזוי: אכל... עירובו... של שהוא... סומך עליו.
#אורי אלערט.

שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
- לעמאן סאדע
- שר האלף
- תגובות: 1641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
- לאקאציע: חק"ס שטיבל
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
נא ! שיק א מצה מיטן לויזן
קוקן ארויס
מז"ט צום 3K
קוקן ארויס
מז"ט צום 3K
- דער הימלישע איד
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7308
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
@עירוב איך האב א געפיל אז די בוזט א אמעריקאנער איך טראכט אזוי פון די וועג וואס די שרייבסט
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
- בעסער אזוי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
די פאזיציע פון וויצע פרעזידענט איז נאך עוועילעבל
זייט נישט קיין שותה לשעבר
זייט נישט קיין שותה לשעבר
(--ווערטערלאז--)
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
שמא קגרים!!
חז"ל דרשנען דאך די וואך.. עקב אשר שמע אברהם בקולי.. אפילו עירוב תבשילין..
נו אאע"ה האט דאך צוגעשטעלט פיינע פרישטאג'ס...

בעסער אזוי האט געשריבן:די פאזיציע פון וויצע פרעזידענט איז נאך עוועילעבל
זייט נישט קיין שותה לשעבר
איר זענט מכובד!
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17780
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
זעמיר דא נאכן קנעכי שאו אינדארסירונג
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
קו הישר האט געשריבן:גוטע נייעס דאס. (זיכער נישט אנשטאט דעם באקאנטן מעכי ענד קנעכי שאו.)
ניין ניין, דאס איז טאקע אן ענליכע מהלך אבער ווייט נישט די זעלבע. איך וועל יעדן טאג פרובירן צו רעדן פון עפעס אנדערש און נישט ציען איין נושא פאר מער ווי א טאג צוויי, אזוי אויך וועט דאס זיין אסאך קורצער, נישט מער ווי עטליכע שורות. אזוי אויך וועל איך לייגן פאעזיע, אדער א חסידישע עובדא'לע, א ווארט אויפן פרשה וכו' בקיצור, אלעס מיט אלעמען, יעדן טאג עפעס אנדערש. כ'האף דו האסט עס ארויס. איך זוך נישט צו קונקערירן מיט קיינעם דא.
איך דאס צוליב דעם ווייל אזוי האב איך די מעגליכקייט צו בארייכערן מיינע ידיעות און אין איינוועגס מהנה זיין דער עולם אז זיי זאלן אויך הנאה האבן.
לעצט פארראכטן דורך עירוב תבשילין אום מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 4:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
א גרויסן דאנק אייך ר' עירוב, ס'וועט אונז זיין א שטארקע הנאה וקורת רוח!
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24350
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
זייער שיין ר' עירוב'ל זאל זיין מיט אסאך אסאך הצלחה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24350
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
אגב, עס איז כדאי צו זאגן די מעניו פין פריער אז מען זאל וויסן אויב מען וויל עסן דא פרישטיג אדער עסן אינדערהיים
יעדער טאג איז דאך אנדערש....
יעדער טאג איז דאך אנדערש....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
מומחה יוחס האט געשריבן:אגב, עס איז כדאי צו זאגן די מעניו פין פריער אז מען זאל וויסן אויב מען וויל עסן דא פרישטיג אדער עסן אינדערהיים
יעדער טאג איז דאך אנדערש....
יעדן טאג א סורפרייז פאר זיך..
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
א גרויסען דאנק פאר די אלע וועלכע קאמענטירן דא.
א גוט ווארט און א שמייכעל פאר א צווייטען דאס געבט אים די שטופ צו גיין ווייטער!

- מעכל קנעכל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7129
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
- לאקאציע: קעגן איבער
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
א פיינע זאך דאס!
זאלסטו האבן אסאך הצלחה און טרעפן טאקע די ריכטיגע זאכן צו לייגן דא פאר אונז.
אונז ווארטן מיט שפאנונג.

חחח...
- Masmid
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4854
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
- לאקאציע: בית המדרש
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
פשיהא!
דער קאכט פיינע תבשילין איינס אין די וועלט!
זאל זיין מיט הצלחה

המאור שבה יחזירנו למוטב!
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6791
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
- לאקאציע: Kollel
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
זייער גוט. אזוי העלעך כאטשיג עסן פרישטאג פריער פון יעצט
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
די ערשטע ביס איז שוין מלא טעם!
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30748
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
דאס איז פריידיגע נייעס! זאל עס זיין מיט אסאך הצלחה.
#סובסקרייבער סובסקרייב
#סובסקרייבער סובסקרייב
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
אה.. א פרישע צופרי...
לאמיר זיך אראפ זעצן, איך זיך א חברותא דא ביז פרישטיג..
מזל טוב צום שלשלת!

איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי
עירוב'ל מ'ענדיג מיר שוין באלד דאווענען,
דער פרישטאג קאכט זיך שוין?
דער פרישטאג קאכט זיך שוין?