א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

אחראי: יאנאש

אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

קרישקעלעך וואס כ'האב צוזאמגענומען אויפן וועג צו דערגיין פארוואס אלע רעגירונגען איבער די וועלט שטופן דעם וואקסין?

נישט ווייל זיי זארגן זיך פאר אונזער געזונט, נאר זיי ווילן נישט ס'זאל זיין מיליאנען פגרים, ווייל סשטערט זייערע פאליטישע אמביציעס.

דאס איז די סיבה פארוואס גאווערנאר דעסאנטיס האט געשטופט 98% עלטערע אין פלארידע צו נעמען דעם וואקסין, ער האט געוואלט ענדיגן דעם מגפה, כדי ער זאל קענען לויפן פאר פרעזידענט.

נתניהו מיט בענעט ביידע האבן געשטופט דעם וואקסין ווייל קראנקע און טויטע ברענגען זיי פאליטישע צרות.

נאך אלעם, טענה'ט דעסאנטיס אז מ'קען כמעט נישט שטארבן מיטן וואקסין (אויסער גאר קראנקע אימיון-קאמפראמיזירטע)
נישטא קיין איין מעדיקעישאן וואס ארבעט גוט.
רעמדעזיוויר איז געווען א פלאפ.

מאלאקולער אנטיבאדיס ארבעט נאר בעפאר מ'ווערט שטארק קראנק.

די נייע פּילל וואס גייט ארויסקומען שטעלט אפ טויטפעלער נאר האלב.

און בכלל זענען די אלע מעדיצינען נישט גוט מיט פארשטייטערן אינפעקציעס.

סאו ניין, מדינת־ישׂראל האט נישט פאר'תכל'עוועט א ביליאן טאלער פאר מיין געזונט, טראמפ האט נישט געספענדעט ביליאנען פארן וואקסין ווייל ער קערט פאר מיר.

זיי האבן עס געטון פאר פאליטישע חשבונות, ווייל מאסן קראנקע און טויטע שטערט זיי פאליטיש.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

יעצט לאמיר טוישן דעם היטל, און דערציילן די קאנספיראציע. ווייל איך בין נישט קיין נאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

פייזער און מאדערנא מאכן זיך כאילו זיי זענען א פאבליק קאמפאני, למעשה ווערן זיי געפירט דורך בילל געיטס און א קאבאל פון אינטערנאציאנאלע פארברעכערס.

די קאמפאניס זענען נישט דא צו מאכן געלט פון געלונגענע מעדיקעישאנס, זיי זענען דא צו אויס'הרג'ענען די גאנצע וועלט (ווינדאוס פארקויפט זיך גאר גוט אויפן בית עולם)
די קאמפאניס זענען נישטא צו ברענגען געלונגענע רווחים פאר זייערע שעירהאלדער, זיי נוצן די פראפיטן צו אונטערקויפן אלע רעגירונגען מיט גוטן און מיט בייזן.

יעדן דינסטאג באקומט דאנאלד טראמפ א ביטקוין דעליווערט צו זיין קוינבעיס אקקאונט, אין די זעלבע צייט באקומט יעדער וועלט'ס פירער, יעדער פרעזידענט, גאווערנאר, מעיאר, אלע לענדער, אלע פארטייען, אלע רעגירונג ארבייטערס, אריינגערעכנט אלע עף בי איי אגענטן, שב"כ, יעדער יעדער באקומט באצאלט, ס'קאסט פייזער א טריליאן טאלער, זיי האלטן אויך אויף א מיליציע וואס מאכן שטיל יעדער וויסלבלאוער, אבער וואס טוט מען נישט צו אויס'הרג'ענען די וועלט.

אבער דאס איז נאר דער אנהויב.

די טשיפס.
דאס איז עפעס מורא'דיג, א קליינטשיגער רינענדיגער אומזעבארער טשיפ, וואס קומט מיט א רינענדיגע בעטערי, 5G signal, יעדער באטל וואקסין קומט מיט פינף דאזעס, די טויזנטער פארמאסיסטן לערנען זיך וויאזוי צו מאכן זיכער יעדער באקומט איין אומזעבארער טשיפ, ווייל ס'איז דא פונקטליך פינף טשיפס אין דעם באטל.

אבער דא איז אינוואלווד אלע פאון קאמפאניס איבער די וועלט, מיט טויזנטער ארבייטער וואס אינסטאלירן 5G טאוערס, כאילו פאר שנעלערע דעיטע( :lol:), אבער דאס איז אלעס כדי צו טרעקן די גאנצע וועלט פאפולאציע.

די אויבערשטע פינף שטאקן פון די יו ען איז דעדיקעיטעד צו טרעקן די זיבן ביליאן מענטשן פאר די קומענדיגע פאר חדשים (דער טשיפ באטעריע האלט זיך נישט לענגער, אבער ווער דארף טרעקן טויטע?)

מ'קען מיך נישט איינרעדן זאכן, איך בין גאר גאר קלוג.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

איך האב גענומען טיילענאל בעררי פלעיווארד אלץ קינד, איך באקום מער קיינמאל נישט קיין קאפוויי.

איך בין מסכים צו באקומען קאוויד יעדעס יאר, נישט געפערליך, שטארבן אויס פינף אלטע ק@#@#ס, אבער ח"ו נישט נעמען דעם וואקסין וואס אלע סטעיטס, אלע שטעט, אלע לענדער, אלע דאקטוירים, יעדער יעדער, קאנספירירט מיך צו זאגן אז ס'איז נישט שעדליך, וויפיל היסטאריע איז דא אויפן וואקסין? כ'וועל ענדערש נעמען קאוויד יערליך, ווייל אויף דעם איז שוין דא א מיליאן יאר היסטאריע, און יעדער ווייסט אז ס'האט גארנישט קיין לאנג-טערמיניגע עפעקטן.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

באלאנגט אין פארברענגען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

ביי מיין צווייטע דאזע האט זיך בטעות די ערשטע טשיפ נישט אפדעיטעד צו די נייע (זעהט אויס אז אין עזרא ארבעט נידט 5G) אזוי אז איך בין געבליבען מיט צוויי טשיפ'ס.
זינט דאן באקום איך דאפאלט ראבא קאל'ס פון טוביה מאיר (זעהט אויס אז האט זיך איינגעהאנדלט די טרעקינג אינפא).
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
דוד װיזעלטיר
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:29 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד װיזעלטיר »

יואל פעלזן האט געשריבן:וויפיל היסטאריע איז דא אויפן וואקסין? כ'וועל ענדערש נעמען קאוויד יערליך, ווייל אויף דעם איז שוין דא א מיליאן יאר היסטאריע, און יעדער ווייסט אז ס'האט גארנישט קיין לאנג-טערמיניגע עפעקטן.

אזוי ווי דער מדרש זאגט אמרה יהיו מזונותי מרורין כזית בידו של הקב"ה ולא מתוקין כדבש בידי בשר ודם
וואס? א קיש אין נאז!
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

יואל פעלזן האט געשריבן:איך האב גענומען טיילענאל בעררי פלעיווארד אלץ קינד, איך באקום מער קיינמאל נישט קיין קאפוויי.

איך בין מסכים צו באקומען קאוויד יעדעס יאר, נישט געפערליך, שטארבן אויס פינף אלטע ק@#@#ס, אבער ח"ו נישט נעמען דעם וואקסין וואס אלע סטעיטס, אלע שטעט, אלע לענדער, אלע דאקטוירים, יעדער יעדער, קאנספירירט מיך צו זאגן אז ס'איז נישט שעדליך, וויפיל היסטאריע איז דא אויפן וואקסין? כ'וועל ענדערש נעמען קאוויד יערליך, ווייל אויף דעם איז שוין דא א מיליאן יאר היסטאריע, און יעדער ווייסט אז ס'האט גארנישט קיין לאנג-טערמיניגע עפעקטן.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דו ביזט די באקאנטער יואל פעלזן??? זאגסטעך יא גוט.....
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א פיצעלע פראגע, די טענה אויפן וואקסין איז אז מ'ווייסט נישט די לאנגע טערמין סייד אפעקטס צוליב וואס מ'האטעס נאכנישט גענוג לאנג געטעסט, וויאזוי איז קאוויד אליינס בעסער אין דעם פרט?
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א פיצעלע פראגע, די טענה אויפן וואקסין איז אז מ'ווייסט נישט די לאנגע טערמין סייד אפעקטס צוליב וואס מ'האטעס נאכנישט גענוג לאנג געטעסט, וויאזוי איז קאוויד אליינס בעסער אין דעם פרט?

שב ואל תעשה עדיף.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

איך בין קלוג, איך ווייס אז ס'איז דא א קאנספיראציע פון צען מיליאן מענטשן איבער די וועלט מיך אויסצונארן, איך מאך אבער מיין ריסורטש וואס כ'האב גוט געהערט די וו.נ. פון עדיט בת לעיע פיר מאל, און איך ווייס אז די פלארידע צייטונגען און רעגירונג דערציילן נישט די מעשה, אז א פרוי איז געווארן פארלאזירט, ווייל אלע צייטונגען איבער די וועלט באקומען יעדער איינער, צען דאדזשקוין א חודש, נישט צו דערציילן איבער בת לעיע, אבער איך בין קלוגער פון דעם.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

עובדיה האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א פיצעלע פראגע, די טענה אויפן וואקסין איז אז מ'ווייסט נישט די לאנגע טערמין סייד אפעקטס צוליב וואס מ'האטעס נאכנישט גענוג לאנג געטעסט, וויאזוי איז קאוויד אליינס בעסער אין דעם פרט?

שב ואל תעשה עדיף.

שב ועל תעשה מיינט, באקומען קאוויד, וואס הרג'עט איינס פון יעדע פון אונזערע עלטערן.

שב ועל תעשה איז, ווי צו גיין ווי שאף צו די שחיטה.

מ'האט שוין געגעבן דעם וואקסין פאר מיליאנען מענטשן.
און מאדערנא האט שוין געטעסט אן ענדליכע mRNA וואקסין אויף מייז און מענטשן זינט 2017.

קיין שום לעבנסלענגליכע סייד עפעקטס!!!

די פארמאסוטיקעלס ווילן אונז ארייננארן מיט דעם צוואנציג טאלער'דיגער וואקסין, זיי ווילן נישט מיר זאלן נעמען רעמדעזיוויר פאר $3,120, מאנאקולאר אנטיבאדיס פאר $2,100, אדער $700 פאר די נייע דראג, זיי ווילן אויך נישט אונז זאלן אנקומען אין שפיטאל און צאלן $***,***, זיכער ווילן זיי נישט מיר זאלן שטארבן פון קאוויד, ווי יעדער דאקטאר באקומט א $45,000 טשעקל פאר יעדער קאוויד טויטעס שיין.

אבער לאמיר נישט רעדן פון זיי, וויפיל היסטאריע האבן זיי פונעם וואקסין? אכצן חדשים און ביליאנען מענטשן?!

לאמיר רעדן פון אנדערע רפואות, וואס זענען בדוק ומנוסה, איך האב עס געליינט אינעם היום יום און אינעם בארא פארקער שקר בלעטל, אויפקאכן ציבעלעך אויף א מיטעלער פלאם, צולייגן איין ראד קנאבל, א דרייפערטל אינגבער, דערנאך עס שמעקן גראד אין בעגינען, און מ'ווערט פטור פון קאוויד.

אויב ווילסטו דווקא יא גיין צום דאקטאר, אומבאדינגט בעטן קלארין, כ'מיין צו זאגן קלאראקווין, אפילו קיינער נעמט עס מער נישט, אבער דאס איז וועגן די דראג קאמפעני געלטער, אפילו טראמפ האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן און נישט גענומען היידראקסיקלאראקווין, ווייל ער איז אויך אין די פאקעט פון געיטס-פאוטשי טעראריסטן.

אבער פארוואס רעדן מיר פון אלטע זאכן, לאמיר נישט רעדן פון די פערדן וואס גלייבן אלעס, לאמיר רעדן פון די פערדן מעדיצין זעלבסט: אייווערמעקטין, ווייל אונז לאזן זיך נישט פון די מערדערליכע דאקטוירים וואס ווילן אונז אלע הרג'ענען, איך האב געזען אויפן געוועב אז דאס היילט גראד אויס אלעס, און גוגל באהאלט אלע שטודיעס וואס זאגן קלאר אז אייווערמעקטין איז נישט פאר בהמות, ווייל מיר זענען דאך נישט קיין בהמות, מיר מאכן "ריסוירטש"...
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

סיינס אויף די גאסן, און לעמפ וואס זאגן ווען און וואו זיך אפצושטעלן, איז נישט פאר מיר, די רעגירונג מיינט נישט אונזער טובה, איך ווייס אז ס'איז א קאנספיראציע.

וועגן דעם גיי איך מיך מער נישט אפשטעלן, טאקע דערפאר ווייל זיי טיילן מיך איין.

זאג מיר נישט וואס צו טון, ס'איז קעגן די קאנסטיטוציע צו צווינגען איינעם צו נעמען א וואקסין, אפילו א וואקסין מאנדאט איז עלטער ווי די קאנסטיטוציע אלייינס, נאך פון דעם קאמוניסט דזשארזש וואשינגטאן, און קאנפירמירט דורך יעדער סופרים קאורט ביז היינט, ועד בכלל.

ווער רעדט נאך אז ס'איז ביזדערווייל נישטא קיין שום מאנדאט אין אמעריקע, אויסער פאר העלטקעיר ארבעטערס אין געציילטע סטעיטס, און רעגירונג ארבייטער אין טייל שטאטן, ווי אויך טייל פעדעראלע רעגירונג ארבייטער און די וואס טוען ארבעט פאר די רעגירונג.

מ'ווייסט דאס נישט, אבער לויט די פעדעראלע געזעץ מעג דיך א בעה"ב פֿייערן פאר קיין שום סיבה, זאל זיין ווייל דו ביסט א דעמאקראט, ווייל דו רייכערסט, ווייל דו ביסט א דזשינדזשי, דאס הייסט 'עט-וויל', ס'שטייט נישט אין די קאנסטיטוציע אז דו מוזט האלטן דיין קלינינג דזשאב אין שפיטאל (איך זאג נישט דאקטוירים, ווייל זיי זענען כמעט-אלע וואקסינירט חדשים צוריק, דער גאנצער ווידערשטאנד קומט פון מערסטנס מינאריטעטן, ארימע, און אומערצויגענע. אמת'דיג, ווי ווייניגער עדיוקעישן אלץ ווייניגער וואקסינירטע. קענסט עס גוגלען)
אין ניו יארק סיטי קען יעדער גיין און קומען וואו מ'וויל, אויב ווילסטו אבער רייכערן, אדער ברענגען א קאוויד סכנה פאר אנדערע, ביטע זיצן אינדרויסן.

ס'איז דא א שפריכווארט אין אמעריקע:

"דיין רעכט צו ווארפן דיין פויסט, ענדיגט זיך ווי מיין נאז פאנגט זיך אן"

וואס מענטשן ווייסן נישט איז, אז דאס האט געזאגט דער סופרים קאורט לגבי א וואקסין מאנדאט.

למעשה, ווי געזאגט, איז נישטא קיין מאנדאט אין אמעריקע, נאר אין טייל פלעצער איז עס א חלק פון דעם בעה"ב/רעגירונג רעכט דיך צו האלטן עמפלאויד אדער נישט.

אפילו דער קומענדיגער אושע רול גייט זאגן אז מ'זאל זיך טעסטן וועכנטליך, ביז דער פאנדעמיע גייט אוועק.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

די דעיטע פון די דריי מדינת־ישׂראל סעמי-פריוואטע אינשורענס פירמעס וואס ווערט געפיטערט צו א גרויסע דאטאבעיס ווייזט, אז ס'דא נאר א זיבן פראצענטיגער שאנס פון באקומען א פאזיטיוו טעסט פאר די וואס זענען אינגאנצן וואקסינירט.

כאכאכא, ווער גלייבט די ציונים?

א פיר פראצענטיגער שאנס צו זיין שטארק קראנק פאר די וואס זענען אינגאנצן וואקסינירט :lol:

די פייזער געלטער ארבעט אווערדרייוו, מיר זענען קלוגער פון דעם, מיר מאכן "ריסוירטש".

כמעט קיין איין וואקסינירטער שטארבט נישט!!!

דער נתניהו-בענעט קאבאל וואס פרובירט צו אומברענגען גאנץ כלל ישראל רח"ל מיט זייער פאלשע דאטא.

די נאראנים מעקעלעך גלייבן נאך, אבער מיר האבן אלע געהערט עדיט בת לעיע,און די קאטלער צדיקת.

https://datadashboard.health.gov.il/COVID-19/general
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

דוד װיזעלטיר האט געשריבן:
יואל פעלזן האט געשריבן:וויפיל היסטאריע איז דא אויפן וואקסין? כ'וועל ענדערש נעמען קאוויד יערליך, ווייל אויף דעם איז שוין דא א מיליאן יאר היסטאריע, און יעדער ווייסט אז ס'האט גארנישט קיין לאנג-טערמיניגע עפעקטן.

אזוי ווי דער מדרש זאגט אמרה יהיו מזונותי מרורין כזית בידו של הקב"ה ולא מתוקין כדבש בידי בשר ודם

אבער קאווייד איז דאך אויך מען מעיד...?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: אראפ פון אמט

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

צ\ק
דאס איז אפשר פשט פונעם מאנגל אויף סעמי קאנדאקטער טשיפס, וויבאלד אלעס איז פארנוצט פאר די וואקסינען...
’נישט פאר שוואכע הערצער’
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

יואל פעלזן האט געשריבן:
עובדיה האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א פיצעלע פראגע, די טענה אויפן וואקסין איז אז מ'ווייסט נישט די לאנגע טערמין סייד אפעקטס צוליב וואס מ'האטעס נאכנישט גענוג לאנג געטעסט, וויאזוי איז קאוויד אליינס בעסער אין דעם פרט?

שב ואל תעשה עדיף.

שב ועל תעשה מיינט, באקומען קאוויד, וואס הרג'עט איינס פון יעדע פון אונזערע עלטערן.

שב ועל תעשה איז, ווי צו גיין ווי שאף צו די שחיטה.

איך האב נישט גערעדט בכלליות נאר אין דעם פרט

יואל פעלזן האט געשריבן:מ'האט שוין געגעבן דעם וואקסין פאר מיליאנען מענטשן.
און מאדערנא האט שוין געטעסט אן ענדליכע mRNA וואקסין אויף מייז און מענטשן זינט 2017.

קיין שום לעבנסלענגליכע סייד עפעקטס!!!

ווי איך פארשטיי זענען אבער די קאוויד וואקסינען נישט געטעסט געווארן אויף קיין בעלי חיים, משא"כ אלע אנדערע וואקסינען וואס מפלעגט אייביג טעסטן אויף בעלי חיים פאר'ן עס באשטעטיגן פאר מענטשן.
לעצט פארראכטן דורך עובדיה אום דינסטאג אקטאבער 19, 2021 8:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

יואל פעלזן האט געשריבן:
עובדיה האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א פיצעלע פראגע, די טענה אויפן וואקסין איז אז מ'ווייסט נישט די לאנגע טערמין סייד אפעקטס צוליב וואס מ'האטעס נאכנישט גענוג לאנג געטעסט, וויאזוי איז קאוויד אליינס בעסער אין דעם פרט?

שב ואל תעשה עדיף.

שב ועל תעשה מיינט, באקומען קאוויד, וואס הרג'עט איינס פון יעדע פון אונזערע עלטערן.

שב ועל תעשה איז, ווי צו גיין ווי שאף צו די שחיטה.

מ'האט שוין געגעבן דעם וואקסין פאר מיליאנען מענטשן.
און מאדערנא האט שוין געטעסט אן ענדליכע mRNA וואקסין אויף מייז און מענטשן זינט 2017.

קיין שום לעבנסלענגליכע סייד עפעקטס!!!

כ'האב געמאכט אן אינטרעסאנטן חשבון פאר די וואס ווילן נישט נעמען עפעס וואס איז נאכנישט אויספרובירט געווארן גענוג, אז מער קאוויד וואקסינען זענען שוין געגעבן געווארן איבער די וועלט וויפיל טעלערס טשולענט ס'זענען געגעסן געווארן זינט טשולענט עקזיסטירט, סאו אויב האט איר מורא, ס'איז דא פון וואס.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

יואל פעלזן האט געשריבן:ס'איז דא א שפריכווארט אין אמעריקע:

"דיין רעכט צו ווארפן דיין פויסט, ענדיגט זיך ווי מיין נאז פאנגט זיך אן"

;l;p- ;l;p- ;l;p-

Like
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Love love love
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Iphone האט געשריבן:Love love love

RT
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

את פתח לו האט געשריבן:
יואל פעלזן האט געשריבן:ס'איז דא א שפריכווארט אין אמעריקע:

"דיין רעכט צו ווארפן דיין פויסט, ענדיגט זיך ווי מיין נאז פאנגט זיך אן"

;l;p- ;l;p- ;l;p-

Like

מיר גלייכן דאס
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

יואל פעלזן האט געשריבן:קרישקעלעך וואס כ'האב צוזאמגענומען אויפן וועג צו דערגיין פארוואס אלע רעגירונגען איבער די וועלט שטופן דעם וואקסין?

נישט ווייל זיי זארגן זיך פאר אונזער געזונט, נאר זיי ווילן נישט ס'זאל זיין מיליאנען פגרים, ווייל סשטערט זייערע פאליטישע אמביציעס.

דאס איז די סיבה פארוואס גאווערנאר דעסאנטיס האט געשטופט 98% עלטערע אין פלארידע צו נעמען דעם וואקסין, ער האט געוואלט ענדיגן דעם מגפה, כדי ער זאל קענען לויפן פאר פרעזידענט.

נתניהו מיט בענעט ביידע האבן געשטופט דעם וואקסין ווייל קראנקע און טויטע ברענגען זיי פאליטישע צרות.

נאך אלעם, טענה'ט דעסאנטיס אז מ'קען כמעט נישט שטארבן מיטן וואקסין (אויסער גאר קראנקע אימיון-קאמפראמיזירטע)
נישטא קיין איין מעדיקעישאן וואס ארבעט גוט.
רעמדעזיוויר איז געווען א פלאפ.

מאלאקולער אנטיבאדיס ארבעט נאר בעפאר מ'ווערט שטארק קראנק.

די נייע פּילל וואס גייט ארויסקומען שטעלט אפ טויטפעלער נאר האלב.

און בכלל זענען די אלע מעדיצינען נישט גוט מיט פארשטייטערן אינפעקציעס.

סאו ניין, מדינת־ישׂראל האט נישט פאר'תכל'עוועט א ביליאן טאלער פאר מיין געזונט, טראמפ האט נישט געספענדעט ביליאנען פארן וואקסין ווייל ער קערט פאר מיר.

זיי האבן עס געטון פאר פאליטישע חשבונות, ווייל מאסן קראנקע און טויטע שטערט זיי פאליטיש.

עההה........

זיי מיינען דאך נאר מיין טובה.

כ'מיין... וואס ווילסטו?

קיינער האט פון מיר נישט געטראכט קיין רגע
פראביר אפילו נישט צו זאגן אנדערש.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: יעצט לאמיר טוישן דעם היטל, און דערציילן די קאנספיראציע. ווייל איך בין נישט קיין נאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

יואל פעלזן האט געשריבן:פייזער און מאדערנא מאכן זיך כאילו זיי זענען א פאבליק קאמפאני, למעשה ווערן זיי געפירט דורך בילל געיטס און א קאבאל פון אינטערנאציאנאלע פארברעכערס.

די קאמפאניס זענען נישט דא צו מאכן געלט פון געלונגענע מעדיקעישאנס, זיי זענען דא צו אויס'הרג'ענען די גאנצע וועלט (ווינדאוס פארקויפט זיך גאר גוט אויפן בית עולם)
די קאמפאניס זענען נישטא צו ברענגען געלונגענע רווחים פאר זייערע שעירהאלדער, זיי נוצן די פראפיטן צו אונטערקויפן אלע רעגירונגען מיט גוטן און מיט בייזן.

יעדן דינסטאג באקומט דאנאלד טראמפ א ביטקוין דעליווערט צו זיין קוינבעיס אקקאונט, אין די זעלבע צייט באקומט יעדער וועלט'ס פירער, יעדער פרעזידענט, גאווערנאר, מעיאר, אלע לענדער, אלע פארטייען, אלע רעגירונג ארבייטערס, אריינגערעכנט אלע עף בי איי אגענטן, שב"כ, יעדער יעדער באקומט באצאלט, ס'קאסט פייזער א טריליאן טאלער, זיי האלטן אויך אויף א מיליציע וואס מאכן שטיל יעדער וויסלבלאוער, אבער וואס טוט מען נישט צו אויס'הרג'ענען די וועלט.

אבער דאס איז נאר דער אנהויב.

די טשיפס.
דאס איז עפעס מורא'דיג, א קליינטשיגער רינענדיגער אומזעבארער טשיפ, וואס קומט מיט א רינענדיגע בעטערי, 5G signal, יעדער באטל וואקסין קומט מיט פינף דאזעס, די טויזנטער פארמאסיסטן לערנען זיך וויאזוי צו מאכן זיכער יעדער באקומט איין אומזעבארער טשיפ, ווייל ס'איז דא פונקטליך פינף טשיפס אין דעם באטל.

אבער דא איז אינוואלווד אלע פאון קאמפאניס איבער די וועלט, מיט טויזנטער ארבייטער וואס אינסטאלירן 5G טאוערס, כאילו פאר שנעלערע דעיטע( :lol:), אבער דאס איז אלעס כדי צו טרעקן די גאנצע וועלט פאפולאציע.

די אויבערשטע פינף שטאקן פון די יו ען איז דעדיקעיטעד צו טרעקן די זיבן ביליאן מענטשן פאר די קומענדיגע פאר חדשים (דער טשיפ באטעריע האלט זיך נישט לענגער, אבער ווער דארף טרעקן טויטע?)

מ'קען מיך נישט איינרעדן זאכן, איך בין גאר גאר קלוג.

דא דינג איך מיר אויף 2 זאכן. (די אנדערע ווייס איך נישט.)

1)
יואל פעלזן האט געשריבן:די אויבערשטע פינף שטאקן פון די יו ען איז דעדיקעיטעד צו טרעקן די זיבן ביליאן מענטשן פאר די קומענדיגע פאר חדשים

עס איז נישט די יו ענ. עס איז די ביל געיטס וחבורתו.

2)

יואל פעלזן האט געשריבן:
מ'קען מיך נישט איינרעדן זאכן, איך בין גאר גאר קלוג.

ניין, מ'קען דיר אויך איינרעדן, און ביסט נישט אזוי קלוג.

אגב! גוט אראפגעלייגט, הגם דער ערשטער תגובה איז כולו אמת.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

יואל פעלזן האט געשריבן:איך האב גענומען טיילענאל בעררי פלעיווארד אלץ קינד, איך באקום מער קיינמאל נישט קיין קאפוויי.

איך בין מסכים צו באקומען קאוויד יעדעס יאר, נישט געפערליך, שטארבן אויס פינף אלטע ק@#@#ס, אבער ח"ו נישט נעמען דעם וואקסין וואס אלע סטעיטס, אלע שטעט, אלע לענדער, אלע דאקטוירים, יעדער יעדער, קאנספירירט מיך צו זאגן אז ס'איז נישט שעדליך, וויפיל היסטאריע איז דא אויפן וואקסין? כ'וועל ענדערש נעמען קאוויד יערליך, ווייל אויף דעם איז שוין דא א מיליאן יאר היסטאריע, און יעדער ווייסט אז ס'האט גארנישט קיין לאנג-טערמיניגע עפעקטן.

:lol:

טאקע נישט קיין מיליאן יאר (וואס?), אבער קאוויד האט דאך א היפש לענגערע היסטארי ווי די וואקסינס.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”