א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

אחראי: יאנאש

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אגב, וואס דאס א פעליטאן?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:אגב, וואס דאס א פעליטאן?

פעליטאן (אדער פעליעטאן) איז אין ענגליש א feature article. א געוויסער סטיל אין שרייבן צו געבן א בעסערן פארשטאנד אין א נושא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

יישר כח פאר די קאמפלימענטן, סיי דא, און סיי פריוואט, און סיי אין גאס.

ס'איז זיכער אז מ'דארף אביסל הומאר, ס'דא מענטשן אויף ביידע זייטן וואס נעמען עס צו ערנסט.

לדעתי איז נישטא אזא שטארקע נחיצות פאר יונגע מענטשן צו נעמען דעם שאַט, ספעציעל אויב האבן זיי שוין געהאט דעם ווירוס. אפילו ס'איז פארשטענדליך אז די רעגירונגען איבער די וועלט ווילן יא עס געבן פאר קינדער, האפנדיג צו פארשטייטערן דאס פארשפרייטן.

פון די אנדערע זייט דארף מען אויפהערן דאס אפשרעקן, ווייל דאס מאכט אז אימיון-קאמפראמיזירטע און עלטערע נעמען נישט דעם וואקסין, וואס איז גאר וויכטיג פאר זיי.

די מאנדאטן פון די ליבעראלן אין סיטי, סטעיט און די-סי איז נישט לרוחי, ווייל ס'מאכט אסאך פון אונז פארגעסן אז סאיז איינע פון פרעזידענט טראמפס שטארקע דערגרייכונגען, ס'איז נישט עפעס וואס ביידען האט געברענגט, און ס'בעקפייערט.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
יואל פעלזן האט געשריבן:איך האב גענומען טיילענאל בעררי פלעיווארד אלץ קינד, איך באקום מער קיינמאל נישט קיין קאפוויי.

איך בין מסכים צו באקומען קאוויד יעדעס יאר, נישט געפערליך, שטארבן אויס פינף אלטע ק@#@#ס, אבער ח"ו נישט נעמען דעם וואקסין וואס אלע סטעיטס, אלע שטעט, אלע לענדער, אלע דאקטוירים, יעדער יעדער, קאנספירירט מיך צו זאגן אז ס'איז נישט שעדליך, וויפיל היסטאריע איז דא אויפן וואקסין? כ'וועל ענדערש נעמען קאוויד יערליך, ווייל אויף דעם איז שוין דא א מיליאן יאר היסטאריע, און יעדער ווייסט אז ס'האט גארנישט קיין לאנג-טערמיניגע עפעקטן.

:lol:

טאקע נישט קיין מיליאן יאר (וואס?), אבער קאוויד האט דאך א היפש לענגערע היסטארי ווי די וואקסינס.

Moderna actually tested an mRNA vaccine on nice and people since 2017 (first for H1N1)
they were already working on the Covid vaccine in Jan 2020 before it arrived in America.
They started animal and human trials right away.
Operation Warp Speed was really one of the most successful operations by a government.

און יא, מיר האבן היסטאריע מיט קאוויד, טויזנט היימישע אידן האבן באצאלט מיטן לעבן.

טויזנטער אנדערע פלאגן זיך נאך אלץ מיט לאנג-קאוויד, אריינגערעכנט אסאך עלטערע אידן וואס האבן זיך קיינמאל נישט ערהוילט, טייל האבן שוין אויסגעהויכט די נשמות ה"י.

רוב רובם פון אונזערע עלטערע אידן האבן גענומען דעם שאַט. קענסט איינער וואס איז אוועק???

איך אויך נישט.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

יואל פעלזן האט געשריבן:ס'איז זיכער אז מ'דארף אביסל הומאר, ס'דא מענטשן אויף ביידע זייטן וואס נעמען עס צו ערנסט.

;l;p- נישט אז עס איז נישט אן ערענסטע נושא, אבער נאכאלץ
יואל פעלזן האט געשריבן:לדעתי איז נישטא אזא שטארקע נחיצות פאר יונגע מענטשן צו נעמען דעם שאַט, ספעציעל אויב האבן זיי שוין געהאט דעם ווירוס.

;l;p-
לעצט פארראכטן דורך Who knows אום דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 4:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

יא, די קאמפאניס זענען דא צו מאכן געלט, און נאר וועגן דעם קומען זיי ארויס מיט גוטע מעדיצינען.

ס'איז דא א גאנצע סקאנדאל ביי די לינקע היתכן די קאמפאניס ווילן מאכן געלט, און זענען נישט מנדב דאזעס פאר די ארימע.

ניין, מאדערנע וויל נישט אויס'הרג'ענען די וועלט, זיי ווילן די מאקסימום פראפיטן פאר זייער קאמפאניס.

און נאר וועגן דעם איז דא אזא סוקסעספולער וואקסין און אנדערע מעדיצינען.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

הער אויס.

ס'איז דא דעיטע וואס יעדער קען זען, און איך רעד פון דאטא וואס רעגירונג העלט דעפארטמענטס איבער די גאנצע וועלט זאגן, נישט זאכן וואס קומען פון סתם פריוואטע בלאגס און סקרינשאטס פון טוויטס.

הער אויס צושטאטעלעך.

יעדער קען באקומען דעם וויירוס, קינדער און עלטערע.

פאר עלטערע און שוואכע איז עס א שטארקע סכנה, פאר יונגע איז עס א קלענערע סכנה (איך ווייס פון א טינעידזשער וואס איז יעצט אין שפיטאל פון קאוויד!) אבער מיר זענען מסכים אז ס'איז בערך די זעלבע סכנה פאר יונגע ווי דער פלו, יא ליידער זענען אוועק קינדער פונעם פלו אויך.

* מענטשן וואס האבן באקומען די שאט האבן אמווייניגסטנס 50% קלענערע שאנס צו ווערן אינפעקטירט (דאס פאלט נאך x חדשים, דעריבער גיבט מען בוסטערס).

* די וואס באקומען יא דורכברעכנדע אינפעקציעס באקומען דאס גאר שוואך, פאר א קורצערע צייט, רוב אן קיין סימפטאמען, כמעט קיינער קומט נישט אן אין שפיטאל, וואס מיינט אז זיי האבן א קלענערער קורצערער שאנס דאס צו געבן ווייטער.

איז גאר פארשטענדליך פארוואס מ'וויל עס געבן אויך פאר יונקי שדיים.

יעצט די דעבאטע איבער מענטשן וואס האבן שוין געהאט דעם ווירוס איז א גערעכטער, און ספאדערט זיך אן עקסטערע אפהאנדלונג.

איך וואלט פארגעשלאגן אז די קאנספיראציע טעאריקער זאלן זיך האלטן אין זייער ליניע אז אלע פאליטישאנס ווילן אונז אויס'הרג'ענען און יעדער זאגט ליגנט, און אז 95% פון די וועלט גייט ווי שאף צום שחיטה.

און נאר א קומץ קטן, מערסטנס פון די בני חם פארשטייען טאקע דעם אמת.

זאגט אונז נישט וואס די סייענס זאגט, ווייל מיר האבן אינטערנעט עקסעס, און מיר זעען די סייענס.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

רוב ווייסע אמעריקאנער האבן געהאט דעם שאַט, רוב שווארצע אמעריקאנער נישט.

דאס איז נישט דווקא ווייל די שווארצע זענען נארישער, ס'איז ווייל שווארצע, מפני איזה סיבה שהיא, האט א קלענערע פראצענט ערצויגענע, און די נאמבערס ווייזן אז ווי מער געבילדעט א מענטש איז, אלץ מער איז ער וואקסינירט, די זעלבע מיט רייכטום, ווי רייכער א מענטש איז, אלץ מער וואקסינירט איז ער, און וויבאלד ס'איז דא זייער אסאך שווארצע ארימע, זענען זיי נישט וואקסינירט.

איך גיי זאגן עפעס וואס גייט קעגן די מעינסטריעם, אבער איז א פאקט, די סיבה פארוואס אסאך דרום שטאטן האבן ווייניגער וואקסינירטע איז וועגן זיי האבן מער מינאריטעטן.

אין די אלע רויטע סטעיטס זענען די ווייסע (מערסטנס רעפובליקאנער) וואקסינירט, און די שווארצע זענען ווייניגער.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

נעם פלארידא למשל, ווי כמעט 98% פון עלטערע זענען וואקסינירט.

ביי העכער 12 יאר זענען 56% ווייסע וואקסינירט, און בלויז 36% שווארצע, ווידעראום ביי ספאנישע האבן 54% געהאט דעם שאַט (די פלארידע ספאנישע זענען מער רעפובליקאנער געשטימט)
לאמיר רעדן תכלית!
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

זייער קלאר ר' יואל. איך וויל נאר פארשטיין פארוואס פארלאנגט מען פון מענטשען וואס האבן שוין געהאט קאוויד וואס אלע סטאדיס ווייזן אז זיי זענען באשיצט פונקט אזוי אדער נאכמער פון די וואס האבן גענומען די וואקסין, צו נעמען א וואקסין. אינדערצייט וואס אלע אנדערע וואקסינען ווערן נישט אפילו רעקעמאנדירט פאר די וואס האבן נאטירליכע אימיוניזאציע.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

איך האב א שטיקל מאדנע שאלה, און איך ווייס נישט אויב עס קומט אין א אשכול אדער נישט.

די שאלה איז קאמפליצירט אבער לאמיר עס פרעגן גראד אין אפען, פארוואס איז אין וויליאמסבורג דא אסאך א גרעסערע פראצענט אנטי- וועקסערס ווי אין בארא פארק?

וואס מאכן די ווילאמסבורגע כאניאקישע אידן מער גלייבן אין כל מיני קאנספעראציעס, אז אלע רעגירונגען מכל קצוות תבל האבן זיך צוזאמגענומען מיט איין ציהל, צו אפווישן די מענטשליכע ראסע פונעם ערד קוגל (פארשטייט זיך אז אנדערע באשעפענישן באקומען נישט די וואקסין)?

פארוואס ווען איך הייב אהן מסביר זיין פאר איינעם אז איך האב געהערט א דרשה פון איינע פון די דיינים אין ירושלים, ווי ער איז מסביר דארט אז ביל געיטס און זיינס אין גלייכן האבן א געפערליכע קנאה צו די גרויסע קינדער געבענטשטע משפחות (ווי כאילו ער וואלט נישט געקענט ערלויבן א גרויסע פאמיליע) און די גאנצע סיבה פארוואס זיי האבן געמאכט די וואקסין איז צו אפשטעלן אונז היימישע אידן פון האבן נאך קינדער, אויב וואוינט דער צוהערער אין בארא פארק וועט ער מיר זאגן אז די מיט דיין אינאיינעם ברויכן וויכטיג זעהן א דאקטאר, אבער אין ווילאמסבורג וועט יענער פרעגן מיט עקסטאז ״וועלכע דיין האט דאס געזאגט״? און נאך צוגעבן א שפיי צו די זייט צולייגענדיג, יימח שמם, ערגער ווי די נאציס.

פארוואס ווען איך פארצייל פאר איינע פון מיינע בארא פארקער חברים אז איך האב גענומען ביידע דאזעס פון פייזער וועט ער אדער זאגן אז ער אויך, אדער זיך פארענפערן אז ער האט פשוט נישט קיין צייט צו גיין אין עירדזשינט קעיר, און ווען איך וועל ח״ו זאגן פאר א וויליאמסבורגע ידיד אז איך האמיר געשטאכן, וועט ער מיר עפענען א ברייטע פאר אויגן ווי כאילו ער זעהט מיר אראפשלינגען א באטל טיילענאל אויפאמאל?

פארוואס ווען איך ווייז פאר איינעם א נייעס באריכט איבער די עפעקטיווקייט פון די וואקסין, און וויפיהל מענטשן האבן דאס שוין גענומען, און ווי ווייניג זענען די שאנסן אז עפעס זאל געשעהן צו איהם פון די וואקסין קעגן די פראצענט אז אזא זאך זאל געשעהן פון קאוויד, איז אויב איז ער מער ווילאמסבורג געשטימט וועט ער אנשרייען ״די גלייבסט די מידיע? זיי זענען א פארט פון די זאך, זיי מאכן גרויס געלט דערפון״ און מיר ארויסשלעפן עפעס אן ארטיקל אין עפעס א פאריקטע וועבזייטל וואס פלוידערט ארום איבער די שעדליכקייט פונעם וואקסין, אויב איז יענער מער א בארא פארקער וועט ער מיטשאקלען מיטן קאפ.

זענען טאקע אונזערע חברים אין ווילאמסבורג קלוגער ווי אונזערע ידידים אין בארא פארק?

וואס איז די שורש פון די דיפערענצן?

איז דען דא עפעס אין די ווילאמסבורגע לופט מער ווי אין בארא פארק וואס מאכט אז מ׳זאל גלייבן קאנספעראציעס?

אנטשולדיגט אויב איינער ווערט אויפגערעגט פון די תוכן, איך מיין נישט קיינעם צו טשעפען, איך וויל פשוט פארשטיין מה נשתנו אלו מאלו?
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

לאשתמודעתא האט געשריבן:איך האב א שטיקל מאדנע שאלה, און איך ווייס נישט אויב עס קומט אין א אשכול אדער נישט.

דו האסט דאטא אונטערצושטיצן דיין באשולדיגונג?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

Mezofzef האט געשריבן:

לאמיר אנהייבן מיט דעם אז די קליינארטיגע אסיפה קעגן די וואקסינען יענע וואך אין וויליאמסבורג וואלט קיינמאל נישט אראנזשירט געווארן אדער פארגעקומן אין בארא פארק.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איידער איר זענט מגיב אין דעם אשכול, קוקט אויפ'ן קעפל וואס לויטעט קלאר און דייטליך אז דאס איז א פעליטאן, אין אנדערע ווערטער: נישט קיין פרישע וואקסין אשכול

וואקסין אשכולות געפונען זיך פאר א גוטע סיבה אין אקטועלע, ערלעדיגט נישט אז אויך דער אשכול זאל אהין אנקומען
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

Mezofzef האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן:איך האב א שטיקל מאדנע שאלה,

אנטשולדיגט אויב איינער ווערט אויפגערעגט פון די תוכן, איך מיין נישט קיינעם צו טשעפען, איך וויל פשוט פארשטיין מה נשתנו אלו מאלו?

דו האסט דאטא אונטערצושטיצן דיין באשולדיגונג?

דאטא וואס?

א איד פרעגט א שאלה אויף זיינע חברים וידידים, וואס ער האט מיט זיי גערעדט און געשמועסט.

צו ער האט עס געדרוקט ערגעץ, אז מ'זאל עס האבן אויף א ראי'ה צו ברענגען? ניין!

כ'מיין, אלעס האט א גבול.....

האסט דאטא, פרעגט ער........ יווששששש

לכאורה האט געשריבן:איידער איר זענט מגיב אין דעם אשכול, קוקט אויפ'ן קעפל וואס לויטעט קלאר און דייטליך אז דאס איז א פעליטאן, אין אנדערע ווערטער: נישט קיין פרישע וואקסין אשכול

וואקסין אשכולות געפונען זיך פאר א גוטע סיבה אין אקטועלע, ערלעדיגט נישט אז אויך דער אשכול זאל אהין אנקומען

אויב מ'מעג פרעגן.
וואס מיינט דאס דער ווארט פעליטאן?

כ'האב שוין אזופיל נייע ווערטער געזעהן דא.

ווועלכע שפראך איז דאס?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גרשון האט דאס ערקלערט אין דעם אשכול: viewtopic.php?p=3084796#p3084796
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

פארווייטאגט האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן:איך האב א שטיקל מאדנע שאלה,

אנטשולדיגט אויב איינער ווערט אויפגערעגט פון די תוכן, איך מיין נישט קיינעם צו טשעפען, איך וויל פשוט פארשטיין מה נשתנו אלו מאלו?

דו האסט דאטא אונטערצושטיצן דיין באשולדיגונג?

דאטא וואס?

א איד פרעגט א שאלה אויף זיינע חברים וידידים, וואס ער האט מיט זיי גערעדט און געשמועסט.

צו ער האט עס געדרוקט ערגעץ, אז מ'זאל עס האבן אויף א ראי'ה צו ברענגען? ניין!

כ'מיין, אלעס האט א גבול.....

האסט דאטא, פרעגט ער........ יווששששש

;l;p-
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לכאורה האט געשריבן:איידער איר זענט מגיב אין דעם אשכול, קוקט אויפ'ן קעפל וואס לויטעט קלאר און דייטליך אז דאס איז א פעליטאן, אין אנדערע ווערטער: נישט קיין פרישע וואקסין אשכול

וואקסין אשכולות געפונען זיך פאר א גוטע סיבה אין אקטועלע, ערלעדיגט נישט אז אויך דער אשכול זאל אהין אנקומען

צו וואס זיך פאפן? דאס איז א געהעריגער וואקסין אשכול.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

עובדיה האט געשריבן:זייער קלאר ר' יואל. איך וויל נאר פארשטיין פארוואס פארלאנגט מען פון מענטשען וואס האבן שוין געהאט קאוויד וואס אלע סטאדיס ווייזן אז זיי זענען באשיצט פונקט אזוי אדער נאכמער פון די וואס האבן גענומען די וואקסין, צו נעמען א וואקסין. אינדערצייט וואס אלע אנדערע וואקסינען ווערן נישט אפילו רעקעמאנדירט פאר די וואס האבן נאטירליכע אימיוניזאציע.

ס'איז א גוטע פראגע, און ס'איז א שטארקע דעבאטע, וואס מאכט אסאך סענס.

די סיבה איז אזוי.

אין אנפאנג האט מען נישט געוואוסט אויב קאוויד גייט זיין איינמאל אין לעבן ווי מיזעלס, אבער יעצט ווייסט מען שוין אז ניין, דאס גייט צוריק קומען נאכאמאל און נאכאמאל ווי דער פלו.

ממילא, ווען איינער באקומט דעם וויירוס האט ער אנטיבאדיס פאר אפאר חדשים. וויפיל חדשים? איינער צוויי, איינער זעקס, איינער צוועלעף, ס'ווענדט זיך ווי שטארק מ'האט עס געהאט.
סאו די אלע וואס האבן עס שוין געהאט גייען דארפן נעמען א שאַט, מסתמא יעדעס יאר, צוזאמען מיטן פלו שאַט וואס מ'דארף אויך נעמען יעדעס יאר.

אין ארץ ישׂראל אויב האט מען געטעסט פאזיטיוו באקומט מער א גרינעם פּאַס אזויווי מאיז וואקסינירט פאר זעקס חדשים, ניו יארק סטעיט האלט חשבון ווער ס'האט באקומען דעם שאַט אבער זיי ווייסן נישט ווער ס'האט געהאט דעם וויירוס און ווען.

ס'שטעלט זיך אויך ארויס אז די בעסטע פראטעקשאן האבן די וואס האבן געהאט דעם וויירוס און אויך געהאט דעם שאַט, סאו די רעגירונג זעט נישט קיין סיבה פארוואס די וואס האבן שוין געהאט אז זיי זאלן זיך נישט וואקסינירן, רוב פון אונז האבן געהאט דעם וויירוס מער פון א יאר צוריק, רוב פון אונז האבן זיך נישט געטעסט דעמאלט, און האבן שוין לאנג נישט אנטיבאדיס.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

לאשתמודעתא האט געשריבן:איך האב א שטיקל מאדנע שאלה, און איך ווייס נישט אויב עס קומט אין א אשכול אדער נישט.

די שאלה איז קאמפליצירט אבער לאמיר עס פרעגן גראד אין אפען, פארוואס איז אין וויליאמסבורג דא אסאך א גרעסערע פראצענט אנטי- וועקסערס ווי אין בארא פארק?

וואס מאכן די ווילאמסבורגע כאניאקישע אידן מער גלייבן אין כל מיני קאנספעראציעס, אז אלע רעגירונגען מכל קצוות תבל האבן זיך צוזאמגענומען מיט איין ציהל, צו אפווישן די מענטשליכע ראסע פונעם ערד קוגל (פארשטייט זיך אז אנדערע באשעפענישן באקומען נישט די וואקסין)?

פארוואס ווען איך הייב אהן מסביר זיין פאר איינעם אז איך האב געהערט א דרשה פון איינע פון די דיינים אין ירושלים, ווי ער איז מסביר דארט אז ביל געיטס און זיינס אין גלייכן האבן א געפערליכע קנאה צו די גרויסע קינדער געבענטשטע משפחות (ווי כאילו ער וואלט נישט געקענט ערלויבן א גרויסע פאמיליע) און די גאנצע סיבה פארוואס זיי האבן געמאכט די וואקסין איז צו אפשטעלן אונז היימישע אידן פון האבן נאך קינדער, אויב וואוינט דער צוהערער אין בארא פארק וועט ער מיר זאגן אז די מיט דיין אינאיינעם ברויכן וויכטיג זעהן א דאקטאר, אבער אין ווילאמסבורג וועט יענער פרעגן מיט עקסטאז ״וועלכע דיין האט דאס געזאגט״? און נאך צוגעבן א שפיי צו די זייט צולייגענדיג, יימח שמם, ערגער ווי די נאציס.

פארוואס ווען איך פארצייל פאר איינע פון מיינע בארא פארקער חברים אז איך האב גענומען ביידע דאזעס פון פייזער וועט ער אדער זאגן אז ער אויך, אדער זיך פארענפערן אז ער האט פשוט נישט קיין צייט צו גיין אין עירדזשינט קעיר, און ווען איך וועל ח״ו זאגן פאר א וויליאמסבורגע ידיד אז איך האמיר געשטאכן, וועט ער מיר עפענען א ברייטע פאר אויגן ווי כאילו ער זעהט מיר אראפשלינגען א באטל טיילענאל אויפאמאל?

פארוואס ווען איך ווייז פאר איינעם א נייעס באריכט איבער די עפעקטיווקייט פון די וואקסין, און וויפיהל מענטשן האבן דאס שוין גענומען, און ווי ווייניג זענען די שאנסן אז עפעס זאל געשעהן צו איהם פון די וואקסין קעגן די פראצענט אז אזא זאך זאל געשעהן פון קאוויד, איז אויב איז ער מער ווילאמסבורג געשטימט וועט ער אנשרייען ״די גלייבסט די מידיע? זיי זענען א פארט פון די זאך, זיי מאכן גרויס געלט דערפון״ און מיר ארויסשלעפן עפעס אן ארטיקל אין עפעס א פאריקטע וועבזייטל וואס פלוידערט ארום איבער די שעדליכקייט פונעם וואקסין, אויב איז יענער מער א בארא פארקער וועט ער מיטשאקלען מיטן קאפ.

זענען טאקע אונזערע חברים אין ווילאמסבורג קלוגער ווי אונזערע ידידים אין בארא פארק?

וואס איז די שורש פון די דיפערענצן?

איז דען דא עפעס אין די ווילאמסבורגע לופט מער ווי אין בארא פארק וואס מאכט אז מ׳זאל גלייבן קאנספעראציעס?

אנטשולדיגט אויב איינער ווערט אויפגערעגט פון די תוכן, איך מיין נישט קיינעם צו טשעפען, איך וויל פשוט פארשטיין מה נשתנו אלו מאלו?

דאס עפנט אויף אן אנדערע פראגע, פארוואס זענען די פרומע אידן מער פארגלייבט אין סיי וואס, כינעזע האניג וכד'?
מענטשן אן קיין שום ערציאונג מאכן מיליאנען מיט אויסהיילן אונזער עולם מיט שטותים.

למעשה, איך מיין אז מ'קען זען אז דער עולם אויף אייוועלט איז אנדערש ווי דער המון עם.

רוב פרויען אין וויליאמסבורג וועלן דיך אנקוקען ווי פון די לבנה אראפ אויב האסטו גענומען דעם שאַט, מ'קען זען (ניין, נישט קיין סייענטיפישע אנקעטע) אז דער עולם דא זענען רוב פרא סייענס.

דער ענטפער איז, ווי ס'גוי'אישט זיך אזוי אידיש'ט זיך.

אין אמעריקע האבן רוב געבילדעטע געהאט ביידע שאטס שוין אין פעברואר, דער גאנצער ווידערשטאנד איז פון ארימע, אומוויסנדע, אומערצויגענע און מינאריטעטן.
(דאס קומט יא פון שטודיעס)

ממילא דער עולם דא איז מער געלערנט, מער אפן, די זעלבע זאך דער עולם אין בארא פארק איז מער אפן, ממילא איז נישטא דער קעגנערשאפט, לויט די סיטי דאטא איז 11219 שטארק וואקסינירט, רוב רובם פון ערוואקסענע, 11211 און 11206 איז א געמישטער איז שווער צו זאגן.

איך זאג נישט אז מענטשן אין וויליאמסבורג האבן נישט קיין שכל, נאר צו זיין פרומער דארף מען האבן ווייניגער אינטערנעט, און גלייבן מער מקוה געשמועסעכטס.

די חכמים האבן שוין אנגערופן די פרומע אלץ "בטלנים" נישט "למדנים" ווייל ווי פרומער מ'איז, אלץ א גרעסערער בטלן איז מען אין וועלטליכע זאכן, און אפשר טאקע אזוי האלט זיך אידישקייט ביי אונז.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יואל פעלזן האט געשריבן:ניין, מאדערנע וויל נישט אויס'הרג'ענען די וועלט, זיי ווילן די מאקסימום פראפיטן פאר זייער קאמפאניס.

דאכט זיך אז מאָדערנאַ האט פראקלאמירט אז דער וואקסין איז נאן-פראפיט דורכאויס דער פענדעמיע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

די שפראך דא דערמאנט מיר אביסל פון די אידן דייטשלאנד ארום 150 יאר צוריק...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יואל פעלזן האט געשריבן:רוב ווייסע אמעריקאנער האבן געהאט דעם שאַט, רוב שווארצע אמעריקאנער נישט.

דאס איז נישט דווקא ווייל די שווארצע זענען נארישער, ס'איז ווייל שווארצע, מפני איזה סיבה שהיא, האט א קלענערע פראצענט ערצויגענע, און די נאמבערס ווייזן אז ווי מער געבילדעט א מענטש איז, אלץ מער איז ער וואקסינירט, די זעלבע מיט רייכטום, ווי רייכער א מענטש איז, אלץ מער וואקסינירט איז ער, און וויבאלד ס'איז דא זייער אסאך שווארצע ארימע, זענען זיי נישט וואקסינירט.

איך גיי זאגן עפעס וואס גייט קעגן די מעינסטריעם, אבער איז א פאקט, די סיבה פארוואס אסאך דרום שטאטן האבן ווייניגער וואקסינירטע איז וועגן זיי האבן מער מינאריטעטן.

אין די אלע רויטע סטעיטס זענען די ווייסע (מערסטנס רעפובליקאנער) וואקסינירט, און די שווארצע זענען ווייניגער.

לויט געוויסע גייט דאס שוין אריין אין ראסיזם.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

נישט נעמען די וואקסין קומט פון א געוויסע ’לעק אוו ריספעקט’ פאר סייענס,
וואס ביי היימישע אידן איז דאס דא שטארק,
און פארוואס אין וויליאמסבורג איז דאס דא שטערקער ווי אין בארא פארק איז אויך נישט קיין ’באמבע קשיא...’
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”