צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

צפת'ע השראות ח"ב - נוסעים אנחנו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

דער ססגונא קען זיך פארשטעקן פאר די פילפארביגע ציבור וואס איך האב אנגעטראפן אין באס סטאנציע. אלע פארן זיי קיין צפת, קיינער פון זיי איז נישט נארמאל… כ'שטיי און קוק מיט בייז וואונדער אויף דער האר-באוואקסענער פארשוין, זיינע שמוציגע בערן נעגל - ווי מיין מאמע פלעגט עס מכנה זיין - שערט ער ווארשיינליך בלויז מקץ, ווען ער אליין עקלט זיך שוין, און זייט נישט געזארגט, דאס וועט לכאורה נישט פאסירן אין דעם גלגול שלג וואו ער געפינט זיך, אוי איז דאס א גלגול שלג, אויף זיינע פלייצעס טראגט ער א ברייטע עטרה פון מלמולי זיעה... אז גלגול שלג קען זיין א סיגוף פאר די צושויער דאס איז שוין א חידוש, א שאד אז ער אליין נעמט נישט קיין שויער.

די בלויזע איינפאל אז איך וועל די קומענדיגע דריי שעה זיצן אין איין באס מיט אט דעם פארזעעניש, האט מיר געברענגט צו איבלען, און פארגעס נישט, אויפ'ן באס קען מען קיין פענסטער נישט עפענען…

דער זייגערל פראוועט הקפות און מיינע נערוון טאנצן מיט, א פרוטה פאר ר' מאיר'ן קען קיינמאל נישט שאטן, [כ'הייב שוין אן חושד זיין אז די הנהלה פון 'חבת ירושלים' שטעלט מיר דירעקט אונטער פיסלעך…] אינצווישן ווערן די פארזאמלטע אביסל צעשפילט, דער שפרייזט הין און צוריק און דער דבר'ט אין טעלעפאון, דער טופעט מיט די פיס און דער קרומט מיט'ן נאז, און אין צענטער פון דעם אלעם שטייט משפחת יצחק טובי' און פרובירט פושט צו זיין די שווערע איבעיא: האט מען געדענקט צו פארשפארן די טיר אדער נישט?

נאך לאנגע מינוטן זעט מען ענדליך ווי דער אויטאבאס גלגל'ט זיך אין אונזער ריכטונג…

שש ושמח כתינוק הבורח, געבט מען זיך א לאז צום ברייטן שטראָז, צוזאמען מיט'ן שטראָם כאני'ה בלב ים, דער אויטאבאס באלאגערט, אויפ'ן טיר מ'גראגערט, ויעפילו לעלות, פארגעסן פון אלעס, מ'שטויסט און מ'בריקט, אויף קיינעם מ'קוקט…

און אזוי, נאר אזוי האט מען זיך געטראפן א פלאץ אינעם רוישיגן באס.

א גוט שבת אייך אלע.

המשך יבא בעזרת השם נאך שבת.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יצחק טובי' האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:או הא, אז דו פארסט אויף צפת, דארף איך דיך שיקן צו א גוטן איד דארט.

לעבעדיגע גריסן פון סאכדעס, האט זיך געלוינט די גאנצע נסיעה בלויז אויף דעם פאון קאלל...

און ענק מיינען נאך אז ער הייסט נישט יצחק טובי'... נאכ'ן קריגן זיין נומער אין אישי, רופעכעם אן: יצחק טובי' מיט א געלאסענעם טאן ענטפערט ער יא, ווער רעדט, און כ'זאג סאכדעס, ער פרעגט וואס? אה אה (ענק קענען דעם איזרעילישן אה) יא יא.
איין זאך קענעכענק זאגן, דעריז פיינע נייעס, ס'קומט א טאג בוך צום געדענקן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: צפת'ע השראות ח"ב - נוסעים אנחנו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יצחק טובי' האט געשריבן:דער ססגונא קען זיך פארשטעקן פאר די פילפארביגע ציבור וואס איך האב אנגעטראפן אין באס סטאנציע. אלע פארן זיי קיין צפת, קיינער פון זיי איז נישט נארמאל… כ'שטיי און קוק מיט בייז וואונדער אויף דער האר-באוואקסענער פארשוין, זיינע שמוציגע בערן נעגל - ווי מיין מאמע פלעגט עס מכנה זיין - שערט ער ווארשיינליך בלויז מקץ, ווען ער אליין עקלט זיך שוין, און זייט נישט געזארגט, דאס וועט לכאורה נישט פאסירן אין דעם גלגול שלג וואו ער געפינט זיך, אוי איז דאס א גלגול שלג, אויף זיינע פלייצעס טראגט ער א ברייטע עטרה פון מלמולי זיעה... אז גלגול שלג קען זיין א סיגוף פאר די צושויער דאס איז שוין א חידוש, א שאד אז ער אליין נעמט נישט קיין שויער.

נו נו.. זיכער פארט ער קיין צפת.. ס'גייט דאך צוזאמען.. הצרי.. א צרה'לייט.. והצפורן.. מיט לאנגע נעגל.. והחלבנה.. שריחו רע..
און הצרי והצפורן והחלבנה (עם התיבות) איז דאך גימטריא צפ"ת (עה"כ)..

יצחק טובי' האט געשריבן: א פרוטה פאר ר' מאיר'ן קען קיינמאל נישט שאטן, [כ'הייב שוין אן חושד זיין אז די הנהלה פון 'חבת ירושלים' שטעלט מיר דירעקט אונטער פיסלעך…]

גראדע גאנץ א ריכטיגע עצה.. אלקא (מיט א ק') דמאיר ענני (עם התיבות) איז דאך גימטריא צפ"ת..

אבער פונקט חיבת ירושלים?!
שטייט דאך אז די ערד ציטערנישן אין צפת והגלילות זענען געקומען אלץ דעם וואס מ'האט אפגעלאזט ירושלים עיה"ק.. און זיך באזעצט אין גליל...
יצחק טובי' האט געשריבן:
שש ושמח כתינוק הבורח,

איהם האסטו אויך מיטגענומען?!

יצחק טובי' האט געשריבן:
און אזוי, נאר אזוי האט מען זיך געטראפן א פלאץ אינעם רוישיגן באס.

פארשטייט זיך רעש'יג.. רע"ש איז דאך גימטריא צפ"ת...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: צפת'ע השראות ח"ב - נוסעים אנחנו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

אהה.... עס ווערט בעסער! קוקט אויס די צפת'ע לופט שפירט מען שוין ביים ארויף גיין אופן באס, יישר כח וועטינג פאר מאר!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: צפת'ע השראות ח"ב - נוסעים אנחנו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

געוואלדיג... גייטס אן
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

חאחא דא גייט זיין פאן.. אלץ איינער וואס גייט חולה פאר צפת, שוין געווען דארט מן הסתם אריבער צעהן מאל אויף א שבת...
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

דא א הייליגער איד אין צפת נאדבורנא רבי זז׳ג, פירט זייער א פארצייטישער הויף.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

עס איז שוין מסתמא שבת ביי דיר, אבער אונז זעמער זיך מחי'.
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

אה ער טראגט מיך צוריק צוויי און א האלב יאר צוריק ווען איך האב געהאט די זכי' צו זיין א געהויבענע שבת אין אלט-שטאט צפת
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

איך הייב אן שוועבן ווען איך דערמאן מיך פון שבת אין צפת
אין כמוהו בעולם!!
העמער ווארטן מיט שפאנונג
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

פשיהא האט דער א שפראך
דער קומט אריין זייער קלאר
האף מיר צי הערן מער

א פרייליכן שבת פה ניו יארק
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

סאכדעס האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:או הא, אז דו פארסט אויף צפת, דארף איך דיך שיקן צו א גוטן איד דארט.

לעבעדיגע גריסן פון סאכדעס, האט זיך געלוינט די גאנצע נסיעה בלויז אויף דעם פאון קאלל...

און ענק מיינען נאך אז ער הייסט נישט יצחק טובי'... נאכ'ן קריגן זיין נומער אין אישי, רופעכעם אן: יצחק טובי' מיט א געלאסענעם טאן ענטפערט ער יא, ווער רעדט, און כ'זאג סאכדעס, ער פרעגט וואס? אה אה (ענק קענען דעם איזרעילישן אה) יא יא.
איין זאך קענעכענק זאגן, דעריז פיינע נייעס, ס'קומט א טאג בוך צום געדענקן.

פאלט דיר נישט ביי אז דו ביסט פשוט איינע פון די צענדליגע ניקס וואס האבן מיין נומער און רופן כסדר אן זיך אדורכצו'שמועה'סן זה בכה וזה בפוי.

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:חאחא דא גייט זיין פאן.. אלץ איינער וואס גייט חולה פאר צפת, שוין געווען דארט מן הסתם אריבער צעהן מאל אויף א שבת...

שעם זיך נישט, קום אריין מיט דיינע נאטיצן טריט ביי טריט.
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:דא א הייליגער איד אין צפת נאדבורנא רבי זז׳ג, פירט זייער א פארצייטישער הויף.

שוין, א שאד איך האב דאס נישט געזען פאר שבת, ווי ס'זעט אבער אויס האב איך זיך אנגעשטעקט מיט די זעלבע מחלה ווי דו, אזוי אז איך ווען מסתם זיין דארט נאכאמאל בקרוב...
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:עס איז שוין מסתמא שבת ביי דיר, אבער אונז זעמער זיך מחי'.

ב"ה.
להחיות האט געשריבן:אה ער טראגט מיך צוריק צוויי און א האלב יאר צוריק ווען איך האב געהאט די זכי' צו זיין א געהויבענע שבת אין אלט-שטאט צפת

עמיר זיך פרייען צו דיינע הערות לאורך הדרך.
טינטיג האט געשריבן:איך הייב אן שוועבן ווען איך דערמאן מיך פון שבת אין צפת
אין כמוהו בעולם!!
העמער ווארטן מיט שפאנונג

ווי זאגן זיי? העיר שאין עוד כמוה בעולם...
Haklal האט געשריבן:פשיהא האט דער א שפראך
דער קומט אריין זייער קלאר
האף מיר צי הערן מער

א פרייליכן שבת פה ניו יארק

א דאנק אייך אלע, האפ'מיר אריינצוקומען מיט א המשך אין די קומענדיגע שעות מיטן אויבערשטנ'ס הילף.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות ח"ב - נוסעים אנחנו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

בשעה שיש האט געשריבן:אהה.... עס ווערט בעסער! קוקט אויס די צפת'ע לופט שפירט מען שוין ביים ארויף גיין אופן באס, יישר כח וועטינג פאר מאר!

בעזרת השם בקרוב.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: צפת'ע השראות ח"ב - נוסעים אנחנו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

@יצחק טובי ס’ווערט בעסער און בעסער

אבער פארוואס נישט איין אשכול?

@אורי די ביסט עפעס געפערליך מחודש’דיג...
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות ח"ב - נוסעים אנחנו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

אוראייניקל האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:דער ססגונא קען זיך פארשטעקן פאר די פילפארביגע ציבור וואס איך האב אנגעטראפן אין באס סטאנציע. אלע פארן זיי קיין צפת, קיינער פון זיי איז נישט נארמאל… כ'שטיי און קוק מיט בייז וואונדער אויף דער האר-באוואקסענער פארשוין, זיינע שמוציגע בערן נעגל - ווי מיין מאמע פלעגט עס מכנה זיין - שערט ער ווארשיינליך בלויז מקץ, ווען ער אליין עקלט זיך שוין, און זייט נישט געזארגט, דאס וועט לכאורה נישט פאסירן אין דעם גלגול שלג וואו ער געפינט זיך, אוי איז דאס א גלגול שלג, אויף זיינע פלייצעס טראגט ער א ברייטע עטרה פון מלמולי זיעה... אז גלגול שלג קען זיין א סיגוף פאר די צושויער דאס איז שוין א חידוש, א שאד אז ער אליין נעמט נישט קיין שויער.

נו נו.. זיכער פארט ער קיין צפת.. ס'גייט דאך צוזאמען.. הצרי.. א צרה'לייט.. והצפורן.. מיט לאנגע נעגל.. והחלבנה.. שריחו רע..
און הצרי והצפורן והחלבנה (עם התיבות) איז דאך גימטריא צפ"ת (עה"כ)..
:lol:
יצחק טובי' האט געשריבן: א פרוטה פאר ר' מאיר'ן קען קיינמאל נישט שאטן, [כ'הייב שוין אן חושד זיין אז די הנהלה פון 'חבת ירושלים' שטעלט מיר דירעקט אונטער פיסלעך…]

גראדע גאנץ א ריכטיגע עצה.. אלקא (מיט א ק') דמאיר ענני (עם התיבות) איז דאך גימטריא צפ"ת..

אבער פונקט חיבת ירושלים?!
שטייט דאך אז די ערד ציטערנישן אין צפת והגלילות זענען געקומען אלץ דעם וואס מ'האט אפגעלאזט ירושלים עיה"ק.. און זיך באזעצט אין גליל...
יצחק טובי' האט געשריבן:
שש ושמח כתינוק הבורח,

איהם האסטו אויך מיטגענומען?!
:wink:
יצחק טובי' האט געשריבן:
און אזוי, נאר אזוי האט מען זיך געטראפן א פלאץ אינעם רוישיגן באס.

פארשטייט זיך רעש'יג.. רע"ש איז דאך גימטריא צפ"ת...

;l;p- ;l;p- ;l;p-

נו גוט נו שוין האט געשריבן:@יצחק טובי ס’ווערט בעסער און בעסער

אבער פארוואס נישט איין אשכול?

@אורי די ביסט עפעס געפערליך מחודש’דיג...

ס'וועט געשמאלצן ווערן ווי נאר די דריטע גייט ארויף אאו"ו.

א דאנק אייך טייערע אחראים ומנהלים!
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: צפת'ע השראות ח"ב - נוסעים אנחנו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

זייער שיין יצחק טובי', מיר האלטן מיט מיט שפאנונג. גיי אן!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יצחק טובי' האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:או הא, אז דו פארסט אויף צפת, דארף איך דיך שיקן צו א גוטן איד דארט.

לעבעדיגע גריסן פון סאכדעס, האט זיך געלוינט די גאנצע נסיעה בלויז אויף דעם פאון קאלל...

און ענק מיינען נאך אז ער הייסט נישט יצחק טובי'... נאכ'ן קריגן זיין נומער אין אישי, רופעכעם אן: יצחק טובי' מיט א געלאסענעם טאן ענטפערט ער יא, ווער רעדט, און כ'זאג סאכדעס, ער פרעגט וואס? אה אה (ענק קענען דעם איזרעילישן אה) יא יא.
איין זאך קענעכענק זאגן, דעריז פיינע נייעס, ס'קומט א טאג בוך צום געדענקן.

פאלט דיר נישט ביי אז דו ביסט פשוט איינע פון די צענדליגע ניקס וואס האבן מיין נומער און רופן כסדר אן זיך אדורכצו'שמועה'סן זה בכה וזה בפוי.

העי, גיוו קרעדיט וועיר קרעדיט איז דא.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות ח"ב - נוסעים אנחנו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

אל תדאג האט געשריבן:זייער שיין יצחק טובי', מיר האלטן מיט מיט שפאנונג. גיי אן!

שכח.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

סאכדעס האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:או הא, אז דו פארסט אויף צפת, דארף איך דיך שיקן צו א גוטן איד דארט.

לעבעדיגע גריסן פון סאכדעס, האט זיך געלוינט די גאנצע נסיעה בלויז אויף דעם פאון קאלל...

און ענק מיינען נאך אז ער הייסט נישט יצחק טובי'... נאכ'ן קריגן זיין נומער אין אישי, רופעכעם אן: יצחק טובי' מיט א געלאסענעם טאן ענטפערט ער יא, ווער רעדט, און כ'זאג סאכדעס, ער פרעגט וואס? אה אה (ענק קענען דעם איזרעילישן אה) יא יא.
איין זאך קענעכענק זאגן, דעריז פיינע נייעס, ס'קומט א טאג בוך צום געדענקן.

פאלט דיר נישט ביי אז דו ביסט פשוט איינע פון די צענדליגע ניקס וואס האבן מיין נומער און רופן כסדר אן זיך אדורכצו'שמועה'סן זה בכה וזה בפוי.

העי, גיוו קרעדיט וועיר קרעדיט איז דא.

אמן.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

מיין הארץ קלאפט, אה, צפת! כ׳וואלט געזאגט אז כאטשיג איינמאל א שבת בין איך צפת במחשבה.

מיין ניק האט שוין אהינגעמופט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

שלמה מולכו האט געשריבן:מיין הארץ קלאפט, אה, צפת! כ׳וואלט געזאגט אז כאטשיג איינמאל א שבת בין איך צפת במחשבה.

מיין ניק האט שוין אהינגעמופט.

א שאד האסט מיר נישט פארציילט פארדעם, כ'וואלט אפגעשטאט א באזוך...
שש ושמח

Re: צפת'ע השראות ח"ב - נוסעים אנחנו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

יצחק טובי' האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:דער ססגונא קען זיך פארשטעקן פאר די פילפארביגע ציבור וואס איך האב אנגעטראפן אין באס סטאנציע. אלע פארן זיי קיין צפת, קיינער פון זיי איז נישט נארמאל… כ'שטיי און קוק מיט בייז וואונדער אויף דער האר-באוואקסענער פארשוין, זיינע שמוציגע בערן נעגל - ווי מיין מאמע פלעגט עס מכנה זיין - שערט ער ווארשיינליך בלויז מקץ, ווען ער אליין עקלט זיך שוין, און זייט נישט געזארגט, דאס וועט לכאורה נישט פאסירן אין דעם גלגול שלג וואו ער געפינט זיך, אוי איז דאס א גלגול שלג, אויף זיינע פלייצעס טראגט ער א ברייטע עטרה פון מלמולי זיעה... אז גלגול שלג קען זיין א סיגוף פאר די צושויער דאס איז שוין א חידוש, א שאד אז ער אליין נעמט נישט קיין שויער.

נו נו.. זיכער פארט ער קיין צפת.. ס'גייט דאך צוזאמען.. הצרי.. א צרה'לייט.. והצפורן.. מיט לאנגע נעגל.. והחלבנה.. שריחו רע..
און הצרי והצפורן והחלבנה (עם התיבות) איז דאך גימטריא צפ"ת (עה"כ)..
:lol:
יצחק טובי' האט געשריבן: א פרוטה פאר ר' מאיר'ן קען קיינמאל נישט שאטן, [כ'הייב שוין אן חושד זיין אז די הנהלה פון 'חבת ירושלים' שטעלט מיר דירעקט אונטער פיסלעך…]

גראדע גאנץ א ריכטיגע עצה.. אלקא (מיט א ק') דמאיר ענני (עם התיבות) איז דאך גימטריא צפ"ת..

אבער פונקט חיבת ירושלים?!
שטייט דאך אז די ערד ציטערנישן אין צפת והגלילות זענען געקומען אלץ דעם וואס מ'האט אפגעלאזט ירושלים עיה"ק.. און זיך באזעצט אין גליל...
יצחק טובי' האט געשריבן:
שש ושמח כתינוק הבורח,

איהם האסטו אויך מיטגענומען?!
:wink:
יצחק טובי' האט געשריבן:
און אזוי, נאר אזוי האט מען זיך געטראפן א פלאץ אינעם רוישיגן באס.

פארשטייט זיך רעש'יג.. רע"ש איז דאך גימטריא צפ"ת...

;l;p- ;l;p- ;l;p-

בס''ד
האסט מיר מיטגענומען???
ביטע לאז מיר וויסען.
פאר מיר איז די גאנצע עניין נישט ברור.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”