קרומע גראדקייט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

מיט א צינישע שמייכל האט ער באטראכט ווי זיין פעטער הייבט אויף ביידע נאסע הענט און זאגט ארויס די ווערטער "שאו ידיכם קודש" מיט א קאכעניש, אין הארצן האט ער אים אויסגעלאכט און אפילו אביסל רחמנות געהאט אויף די צוריק געשטאנענע לעבנסשטייגער פון זיין באליבטן פעטער.

טראץ וואס ער האט אים פערזענליך שטארק ארויפגעקוקט און געשעצט, האט ער אבער שטענדיג אראפגעקוקט און געלאכט פון די סארט פירונג און פאנאטישע אידעאלאגיע.

אין זיינע אויגן באלאנגן די סארט מענטשן צו א נידעריגערע קלאס ווי ער אליינס און זיינס גלייך וועלכע גייען שטענדיג אנגעטון מיט ציכטיגע אנצוגער און גלאט ראזירטע באקן. ווען נישט דאס זאל זיין זיינס א פעטער, וואלט ער ווארשיינליך נישט געשטאנען מיט אים אין ווארט, ער וואלט זיך נישט פארביליגט צו האבן א שייכות מיט אן אזוי גערופענע אולטרא ארקטאדאקסע יוד.

דער נעפע מיט'ן גלאנצעדיגע נעקטיי האט אבער רעספעקטירט זיין פעטער און קיינמאל נישט געזוכט אריינצוגיין מיט אים אין קיינע דעבאטעס אדער געשפרעכן איבער זיין וועג פון לעבן, נאך אלעמען איז זיין ליבשאפט צו אים געווען גרויס, ווי די נאטור איז פון א געשוועסטער קינד צו א פעטער.

מיט געטריישאפט האט ער צוגעלייגט א פלייצע צו די שטוב געברויכן און כסדר געשטאנען צו הילף פאר זיין מומע וועלכע האט זיך באצויגן צו אים ממש ווי אן אייגן קינד.

ווען א פרעמדע האט געזען די צוויי שטיין צוזאמען, האט ער נישט געקענט חלום'ען אז די צוויי זענען גאר נאנט פארוואנדט, זייער דרויסענדיגע אויסזען האט זיי פונאנדערגעשייד ווי הימל און ערד.

דער פרומע פעטער איז אלץ געווען פארנומען מיט עבודת השם און אויך געטון אסאך חסד אקטיוויטעטן, אבער ווען ס'איז געקומען צו די נושא פון געזעצן און רעגולאציעס איז דער נעפע געווען דער העלד, ער האט אויסגעפאלגט מיט א פונקטליכקייט אלעס וואס שטייט אין געזעצבוך און איז געווען באהאווענט אין יעדע פאראגראף פון די שטאטישע פארשריפטן.

זיין קארעקטקייט האט נישט געשטאמט פון די גמרא אדער פון א תורה'דיגע בליק, נאר גיכער פון זיך אנזאפן מיט גוישע קולטור און אויפגעקלערטע עדיטאריעלס, ער איז נישט געווען אין די זעלבע פירעקיגע באקס ווי זיין אומוויסענדע פעטער, ער איז געווען אנגעפילט מיט וויסענשאפט און פארשידענארטיגע פילאזאפיעס.

דאס פלעגט טאקע כסדר זיין די רויטע שמאטע וואס האט אנגעצינדן פינקן צווישן אים און זיין פעטער, ער האט נישט פארטראגן קיין פאלטשע דאקומענטן אדער שמוגלערייען, ער פלעגט דאס אנרופן "יידישע חכמות", אדער "חסידישע דרייעכצער", ס'פלעגט אים בכלל נישט געפעלן.

זיין פעטער האט אים אבער טאקע נישט געזוכט צו געפעלן, זיינע החלטות זענען געווען געבויט אויף א "דעת תורה", אויף א בליק פון א יידישע ערליכע שטאנדפונקט, ער האט זיך גאנץ ווייניג צוטון געמאכט פון זיין פלומעניקס לאזונגען ווי "דינא דמלכותא דינא", אדער "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" און אנדערע צויבערדיגע לשון הקודש ווערטער וועלכע ער האט געטראפן פון אונטער די ערד און דערמיט בארעכטיגט אלע זיינע מיינונגען.

דער האט עס אבער געמיינט ערנסט, ס'האט אים באמת וויי געטון די התנהגות פון די אומדיציפלינירטע פערשוינען, אין זיינע אויגן זענען די חברה פשוט לייכטזיניג און עגאאיסטיש. נאך דערצו איז ער געווען שטארק אונטערן איינפלוס פון די אלע העצערייען וואס ער האט געליינט אויף די סאציאלע נעצן וואס האבן אויף אים געטון ווירקן.

דער אמת איז, אז ווען ס'איז געקומען צו אזעלכע ערשיינונגען האט ער נישט איינמאל געקלערט פון אפהאקן דאס שייכות מיט זיין פעטער, ער האט אפילו געהאלטן אז ער מעג אים גיין מסר'ן און איבערגעבן פאר די אינסטאנצן, ס'איז אים שווער אנגעקומען, אבער ער האט מיט לייד געמוזט אנערקענען אז זיין אנקעל איז א שטיקל קרימינעל.

ווער רעדט נאך ביי די לעצטע שמוגלעריי וואס ער האט פלאנירט, ווען אין זיינע אויגן האט זיין פרומע פעטער איבערגעטרויטן די רויטע ליניע, האט ער נישט געקענט קומען צו זיך פון שוידער.

ס'האט אים וויי געטון ביז גאר, אבער זיינע פארקרומטע דעות האבן דערגרייכט א זעלבסטפארשטענדליכע פארשטאנד אז ער האט אפילו גאר א "פליכט" צו די מענטשהייט צו גיין אנקלאגן זיין אויפהאדעווער און באליבטן פעטער.

דא איז אבער געקומען די מאמענט וואס טראץ זיין דראנג צו קארעקטקייט, האט ער זיך מתגבר געווען אויף זיין נסיון און מחליט געווען נישט צו פּלַאפֶּען, נאר ענדערש האלטן דאס מויל פארמאכט און די ליפן צוזאמען געדריקט און דאך שיצן זיין פעטער און מומע פון אן אומבאגנאדיגטע שטראף און צרה.

טאקע דערפאר האט ער זוכה געווען צו ווערן ארויסגעראטעוועט פון די איבערגעקערטע סדום ועמורה!

נאכ'ן פארשטיין די פארקרומטע גראדקייט פון לוט, קען מען ערשט פארשטיין פארוואס טאקע איז זיין שכר פאר בלויז שווייגן און נישט פאר'מסר'ן זיין פעטער אברהם אבינו אזוי גרויס!

זיין פאר'גוי'שטע קארעקטקייט האט געמאכט אז נישט מסר'ן איז געווען פאר אים א אומבאשרייבליכע נסיון!
לעצט פארראכטן דורך שמחת עולם אום מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:58 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

פיינע ארטיקל!!!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

נאכאמאזעל האסטעס יעצט געלייגט… ווער ווייסט צו כ׳וואלטעס אמאל געזען.. שכח!
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

;l;p- נישט געכאפט ביזן סוף ווי אהין די צילסט.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

;l;p- פיין פיין, גאר גוט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

;l;p- ;l;p-
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
בייגעלע
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:53 am

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייגעלע »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
תלישא קטנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלישא קטנה »

wow masterpiece !!! ;l;p-
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ס'איז עפעס אפנארמאל. די אנאלאגיע ברענגט אזוי גוט ארויס די אויספיר מיט א טיפערע פארשטאנד. יש"כ.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געוואלדזשענע!! שטארק הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

שמחת, אוואו געווענליך, אויסנאם גוטער שפראך! קלארערע פוינט! בקיצור א גראדע ארטיקל!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

הערליך הערליך!
---
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כהאב געווארט אויף א לאנגע רוסישע פארזעצונג, וואו דער פלומעניק וואקלט זיך אויב ער זאל איבערגעבן דעם פעטער צו די קאמעניסטישע אינסטאנצן, אבער האסט עס צוריקגעפירט אפאר טויזנט יאר פריערט
געוואלדיג!!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אה! א שמחת עולם ארטיקל האט נישט קיין קאמפאטישן!
מעסיוו!

ס׳ערשטע מאל אנגעשטויסן אין דעם ווארט ״גירכע”.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

א דאנק פאר אלע קאמפלעמענטירער!!!

@שלמה מולכו, איך האב געוואלט שרייבן "גיכער", למעשה האב איך יעצט אויסגעבעסערט און געשריבן "געכער", לכאורה איז דאס די ריכטיגע וועג צו שרייבן דעם אויסדרוק (איך נוץ עס דא און דארט ביים רעדן... אפשר אין אמעריקא איז דאס נישט אזוי באקאנט... איני יודע...)
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אלץ אן אמעריקאנער האב איך קיינמאל געהערט "געכער", אבער "גיכער" איז יא באקאנט. איך גלייב אז יעדער אידיש רעדער אין אמעריקע פארשטייט וואס "גיכער מיינט.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

היכי תמצא האט געשריבן:אלץ אן אמעריקאנער האב איך קיינמאל געהערט "געכער", אבער "גיכער" איז יא באקאנט. איך גלייב אז יעדער אידיש רעדער אין אמעריקע פארשטייט וואס "גיכער מיינט.


נאכ'ן אביסל ארום זוכן אויפ'ן געוועב, קוקט אויס אז מען מוז עס טאקע שרייבן "גיכער" גיכער פון "געכער"... די פוילישע אפשטאמיגע אידן זאגן דאס ארויס "געכער" אבער ס'קומט געשריבן לכאורה טאקע "גיכער" - און איך האב עס טאקע געטוישט יעצט.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שמחת עולם האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:אלץ אן אמעריקאנער האב איך קיינמאל געהערט "געכער", אבער "גיכער" איז יא באקאנט. איך גלייב אז יעדער אידיש רעדער אין אמעריקע פארשטייט וואס "גיכער מיינט.


נאכ'ן אביסל ארום זוכן אויפ'ן געוועב, קוקט אויס אז מען מוז עס טאקע שרייבן "גיכער" גיכער פון "געכער"... די פוילישע אפשטאמיגע אידן זאגן דאס ארויס "געכער" אבער ס'קומט געשריבן לכאורה טאקע "גיכער" - און איך האב עס טאקע געטוישט יעצט.

כאנישט געוויסט אז די פוילישע זאגן דאס ארויס "געכער". אנטשולדיגט, כ'האב קיינעם געמיינט צו באטרעפן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באמערקנדיג נעכטן אז שמחת עולם האט זיך צעשריבן, האב איך געשעפשעט א שטילע געבעט אז איך זאל טרעפן צייט אין נאנטן צו קענען דאס אפליינען, דען איך ווייס שוין היינט אז ער האט אימער גוטע בייפעלער און באגלייט דאס מיט שיינע פראזן און א זיסע מעשה'לע. און טאקע היינט האב איך ב"ה געטראפן די פאר מינוט, און איך בין נישט אנטוישט געווארן! יישר כח שמחת עולם!
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

אייזערנע ארטיקל
The Divided States Of America
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גוט און צום פינטל, מיט א שריפט בעסער פון גוט. געוואלדיג!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

נישט געכאפט ביז די לעצטע סקונדע ווי די צילסט...

גאר שיין געשריבן, שכח!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קרומע גראדקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מורא'דיג!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”