מיט אייסעס קען מען אויך אפקומען עבירות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

מיט אייסעס קען מען אויך אפקומען עבירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

איך האב שוין לאנג נישט געשריבן, און איך האב נישט עפעס א נושא, וואס געווענדליך פאר מיר דארף דאס זיין עפעס וואס זאל מיך ארויסנעמען פון די דישעס, וועל איך פלעין שרייבן עטליכע עפיזאדן פון הוידל בוידל, אבער דאס איז עכט געשען, איך האב עדות.

מען קען זאגן אז עס איז פלעין קינדעריש, און מאנכע וועלן טראכטן אז איך וואלט געדארפט אויפקומען מיט עפעס בעסערס, קראכטס אוועק, איך האב נישט בעסערס, און איך מוז דאך צופרידן שטעלן טריאו, ער הערט נישט אויף צו טראכטן פון מיר... ווי סך קען איך שליקעצען.

נו אז מען וועט מיך באפאלען מיט אתרוגים און הארטע אייער פון פריזער פארן שרייבן אזוינע געפרעקעלטע שטותים, בעט איך ענק ווארפטס עס נישט אונטער מיין קנעכל, דארטן איז דא עטליכע קליינע פינגערס וואס פארנעמען נישט קיין שטארקע אימפעקט.

בין איך געווען ביים דענטיסט די וואך, נאר טראכטענדיג פון א דענטיסט קען פארטרייבן אלע מחשבות זרות, זיצענדיג דארט אין די וועיטינג רום האט זיך ארויסגעהערט די אינקוויזיטארישע פייניגונגען וואס דער מלאך הטשילס האט אנגעווענדעט אויף זיין קרבן, דאס ערגסטע איז נאך דאס דרילן... דו ווייסט, דאס וואס מאכט די בלוט גריצעלדיגע ZZZZZZZ, אוי געוואלד, איך קען נישט טראכן מער, ווי איז מיין סוועטער, סיז מיר פשוט קאלט געווארן.

ענדליך עס איז מיין רייע, מיר גייט מען מאכן א רוט קאנאל, איך גיב אזא זאג פארן דענטיסט אזוי אגב, אז איך וואלט ענדערש אריבער געשווימען דעם סועץ קאנאל ווי האבן א רוט קאנאל, א האלבע שעה דערנאך האט ער נאך געלאכט פונעם וויץ, זעט אויס ער דרייט זיך נישט דאהי, און ער הערט איין וויץ א חודש.

עניוועי, איך האב אים געפרעגט צו ער גייט נוצן דעם טרויעריג בארימטן דרילער, די ענטפער איז געווען פאזיטיוו, האב איך אים געבעטן אז ער זאל מיר געבן פופצן נידלעך איינצושלעפן מיין נערוו, איך וויל נישט פילן דעם דרילער, נו שוין ער האט מיר געגעבן צוויי שטיק, איך האב צוגעמאכט מיינע אויגן און מיינע פויסטן, און ער ארבעט פעסט, וואס טוט ער דארטן ? נעם ארויס דעם נערוו און לאמיך גיין.
איך האב מיך פראבירט צו קאנצעטרירן אויף וויכטיגע ענינים און נישט טראכטן פון דע וואגאבונד וואס בארט מיר מיין באק ציין, סיז דא וואס צו טראכטן, ווי למשל אויסצורעכענען וויפיל די מעשר גייט זיין פון די פופציג מיליאן דאלאר לאטערי וואס איך גיי געוואונען, אויכעט האב איך איבער געטראכט מיין באגעגעניש מיט קרעמער אין קאנטרי, איך ווייס נישט פארוואס קרעמער האט דאס געטון, אבער וואס גייט פאר מיט דעם שרעקליכן צוים, ווען איך בין אנגעקומען האט דאס געהאט שטעכל דראטן ארום.

שוין איך בין פערטיג !!! אדורך גאנץ בשלום, מען גייט אהיים, אינדרויסן איז 90 דעגרי, איך זעץ מיך אראפ מיט א באלייכטונגען, אבער איך האב דאך א משוגעת אז איך מוז עפעס קייען ווען איך לייען, גייט מען צו צום פריזער, מיין קליינע טאכטער לויפט מיך נאך, איך נעם ארויס א געשמאקע אראנדזש אייסעס, היימיש געמאכט, איינס דארף מען געבן פארן קליינעם, איינס נעם איך פאר מיר, אזוי שטייענדיג מאך איך א ברכה, איך געב א בייס אריין.... און דא האט עס פאסירט...

די וועלט האצעך אפגעשטעלט, די נעגל האבן אויפגעהערט צו וואקסן, טליתים האבן זיך צוריסן, שטריימלעך זענען ארויסגעפאלן פון די האלטערס, די פליגן האבן געגעסן קאמפאוט, די סוכה איז צופאלן, אוי געוואלד !! איך האב אריינגעביסן די אייסעס אין יענע קאנאל ציין !! יסורים נוראים, דער נערוו לעבט נאך !!
די אייסעס האט געטראסקעט, איך בין געבליבן פארפרוירן מיט איין פיס אויף די קאונטער פאר פינף מינוט, דער קליינער קוקט אויף מיר ווי א פארזעעניש, דאס ווייב קומט צו לויפן פון דעם שוידערליכן קוויטש וואס כאב ארויסגעלאזט, און איך שטיי אין קאמישע פאזע, איין פיס אין דער הייעך, איין הענט אויף מיין לינקע באק, נאך פינף מינוט האט זיך די טעראר אפגעשטעלט.

עטץ מעגטס לאכן...
************************************************************************
איך וועל ענדיגן מיט א דבר טוב.

פאריגע וואך ארויסקומענדיג פון די מקוה, בין איך צוגעגאנגן צום סינק זיך צו וואשן די הענט, דער סינק האט פינף טעפלעך, אנקומענדיג אהין איז דער סינק געווען אקופירט פון איין מענטש וואס האט פונקט דעמאלטס אנגעפילט א מויל מיט וואסער און געכארכעלט דערמיט ווי א אקס פאר אדער נאכן שעכטן איך געדענק שוין נישט פונקטלעך.

געווענדליך ביי אזוינע גרויליגע סצענעס יאג איך אפ, דא מאיזה סיבה שהוא בין איך געבליבן קוקן וואס דער לאבוז גייט דא ווערטשאפטן, הקיצור, נאכן מאכן זיכער אז די איבערבלייבעכטס פון די נעכטיגע פאפריקאש מיט די געדינסטע צוויבל און די פארפוילטע פאפקארן פון צווישן די ציין איז זיך צאמגעקומען לפונדק אחד בין קנה לוושט, האט ער עס געגעבן א שפיי ארויס, און יא, יעדע איינע פון די פינף טעפלעך אין סינק האט באקומען א כדי אכילת פרס.

איך האב מיך אפגעטראגן ווי די איבל האט מיך געטראגן, איך האב מיך אונטער גענומען פערציג טעג זיך נישט צו וואשן ביי יענעם סינק.

מאשקע, נאך די פערציג וועל איך מעלדן די רעזולטאטן.
אטעטשמענטס
untitled.JPG
untitled.JPG (635 Bytes) געזען 2522 מאל
לעצט פארראכטן דורך זילבערנע בעכער אום מיטוואך יולי 09, 2008 3:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שלום עליכם ר' בעכער,

וועגן דענטיסט זאלסטו מיר נישט דערמאנען, די שרעקליכע קאשמארן גייען נאך אלס דורך יעדע נאכט נאך קרי"ש איך הער ווי דער דענטיסט מיט זיין רוסישען אקצענט שרייעט 'מר. מיללער דו יו בראחש טווייוס עי דעי אטר וואחנס?!' און איך ליגנדיג ווי דער אקס פאר אדער נאך די שחיטה ענטפער ווי א וואלע שעפעלע מיט אן אפען מויל נאם פון פינשטעס 'אאאאלי וואס' (אנלי וואנס אונטער נארמאלע אומשטענדן) 'סאו יו וויל העוו טו טשעינזש יור העביט' זאכט ער דער אנטעסעמיט.

פארשטייסט ווייל ער קען נישט קער נעמען פון מיינע ציין ווי א נארמאלע דענטיסט, בלעימט ער מיין בראשן די ציין האטסא קוטשא זילבא בעכע.....

*****************************************************

שיק דעם מויל שווענקער צום ראש-הקהל-עלעקט ר' אלתר בחור, ער וועט אים שוין דא מסדר זיין ככבודו הראוי.

געבענטש זאל זיין דער ווינט וואס האט דיך דא אריינגעבלאזן (טריאו בלע"ז)
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

זילבער, אז דו ווילסט איך זאל פילן דיין ווייטאג, דעמאלטס פארוואס מאכסטו מיך לאכן ? אוי ביסטו גוט.

חחחחח, ער האט מסיים געווען מיט א דבר טוב.
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

יוא............. איך בין אפגעקומען די עבירות פון ליינען דיזע ארטיקעל.... וויזוי?
זיצט א גאנצע אפיס מ'ארבייט רואיג פינקט רעדט קיינער נישט אויפן פאון, פליצלינג......... איינער לאאאאאאאאאאאאאכט ככככככככככככככככככ
wow אזאנע בישות
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

עטץ מעגטס לאכן...
************************************************************************

יוי האב איך דיך געפאלגט.

דו ביסט אייזן, אזוי גוט אראפ צו לייגן, קאניינעהארע, און יא ווער ווייסט דען נישט וואס די ווייען ביי א דענטיסט איז, דאכצעמער אז ער איז איינע פון די מערסט פארפיינטעטע מענטש אין די בריאה, ( נאך בוש, און די טעראריסטן ובין לאדין בראשם.) אבער דו ביסט גוט, האסטמער געמאכט טשילס, נאר ליינענדיג דערפון.

דיינע לשונות, איז אויך נישט אוועק צו מאכן. א גרויסן יישר כח, כ'האב הנאה געהאט, און אז ס'מאכטצעך דיר אביסל צייט, ווארף אריין נאך איינס.

אייז קרים? יא מעגסטו אויך אריין ווארפן, אבער מיט רחמנות, אז נישט אלעס זאל שמוציג ווערן.
דזשאמבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשאמבא »

אוי זילבער, דאס איז געוואלדיג! איך האב אזוי געלאכט נאך מער פונעם תמימות'דיגן דאקטער, גלייב מיר. יא איך זעה אפטער וויצן פון אים, איך קום אסאך אריין דא זיך אונטער האלטן, אין יא איך האב שטארק הנאה געהאט.

ייש"כ
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

זילבער, זייער פיין אראפגעלייגט, א גרויסן יישר כח.


מאשקע, גיימער האלטן חשבון אויף פערציג טעג? ס'האט זיך שוין אנגעפאנגען פאריגע וואך, סאו שפעטסטענס איז עס געווען שבת, אפילו ער האט נישט אויסגערעכענט די פיש מיט די פערפעל, נאך שבת זיכער נישט.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

דעס איז שוין פון די נישט גוטע טעמעס, ווען קומט עפעס א גוטס?

שוין פינעף מינוט וואס איך ארום דעם סוועטער, נאכן קאלט ווערן פון די טשילס,
ביז כ'מעך געכאפט אז די ברוכ'טע האט עס געברויכט אנצופילן די אייער באקסעס ווען מען איז געפארן און קאנטרי,

דרך אגב (ווער קען אים?) דאס איז זייער א סטייליש ארטיקל, דהיינו האט ענד קאלט, כ'מיין קאלד ענד האט,
עס האט זיך געשפירט עסנ'דיג אן אייז קרים ארומגענומען מיט צוויי הייסע קוקוס מיט די טשאקלעד טשיפס.
זייער געשמאק געווען.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זילבערנע-בעכער;

א שיינעם דאנק פארן אריינוואנדערן אהער מיט אזא נאבעלע ארטיקל, וטיבותא לשקייה - טריאו - וואס האט דאס צושטאנד געברענגט מיט זיינע דרוקערייען (נאך אלץ בעסער פונעם דענטיסט'ס דרילער).

זייענדיג א צוקונפטיגער פאציענט ביים דענטיסט פאר א שורש-קאנאל, וויל זיך מיר פרעגן: 1) וויפיל צאלט מען היינט פאר א רוט-קאנאל? איז דא א סארט אינשורענס וואס דעקט דאס? 2) וואס איז טאקע דער פשט געווען אז דער נערוו איז געבליבן לעבן? האסטו בלויז געדארפט ווארטן נאך אפאר שטונדן? אדער האסטו געדארפט צוריקגיין אויף נאך א באהאנדלונג ביים דענטיסט?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

"האלאו... האלאו... אפשר קריכסטו שוין ארויס דארט פון מויזן לאך! הערסט נישט?! קריך שוין ארויס פון דארט!!!" אט די דיבורים קלינגען מיר אין די אויערן זינט איך בין אהין אריינגעשפרינגען, פאר בושה וחרפה.

- וואס איז זארעכ? וואס גייט פאר?
- איר פרעגט וואס גייט פאר? זענט איר בלינד? איר זעט נישט? איר ליינט נישט? יא, נו, מיר ליינען, מיר זעהן. זאג שוין, רעד שוין, מאך נישט אזא פאניק, דערצייל שוין וואס גייט פאר.
- כ'פארשטיי מיך נישט מיט אייך. זענט איר טיפשים, נארנים אדער סתם ווי פון די לבנה אראפ? האט איר געליינט די פרישע געטראנקען וואס מ'האט אייך היינט סערווירט אין א 'זילבערנעם בעכער', יא אדער יא?
- אההה, פון דעם רעדסטו. נו, אוודאי האבן מיר דאס געזען. נו איז וואס?
- ס'הייסט איז וואס? זענט איר נארמאל, איר זעהט נישט וואס דא האט פאסירט? ניין, וואס? אבער רעד שוין, ווייל דו גייסט מיר שוין אויף די נערווען.
- גוט, אנטשולדיגט נישט דאס האב איך געמיינט, וויל איך אייך דען גיין אויף די נערווען? אבער הערט וואס דא האט פאסירט.

באלד נאכן זיך גלגל'ען פאר געלעכטער פון דעם 'זילבערנעם בעכער'ס' ארטיקל האב איך זיך פלוצים דערשפירט פארטרויטלט. יא, דאס פנים האט מיר אנגעהויבן פלאמען אזש איך בין אריין געלאפן זיך באהאלטן אין א מויזן לאך.

א קאמפלימענט שמעקט יעדן, נישט אזוי? יא, טאקע אזוי. איז וואס מיינסטו דערמיט צוזאגן? פשוט. מיינסטו דען אז ווען איך זארעכפעפער שרייבט אפ אן ארטיקל און די קאמפלימענטן פליען שמעקט דאס נישט? ס'טו נארמאל, בין איך עפעס א מלאך? הוי צי ס'שמעקט... פרעג נאר מיינע ארומיגע וועסטו שוין האבן צו הערן פון זיי. דער זאגט אהער יענער זאגט אהין, אההה... מעכאיע. זינגט מיט רבותי:
א קאמפלימענט צוגייט אין אלע ביינער,
ס'פארשטאפט אפילו די לעכער פון די ציינער,
דער גוף שפירט זיך זויבער און ריינער,
אפי' מ'איז אנאנים און ס'ווייסט נישט קיינער,
אם אבן הוא נמוח, עס צוגייען אפי' די שטיינער,
(פעך... ס'שטינקט פון גאוה...)

און איך נאחר רעד איך מיך נאך איין אז דער עולם מיינט עס ערנסט. יא, אזוי האב איך געמיינט ביז... ביז... עד... עד... שבא 'זילבערנע בעכער' מיט זיין ארטיקל...

הערסט, אויב זאלן די אלע קאמפלימענטן, וועלכע זענען געריכטעט צו מיינע ארטיקלען, זיין אפי' האלב אמת דאן דארף איך לויפן נישט נאר אין איין לאך נאר אין צען טיפע לעכער! יא, איך זיץ דא און מייזן לויך און איך פארשטעק מיך פאר בושה אנטקעגן זיין מייסטערהאפטיגע ארבעט. זאלן אנטקעגן קומען די אלע קאמפלימענטן וואס זענען געשריבן געווארן צו מיין ריכטונג און זאל דאס אויסגעדרייט ווערן מיטן פנים און צילפונקט צו אונזער 'זילבערנעם בעכער'. (שוין ווייטער סרוחעט דא דיין גאוה... שווייג שוין!)

מאז עלות יענטאאש לסערות הארץ האב איך נאך אזאנס נישט געליינט. אזא מין ארטיקל איז א זעלטנהייט. ס'האט אלע טעמים; רייך, געשמאק, זאפטיג און גוט געשריבן, געגאסענע הומאר, און וואס נישט.

"האלאו... האלאו... אפשר קריכסטו שוין ארויס דארט פון מויזן לאך! הערסט נישט?! קריך שוין ארויס פון דארט!!!"

ביסט מעשוגע, אזאנס אהער צושעטלן. זאל איך זיך איבערדרייען זיבן מאל וועל איך דאס אויך נישט קענען באווייזן.

רבותי, איך האב דאס איבערגעליינט דריי-צו-פיר מאל, און יעדן מאל באזונדער זיך געקייקלט כבראשונה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זייער שיין. אנגעפאנגען בדבר טוב און געענדיגט בדבר טוב. שוין אפגערעדט פון די לעצטע שורה...

טריאו, יישר כח פאר'ן טרעפן דעם גביע הכסף באהאלטן אינעם אמתחת און אים צוריקברענגען תחת כנפי השכונה.

זארעך, זעהט אויס אז כ'האב ערליך מתפלל געווען שבת פאר מוסף, חדש ימינו כקדם.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

בעכער, ריזיגער ארטיקל.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

בעכער איין ווארט, סופער!
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

זילבערנע, שכויעך. שוין לאנג נישט געלאכט אזא גיטס דא. ווען גייסטו נאכאמאל צום דענטיסט? הגם, קענסט שרייבן פון דיין עקספיריענס ביי א שמחה, לאו דווקא פון שמערצן ביים דענטיסט.
זיידזשע מוחל, ווען די פערציג טעג ענדיגט זיך, לייג אריין א מודעה און דבר יום ביומו אז דו ביזט א געהאלפענער.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

זעלבער-כארכעל! אייטש מאטטשאט באחניאח! ריכטיג מיללער?

אילך וועל טאן גענוי וואס מיללער זאגט זיך נעמען תיכף צו דעי אויסגעשפראכענע געמיינדע, 'די כאטרכלער', געמיינט האב איך אז איך וועל קענען זיך אראפ שטעלן אין איבערקלערן דיינע מחשבות ביים דענטיסט, אבער ניין דער טשיל האט מיר געביסן פונעם ביזעם ביז מיין פאטנגעס, אזש איך האב ליבערשט געקליבן צו שטעלן אן אויפזיכט אויפן דבר טוב, צוליב די טשילנעס וואס הארט מיר אנגעכאפט ביים ליינען דיינע באחק ציין געשלעפעכטס.

איך וואלט דיר באווארפן מיט אתרוגים? זיכער מיט סינימאטן דזשעליס, באחשמירט מיט מארדזשערין. דאס וואלט איך געטאן, דו זאלסט שרייבן נאך!

גיימער צום כאטרכעל געשעפט, א מין אטנשיקעניש, שטייט דארט כאטרכעל ב' אין ווארט אז כאטרכעל א' זאל פארטיגן כאטרכלען. אזוי כאטרכלענדיג, אנשפריצענדיג ס'גאנצע געגענט, רופט זיך כאטרכעל ב' אטן: "אהה כאטרכעל טייערער דו ביסט שוין א דורכגעווייקטער יוד"; ס'האט מיר געקאסט א כאטרכעל. שטיי ווען נאך איין רגע הער וייטער די פארוועלקטער שמועס דארט, זאגט ער דארט, שטייט אזוי: ונח מצא חן בעיני... מיט "איין איי" ווער ברויך דען צווייי אייער?... שמייכעלן זיי זיך אונטער, די צוויי כאטרכלער; הער אויף רעדן פון אייער, ענדיג כאטרכלען אין כאפ דיין מקוה וועש אין יאטג!

עס איז שוין העכסט צייט אויפצוהענגן א צעטל ביים מקוה סינק "ווער עס וויל כאטרכלען - ווערט געבעטן צוריק אראפ צושלונגען די איבריג'ס" מעמער זעהן דאחמאלס...

עניוועי, איך על ווארטן פערציג טעג, אר יו דראטנק וויט כאטרכעל וואטטער? שוין קום אהער אין זאג אונז נאך...

*
אגב "זילבלי" וואס איז בעסער א טשיל פון א ZZZZ דריל אדער א שפריץ פון א כאטרכלער? דזשוי איט זילבי, קלייב דיר וועלכעס איר ווילט... אזוי אויך טענקיו פארן סקרעטשן מיינע געפילן מיט אן אפעטיט.

*
זארעך בתמניא אחת, דו ביסט גארנישט אזוי אוועק צואמכן,שטיי נאר אין לעכל אין בלאז ארויס מיט דיינע וואטנצבענדער זאפטיגע שטיקער, הערסט? שפיל באהאלטן, אין שריי טאחפטאחטריאו פון דארט ארויס אוריגוויי [ערגעצוואו]. יו דעם איט - מעען!
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

שכוח 'זילבערנע בעכער', נישטא וואס צוציליייגען צו די פריערדיגע.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

די ערשטע יישר כוח פון מיר אין די קרעטשמע קומט זיך זיכער פאר זילבער, איך לייען נישט קיין סך דא דערווייל, אבער אפקומען עבירות מיט אייסעס האט מיך געכאפט, ווארום איך בין א מעכטיגע אייסעס עסער, אבער יעצט מוז איך גיין צום דענטיסט, אויף דעם בין איך שוין נישט גרייט...

איך האב נישט אויפגעהערט צו לאכן, דו ביסט געשמאק, וואלסט ווען געדארפט באקומען צוויי דפים מיט דאנקערייען, זעט אויס נישט יעדער ליינט.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שכוח זילבערנע דיין ארטיקל איז געוואלדיג איך האב מיר געכארכעלט פאר געלעכטער

איך לייד יעצט אויך אויף ציין וויי אזש איך קען נישט שלאפן ביינאכט
דער אנטיסעמיט (דענטיסט) וויל מיר ארויסנעמען די וויסנשאפט (ציין) ער האלט אז שוטה אינו מרגיש ממילא אז איך וועל נישט האבן די וויסנשאפט וועט מיר עס נישט וויי טוהן
אכלל מצפים לישועה וימים ידברו
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

זילבערנע ארטיקל! געמאכט מיט זילבערנע ציינער, זילבערנע פעדער!! ישר כח
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

טריאו, ווי ביסטו געווען ביז יעצט? הא?!

דער זילבערנער בעכער האט דא אראפגעלייגט אן ארטיקל איינס אין דער וועלט, איך האב שוין לאנג נישט אזוי צוזאמגעלכט ווי ביים ענדע פון דער ארטיקל. יוי, דיינע אויסדריקן איבער גאנצן באשרייבונג זענען עפעס אויסערגעוונליך!

בעכי, איך ווייס נישט וואס די ווילסט דארט ביים אנפאנג פון ארטיקל, עפעס שרייבסטו דארט אז די האסט נישט קיין זפעציעלער נושא פון וואס צו שרייבן, אפשר קענט איר מיר געבן א בעסערער נושא ווי דאס? דאס איז דאך ממש געגאסן פאר א קרעטשמע ארטיקל.

ב"ה, דער עולם קומט צושטייטעלך צוריק, זארעכ, זילבערנע בעכער און ועל כולם גרויזאמער, ס'קומען גוטע צייטן פאר די קרעטשמע.

זילבי, כה לחי! גיי נישט אווועק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

הרב מיללער, א דאנק, האסט געבראשט דיין ציין היינט ?

וואס, א דאנק, וואס בין איך שולדיג אז דו לאכסט פון מיינע צרות ?

קאר אינשורענס, דיין תגובה האט מיך געמאכט גוט שפירן, נאר בשמחה.

איכער, דיינע שכוחות זענען עקסטער בעטעמט.

דזשאמבא, א דאנק מיט א פילן מויל.

טריאו, א דאנק פאר די קאמפלימענט, א ברכה אויף דיין קאפ, דו ביסט שולדיג...

קרעמער, קודם א דאנק, און א גוטע בשורה, כאב שוין זייט דעמאלטס געגעסן 14 אייסעס אן קיין פראבלעמען, זעט אויס אז דאס פלאץ איז נאך געווען צי האקעל.

זארעך לעבן, דו מיט דיין עניוות/ גאוה, איך געדיר געפייגערטע שלעק, לאמיך יעצט פראווען עניוות: נישט נאר דיינע ארטיקלען, נאר אפילו דיינע ווארעמע שכוחות שרייט איבער מיינע ארטיקלען פי כמה, לייען נאכאמאל איבער דיין שכוח דא, דו ביסט דאך א יחיד במינו, הער אויף.

מאשקע, א דאנק, איך האב געוואוסט אז די לעצטע שורה וועסטו ליב האבן דאס מערסטע... כאב עס געשריבן מיט מאשקע אין מיינד.

יאנאש, נישט פרינטער פרינט ?? האסט עס גלייך געלייענט ? א דאנק.

בן הרחמן, איך געדענק דיך נישט פון יענע צייטן, א זכיה איזעס אבער א גרויסע אז דו האסט מיר געגעבן איין ווארט.

נאטורליך איז אויך געקומען צו מיין געמויזעכטס ?? WOW, שקויעך נאטורליך.

אלטער, צו דיר האבעך ניטאמאל קיין ווערטער, מיט דיינע לשונות קענסטו מאכן טויטע לאכן, א דאנק.


יצמח, א שאד דו האסט גארנישט צוגעלייגט, אפשר דאך ? א דאנק פארן דאנק.

קרעפטיג ??? די ערשטע יישר כוח באקום איך ? דאס מיינט אסאך, א דאנק פון טיפן גארגל.

פויער, איי איפרישיעט דיין קאמפלימענט.

יגר, א דאנק, און דו גיי אן מיט דיין פירוש על התורה, דו ביסט גוט.

צייטליך, טענק יו ווערי ווערי מאטש, א שכוח פון אזא שרייבער ווי דו איז נישט אוועק צומאכן.

אוי וויזוי האבעך פארגעסן ברוך ? ברוך, גם ברוך יהיה, א דאנק.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זילבערנע בעכער, דו האסט זייער א לאנגע נאמען, וויזוי רופט מען דיך אין קורצן? אקעי כ'גיידעך רופן זילבי!

כ'האדער נאר געוואלט זאגן אז מיט א ארטיקל פון "זילבי" קען מען אויך אפקומען די עבירות, אה! ווילסט אוודאי וויסן וואס כ'מיין צו זאגן, העלעכדער מסביר זיין, (אויב ווילסטע נישט וויסן, ליין נישט ווייטער)

לעצטענ'ס קומט מער נישט אויס קיין סאך צייט צו ליינען אינמיטן די וואך קרעטשמע, און די פארגאנגענע וואך ווען כ'בין געווען ביי איינעם אין אפיס, האבעכמעך צוגעזעצט צו איינע פון זיין קאמפיוטער'ס און כ'האמעך אנגעקלאפט און דיין דענטיסט! אזוי פארטיפט בינעך געווען, אז כ'האב נישט געכאפט אז כ'לאך אויפן קול, און אינמיטן ליינען, שיקט מיר מיין חבר אריין אויף גוגל, אז כ'זאל לאכן שטילער..., ווייל ס'זענען דא נאך אפאר מענטשען ביי עם אין אפיס, כ'דריימעך אויס און כ'זעה ווי אפאר מענטשען, שטייען און באטראכטן מיך, ווי כ'בין יעצט אראפגעקומען צו די לבנה, כ'גלייב אז מיינע ווערטער דארפן שוין נישט קיין הסבר.

נאר איין זאך ווילעך דיך בעטן, נעקסטע מאל וואס כ'דאף גיין צו מיין דענטיסט, שרייב נאך א נארטיקל, און אזוי וועלעך נישט פילן די ZZZZZZZZ ווען ער דרילט מיר אריין אין די ציין, אקעי?!

טענק יו. וויכי!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

בעכער, א שטיק אייסעס דיין ארטיקל!

מורא'דיג!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זילבי,
הערשט יעצט געליינט (פשוט ווייל איך גלייך נישט קיין אייסעס און איך האב נישט קיין עבירות)

עד להפליא די ארטיקל!! אריין אין וויקיפידיע...!!! סמעטענע איז אויך גוט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

שמערי בערי האט געשריבן:בעכער, א שטיק אייסעס דיין ארטיקל!

מורא'דיג!

בעכער איך האלט אויך אזוי די ביסט א מעכטיגע שרייבער א פעדער האסטו איינס אין דער וועלט
אבער ווי עס קוקט אויס איז שמערי בערי נישט געווען לעצטנס ביים דענטיסט, ווען יא איז דאך אייסעס די ערגסטע זאך, חוץ אויב די מיינסט טאקע צו זאגן אז בעכערס ארטיקל איז טאקע ווי א שטיק אייסעס נאך די ראט קאנאל... אויב דאס איז דיין כוונה דעמאלס קום אריין אין טענה'ן אשכול זיך צו טענה'ן אביסל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”