ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

די גאסען רוישען, די פולווער שפירט זיך אין די גאסען, א מלחמה שמעק שוועבט אין די לופטען, אט אט גייט מען אין די מלחמה אריין!

אין צענטער פון שטאט זעהט מען שוין די כהן משיח-מלחמה שטייט אויף א גרויסען שטיין, ער רופט אויס מי שבנה כרם ולא חנכו, מי שארס אשה זאל אהיימגיין, א באנדע פרישע ינגעלייטלעך שלייכען זיך ארויס פונעם ציבור, דאס מאל קענען זיי נאכנישט אנטייל נעמען.

און דער משיח-מלחמה שרייט ווייטער ווער עס חושש אויף זיינע עבירות זאל אהיים גיין, אפאר מענטשען דא און דארטען הייבען זיך אן צו ריקען, וואס א מינוט מער, אלץ מער מענטשען טראכטען זיך איבער און מאכען א בואי בשלום מיט א אראפגעלאזטע קעפ, אפילו שכני און חסקעל זרח האבען זיך שוין איבערגעקלערט און אוועק געגאנגען.

און אט בליייבט איבער א ציבור יודען, מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט, דארטען שטייט יהושפט א טייערע יונגערמאן אויסגעטוען פונעם עולם הזה, זיין זיידע איז איינע פון די דיינים פון די סנהדרין, ער גייט יעצט אויפטוישען זיין דיקע גמרא מיט א שארפע שווערד, מיט זיין לוימדשע מוח גייט ער פלאנירען תכסיסי מלחמה, וואס הייסט ס’איז א מלחמה!

אביסעל ארויפציער שטייט א קבוצה ש”ס יודען בעלי שם, זיי בלייבען אויך דא צו גיין אין די מלחמה, זייער ראש כולל ר’ שבתי איז א באקאנטע פיגור אין די עולם התורה, א פראמינענטער מחבר ספרים, אן אויסגערופונער עמקן און למדן, אבער היינט גייט ער פירען א שטארקע מיליטער אויפן שלאכט פעלד.

די חצוצרות פייפען, די עולם הייבט זיך אן רוקען מיט א שטארקע עזות דקדושה ה’ עמכם גיבורי החיל!

דעי אקשן איז אן! די עולם לויפט מלחמה האלטען אין איינעמען דעם שטאט, פון יעדע גאס שפראצען ארויס נייע שונאים, אבער בחסדי ה’ זעהט מען אפענע ניסים פונעם אייבירשטען, און ב”ה נאך קורצע וואכען איז מען געלונגען צו געוואונען און איינעמען די שטאט, אין יעצט גייט מען אהיים מיט נייע געפאנגענע קנעכט.

אבער צעווישען דעם עולם דרייט זיך אונזער יהושפט, ער זוכט אויף דעם קאמענדאנט ר’ שבתי ער האט עפעס וויכטיג צו איהם בעטען, ער געדענקט נאך זייער קלאר ווי מהאט איהר געטראגען און פון ווי זי איז געקומען, אין זייט דעמאלטס טראכט ער וועגן איהר.

אין א שטילע ווינקעל טרעפט אהן ר’ שבתי, ער רופט צו א שטילע זייט נאך א קליינע דין ודברים ענדיגען זיי מיט א שמייכל, יהושפט שפארט נישט קיין צייט, מיט שנעלע טריט גייט ער צו, ער כאפט איהר אן מיט די קייטען אטא דאס איז עס! זיינע פלענער שפינען ווייטער... זיין מח ארבעט פיבערהאפטיג...

********

איהר אוודאי וואונדערט זיך אויף וואס גיי זיך דא אויסלאזען. לאמיר לערנען אפאר פסוקים חומש. זאגט דער הייליגער פסוק, כי תצא למלחמה על אויבך ונתנו ה’ אלוקך בידך ושבית שביו וראית בשבי’ אשה יפת תואר ומראה וחשקת בה

געוואלד און געשריגען! דא רעדט מען פון די סמעטנע פון כלל ישראל, אונזערע שענסטע און בעסטע איז ארויס אין דיזע מלחמות, נא, היעלה על דעת כזאת? וואסי פשט? המקרא הזה אומר דרשני?

די קשיא איז באמת א וואונדער, און נאך מער, פארוואס זאל די תורה מאכען דערפון א גאנצע עסק מיט הלכות, ס’עפעס געשעהן? מאך א שווייג דערפון, לייג עס אריין ביי שישי אדער שביעי בין הדברים אין שוין... פארוואס מאכען א גאנצע פרשה פון דעים?

האב איך אמאל געהערט א טייער ווארט, דא שטייט א שטארקע נקודה. לאמיר אביסעל אריינטראכטען וואס דאס מיינט אן עת מלחמה, דער מענטש וואס האט נעכטען געהאט זיין סדר היום, קביעות’דיגער מנין, בעיסקלי זאכען זענען איהם מער ווייניגער געווען מסודר איז פלוצלינונג אויף א שלאכט פעלד ער ווייסט נישט וואס די נעקסטע מינוט גייט ברענגען, זיין שלאפען איז האלבוועגס געדרימלט, ער ציטירט טאמער ח’’ו פאסירט עפעס זאל ער אלס זיין גרייט, זיין ווארימהאפטגיע נאכטמאל איז געטוישט מיט עפעס האלב נישט געקאכט האלב נישט געבאקען קאלטע עסן... אקיצור די זאכען זענען איהם נישט מסודר. ווען א מענטש איז נישט מסודר די זאכען זענען איהם צופלויגען קענסטו נישט האבען קיין טענות אויף איהם. ווען זאכען דריקען איהם אויפן געוויסען קען ער נישט נעמען אחריות אויף אלעס וואס ער טוט.

אוי אוי טאטע אין הימעל מלך במשפט יעמיד ארץ גיימיר זיך שטעלען ביים יום הדין, מ’גיימיר בעטען בתחנונים אם כבנים... ואם כעבדים... תכלה שנה וקללותי’ תחל שנה וברכותי’, אבער מיר ווייסען זייער גוט אז א-ל אמונה בערכך דין, אם תמצה עומק הדין דעמאלטס וועט שוין גארנישט נישט העלפען, נישט קיין געהאקטע לעבער, אין נישט קיין שמעק טאביק, נאר איין זאך וועט אונז העלפען, אם למענו יעש ויסיר מנו חרון אף וכעס דעמאלטס קען מען ארויסגיין בשלום.

מיר ווייסען זייער גוט ליידער וואס אונזערע מעשים זענען געווען, און מיט וואס פאר א פנים מיר שטעלען זיך אוועק, די מאגען דרייט זיך נאר פון טראכטען דערוועגען, דער שטן שטייט דארט און רייבט זיך די הענט מיט פרייד.

אבער אונזער דערבארמדיגער פאטער האט אונז שוין אויסגעטרעטן א דרך תשובה לבת השובבה, דערפאר קומט אויס געווענטליך פרשת כי תצא אין די ימי האלול וואס דארטען זעהט מען א מורא’דיגע לימוד זכות אויף כלל ישראל, אונז זעמיר דא פארווארפען אין א לאנגע ביטערע גלות, אונז האבען מיר נישט אונזער היים, אונז זעמיר ללעג וקלס... כבשה אחת בין שבעים זאבים, קומט דער פסוק מלמד זכות זיין אויף דעם יוד, ווי לאנג זאכען זענען איהם נישט מסודר, קען דער יוד נישט נעמען אחריות אויף וואס עס גייט פאהר.

דאן הייבט מען אנלייגען אויפען וואגשאל אלעס וואס די יאר האט אונז געברענגט, אוי הייליגע באשעפער, די ימ’ען מיט עגמת נפש און יסורים וואס דער מענטש איז אריבער, די סטראגע”ל צו סורבייבע”ן איז ריע”ל, די מלחמה איז פול מיט עקשא”ן, טאג איין טאג אויס, אין לך יום ליידער... סיי אין די אייגענע לעבן יעדער איינער מיט זיינע בקשות וואס נאר ער מיט’ן רבוש”ע פארשטייען זיך, אין סיי אויפן ציבורישען פארנעם. אוי ווי דאס וועגט אראפ לכף זכות.

טאטע אין הימעל! צוויי מאל א וואך שרייען דיינע קינדערלעך ”ובכל זאת שמך לא שכחנו! לאמיר דעיס איבערטייטשען אין יודיש גערעדט.
ובכל זאת... ווען דער יוד האט נארוואס אראפגעלייגט דעם טעלעפאון, און פונעם אנדערע זייט טרייבעל איז געווען קולות וברקים, זיין הארץ בלוטיגט.
ובכל זאת... נאך אזא טראגעדיע פון דריי בחורים זענען טראגיש פארשניטען געווארען.
ובכל זאת... אין סאמע ברען פון ל”ג בעומר זענען 45 נפשות עלו בסערה השמימה.
ובכל זאת... ער האט נארוואס גענדיגט יעצט נאך א פרשה מיט זיינס א קינד.
ובכל זאת... זיין בעה”ב האט איהם מודיע געווען ט”ו ווי”ק נאטי”ס.
ובכל זאת... ווען דער יונגערמאן האט נארוואס פארברענגט א נאכט אין שפיטאל.
ובכל זאת... יעדער איינער מיט זיין הושענא נפש מבהלה.

שמך לא שכחנו הייליגער באשעפער! ווי ווענדט ער זיך צום ערשט, ער קומט אריין צו מעריב אדער צו שחרית, זיין מח ליגט איהם נאך אין דער היים אדער אין די ארבעט אדער גאר האלט עס אינמיטען מאכען פלענער וועגען היינט נאכט, זיין דאווענען איז א שרעק צו מיטהאלטען, זיין תפילין פארט ארויף אין אראפ ווי די ראולער קאוסטער אין סיק”ס פלעג”ס, זיין ספיד לימיט ביי שמונה עשרה וואלט איהם געקאסט א טיקעט מיט א שיינע פאר פאוינטס אויפן בי קיו אי. זיין יערליכע געהאלט וואלט נישט געקענט באצאלען די פלייטס געז אין טאללס ווי זיין מח האט אלס אנגעיאגט צו אוועק וואנדערען.

אבער, ווי לאנג זאכען זענען איהם נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות אויף וואס עס גייט פאהר.

מיר יודען זענען א טייערע פאלק, מיר ווילען זיין גוט, אונזער הארץ ברענט אזש ירוץ עבדך כמו איל, ישתחוה אל מול הדרך, יעדער יוד וויל זיין גוט, די נקודה הפנימית פונען יוד דארטען אונטערן טלית ווען ער באדעקט זיך די אויגען אינגאנצען פאר’דביקות’ט וויל נאר איין זאך ואני קרבת אלוקים לי טוב, אבער מיט אן אמת.
טאטע נעם אראפ די שלייערן אין טרדות וואס פארנעמט זיין מוח, וועסטו שוין זעהן ווי ער לויפט, ווי זיין דאווענען איז מיט א כוונה, שעות רצופות אן קיין פראבלעם, מדקדק על כל קוצו של יוד.

די פאסטוך מיט אן עצה קומט ארויף.
כאפ אן דעם שטריק אין בינד עס אויף
לאמיר דעמאלטס זעהן צו וועמען ער וועט קומען.
אין דאס וועט זיין פאר דיר דעם גרעסטען סימן.


מיר מיינען נישט קיין כבוד, מיר מיינען נישט קיין געלט.
מיר מיינען דעם באשעפער פון די וועלט.

השביני ה’ אליך ונשובה, חדש ימינו כקדם.

א גוט געבענטשט רוהאיגע יאר
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17363
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Wow שטארקע ציזאם שטעל!!!!!
גאר גיטע נקודה ךמחשבה!!!!!
אין מילם...........
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
בית לחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית לחם »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הערליך הערליך
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

זעה באשעפער, אפילו ווען מען ליינט אייוועלט איז עס אויך אזאנע דברי כיבושים!

האסט מיר געקאסט טרערן פון התרגשות, אזוי גוט צוזאגן און נאך אזוי גוט געזאגט!!

דאס שרייען מיר דאך ביי ונתנה תוקף, אמת כי אתה הוא דין ומוכיח ויודע ועד.. אבער די ווייסט דאך אדם יסודו מעפר וסופו לעפר בנפשו יביא לחמו, עס קאסט איהם די געזונט אנצוגיין מיט'ן טאג!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ער לאזט מער נישט גרינע מענטשעלעך, איז נישט.

נאדיר א ישר כח, עכט וויל איך שיקן א גרינע מענטשעלע, אבער דער עדיטאר לאזט נישט.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך שיין! א דאנק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

;l;p- Wow wow
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גאר שטארק. האסט מיר אריינגענומען אין די מעשה.

אזא פאוערפול פאוינט!
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2357
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

Wow wow wow!!!
מורה׳דיג!!! אייזן!!! אזוי אמת!!!
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

זעהר וואויל! אויפן ערשטן פאראגראף האט שוין אויסגעזען ווי דו גאראמאזירסט
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

מען זאגט יום כיפור בערך 10 מאל הלא כל הנסתרות והנגלות אתה יודע. אתה יודע רזי עולם וכי׳ אתה חופש כל חדרי בטן וכי׳ ואין נסתר מנגד עיניך. ובכן יהי רצון וכי׳ שתכפר לנו על כל חטאתינו וכי׳
וואס איז די ובכן? קען מען זאגען מען זאגט הייליגע באשעפער ביסט דאך א בוחן כליות ולב. ווייסט דאך יא צרות יסורים די צומישעניש די צונאמי הארעקען וואס טיט זיך ביי יעדעם בעט מען דיך שתכפר לנו על כל חטאתינו
א גוט געבענטש יאר אמן
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

טרערן זענען מיר געקומען פון התרגשת, הושענה נפש מבהלה!

או זאגסטו גוט!
ואני בתומי אלך.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:און דער משיח-מלחמה שרייט ווייטער ווער עס חושש אויף זיינע עבירות זאל אהיים גיין, אפאר מענטשען דא און דארטען הייבען זיך אן צו ריקען, וואס א מינוט מער, אלץ מער מענטשען טראכטען זיך איבער און מאכען א בואי בשלום מיט א אראפגעלאזטע קעפ, אפילו שכני און חסקעל זרח האבען זיך שוין איבערגעקלערט און אוועק געגאנגען.

און אט בליייבט איבער א ציבור יודען, מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט

א ביסל בעסער ארויסצוברענגן פון וועלכע עבירות מען האט געדארפט חושש זיין
שטייט אין שולחן ערוך המספר בין ישתבח ליוצר עבירה היא בידו וחוזר עליה מעורכי המלחמה
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הערליך!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:זעה באשעפער, אפילו ווען מען ליינט אייוועלט איז עס אויך אזאנע דברי כיבושים!

האסט מיר געקאסט טרערן פון התרגשות, אזוי גוט צוזאגן און נאך אזוי גוט געזאגט!!

דאס שרייען מיר דאך ביי ונתנה תוקף, אמת כי אתה הוא דין ומוכיח ויודע ועד.. אבער די ווייסט דאך אדם יסודו מעפר וסופו לעפר בנפשו יביא לחמו, עס קאסט איהם די געזונט אנצוגיין מיט'ן טאג!

יאפ... שיינע נקודה... אין פשוטע ווערטער אראפגעלייגט.

שאראש-פאטאק האט געשריבן:מען זאגט יום כיפור בערך 10 מאל הלא כל הנסתרות והנגלות אתה יודע. אתה יודע רזי עולם וכי׳ אתה חופש כל חדרי בטן וכי׳ ואין נסתר מנגד עיניך. ובכן יהי רצון וכי׳ שתכפר לנו על כל חטאתינו וכי׳
וואס איז די ובכן? קען מען זאגען מען זאגט הייליגע באשעפער ביסט דאך א בוחן כליות ולב. ווייסט דאך יא צרות יסורים די צומישעניש די צונאמי הארעקען וואס טיט זיך ביי יעדעם בעט מען דיך שתכפר לנו על כל חטאתינו
א גוט געבענטש יאר אמן

שכו'ח פאר די שיינע הוספה.

עציץ נקוב האט געשריבן:א ביסל בעסער ארויסצוברענגן פון וועלכע עבירות מען האט געדארפט חושש זיין
שטייט אין שולחן ערוך המספר בין ישתבח ליוצר עבירה היא בידו וחוזר עליה מעורכי המלחמה

מאכט שטערקער די קשיא
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ווי לאנג זאכען זענען נישט מסודר, קען ער נישט נעמען אחריות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

זייער א שיינע געדאנק און א שטארקע לימוד זכות
געליינט אין די שרייבער
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”