מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

לב בשר האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:דאס 'ריקנות' וואס הערשט היינט ביי זאגאר 'חסידישע יונגעלייט', איז דאך מבצבץ ויוצא פון יעדע שורה אין דעם אשכול....
אזוינע שטותים והבלים אין איין אשכול צאמציפירקלען, האבן איך שוין יארן נישט געלייענט...
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גוט פאריקט האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
שצם_חנכל האט געשריבן:נישט דורכגעליינט דעם אשכול, אבער צום קעפל, דוד המלך האט מחבר געווען די הייליגע תהילים "מיט" א גיטאר, אלזא איז דאס שוין גאר קיין סתירה נישט.


צוויי טעותים, קודם כל א כינור איז בכלל נישט קיין גיטאר, ניטאמאל א פידל, [פאר ווער ס'ווייסט..]
און צווייטנס, עס איז בלויז געווען זיין וועקער זייגער, אזוי שטייט אין די גמרא

כינור איז א הארפ

לכאורה א lyre
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
Idea
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Idea »

די כלי זמר פידל איז אינגאנצן 500 יאר אלט, אביסל מער, בזמן חז"ל איןמפריער האט אזא כלי נישט עקזיסטירט,
איך בעט איבער אלע נדבורנה אייניקלעך
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

איך ווייס נישט פארוואס אלע חסידישע ספרים זענען פיל מיט הדרכה אין עבודת השם, דארף ווען שטיין וועגן די ווארימקייט פון די גיטאר-בויעס.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

שטיגליץ האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך די ???מדמה צו זיין די אמאליגע פויערן וואס האבן קוים געוויסט וואס מיינט דינען דעם אויבערשטן צו די היינטיגע פויערן וואס זייער כתה ח' מלמד האט זיי אריינגעגעבן אפאר שלעק?

לשיטתך פעהלט א חלק פון די מעשה, ווען דער אינגל האט געזאגט א' ב' ביי נעילה האט דער בעש"ט גלייך געשיקט מען זאל זיך נאכפרעגן פארוואס ער איז אזא פויער, בלויז נאכן גרונטליך אנאליזירן זיין פארגאנגנהייט און מען האט קלאר פעסטגעשטעלט אז ער איז א אמאליגע פויער און אויסדריקליך נישט קיין היינטיגע פויער, בלויז דאן האט ער געזאגט ווי חשוב זיין עבודה איז און וואספארא גזירות עס צורייסט.

דאס איז לכאורה זיכער אז די ערשטע ריעקשאן איז געווען "נעבעך"...
----------------
איז די פראגע צו ער האט געוואלט אז עס זאל אזוי בלייבן, און מחזק געווען אז דאס איז דער ריכטיגער וועג, אזוי באלאנגט עס און אזוי דארף עס זיין? אדער פרובירט זיי ארויפצוארבעטן או מחזק זיין אז זיי זאלן יא וויסן און זיך יא אויפפירן ווי מען דארף?

אוודאי ער האט מקנא געווען זייער תמימות אבער כמו שכתב הרב רק טוב שליט"א איז עס אנדערש.

והמשל באינגל "מאמי איך האב דיך אזוי ל-י-ב!!!!" מהר"ר אברהם מרדכי מלאך ידוע
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך די ???מדמה צו זיין די אמאליגע פויערן וואס האבן קוים געוויסט וואס מיינט דינען דעם אויבערשטן צו די היינטיגע פויערן וואס זייער כתה ח' מלמד האט זיי אריינגעגעבן אפאר שלעק?

לשיטתך פעהלט א חלק פון די מעשה, ווען דער אינגל האט געזאגט א' ב' ביי נעילה האט דער בעש"ט גלייך געשיקט מען זאל זיך נאכפרעגן פארוואס ער איז אזא פויער, בלויז נאכן גרונטליך אנאליזירן זיין פארגאנגנהייט און מען האט קלאר פעסטגעשטעלט אז ער איז א אמאליגע פויער און אויסדריקליך נישט קיין היינטיגע פויער, בלויז דאן האט ער געזאגט ווי חשוב זיין עבודה איז און וואספארא גזירות עס צורייסט.

דאס איז לכאורה זיכער אז די ערשטע ריעקשאן איז געווען "נעבעך"...
----------------
איז די פראגע צו ער האט געוואלט אז עס זאל אזוי בלייבן, און מחזק געווען אז דאס איז דער ריכטיגער וועג, אזוי באלאנגט עס און אזוי דארף עס זיין? אדער פרובירט זיי ארויפצוארבעטן או מחזק זיין אז זיי זאלן יא וויסן און זיך יא אויפפירן ווי מען דארף?

אוודאי ער האט מקנא געווען זייער תמימות אבער כמו שכתב הרב רק טוב שליט"א איז עס אנדערש.

והמשל באינגל "מאמי איך האב דיך אזוי ל-י-ב!!!!" מהר"ר אברהם מרדכי מלאך ידוע
;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך די ???מדמה צו זיין די אמאליגע פויערן וואס האבן קוים געוויסט וואס מיינט דינען דעם אויבערשטן צו די היינטיגע פויערן וואס זייער כתה ח' מלמד האט זיי אריינגעגעבן אפאר שלעק?

לשיטתך פעהלט א חלק פון די מעשה, ווען דער אינגל האט געזאגט א' ב' ביי נעילה האט דער בעש"ט גלייך געשיקט מען זאל זיך נאכפרעגן פארוואס ער איז אזא פויער, בלויז נאכן גרונטליך אנאליזירן זיין פארגאנגנהייט און מען האט קלאר פעסטגעשטעלט אז ער איז א אמאליגע פויער און אויסדריקליך נישט קיין היינטיגע פויער, בלויז דאן האט ער געזאגט ווי חשוב זיין עבודה איז און וואספארא גזירות עס צורייסט.

דאס איז לכאורה זיכער אז די ערשטע ריעקשאן איז געווען "נעבעך"...
----------------
איז די פראגע צו ער האט געוואלט אז עס זאל אזוי בלייבן, און מחזק געווען אז דאס איז דער ריכטיגער וועג, אזוי באלאנגט עס און אזוי דארף עס זיין? אדער פרובירט זיי ארויפצוארבעטן או מחזק זיין אז זיי זאלן יא וויסן און זיך יא אויפפירן ווי מען דארף?

אוודאי ער האט מקנא געווען זייער תמימות אבער כמו שכתב הרב רק טוב שליט"א איז עס אנדערש.

והמשל באינגל "מאמי איך האב דיך אזוי ל-י-ב!!!!" מהר"ר אברהם מרדכי מלאך ידוע


קענסט די מעשה מיט דעם רב אין צפת וואס האט פרובירט ארויף צו ארבעטן דעם איד וואס האט געברענגט יעדע וואך די לחם הפנים אין ביהמ"ד ער זאל וויסן זיך אויפצופירן וויאזוי מען דארף?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
מילא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:21 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילא »

א מחי' צו זעהן אז עס איז נאך דא אידן מיט אן נארמאלע אידישע הרגשה, און ער ברענגט פשוט ארויס זיין ווייטאג אויפן מצב הדור, און וויל פשוט זיך מחזק זיין צו האלטן די קאפ גראד, און געדענקן וואס עס מיינט נארמאל,
מען איז נישט דא דן די יחיד ויחיד וואס האט נעבעך נישט געטראפן די ריכטיגע תענוג פון זיין קענעקטעד מיט די פנימיות'דיגע וועלט פון אונזער תורה די געשמאק פון טרעפן קאנעקשיען דורך דאווענען 3 מאל א טאג און לערנן א בלאט גמרא, און ער זוכט צו באפרידיגן זיין צויוזשטען נפש מיט ספיריטשעל אינטערטעימענט, אוודאי איז א גרויס רחמנות אויף איהם און מען דארף זיי דן זיין לכף זכות און מתפלל זיין דער באשעפער זאל אראפ ברענגען ליכטיגקייט און זייער נפש,
אבער אין די זעלבע צייט מעג דער נארמאלע מענטש זיך חזר'ן און ארויסברענגן צווישן גוטע פריינד די ווייטאג, ביי די תלמידי בעשטה"ק אפילו מען האט יעדען איד מחשיב געווען האט מען נאך אלץ געחזרט צווישן זיך די ריכטיגע וועג פון קרבת השם
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

Programming האט געשריבן:
קענסט די מעשה מיט דעם רב אין צפת וואס האט פרובירט ארויף צו ארבעטן דעם איד וואס האט געברענגט יעדע וואך די לחם הפנים אין ביהמ"ד ער זאל וויסן זיך אויפצופירן וויאזוי מען דארף?

יא! און איך קען אויך די מעשה מיט יענעם תלמוד פונעם בעש"ט וואס האט פרובירט יענעם אויסצולערנען דאווענען!
און ווייטער איז מען מערבב תמימי לב מיט פראסטאקעס וואס ווייסן יא, און האבן יא געלערנט אין חדר און זענען פארסייוואספאראסיבה געווארן מגושם
----------
איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין הימל - איך בין זיי דן לכף זכות - איך שרייב נאר אז נישט אזוי באלאנגט עס
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

אוי טאטע!
איך קען פערזענליך דעם בעל ה"וואויס נאוט" און איך בין מסכים צו יעדעס ווארט אין דעם מעסעדזש. עס איז איבריג אריינצוגיין אין פרטים, כ'מיין אז יעדע געדאנק/סברה וכו' וכו' איז שוין געווארן אויסגעקייט אין די לעצטע 7 בלעטער, נאר איין שאלה האב איך אויף די וואס רייסן דאס אראפ: אויב דו האלטסט אז נאר א רב מעג דאס זאגן, דאן זאג מיר פון וועלכע רב דו וועסט מקבל זיין אויב ער זאגט דאס? ודי.

אגב דערמאן איך זיך א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א אינגערמאן נאך וואס ער איז צוריקגעקומען פון ארץ ישראל, ער האט ארויסגעברענגט מיט גרויס ווייטאג אז דעם לעצטן טאג פון זיין נסיעה, האט ער נאך געוואלט אריינכאפן איינמאל צו גיין צום כותל, אנקמענדיג אהין האט ער באגעגנט א צערעמאניע ווי מען שווערט איין סאלדאטן צום ציוניסט'ישן מיליטער, עס האט אים ממש אויפגעגעסן וואס מען טוט מיט אזא מקום קדוש, ער איז זיך געגאנגען אין א ווינקל, געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים און אפגעצויגן פון דארט. הערנדיג דאס האט דאס מיר געקאסט א ביטער'ן געלעכטער. גוט מארגן! זאג איך אים. אונזער רבי האט דאס שוין געזען מיט עטליכע פופציג יאר צוריק, און ביים זעלבן של"ס תורה ווען ער האט גע'אסר'ט צו גיין צום כותל ביז ביאת משיח, האט ער געוויינט בדמעות שליש אז "'ס'איז נישט צום אויסהאלטן ווען מ'טראכט אריין אין וועמענ'ס הענט דער כותל געפונט זיך יעצט"...
דאס זעלבע איז דער שמועס בנוגע קברי צדיקים, זינגען מיט א גיטאר, און פראווען סתם פראסטע גשמיות (שיין געזאגט) ביי א ציון איז טאקע נישט אזוי געמיין ווי דאס איינשווערן סאלדאטן צום ציוניסט'ישן מיליטער, אבער עס איז די זעלבע נקודה, עס טוט וויי פאר יעדן נארמאלן ערנסטן מענטש ווען מען איז מגשם א מקום קדוש.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

נו נאך א אשכול פון די זעלבע.
נאך העלאת גירה, און נאכאנאל דרעשן און קייען אויף פארווייטאגטע טעמאס.
נעכטן נאכט געהערט די וואוס מעיל (אויף א קומפיוטער באקומען אויף אי-מייל), די אונטערשטע שורה איז לית מאן דפליג אז רובא דרובא "מקומות הקדושים גייער'ס" פאהרן נישט ווייל זיי האבן זיך מתבונן געווען בצדקת הצדיק און תופס געווען זייער קדושה, עפ"י רוב איז עס א סטייל וואס כאפט זיך אריין, הן דורך די הארוואניע פון מארקעטינג קומפאני'ס אדער דורך סיפורים מסיפורים שונים וואס אסאך הייבט זיך נישט אהן.
ב"ה איננו משובתי הקברים, יא כ'בין שוין געווען ביי די ציונים פון אונזער הייליגע רבי'ס נבג"מ ביומא דהילולם, און ביי די קברים פון מיין גרויסע זיידעס, קיינמאל נישט געקענט פארליידן די פראסטע געפארעכטס, די הוטלעך און די פרעס וואס קומט דארט פאהר.
ומכאן לנקודתי:
יעדער זאל זיך מתבונן זיין שטילערהייט, איז דא עפעס א קשר צווישען די "טענק יו האשעם" מאוומענט / רבי שייעלע / ועוד דברים שדי לחכימא ברמיזא? יעדער און זיין שוהל, און זיין סביבה זאל זיך אומקוקען ווער זענען די גרויסע פארערס? איז דאס די יושבי אוהל הממיתים עצמם באהלה של תורה וואס ווייסען א ברעקעל צדיק מה פעל און חסידות מה הוא, אדער די חברה מיט די ריזיגע טעלעפאונס? אוודאי בכל כלל יש יוצא מן הכלל, אבער קענט איהר זעהן עפעס א pattern?
אודאי כלפי שמיא כולם חביבין לפני המקום, וישראל אע"פ וכו' אבער פאר אונז צו קענען מכריע זיין און די דיסקוסיע, פעהלט נאר אויס פאר יעדעם צו מחליט זיין ווי בעלאנג איך, ווער איז מיין קרעמעל, און וויזוי וויל איך מיין זוהן זאל מיך אנקוקען.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

צ/ק
רבי עמרם בלוי האט מוחה געווען ליל שב"ק אויף די פארענדיגע קאר'ס, האט אים איינער געפרעגט, וואס איז די מחאה ווען דער דרייווער פארט מיט פארמאכטע פענסטער און הערט אפי' נישט די מחאה, האט ער אים געענטפערט, איך בין נישט מוחה פאר יענעם, איך בין מוחה פאר זיך, ס'זאל נישט קאלט ווערן ביי מיר דער ענין פון שבת, נאכן צוזעהן אזוי פיל חילול שבת.

והוא הדין להכא, ווען מען זעהט אזעלכע נייע אידישקייט, כאפט אן עקל און א גרויל, איך האב געזעהן א גרויסן רבי'ן גיין צו קברי צדיקים, און ער זאגט ניטאמאל קיין תהלים, נאר ער שטייט מיט א דביקות, און מען זינגט מיט די חסידים ווארימע ניגונים וואס עפנט אויף דאס הארץ.

אבער פון דארט ביז אלע היינטיגע משוגע'תן איז א גרויל, דאס האט גארנישט מיטן צדיק, און איך גיי נישט מצטט זיין די תגובה פון עמוד 5 (דאכט זיך מיר), אבער דאס אז יענער איז געווען אין א שווערן מצב, און די קומזיצער האבן אים געעפנט דאס הארץ, איך קען אים נאר איין זאך זאגן 'נעבעך', דאס האט אבער מיטן צדיק גארנישט

מיינ'ס א קרוב, איז אמאל געווען שטארק פאר'צרות רח"ל און זיך געדארפט אויסוויינען, האט ער אמאל געזעהן א לויה אריבער גיין אין גאס, האט ער זיך צוגעטשעפעט צום ארון, און באגלייט א לאנגע וועג מיט גאר גרויסע בכיות, שפעטער האט אים איינער געפרעגט צו ער האט געקענט דעם נפטר, האט ער אים געזאגט, אז ער האט אפילו נישט קיין אנונג וועמען ער האט באגלייט, ס"ה האט ער זיך געדארפט אויסוויינען, און געטראפן א מקום, ווי ער דארף זיך נישט שעמען.

אזוי קוק איך אן די וואס דארפן קומזיצער, דאס האט גארנישט מיטן צדיק, ס"ה דארף דיין נפש א שאקל, און זיי געבן דיר דאס אקעי, אבער נארמאל איז דאס נישט, א נארמאלער מענטש האט נארמאלע וועגן זיך ארויס צו געבן.



איך מיין אז נאכן ליינען די תגובות דא, קען איך מער ווייניגער אפשאצן יעדער ניק וואס ער איז, צו ער איז אן ערנסטער, און האט ליב דאס ר"ה דאווענען מיט א געשמאק, צו ער ווערט נערווירט, און ער דארף א סליחות מיט קומזיץ, והבן הדבר.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

-
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שנאה קומט על פי רוב פון קנאה אדער א רעזולטאט פון א צער וואס יענער איז דיך גורם. וואס איז די שנאה דא? זיי האבן עפעס אוועקגענומען פון דיר? האק נישט אין קאפ אז ס׳טוט דיר וויי די הפקירות. אונזערע עבירות איז נאך אזוי הארב כלפי שמיא. איך זעה נישט די גרויסע שנאה וואס מענטשן האבן צו די אייגענע תאוות און יצר הרע׳ס.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

בניהו האט געשריבן:שנאה קומט על פי רוב פון קנאה אדער א רעזולטאט פון א צער וואס יענער איז דיך גורם. וואס איז די שנאה דא? זיי האבן עפעס אוועקגענומען פון דיר? האק נישט אין קאפ אז ס׳טוט דיר וויי די הפקירות. אונזערע עבירות איז נאך אזוי הארב כלפי שמיא. איך זעה נישט די גרויסע שנאה וואס מענטשן האבן צו די אייגענע תאוות און יצר הרע׳ס.

ס'אלץ גרינגער צו פיינט האבן יענעמ'ס ווי די אייגענע... אפילו ווען יענעמ'ס איז נאר א זלזול און די אייגענע זענען לאווין פון לשון הרע'ס און שמירת עינים וכו'.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

דאס וואס קומט פאר ביי קברי רבותינו איז נישט נארמאל, פאר מיר
אבער לפענ"ד זאל ער ענדערש זינגן ביים ציון, וואו זינדיגען אינדערהיים
נניח אז ער טוט גארנישט אויף מיטן זינגען, ער וועט אבער רוב מאל אריינכאפן א קאפיטל תהילים, הערן א גוט ווארט, דאווענען צום אייבערשטן.
ענדערש צו זיין נישט אמת’דיג קאנעקטעד, וואו אמת’דיג דיס-קאנעקטעד.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בניהו האט געשריבן:

@בניהו! איך גלייך אייערע געשרייבעכץ דא!

כה לחי!!

[מיט דעם אלעם עגרי איך נאכאלץ מיט די עצם הנקודה פונעם רעדנער - (אבער נאכמער מיט דיינע נקודות..)]
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געטראפן יעצט דעם אשכול, איך מיין אז דער איז אזא איינער וואס קענעקט זיך צו האשעם ביי די כּיווריי צאדיכּים
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

נעקסט לעוועל: הלל ר"ח אלול בתופים ובמחולות. בראשות הגה"ק מ'מעזעביש לרפו"ש
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=j ... uIzRU8DMvB
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

א איד האט זיך אמאל אפגערעדט פארן הייליגן בארדיטשובער זי"ע (אדער א צווייטע צדיק), אז ער האט אימתא דציבורא צו דאווענען פארן עמוד. האט ער אים געזאגט: האב אינזין אז דו דאווענסט פארן אויבערשטן, פון אים האסטו דאך נישט מורא.

וואו קומט עס דא אריין? אה, סתם זיך דערמאנט..
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שפע רב האט געשריבן:נעקסט לעוועל: הלל ר"ח אלול בתופים ובמחולות. בראשות הגה"ק מ'מעזעביש לרפו"ש
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=j ... uIzRU8DMvB

ווער איז דאס הגה"ק מ'מעזיבוש?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
לעדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:32 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעדל »

אז מען רעדט שוין פון זלזול אין קדושה, מעג מען אויך טראכטן אויף די זלזולים וואס קומען פאר טאג טעגליך אין אלע מנינים צענטערן, יא, דא ביי אונזערע היימישע אנשי שלומינו.

וויאזוי קוקט דא א דאווענען אויס? די גאנצע דאווענען נעמט פונקטליך אזוי שנעל ווי די ווערטער נעמען צו ארויסזאגן, קיין סעקונדע מער, און אך און וויי איז פאר דער בעל תפלה וואס וועט שלעפן א האלבע מינוט לענגער ווי עס נעמט צו זאגן, און ווי שנעלער די בעל תפלה וועט דאווענען אלץ א גרעסערע העלד איז ער...

דאס איז נישט קיין זלזול אז מען שטייט פארן מלך מלכי המלכים און מען יאגט זיך?? אפילו פאר א נארישע גאווערנער אדער להבדיל רב און דיין, אדער אפילו נאר פאר א שווער און מחותן, וועט מען רעדן מיט טויזענט מאל מער געדולד און כבוד, שטייט מען דא פארן מלך מלכי המלכים און מען רעדט צו אים, דער וואס ער געט אונז לעבן יעדע רגע, און מען פליקט אפ די דאווענען, מען זאגט קוים ארויס די ווערטער.

און לכתחילה איז די גאנצע מנינים צענטער אוועקגעשטעלט אויף שנעלע דאווענענ'ס ווי מען קען שנעל פטור ווערן פונעם עול המשא וואס הייסט תפלה, ווי עס שטייט ווען אויפגעשריבן אינדרויסן "עקספרעס! האט איר נישט קיין געדולד צו דאווענען? דא איז אייער סעלושן! דא קען מען אריינקומען פון איין טיר און ארויסקומען פונעם אנדערן טיר געדאווענט אין ווייניגער ווי 35 מינוט"...

דאס איז נישט קיין זלזול? אין מיינע אויגן איז עס פיל א גרעסערע זלזול ווי דאס אלעס פון וואס מען רעדט דא. און עס איז נאך קעגן די שולחן ערוך, לערן דורך די סימנים דארט אויף תפלה וויפיל זאכן מען דארף טון צו קענען אינזין האבן די דאווענען.

און וויאזוי האבן אונזערע זיידע'ס געדאווענט?! במתינות, ארויסגעזאגט יעדע ווארט קלאר און שטאט, זיך נישט געיאגט, ווי קען מען זיך יאגן ווען מען שטייט פארן גרויסן קעניג?! געלט איז וויכטיגער? עסן איז וויכטיגער?
שטעלטס ענק פאר דו רעדסט פרייוואט מיטן פרעזידענט און א גאנצע צייט קוקסטו נאר אויפן זייגער ווען די שמועס ענדיגט זיך שוין... איז פארהאן א גרעסערע זלזול?!

ס'קומט יעצט אלול, אלול באשטייט דאך פון תפלה און סליחות, אפשר איז צייט צו זיך פארנעמען צו 'אביסל' פארלענגערן די דאווענען, זיך אויפוועקן אויף די טאג טעגליכע דאווענען, א זאך וואס אונז טוען דריי מאל א טאג, א זאך וואס דארף זיכער פארנעמען א וויכטיגע און חשובע ארט ביי אונז, אביסל מער צולייגן הארץ און קאפ, אביסל פארמינערן די זלזול וואס אונז האבן צו דעם (ובני אדם מזלזלין בהם), אביסל ווייניגער פילן ווי מען וויל שוין האלטן דערנאך דורכן טראכטן אז מען האט די "זכיה" צו שטיין דא פארן מלך מלכי המלכים!!
לעצט פארראכטן דורך לעדל אום מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שפע רב האט געשריבן:נעקסט לעוועל: הלל ר"ח אלול בתופים ובמחולות. בראשות הגה"ק מ'מעזעביש לרפו"ש
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=j ... uIzRU8DMvB

הרה״צ ר׳ שלום ארוש טוט דאס שוין יארן יעדע ראש חודש.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

[quote="לעדל"][/quote]
גערעכט מיט יעדע ווארט, אבער דאס קומט, סיי ווייל מען איז היימיש דערמיט פילט מען נישט אזוי שטארק דעם פראכט וואס מען דארף האבן ווען מען שטייט לפני ממ"ה הקב"ה.

דערצו, והוא העיקר, האט מיר אמאל א חשוב'ער ראש הכולל געזאגט, מען רעדט תמיד אז מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען, און ס'איז אמת, אבער וואס וויל מען דען פון די חברה, לערן זיי אויס וואס דאווענען איז, וועט אלעס אנדערש אויסקוקן, ווען א איד דארף פשוט דורך גיין סידור יעדן טאג, וואספארא טעם האט דאס בכלל ביי אים, אבער ווען ער הייבט אן פארשטיין וואס דאווענען איז, דעמאלט'ס וואלט אלעס געקענט אנדערש זיין.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נשמת השכל האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:

@בניהו! איך גלייך אייערע געשרייבעכץ דא!

כה לחי!!

[מיט דעם אלעם עגרי איך נאכאלץ מיט די עצם הנקודה פונעם רעדנער - (אבער נאכמער מיט דיינע נקודות..)]

ישר כח! לייקווייז...
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”