איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע


זיצענדיג אין בית הכבוד היינט, איז מיר אפירגעקומען איינע פון די היימישע בלעטלעך וואס וואלגער'ן זיך אויף דער ערד גרינגער צו מאכן די מצב (איי וואס פארשטייט א גוי צו דעם, אריין אין אידישע תאוות) באמערק איך אן אנאנסמענט וואס לייענט זיך בערך אזוי, עס איז דא צו באקומען די ליסטע פון די מתיבתא בחורים מיט די אינפארמאציע פון זייערע זיידעס פאר $25!

איך האב קודם מיר געריבן די אויגן זיכער מאכן אז איך מאך נישט קיין טעות דא, אבער יא! א ליסטע מיט די אינפארמאציע פון די זיידעס! די טאטע'ס זענען שוין נישט גענוג, מען דארף אינפארמאציע פון די זיידעס! איך האף חברה קדישא האט נישט באמערקט דעם אנאנסמענט, ווייל איך האב מורא אז זיי קומען ארויס נעקסטע יאר מיט א ליסטע פון די עלטער זיידעס מיט אלע אינפארמאציע איבער זיי, די נוסח המציבה, סדר הטהרה, חברה קדישא וואס האבן אים בא'ערדיגט און אלעס וואס מען ברויך וויכטיג וויסן צו קענען א שידוך טוהן מיט דעם עלטער זיידן וואס לעבט שוין נישט בערך 27 יאר ל''ע.

בערל זאפטיגער רופט אן תנחום די שדכן, איך האב א בחור פון 19 יאר אפשר האסטו א שידוך פאר אים? לאז מיר טראכטן א טאג צוויי און איך וועל דיר צוריקרופן ענטפערט תנחום דער שדכן, גייט דורך צוויי טעג תנחום איז אנגעלאדענט מיט אינפארמאציע איבער דעם בחור און פון וועלכע שטוב ער קומט, וויפיל עס די קארד'ס ער האטמשוין גע'פליפט צווישן די חברים, וכו' וכו'. ער האט ענדליך געטראפן א זאך וואס ער שפירט איז זייער שטארק פאסיג פאר זיין תכשיט'ל, ער רופט אן בערל'ן אנטראגן א שידוך, ממש א געוואלדיג שידוך פאר דיין בחור זאגט תנחום פאר בערל, בערל הערט אויס אלע אינפערמאציע, און ראגירט נע נישט אינטערעסאנט פאר מיר, איך האב געקענט דעם עלטער זיידן, נישט עפעס מורא'דיג, איך בין גראדע געווען לעצטענס ביי א חתונה פון אן אייניקעל זיינעם, און דער בדחן האט געהאט קוים עפעס צו זאגן אויף אים, א טרוקענע מצוה טאנץ געווען, איך דארף א שידוך וואס ווען דער בדחן ביי די חתונה וועט נאר אנהויבן צו זאגן דעם נאמען פונעם זיידן זאל גיין בכיות עד לב השמים! ווען ער וועט אנהויבן רעדן פון דעם זיידן'ס מעלות וועט שוין גיין אזוינע בכיות אז מען וועט רופן די חברה קדישא און שרייען כהנים ארויס!. די טויער'ן גראדע שטערט מיר נישט אז די זיידע זאל לאזן גאנץ דארט אויבן, ער מוז עס נישט צורייסן, אבער די בדחנות זאל זיין אזוי עמאציענאל אז איך זאל נישט מיד ווערן פון איבערהערן די שיינע הספדים קיינמאל, אזוי אז אויב מאכט זיך אמאל איך וויל קאנעקטן מיט דעם אייבערשטן וועל איך האבן וואס צו הערן.

און בכלל, דו האסט געקענט מיינע זיידע'ס? וואס רעדסטו מיין עלטער זיידע נחום, אוי איז דעס געווען א צדיק פון א איד, ער פלעגט דאווענען שמונה עשרה נישט איינמאל א טאג, דריי מאל א טאג האט ער געדאווענט שמונה עשרה! ער פלעגט נישט סתם זיך אראפזעצן עסן א שבת'דיגע סעודה, ער איז נישט געווען סתם עפעס א פשוט'ע בעל הבית, ער איז געווען א איש מורם מעם, א פרוש, קדושה וטהרה איז געווען ביי אים דאס ערשטע זאך, ער פלעגט זיך וואשן די הענט יעדע מאל וואס ער האט געוואלט עסן חלה אדער ברויט! א השגה פון א איד! ביי אים א שבת'דיגע דאווענען איז נישט געווען סתם עפעס א וואכעדיגע שחרית, ער פלעגט צולייגן נשמת מיט גאנצעטע קאפיטלעך תהילים וואס ער פלעגט זאגן, זאכן וואס ער האט מן הסתם געזעהן ביי זיינע עלטער זיידע'ס זיך פירן, א שטייגער זאגן ויהי נועם, מיט רננו צדיקים פאר ברוך שאמר, ממש קבלה ענינים, אין זיין שוהל פלעגט מען נישט לייענען שבת נאר ביז שני אזוי ווי אינדערוואכן, ביי מיין זיידן פלעגט מען לייענען די גאנצע סדרה! יא די גאנצע! פרייטאג צו נאכט ביי לכה דודי איז מיין זיידע אריין אין אזא התלהבות, אזש ס'איז געקומען ביי ימין ושמאל תפרוצו האט ער שוין נישט געקענט בלייבן זיצן פשוט, ער האט זיך געמוזט אויפשטעלן און בלייבן אזוי שטיין ביז ברכו ווען ער האט געקענט אביסל צוזיך קומען פון די אש קודש פונעם דאווענען, איר כאפט ווער מיין זיידע איז געווען?!

תנחום אנטשולדיגט זיך פאר בערל'ן, עס איז זיכער מיין טעות, איך האב פשוט נישט פארשטאנען פאר וועם דו זוכסט א שידוך, איך האב געמיינט דו זוכסט פאר דיין 19 יעריגע בחור, דערווייל זוכסטו א שידוך פאר דיין עלטער זיידע, ערלעדיגט איך וועל פרובירן צו זוכן א שידוך פאר דיין עלטער זיידע!

**********

עס איז נישט קיין סוד אז שידוכים היינט גייט זייער שווער, עס איז אלעמאל געווען שווער, אבער היינט איז עס נאך שווערער! אדרבה פרעגט איינער וואס האט א בחור אין די יאר'ן.

גלייך נאך די קריג האט מען געמאכט שידוכים מער ווייניגער דיר פעלט א מאן מיר פעלט א פרוי געגאנגען, מזל טוב! א שיינע שידוך. דורכגעגאנגען 18 יאר מען האט אנגעהויבן שידוכים טוהן מיט די קינדער, נישט געווען קיין אסאך אפציע'ס, מער ווייניגער געקוקט אויף משפחה טראגע אויב איז מען געקומען פון א רבי'שע משפחה האט מען מקיים געווען דעם לך אל משפחתי ואל בית אבי אויב האט מען געקענט, בחור און מיידל זאלן שטימען איז געווען א לוקסוס וואס נאר ממש ייחודי סגולה האבן זיך געקענט ערלויבן דערויף, און והנה געבראכן טעלער און געגעבן לחיים אין ביהמ''ד, דער זווג זאל עולה יפה זיין.

דורכגעגאנגען נאך 20 יאר, די דריטע דור האלט שוין ביים חתונה האבן, די אויסוואל איז שוין אביסל גרעסער, איצטערט זוכט יעדער א ''בחור'' די גאצע שול זאל רעדן פון דעם, אה א חתן כליל המעלות! מען לייגט אריין קאפ און מח צו טרעפן דעם אויסדערוועלטן בחור, מען נעמט אים פארהערן (יע, ווער געדענקט נאך די צייטן, פרעג דיין טאטע אדער זיידע) דערנאך מאכט מען זיכער צו איך וויל זיך בכלל משדך זיין מיט דעם מחותן, און צוביסעלעך האט די עזרת נשים אויך אנגעהויבן צו זיכער מאכן אז זיי שטימען מיט די מחותנ'סטע, יעצט ברויך מען זיך אביסל רעכענען מיט די מיידל אויך וואס האט זי צו זאגן, די וואס זענען שוין מער אויפגעקלערט (די מאדערענע בלע''ז) טראכטן שוין אביסל מער פון דעם בחור/מיידל צו זיי זענען בכלל געמאכט צו פארברענגען זייער לעבן אינאיינעם. הכלל, די בחור דארף זיין משה רבינו פארשטייט זיך, און די מחותן זאל זיין די רב מיט די רביצין און אלס איז בסדר, מזל טוב מקודשת!

גייט דורך נאך 20 יאר מען האלט שוין היינט ביי די דריטע דור וואס מאכט חתונה. א שידוך אויסצופירן היינט צוטאג מיינט אזוי, קודם די בחור און מיידל דארפן עפעס כאטשיג שטימען (נאך דא אביסל מחמירים וואס געבן נישט קיין דעקל דערויף, אבער רוב ציבור איז שוין מער וואכזאם אויף דעם היינטיגע צייטן) דערנאך קומט דער עיקר די מחותנים פון ביידע זייטן ברויכן האלטן אז עס פאסט זיי צו זיין מחותנים, ער מוז קענען ווייזן פאר זיינע חברים אין שול ווער זיין מחותן איז, נישט סתם אבי ווער, ער דארף א מחותן וואס איז צו גאט און צו זיינע חברים, די איבעריגע מענטשן קען ער אויפהענגען אינמיטן שטאט, העיקר זיינע חברים זאלן אים זאגן וואט אה שידוך! און גאט דארף ער צו די זייט אויך מען זאל קענען זאגן עס איז א תורה'דיגע שידוך! ווען דעס איז שוין מסודר גייט מען אריבער אין ווייבער שוהל און דארטן הייבט אן ווערן יום טוב, עס מוז דאך שטימען און פאסן פאר איר אויך, זי מוז קענען יענטען יעדן צופרי ביי די באס סטאפ מיט אירע שכנים וועגן איר געלונגענע מחותנסטע! די עזרת נשים דארף אויך מסכים זיין צו זיין מחותנת'טעס איינער מיטן צווייטן, און ווען דאס איז פארטיג בשעה טובה ומצלחת ברויך מען זעהן צו די מחותן'ס מחותנים שטימען, מען גייט דורך ווער זענען אלע זיינע מחותנים און מען מעסט מיט א אונטש מעסטער צו מען קען זיך פארגלייכן צו יענע מחותנים, אויב איז יענער לויט מיין מיינונג ווייניגער ווי מיר בתורה ועבודה דעמאלט'ס שטימט שוין נישט די שידוך, ווייל די מחותן'ס מחותן שטומט נישט מיט מיר, איר הערט א כאפ?! ממש א בריסקער שטיקל דאס, יעצט ווען אלע מחותנים שטומען שוין פון אלע צדדים אפילו לפי שיטת ר' חיים נאה, יעצט קומט די רייע אפירצונעמען די זיידע'ס! מען גייט דורך יעדע זיידע און מען פארגלייכט צו די אייגענע, אויב דאכט זיך מיר אז מיין זיידע האט געציפט די קינדער אביסל מער ביים דאווענען דעמאלט'ס מאן דכר שמיה, די זיידע'ס מוזן דאך שטימען!

זאגט נאר זענען מיר געהעריג משוגע געווארן?! א כפרה פאר די קאפל וואס וועט זיך אפמוטשענען זייער גאנצע לעבן צו זיין אינאיינעם, דער עיקר אז די זיידע'ס שטימען!

איז געגאנגען, לאמיר זוכן א שידוך פאר מיין עלטער זיידע!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עס איז א משנה אין עשרה יוחסין אין די נושא

די פוסקים נעמען אזוי אן לגבי שידוכים אז עס איז גוט נאכצוגיין ביז 3 דורות דוכט זיך
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
די אמת איז אמת
באדערט מיר שוין לאנג.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

מורעדיג
א שאד מ'הערט נישט מער פין דיר.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Programming האט געשריבן:עס איז א משנה אין עשרה יוחסין אין די נושא

די פוסקים נעמען אזוי אן לגבי שידוכים אז עס איז גוט נאכצוגיין ביז 3 דורות דוכט זיך

נישט נאר די דריטע דור, נאר קודם זאל עס זיין א פאסיגע שידוך, נאכדעם זאלן די מחותנים שטימען, און אויך קען מען זיך נאכפרעגן אויף די זיידעס.
נישט אז די גאנצע שידוך דרייט זיך אויף יחוס
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגאון »

איך בין זיך אפשר נישט מחולק מיט די גאנצע נושא, אבער די קלאסיפייד האט דאס נישט געמיינט.
עס איז פשוט אז ווי גרעסער כלל ישראל ווערט איז שווערער צו קענען מענטשן בלויז פון נעמען, אז מען וויל וויסן פון וועם מען רעדט דארף מען האבן די מחות'ן טאטעס נאמען.
ובפרט אז עס איז ב"ה דא א ריזיגע פרישע דור פון "אינגעלייט" וואס האלטן שוין ביי שידוכים.

עס איז די זעלבע סיבה פארוואס אין טעלעפאון בוק שטייט אינטער יעדע נאמען דעם טאטע און שווער'ס נאמען.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

הגאון האט געשריבן:איך בין זיך אפשר נישט מחולק מיט די גאנצע נושא, אבער די קלאסיפייד האט דאס נישט געמיינט.
עס איז פשוט אז ווי גרעסער כלל ישראל ווערט איז שווערער צו קענען מענטשן בלויז פון נעמען, אז מען וויל וויסן פון וועם מען רעדט דארף מען האבן די מחות'ן טאטעס נאמען.
ובפרט אז עס איז ב"ה דא א ריזיגע פרישע דור פון "אינגעלייט" וואס האלטן שוין ביי שידוכים.

עס איז די זעלבע סיבה פארוואס אין טעלעפאון בוק שטייט אינטער יעדע נאמען דעם טאטע און שווער'ס נאמען.

עניוועי גוט געשריבן, ייש''כ
לעצט פארראכטן דורך שר התורה אום מיטוואך יוני 16, 2021 2:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

הגאון האט געשריבן:איך בין זיך אפשר נישט מחולק מיט די גאנצע נושא, אבער די קלאסיפייד האט דאס נישט געמיינט.
עס איז פשוט אז ווי גרעסער כלל ישראל ווערט איז שווערער צו קענען מענטשן בלויז פון נעמען, אז מען וויל וויסן פון וועם מען רעדט דארף מען האבן די מחות'ן טאטעס נאמען.
ובפרט אז עס איז ב"ה דא א ריזיגע פרישע דור פון "אינגעלייט" וואס האלטן שוין ביי שידוכים.

עס איז די זעלבע סיבה פארוואס אין טעלעפאון בוק שטייט אינטער יעדע נאמען דעם טאטע און שווער'ס נאמען.

פאר דעם האבן מיר שוין געדארפט דעם הגאון....
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

Bissli האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:עס איז א משנה אין עשרה יוחסין אין די נושא

די פוסקים נעמען אזוי אן לגבי שידוכים אז עס איז גוט נאכצוגיין ביז 3 דורות דוכט זיך

נישט נאר די דריטע דור, נאר קודם זאל עס זיין א פאסיגע שידוך, נאכדעם זאלן די מחותנים שטימען, און אויך קען מען זיך נאכפרעגן אויף די זיידעס.
נישט אז די גאנצע שידוך דרייט זיך אויף יחוס


הונדערט פראצענט. קודם דארף עס זיין א שידוך עס זאל קענען הייסן א שיינע מיוחס'דיגע שידוך, אז נישט איז עס בלויז שיין און יחוס אבער קיין שידוך איז דאס נישט

פארט איז גוט צו וויסן - נישט אויף נאכצוטון למעשה - אז אמאל איז יא א שידוך געווען מער א משפחה עסק ווי א אינדיווידועלע זאך צווישן א חתן און א כלה.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Programming האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:עס איז א משנה אין עשרה יוחסין אין די נושא

די פוסקים נעמען אזוי אן לגבי שידוכים אז עס איז גוט נאכצוגיין ביז 3 דורות דוכט זיך

נישט נאר די דריטע דור, נאר קודם זאל עס זיין א פאסיגע שידוך, נאכדעם זאלן די מחותנים שטימען, און אויך קען מען זיך נאכפרעגן אויף די זיידעס.
נישט אז די גאנצע שידוך דרייט זיך אויף יחוס


הונדערט פראצענט. קודם דארף עס זיין א שידוך עס זאל קענען הייסן א שיינע מיוחס'דיגע שידוך, אז נישט איז עס בלויז שיין און יחוס אבער קיין שידוך איז דאס נישט

פארט איז גוט צו וויסן - נישט אויף נאכצוטון למעשה - אז אמאל איז יא א שידוך געווען מער א משפחה עסק ווי א אינדיווידועלע זאך צווישן א חתן און א כלה.

וויל אמאל פלעגט מען ווערן דעם מחותן’ס קינד, און מ’פלעגט וואוינען ביים שווער אינדערהיים
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

למען האמת האט עס צו טאן מיט סופליי ענד דימענט, ווען איינער האט סחורה צו פארקויפן קען ער זיך ערלויבן מער צו וועלן, קוקט ער דאס און יענץ, און ווער עס פריידט זיך אז איינער האלט ביים נעמען זיין תכשיט, פרעגט נישט קיין סאך קשיות.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

לעצטענס האב איך געהאט מיט איינעם צוטוען בדבר זה.

ער האט געוואלט ארויף גיין באלד 6 דורות, בנוסף על בודק זיין מחותנים'ס מחותן מיט זייערע שכנים וכו' (יא, וכו' האט אסאך אין זיך).

זיין טענה איז נישט געווען אוועק צו מאכן.

זאגט ער אזוי:
דער בחור איז דאך אן אנדערע בריאה ווי דאס מיידל, נאר פון דעם וואס איינער איז א זכר, געלערנט אין א ישיבה, געפארן איבער'ן ים צו לערנען, אויפגעשטאנען (אדער נישט...) פארטאגס, געטוהן (אדער נישט געטוהן) וואס מ'דארף.

דער מיידל מאידך איז דאך א נקבה, גארנישט געלערנט, קען אפילו נישט קיין תוספות נאכזאגן. קען זיך גוט נאריש מאכן מיט קליינע קינדער, קען (אדער נישט) קאכן, באקן, וואשען, ביגלען, און רייניגן, וואס דער בחור קען קיין איינס דערפון.

אבער וואס? עס קען נאכאלץ זיין אז דער בחור קען פאסן מיט דער מיידל, און צוזאמן אויפשטעלן א לעכטיג אידישער שטוב.

איז לאמיר זעהן מיט וואס זענען זיי יא גלייך.
עלטערן? לא מיניה ולא מקצתיה.
פרנסה שטאפל? לא קרב זה לזה כל היום וכל הלילה.
אידישקייט? נו. בערך, יעדער מיט זיינער מעלות און זיינער חסרונות, אבער יעדער מיט די אייגענע ניסיונות.

איז וואס יא ?
מחותנים? הימל און ערד.
זיידע'ס? נישט קיין דמיון.
מחותנים? ניטאמאל די נעמען שטומען.
מחותנים'ס מחותנים? אה.. הייבט שוין אהן עפעס, איין מחותן'ס מחותן איז א בן עיר פון דער צווייטען'ס.

איז עפעס איז שוין דומה, פון דא הייבט מען אהן מיט עלטע זיידע'ס, שטימט נישט? גייט מען נאך א דור, און נאך א דור, ביז מ'טרעפט עפעס......

און.....
נאך א אידישע שטוב שטעלט זיך אויף ביי כלל ישראל.

עכ"פ נישט יעדער וואס זוכט זיידע'ס מיינט אז ער זיכט א סיבה פארוואס נישט, קען גאהר זיין ער זיכט פארוואס יא!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

:lol: :lol:
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

מען דארף א נייע בליק אויף די גאנצע נושא.
ווער איז דיין מחותן?
מיט וועם האסטו זיך משדך געווען?
:roll: :roll: :roll: :roll: :roll:
וואס הייסט איך האב מיך משדך געווען????? עפעס א חלות האט חל געווען ביי מיר אין מיין מחותנ'שאפט?????
איך בין עפעס געווארן א מחותן??????
אה מיינסט צו פרעגן מיט וועמנס טאכטער מיין זוהן איז א חתן געווארן?
יא אודאי איז מען מחויב להשיאו אשה אבער עס איז נישט דא קיין חיוב להשיאך מחותן
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

Programming האט געשריבן:עס איז א משנה אין עשרה יוחסין אין די נושא

די פוסקים נעמען אזוי אן לגבי שידוכים אז עס איז גוט נאכצוגיין ביז 3 דורות דוכט זיך


לגבי כשרות היחוס, נישט וויפיל קלעפ ער האט געגעבן פאר זיינע קינדער...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דאס איז אויך וויכטיג צו וויסן, צי די קינדער זענען גוט נתחנך געווארן...
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

די ארטיקל איז מעכטיג, שטארק און קלאר, און איבעראלעם אראפגעלייגט זאפטיג אויף אלע באקן... און אויך לענ"ד ריכטיג.

מ'דארף הערן (ליינען...) פונעם שרייבער מער אפטער!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיינע ארטיקל, יישר כח מאניש!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

פארווייטאגט האט געשריבן:לעצטענס האב איך געהאט מיט איינעם צוטוען בדבר זה.

ער האט געוואלט ארויף גיין באלד 6 דורות, בנוסף על בודק זיין מחותנים'ס מחותן מיט זייערע שכנים וכו' (יא, וכו' האט אסאך אין זיך).

זיין טענה איז נישט געווען אוועק צו מאכן.

זאגט ער אזוי:
דער בחור איז דאך אן אנדערע בריאה ווי דאס מיידל, נאר פון דעם וואס איינער איז א זכר, געלערנט אין א ישיבה, געפארן איבער'ן ים צו לערנען, אויפגעשטאנען (אדער נישט...) פארטאגס, געטוהן (אדער נישט געטוהן) וואס מ'דארף.

דער מיידל מאידך איז דאך א נקבה, גארנישט געלערנט, קען אפילו נישט קיין תוספות נאכזאגן. קען זיך גוט נאריש מאכן מיט קליינע קינדער, קען (אדער נישט) קאכן, באקן, וואשען, ביגלען, און רייניגן, וואס דער בחור קען קיין איינס דערפון.

אבער וואס? עס קען נאכאלץ זיין אז דער בחור קען פאסן מיט דער מיידל, און צוזאמן אויפשטעלן א לעכטיג אידישער שטוב.

איז לאמיר זעהן מיט וואס זענען זיי יא גלייך.
עלטערן? לא מיניה ולא מקצתיה.
פרנסה שטאפל? לא קרב זה לזה כל היום וכל הלילה.
אידישקייט? נו. בערך, יעדער מיט זיינער מעלות און זיינער חסרונות, אבער יעדער מיט די אייגענע ניסיונות.

איז וואס יא ?
מחותנים? הימל און ערד.
זיידע'ס? נישט קיין דמיון.
מחותנים? ניטאמאל די נעמען שטומען.
מחותנים'ס מחותנים? אה.. הייבט שוין אהן עפעס, איין מחותן'ס מחותן איז א בן עיר פון דער צווייטען'ס.

איז עפעס איז שוין דומה, פון דא הייבט מען אהן מיט עלטע זיידע'ס, שטימט נישט? גייט מען נאך א דור, און נאך א דור, ביז מ'טרעפט עפעס......

און.....
נאך א אידישע שטוב שטעלט זיך אויף ביי כלל ישראל.

עכ"פ נישט יעדער וואס זוכט זיידע'ס מיינט אז ער זיכט א סיבה פארוואס נישט, קען גאהר זיין ער זיכט פארוואס יא!



זייער שטארקע געדאנק, נאדיר נאך נקודות וואס דו קענסט געבן פאר יענעם זיך נאכצופרעגן,, אפשר קען עס אים צוניץ קומען ביים טוהן שידוכים, ווער ווייסט?!

די רוימערקע ביי אים אינדערהיים איז נישט די זעלבע וואו ביי דעם אנגעטראגענעם מחותן? אפשר איז עס א שוועסטער'ס א קינד?! נאך א זאך וואס זיי קענען זיין גלייך?!

וויאזוי איז ביי אים דאס שלאפן ביינאכט? עס הערשט א קול רעש גדול? און וויאזוי איז עס ביים מחותן? אפשר זינגען זיי די זעלבע תנועה? נאך א זאך וואס זיי קענען זיין גלייך?! עכ''פ אויב נישט ער איז זיכער דא איינע פון די זיידעס וואס האבן געקאכט אין די ניגונים!

פורים ביי די סעודה רוקט ער אריין צוויי האליפצע'ס? אפשר דריי? וויאזוי איז עס ביים אנגעטראגענעם מחותן? אפשר קענען זיי זיך פארגלייכן אינעם מספר פון די שבועות'דיגע קרעפלעך? אדער עכ''פ מיט איינע פון די זיידע'ס?! די מספר האט זיכער גאר הויעכע ענינים, אבער נאך א זאך וואס זיי קענען זיין גלייך?!

איך האב נאך אסאך דוגמאות, נישט אלעס קען איך ארויפברענגען על הכתב כמובן ודי.

און אז דו רעדסט שוין יא מיט אים, זאג אים עס איז דא פילן אין אפטייק געשעפט וואס קען אים גרינגער מאכן ביים זוכן שידוכים, און בכלליות פאר זיין לעבן.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זייער זייער גוט געשריבן!

די טענה קעגן דעם קלאסיפייד איז אבער נישט ריכטיג, ווי הגאון האט שוין ערקלערט.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

באנבאנישתי!!!! ;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
א פערטער
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 10, 2021 10:13 am

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פערטער »

פי. די עף.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: איך זוך א שידוך פאר מיין עלטער זיידע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

ארויסגעפרינט!!
עמער דאס מיטטיילן מיט יודן וואס ברויכן דאס דרינגענד ליינען....
יישר כח!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”