קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מוצ"ש מאי 22, 2021 11:29 am

א וויכטיגע זאך - איך אפעליר צו די מוסדות הקדושים דאס צוצושטעלן
120
77%
א גוטע זאך
19
12%
נישט וויכטיג
10
6%
נישט גוט
7
4%
 
סך הכל שטימען: 156

פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

פאר דרייסיג יאר צוריק זענען קינדער פון כתה ב' געגאנגען אין קעמפ. די דורות ווערן שוואכער (און די קעמפס ווערן טייערער) און אסאך קינדער איז פאר זיי קעמפ נישט קיין טובה.

פאריאר צוליב קאראנ''ע איז געווען צוגעשטעלט חדר אין שטאט פאר די עלטערע כיתות און ס'איז געווען א מחי'.
איך רעד ספעציפיש פון סאטמאר וומ''ס מהרי''י איז געווען זייער שיין צוגעשטעלט.

גייט די יאר אויך זיין אזוי? איך האף און אפעליר מיט א הארציגע בקשה אז יא.‎
קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

שרייבט א קורצע תגובה פארוואס יא אדער פארוואס נישט.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פאראויס האט געשריבן:שרייבט א קורצע תגובה פארוואס יא אדער פארוואס נישט.

כ'וויל נישט שרייבן ווייל דעס איז א נושא וואס ווער ס'זאל נאר וואס שרייבן גייט כאפן. עיין אין די נושא פון די פריערדיגע יארן
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

האסט א לינק צו די פריערדיגע יארן?




אגב, האסט מורא פון כאפן? מ'קען גאנץ ביליג ריפלעיסן א שטיקל שיטרא''ק אויב ס'כאפט א זעץ.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פאראויס האט געשריבן:האסט א לינק צו די פריערדיגע יארן?




אגב, האסט מורא פון כאפן? מ'קען גאנץ ביליג ריפלעיסן א שטיקל שיטרא''ק אויב ס'כאפט א זעץ.

ווער וועט עס צאלן?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

sheetrock האט געשריבן:https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php%3Ft%3D42862&ved=2ahUKEwjIypqk0vbvAhXFFFkFHZoUAGoQFjAAegQIBBAC&usg=AOvVaw2gh7YlXArDhJ9VXYf1M7a0

ס'איז דא נאך. מ'ברויך עס נאר אויפזיכן
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אוודאי יא! די קעמפ קאסטן זענען ארויס פון די גלייזן! א משפחה פון 7 קעמפ גייערס דארף ארויסנעמען א מארדגעיזש לכבוד דעם זומער...

פראבלעם איז נאר אז עס איז דא צופיל מיליאנען און אפשר גאר ביליאנען אינוועסטעט אין די קעטסקילס, איז בדרך הטבע העלן די מוסדות נישט ארויס בעקן פון דארט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

lebediger berel האט געשריבן:די סעלעקטיווע באניץ פונעם נאמען פון די גדולי ישראל זצ"ל גייט מיר אויף די נערוון
למשל, די קעמפס דאס האבן דאך די פריערדיגע גדולי ישראל מייסד געווען וואו קענסטו טראכטן איבער די הכרח דערפון
אבער, די פרייזן און די מהלך וואס זיי האבן אראפגעשטעלט און מייסד געווען, דארפסט פארשטיין, דאס קען מען מער נישט היינט!
קאמאן, דו קענסט נישט פיקן און טשוזן,
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

1. עלטערן האבן די רעכט צו האדעווען די קינדער אונטער זייער אויפזיכט, און קינדער האבן די רעכט צו זיין אונטער די מאמע'ס פארטוך.
צו זאגן פאר עלטערן אז דו 'מוזט' יערליך אוועקשיקן דיין קינד פון דערהיים פאר צוויי חדשים איז יסודות'דיג אומריכטיג.

2. פיל קינדער (אין אלע יארגענג) זענען באמת נישט געאייגנט פאר קעמפ (מכמה סיבות ואכמ"ל).

3. אויב די קעמפס קענען זיך נישט אונטערנעמען צו מאכן די קינדער צופרידן, זאלן זיי ביטע לאזן די קינדער בלייבן אינדערהיים.
מיט וואספארא רעכט נעמסטו מיין קינד + צוויי אלפים, און איך דארף דערנאך ספענדען שעות ארוכות אויפ'ן טעלעפאן אים אויסרעדן און איינרעדן וועגן זיין באנק/ מאטראץ/ שלאף רבי וכו' וכו'? - איך האב נישט קיין טענות אז דו קענסט נישט, נאר געב מיר אפ דאס קינד און איך וועל שוין קעיר נעמען פון אים אינדערהיים.

4. מהיכן דנתנו? עס איז א מעשה פון שווערע אלפים פאר א קינדער געבענטשטע משפחה, + ארבעט (איינצורישן), + ארויספארן וויזיטן, מהיכי תיתי ארויפצולייגן אזא עול אויפ'ן ציבור? לכה"פ געב די מעגליכקייט זיך צו באפרייען דערפון.

עס איז דא אידן וועלכע וואלטן געקענט חתונה מאכן די קינדער מיט אייגן געלט ווען נישט די קעמפס.
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

עס איז א טעות אז גדולי ישראל האבן 'איינגעפירט' קעמפס. דער חתם סופר האט נישט גענומען די פרעשבורגע'ר ישיבה צו די דערנעבנדיגע פישטיאן אין די זומער וואכן, און אויך דער רבי ר' יונתן אייבשיץ האט נישט פלאצירט זיין ישיבה אין קארלסבאד פון יולי 4 ביז לעיבאר דעי וויקענד.

דער 'מנהג' פון קעמפס האבן איינגעפירט די אמעריקאנער גוים.

גדולי ישראל האבן נאר איינגעפירט אז בשעת מען איז אין קעמפ זאלן די לימודים אנגיין געהעריג ווי א גאנץ יאר, און נישט ווי דער מנהג פון די דאמאלטסדיגע (און פיל היינטיגע) אמעריקאנער ישיבות אז דער לערן יאר ענדיגט זיך פאר'ן זומער, און צוויי חדשים גייט אוועק פאר פארוויילונגען.

הקיצור, קיין שום גדול בישראל האט נישט געהאט קיין פראבלעם אז א חדר בלייבט אין שטאט און פונקציאנירט געהעריג במשך די זומער וואכן, ואין להאריך בדברים פשוטים ומובנים מאליהם.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

100 פראצענט עס זאל זיין!!
נישט יעדע טאטע האט עקסטערע 3 טויזענט פאר אלע קינדער וואס דארפן גיין אין קעמפ.. (און ס'איז דא גענוג און נאך קינדער וואס צוליב סיבות איז בעסער פאר זיי צו בלייבן אין שטאט..)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

אן אריינגיין אין די נושא פון יא אדער נישט קעמפס איז אמאל זיכער אז כתה ו' און ז' זאל לכל הפחות זיין א "מעגליכקייט" פון האלטן אין שטאט זוממער
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

די עולם האט זייער קלאר געשטימט פאריאר !
גארנישט האט זיך נישט געטוישט

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... פ#p2176360

דא האט מען שוין אוך געהאט א לענגערע שמועס דערוועגן
viewtopic.php?f=3&t=38858&p=1852249&hilit=קעמפ#p1852249
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

וואס עפעס? האט געשריבן:די עולם האט זייער קלאר געשטימט פאריאר !
גארנישט האט זיך נישט געטוישט

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... פ#p2176360

דא האט מען שוין אוך געהאט א לענגערע שמועס דערוועגן
viewtopic.php?f=3&t=38858&p=1852249&hilit=קעמפ#p1852249

אן אנדערע נושא קאמפלעט

דארט איז די שאלה איבער מבטל זיין קעמפ
דא רעדט מען בלויז צו די מוסדות (וואס אגב באקומען געהעריג שכר לימוד אפגעזעהן צו דאס קינד גייט אין מוסד אדער נישט..) זאלן צושטעלן פאר זייערע קליענטן די "אפציע" פון קענען דא האלטן זייערע קינדער.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

קהל עדתינו האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:די עולם האט זייער קלאר געשטימט פאריאר !
גארנישט האט זיך נישט געטוישט

viewtopic.php?f=104&t=42405&p=2176360&hilit=קעמפ#p2176360

דא האט מען שוין אוך געהאט א לענגערע שמועס דערוועגן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... פ#p1852249

אן אנדערע נושא קאמפלעט

דארט איז די שאלה איבער מבטל זיין קעמפ
דא רעדט מען בלויז צו די מוסדות (וואס אגב באקומען געהעריג שכר לימוד אפגעזעהן צו דאס קינד גייט אין מוסד אדער נישט..) זאלן צושטעלן פאר זייערע קליענטן די "אפציע" פון קענען דא האלטן זייערע קינדער.


קוק די צווייטע לינק דאס איז געווען די שמועס דארט
ועוד ווען מען רעדט פון בטל מאכן קעמפ מיינט מען צושטעלן אנשטאט דעם דעי קעמפ
קיינער רעדט נישט פון מאכן בין הזמנים 8 וואכן
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

איך האב מיטגעהאלטן אין א געוויסע גרויסע דעי קעמפ אין וומס’’ב פאריאר, די קינדער זענען געווען אויסטערליש צופרידן פון די פראגראמען און אקטיוויטעטן, אויף אזוי ווייט אז קינדער האבן מיר געזאגט אז זיי זענען גרייט אויפצוגעבן קעמפ אויב שטעלט מען צו ווי עס ברויך צו זיין.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

א קינד אין קעמפ לערנט זיך אויס צו האבן א שטיקל אחריות, ווי למשל ער דארף האלטן די קאפ אויפן זייגער, שמוץ וועש, וכדומה. ממילא האלט איך אז עס איז א גוטע זאך.
צו באצאלן 2ק פאר דעם ? סאיז צופיל געלט.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מיין מיינונג איבער קעמפ האב איך שוין כמה פעמים געשריבן דא.

אין קורצן:
צווינגען די עלטערן צו שיקן אין קעמפ איז 1 עוולה (צווינגען מיינט - כמובן - אפשפארן דעם מוסד אין שטאט), די הימלשרייענדע פרייז איז בלויז איינע פון די עוולות.
צווינגען די קינדער און בחורים צו אוועקפארן פונדערהיים איז נאך א עוולה.

בנוסף, נאכן באגיין דעם עוולה קומט דער אומאקצעפטירבארער עוולה צו רעסטריקטן די קינדער פון די עלטערן און די עלטערן פון די קינדער.
1. דורך צוריקהאלטן פון אהיימנעמען דאס קינד אויף א שבת אדער א שמחה אדער סיי וועלכע סיבה דער טאטע האלט פאר ריכטיג אהיים צו נעמען ס'קינד.
2. דורך די געענגטע צייטן צו באזוכן דעם קינד.

ווען קעמפ זאל ווען זיין אפשענאל, קען מען ווען אביסל פארשטיין די שטרענגע איינגעשפאראכץ, נעמליך ווער ס'וועהלט אויס די אפציע צו גיין / שיקן זיין קינד אין קעמפ, דארף נעמען אין באטראכט אויף וואס ער גייט איין.
אבער אז דער קעמפ געגייעכץ איז א מוז, דאן מיט וואספארא היתר פארוואנדלסטו מיין קינד אין א ארעסטאנט?

שארף געשריבן? דאס איז ליידער דער ווייטאגליכער פאקט.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

טראוועי האט געשריבן:א קינד אין קעמפ לערנט זיך אויס צו האבן א שטיקל אחריות, ווי למשל ער דארף האלטן די קאפ אויפן זייגער, שמוץ וועש, וכדומה. ממילא האלט איך אז עס איז א גוטע זאך.

פאר געוויסע קינדער...
און פאר געוויסע איז עס גאר דאס פארקערטע... ודי
טראוועי האט געשריבן:צו באצאלן 2ק פאר דעם ? סאיז צופיל געלט.

סיי ס'איז צופיל געלט, און כש"כ ווען ס'קומט בכפי'!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
נאך איינער

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

אינטערעסאנט צי זען ווי שטארק איבערוועגנדיג די דעת הקהל איז אויף איין זייט,

דאס פרעגט א שטארקע קשיא אויף די הנהלת המוסדות, וואס זענען באמת נאר שליחים פין די עלטערן,
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

בעריש'ל האט געשריבן:אוודאי יא! די קעמפ קאסטן זענען ארויס פון די גלייזן! א משפחה פון 7 קעמפ גייערס דארף ארויסנעמען א מארדגעיזש לכבוד דעם זומער...

פראבלעם איז נאר אז עס איז דא צופיל מיליאנען און אפשר גאר ביליאנען אינוועסטעט אין די קעטסקילס, איז בדרך הטבע העלן די מוסדות נישט ארויס בעקן פון דארט.

רט!

נאך די צוויי שווערסטע הוצאות פאר א אידישע שטוב פון א down payment פאר א דירה און חתונה מאכן די קינדער וואלט איך די קעמפ הוצאות געשטעלט אלטס די דריטע שווערסטע גזירה משמים.

און די גוטע נייעס איז אז צוויי פון די גזירות קען זיך א מענשט פראבערן בעסער מאכן (טוהן השתדלות) וועגן די דירות קריזיס קויפן פאר ביליג אין איינע פון די נייע געגענטער, אין איינוועגס זיך פטור'ן פון די קעמפ גזירה ווייל דאכצאך אלע נייע געגענטער אדער רוב מאכן נאך די מאנסי/ק''י סיסטעם פון קנאו קעמפ
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

נאך איינער האט געשריבן:אינטערעסאנט צי זען ווי שטארק איבערוועגנדיג די דעת הקהל איז אויף איין זייט,

דאס פרעגט א שטארקע קשיא אויף די הנהלת המוסדות, וואס זענען באמת נאר שליחים פין די עלטערן,

די רבנים, מנהיגים, און מנהלים פארשטייען נישט גענוג צי דעם קעמפ קריזיס ווען מענשטן פאלן פשוט ציזאם פיינאנציעל וועגן די קעמפ הוצאות. אן אריין גיין אין די טעם פארוואס זיי פארשטייען עס נישט איז דאס די מציאות. רבי אליעזר קרויס האט שוין עטליכע מאל אפעלירט אויף קול מבשר צום עולם אז א יעדער יחיד זאל רעדן צי זיינע מנהגים און מנהלי המוסדות זיי צי זאגן ווי שווער ס'איז פאר איהם די הוצאות דאס קען מעגליך העלפן.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

מנהלים וויסן זאלט עטס אז עס איז שוין דא לכה"פ איין מוסד אין ברוקלין אן א קעמפ!!!!!!!
און נישט סתם עפעס א מוסד'ל, נאר א פון די גרעסטע מוסדות אין בארא פארק!!!
תלמוד תורה ראחמסטריווקא!!!!
אפלאדירטס אלע הויעך!!!!!
און אלע קינדער וואקסן אויף ב"ה געזונט און שטארק אן די לעבנסוויכטיגע קעמפ טעראפי!!!!
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: קומט אריין שטימען: דעי-קעמפ אין שטאט פאר עלטערע קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

בנוסף לזה איז קעמפ בכלל נישט קיין טובה ברוחניות פאר די קינדער.
רוב (אכציג פראצענט) פראבלעמען געשען (אדער הויבן זיך אן) אין קעמפ. פרעגט אייך נאך פריוואט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”