שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א גוט יאר,

אזוי ווי דער עולם לעכצט מיט דורשט אויף די פארזעצונג פון לכאורה'ס טאג בוך וועלכע איז דערווייל געקומען צו א (האפנטליך קורצע) אפשטעל,
אשר על כן, האב איך געטראכט אריינציקומען אלטס א שטיקל שטעלפארטרעטער אראפצוגעבן אביסל געפילן און שטריכן,
פון מיין נארוואס פארענדיגטע נסיעה מיט די בארימטע ארגענעזאציע בוני עולם.

איך האף דער עולם וועט הנאה האבן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

מיר ווארטן מיט שפאנונג!
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

כ'הער נישט אויף הנאה האבן... כ'ווארט נאר ס'זאל זיין פארוואס...
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כ'האף אויך אז דער עוילאם וועט הנאה האבן

ווי זעט עס אויס ווען וועט דער עוילאם אנהייבן הנאה האבן??
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

אוואדע... קום אריין מיט א פילע באריכט, מיר ווארטן...
אין עוד מלבדו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אויפן וועג אהיים צוזאמען ביים רבי׳ן פארברענגט,
אויפן וועג אהיים השפעות אונז געשענקט,
יעצט בין איך איינער אליין,
אוי מיין הארץ עס בענקט... אוי מיין הארץ עס בענקט... אוי מיין הארץ עס בענקט...

איי ווי נעמט מען די ווערטער? באשרייבן אזא שבת? א שטיק געפיל, א שטיק רוחני, א שטיק אהבה,
קען מען דען אפילו פרובירן דאס איבערצוגעבן אין פארעם פון בלאסע טינט?
פענע פענע ווי ארעם ביסטו, ווערטער ווערטער וואס זענט עטס דען ווערט, דיו אילו ימי קני כל חורשתא,
קען מען דען אזאנס באשרייבן? זיצן הונדערטער אידן און ס׳גיסט זיך הרהורי תשובה, געגועים צום רבש״ע,
מיט אחדות און ליעבשאפט, תפילות און געזאנגען, מיט איין ציהל זיך צו דערהייבן א טראפקעלע העכער, א משהו נענטער ווערן,
אידן וואס האבן מיטגעפיל מיט אנדערע, ווילן ארויסהעלפן לעכטיג מאכן אידישע שטיבער, העלפן מענטשן וואס זיי הייבן נישט אן צו קענען,
ניין! דאס קען מען נישט באשרייבן, נישט מעגליך אין די וועלט! איך וועל בלויז פרובירן איבערצוגעבן די טעכנישע דעטאלן פון די נסיעה על הסדר.


מיטוואך ויק״פ 3:55pm ויהי בנסוע...

די רענצלעך שוין אין די קאר, זיך ווארעם געזעגנט מיט די משפחה, כ׳מאך זיכער נאכאמאל אז אלעס מסודר,
די פאספארט, קאוויד טעסט, אינשורענס צו קענען ארייגיין אין אוקריינע, כ׳רוף דעם שותף מיינע וואס וועט מיך באגלייטן אויף די נסיעה,
זיכער מאכן אז ער קומט טאקע צו מיר אהיים ווי ער וועט פארקן זיין קאר ווי אפגעשמועסט, צו מיין מזל גייט עס גלייך צו וואויסמעיל,
כ׳פרוביר איינמאל און נאכאמאל, אין קול ואין עונה, ס׳ווערט שוין אביסל אנגעצויגן, אפגעשמועסט איז געוועהן אז פונקטליך פיר אזייגער פארט מען ארויס,
ס׳שוין נאך פירע און דער בחור איז נישטא, ענדליך 4:25 פליט ער אריין אין מיין דרייוועי מיט א שטורעם, און הייבט איבערפאקן די רענצליך אין מיין קאר.

נאכן פארהאלטן פארוואס ער האט נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן כאפט ער זיך אז ער האט עס איבערגעלאזט אין זיין אפיס, א שטיקל מהלך פון מיין הויז,
שוין נישטא קיין ברירה מ׳פארט אריבער צום אפיס, נאך אפאר מינוט זוכן האט מען עס ב״ה געטראפן, פארשטייט זיך אז די באטערי איז טויט,
כ׳מאך מיך שנעל א חשבון אז אויף די מהלך גייט דא זיין פאן ביי די נסיעה, כ׳על מוזן זעהן זיך צו האלטן רואיג.

ס׳איז שוין 4:45 מ׳לאזט זיך ארויס צו ניוארק עירפארט, די וועג איז ב״ה רואיג, מ׳זאגט תפילות הדרך, מנעמט ארויס צוגערעטלעך,
און מ׳הערט פארשידענע ניגוני התעוררת, צווישן זיי די הערט מען די באוואוסטע ניגון א "שבת אין מעזיבוז" פון ר׳ מרדכי ווערדיגער,
פאר עפעס א סיבההאט וועיז באשלאסן אונז צו פירן דורך א קאמפליציטע וועג, אנגעהויבן מיט די פאליסעידס און נאכדעם טוישט מען הייוועי
יעדע צוויי מייל, נאכן פארן ארום א שעה זעמיר אנגעקומען צו Jiffy Parking ווי אונז האבן פון פאראויס באשטעלט פארקינג פאר ארום $40,
ב״ה א שאטל שטייט גרייט אונז אפצופירן צום עירפארט, אונז זעץ מיר זיך אריין און מפארט צו דעם קורצן וועג צום עירפארט,
אונז זעמיר די איינציגסטע מענטשן אויפן שאטל, נאך א קורצע שמועס מיט׳ן דרייווער זאגט ער אונז מיט וואונדער אז די לעצטע פאר וואכן
טראגט ער כמעט בלויז היימישע אידן צום עירפארט, אונז שמייכלען זיך אונטער, אה... מי כעמך ישראל... גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.

ס׳איז שוין שפעט, אונז גיבן א טיפ פארן דרייווער וועלכע העלפט אונז מיט די רענצלעך, און מלויפט צו יונייטעד עירליין דעסק,
ס׳איז יענץ חתונה דארט, ס׳טוט זיך א מישמאש, נישטא קיין ליינס יעדער שטייט דארט ארום אויפאמאל,
די סטעף לויפט ארום דארט אויף אלע זייטן קיינער קוקט אונז נישט אן, ענדליך באמערק איך א מאשין ווי מ׳קען אריינטשעקן,
כ׳שטעק אריין מיין פאספארט כ׳פאלג אויס די אנווייזונגען, אבער די מאשין טענה׳ט אז ער פרינט מיר נישט קיין באוירדינג פעסס,
א רויטע לעמפל צינט זיך אויף די מאשין ווי א סימן פאר די איינגעשטעלטע אז אונז ברויכן הילף, נאך עטליכע מינוט קומט צוגיין א שחור,
פון די סארט וואס מ׳טרעפט נאר אין ניוארק עירפארט, ער באטראכט די קאוויד טעסט אין די פעספארט, און גיבט אונז די באוירדינג פעסס.

דא הייבט ער אן מאכן פראבלעמען, נעמליך, משום איזה סיבה האמיר צוטיילט די טיקעט אין צוויי, איין טיקעט פון ניו יארק קיין פראנקפורט,
אין נאכדעם א צווייטע טיקעט פון פראנקפורט קיין קיעוו, טענה׳ט ער אז כ׳דארף אויספילן א ספעציעלע פארום צו קענען אריינגיין אין דייטשלאנד,
כ׳פרוביר איהם מסביר צו זיין אז אונז פארן קיין אוקריינע, כ׳גיי נישט ארויס פון עירפארט אין פראנקפורט, ער טענה׳ט אז ס׳מאכט נישט אויס,
אין דייטשלאנד דארף מען דורכגיין א פעספארט קאנטראל, אין אן דעם פארום שיקט מען דיר צוריק, כ'בין מסכים גיב מיר א פארום כ׳וועל עס אויספילן,
ער זיכט אין זיכט אפאר מינוט, ער קען נישט טרעפן דעם צעטל, ער ווייזט מיר אן אויף זייער וועבזייטל ווי מקען עס אויספילן, כ׳הייב אן אויספילן,
די ערשטע פראגע איז וועלכע מדינות כ׳האב באזיכט, כפרוביר אריינצופילן די פאראייניגטע שטאטן אבער ס׳איז נישט דא אזא אפציע,
בינעך מחליט אז כ׳וועל עס שוין שפעטער אויספילן ביים געיט.

מ׳לויפט צוריק ארויס כאפן ס׳לעצטע ציגערעטל פאר די פלייט, און מגייט צו סעקיורעטי, ב״ה נישטא קיין ליין ביז א מינוט בין איך דערנאך,
מיין חבר הייבט אויך אן צו דורכגיין ער הייבט אן אויסליידיגן די טאשן, ווי א שטורעם נעמט זיך גיסן פון אלע זיינע טאשן, פאפירן, פענעס,
צינדערס, שליסלעך, קעש, צוברעקלטע פרעצל, און וואס נישט, ענדליך איז ער פארטיג זיך אויספאקן און שטיפט אריין זיין הענד לאגעדזש אין די מאשין,
אנשטאט עס זאל גלייך ארויסקומען פון די אנדערע זייט, פארט זיין רענצל ארויס צו די די זייט ווי אלע פראבלעמאטישע רענצלעך גייען,
איך טאנץ פאר נערוועזיקייט, בשעת איינע פון די געריבענע TSA אגענטן הייבט אן דורכקוקן די רענצל מיט גרויס געדולדיגקייט,
ענדליך שלעפט ער ארויס פון דארט א באטל וואסער וואס מיין חבר האט באופן נפלא פארגעסן ארויסצונעמען, נאר וואזשע דען?

שוין, א דורך סעקיורעטי, דוטי פרי איז שוין פארשפארט און סייווי האבעך שויניש קיין צייט זיך אפצושטעלן,
מ׳גייט צום געיט ווי מ׳ענדיגט שון כמעט באוירדן, פלוצלינג כאפ איך זיך אז כ׳דארף נאך אויספולן די פארום פאר פראנקפורט,
מיט איין בהלה רוף איך שנעל אן ידידינו @לכאורה, וועלכע איז אקארשט געפארן דעם זעלבן וועג ביי די אייוועלט נסיעה,
לכאורה כאפט נישט פונקט וואס איך פרעג, אבער צווישן די ווערטער פארשטיי איך אז קיין פאספארט קאנטראל איז ב״ה נישטא,
נאר וואס דען, סעקיורעטי דארף מען יא נאכאמאל דורכגיין, זייענדיג אביסל מבוהל פון די גאנצע ארום לייג איך אראפ דעם טעלעפאן מיט לכאורה
אן זיך געהעריג געזעגנען, וה׳ הטוב יכפר.

מ׳זיצט שוין אויפן פליגער ב״ה, צוליב דעם זייער קורצע סטאפ איז דא ווייניג אידן אויפן פליגער, רוב עולם איז שוין געפארן מיט די לופטהאנזא פלייט
וועלכע פארט ארויס מיט א שעה פריער, דער טרעוול אגענט האט מיר טאקע געווארנט אז די קוים א שעה סטאפ איז זייער קורץ,
ספעציעל ווען מ׳רעדט פון פראנקפורט עירפארט וואס איז פון די גרעסטע אין די וועלט, און עס קען געדויערן זייער לאנג צו וואקן פון איין פליגער צום צווייטן,
אבער מיר איז נישט מעגליך געוועהן צו פארן פריער האמיר בלית ברירה גענומען די פלייט, פלוצים הערט זיך דעם פילאטס קול אויף די הויעכהילכער
ווי ער איז מודיע אז צוליב טעכנישע סיבות איז די פלייט דילעיד מיט א האלבע שעה.

מיר איז שלעכט געווארן, א האלבע שעה דילעי מיינט אין אנדערע ווערטער פארפאסן די קאנעקטינג פלייט,
און היות דאס איז די איינציגסטע פלייט פון פראנקפורט קיין קיעוו, מיינט דאס אז די שבת גאנצע שבת איז אינטער א גרויסע פראגע צייכן,
אבער וואס קען מען דען טוען, מקען נאר מתפלל זיין און האפן אויפן בעסטן, נאך אזא אנגעצויגענע צוואנציג מינוט הייבט די פליגער פלוצליג
אן זיך צו רירן, ווידער הערט מען די קול פונעם פילאט אז מ'גרייט זיך צו הייבן, ער טענה׳ט אז די ווינט העכער די אטלאנטיק שפילט פיין מיט,
אשר על כן איז, טראץ די פארשפעטיגונג, דער פלאן צו ווייטער צו לאנדן ארום 8:30 אינדערפרי,אזוי ווי ארגינעל געסקעדזשועלט, כ׳אטעם אפ מיט
פארלייכטערונג, און טאקע ביז עטליכע מינוטן איז דער באואינג 787 דריעמליינער אין די לופטן.

אונז מאכן זיך באקוועם אויפן זיץ, עמיצער פרובירט צו ארגאניזירן א מנין מעריב, אונז האמיר ווייניג חשק איבערצודרייען דעם פליגער,
ובפרט יעצט מיט קאראנע,אלזא שטעל מיר זיך דאווענען מעריב אויפן פלאץ, אונז האמיר זיך פארדעם מסדר געוועהן מיט א באלק העד זיץ,
דהיינו די ערשטע זיץ אין די רייע, קיינער זיצט נישט פארנט פון אונז, אזוי אז ס׳איז דא בריוח פלאץ, קיין קאושער מיעל האט די פלי געזעלשאפט נישט
צוגעשטעלט, דא טו קאוויד (שייכות?), נישט אז ווען זיי וואלטן יא צוגעשטעלט וואלט איך זיך געטרויעט צו פארזוכן דערפון,
אבער ס׳וואלט ווען געוועהן א שטיקל טשעינדזש אוו סינערי, אלזא האמיר געגעסן וואס מ׳האט מיטגענומען פונדערהיים.

כ׳מאך זיך א חשבון אז די קומענדיגע מאל איך גיי זיין אין א בעט גייט זיין פרייטאג פארטאגס, אלזא א שטיקל דרימל וואלט נישט געשאדט, די זיץ אין
יונייטעד פרימיום פלאס איז היפש באקוועם, אונז בעטן איידל די פלייט אטענדענט אויב זי וואלט אפשר געקענט ברענגען די ספעציעל באקוועמע קישן פון
ביזנעס קלאס, די קישן איז געמאכט פון א געוויסע סארט דזשעל וואס האלט אן דעם דעם קאפ, אזוי אז מ׳קען אנלאנאנען דעם קאפ אויפן וואנט פונעם
פליגער נארמאל, ב״ה זי איז מסכים בתנאי אז כ׳זאג נישט אויס פאר מיינע חבירים, מיינענדיג די אנדערע אידן אויפן פליגער, צוליב פארשטענדליכע סיבות.

נאך פארן ארויספארן האמיר זיך מסדר געווען מיט די פונקטליכע זמנים פאר די פלייט, די וועבזייטל Myzmanim.com, גיבט די פונקטליכע זמנים פאר יעדע פליגער,
אזוי אז אונז האבן געקענט וויסן בערך ווען ס׳איז די עלות, אלזא נאכן זיך אויפכאפן כאפ איך א בליק אויפן זייגער, שוין באלד צייט צו דאווענען, מ׳טוהט אן טלית ותפילין
מ׳שטעלט זיך דאווענען בניחותא מילה במילה, נישטא ווי זיך צויאגן, ווען כ׳האב זיך געשטעלט דאווענען איז רוב עולם נאך געשלאפן, צוביסלעך דערוועקט זיך דער עולם,
אין מ׳שטעלט זיך דאווענען יעדער אויף זיין פלאץ, כ׳האב געפילט אז ס׳איז א שטיקל קידוש השם אז די גוים זעען, אז אידן זענען פארפליכטעט צום באשעפער
אפילו ווען מ׳איז צוקוועטשט אויפן פליגער און ס׳איז ווייט נישט באקוועם.

בשעתן דאווענען האט מען געטיילט קאווע, כ׳האב ספעציעל מיטגענומען קליינע באטעלעך פארפרוירענע מילך טאקע פאר די יעצטיגע מינוט,
אבער נישט וועלנדיג מפסיק זיין פון דאווענען זעמיר מוותר אויף די אזוי געגארטע קאווע, מיין חבר באשליסט אבער יא צו נעמען די קאווע, יעצט אויף אזויפיל
ווייס איך אז די קאווע האט געשמעקט גוט, איך ווייס אויך אז ס׳איז געוועהן פיין הייס, פונקטליך וויאזוי ס׳האט געטעיסט ווייס איך אבער נישט, ווייל... אויסגעגאסענע
קאווע קען מען נישט טרינקען... ביז א צוויי מינוט שפעטער איז די גאנצע קאווע געלעגן אויף דער ערד פארשעמט, ס׳רינט קאווע איבעראל חוץ אין מויל, נו שוין.

א האלבע שעה שפעטער לאנדט מען אין פראנקפורט, גענוי ווי פארגעשאצט ווייזט די זייגער 8:31 צופרי, ס׳נעמט נאך אזא צען מינוט ביז מ׳קומט אן צום געיט,
מיט נאאיווקייט טראכט איך צו מיר אז ס׳נאך דא גענוג צייט צום קאנעקטינג פלייט און כ׳קען זיין רואיג, נאכן שפאצירן א מינוט צוויי אינעם טערמינעל
זעה איך צו מיין פרייד א סמאויקינג רום אין די זייט, פארשטייט זיך אז א ציגערעטל אן א קאווע גייט נישט, גיי איך צו די געשעפט דארט קויפן א קאווע,
למעשה זעה איך די זעלבע קאווע מאשין מאכט אויך פארשידענע קאפעטשינאויס מיט מילך, בלית ברירה נעמט מען א סאדע במקום קאווע,
לאזנדיג מיין שוין יצעט אויפגעלאזטע מילך פארשעמט אינעם רענצל.

זיץ מיר זיך רואיג אין די סמאויקינג רום, ס׳ציגערעטל האט אלע טעמים מ׳טרעפט זיך מיט אנדערע אידן וואס פארן צו פארשידנארטיגע דעסטינאציעס,
פלוצים כאפ איך זיך אז ס׳איז שפעט און מדארף נאך אדורכגיין סעקיורעטי, מיט גרויסע שוועריקייטן בינעך מצליחאיבערצוהאקן מיין חבר פון זיין
טיפן שמועס מיט א נארוואס געווארע פריינט, און מ׳נעמט זיך גיין צום געיט מיט שנעלע טריט, מ׳גייט און מ׳גייט די זייגער רוקט זיךאון מ׳גייט נאכאלץ,
שלעפן זיך אזוי א קליינע גרופע אידעלעך איבער טערמינאלן און עסקלעיטארס, צוביסלעך הייבן אונז אן צו ריעלייזן אז מ׳רעדט דא פון א פיל
פיל לענגערע וועג ווי אונז האבן אפילו געקענט חלומ׳ן, די טריט ווערן צוביסלעך שנעלער און שנעלער ביז אונזערע טריט ווערן פארוואנדלט און א געלויף,
אינמיטןלויפן זאגט מיר מיין חבר אז ווי עס שיינט האבן די דייטשן נאכנישט פארגעסן די הנאה פון מאכן אידישע קינדער, הונגעריג און מיעד,
לויפן כל עוד נשמתם בם.

נאכן אפלויפן א שיינע מהלך זעמיר ענדליך אנגעקומען צום געיט... אך וואס רעד איך שטותים, נאכן אפלויפן א שיינע מהלך זעמיר ענדליך אנגעקומען צו
די פראנקפורטע עיר טרעין, נאך א מינוט איז די באן אנגעקומען און אונז אריבערגעפירט צו א אנדערע טערמינאל, ווי די געלויף הייבט זיך אן פון דאסניי,
מלויפט אין די זייגער לויפט נאך שנעלער, ענדליך זעמיר אנגעקומען צו די סעקיורעטי, אינגאנצן פארסאפעט נעמט מען זיך אויספאקן די טאשן,
אראפ מיטן פאסיק רעקל, וועסטל, אוי האבן זיי מזל אז זיי הייסן נישט אויסטוען די שיך, מגייט דורך די מאשין ב״ה ס׳קלונגט נישט, אבער, יעצט קומט מיין רייע
צו זיין די שלימזל, מיין רענצל פארט אריין אין די זייט, פארשטייט זיך מיין חבר ווארט נישט אויף קיין כבוד און כאפט זיך מיט מיט מיר, זיין רענצל פארט אויך מיט
שיינערהייט אין די זייט, מילא, ער איז דאך שוין א מלומד בניסים.

ביי מיר האבן זיי געטראפן די מילך, הגם ס׳איז גענוג קליין צו אדורכגיין לויט די רעגולאציעס, טענהן זיי אז כ׳מוז עס ארויסנעמען פון די רענצל
אריין און די בין, למעשה לאזט ער מיך גיין מיט מילך, ביי מיין חבר האבן זיי געטראפן עפעס א קליינע טארטש זיי לאזן אים אויך גיין, אבער נאך א מינוט
איז ער מחליט אז ער וויל עס ענדערש האלטן פאר זיך בלית ברירה לאזט מען דארט דעם צינדער, איך כאפ א בליק אויפן זייגער, ס׳ווייזט אויף 9:17 כ׳בין משלים
מיט די מציאות אז על פי דרך הטבע גיי איך שוינישט מאכן דעם פליגער, יענע סעקונדע באקום איך א מעסעדזש פון לופטהאנזא אז זיי שטופן אפ דעם פליגער
מיט א האלבע שעה.

אקעי, אפגעאטעמט, מ׳שפאצירט שוין ווי שבת נאכן טשולענט, ס׳דא גענוג צייט, מ׳זעהט שוין די געיט פונדערווייטנס,
שטייען דארט צענדליגע אידן, סיי פון די לופטהאנזא פלייט וואס איז געפארן פאר אונז, עטליכע ארץ ישראלדיגע פנים׳ער דערקענט זיך
אויך צווישן די עולם, גלייך פאר די געיט איז דא א שמייכלדיגע שילד מיט די אויפשריפט "סמאוקינג לאוינדזש", שוין, ווי קען מען דען זיך
נישט וויסנדיג מאכן פון אזא געלעגנהייט, כאפט מען אריין אזא באזוך דארט אויך, א בורא נפשות און צוויי ציגערעטליך שפעטער
שטיי מיר שוין ביים געיט בשעה טובה.

אונז גיי מיר צו צו די באאמטע בעטן מ׳זאל מיך מסדר זיין מיט א זיץ נעבן מיין חבר אין מ׳שטעלט זיך אין די ליין פאר באוירדינג,
ס׳איז דא צוויי ליינס צום באוירדן איינס פאר ביזנעס קלאס אין די אנדערער פאר די בזיונות קלאס, פארשטייט אז ביי אונז אידן איז
נישטא קיין דיסקירימינאציע, יעדער שטעלט זיך ביי וועלכע ליניע אים שמעקט אן, מיר דאכט זיך אז ביי די ביזנעס איז די ליניע
עטוואס קלענער כ'שטעל זיך די לעצטע אין די רייע, עטליכע באשלוסן אז זיי וואלט זיך געלוינט זיך ארייצוכאפן פארנט פון מיר,
שוין זאל זיין אזוי, גלייך פארן פליגער שטייט עמיצער פון די פלי געזעלשאפט, און בעט יעדן אריינצוטשעקן די הענד לאגגעדזש
מחמת חוסר מקום, זעענדיג אז ער איז פארנומען מיט אנדערע וואק איך שנעל אדורך און מ׳גייט צום פליגער.

אויפן וועג ארויף צום פליגער טוהט זיך א מין אנשטויסעניש, אבער דאס אלטס נאר א הכנה צו וואס עס טוהט זיך אפ אויפן פליגער
זעלבסט, די דריי גוים וואס זענען דארט נעבעך אריינגעפאלן וועלן שוין ווארשיינליך פארבלייבן געבראטענע אנטיסעמיטן פאר די רעשט
פון זייער לעבן, די מאנשאפט לויפן ארום פארשוויצט פרובירנדיג צו ברענגען ארדענונג, גראדע זענען זיי היבש סוקסעספול, ווייזט אויס אז
סאיז נישט די ערשטע מאל א פילע פליגער היימישע אידן פארן קיין אויקריינע, ב״ה איך בין שין ביי מיין זיץ, וואס געפינט זיך גראדע היבש
ווייט פון מיין רענצעלע, משום איזה סיבה איז ביי מיין זיץ נישט פארהאן קיין פענסטער, אבער וועם גייט עס דען אן? אונז פארן דאך צום בעש״ט
הק׳, יעדער זיצט שוין אפן פלאץ מסודר, און הארט נאך וואס דער אינגערמאן נעבן מיר האט גענדיגט צוזאם לייגן די ר״ת תפילין,
לאזט מען זיך ארויס אויף די קורצע רייזע, ווינציגער ווי א שעה אהאלב שפעטער געפינט מען זיך שוין אין קיעוו עירפארט.

אין עירפארט טרעפט מען זיך צוזאמען מיט די אידן וואס זענען אנגעקומען מיט קעי. על. עם פלייט, מ׳גייט גלייך צו צי די בארדער קאנטראל,
ס׳טוט זיך דארט א היפשע געטומל, דא זעהט מען א איד מיט פארמאכטע אויגן בשעת א צווייטער פירט אים ביי די הענט, עטליכע נ נח'ס וואס
פארן קיין אומאן, ווי אויך אידן וואס פארן מיט פארשידענע אנדערע נסיעות, ענדליך קומט מיין רייע, דער באאמטער איז פויל זיינע אויגן האלב
פארמאכט, ער גיט א בליק אויף מיין פאספארט מיט די קאוויד טעסט און די ספעציעלע אינשורענס, גיט א זיגל אויף די די לעצטע בלאט, און איך
בין שוין אין אוקריינע.

מ׳גייט נעמען די רענצלעך, מיין חבר מיט זיין גוט הארץ האט באשלאסן צו היטן אויף איינעמס רענצליך ביז ווי לאנג יענער קומט צוריק פון ביה״כ,
איך האב נישט קיין געדולד צו ווארטן כ׳גיי ארויס, כ׳נעם ארויס איינע פון די זיבן דשעי דשעי דרינקס וואס כ׳נעם אלטס מיט מיר אין קעיס ס׳איז נישט
דא קיין קאווע, מיט עטליכע מינוט שפעטער קומט מיין חבר אויך ארויס, און מ׳לייג מיר אריין די רענצלעך אונטער איינע פון די פיאכלה באסעס וואס
ווארטן דארט, אויפן באס טרעף מיר אונז נישט געהעריג קיין ליידיגע זיץ פלעצער, גיי מיר ארויף אויף א אנדערע באס די רענצלעך באשליסן מיר
וועלן אונז שוין נעמען אין מעזבוז ווען מ׳קומט אן.

אויפן באס ליגט שיין אויף יעדן׳ס פלאץ א זעקל מיט צוויי באטלעך קאוק און א פלעשל וואסער, ווי אויך א שאכטל מיט צוויי סענדוויטשעס, פרוכט אין
פארשידנס זיך צו דערכאפן דאס הארץ, עמיצער האט פארשאפט א פורקילעטאר מיט קאווע, איך מאך א שווארצע קאווע פאר מיין חבר וועלכע האט נישט
די כוחות זיך צו אויפשטעלן, מ׳דארף ארויסשעפן די וואסער פון אינעוויינג, זינט די פאמפ איז צובראכן, כ׳ברי זיך פיין אפ די הענט עטליכע מאל, אבער מיין
חבר׳ס שמייכל ווען כ׳ברענג אים די קאווע איז אלעס ווערט.

60.jpg
60.jpg (28.05 KiB) געזען 2825 מאל

שיינע פעקל אויף יעדע זיץ


די באס פארט, די עולם שמועסט אז מ׳פארט קיין אנאטיווקע צום ציון פון ר׳ מאטעלע טשערנאבלער, מאנכע טענה׳ן אז מ׳פארט גלייך קיין בארדיטשוב,
כ׳מאך א פאון קאל צו ר׳ פנחס אהרן טווערסקי וועלכע איז די הויפט ארגענעזירער פון די נסיעה, ער באשטעטיגט אז מ׳פארט קיין אנאטיווקע אין ס׳דא
קאווע מיט א מקוה דארט.

כ׳שמועס זיך אויס מיט מיין חבר אז דאס הארץ קוועטשט אביסל צו גיין צו די קברים פון די שרפי מעלה גלייך פון עירפארט, ווען מ׳קען זיך פארשטעלן
וואספארא הכנה חסידים פלעגן מאכן פאר מ׳איז געפארן צו די צדיקים ווען זיי האבן געלעבט, מין חבר טענה׳ט אבער אז די צדיקים האבן פונקט אזוי אויפגענומען
פשוטע משקעס וואס האבן נישט געקענט קיין עברי, ווי אויך טענה׳ט ער אז לפי די היינטיגע דורות איז יעדע איד וואס האלט זיך גאר גאר חשוב, אין אונז
דארפן זיין שטאלץ מיט דעם, און זיער האבן די צדיקים גרויס הנאה אז אידישע קינדער קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ.

70.jpg
70.jpg (35.04 KiB) געזען 2825 מאל

80.jpg
80.jpg (47.41 KiB) געזען 2825 מאל

מנחה און קראת התורה אין ביהמ״ד אין אנאטיווקא

ענדליך איז די באס אנגעקומען קיין אנאטיווקע, אונז גיי מיר אראפ נאכן אביסל ארומזוכן האמיר געטראפן דאס פלאץ, הארט ביים ציון איז דא עפעס
א מוסד מיט עטליכע בנינים וואס ווערט געפירט דורך ליובאוויטש, ווי אויך איז דארט א שטיקל כשר׳ע האטעל אין רעסוראנט, אונז גיימיר אריין אין בית
המדרש ווי מ׳מאכט א קאווע/ציגערעטל, פאר פיר דאלער לאזט מען מיך אריין אין מקוה, סאיז דארט קוים עטליכע פלעצער און די פלאהר איז איין גרויסע
בלאטע, מ׳כאפט א ווארימע שויער, די בור איז גראדע לוילעך עפעס נישט אהער נישט אהין, אבער וואס קענסטו דען ערוואטן פאר די נישטיגע פיר דאלער,
מ׳גייט אריין אין ביהמ״ד ווי מ׳איז משלים די קראת התורה און גלייך נאכדעם מנחה.
לעצט פארראכטן דורך שלמה מולכו אום מאנטאג מארטש 22, 2021 5:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

המשך בקרוב בעז״ה.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

געליינט מיט איין אטעם. זייער געשמאק און אינטרעסאנט. מיר ווארטן אויפן המשך
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

WOW WOW KEEP ON!!!!
אין עוד מלבדו
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

:smile: :smile: :smile: לאז אבער נישט ווארטן אויף די פארזעצונג אזוי ווי לכאורה....
אין עוד מלבדו
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער הנאה געהאט! האסט א גאר געשמאקע שפראך! זיי ממשיך
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

הר גריזים האט געשריבן:זייער הנאה געהאט! האסט א גאר געשמאקע שפראך! זיי ממשיך
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מי שברך האט געשריבן:WOW WOW KEEP ON!!!!
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

פיין פיין!!

מיר ווארטן אויף נאך.
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

ווי האט לכאורה געשריבן אויב מעג איך פרעגן
מיין לופי'לע........
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

אלופי אדום האט געשריבן:ווי האט לכאורה געשריבן אויב מעג איך פרעגן

viewtopic.php?f=3&t=46439&start=375
אין עוד מלבדו
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

זייער הנאה געהאט! האסט א גאר געשמאקע שפראך! זיי ממשיך
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

יש מזל האט געשריבן:זייער הנאה געהאט! האסט א גאר געשמאקע שפראך! זיי ממשיך
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

הר גריזים האט געשריבן:זייער הנאה געהאט! האסט א גאר געשמאקע שפראך! זיי ממשיך
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך אלץ א מיטהאלטער פון די נסיעה ברענגסטו מיך ציריק צום געהויבענע זמן. גיי ווייטער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

עפעס נישט נארמאל דאס... כאניש קיין ווערטער... שרייב נאך!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

דארפסמאן האט געשריבן:איך אלץ א מיטהאלטער פון די נסיעה ברענגסטו מיך ציריק צום געהויבענע זמן. גיי ווייטער

אוואו ביסטע אויף די בילדער??

און בכלל וואו ביסטע?....
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14568
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

געליינט יעדע ווארט! ייש"כ. גאר געשמאק און שיין אראפגעלייגט.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

שלמה מולכו האט געשריבן:המשך בקרוב בעז״ה.

מיר ווארטן מיט שפאנונג!
הר גריזים האט געשריבן:זייער הנאה געהאט! האסט א גאר געשמאקע שפראך! זיי ממשיך

גא"מ
מי שברך האט געשריבן:
אלופי אדום האט געשריבן:ווי האט לכאורה געשריבן אויב מעג איך פרעגן

viewtopic.php?f=3&t=46439&start=375

לא הרי לכאורה כהרי שלמה..לכאורה האלט שוין נאך גאנצע 10 פארזעצונגען און מהאלט נאך פאר אלעם..שלמה האט אנגעהויבן שרייבן פון ווען זיין בחור איגעקומען שפעט און אינעם ערשטן פארזעצונג האט ער שוין א קישעלע וואס מהאט אים געברענגט פון פירסט קלעס..די קאווע אויסגעגאסן..שלעכטע דייטשן (זעמיר שוין אויך דורכגעגאנגען די לויפעראציע ביי א קאנעקטינג אין פראנקפורט..) בלאטע אינעם 4 דאלערדיגן לוילעכן אנטיווקע מקווה.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14568
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שבת אין מעזיבוז - מיין נסיעה מיט בוני עולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כולל, מיר דארפן טאקע א תמצית פון די ערשטע שמועס, באלד קומט שוין די בחינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”