בלאט 3 פון 5

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 1:28 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

אייוועלט, נישט געוואוסט די חברים דא אזעלכע געהויבענע אידן, באמת. נכנס יין יצא סוד. אשריכם!

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 1:40 pm
דורך דריידל
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אייוועלט, נישט געוואוסט די חברים דא אזעלכע געהויבענע אידן, באמת. נכנס יין יצא סוד. אשריכם!

נאך מער קען מען נתפעל ווערן פון די עניוות. למשל איך האב בכלל נישט דערמאנט פון די בלעטער גמרא פאר'ן דאווענען, אויסזאגן תהילים, עטליכע סימנים אין הלכות פסח, שווערע טויזענטערס פאר צדקה, שיינע טייטשן אויף די מגילה און עניני דיומא א. א. וו.

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 1:45 pm
דורך טשאלענט
דריידל האט געשריבן:ס'געווען א רחמנות צו קוקן אין פנים שבת צופרי די וואס זענען געווען שיכור ביי קבלת שבת און ארומגערידערט.

איך האב אויך געדאווענט אין א אידישע ביהמ"ד דעם פרייטאג צונאכטס, און עס זענען אויך געווען אסאך אידן פיין באיאפעצט (גם אני בתוכם, נישט אזוי שטארק, אבער גענוג צו פרייליך מאכן, א דעטאלירטע באריכט וועט נאכפאלגן שפעטער אדער מארגן בל"נ), אבער איך זעה נישט וואס די בושה איז.

רח"ל!!!

א איד האט מקיים געווען מצוות היום, און ער איז אנגעקומען אין ביהמ"ד אביסל פרייליך, און געזינגען ותוסף אסתר אינמיטן הודו??? דאס די בושה???

ער האט זיך צוזינגען ביי שמע קולנו אינמיטן שטילע שמו"ע, מה כל הרעש??? ער האט געוואלט אויסדריקן זיינע געפילן צום בוכ"ע, איז דאס דען א שעם???

א צווייטער האט אויסגעלאזט יעדע שטיקל הויך נאכן בעל תפילה, וואטס דה פראַבלעם??? יעדע וואך וואלט אים די גבאי ארויסגעווארפן, אבער ס'איז פורים אויף דער וועלט, וואס האט ער סך הכל געטאן??? געדאווענט אביסל הויך???

דער עולם וואס האט געהאפקעט ביי לכה דודי??? איך האב געזעהן צוויי אידן טאנצן מיט דמעות שליש פאר קדושות שבת (נישט קיין גוזמא). זיי וואלטן דאס געוואלט טון יעדע וואך, יעצט איז די בושה שטיל געווען, און זיי זענען געווען ביכולת אויסצוגעבן זייערע געגועים.

ביי מיר אין ביהמ"ד האט זיך קיינער נישט אויסגעטון נאקעדיג (חוץ אין מקוה... א עקסטערע קאפיטל), און קיינער האט נישט אנגעצינדן קיין פייער, און כמעט זיכער (איך האב נישט געקענט זעהן אלעס) אז קיינער האט נישט מחלל שבת געווען אפילו א דרבנן.

ס'איז געווען פרייליך און לעבעדיג, א שיינע דאווענען געווען, עטליכע זענען געווען גאר גאר אנגעטרינקן און האבן געשריגן און געטאנצן, אבער וואס פונקטליך איז די פראבלעם??? זיי האבן מקיים געווען א מצווה פון שתיית יין, און נישט עובר געווען קיין שום עבירה.

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 1:48 pm
דורך דריידל
טשאלענט האט געשריבן:

ווענטציך טאקע וואס מ'האט געטון. זענען דא טאקע וואס דארפן זיך נישט שעמען אבער אנדערע דארפן ליידער יא

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 1:55 pm
דורך פאטאקי08
חוח בין השושנים האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'געווען א רחמנות צו קוקן אין פנים שבת צופרי די וואס זענען געווען שיכור ביי קבלת שבת און ארומגערידערט.

כ'האב אויך געהאט די זעלבע רחמנות געפילן אויף זיי, אבער במושכל שני האב איך געטראכט אז זיי געדענקען מעגליך גארנישט און זיי כאפן נישט אז זיי דארפן זיך בכלל שעמען אויף וואס זיי האבן אנגעווירטשאפט... (אויסער די וואס האבן זיך נאר געמאכט, די wannabeez)

ווי איך האב געדאווענט זאגט מיר איינער "די אלע איבערדרייערס דא האבן געטרינקען ווייניגער ווי מיר.. זיי האבן פשוט א תירוץ יעצט צו מעגן איבערדרייען..."

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 4:36 pm
דורך א נייער
קרייסלער האט געשריבן:פאר די אלע ברעכערס: אויב טרונקט מען זיך נישט אן מיט וואסער ברעכט מען און מ'האט קאפוויי

מוז נישט זיין.

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 5:07 pm
דורך Kollel
געדאווענט מערבית נאך זיבענע, געליינט דע מגילה, אויסגעפאסט אויפן קאווע, געגעסן דע סעודה ביים שבר על שבר, (מהאט אפגעבענטשט אום 11ער) דורכגעלערנט בין מגילה למגילה פון תחילת מסכת מגילה ביז אינמיטן דע גמ,' אויף די מגילה, געלערנט אינדערמיט א שטיקל דרשות חת"ס און בנ"י (היי יארר האבעך ליידער אויסגעלאזט דעם אויסזאגן תהילים ביים ציון)..געליינט קקרי"ש כוותיקין, גע'מקוה'ט, געדאווענט אינעם צווייטען מנין, געעהערט דע מגילה, גע'תענית לאביונים'ט, גע'קאווע'ט, געענדיגט ביז סוף ערשטע פרק.. שאלעחמאנעת פאר דע שכנים, געגאנגן צו די רעבעס..צום שיגער, ארויסגעפארן..זיך געוואשן און אנגעהויבן טרינקען בערך 1סע, געטרינקען גאר א גוטע הערצאג וויין (געטרינקען גענוג וואסער..)בין טרינק לטרינק האמיר געליינט דע מגילה פאר די ב"ב, אויך זוכה געווען צו א רוף פונעם מנהל, געגאנגען אין מקוה בערך 430 (מסתם שפעטער) אנגעקומען אהיים צום(?) שקיעה (מפי השמועה..) נעבעך אויפן היטשגעבערס קאר (בי אר עך עך..).. ווייטער, קען זעהן אין אסדר'ס אנדערע תגובה זיין אויספירליכע באריכט ומשם תדרשנו. (איין זאך, אונזעמיר נאכאמאל געגאנגען אין מקוה מיט א אייז קאלטע שויער פאר קבלת שבת און מנחה..)
[האט מיר איינער געזאגט פאר פורים אז ער'ט געפרעגט זיין פאטער (א יוד א דזאמבא ת"ח..) איבער פורס מפה..האטער אים געזאגט אויב עפעס פורס מטה..וואס אגב, דוכצעך דער בנ"י ברענגט אז פורים איז א לשון פון א בעט און עיקר הנס איגעווען והמן נופל על המטה]
און יעך בין זעך מצרף צו ערעב @טשאלענט'ס דעת וועגן זיך שעמען.

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 5:09 pm
דורך פרישע קוגל
ערשטע נאכט געפראוועט ביים שווער מיטן זיידן ווי אלע קוזענס זענען ארויפגעקומען אפנעמן די פורים געלט פון זיידי און משלוח מנות פון באבי, נישט געפעניעט צו לאנג צילוב וואס דער זיידע זאל זיין געזינט האט זיך צוריק געיאגט קיין בארא פארק, נאך די סעודה האב איך באקומען א טעקסט מעססיזש אז די בחורים פון די מאביל וואס גייט פאר די מוסד ווי איך ארבעט טאנצן אויפן דאך און דרייען איבער די שטאט, בינעך ארויסגעפלויגן זיי אויפזוכן און טאקע געטראפן זיי היבש ווילד אבער בכלל נישט אזוי געפערליך ווי דער האט עס אראפגעלייגט, כהאב זיי געבעטן נישט זיך דרייען אויפן דאך פון די מאביל און אביסל שטילער מאכן די מוזיק, שטייצעך זיי האבן מיר גוט אנגעפיפן... א אינגערמאן אזי צוגעקומען צו מיר און געבעטן מען זאל 'שוין' אויסלעשן די מוזיק, כ'האב עם געזאגט אז איך בין נישט קיין משגיח איך טריי נאר מיין בעסט, און איך האב אפגעפיצט פון דארט...
צופרי בינעך געגאנגען דאווענען אין מורטל און געהערט די מגילה פון ר' יששכר גוטמאן, געווען א תעניג רוחני ווי שיין און זיס ער ליינט, אויסגעטיילט א באאאנטש געלט ב''ה, מער וויפל כהאב געמיינט אז ס'גייט גיין, האמער נאכן דאווענען זיך איבערגעסטאקט מיט נאך,
געזאגט אביסל תהילים און אהיימגעגאנגען זיך וואשן פאר די סעודה.
דערנאך ארויס מיט די קינדער צו די באבע'ס ביז געלאנדעט צוויי אזייגער צו די 'גרענד סעודה' ביים זיידן.
אפגעזיצן דארט א האלבע שעה פארלענדענדיג אסאך סאווער פיקלס און פארטיילענדיג דאלארן פאר אלע זיסע קאזינס און נעפיאס.
זענדיג ווי די צייט ווערט פארלענד מיט גארנישט, האבעך מיך אויפגעהויבן פון דארט און אפגעפיצט צו מיין רבי'ס טיש און געטאנצן דארט עד לב השמים, ממש געווען א שמחות פירום וואס איך האב מיך נישט געראכטן אז עס גייט זיין אין אזא צעפלויגענע טאג,
געפראוועט דארט ביז פיר דרייסיג, אריינגעטויבלט אין מקווה, און אהיימגעשפאנט אריינגעווארפן זיך אין בעט מיט א ציבויגענע ריקן.
פינעף אין צוואנציג מינוט נאכן זמן געגאנגען אין שול, דער עולם האט זיך אויפגעפירט טויט נארמאל, געפראוועט א נארמאלע סעודה און זיך געלייגט שלאפן 10:15.

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 5:10 pm
דורך א קליינע וועלט!
ב"ה פאר דעם אז מ'זעמיר דא צוריק מיט אלע גלידער מילעכיג און ניכטער, מיין ערב שבת איז אריבער גאנץ כמעשה אן קיין דיטעילס, איך האב זיך פלעין נישט אנגעטרינקען אבער מוצאי האב איך עס באצאלט מיט אלע מפורשים אז ס'איז געגאנגען רויעכעס!.. איך געדענק יעדעס ווארט וואס איך האב געזאגט און איך בין געווען פולי ביי מיר (ס'איז מיר נאך קיינמאל נישט געלונגען צו פארלירן מיין דעת..) איך האב זיך צוקלאפט אויף ביידע פיס און הענט און מיין לינקע פוס איז אויסגעדרייט, מיינע אלע מוסקלען האלטן זיך אינמיטן צוריק אויפבויען מיט א דאפלטע שטארקייט פון פריער, אבער וועם איך האב אלץ געזאגט מיט די גאנצע הארץ אז איך האב אים ליב.. האט זיך געלוינט פארדעם די גאנצע זאך.. איך מאך נישט קיין דזשאק, און אזויווי איך האב נישט אריינגעטשעקט אין אייוועלט דע גאנצע פורים זאג איך אייך יעצט מיט די גאנצע נשמה שבי! איך האב ענק אלע ליב אהבת נפש! אן קיין גבול!. ווייל די באשעפער האט ענק באשאפן צו ברענגען נאר גוטס אויף די וועלט

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 5:53 pm
דורך קרייסלער
א נייער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:פאר די אלע ברעכערס: אויב טרונקט מען זיך נישט אן מיט וואסער ברעכט מען און מ'האט קאפוויי

מוז נישט זיין.

אויב טרינקט מען נישט וואסער ברעכט מען זיכער

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 5:59 pm
דורך א קליינע וועלט!
קרייסלער האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:פאר די אלע ברעכערס: אויב טרונקט מען זיך נישט אן מיט וואסער ברעכט מען און מ'האט קאפוויי

מוז נישט זיין.

אויב טרינקט מען נישט וואסער ברעכט מען זיכער

פון מיין עקספעריענס האב איך קיינמאל נישט געבראכן חוץ מיין ערשטע פורים וואס איך האב נישט געוויסט אז מען דארף זויפן וואסער אן א אפשטעל,

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 7:37 pm
דורך כאניש וואס צו טון
קרייסלער האט געשריבן:פאר די אלע ברעכערס: אויב טרונקט מען זיך נישט אן מיט וואסער ברעכט מען און מ'האט קאפוויי

די יארן וואס איך האב קיין וואסער געטרונקען, האב איך נישט געבראכן, און דאדורך געשפירט נאכווייען פאר 2 וואכן.
די יארן וואס איך האב יא געגאסן וואסער בין כוס לכוס האבעך במשכ'ן פורים פיין געבראכן און צומארגנס געווען א נארמאלער מענטש.

און פאר די וואס עצה'נען די פארברעכערס נישט צו טרונקען וויל איך וואונטשן א געזונטן ווינטער...
די איינציגסטע חסרון פון ברעכן פורים, איז אויב דאס ענדיגט דיר דעם טאג.
ביי מיר ווען איך ברעך, הייבצעכעס הירשט אן.
די אנגעלייגעכץ פון די קרויט וצונג און וויין לאזט נאך, די אלקהאל אין מוח האלט אבער אן, מ'קען טאנצן מיט א אויסטערלישע קלארקייט!
ווער רעדט נאך אויב מ'איז זוכה אז מ'האט נאך כח ווייטער צו טרונקען...

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 7:41 pm
דורך א קליינע וועלט!
טאקע אינטערסאנט, יעדער איז אנדערש..

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 7:45 pm
דורך Clm
געדאווענט מעריב ביים זמן געהערט די מגילה אין אויסגעפאסט אין שיל, געטראגען דאס הויז געזינט צום שוואגער הערן די מגילה, געהאלפען מיין מאמע פאר א שעה געגאנגען צים שווער פאר די סעודה געטיילט שיינע סכומים צדקה געוועזען באזיכען מיין זיידע אין אהיים שלאפען 1:30 ביינאכט, אויפגעשטאנן 6:00 זיך געגערייט צום דאווענען אין געלערנט מיט מיין חברותה פאר צווי שעה געדאווענט פין 9-11 אודך געטיילט שיינע סכומים צדקה.אהיים געטאן די מיצות היום מ''מ אין מ"ל זיך געוואשען אויף ראפאגאש חלה מיט פיש אין א באטעל נעפא וועילי אינזין געהאט צי בענטשן ביים טאטען געליינט די מגילה אינדערהיים געגאנגען צים טאטען געמאכט קורצע סטאפס אויפען וועג ממשיך געוועזען מיט משתה ושמחה גענדיגט נאך דריי פלעשר ביים טאטען געזינגען אין געשפרינגען ביז בערך דרייע

זיך אויפוועגט 7:00 ציפרי געגאנגען אין מיקוה מעבר סדרה געוועזען אין געגאנגען צי שחרית ב"ה גארנישט קיין הענג אויווער אדער קאפ ווי

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:40 pm
דורך Kollel
Clm האט געשריבן:געדאווענט מעריב ביים זמן געהערט די מגילה אין אויסגעפאסט אין שיל, געטראגען דאס הויז געזינט צום שוואגער הערן די מגילה, געהאלפען מיין מאמע פאר א שעה געגאנגען צים שווער פאר די סעודה געטיילט שיינע סכומים צדקה געוועזען באזיכען מיין זיידע אין אהיים שלאפען 1:30 ביינאכט, אויפגעשטאנן 6:00 זיך געגערייט צום דאווענען אין געלערנט מיט מיין חברותה פאר צווי שעה געדאווענט פין 9-11 אודך געטיילט שיינע סכומים צדקה.אהיים געטאן די מיצות היום מ''מ אין מ"ל זיך געוואשען אויף ראפאגאש חלה מיט פיש אין א באטעל נעפא וועילי אינזין געהאט צי בענטשן ביים טאטען געליינט די מגילה אינדערהיים געגאנגען צים טאטען געמאכט קורצע סטאפס אויפען וועג ממשיך געוועזען מיט משתה ושמחה גענדיגט נאך דריי פלעשר ביים טאטען געזינגען אין געשפרינגען ביז בערך דרייע

זיך אויפוועגט 7:00 ציפרי
געגאנגען אין מיקוה מעבר סדרה געוועזען אין געגאנגען צי שחרית ב"ה גארנישט קיין הענג אויווער אדער קאפ ווי

נאכאמאזעל.
16 שעה?! האסט נאר געטרינקען נעפע?

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:41 pm
דורך Kollel
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:פאר די אלע ברעכערס: אויב טרונקט מען זיך נישט אן מיט וואסער ברעכט מען און מ'האט קאפוויי

די יארן וואס איך האב קיין וואסער געטרונקען, האב איך נישט געבראכן, און דאדורך געשפירט נאכווייען פאר 2 וואכן.
די יארן וואס איך האב יא געגאסן וואסער בין כוס לכוס האבעך במשכ'ן פורים פיין געבראכן און צומארגנס געווען א נארמאלער מענטש.

און פאר די וואס עצה'נען די פארברעכערס נישט צו טרונקען וויל איך וואונטשן א געזונטן ווינטער...
די איינציגסטע חסרון פון ברעכן פורים, איז אויב דאס ענדיגט דיר דעם טאג.
ביי מיר ווען איך ברעך, הייבצעכעס הירשט אן.
(די אנגעלייגעכץ פון די קרויט וצונג און וויין לאזט נאך, די אלקהאל אין מוח האלט אבער אן, מ'קען טאנצן מיט א אויסטערלישע קלארקייט!
ווער רעדט נאך אויב מ'איז זוכה אז מ'האט נאך כח ווייטער צו טרונקען..).

גא"מ להבהרת הדברים הנ"ל.

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:50 pm
דורך Clm
Kollel האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:געדאווענט מעריב ביים זמן געהערט די מגילה אין אויסגעפאסט אין שיל, געטראגען דאס הויז געזינט צום שוואגער הערן די מגילה, געהאלפען מיין מאמע פאר א שעה געגאנגען צים שווער פאר די סעודה געטיילט שיינע סכומים צדקה געוועזען באזיכען מיין זיידע אין אהיים שלאפען 1:30 ביינאכט, אויפגעשטאנן 6:00 זיך געגערייט צום דאווענען אין געלערנט מיט מיין חברותה פאר צווי שעה געדאווענט פין 9-11 אודך געטיילט שיינע סכומים צדקה.אהיים געטאן די מיצות היום מ''מ אין מ"ל זיך געוואשען אויף ראפאגאש חלה מיט פיש אין א באטעל נעפא וועילי אינזין געהאט צי בענטשן ביים טאטען געליינט די מגילה אינדערהיים געגאנגען צים טאטען געמאכט קורצע סטאפס אויפען וועג ממשיך געוועזען מיט משתה ושמחה גענדיגט נאך דריי פלעשר ביים טאטען געזינגען אין געשפרינגען ביז בערך דרייע

זיך אויפוועגט 7:00 ציפרי
געגאנגען אין מיקוה מעבר סדרה געוועזען אין געגאנגען צי שחרית ב"ה גארנישט קיין הענג אויווער אדער קאפ ווי

נאכאמאזעל.
16 שעה?! האסט נאר געטרינקען נעפע?

האב נישט מורא... ביז דריע געדענק איך אוודאי נישט קיין 16 שעה, ניין נישט נאר נעפע אבער יא נאר טריקענע מיט אסאך וואסער

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:54 pm
דורך Kollel
Clm האט געשריבן:

שוין. יעך געדענק זיך נאך אנקומען אין מקוה כוואלט בעשאצט נאך 430 און פון דאן דענקעך נישט :oops:

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:57 pm

די געדענקסט דיר אנקומען אין מיקוה אבער נישט ארויס גיין?? :lol:

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 11:13 pm
דורך וואס טוט זיך
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און פאר די וואס עצה'נען די פארברעכערס נישט צו טרונקען וויל איך וואונטשן א געזונטן ווינטער...
די איינציגסטע חסרון פון ברעכן פורים, איז אויב דאס ענדיגט דיר דעם טאג.
ביי מיר ווען איך ברעך, הייבצעכעס הירשט אן.
די אנגעלייגעכץ פון די קרויט וצונג און וויין לאזט נאך, די אלקהאל אין מוח האלט אבער אן, מ'קען טאנצן מיט א אויסטערלישע קלארקייט!
ווער רעדט נאך אויב מ'איז זוכה אז מ'האט נאך כח ווייטער צו טרונקען...

100%

ס'פילט זיך זייער גוט נאכן ברעכן, מ'געט א שווענק אויס די מויל און מ'איז נייע מענטש!! (פארשטייטזיך דאס איז נאר אויב מ'כאפט זיך פארדעם אז מ'גייט ברעכן, און נישט אויב מ'ברעכט זיך אן אויף די גאנצע גוף)

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 11:18 pm
דורך כאניש וואס צו טון
וואס טוט זיך האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און פאר די וואס עצה'נען די פארברעכערס נישט צו טרונקען וויל איך וואונטשן א געזונטן ווינטער...
די איינציגסטע חסרון פון ברעכן פורים, איז אויב דאס ענדיגט דיר דעם טאג.
ביי מיר ווען איך ברעך, הייבצעכעס הירשט אן.
די אנגעלייגעכץ פון די קרויט וצונג און וויין לאזט נאך, די אלקהאל אין מוח האלט אבער אן, מ'קען טאנצן מיט א אויסטערלישע קלארקייט!
ווער רעדט נאך אויב מ'איז זוכה אז מ'האט נאך כח ווייטער צו טרונקען...

100%

ס'פילט זיך זייער גוט נאכן ברעכן, מ'געט א שווענק אויס די מויל און מ'איז נייע מענטש!! (פארשטייטזיך דאס איז נאר אויב מ'כאפט זיך פארדעם אז מ'גייט ברעכן, און נישט אויב מ'ברעכט זיך אן אויף די גאנצע גוף)

יעיע...
האמער אפי' פארשאפט א שמחת פורים פאר מיין יונגעלע ווען כאבעם ארויסגערופן אין הויף שנעל צו קענען זעהן טאטי ברעכט...
כאבעם געזאגט 'קוק, טאטי גייט אויסטרונקען דעיע קאפ ווין, און נאכדעם גייט טאטי אויסברעכן אלע וויין...'
וכך הוה...

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 11:45 pm
דורך טשאקלעט
איך בין געוואיר געווארן דעי יאר אז א שאויער/מקוה מאכט ניכטער.

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 11:49 pm
דורך זאג א גוטס
טשאלענט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'געווען א רחמנות צו קוקן אין פנים שבת צופרי די וואס זענען געווען שיכור ביי קבלת שבת און ארומגערידערט.

איך האב אויך געדאווענט אין א אידישע ביהמ"ד דעם פרייטאג צונאכטס, און עס זענען אויך געווען אסאך אידן פיין באיאפעצט (גם אני בתוכם, נישט אזוי שטארק, אבער גענוג צו פרייליך מאכן, א דעטאלירטע באריכט וועט נאכפאלגן שפעטער אדער מארגן בל"נ), אבער איך זעה נישט וואס די בושה איז.

וכו' עסו"ד.

נ'אמת'ן קוקט אויס ווי ס'דא אזא בונד ביים ציבור נישט צו דערמאנען איינער דעם צווייטן וואס ער האט געזאגט/געטון פורים...
מ'שמייכלט דעם נעקסטן טאג ווי צו זאגן 'איך ווייס און דו ווייסט - נעקסט'..

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: זונטאג פעברואר 28, 2021 11:52 pm
דורך Amazing
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:פאר די אלע ברעכערס: אויב טרונקט מען זיך נישט אן מיט וואסער ברעכט מען און מ'האט קאפוויי

די יארן וואס איך האב קיין וואסער געטרונקען, האב איך נישט געבראכן, און דאדורך געשפירט נאכווייען פאר 2 וואכן.
די יארן וואס איך האב יא געגאסן וואסער בין כוס לכוס האבעך במשכ'ן פורים פיין געבראכן און צומארגנס געווען א נארמאלער מענטש.

און פאר די וואס עצה'נען די פארברעכערס נישט צו טרונקען וויל איך וואונטשן א געזונטן ווינטער...
די איינציגסטע חסרון פון ברעכן פורים, איז אויב דאס ענדיגט דיר דעם טאג.
ביי מיר ווען איך ברעך, הייבצעכעס הירשט אן.
די אנגעלייגעכץ פון די קרויט וצונג און וויין לאזט נאך, די אלקהאל אין מוח האלט אבער אן, מ'קען טאנצן מיט א אויסטערלישע קלארקייט!
ווער רעדט נאך אויב מ'איז זוכה אז מ'האט נאך כח ווייטער צו טרונקען...

זאלסט מיר מוחל זיין די ערשטע יסוד איז "נישט" טרינקען זיסע וויינען דו שרייבסט פריער אז דו טרינקסט קאנקורט גרעיפ נעטוראל סוויט די גאנצע אויפטו פון נעטוראל איז א חומרא לקידוש, למעשה 'זיסקייט' ווענסט זיך נישט פון וואס ער איז זיס, סוי די נעקסטע מאל פראביר די שמאלע באטליך טרוקענע וויין, מאל אזאך אויב עסט מען זיס קען דאס אויך גורם זיין

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשריבן: מאנטאג מארטש 01, 2021 12:42 am
דורך Kollel
טשאקלעט האט געשריבן:איך בין געוואיר געווארן דעי יאר אז א שאויער/מקוה מאכט ניכטער.

וואויל אידיין חלק. אונז זעמיר געוואויר געווארן פארקערט.