מידיא vs חסידים

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

מיר דארפן נאר טוען וואס די תורה הייסט. מיר דארפן זיך אויפפירן מענטשליך ווייל די תורה הייסט. אבער די תורה הייסט אויכעט צו זיכער מאכן אז די גוים זאלן נישט האבן קיין איבה אויף אונז.

איך האב נישט קיין אהנונג ווי אזוי @בלינצע איז אנגעקומען צו די משכילים אין דייטשלאנד. איך מיין אז דו קומסט אן אנטשולדיגונג פאר @גרשון. קיינער זאגט נישט אז מ'זאל "טוישן" אונזער "אידיש'ליכע" לעבנ'ס שטייגער, און זיך צושטעלן צום גוי. נישט דאס איז דער נושא בכלל.

בכלל כאפ איך נישט די גאנצע לומדות דא. איך אליינס ווער דא פארכאפט אין לומדות... די העיט אין די מידיא האט א דירעקטע השפעה אויף אונזער לעבן ברוחניות ובגשמיות. ס'דארף אונז אינטערעסירן? המממ... לכאורה אויב ס'אינטערעסירט אונז אונזער רוחניות און גשמיות. ס'האט גארנישט מיטן זיין אינטערעסירט אינעם גוי. אבי געזונט אריין. געהאקט אין קאפ.

איז דא עפעס צו טוען דערוועגן? איך גלייב אז יא. כאטש אויף מינימיזירן. איך קען מיר פארשטעלן ווען ס'וואלט נישט געווען די מינדעסטע אקאונטעביליטי אויף די מידיא אויף וואס זיי טוען, וואס ס'וואלט נישט דארט אלץ געשטאנען. איך גלויב אז ס'מאכט סענס אז מ'קען מיט די ריכטיגע אינטערווענירונג היבש מינימייזן די אויסברוכן.

קענען מיר צווילע האבן א השפעה אויפן גוי? יא. כאטש אויף א קליינע פארנעם. פרובירן נישט אנצומאכן קיין איבה. אזוי ווי חז"ל לערנען אונז אומצאליגע מאל. חז"ל לערנען אונז דירעקט זיך צו קימערן מיט א וואס דער גוי זאגט. הזהרו בגוי קטן. וכו'.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ווען די גויים 'העצן' קעגן אונז אז מיר האלטן אפגעטיילט די מענער פון די פרויען, דארפן מיר זיכערמאכן ס'זאל יא זיין אמת
ווען די גויים 'העצן' אז מיר שיקן די קינדער אין פריוואטע סקולס ווי מ'לערנט נישט זייערע טפילות, דארפן מיר זיכערמאכן ס'זאל יא זיין אמת.
וכו'.

אמת. אבער דאס איז נישט זייער ביזנעס ווי אזוי מיר לעבן, און אפילו אויב יא, איז אונז די תורה פארשטייט זיך וויכטיגער. איך רעד ווען זיי העצן אז מיר פירן זיך נישט אויף מענטשליך אא"וו -- זאכן וואס די תורה פארלאנגט פאקטיש פון אונז.

אפי' אויב ס'איז נישט בלויז אונזער פערזענליכער לעבן.
למשל ווען זיי שרייען אז מיר פארשפרייטן א ווירוס מיטן האלטן אפן די חדר, אדער מאכן מנינים.
וכדו'.

ממ"נ, אויף א אופן וואס עס פארשפרייט טאקע איז דאך עס אסור צו טון נישט ווייל דער גוי זאגט אזוי נאר ווייל די תורה הקדושה זאגט אזוי. אויב אבער איז עס באופן הראוי, צ.ב.ש. נאר אזאלכע מיט אנטיבאדי'ס קומען, אדער אז מען גייט מיט (דאפלטע) מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג לויט די אנווייזונגען, מען מאכט נישט קיינע אומנויטיגע פארזאמלונגען האט דאך דער גוי אויך נישט קיין פראבלעם.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ווען די גויים 'העצן' קעגן אונז אז מיר האלטן אפגעטיילט די מענער פון די פרויען, דארפן מיר זיכערמאכן ס'זאל יא זיין אמת
ווען די גויים 'העצן' אז מיר שיקן די קינדער אין פריוואטע סקולס ווי מ'לערנט נישט זייערע טפילות, דארפן מיר זיכערמאכן ס'זאל יא זיין אמת.
וכו'.

;l;p- ;l;p-

נישט שרייען "אנטיסעמיט". נאר זאגן: "אזוי? זאגסטעך זוי גוט. יא, מיר האבן אזא מינע הייליגע תורה און מיר טוען וואס דארט שטייט".
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מחשב האט געשריבן:מיר דארפן נאר טוען וואס די תורה הייסט. מיר דארפן זיך אויפפירן מענטשליך ווייל די תורה הייסט. אבער די תורה הייסט אויכעט צו זיכער מאכן אז די גוים זאלן נישט האבן קיין איבה אויף אונז.

נישט ווען די העצע איז איבער 'אידישקייט' זאכן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פעיק ניוז האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:מיר דארפן נאר טוען וואס די תורה הייסט. מיר דארפן זיך אויפפירן מענטשליך ווייל די תורה הייסט. אבער די תורה הייסט אויכעט צו זיכער מאכן אז די גוים זאלן נישט האבן קיין איבה אויף אונז.

נישט ווען די העצע איז איבער 'אידישקייט' זאכן.

ווענד זיך וויאזוי זיי לערנען אפ אונזער אידישקייט. זיי קענען עס אפלערנען ווי א חיסרון אין מענשליכקייטש. פארוואס זאלן זיי נישט האבן דעם ריכטיגן בליק און עס שעצן?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:מיר דארפן נאר טוען וואס די תורה הייסט. מיר דארפן זיך אויפפירן מענטשליך ווייל די תורה הייסט. אבער די תורה הייסט אויכעט צו זיכער מאכן אז די גוים זאלן נישט האבן קיין איבה אויף אונז.

נישט ווען די העצע איז איבער 'אידישקייט' זאכן.

ווענד זיך וויאזוי זיי לערנען אפ אונזער אידישקייט. זיי קענען עס אפלערנען ווי א חיסרון אין מענשליכקייטש. פארוואס זאלן זיי נישט האבן דעם ריכטיגן בליק און עס שעצן?

יעצט געזען די דוגמא וואס סטאוו האט ציטירט בשם בלינצע בשם וכו'. וואס מיינט די "ריכטיג בליק"? צו מיינט עס זאגן וואס די תורה הייסט 'עכט' אדער לאזט 'עכט' נישט טון, צו מיינט עס זאגן אין אנדערע ווערטער געפעקעדזשטע פאלשע ווערטער, אבי נישט צו זאגן דעם אמת?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובה דורך גרשון »

איך האב פריער ארויסגעטשעקט ווען איך האב איינגעזען אז דער שמועס וועט אין ערגעץ נישט פירן. אבער איך וויל יא שרייבן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ. האפנטליך דרייען זיך דא אויך ערוואקסענע.

השכלה גייט אויף ביידע וועגן. די דייטשע אויפגעקלערטע האבן זיך געזוכט צוצופאסן צום גוי, בעת ווען די רוסישע און פוילישע משכילים, די פארגייער פון די ציונ'יסטן, האבן בועט געווען אין גלות. דאס איז עווענטועל געווען די סיבה צו די אוקריינער פאגראמען און אנדערע צרות.

ווי @מחשב שרייבט, מיר דארפן זיך אייביג פירן על פי תורה. דער דרך התורה איז אלץ געוואויגן און געמאסטן, און רוב מענטשן וועלן ענדערש צופאסן די תורה צו זיך ווי זיך צו דער תורה. איך זע קלאר א חוצפה וואס הערשט ביים יונגן דור (בעיקר אין ניו יארק; אין לאנדאן אדער מאנטרעאל איז עס נישט דא) כלפי די גוים. ניין, דאס איז נישט אונזער מסורה. קיין איין פארצייטישער רב וואלט נישט געלאכט דעם גוי אין פנים, און יעדער מיטליעריגער איד ווייסט אז מ'דארף זיך אויפפירן מענטשליך צווישן נישט-אידן -- וואס ביי זיי הייסט מענטשליכקייט. סאטמארער רבי זי"ע פלעגט גריסן פאליציאנטן אויף דער גאס.

ליידער פארגעסן אסאך פון דער יונגווארג אז מ'איז אין גלות. אויב עפעס קען מען ציען א פאראלעל פון די דייטשע אידן צו די וואס פארזיכערן זיך אזוי שטארק אין דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע, אירע געריכטן, און אונזערע "רעכטן". בערלין אין וואשינגטאן זענען ביידע נישט ירושלים. איך וויל דירעקט נישט אריינגיין אין פרטים, ווייל כמנהג המקום וועט מען זיך ארויפכאפן אויף דעם, אבער ווער ס'וויל פארשטיין, פארשטייט.

און פאר די וואס נעמען זיך כסדר אן פאר'ן כבוד פון כלל ישראל: ווען מ'רעדט צווישן אידן, מעג מען זאגן קאנסטרוקטיוו קריטיק. ס'איז א מעלה -- ס'איז דווקא דאס חשיבות פון אונזער פאלק. דאס איז נישט קיין סעלף העיטינג, נאר אמת'ע ליבשאפט וואס זוכט צו מאכן דעם גוטן פערפעקט. די חסרונות פון דער כינעזער אדער שפאנישער קאמיוניטי קימערן אונז גאנץ ווייניג. אוודאי זענען רוב אידן וואויל און פיין, מ'רעדט פארשטייט זיך צו דעם חלק צו וועמען די קריטיק איז געווענדט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:מיר דארפן נאר טוען וואס די תורה הייסט. מיר דארפן זיך אויפפירן מענטשליך ווייל די תורה הייסט. אבער די תורה הייסט אויכעט צו זיכער מאכן אז די גוים זאלן נישט האבן קיין איבה אויף אונז.

נישט ווען די העצע איז איבער 'אידישקייט' זאכן.

ווענד זיך וויאזוי זיי לערנען אפ אונזער אידישקייט. זיי קענען עס אפלערנען ווי א חיסרון אין מענשליכקייטש. פארוואס זאלן זיי נישט האבן דעם ריכטיגן בליק און עס שעצן?

יעצט געזען די דוגמא וואס סטאוו האט ציטירט בשם בלינצע בשם וכו'. וואס מיינט די "ריכטיג בליק"? צו מיינט עס זאגן וואס די תורה הייסט 'עכט' אדער לאזט 'עכט' נישט טון, צו מיינט עס זאגן אין אנדערע ווערטער געפעקעדזשטע פאלשע ווערטער, אבי נישט צו זאגן דעם אמת?

א גוטע חקירה. ס'ווענדט זיך מסתמא לפי המקום והזמן. אבער אזויפיל איז אמאל זיכער אז ווען ס'איז באמת נישט וואס די תורה זאגט, איז נישט קיין מצוה די גוים זאלן זיך רעגן צוליב דעם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמת. אויב די גאנצע כעס פון דעם גוי קומט פון א טעות, מעג מען אים אודאי אויפקלערן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

גרשון האט געשריבן:איך האב פריער ארויסגעטשעקט ווען איך האב איינגעזען אז דער שמועס וועט אין ערגעץ נישט פירן. אבער איך וויל יא שרייבן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ. האפנטליך דרייען זיך דא אויך ערוואקסענע.

השכלה גייט אויף ביידע וועגן. די דייטשע אויפגעקלערטע האבן זיך געזוכט צוצופאסן צום גוי, בעת ווען די רוסישע און פוילישע משכילים, די פארגייער פון די ציונ'יסטן, האבן בועט געווען אין גלות. דאס איז עווענטועל געווען די סיבה צו די אוקריינער פאגראמען און אנדערע צרות.

ווי @מחשב שרייבט, מיר דארפן זיך אייביג פירן על פי תורה. דער דרך התורה איז אלץ געוואויגן און געמאסטן, און רוב מענטשן וועלן ענדערש צופאסן די תורה צו זיך ווי זיך צו דער תורה. איך זע קלאר א חוצפה וואס הערשט ביים יונגן דור (בעיקר אין ניו יארק; אין לאנדאן אדער מאנטרעאל איז עס נישט דא) כלפי די גוים. ניין, דאס איז נישט אונזער מסורה. קיין איין פארצייטישער רב וואלט נישט געלאכט דעם גוי אין פנים, און יעדער מיטליעריגער איד ווייסט אז מ'דארף זיך אויפפירן מענטשליך צווישן נישט-אידן -- וואס ביי זיי הייסט מענטשליכקייט. סאטמארער רבי זי"ע פלעגט גריסן פאליציאנטן אויף דער גאס.

ליידער פארגעסן אסאך פון דער יונגווארג אז מ'איז אין גלות. אויב עפעס קען מען ציען א פאראלעל פון די דייטשע אידן צו די וואס פארזיכערן זיך אזוי שטארק אין דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע, אירע געריכטן, און אונזערע "רעכטן". בערלין אין וואשינגטאן זענען ביידע נישט ירושלים. איך וויל דירעקט נישט אריינגיין אין פרטים, ווייל כמנהג המקום וועט מען זיך ארויפכאפן אויף דעם, אבער ווער ס'וויל פארשטיין, פארשטייט.

און פאר די וואס נעמען זיך כסדר אן פאר'ן כבוד פון כלל ישראל: ווען מ'רעדט צווישן אידן, מעג מען זאגן קאנסטרוקטיוו קריטיק. ס'איז א מעלה -- ס'איז דווקא דאס חשיבות פון אונזער פאלק. דאס איז נישט קיין סעלף העיטינג, נאר אמת'ע ליבשאפט וואס זוכט צו מאכן דעם גוטן פערפעקט. די חסרונות פון דער כינעזער אדער שפאנישער קאמיוניטי קימערן אונז גאנץ ווייניג. אוודאי זענען רוב אידן וואויל און פיין, מ'רעדט פארשטייט זיך צו דעם חלק צו וועמען די קריטיק איז געווענדט.

בעצם האב איך א שטיקל אפשיי צו דעם גרינעם ;l;p- ווען עס ווערט גענוצט צו אנטשיידן א וויכוח. כאילו דאס אז נאך איינער חוץ דער שרייבער זעלבסט האלט אז ער האט גערעדט צום זאך, מיינט דאס עפעס מער. דא האסטו דאך אבער סתם זיך ארויסגערעדט...

איז נאדיר... ;l;p-
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

פעיק ניוז האט געשריבן:אמת. אויב די גאנצע כעס פון דעם גוי קומט פון א טעות, מעג מען אים אודאי אויפקלערן.

איך בין גראדע באמת מסופק צו מ'איז מחויב צו זאגן פארן גוי דעם גאנצן אמת. איך ווייס אז אונז דארפן מיר זיך נישט שעמען. איך ווייס אז דאס איז נישט קיין חילול השם. איך בין אבער מסופק אלץ איבה. מ'דארף א דעת תורה אויף דעם. איך וואלט באמת אפריציעט מראה מקומות אויף דעם.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מחשב און גרשון זאגן ביידע זייער גוט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מחשב עס איז דא א באקאנטער מהרש"ל אז פארלייקענען הלכות א.ד.ג. פאר א גוי איז א שאלה פון יהרג ואל יעבור, וצע"ג בהלכה והיסטאריע
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מאידך איז באקאנט אז אלע גדולי ישראל האבן געזאגט פאר די גוים אז די גמרא רעדט נאר פון געצנדינער, נישט פון קריסטן (זע צב"ש די וויכוחים פונעם יעב"ץ מיט די פראנקיסטן), אין דער צייט וואס מיר אלע ווייסן אז דאס איז באבע מעשיות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דאס און ענליך האב איך געמיינט צ"ע ב'היסטאריע.

מאידך איז טאקע נישט זיכער אז דאס איז געווען גענצליך באבע מעשיות (פארשטייט זיך אז זיי זענען נישט געווען אזאלכע צדיקים ווי מען מאלט זיי אראפ פאר די אויגן פונעם צענזור, זיי זענען אבער פארט געווען פיל מער מתוקן ווי זייערע פארגייער ווי מער פראגרעס די וועלט האט געמאכט).
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גרשון האט געשריבן:מאידך איז באקאנט אז אלע גדולי ישראל האבן געזאגט פאר די גוים אז די גמרא רעדט נאר פון געצנדינער, נישט פון קריסטן (זע צב"ש די וויכוחים פונעם יעב"ץ מיט די פראנקיסטן), אין דער צייט וואס מיר אלע ווייסן אז דאס איז באבע מעשיות.

באבע מעשיות. אהא. די שפראך 'נישט אמת' 'באבע מעשיות' אויף עפעס וואס גדולי ישראל האבן יא געזאגט - נישט קיין חילוק וואס ס'איז די מציאות - לאזט איבער א אומדערטרעגליכע גערוך.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מחשב האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אמת. אויב די גאנצע כעס פון דעם גוי קומט פון א טעות, מעג מען אים אודאי אויפקלערן.

איך בין גראדע באמת מסופק צו מ'איז מחויב צו זאגן פארן גוי דעם גאנצן אמת. איך ווייס אז אונז דארפן מיר זיך נישט שעמען. איך ווייס אז דאס איז נישט קיין חילול השם. איך בין אבער מסופק אלץ איבה. מ'דארף א דעת תורה אויף דעם. איך וואלט באמת אפריציעט מראה מקומות אויף דעם.

מען האט קיינמאל נישט מתיר געווען צו זאגן ליגנט איבער וואס די תורה הייסט אדער לאזט נישט, משום איבה.

איין זאך קען איך דיר זאגן. ווען א איד זאגט פאר א גוי "איך קען דאס נישט טון, וויבאלד מיין תורה לאזט מיר נישט זיצן נעבן א פרוי" - איך גיי נישט אריין צו מען מעג אדער נישט, איך נעם א דוגמא. באקומט דער גוי נישט קיין שנאה צום איד. פרוביר עס אויס און לאז מיר וויסן ווי אזוי עס איז געווען.

די גאנצע שנאה קומט, ווען מען האט מורא צו זאגן אז עס איז מיין תורה וואס לאזט מיר נישט. אנשטאט דעם קעקעצט מען, איך קען נישט אהער איך קען נישט אהין. דאן מאכט עס אז דער גוי זאל אנקוקן דאס אז דו ווילסט נישט זיצן נעבן א פרעמדע פרוי, כאילו עס איז דיין אייגענע זאך, דאן קוקט ער דיר אן אלס א ביגעט וכדו'. אבער אויב זאגט מען "סיר דאס איז מיין תורה וואס לאזט מיר נישט, איך בין רעליגיעז און איך פאלאו וואס די תורה זאגט מיר", מען קען אפילו מסביר זיין דעם טעם, מען מוז נישט. דאן האט ער דיר נישט פיינט. אדרבה ואדרבה, אויב עפעס וועט ער דיר נאר ארויפקוקן פאר'ן זיך האלטן צו דיין רעליגיע.

@פראגרעמינג האקט גוט
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פראגרעמינג זאגט טאקע ריכטיג אבער פארשטייט זיך מיז זיכער מאכן צי צילייגן אביסל דופי אז די וועלט מאכט פראגרעס ...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:מאידך איז באקאנט אז אלע גדולי ישראל האבן געזאגט פאר די גוים אז די גמרא רעדט נאר פון געצנדינער, נישט פון קריסטן (זע צב"ש די וויכוחים פונעם יעב"ץ מיט די פראנקיסטן), אין דער צייט וואס מיר אלע ווייסן אז דאס איז באבע מעשיות.

באבע מעשיות. אהא. די געמיינע שפראך 'נישט אמת' 'באבע מעשיות' אויף עפעס וואס גדולי ישראל האבן יא געזאגט - נישט קיין חילוק וואס ס'איז די מציאות - לאזט איבער א אומדערטרעגליכע גערוך.

די גדולי ישראל אליין האבן געוואוסט אז ס'איז באבע מעשיות, זיי האבן נאר פארדרייט א קאפ די בישאפן. אויב דו גלייבסט נישט, קוק נאך דעם מקור וואס איך האב געשריבן, ליין דורך די וויכוחים, און זאג דו מיר צי ס'איז באבע מעשיות אדער נישט.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 12:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

.
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מאנטאג מארטש 01, 2021 11:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

sorry for interrupting...

NBC pulls episode of 'Nurses' with anti-Semitic portrayal

https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... mrfpKBreI6
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

Programming האט געשריבן:מחשב עס איז דא א באקאנטער מהרש"ל אז פארלייקענען הלכות א.ד.ג. פאר א גוי איז א שאלה פון יהרג ואל יעבור, וצע"ג בהלכה והיסטאריע

יאפ, ים של שלמה. ווער געדענקט נאך ווען די וועלט האט זיך געשאקעלט מיט דעים. איי, ווי נעמט מען היינט די אמאליגע שערוריה'ס.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

צו א דעליקאטע נושא פאר מיר אריין צו רעדן, עניוועי אויב איז עס די מידיע ווס חסידים נעם איך די זייט פון די חסידים נאו מעטטער וואט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קוקט דא אויס ווי מען קען שוין טוישן קעפל צו חסידים vs חסידים...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מידיא vs חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מטעמים האט געשריבן:צו א דעליקאטע נושא פאר מיר אריין צו רעדן, עניוועי אויב איז עס די מידיע ווס חסידים נעם איך די זייט פון די חסידים נאו מעטטער וואט.

;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”