געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

געוועזן איז עס נעכטן נאכט נאך נאכטמאל (אוודאי א מילכיגע, נאר וואס דען קען מען ערווארטן פון א אידענע אין א פינקע מיטוואך?) און ענדיג איך זעך אזוי נאכפאקן די שיריים (אדער ווי אנדערע רופן עס 'נותר') און איך שפאן פערד און טשאלענט און גיי מיר אויפן יארכע..... יאלא.... א מעריב, א שיעור, א קופקעלע......

איך שפאנציר זיך אזוי אין די וויליאמסבורגע גאסן, די מחשבות לויפן אין קאפ, עס פליט פון אמעריקא גלייך קיין ארץ ישראל, און פון דארט מיט א נאן סטאפ קיין רוסלאנד, און וואס טראכט א איד ווען ער האט א איבעריגע מינוט? גיימיר צוריק אין די ביזנעס אביסל, כקלער אזוי אז טאמער וועט זרח מיר באצאלן די 1.5 וואס ער איז מיר שולדיג און איך וועל עס גראד אינוועסטן ביי שמערלען און ארויסנעמען דערפון דאפלט ריווח און איך וועל עס גלייך אפשיקן קיין אינדיע אויסצוקויפן די קאמפאטישאן, וועל איך אוודאי קענען פארדאפלען די ביזנעס, נישט אזוי?

אזוי שפאציר איך אריין איך ביהמ"ד, דאס קאפ פארזינקען אין מיינע געדאנקען, און איך גיב זיך א כאפ אויף ווען איך הער פון איינע פון די שטיבל'עך ווי איינער שרייט אויס 'מעריב! מעריב!' איך כאפ דאס נשמה מיט מיין הוט און איך וויל אהין גיין, אבער מען דארף צו ערשט אויסטון ס'מאנטל.

אויפן וועג אויסצוטון ס'מאנטל טרעף איך א גרופע חבירים וידידים שמועסן, איך גיב זיך א שטעל צו און לייג צו א ווארט, און איך הייב אן אויסצוטון מיין מאנטל..........

און איך טרעף זיך מיט א זעקל אין די הענט...........

איך גיב א קוק..........

שמער ס'נישט אייזענבערגער א פעמפער שטעקט זיך ארויס.........

די בושות פאנגען אן צו שטייגן ביז די העכסטע שטאפלען...........

די חברים באמערקן אז עפעס ווערט טשאלענט רויט היינט, און איינער רופט זיך אן הויך 'וואס ליגט דארט אינעם גרויסן זעקל?'

און איך טראג אפ פון דארט........

כ'קלער ביי מיר, וויאזוי וואנדערט אריין א גרויסע גארבעדש בעג ביי מיר אין די האנט?

ביז כאפ איך מיר ביים פיס אז מיין בנה ביתך האט פון מיר געבעטן מיט גרויס הכנעה אז ווען איך גיי אראפ צו מעריב זאל איך אוודאי מיט נעמען די גארבעדש, און איך ברוב TV האב איך צוגעשטימט, און איך האב אפשפאצירט האלב וויליאמסבורג מיט א גרויסע גארבעדש זעקל............

רבונא דיונה???? ס'טו איך יעצט???????? אלע מיינע באקאנטע, אלע שדכנים פון שטאט, מיינע אלע צוקנופטיגע מחותנים, אלע מיינע קאסטומערס, און אלע מיינע ארבעטערס שוואגערס, זענען מן הסתם פונקט געשטאנען ביים ווינדאו און מיט געהאלטן ווי טשאלענט שלעפט זיך מיט א גרויסן זעקל, און פון אויבן שטעקט ארויס מיט שטאלץ און פאראדע א...... 'פעמפער'.......

און ס'ענדיגט זיך נישט דא...... איך האב נאך אזוי אריין שפאצירט אין פאפא....... און צו מיין מזל האבן אלע מיינע ידידים געמוזט למען השעמפאו שטיין ביין טיר כדי מיטצוהאלטן דאס?

און וואזשע פונקטליך זאל איך יעצט טון?

זאל איך ארום לויפן נאכאמאל די גאנצע וועג צוויי מאל אן די גארבעדש בעג און אריין קומען אין ביהמ"ד מיט ליידיגע הענט כדי צו איבער צייגן פאר יעדעם אז באמת ממקורי גיי איך נישט מיט קיין גארבעדש בעג?

רח"ל, ווער וועט זיך נאך וועלן משדך זיין מיטן גארבעדש טראק?

איינער שנעל מיט א עצה?

אז נישט מוף איך אוועק.....................................

עד כאן המעשה!

און יעצט טייערע ידיד מיינס, מיט א קליינע הערה'לע קום איך צו דיר!

טאמער האסטו נעכטן מיטגעהאלטן א ענליכע עפיזאד, און דו האסט אויפגעכאפט ווער דאס איז געווען און דו פאנגסט שוין אן צו טאנצן פאר גרויס שמחה אז דו ווייסט שוין ווער טשולי איז. דאן בארואיגט אייך א מינוטקעלע........

לויף נאך נישט צום טעלעפאון באק ווייל סוועט דיר גאנישט העלפן צוליב כמה טעמים.
1) ווייל עס קען זיין אז עס איז נעכטן צוויי מאל געשעהן די זעלבע מעשה.
2) ווייל עס קען זיין אז דו האסט נישט גוט געזעהן ווער די בעל המעשה איז.
3) עס קען זיך גרעניצן מיט גילוי.
4) ווייל די מעשה האט בכלל נישט פאסירט מיט מיר, נאר מיט מיין......... יא Kנאו וואט? איך וועל נישט זאגן און אזוי וועסטו נישט וויסן.........

יעצט קענסטו נאכקוקן דעם מענטש מיט וועם עס האט פאסירט פאר עטליכע טעג, און דערנאך מאכן א חשבון מיט אלע וועמען ער שייכות'ט ארום, און נאר נאכדעם קענסטו צו לויפן צום פאון באק און קוקן וועלכע פון די מענטשן האבן שוין פון לאנג א רויטע שטרעכעלע, און נאכדעם קענסו אויסוועלן וועלכע פון די מענטשן דו וואלסט געטשאסט פאר טשולי, און נאכדעם קענסטו גיין אייננעמען וואס די דאקטאר האט געהייסן און גיין שלאפן..........

האטס מיר אסאך הצלחה, און יישר כח פארן אויסהערן!

יאפ ס׳איז געלעכערט!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

איך האב מיך געטראפן מיט א גארבידזש זאק אין די הענט אינמיטן קבלת שבת!! איך מאך נישט קיין דזשאק! ס'האט מיר געדויערט צו כאפן אז איך ליין נאר א געלעכטערטע פירה פון טשאלי'ס בוים..
איך האב נישט קיין ווערטער! נישטא זיינס גלייכן!!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

:lol: :lol: :lol:

משוגענע...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך בין פשוט רויט געווארן פאר יענעם..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

גוט גוט, האסט מיר דערמאנט דאס
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

בערל קראקאווער האט געשריבן:גוט גוט, האסט מיר דערמאנט דאס

יאפ! ס'איז קאפי פעיסט פון דארט...

איך בין גראדע געווען נייגעריג אויב איינער וועט כאפן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

יוי האסטו מיר געמאכט לאכן איך האלט אין איין טראכטן וואס יענער האט געפילט בשעת'ן זיך טרעפן אזוי אין ביהמ"ד
און יעצט יעדע מאל וואס די רעביצין בעהט מיר צו ארויסטראגן די גארבידזש מאך איך זיכער צו געדענקן עס צו אריינלייגן אין גארבידש האוז.... האסטו מיר געמאכט פרעשור
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

האכאחאחחח!
דערמאנסט מיר ווען ר' הערשל פר"מ זז"ג האט פארציילט אז ער איז געגאנגען פרייטאג אין מקווה, אין איין האנט א זעקל מיט די פרישע וועש לכ' שבת, און אין איין האנט א גארבידש זעקל...

למעשה האט ער מחמת פארטראכטקייט אריינגעווארפן די ווען אין גארבידש...

קומטעראן אין מקווה, קומט ארויס פון בור, און וויל זיך אנטון שבת'דיג... אנשטאט א זאקן, זעהט ער א קארטאפל שאלאכטץ...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

טשאלענט האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:גוט גוט, האסט מיר דערמאנט דאס

יאפ! ס'איז קאפי פעיסט פון דארט...

איך בין גראדע געווען נייגעריג אויב איינער וועט כאפן...


יאפ געכאפט
כ'הא מיך נישט געקענט דערמאנען וואו כ'האבעס אמאל געליינט ...
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:גוט גוט, האסט מיר דערמאנט דאס

יאפ! ס'איז קאפי פעיסט פון דארט...

איך בין גראדע געווען נייגעריג אויב איינער וועט כאפן...


יאפ געכאפט
כ'הא מיך נישט געקענט דערמאנען וואו כ'האבעס אמאל געליינט ...

יע... דער עולם האט א גוטן זכרון
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

מ'זעמער פארגאנגען א גוטן לאך, בשעת'ן ליינען.

דער שרייבער האט א טאלאנט אז עס פילט זיך ווען מ'ליינט עס ווי מ'לעבט אליינס מיט די מעשה, און איך בין רויט געווארן פאר אים..
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דערמאנסט מיר פון דעם חכם...
https://drive.google.com/file/d/1V2OV0L ... BOIxa/view
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

וואס זאלעך דער זאגן טשאלענט? אפילו דיינע אלטע סחורה איז ווערט קעש
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

דערמאנסט מיר פון דעם חכם...
https://drive.google.com/file/d/1V2OV0L ... BOIxa/view

:lol:
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - גארבידש טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

:lol: :lol: :lol:
א טשאלענט וואס נאר טשאלענט קען... נישט קיין ווערטער, בלויז געלעכערטס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”