געלעכערט אדר תשפ"א - וואס מיין ערשטע ביה"ז האט מיר געלערנט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

געלעכערט אדר תשפ"א - וואס מיין ערשטע ביה"ז האט מיר געלערנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום פ. »

ארום סוף זומער זייענדיג אין די גרויסע כיתה ט' האט זיך אנגעפאנגען דאס אריינבליקן אינעם קאלענדער א יעדע שני וחמישי צו זען ווען עס קומט שוין די גרויסע טאג ווען מיר גייען האבן די אזוי מעכטיגע גוטע "בין הזמנים" פונקט ווי אלע גרויסע בחורים... מ'גיימער טשילן! יאוי, קענט וועיט אויף דעי גרויסע טאג.


קודם ס'איז נישט אזוי פשוט כיתה ט' ווי איך זאג, ס'זאג זיך גרינגער ווי איז ס'איז. פאקטיש רעדט מען דא פון א ברייט פארצווייגטע מאיעסטעטישע טעראר גרופע פלאצירט אין איינע פון די הויכע שניי בערג ביים עק פון חדר הויף!


ליסטען, וואס א חילוק פון א זאמדיגן בארג ערגעץ אין אפגאניסטאן צו א שנייעדיגן בארג אין ניו יארק. פון דארט איז ארויסגעגאנגען די שטערקסטע מלחמה אקציעס אקעגן די יונגערע כיתות וואס האבן זיך דערוואגט נישט צו אנערקענען אינעם קעי. טי. עם.... דעי פילינג פון א כיתה ט' בחור שפאצירנדיג אין האל בעת אנדערע קינדער פון יונגערע כיתות שטייען אין דער זייט, טראכטנדיג 'איך בין די זאך דא, די עלטסטע און גרעסטע פיינע נייעס, נישט מעגליך צו ביעטן, המן'ס כבוד איז נאר געוווען א דוגמא! אויב וואלט דיר איינער פון כיתה ט' געזאגט אז ער האט גע'חלומ'ט יענעם זומער עפעס אנדערש א חוץ פון די ארויסגעקוקטע בין הזמנים, זאג אים אז ער ביעט עשו מיט זיינע ליגענטס! נישט מעגליך.


ס'געקומען נענטער צום גרויסן טאג זעמיר אריין אין גראסערי זיך איינהאנדלען אזא ברייטע בוקלעט וואס די גרויסע פראפעסארען פלעגן זיך דרייען מיט אין די ניינציגער יארן, כדי זיך קענען זיך אויסשטעלן א סדר היום אויף בין הזמנים. ח"ו נישט פארפאטשקענען די טייערע צייט. שטייט זיך מ'וועט אוועקלייגן צייט צו העלפן די מאמען - העלפ וואס זי דארף נישט אפילו העסט איר באצאלן - אבער א שטיקל סדר דארף מ'דאך האבן, כדי ס'זאל בלייבן אין זכרון האבן מיר עס אראפגעשריבן.


אלל אויף ע סאדן, זעמיר געווארן פונקטליך אויפ'ן האר.


דאס צעטל ליינט זיך ווי פאלגנד: (נישט געזארגט, ס'איז נישט געווארן איינגעהאלטן קיין כזית!) 7 אינדערפרי שטייען מיר אויף אז מ'זאל קענען כאפן סוף זמן קריאת שמע לויט אלע דיעות. אויב איינער קען ווען מיר יעצט שאפן דאס צעטל האלט איך אז ס'ווערד אסאך געלט, ס'קען מאכן לאכן שווערע טויזענטער מענטשן. אונז האמיר אויסגערעכנט דארט פונקטליך די טריט וויפיל ס'נעמט צו וואקן אין בית מדרש, די מקוה, ש"י טבילות, אויסבלאזן די נאז, באקוקן די אויער, (אדער פארקערט, ס'א מחלוקה) ווי לאנג ס'נעמט זיך צו טענה'ן מיט'ן משמש איבער די צווייטע האנטוך, ווי לאנג ס'נעמט אריינצובאמפן אין א צווייטן און זיך דערנאך אנטשולדיגן. ס'מוז זיין ס'געווען אויסגערעכנט פשוט ווייל ס'געווען טעגליך. זאגן אז ס'איז יענעמס שולד סעיוו איך פאר וויכטיגערס, סאו העמיר עס לאזן אזוי.


עני וועי, 9 איז שחרית. יו נאו וואט, קומט מיט מיט מיר וועט איר זען פונדערנאנט די מעשה. ס'איז געקומען א וואך פאר די בעסטע וואך וואס איך האב מיר נאר געקענט דעמאלטס פארשטעלן, א וואך פון נאר גן עדן, א וואך פול מיט אמת'ע הנאה אזוינס וואס דער גוי קען זיך נישט פארשטעלן. דאס איז אויסגעפאלן אין אנפאנג סוכות. ס'איז נישט געווען קיין נשמה צום וועם צו רעדן, כ'בין געווען אזוי מין העפי, אז ווענט האבן זיך גערוקט... ווי נענטער ס'איז געקומען אלץ ווייניגער האב איך געקענט שלאפן, די לעצטע טאג פון חדר איז דער רבי אדורך גאר וויכטיגע פונקטן וואס א בחור דארף וויסן צו קענען אריינגיין אין ישיבה. וואף! דעי ווארט האט געדונערט אינעם מח, געענדיגט מיט חדר, א פולקאמער ישיבה בחור! יאפ, פון דעי אלע ניגונים מיט ביכער... איך בין עס, יעצט געשעהט עס!


איינע פון די זאכן וואס איז געווען פאר אים זייער וויכטיג אונז אויסצושמועסן איז געווען אז אין ישיבה איז נישטא אזא זאך ווי אויפהייבן די הענט ווען מ'וויל עפעס זאגן!


אז מ'רעדט שוין פון אויפהייבן די הענט, דערמאן איך מיר, אין די כיתה ג' ד' יארן. ווער געדענקט?


רבי, כ'האב א קשיא און א תירוץ!

נו לאמיר הערן.

פארוואס שטייט וידבר? וואס דען זאל שטיין...


ס'געקומען די ערשטע טאג, דעי שמייכל וואס איז געליגן אויסגעשפרייט אויף מיין הארץ קענסטע נישט באקומען נישט ביי לאנגזאם און פעלדמאן און נישט ווען יענער טענה'ט אז מ'וועט נישט זיין סעיף אין זשאו ביידענ'ס אמעריקע.


שוין. אין מקוה האבעך שוין באקומען די ערשטע פראסק ווען כ'האב געהערט א יונגערמאן קרעכצן 'אוי! שוין, דעי בחורים זענען שוין דא….' כ'האב אים דעמאלטס אנגעקוקט ווי א היטלער נומבער 2 'ווער איז דער פאררוקטער יונגערמאן, דער איז אויך געווען אמאל א בחור וואס האט גע'פגר'ט פאר די ברעיק, ער האט אויך געמוזט האבן די בין הזמנים פשוט אויף צו אטעמען, און יעצט שעלט ער! משוגענער!' די גאנצע מקוה האבעך געפילט אזא מאדענע אורח'דיגע פילינג, ס'געווען אזוי האלב ליידיג, אנדערש ווי די געווענליך געפאקטע זעקסע פארטאגס מקוה ווען ס'דריי פערטל איז פול מיט מיין עידזש, זענען יעצט געזעצן אפאר עלטערע יונגעלייט אינעם בור און געמיטלעך ארומגערעדט וועגן אייסעס. לאל... היינט ווייסעך אז זיי האבן גערעדט פון אייסיס, אבער דעמאלטס מיטהאלטענדיג די נייעס נאר דורך די צוריסענע זילבענע ווייער פון די צובראכענע פובליק טעלעפאון אין חדר ווי פאר א קוואדער האבעך געקענט אביסל נאשן קול מבשר (פרעג נישט ווי אין יענע צייטן האבעך געשאלטן אז האלב פון מיין קוואדער גייט פאר זיינע אדווערטייזמענטס) בינעך געווען זעכער זיי רעדן וועלכע אייסקרים צו סערווירען ביים שבת טיש. עניוועי דאס אריינשפאצירן אין בור האצעך געפילט ווי א טשאלנט בונדל אויפ'ן פלאר פון די ארמארי ווען ס'ווערט געפראוועט די כ"א כסלו. נישט די קאראנעדיגע...


פונקטליך 10 מינוט פאר דעם וואס דער צעטל זאגט אז ס'איז ברכות בינעך שוין געווען מסודר מיט א פלאץ, אזויפיל האבעך אויסגערעכנט נעמט מיר צו לייגן תפילין און אפרייבן מיינע הענט, וואס רייבן, יענע צייטן האט מען שיער אונטערגעברענגט די האנט פאר אלע דורות מיט די רייבעריי.. אריינגערעכנט דאס גלייך מאכן די בית'לעך אויפן שיינעם בייטל. נישט לאנג האט אנגהאלטן די מנוחה ביז די סאו לאקי טאטע'ס זענען אנגעקומען. ווי אפגעשמועסט האבן אלע געהאט די זעלבע לחש: מקום קבוע! נאכן פראבירן יעדע פלאץ האבעך ביים ענדע געלאנדעט ביים קארנער ווען יעדער וואס גייט אדורך געט מיר מלקות אדורך דעם רוקן. מיין הארץ פאמפט, כ'האף מ'גייט מיך צושיקן, כ'פגר צוצוגיין. שטייצעך כ'האב געפרעקטיסט וויזוי כ'גיי עס די ערשטע צוויי מאל אפזאגן, אבער מיט'ן האפענונג אז עט די ענד גיי איך אויפגעבן. גראדע די ערשטע טאג האט דער יונגערמאן אויפגעגעבן, האבעך די צווייטע טאג אביסל נאכגעלאזט און ס'אימיר געלונגען! געשטאנען ביים ברעטל! ווער ס'האט איינגערעדט דעי בחורים אז ס'א ענין צו פליען ווייסעך נישט, אבער דעי קדיש איז געווען אויף א ספיד שאין כדוגמתו בכל רחבי תבל. די גרעסטע עקספערטן וואלטן נישט געווען ביכולות צו הערן אפילו וועלכע שפראך ס'ווערט גערעדט. קוקט אויס ווי איינער שטייט דארט מיט א טרעקטער טרעילער און זאגט "איין ווארט איך הער פון דיר ווערסטו איבערגעטראטן שמונה פעמים און דו בלייבסט לעבן…"


פרעג נישט, געהאט אין קאפ עפעס וויכטיגס מיט וואס צו ווערן א פיינע טשיללער איבערנאכט, און ווערן א געהעריגע געסעטעלטע גרויסע בחור וואס האט פלעין בין הזמנים. פיניש, יא. נישט אז כ'קוק עפעס ספעשיל ארויס אויף בין הזמנים. נעע, כ'גענישט קיין האד, ס'מער, ווילסט בין הזמנים? מסכים, העט זיין בין הזמנים.. זעמיר געגאנגען און אפיר געקראצט עפעס א צוקנייטשטע דאלער וואס כ'האב באקומען פון מיין נאנטן חבר אויף מיין בר מצוה, געשפאנט צום ווענדיג מאשין מיט א מאס גאטס ווען פון 6 זייטן געפינען זיך פלאצירט 12 פאר פארוואונדערטע אויגן, וואס איז דער בחור'ל אזוי הונגעריג פאר'ן דאווענען און גייט זיך אפשר דערוואגן צו קויפן א נאשל?! עסן פאר'ן דאווענען פאר'ן בורא כל העולמים? שעם ירחם. אליפז אפילו האט זיך נישט דערוואגט אזא גוי'אישקייט אפצופראווענען. איך לייג אריין דעם דאלער מיטן דעת ארויס צובאקומען 4 רינדעכיגס אנשטאטס. דער מאשין פון זיין זייט שטייט און קוילערט צעך. וואס? ביסט אינגאנצן? מיינסט טאקע איך דארף נישט קיין עקשאן? מיינסט כ'בין געמאכט פון פאטעטא? קען שטיין דא און זיין בארד ווי לייז און זיך דרייען יעדע פאר מינוט ווי א לוזער און ווערן אויפגעשאקעלט ווי א לינזן בוים ווען עפעס ווערט סטאק? נעע. כ'העל מאכן עקשאן. יעצט רוף דעם שמש אז גארנישט קומט נישט און גארנישט גייט נישט. די גאנצע אמעריקאנע עקאנאמיע איז געגאנגען פייפן. שוין געקענט אביסל פארשטיין דעי 08 קראך פון וואס מיינע פעטערס הערן נישט אויף צו רעדן. מיין מוח זאגט מיר, הער דיך איין, דא גייט יעצט ווערן ששון ושמחה ישיגו. משה זוך די שמש. זיכער איז ער אזוי ווי יעדן טאג אין איינע פון די גרעסטע קופקעס דא אין בית המדרש, יעצט די פיצי בחור מיט דיין אויסגעבויגענע רינדעכיגע אויסגעקראכענע הוט און אויסגעריבענע אויסגעוואקסענע קורצע רעקל גיי זאג אים עפעס וועגן א ווענדיג מאשין וואס מאכט צרות ווען ער שטייט ארומגענומען מיט די גרעסטע טשילערס פונעם דור.


למעשה אבער דאס דאללער איז שוין נישט ביי מיר און דאס 4 אזוי ארויסגעקוקטע קוואדערס האבעך אויך נישט, נישט דעי וועלט און נישט יענע וועלט. נאך בזיונות עצימות עד מאוד ועוד האבעך געהאט אין מיין האנט דאס 4 קוואדערס און מיט טאנצעדיגע טריט צוריק אריין אין מיין מנין, ווען איך קען קוים ווארטן אויף דעם מאמענט ווען די איזראעלי גייט אדורך גיין און איך גיי קענען זיין דער גדול בישראל און געבן אזא פליק ארויס א קוואדער און עס אהינשליידערן.


עניוועי, למעשה האצעך עס נישט אויסגעארבעט, ס'עפעס יעדע מאל ווען כ'א געוואלט געבן בינעך עפעס רויט געווארן. אינמיטן שמונה עשרה ווען כ'האב מיר געגעבן אזא פארלאז אויפ'ן תניא און ארויסגעבליקט צום עפענדיגן טיר צווישן איין שטיקל און די אנדערע האט מיין הארץ געדראפט סיסטעם זעענדיג דעם משמש אויפפאנטשן די טיר און אריינפירן אזא באשעפעניש וואס ווען מ'לייגט זיי אויף איינע פון די מענטשליכע אברים ווערט צוזאמגעשטעלט עפעס א מין פילינג וואס א נארמאלע מענטש העט נאר פארשטיין ווען משיח וועט קומען... דיין מאגן טוישט קאלירן, דיין הארץ נעמט א ברעיק, דיינע נירן גייען אויף א יאכט, דיינע קישקעס טאנצן לכה דודי, און דיינע אויגן פארמאכן זיך... אביסל מסביר צו זיין אין אונזער שפראך.. הערינג!! מיין קאפ איז שוין נישטא געווען. וואס הערינג קען טון צו א מענטש האט נישט טיטוס געקענט טון צו זיין פלוג. רויטערהייט זיץ איך דארט און האק הערינג מורא האבנדיג אויפצוהייבן מיינע אויגן צו קוקן ווער אלץ דוכנ'ט אויף מיר. געענדיגט האבעך ווען עפעס א זיידע האט מיר פארטריבן מיט מערדערליכע בושות שרייענדיג אז אין זיינע צייטן איז אזוינס נישט געווען, און ווי ער קען נישט פארשטיין וויאזוי די היינטיגע יונגווארג האבן די מאס עזות ונצח וחוצפה צו לאזן א עלטערע איד שטיין, כ'האב אים געוואלט מסביר זיין אז ווען ער איז ווען אזוי טייט מיט הערינג ווי איך וואלט ער אויך געלאפן אויף אלע 4. אנטלאפן פון דארט בין איך מיט א שבועה אין די האנט אז מער טרעט איך נישט אריין אין דעם בית מדרש.


מיין מאמע, נאך פון פריערדיגן דור, האט געוואלט צייגן גוטסקייט, עפעס האט זי געהערט רעדן נאך ביי אירע פעטערס איבער פת שחרית, ווי גוט ער מאכט סענוויטשעס, נו האט זי געשיקט מיין טאטע גיין קויפן א סענוויטשל פאר איר תכשיט וואס גייט נאך איין טאג אויסוואקסן משה רבינו נומבער 2. מסביר געווען פאר מיין טאטע פראבעבלי אז היינט איז אנדערע צייטן, היינט דארף מען גיין מיט גוטן, היינט דארף מען שיסן לאוו. וואטעווער, איין פראבלעם נאר אז מיין טאטע שטייט אויף גאר פרי און ווי פרי איך בינאר אויפגעשטאנען די ערשטע טאג בין הזמנים האט ער מיר געפעדערט מיט אפאר שעה, ער איז געגאנגען קויפן אן אייער שפייז סענדוויטש 7 צופרי, איך קום אהיים נאך מיין הערינג פארציע צענע און יעפ, זי דערלאנגט מיר דעם אייער שפייז סענדוויטש… סאו קענסטעך פארשטעלן געב פאר איינעם ווען ער איז זאט אויף געשוואלענע הערינג אן אייער שפייז אלט 4 שעה.. ס'האט אויסגעקוקט ווי דער אתרוג פארן ווערן קאמפאוט ערב חמשה עשר.


מאמי, צום זיבעטען מאל אין די לעצטע 20 מינוט, וואס קענעך העלפן, גארנישט. זיכער? המממ, די גרעסטע העלפ העט זיין העסט גיין לערנען און אויסוואקסן א תלמיד חכם. אה יא זיכער, לאמיך זען מיין צעטל, יאפ האמער אויפ'ן ליסט אליין 6 חברותות, א קנאפע 12 שעה וואס איך גיי לערנען יעדן טאג פון דעי אפקאמינג בין הזמנים, דאס א חוץ דעי אלע שעות וואס מ'גייט הארעווען בין הסדרים…


דער נמשל איז: מיט משפחה עסט מען, און פון פלענער האט מען: קוגל!


יאפ ס׳איז געלעכערט!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וואס מיין ערשטע ביה"ז האט מיר געלערנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וואס מיין ערשטע ביה"ז האט מיר געלערנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

שוין געלאכט אין דיין פריווייטע אשכול.
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וואס מיין ערשטע ביה"ז האט מיר געלערנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

:lol: :lol: :lol: :lol:
מתוק מדבש וחלב טאגעדעער!... וואף!!!
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וואס מיין ערשטע ביה"ז האט מיר געלערנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מעכטיג....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וואס מיין ערשטע ביה"ז האט מיר געלערנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

שלום'ל זיסער, איי ביסטו גוט... האסט מיך דערמאנט צייטן...

פיין געלאכט... יישר כח
אוועטאר
הודונאנאש
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 24, 2021 5:39 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וואס מיין ערשטע ביה"ז האט מיר געלערנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודונאנאש »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: כאמזל מיין אפיס איז ליידיג אזוי הערט מען נישט ווי איך פלאץ אויס איינמאל און נאכאמאל
יונגע שטערן
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 03, 2022 5:20 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וואס מיין ערשטע ביה"ז האט מיר געלערנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגע שטערן »

וואף! איינער קען צוריקברענגען דעם שלומ'ן? כ'קעניש אויפהערן לאכן וואס דער האט אלץ צאמגעווארפן...

🤣 👍
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”