געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

בס״ד

וויאזוי א צוזאמטרעף פון בערן און מעקלעך קענען זיין פאטאל אום חודש אדר און אגאנץ יאר פורים


איך בין נישט קיין שרייבער און איך הייס נישט שרייבער, אבער נאך פילע הפצרות און ווארענונגען אז איך זאל גיין נעמען א פענסיל און שארפענער פונעם דערנעבנדיגן ״ניינטי-ניין-סענט״ סטאר און עס נוצן אויף צו אראפדרוקן מיינע פאר צענט, און אראפשמירן מיינע פאר צעמענט, פארן בלוט דורשטיגן עולם וואס לעכצט נאך א גוט ווארט טאג איין טאג אויס.
איז, שטייט דאך שוין פון די פריעדיגע אז אין מסרבין לגדול, און ווי די שפעטערע לייגן צו איז עס א כ''ש פאר אז אין מסרבין לקטן, וואס ווייסט געווענטליך גוט וויאזוי צו מוטשענען ביז מען געבט אים נאך, איז עמער טאקע נעמען דעם אויסגעשארפטן פענסיל מיט א צעטל פון ״ווארד דאקומענט״ און אראפשרייבן דערויף וואס מיין בויך האט צו זאגן.
בלייבט נאר איבער צו ווינטשן: ליינט און ליידטס.
יעצט, היות עס קומט יעצט חודש אדר, א גאר ערנסטער זמן, וועליך טאקע רעדן אביסל מוסר רייד און שטראף ווערטער, און איך האף עס וועט אנקומען צו די ריכטיגע אויערן, און די באטרעפנדע צו וועמען מיינע רייד זענען געוואנדן זאלן טאקע עס אנעמען און עס זאל זיין דברים היוצאים מן החי נכנסים אל המת, ויהא זה שכרי וברוך.
דאן איך וועל אנהייבן מיט׳ן נמשל און נאכדעם זאגן אויף דעם א משל, און דערנאך וועט קומען א מעשה פונעם רבי'ן ז''ל אין בערגן בעלזן, און דערנאך צוריקקומען צום מוסר השכל, און אפשר אויך אריינווארפן א ווערטל צוויי אויב די צייט וועט ערלויבן.
אונז זענען זיך דא צאמגעקומען טויזנטער אידן יראים ושלמים מיט איין מטרה און כולם כאיש אחד...
אקעי, מיר וועלן גלייך צוגיין צום פוינט אן קיין לאנגע הקדמות און מיר וועלן גיין מוחה זיין אויף וואס מען דארף מוחה זיין.
די אמת איז אז ווען עס קומט אדר און מען וויל אביסל אויפלעבן די מצב, איז קומט דער אינגערמאן בערל שמייכעלאוויטש אריין אין בית המדרש אויפגעלייגט אין א גוטע מוד, בערעלע פריידט זיך אז ענדליך קומט שוין דער פרייליכער חודש ווען מען מעג שוין ליגעלי זיין פריילעך און אפציעל ארומשמייכלען...
מען פארקויפט שוין המן טאשן אין די געשעפטן, די שמשים באקומען שוין אריין אלע ערליי וויינען, די בחורים רעדן שוין פון די מאביל'ס און טראק'ס און מען רעגט זיך שוין אויף די מנהלים און משגיחים, אפילו אין בית המדרש ערלויבט מען זיך שוין צו אויפהענגן א משנכנס סיין - אויב מען האט געדענקט עס אראפצונעמען נאך פון פאריאר פורים, הקיצור, די אטמאספערע ווערט אויפגעלאזט און די הערצער ווערן פאראייניגט און א נאסקייט לאזט זיך אראפ, אפפססס... ווי פארפאריך דא... מען מוז נישט אריינרוקן אלע לאזונגען אין איין שורה...
איז צוריק צו אונזער בערעלע, יא, ער קומט טאקע אריין מלא שמחה מיט א שמייכל אויפן פנים פון רעכל צו מעכל אזש זיינע ליפן צורייסן זיך כמעט, יא! דער פרייליכער חודש איז דא, וואס איז נייעס?! ס'לעבעדיג!! בערעלע איז פריילעך ווי א טעדי בער, אדר איז שוין דא!!

אבער אזוי צו להכעיס איז פונקט דאן דארף אים אנטקעגן קומען דער שטענדיג באבלאזענער מעכל דעפרעסטאקאווסקי פון די זילבער סטאר וואס א שמייכל אויף זיין געזיכט זעט מען נישט משמיטה לניטל אז אפילו יאסעלע פון קול מבשר קענעם נישט ארויפברענגען א שמייכל.
און דער מעכל געט א ווארף אזא שארפע שפיזיגע בליק אויף דעם לוסטיגן בערל און אונטער א סעקונדע אין א מילי אויגן בליק ווערט גענצליך פארשוואונדן די גאנצע פרישע שמייכל פון בערל'ס געזיכט, דער בליק פון מיכל האט אים צוגענומען די גאנצע אפעטיט פון זיין פרייליך, זיין גאנצע אויפגעלייגטע מוט איז געגאנגען פארלוירן אין טרעש, און דארט האט זיך געענדיגט די גאנצע שמייכל פון בערל פארן היינטיגן טאג.
אלעס מיט איין אנגעזעצטן פנים און בייזע בליק פון מיכל פונעם זילבער סטאר דארט קעגן איבער עראונד די קארנער.
קודם ווילעך זאגן פאר מעכל אזוי, אויב האסטו מקבל געווען פון דיינע עלטערן און אור עלטערן אז מען מוז זיין ערנסט און אנגעזעצט יעדע מינוט אין טאג און נישט מסיח דעת זיין דערפון קיין סעקונדע, אויב דו ביסט שטרענג מקיים דעם מדרש פליאה ״שויתי ה׳אנזעץ לנגדי תמיד״, דו האלסט עס אויף די שטרענגסטע סטאנדארטן על כשרות הפארזעץ בתכלית.
איז ווילעך דיר דערציילן אבער מיין טייערע פריינט מריחוק מקום (פליז קיפ דיסטענס פראם מי), אז נישט יעדער האט אזא קבלה און מסורה פון זיינע עלטערן און עס איז נישט דא קיין שום מצוה צו ארויפצווינגען דיינע קבלות און ענינים אויף אנדערע נישט דיין גלייכן.
און דו דארפסט פארשטיין אז יעדע משפחה אין כלל ישראל האט זיך זיינע קבלות, און מען טאר נישט מישן!
למשל, געוויסע זענען מקפיד מיט מסירות נפש אז זייער געפילטע פיש זאל מען כאפן פון וואסער דיקא נאר מיט א מייער דערויף און נאר אזוי וועלן זיי עסן זייער פיש אין שבת, אבער אנדערע קרייזן זענען נישט אזוי מקפיד אויף די מייער'ל נאר בעיקר מאכט מען זיכער אז די קאשטעניו זאל זיין פיין פארגעליווערט און טאנצן צום טאקט מיט יעדן שאקל פון טעלער און אנדערש וועלן זיי נישט אנקוקן דעם קאטשעניו ווי גרויס די שבת נאכמיטאג איז נאר, סאו יעדער איינער מיט זיין מנהג און קאפ צאל.
און ווייטער זענען דא אזעלכע וואס פירן זיך פסח שטרענג נישט צו בראקן ביים סדר, אבער ביי געוויסע משפחות פירט מען זיך דוקא יא אנצובראקן אלע קינדער דורכאויס די סדר ווען יעדער באקומט זיין טשאנס דערפאר אבער ביי די ענדע קומט מען אן צו יעדעם.
בקיצור, יעדע משפחה מיט זיינע מנהגים און איש איש יאחז את דרכו מיט ציין און נעגל.

דעריבער זאגיך דיר ר' מעכל אז דו דארפסט זען נישט צו זיין קיין שור הבור ברשות הרבים און דוד דארפסט זען נישט צו אנשטעקן אנדערע מיט דיין געוואלדיגע מצוה פון זיין אנגעזעצט, צווינג נישט ארויף אויף אנדערע דיינע מנהגים און קפידות.
האלט עס טאקע שטארק אן פאר דיך אזויווי מען האט דיך געלערנט און געב עס נישט אויף פאר גיין זשאוק אין די וועלט, אבער געב עס אויך נישט איבער פאר אנדערע.
און איך וויל דיר נאר לאזן וויסן אז דער וויירוס פון אנזעץ איז זייער זייער קעטשי אזש נאך ערגער ווי קאראנע אין די גוטע צייטן! קאראנע גייט נאר ביז זעקס פיס וויבאלד כידוע איז קאראנע גאר א גוטע מאטעמאטיקער און ווייסט פונקטליך ווי זעקס פיס ענדיגט זיך אויפן סענטימעטער, אבער די וויירוס פון אראפגעשלעפט און אנגעזעצט קען נישט אזוי גוט רעכענען און ער גייט אריבער ביז ווי ווייט די אויגן גייען נאר! אזוי האט שוין אויפגעוויזן אלבערט איינשטיין אין א אנקעטע גענומען אינטער הערמעטיש פארשלאסענע טירן אויף אכט טויזענט מענטשן אין לויף פון פערצן יאר אויף אכציג אנדערע סטרעינס דערפון, און אזוי זאגן אלע סייענטיסטן און אנארכיסטן אין די לעצטע דריי הונדערט יאר ענד אפ.

סאו בעטיך דיר, לאז אנדערע זיין פריילעך און אויפגעלייגט, קוק נישט אן יעדער וואס רעדט אין בית המדרש מיט א שמייכל און מאכט אביסל ווערטלעך ווי ער איז ווען א דעליווערי גוי אדער א צורידערטע פרעזידענט פון די גאס.
ניין! ער איז זייער א נארמאלע אינגערמאן, נאר ער איז פריילעך און ער איז מקיים די אנדערע פסוק עבדו את ה' בשמחה. ער איז פלעין פריילעך און ער גייט אן אין לעבן מיט א שמחה.

און יעצט צו דיך בערל ווילעך זאגן, לאז דיך נישט פון די אלע אנזעצער'ס, שרעק דיך נישט פון די אלע שטרענגע בליקן, אדר און א גאנץ יאר צוגלייך מעגסטו און זאלסט זיך ארומדרייען מיט א שמייכל און זיכער מאכן צו אנשטעקן אנדערע דערמיט ווי מער.
און איך וויל דיר ר' בערל דערציילן א סוד פון די אנדערע זייט מטבע (קיין שייכות מיט די צענט וואס איך ווארף דא אריין) און איך וויל דיר ארויסגעבן אינסייד אינפארמעישן פון די צווייטע זייט טיש (קיין שייכות מיט די געפילטע פיש פון וואס מען האט פריער גערעדט):
אז ווען דו דערציילסט געשמאקע ווערטלעך אין בית המדרש און דו רעדסט נאר צו דיין חבר, זענען פארהאן נאך צענדליגע אויערן ארום וואס הערן דיך אויס שטילערהייט, נאר וואס דען, נו... ס'פאסט נישט צו אויסהערן סתם ווערלטעך, סאו מען פרובירט שטארק צו באהאלטן אז מען הערט דיך אויס און מען האט הנאה, אבער איי העיוו ניוס טו טעלל יו אז מערערע אנגעשפיצטע אויערן זענען פארהאן ארום דיך וואס הערן דיך אויס מיט נייגער און ווארטן צו הערן א גוט ווארט פון דיר וואס זאל ביי זיי ארויפברענגען א שמייכל.

און דארפסט נישט מיר גלייבן אויפן ווארט, נאר אויב דו וועסט גוט קוקן וועסטו זיך אליין איבערצייגן אז איך בין גערעכט.
קוק דיך נאר ארום מיט א געניט אויג וועסטו באמערקן אז פונקט ווען דו רעדסט אין קאווע שטובל נעמען זיך מענטשן ארום דיר טרינקען די קאווע מער פאמעליך און געלאסן, און ווען דו רעדסט אין מקוה וועסטו באמערקן אז די אידן אין בור פארזוימען זיך פלוצלינג פיל לענגער ווי געווענטליך בשעת'ן זיך דרייען די נאסע פיאות, און פאר די אנדערע אינדרויסן נעמט עס פלוצלינג פיל לענגער צו אנטון די זאקן און צובינדן די שיך בענדלעך, און ווי די סטאטיסטיקס און פישסטיקס צייגן איז אלעס נאר ווייל מען וויל דיך אויסהערן וואס דו האסט צו זאגן און קענען דורכדעם געבן א גוטן שמייכל און אויפהייבן די געמוט פארן טאג.

סאו בערעלע, קיפ איט אפ יור גוד ווארק, דריי דיך ארום מיט א שמייכל, גריס דעם עולם מיט א פרישקייט, מאך ווערטלעך און דערצייל מעשיות און שרעק דיך נישט פון די פאר בורות ברשות הרבים וואס קומען מיט זייער אנזעץ און קוקן מיט בייזע בליקן אויף דעיע וואס זענען פריילעך און רעדן בטעות צו הויעך פאר זייער פיצי מח...
געדענק אז פאר יעדע מענטש וואס שיקט דיר בייזע בליקן, זענען דא קעגן אים צענדליגע אנדערע וואס ווארטן שטילערהייט ביהיינד די סיענס צו הערן דיינע ווערטלעך און זען דיין פרישקייט...

און צו דיר ר' מיכל ווילעך נאר זאגן איין זאך פאר איך ענדיג;
ווען די שיך דריקט קויפט מען א נייע און ווען די פאסיק דריקט גייט מען אויף דייעט, ודי בזה.

סאו דאס איז געווען די נמשל, און יעצט צום משל;
ס'אמאל געווען א בן אחר בן פון א בן מלך וואס האט זיך פארזינדיגט פאר זיין ענגליש טיטשער און ער איז געווארן פארטריבן און פארוואגעלט אין א ווייטע מדבר אין דובאי צווישן מאלס און פייוו סטאר האטעל'ס, און ער האט זייער הנאה געהאט און דארט געבליבן כל ימי חייו...


יאפ ס׳איז געלעכערט!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ס׳מערסעטע האט מיר געכאפט דיין משל לסיומא:
און ער האט זייער הנאה געהאט און דארט געבליבן כל ימי חייו...
ביסט לעכטיג!!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

וואס איז די נמשל?
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

אט אזוי!

יישר כח @חבקוק פאר'ן מגלה זיין דעם אמת, דער עולם זאל נישט נאכגעשלעפט ווערן פון מעכל'ען,
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פיין געזאגט!

שמייכלט און שטעקט אן אנדערע מיט אייערע שמייכל!

שמח"ה איז גימטריא קאראנ"א...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

פיין געזאגט!

שמייכלט און שטעקט אן אנדערע מיט אייערע שמייכל!

שמח"ה איז גימטריא קאראנ"א...

צו שמח"ה איז בגימטריא קאראנ"ע ווייסעך נישט, וועל מיר לאזן די רעכענערס מאכן דעם בואו חשבון.
אבער דאס אז שמח"ה איז בגימטריא חבקו"ק איז ביי מיר ברור כשמש.. איך דארף עס אפילו נישט אויסרעכענען, איך זעה עס בחוש ובהקיץ בכל עת מצוא, ס'קען אפילו נישט זיין א צווייטע גימטריא... וויפיל שמחה דער חבקוקו ברענגט ארויף אויף אידנ'ס לעפצן...


(אויב שטימט עס טאקע נישט, לייג צו א פאר פון זיינע סמייליס עס צו משלים זיין, ער האט דערפון בשפע גדול...)
---
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

חבקוק!!!!! גוטע פיינע נייעס... מעכטיג דער ר'בערל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בשבילי נברא האט געשריבן:אבער דאס אז שמח"ה איז בגימטריא חבקו"ק איז ביי מיר ברור כשמש.. איך דארף עס אפילו נישט אויסרעכענען, איך זעה עס בחוש ובהקיץ בכל עת מצוא, ס'קען אפילו נישט זיין א צווייטע גימטריא... וויפיל שמחה דער חבקוקו ברענגט ארויף אויף אידנ'ס לעפצן...


(אויב שטימט עס טאקע נישט, לייג צו א פאר פון זיינע סמייליס עס צו משלים זיין, ער האט דערפון בשפע גדול...)

חבקו"ק = אייוועל"ט, איז גימטריא שמח"ה (מיט די אותיות והכול"ל)

אע"ג דאיהי לא חזי, מזלייהו חזי...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

כהאב שטארק הנאה געהאט
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

חבקוק האט געשריבן:און דער מעכל געט א ווארף אזא שארפע שפיזיגע בליק אויף דעם לוסטיגן בערל און אונטער א סעקונדע אין א מילי אויגן בליק ווערט גענצליך פארשוואונדן די גאנצע פרישע שמייכל פון בערל'ס געזיכט, דער בליק פון מיכל האט אים צוגענומען די גאנצע אפעטיט פון זיין פרייליך, זיין גאנצע אויפגעלייגטע מוט איז געגאנגען פארלוירן אין טרעש, און דארט האט זיך געענדיגט די גאנצע שמייכל פון בערל פארן היינטיגן טאג.
אלעס מיט איין אנגעזעצטן פנים און בייזע בליק פון מיכל פונעם זילבער סטאר דארט קעגן איבער עראונד די קארנער

כווייסניש וואס כטו מידיר!.....

-----------

:lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
קרעזי איסניש סווערטל! באכעסט!...
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:

א קנאק פון א ארטיקל, צו לאכן און צו.. וראויים הדברים למי שכתבם! א ניק וואס ברענגט ארויף שמייכלען אויף אידישע לעפצן דורכן זעהן חבקוק'ס פנים בלויז!!

ערנסט געשריבן, אבער מיט א שמייכלדיגע געשמירעכטס כמנהג חבקוק, און די מוסר השכל דארף מען שטייצעך מיטנעמען אויף א גאנץ יאר פריילעך!

און די אויספיהר ריבוש"ע! די נמשל איז דאך אזוי געוואלדיג!! מיינע האר פונעם ביבער היט זענען געלעכערט געווארן.

ישר כוח!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - שמייסט עדיטאריעל: בערל און מעכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

דער האט אזוי געשמיסן דעם עדיטאריעל אז ס'האט געלעכערט דעם גאנצן קונטרס ביזן לעצטן דף..

גאר גאר פיין געשריבן, צום לאכן און צום טראכטן, א פיינע פוינט, און גוט צוניץ געקומען דעם שבת ווען די קארני דשאוקס האבן געפלאסן פון די בערן, ווי וואסער אויף ר' עקיבא'ס שטיין, קוים שאפענדיג א קליין געלעכערטס... און איך האב פאר יעדן געגעבן א גוטמוטיגן שמייכל האלטענדיג דיין ארטיקל פאר די אויגן נישט וועלנדיג אויסזעהן ווי מעכל'ן...

יישר כח!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”