טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 15, 2021 1:49 am

אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א פיצינקע 'אישי' פון "סטאוו יא פיטא" אונטער'ן קעפל "שבת שמות תשפ"א אין מעזשיביז!!", דערונטער האט ער געשריבן אז פרייטאג, כ"ד טבת, וועט מען זיין אין האדיטש אויפ'ן יארצייט פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע.

עס האט זיך אנגעהויבן א געווירבלעכץ פון געוויסע ניקים וואס קענען זיך איינער מיט'ן אנדערן, און "ארחיקה נדד" איז אריינגעקומען מיט א דערקלערונג אז אויב מען מאכט עס מיט איין וואך שפעטער, איז ער 'אין' - ווי דער באקאנטער לחש הידוע ליודעים.

נו, צוויי אידן = דריי דיעות... האט "סטאוו יא פיטא" גע'טענה'ט אז אפשטופן די נסיעה מיט א וואך, מאכט אז ער זאל נישט קענען מיטהאלטן. דערצו, טענה'ט ער, האט נישט קיין זין צו פארן סתם אזוי אינמיטן יאר, מ'דארף האבן עפעס א יארצייט טאג.

אויף דעם האט גראדע איינער צוריקגעשלאגן אז די יארצייטן פון ר"ר זושא זי"ע און ר' משה לייב סאסובער געפאלן אויס אנהייב חודש שבט.

גייט נישט דורך מער ווי אפאר טעג, און דער איניציאטאר מעלדט א קענסעלאציע צוליב דער וועטער.

דער דאיען קומט אריין אינעם שמועס און מעלדט מיט פאטאס איבער פלענער צו זיין "שבת יתרו" אין מעזיבוז.

"ארחיקה נדד" האפט צו קענען באזוכן אויך קראקא און צאנז בחדא מחתא, אבער דער עולם טענה'ט אז פוילן איז מער ווייניגער פארמאכט דיזע טעג צוליב די קאראנע ווירוס, און בלויז אוקריינע האלט אפן אירע גרעניצן פאר יעדן יוצא ונכנס.

די פלענער האבן זיך אנגעהויבן ווארפן ווי א טאבע פון שבת שמות צו שבת בא, און אפשר גאר וארא, כמעט געלאנדעט אויף שבת שירה ביים הייליגן בעל שם, און דאן האבן מיר געגרינדעט דעם אשכול viewtopic.php?p=2558146#p2558146 צו דערשנאפן דעם דעת הציבור און זען אויב דער אלגעמיינער ציבור איז אינטערעסירט אין אזא סארט אוואנטורע.

און נאך אינעם זעלבן מעת לעת האב איך באקומען ערנסטע אנבאטן אין 'אישי' פון חשוב'ע ניקים וואס וואלטן זיך געוואלט זען אויף אזא נסיעה'לע.

אלע וואס האבן זיך געמאלדן צו מיר, האב איך זיי געוויזן דעם וועג צו "ארחיקה נדד", וועמען מ'האט אויפגענומען אלס עסקן ראשי פון די וועד המסדר הנסיעה (אוי איז דאס געווען א געלונגענע באשלוס!)

עס האבן זיך אנגעהויבן יאווען פארלאנגען פון אלע זייטן, טייל האבן פארגעשלאגן צו נעמען א געלט שותפות אין אויסטויש פאר הזכרות. שיער איז איין מיטגליד באצאלט געווארן דעם גאנצן נסיעה דורך א ספאנסער, נאר דער ערשטער האט אין די לעצטע מינוט געמוזט אפרופן זיינע פלענער צוליב פאמיליע אנגעלעגנהייטן.

צו 'בוקן' טיקעטס האט מען אויפגענומען א היימישן אייוועלטניק, א מומחה אין דעם מקצוע, און ער האט זיך גענומען ביכלען טיקעטס רעכטס און לינקס פאר אלע חשוב'ע משתתפים. מ'האט באשטימט ארויסצופארן פון נוארק לופטפעלד מיטוואך אווענט (6:10) און צוריקזיין אין נוארק אויף זונטאג אווענט (ארום 7:00).

המשך יבא אי"ה
(כ'האב געמוזט אנהייבן מיט א שטיקל איינטראגע, צו האבן א שיעבוד צו באשרייבן די זעלטענע נסיעה)
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך Bissli » מאנטאג פאברואר 15, 2021 7:05 am

כ’הייב שוין באמת אן צו טראכטן אז איך גיי מיר נאך איין טאג איינרעדן אז עס איז געווען א נסיעה.

אבער פאר נאך א געשמאקע שמועס פונעם מנהל איז עס זיכער ווערט
רק בדם תהי’ לנו ישיבות
viewtopic.php?f=3&t=45537&p=2626677#p2626677

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג פאברואר 15, 2021 7:13 am

א קלייננ טריט פאר די גרויסע וועלט...ווארט מיר מיט שפאנונג פאר א זאפטיגע באריכט עטליעסט ווי די יום כיפור תפיסה באריכט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג פאברואר 15, 2021 4:52 pm

לאכן לאכט דער וואס פארציילט א מ....

קיינער דארף נישט גלייבן, מיר ווילן הערן א אויספירליכע באריכט
מיטפארן אויף באנען עראפלאנען, וויינען אויף מקום מנוחות רבותינו, שלאפן און האטעלן, זיך טובל זיין אין די קוואלן,
בקיצור די גאנצע נסיעה מיט אלע דעטאלן
פיאכעלה...

א יישר כח @ לכאורה
דא שרייבט מען אונטער די ראשעקאל פעטעיטעטיציע

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג פאברואר 15, 2021 8:40 pm

ייש"כ חורי, ווארטן מיר אויפ'ן המשך.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך דריידל » מאנטאג פאברואר 15, 2021 8:48 pm

עמיר ווארטן אויף מארגן פאר'ן המשך. פון אינטער די קוליסן הערט מען אז לכאורה האט אנגעשטעלט אן אויטאמאטישע דאונלאוד וואס וועט סעיוון די היינט נאכטיגע באריכטן פון שר החלומות.

אבער הו קעירס, זאל עס נאר זיין אינטערעסאנט צו ליינען און פון די הקדמה קוקט טאקע אויס אז ס'קומט א גוטס

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג פאברואר 15, 2021 9:05 pm

מיר ווארטן מיט שפאנונג פאר די המשך

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3929
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג פאברואר 15, 2021 9:06 pm

דא ווער עס מיינט אז ארטיקלן שארצן זיך ארויס פון ארבעל, אפי' אן עכטע נסיעה איז שווער אראפצולייגן, כ"ש ....
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

אוועטאר
אלטער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך אלטער » מאנטאג פאברואר 15, 2021 9:18 pm

געוואלדיג לכאורה!

אז כ'האב מיך נישט געקענט באטייליגן, זאל איך כאטש הערן דעם קלארן באריכט פון דיר!
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג פאברואר 15, 2021 9:51 pm

יישר כח פאר די הקדמה, הערליך שיין! קוק מיר ארויס אויף די קומענדיגע קאפיטלען.

(כ'האב שוין מורא געהאט אז צוליב די קאנספיראציעס ארום דער נסיעה וועט לכאורה'ס טאגבוך נישט ארויפגעשטעלט ווערן אין פובליק...)

אוועטאר
פאיכלה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:21 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך פאיכלה » מאנטאג פאברואר 15, 2021 9:56 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:לאכן לאכט דער וואס פארציילט א מ....

קיינער דארף נישט גלייבן, מיר ווילן הערן א אויספירליכע באריכט
מיטפארן אויף באנען עראפלאנען, וויינען אויף מקום מנוחות רבותינו, שלאפן און האטעלן, זיך טובל זיין אין די קוואלן,
בקיצור די גאנצע נסיעה מיט אלע דעטאלן
פיאכעלה...

א יישר כח @ לכאורה

כ'זעה אז דו האסט עס שוין ארויס... מיר זענען געפארן אויף א באן, אויף עריפלאנען, געשלאפן אין א האטעל אין מעזשעביזש, ביי געוויסע ציונים איז געווען אזא התעוררת אזש מ'האט געוויינט, ביים בעל שם הקדוש בינעך געווען מוצאי שבת א לענגערע צייט און זיך אויסגעוויינט פאר צרות ישראל, זאל דער אייבישטער העלפן אז מ'זאל מיר האבן אויסגעפוילט אלעס גוטס און די גאולה השלימה.

ערב שבת בינעך געפארן מיט "פאיכלה" (אפשר איז עס געווען א אנדערע קאר סערוויס?) מיט נאך א חשובע ניק צום מעין הבעל שם. דארט זעמער געווען בערך 10 מינוט גענומען בילדער און פאיכלה, די קוואל איז אייז קאלט סאו האמיר זיך נישט געטובלט דעראין. פון דארט זעמער צוגעפארן צום מארק ווי כ'האב געקויפט א לעמענזין קאר פאר מיין צדיק'ל מיט נאך אפאר טויס. פון דארט זעמער צוריק געפארן צום האטעל.

אוועטאר
פאיכלה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:21 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך פאיכלה » מאנטאג פאברואר 15, 2021 10:02 pm

.
צוגעלייגטע
SmartSelect_20210215-215854_Gallery.jpg
SmartSelect_20210215-215854_Gallery.jpg (250.66 KiB) געזעהן 1981 מאל
SmartSelect_20210215-215952_Gallery.jpg
SmartSelect_20210215-215952_Gallery.jpg (725.5 KiB) געזעהן 1981 מאל
SmartSelect_20210215-220046_Gallery.jpg
SmartSelect_20210215-220046_Gallery.jpg (216.46 KiB) געזעהן 1981 מאל

אוועטאר
פאיכלה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:21 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך פאיכלה » מאנטאג פאברואר 15, 2021 10:18 pm

שבת זענען מיר געשלאפן אין א האטעל אינעם שטאט ווי דער הייליגער בעל שם טוב האט געפירט זיין געמיינדע. אויף די ערד אונטער מיין בעט איז אפשר די בעל שם אמאל געשטאנען דארט, אדער דער הייליגער דגל, אדער ר'דוד לייקוס גאר, און אפשר די אפטער רב. וואס איז זיכער איז זיכער אז שבת צופרי האבעך געזאגט אביסל תהלים אינעם קליינעם צימער ווי די אפטע רב האט געדאווענט די לעצטע 10 יאר פון זיין לעבן.
צוגעלייגטע
SmartSelect_20210215-221218_Gallery.jpg
SmartSelect_20210215-221218_Gallery.jpg (745.92 KiB) געזעהן 1949 מאל
SmartSelect_20210215-221242_Gallery.jpg
SmartSelect_20210215-221242_Gallery.jpg (330.54 KiB) געזעהן 1949 מאל

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג פאברואר 15, 2021 10:41 pm

און וואס טוט זיך מיט א רוסישע קוטשמע, האסטעך אויך איינגעהאנדעלט ?
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג פאברואר 15, 2021 10:44 pm

שפאצירענדיג אויף די שמאלע שטיינערע געסל אין מעזיבוז אויפן וועג צום בעל שם טוב'ס שוהל האט מיר א ציטער אנגעכאפט

אט אט אויף דעם זעלבן שטראז האט די חברייא קדישא איבער געשמועסט די תורה וואס דע הייליגע בעל שם האט היינט געזאגט

דא האבן קיין מענטשען שפאצירט, נאר קדושי ושרפי מעלה
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

Haklal
שר האלף
תגובות: 1930
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך Haklal » מאנטאג פאברואר 15, 2021 10:53 pm

פאיכלה האט געשריבן:.

דעס איז נישט די מקוה אין בנין נעבן די אוהל, ריכטיג?

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך אידישע מוח » מאנטאג פאברואר 15, 2021 11:30 pm

זאלט עטץ אלע האבן געפויעלט אלעס גוטס
מיר ווארטן מיט שפאנונג פארן פולע באריכט

אוועטאר
פאיכלה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:21 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך פאיכלה » דינסטאג פאברואר 16, 2021 5:08 am

קרייסלער האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט א רוסישע קוטשמע, האסטעך אויך איינגעהאנדעלט ?

מיט עטליכע יאר צוריק האבעך מיר געקויפט אזאקוטשמע און איינער האט מיר מעורר געווען אז ס'איז שאטנז, האביך עס געשיקט צום לעב און יעפ. זייט דעמאלס שטיי איך ווייט דערפון

אוועטאר
פאיכלה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:21 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך פאיכלה » דינסטאג פאברואר 16, 2021 5:09 am

Haklal האט געשריבן:
פאיכלה האט געשריבן:.

דעס איז נישט די מקוה אין בנין נעבן די אוהל, ריכטיג?

ריכטיג. ס'איז א10 מינוט אוועק פון יענע מקוה

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג פאברואר 16, 2021 7:46 am

פאיכלה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט א רוסישע קוטשמע, האסטעך אויך איינגעהאנדעלט ?

מיט עטליכע יאר צוריק האבעך מיר געקויפט אזאקוטשמע און איינער האט מיר מעורר געווען אז ס'איז שאטנז, האביך עס געשיקט צום לעב און יעפ. זייט דעמאלס שטיי איך ווייט דערפון


איינער האט מיר אויך מעורר געווען דערוועגן, ער האט געהאט צוויי ערליי קוטשמעס און נאר איינס איז געווען שעטנז
די וועג צו וויסן איז מ'זאל עפענען די סיעם פון אינעווייניג, אויב ס'איז אנגעפילט מיט קליינע שטיקלעך סחורה איז עס ווארשיינליך שעטנז, אויב ס'האט א ליינער פון א דינע ספאנזש איז עס בפשטות נישט קיין שעטנז

אבער יעדער זאל זיך אליינס בודק זיין ביי א שעטנז לעב
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג פאברואר 16, 2021 11:55 am

כאורה איך ווארט מיט שפאנונג פאר די איבריגע! קיפ איט אפ!!

און פאר די קלוגע ניקס וואס מיינען אז מ'טראבט שפאס דא, וויל איך ענק אנפלעקן אז די נסיעה איז אמת ויציב
נעע דאס איז נישט גענוג יוניק, איך ברויך עפעס בעסער...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:25 pm

יישר כח אלע באדאנקער, גלייבט מיר אז איך וויל שרייבן דעם טאגבוך מער ווי איר ווילט עס ליינען

אבער איך בין שרעקליך פארנומען מיט די ארבעט, און אויך איז דא א שטיקל טעכנישע אישו וואס איך האלט אינמיטן אויסארבעטן מיט די רייזנדע (נישט אלע ווילן ארויסגעבן די ניקס וואס זענען געפארן, דארף איך לויט דעם אויסרעכענען וואס און וויאזוי צו שרייבן)
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
קו הישר
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך קו הישר » דינסטאג פאברואר 16, 2021 1:25 pm

נוץ פלעיסהאלדערס - פיקטיווע ניק נעמען. אזוי זאל די באריכט שטומען און אין קעיס איינער וועט זיך וועלן אנדענטיפיצרן דאון די ליין וועסטו קענען צוריק קומען און מעלדן ווער עס איז עכט.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 26808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 16, 2021 1:53 pm

או הא, דער עולם קומט אריין מיט די טאגביכער, אפשר וועל איך אויך אנקומען צו עפעס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג פאברואר 16, 2021 8:49 pm

גיימיר ווייטער בס"ד

מיין ידיד ר' ארחיקה נדד האט מיר איין זונטאג פארטאגס געשריבן אין 'הענגאוט' כהאי לישנא: "אפשר כאפ מיר זיך אריבער קיין איירופע?"

מיין מושכל ראשון ענטפער איז געקומען אפאר שעה דערויף: "אמממ אמממ - זיצן מיט א מאסקע אכט שעה?‎"

ארחיקה וואונדערט זיך: "דאס [-איז] דיין איינציגסטע אישו?‎"

מיין ענטפער: "די ווערטער האבן זיך די ערשטע ארויסגעשארט..."

און איך לייג צו: "איך בין דאך א מגיה פאר ..., כ'האב כמעט יעדן טאג פרישע סחורה מגיה צו זיין, כ'גלייב נישט כ'קען אוועקפארן דערפון"

ארחיקה - כדרכו - לאזט נישט נאך: "אפאר טאג אויך נישט?? חוץ מזה קאנסטו מיטנעמען א לעפ טאפ‎"

נו, אז א איד מוטשעט אזוי, לאמיר נעמען דעם גרינגסטן וועג ארויס... איך ענטפער: "לאמיר פרעגן די אידענע‎"

דאס איז געווען אין די בחינה ווי אהרן הכהן ביים עגל... ער האט געוואוסט אז מיט די פרויען קען מען נישט מאכן קיין כאפ-לאפ מעשה'לעך און דערפאר האט ער געהייסן בעטן פון זיי די צירונגען...

אבער... אז עס איז באשערט א נסיעה'לע, איז די שטוינענדע איבערראשנדע ענטפער פון די אידענע געווען א הילכיגע פאזעטיווע "יא!"

שרייב איך צוריק: "די אידענע איז מסכים‎"

---
במאמר המוסגר: נישט לאנג דערויף האט זי בכלל נישט געדענקט דעם געשפרעך, אבער 'הענגאוט' האט איבערגעצייגט שווארץ אויף ווייס אז דא איז פארגעקומען א מעמד בקשת וקבלת רשות, און "ונחתום בטבעת המלכה אין להשיב" - מקח בלייבט מקח! ויסעו!
---

ארחיקה, באקומענדיג דעם פריערדיגן ענטפער, איז ממש אויפגעשפרינגען, וזה לשונו: "געוואלדיג!" דאן האט ער צוגעלייגט: "אויף די מינוט האלט איך אינמיטן אימעילן דעם טשיף אף בארדער גארד בעטן א פערמיט פאר פוילן ווי מיין הארץ לעכצט צו באזוכן, אויב קען מען נישט העט מען מוזן מאכן אוקריינא‎".

ונפשו בשאלתו: "וואלט איר בעפארצוגט א שבת אדער ענדערש בלויז וואכן טעג?"

מיין אנטווארט: "כ'מיין ס'נישט קיין גרויסע דיפערענץ‎"

א קורצע וויילע שפעטער קומט א דעפעשע פון ארחיקה אזוי: "וואט אבאוט שבת בשלח אין מעזביזש מיט סאכדעסן‎?"

אויף וואס איך האב געענטפערט מיט עקסטאז: "איך ווער שוין עקסייטעד!" (איך האב אויך געשריבן בתוך הדברים אז דער דאיען וועט זיין א מורא'דיגע 'פלאס' פאר אזא נסיעה, וויבאלד ער קען אוקרייניש, זייענדיג פון די סנהדרין וואס קענען אלע שבעים לשונות)

המשך יבא אי"ה
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yoy, בשעה טובה, פרינדזשעס.., קאסאניער און 10 געסט