טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לכאורה האט געשריבן:ניין ניין

דיזע סארט קאפיטלעך דינען צו אפקילן אנציען די געמיטער פון די וואס שטייען מיט א צווענגעל און שלעפן מיר טעגליך ביי די הערנער פאר א פרישע קאפיטל

כצ"ל
אמר"ש ווען קומט דער נעקסטע קאפיטל?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:ניין ניין

דיזע סארט קאפיטלעך דינען צו אפקילן די געמיטער פון די וואס שטייען מיט א צווענגעל און שלעפן מיר טעגליך ביי די הערנער פאר א פרישע קאפיטל

נאכנישט געליינט.

פאר אינטרעסאנטקייט, פון וואס רעדט איר?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

@לכאורה פארוואס האסטו נישט אפגעשטאט א באזוך אין די ביקור חולים שטיבל??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ב''ה אפגעקומען מיט דעם

בנוגע די חלק ההלכות, אפי' ווען מען ווייסט שוין די הלכות אויף דיינע שאלות, קען מען נאכנישט ציען קיין מסקנות פין דעם, ווייל יעדער מאל אין יעדער פאל איז אנדערש, אין מען דארף יעדער מאל עקסטער דן זיין, אין איבערשמיעסן מיט א מורה הוראה.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הערליך הערליך שיין און דראמאטיש!!!

יעצט אפאר הערות, הנראה לענ"ד.
לכאורה האט געשריבן:. זעענדיג דעם מצב, בין איך שנעל צוריק אין שול, וואו איך האב געדאוונט פון "בואו ונצא" ביז "ברכו".

דאס וואלט איך שוין נישט געטון. בפרט ווען ס'איז נאר קבל"ש וואס דארף נישט קיין מנין מעיקרא דדינא. אמאל דארף מען מאכן שנעלע באשלוסן און א טאטע איז געאייגנט אויף דעם.

ב"ה ער איז אפ-טו-דעיט מיט אלע זיינע שאטס, אריינגערעכנט די טעטאנוס וואס מען העלפט פארמיידן אינפעקציעס פון ראסטיגע נעגל וכדומה.

וויכטיגע אינפארמאציע.

ואולי יש לצרף עפעס אן עירוב וואס איז דאכט זיך דא אין די וואשינגטאן הייטס געגנט...] און צוגעגאנגען די קורצע מהלך ביז צום עמערדזשענסי אריינגאנג.

כפי זכרוני איז דא דארט אן עירוב.

[לכאורה ארבעט עס מיט עלעקטערישע קראפט, ווייל מיט א קליינע דרוק אויפ'ן קנעפל הערט מען אן אויטאמאטישע שטארקע 'פלאש'. ווען איך בין זעלבסט געווען אין בית הכבוד, האב איך געקוועטשט דעם קנעפל מיט א שינוי, אולי אומגערעכט].

אלס כבוד הבריות איז מותר אפי' תחומים כידוע (נאר גדולים נישט קטנים). מען איז מתיר ביי עלעקטראנישע סענסער אויב ס'ארבעט אויטאמאטיש. אבער דרוקן ווייס איך נישט. (ס'איז אן אריכות וואס גענוי הייסט כבוד הבריות וויבאלד דא איז שוין דערנאך, ואכמ"ל)

אגב, אין קאלאמביע איז דא א ביה"כ אויפן צווייטן שטאק אינעם האלוועי פון די געהעריגע בילדינג נעבן די עלעוועיטארס, מיט א געהעריגע פלאשער אן עלעקטריק, אויך די לייט צינדט זיך נישט אויטאמאטיש אן, דאכט זיך.

וואסער זיך צו וואשן איז נישט געווען [דער סינק ארבעט אויף א סענסאר, ווי געשריבן, און אפילו ווען איך זאל בעטן פון די נורסעס, וועלן זיי אויך טון א מלאכה דערפאר - ווי איך פארשטיי, און איך גלייב נישט אז וואשן די הענט צום דאווענען אדער עסן איז דוחה אמירה לעכו"ם. חוץ אויב יענע מלאכה איז בלויז א דרבנן, און דאס הייסט 'במקום מצוה'. דארף מען הערן דעת תורה],

כמעט זיכער אז בעטן א נורס פאר נטילת ידים איז א שבות שבות במקום מצוה. קיין דאורייתא איז עס לכאורה נישט.

דער גאנצער צופרי סעודה איז באשטאנען פון כמעט א גאנצע בילקע, ותו לא מידי... נאכ'ן בענטשן האב איך געזינגען די זמירות [פארוואס נישט אינמיטן די סעודה? כ'ווייס נישט].

די נורסעס אין אסאך שפיטעלער האבן עקסעס צום ביקור חולים געווענליך. אפי' אין העריס שפיטאל האט מיך א דאקטאר געברענגט קוכן מיט א נאדל זופ פאר מיין קינד (וואס האט נאר געוואלט עסן זופ, 8 אזייגער צופרי) פון די חסד רום. קען זיין אז קאלאמביע איז אנדערש ווייל ס'איז א מהלך צו גיין פון די קינדער בילדינג צום שטוב.

דער דרייווער האט מיר געזאגט דעם געפעפערטן פרייז פון $275! אנקומענדיג אהיים, האב איך אריינגערופן דעם דרייווער צו מיר אין באנגעלוי, אים צוגעוויזן א קאנווערט און אים מכבד געווען צו נעמען באצאלט. ער האט אפגעציילט פערצן צוואנציגערס, און געזאגט אז ער גייט געבן רעשטע. איך האב אים געזאגט אז ער קען האלטן די איבריגע פינעווער פאר זיין גרויס העפליכקייט פון צוהעלפן מיט די פעקלעך דא און דארט.

זייער שיין פון דיר פארן נאך צוגעבן דעם טיפ.

בטעות האב איך אזוי שמועסנדיג צוזאמגעלייגט דעם טלית אויפ'ן געהעריגן שטייגער, און פרעגנדיג דעם עולם וואס צו טון, האבן זיי אלע געזאגט אז עס פעלט נישט אויס צו 'אויפלייגן'. געדענק איך נישט די הלכה אין דעם פאל.

לכאורה יא אויפלייגן.

נאך 2 הערות. ווען מ'גייט אין שפיטאל זאל מען אלץ זיין גרייט מיט טלית ותפילית אינדערוואכן, און לחם משנה וקידוש שבת, נישט קיין חילוק ווען מ'גייט אריין און וואס די סיבה איז.

איך בין איינמאל אריין ביינאכט פאר א קליינע פראצעדור פון ארום 5 שעה אין א שפיטאל אין לאנג איילאנד, ס'האט זיך קאמפלעצירט און איך בין געבליבן פאר קנאפע 30 שעה. נאך א מזל כ'האב יא גענומען מיין טלית ותפילין משום איזה סיבה וואס איך ווייס נישט ביז היינט.

נישט לאנג צוריק בין איך אריין מיט א קינד אינמיטן נאכט, נישט מיטגענומען מיין טלית ותפילין, ס'האט גענומען לענגער ווי געמיינט אבער איך בין געווען אינדרויסן פאר חצות. (די שפיטאל האט מיך נאך געוואלט טרענספארטן 11 אזייגער צופרי, צו א צווייטע שפיטאל אבער איך האב אריינגעמישט מיין דאקטאר וואס האט זיך פארשטענדיגט מיטן שפיטאל דאקטאר, און נאכן זען די טעסט רעזולטאטאן האט זי גע'פועל'ט מ'זאל מיך באפרייען אויף איר אחריות. ברם יזכר לטובה.)

נאך א נקודה, נישט ווייט פון קאלאמביע, בערך 10 מינוט צן גיין, איז דא א כשר'ע מקוה, וואס איז אפן שבת צופרי.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Amazing האט געשריבן:@לכאורה פארוואס האסטו נישט אפגעשטאט א באזוך אין די ביקור חולים שטיבל??

איך בין נישט זיכער אויב אין די קינדער בילדינג איז בכלל דא איינס, און אפי' יא קען מען נישט איבערלאזן א קינד אליין אן אויפזיכט.

און בכלל צוליב קאוויד מאכן זיי שוועריקייטן אהינצוגיין.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מרן דבשמיא וואס האט דעי איבערלעבעניש מיט די נסיעה???
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

Amazing האט געשריבן:@לכאורה פארוואס האסטו נישט אפגעשטאט א באזוך אין די ביקור חולים שטיבל??

זייענדיג אין עמערדזשענסי רום מיט א קליין קינד, קען מען נישט ארומוואנדערן אין ערגעץ (אויסערדעם ווייס איך בכלל נישט אויב יענע אפטיילונג פארמאגט אזאנס)

קרייסלער האט געשריבן:מרן דבשמיא וואס האט דעי איבערלעבעניש מיט די נסיעה???

ווייל ביי דער נסיעה האט מען מעגליך גע'פועל'ט אז מען זאל אפקומען מיט דעם אפקומעניש און עס זאל נישט זיין ערגער ח"ו
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ב"ה עס האט זיך אלעס גענדיגט צום גוטן.
א דאנק פארן מיטטיילן
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

לכאורה האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:@לכאורה פארוואס האסטו נישט אפגעשטאט א באזוך אין די ביקור חולים שטיבל??

זייענדיג אין עמערדזשענסי רום מיט א קליין קינד, קען מען נישט ארומוואנדערן אין ערגעץ (אויסערדעם ווייס איך בכלל נישט אויב יענע אפטיילונג פארמאגט אזאנס)

כ'האב פארשטאנען, פון אפאר פאציענטן פון א שבת פריער, אז ס'איז דא, נאר טאמער מ'גייט ארויס פון עמערזשענסי רום לאזט מען נישט צוריק
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

לכאורה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:מרן דבשמיא וואס האט דעי איבערלעבעניש מיט די נסיעה???

ווייל ביי דער נסיעה האט מען מעגליך גע'פועל'ט אז מען זאל אפקומען מיט דעם אפקומעניש און עס זאל נישט זיין ערגער ח"ו

זיכער אזוי
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פירן א קינד אין א וועגעלע שבת במקום שאין עירוב גייענדיג צו א דאקטער שטימט 100% אזוי האט מיר א דיין גע'פסק'נט.

מ'קען ארויס פון עמערדזשענסי רום גיין אין די קאושער רום און צוריק קומען ס'איז א טעגליכע ערשיינונג, נאר מטבע הדברים קומט מען נישט אן דערצו ביז זאכן סעטלען זיך און מ'דארף זיך אויסקומען מיטן גארד מיטן גראדן מציאות, זיי פארשטייען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:@לכאורה פארוואס האסטו נישט אפגעשטאט א באזוך אין די ביקור חולים שטיבל??

איך בין נישט זיכער אויב אין די קינדער בילדינג איז בכלל דא איינס, און אפי' יא קען מען נישט איבערלאזן א קינד אליין אן אויפזיכט.

און בכלל צוליב קאוויד מאכן זיי שוועריקייטן אהינצוגיין.

אויפן זעקסטן פלאר, מ'קען אהין גיין מיטן שבת עלעוועיטאר.

פרויען ביקור חולים ד'סאטמאר, חסד 24/7 [סקווירא] און חי לייפליין פילן דארט אן כסדר, זאל זיי דער בו"ע אלע באצאלן בזה ובבא.
אטעטשמענטס
chesed.jpg
chesed.jpg (381.58 KiB) געזען 972 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

וויל איך מיך דא באדאנקען בשער בת רבים, נאכן שווערן שבת, האב איך נאך געהאט די העזה [בלית ברירה] און געבעטן א טובה פונעם מנהל, וואס ער האט ערפילט בשלימות בטירחא דגופא, זאל מען קענען צוריקצאלן נאר אויף שמחות בעז"ה
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

farshlufen האט געשריבן:פירן א קינד אין א וועגעלע שבת במקום שאין עירוב גייענדיג צו א דאקטער שטימט 100% אזוי האט מיר א דיין גע'פסק'נט.

מ'קען ארויס פון עמערדזשענסי רום גיין אין די קאושער רום און צוריק קומען ס'איז א טעגליכע ערשיינונג, נאר מטבע הדברים קומט מען נישט אן דערצו ביז זאכן סעטלען זיך און מ'דארף זיך אויסקומען מיטן גארד מיטן גראדן מציאות, זיי פארשטייען.

אין העריס שפיטאל האבן זיי מיר נישט געלאזט גיין, כ'מיין אז צוליב קאוויד. נאר איינער פון די סטעף האט זיך אנגעטראגן צו גיין מיר ברענגען וואס איך דארף.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

ב"ה אז זאכן זענען געגאנגען אזוי גרינג. זאל די רבוש"ע עם צושיקן א רפואה שלימה. ער זאל דעלעבן צו זען משיח'ן מיט די "פליישיגע אויגן".

לכאורה, זאג נאר אויס די אמת. ווען האסטו מחליט געווען צו באשרייבן דעם איבערלעבעניש? האסטו דאס שוין מחליט געווען באלד ביים ארויספארן?

עס איז מעגליך אז ווען מ'לעבט אזוי, מיטן וויסן אז מ'גייט דעם איבערלעבעניש באשרייבן מאכט דאס דעם מאורע אסאך גרינגער, ווייל אלעס וואס געשעט נאר לטב אדער למוטב איז עס נאך א פערעגרעף אין די ארטיקל. :lol:
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

לכאורה האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:די ערשטע כלל איז אלעס טון מיט א שינוי, תרי דרבנן'ט זיך נישט אזוי שנעל, און איין דרבנן מיט א שינוי איז שוין גוט במקום קטן וחולה, כש"כ סכנת אבר.
אויב האסטו עפעס נישט גוט געטון, ביסטו שוין אנגעקומען מיט די ווייטאגליכע קאסטן.. ה' ימלא

כ'ווארט נאך צו הערן וויפיל דער וועג אריין האט געקאסט, מסתמא נישט צופיל ביליגער ווי 275...
אבער שגגות קומט מען אפ מיט תשובה, נישט מיט געלט, דאכט זיך

די מחבר ברענגט גראדע יא אז מ'קען אפקומען די תענתים מיט געלט

זעה שלד סעיף כו

שלד.PNG
שלד.PNG (33.27 KiB) געזען 865 מאל
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

לכאורה האט געשריבן:זונטאג שופטים, א' דר"ח אלול תשפ"א לפ"ק

איך האב נישט געוואוסט אויב איך וועל באפרייט ווערן בעפאר מוצאי, האב איך אוועקגעלייגט איין גרויסע קוכן פאר שלש סעודות [און אויך אן אכטל פון די בילקע. געהאט א קלער אויב איך זאל מאכן המוציא און מזונות... למעשה אויף שלש סעודות בין איך שוין צוריקגעווען און געגעסן א פיינע רייכע סעודה מיט געהעריגע לחם משנה]. ביים בענטשן פון די בייטאג סעודה האב איך געהאט א ספק אויב איך האב אפילו געגעסן א כביצה [עס איז געווען אזא שלש-סעודות-סטיל בילקע וואס מען געבט דא אין קעמפ, און איך האב אראפגענומען א חלק דערפון פאר מיין אינגל]. איך האב מיך אבער דערמאנט אז דער שיעור כביצה פעלט בלויז אויס פאר'ן זיך 'וואשן' [וואס איך האב ממילא נישט געטון], אבער צום בענטשן איז גענוג א כזית..

להעיר:
די מחבר סימן רצ״א סעיף א׳
יהא זהיר וכו׳ ואף אם שבע יכול לקיים אותה בכביצה
זאגט די משנה ברורה סעיף קטן ב׳ לאו דוקא בכיביצה אלא מעט יותר דכביצה מקרי עדיין אכילת ארעי וכו׳ ולא חשוב סעודה
ויש אומרים דאף בכזית יוצא ידי הסעודה ונכון להחמיר אם אפשר לו
קומט אויס אז סעודת שבת דארף מען עסן לכתחילה יותר מכביצה
דאכט זיך מיר אז רוב עולם ווייסט נישט פון דעם

אז מען שרייבט שוין ברויך מען באדאנקען האי ספרא רבא
די געטרייע מנהל פאר די הערליכע באשרייבונגען
לעצט פארראכטן דורך שם התלמוד אום מאנטאג אוגוסט 09, 2021 12:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

farshlufen האט געשריבן:פירן א קינד אין א וועגעלע שבת במקום שאין עירוב גייענדיג צו א דאקטער שטימט 100% אזוי האט מיר א דיין גע'פסק'נט.

מ'קען ארויס פון עמערדזשענסי רום גיין אין די קאושער רום און צוריק קומען ס'איז א טעגליכע ערשיינונג, נאר מטבע הדברים קומט מען נישט אן דערצו ביז זאכן סעטלען זיך און מ'דארף זיך אויסקומען מיטן גארד מיטן גראדן מציאות, זיי פארשטייען.

רוב צייט האב איך דאך 'געווארט' א תוחלת ממושכה מחלה לב אויף דעם מומחה און יענעם מומחה, האב איך קיינמאל געוואלט פארלאזן מיין צימער אויף מער ווי א וויכטיגע בית הכבוד באזוך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גלות איד האט געשריבן:ב"ה אז זאכן זענען געגאנגען אזוי גרינג. זאל די רבוש"ע עם צושיקן א רפואה שלימה. ער זאל דעלעבן צו זען משיח'ן מיט די "פליישיגע אויגן".

לכאורה, זאג נאר אויס די אמת. ווען האסטו מחליט געווען צו באשרייבן דעם איבערלעבעניש? האסטו דאס שוין מחליט געווען באלד ביים ארויספארן?

עס איז מעגליך אז ווען מ'לעבט אזוי, מיטן וויסן אז מ'גייט דעם איבערלעבעניש באשרייבן מאכט דאס דעם מאורע אסאך גרינגער, ווייל אלעס וואס געשעט נאר לטב אדער למוטב איז עס נאך א פערעגרעף אין די ארטיקל. :lol:

איך באשרייב יעדע קרישקעלע שוין די לעצטע צוויי צענדליג יארן, אמאל אין דעם אשכול און אמאל אין יענעם. (כ'האב אינדערהיים א געשריבענעם טאגבוך פון קיץ תשנ"ט און תש"ס, ווען איך בין געווען אין מחנה רב טוב קערהאנקסאן און געפארן טעגליך קיין נעפאנעק). איך ווייס אייביג אז יעדע זאך גייט באשריבן ווערן, נאר כ'ווייס קיינמאל פון בעפאר אין וועלכן אשכול עס וועט לאנדן... הכל תלוי במזל, אפילו דער טאגבוך האב איך מתחילה געשריבן אינעם "ברוך הטוב והמטיב" אשכול, נאר נאכדעם באשלאסן אז עס איז פאסיגער צו ווערן א סניף צו דעם טאגבוך וואס איך האלט אינמיטן שרייבן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכאורה האט געשריבן:[
איך באשרייב יעדע קרישקעלע שוין די לעצטע צוויי צענדליג יארן.

דו האסט אפגעלערנט דעם 'וכל מעשיך בספר נכתבים' אלץ הנהגה טובה...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אוראייניקל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:[
איך באשרייב יעדע קרישקעלע שוין די לעצטע צוויי צענדליג יארן.

דו האסט אפגעלערנט דעם 'וכל מעשיך בספר נכתבים' אלץ הנהגה טובה...

ביי געוויסע איז עס והיית משוגע. יעדער וועלט זיך זיינע פסוקים אדער מאמרים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
בית לחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית לחם »

לכאורה האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:@לכאורה פארוואס האסטו נישט אפגעשטאט א באזוך אין די ביקור חולים שטיבל??

זייענדיג אין עמערדזשענסי רום מיט א קליין קינד, קען מען נישט ארומוואנדערן אין ערגעץ (אויסערדעם ווייס איך בכלל נישט אויב יענע אפטיילונג פארמאגט אזאנס)

זייענדיג א דרייווער פאר חסד האב איך שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן וויאזוי מענטשן גייען אין שפיטאל נישט וויסענדיג ווי די ביקור חולים איז, איך זאג אייביג ווען איך טראג קיין קאלאמביע אז קעגן איבער די האספיטעל איז דא א ביקור חולים דארט ווי עס איז אמאל געווען "אנטיקע רעסטוראנט", זיי האבן דארט עסן, טרינקען, מייקראוועיוו, ספרים וכולהו אפילו מנינם מיט א ספר תורה איז דא דארט, די אדרעס איז 3924 בראדוועי עוועניא, היות זיי זענען א פריוואטע אונטערנעמונג און נישט אונטער די האספיטעל זענען זיי אפען 24 שעה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בית לחם האט געשריבן:זייענדיג א דרייווער פאר חסד האב איך שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן וויאזוי מענטשן גייען אין שפיטאל נישט וויסענדיג ווי די ביקור חולים איז, איך זאג אייביג ווען איך טראג קיין קאלאמביע אז קעגן איבער די האספיטעל איז דא א ביקור חולים דארט ווי עס איז אמאל געווען "אנטיקע רעסטוראנט", זיי האבן דארט עסן, טרינקען, מייקראוועיוו, ספרים וכולהו אפילו מנינם מיט א ספר תורה איז דא דארט, די אדרעס איז 3924 בראדוועי עוועניא, היות זיי זענען א פריוואטע אונטערנעמונג און נישט אונטער די האספיטעל זענען זיי אפען 24 שעה

די חב"ד האוס?

א צעטל אין די קאושער רום זאגט אז איצט איז ער ערגעץ אויף 168 אדער 167 סט. סטריעט.

די ביקור חולים רום Kosher room איז געהעריג אפן 24/7, האב מיר געפונען דארטן אידישע קינדער אין אלע שעות פון טאג, ס'דארף יא צו זיין א וועג אנצוקומען אהין פון די עמערדזשענסי רום אן צו דארפן אדורכגיין נאכאמאל סעקיוריטי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”