טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, איך האב הנאה צו זען אז "אן א נאמען" באשטעטיגט אז ער איז טאקע געווען מיין שכן
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין זייער שיין גיי ווייטער אן צו מהנה זיין די גאנצע קהילה קדישא הדין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אן א נאמען האט געשריבן:אז די האסט מיך שוין דערמאנט וויל איך נאר צולייגען אז ביז היינט בין איך נאך נבהל ונשתומם פון דעם גבורת הנפש פון הרב @לכאורה זיך נישט אויפשטעלן קיין איין מאל אינמיטען דעם לאנגען נסיעה (סדא אסאך צו שרייבן אויף אים בין איך נישט קיין גרויסע שרייבער) אבער און מיי אפיניאן עס זאגט אסאך אויף דעם איד, נאר געזעצן על התורה ועל העבודה (פארשטייט זיך שיין פארברענגט אויך) און געשטאנען ווייט פון יעדע צל ספק חילול השם

עינוועי ר׳ @לכאורה ברענגסט צוריק גאר געשמאקע געפילען
הערליכע ארבייט! כה לחי!

און אמר"ש, דער אן א נאמען האט מיך מורא'דיג סורפרייזד במשך פון די גאנצע נסיעה, וואס טראץ דעריז א געוואלדיגער בעל כשרון, איז ער א שייף עיל שייף נפיק ואינו מחזיק טיבותא לנפשיה. זיין אריסטאקראטישקייט מיט זיין איידעלע באנעמונג איז געווען צום באוואונדערן.
וברם יזכר לטוב די גוטע פילינג וואס ער'אט מיר געגעבן ביין פרעגן דע נסך שאלה מיט אזא תמימות, כאילו ער רעדט טאקען צו עפעס א מורה הוראה בישראל.

געווען גאר געשמאק, פון די שענסטע סורפרייזעס פון די נסיעה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ס'הארץ רייסט אז מ'דארף אריינשטעלן עוללים ויונקים אין פיקיו/ניקיו אז לכאורה זאל זיך געבן א שאקעל און שרייבן מער, אל תפתח פה לשטן

אוי טאטע עד מתי
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געוואלדיג!!! מיר ליינען מיט אינטערעסע.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

הרב לכאורה, מ׳האמיר זייער הנאה פון דיין טאג בוך!

איבער זיך אויפשטעלן אינמיטן א רייזע, דוכט זיך מיר אז דאקטוירים רעקאמענדירן יא אז מ׳זאל זיך אויפשטעלן אינמיטן לענגערע רייזעס זיך אויסצוצוען די ביינער אז די בלוט צערקולאציע זאל אנגיין אנע פראבלעמען.
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

סאכדעס האט געשריבן:
אן א נאמען האט געשריבן:אז די האסט מיך שוין דערמאנט וויל איך נאר צולייגען אז ביז היינט בין איך נאך נבהל ונשתומם פון דעם גבורת הנפש פון הרב @לכאורה זיך נישט אויפשטעלן קיין איין מאל אינמיטען דעם לאנגען נסיעה (סדא אסאך צו שרייבן אויף אים בין איך נישט קיין גרויסע שרייבער) אבער און מיי אפיניאן עס זאגט אסאך אויף דעם איד, נאר געזעצן על התורה ועל העבודה (פארשטייט זיך שיין פארברענגט אויך) און געשטאנען ווייט פון יעדע צל ספק חילול השם

עינוועי ר׳ @לכאורה ברענגסט צוריק גאר געשמאקע געפילען
הערליכע ארבייט! כה לחי!

און אמר"ש, דער אן א נאמען האט מיך מורא'דיג סורפרייזד במשך פון די גאנצע נסיעה, וואס טראץ דעריז א געוואלדיגער בעל כשרון, איז ער א שייף עיל שייף נפיק ואינו מחזיק טיבותא לנפשיה. זיין אריסטאקראטישקייט מיט זיין איידעלע באנעמונג איז געווען צום באוואונדערן.
וברם יזכר לטוב די גוטע פילינג וואס ער'אט מיר געגעבן ביין פרעגן דע נסך שאלה מיט אזא תמימות, כאילו ער רעדט טאקען צו עפעס א מורה הוראה בישראל.

געווען גאר געשמאק, פון די שענסטע סורפרייזעס פון די נסיעה.

שכוח פאר די קאמפלימענט
רעדן פון סאכדעס איז שווער כוועל נאר זאגן איין זאך איין שטיק חטיבה אחת פון תורה עבודה און גמילות חסדים!
און ווער רעדט נאך פון די געהויבענע דרשה שבת צופרי
(אנטשולדיגט פארן מאכן דעם עולם עקסייטעד א יאר פאר @לכאורה וועט צוקומען צו דעם פרט פונעם הערליכען טאג בוך)
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אן א נאמען האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן מאכן דעם עולם עקסייטעד א יאר פאר @לכאורה וועט צוקומען צו דעם פרט פונעם הערליכען טאג בוך

:lol:
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יא יא, לאכט אלע פון מיינע צרות... איך האב נישט גע'חלומ'ט אז עס וועט זיך אזוי פארציען

די גוטע נייעס איז, אז מ'האט שוין געלאנדעט אין פראנקפורט...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

העי ס'קומט נאך א באריכט פון ביזנעס קלאס!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

ווען?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מ'האמיר געמיינט מ'וועל מיר היינט שרייבן האבן אפאר חברה מיר געהאלטן האסטידש אין די נייעס אשכולות...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אדרבה ואדרבה, מיר ווארטן צו הערן באריכטן פון די אנדערע מיטרייזנדע, איך קען דאך בלויז נאטירן דאס וואס מיינע אויגן האבן מיטגעהאלטן

ר' סאכדעס האט מיר דעם ליל ששי אנגערופן און דערציילט פארשידענע אנעקדאטן, אבער היות איך האב דאס נישט מיטגעהאלטן לעבעדיג, איז מיר שווער דאס אפצושרייבן, דען א 'טאגבוך' באדייט עפעס וואס איך פערזענליך האב מיטגעלעבט
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

לכאורה האט געשריבן:אדרבה ואדרבה, מיר ווארטן צו הערן באריכטן פון די אנדערע מיטרייזנדע, איך קען דאך בלויז נאטירן דאס וואס מיינע אויגן האבן מיטגעהאלטן

ער האט דיר דערציילט די מעשה מיט די רבי?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח רבי
;l;p-
ס’האט אלע טעמים!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

להגדיל שמו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אדרבה ואדרבה, מיר ווארטן צו הערן באריכטן פון די אנדערע מיטרייזנדע, איך קען דאך בלויז נאטירן דאס וואס מיינע אויגן האבן מיטגעהאלטן

ר' סאכדעס האט מיר דעם ליל ששי אנגערופן און דערציילט פארשידענע אנעקדאטן, אבער היות איך האב דאס נישט מיטגעהאלטן לעבעדיג, איז מיר שווער דאס אפצושרייבן, דען א 'טאגבוך' באדייט עפעס וואס איך פערזענליך האב מיטגעלעבט

ער האט דיר דערציילט די מעשה מיט די רבי?

די מעשה מיט "רבי, פאקוס!"? דאס האב איך אליינס מיטגעהאלטן

די מעשה גייט אזוי - בערך: א איד איז אריינגעקומען צו א רבי (לאמיר זאגן סקולענער רבי פאר א משל) און גיסט זיך אויס זיין שווער פעקל, ער האט נישט קיין פרנסה, ער דארף פרנסה. דער רבי פרעגט אים וואס טוט זיך מיט זיין אידישקייט וכו', און דער איד האקט איבער: רבי, פאקוס! מ'רעדט יעצט פון פרנסה
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

:wink:

לכאורה דו ביסט זיס ווי ציקער
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לכאורה האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אדרבה ואדרבה, מיר ווארטן צו הערן באריכטן פון די אנדערע מיטרייזנדע, איך קען דאך בלויז נאטירן דאס וואס מיינע אויגן האבן מיטגעהאלטן

ר' סאכדעס האט מיר דעם ליל ששי אנגערופן און דערציילט פארשידענע אנעקדאטן, אבער היות איך האב דאס נישט מיטגעהאלטן לעבעדיג, איז מיר שווער דאס אפצושרייבן, דען א 'טאגבוך' באדייט עפעס וואס איך פערזענליך האב מיטגעלעבט

ער האט דיר דערציילט די מעשה מיט די רבי?

די מעשה מיט "רבי, פאקוס!"? דאס האב איך אליינס מיטגעהאלטן

די מעשה גייט אזוי - בערך: א איד איז אריינגעקומען צו א רבי (לאמיר זאגן סקולענער רבי פאר א משל) און גיסט זיך אויס זיין שווער פעקל, ער האט נישט קיין פרנסה, ער דארף פרנסה. דער רבי פרעגט אים וואס טוט זיך מיט זיין אידישקייט וכו', און דער איד האקט איבער: רבי, פאקוס! מ'רעדט יעצט פון פרנסה

נישט קיין משל, די מעשה (נישט געשטויגענע) איז געווען ביי סקולעניער רבי זצ"ל.
דער רבי פרעגט אים, ווי גייט דאס מיט צניעות אין שטוב? (פארשטייצעך אז ס'טויג נישט) ענטפער דער איד, רבי, פאקוס: פרנסה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

האהא!
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:העי ס'קומט נאך א באריכט פון ביזנעס קלאס!

?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א באריכט פון ביזנעס קלאס:

א פארסאפעטער בין איך אנגעקומען צים געיט, שוין ווען מ'האט אנגעהויבן מיט די בארדען פראצעדור, נאכדעם וואס כ'בין געווארן פארנימען מיט א פאון קאל וואס האט מיר געהאלטן אפגעבינדען פאר 50 מינוט, און נאכן אראפלייגן דעם טעלעפאון זענען די ליינס ביי סעקיורעטי געווען היבש לאנג אזוי אז כ'בין אנגעקומען צים ווארט זאל זייער שפעט.

אן הינגעריגער האב איך זיך א לאז געטוהן אויפן רייכן פעסטראמי סענדוויטש וואס מ'האט ציגעשטעלט פאר די חברי הנסיעה. פארשטייט זיך נישט בעפארן זיך וואשן כדת וכדין מיט א כשר'ע טעפל וואס איינער פון די מיטרייזענדע האבן מיטגעברענגט לתועלת הציבור החשוב.

נאכן ענדיגן עסן צי דער זעט און בענטשן ברכת המזון האב איך זיך געוואלט שטעלן דאווענען מנחה, אזוי ארומקוקענדיג זוכנדיג צי ס'איז אפשר דא נאך אידן וואס האבן נאכנישט געדאווענט האבן זיך מיינע אויגן באגעגנד מיט די אופפאדערענדע אויגן פון די איינגעשטעלטע וואס ווינקן מיר אזוי 'ערעב איד אויף וואס ווארט איר?' זעה איך טאקע אז איך בין פון די לעצט פארבליבענע אויפצישטייגן, זענען מיר אזוי בלית ברירה ארויף צים פליגער אומגעדאווענט.

נאכן זיך באקוועם מאכן אויפן אויבן אן פון פליגער האמיר גערופן די בני בית, די עלטערן, און די שווער, זיך געזעגענד מיט יעדן און מקבל געווען די ווארעמע ווינטשן באהבה רבה. והנה דער פליגער הויבט זיך אן ריקן, קען מען דאך שוין זיך שטעלן דאווענען מנחה. א בליק ארום געשווינד צי זעהן אויב ס'איז דא א מנין פאר א קדושה איז אפגעענטפערט מיט נערוועזע בליקן....קיין צייט פאר שפילערייען רבנו תם איז שוין 5 מינוט אוועק שטעל מיר זיך דאווענען אזוי בעת וואס דער פליגער מאכט זיין וועג צים הויפט ראנוועי.

דער פילאט  - א גרויסער אוהב ישראל - האט מיטגעארבעט מיט מיר און געווארט אויפן דיפארטור ווילאנג כ'האב אויסגעטראטן עושה שלום במרומיו, ווארשיינליך האט ער דערשפירט אז די יעצטיגע תפלה לוינט זיך פאר די סוקסעס פונעם רייזע. און ווי נאר מיר האבן געענדיגט ה' אחד ושמו אחד און זיך איינגעבינדן אינעם זיץ, האט דער פליגער זיך געהויבן אין די לופטן .... ויסעו...

אזוי זיצענדיג איינגעשפארט אינעם זיץ האב איך זיך באקאנט געמאכט מיט מיין שכן דער קאפ-מייסטער פונעם נסיעה @ארחיקה נדוד, מיר זענען איבערגעגאנגען אינאיינעם די פינקטליכע דעטאלען פונעם גרויסן נסיעה, דאס אלעס בעת'ן אראפשלינגן כוס אחר כוס א געמיש פון דייטשע ביר מיט אפאר קלענערע כוסות וויסקי אלס מיטן שטרענגען השגחה פון אלקעהאל כיל"ח...

ארום א האלבע שעה ארין אינעם פלייט, האבן זיך די סיט-בעלט לעמפלעך אויסגעלאשן, פירנדיג צי א באלדיגע אויפשטאנד פון אלע היימישע רייזענדע, ס'איז תיכף פארמירט געווארן א הערליכע מנין מעריב ווי יעדער איינער אויף זיין פלאץ האט זיך געשטעלט דאווענען. איינער אין יאר נאך איינע פון די עלטערן האט געדינט אלץ שליח ציבור און דער דאווענען איז אדורך אומגעשטערט, ווארום דער מערהייט פון אינזער קאבין זענען געווען היימישע אידן, בתוכם 5 פון די נסיעה באטייליגטע.

נאך מעריב האט זיך דער ציבור געזעצט צי א גראנדיעזע לחיים וואס א חשוב'ער איד א נגיד וטפסר הי"ו האט ציגעשטעלט, זייענדיג אויפן וועג צי ר' ישעי' בן ר' משה זי"ע האט ער עס געלאזט גיין לויז און פארטיילט היימישע געבעקסן און פירות בהרחבה. די לחיים האט זיך פארצויגן פאר אזא האלבע שעה ווען מיר זענען מהנה מיט א ניגון לכבוד המעמד. ארחיקה האט אינעם זעלבן צייט אנגעבינדן קשרים מיט אפאר הויעכע פענסטערס בעת וואס דער ציבור לאזט זיך וואוילגיין. 

נאכגעפאלגט מיטן נאכטמאל וואס די עירליין שטעלט צי איז שוין געווען בבחינת מלא על גדותיו ווען דער ציבור פאלט ווי פליגן איינער נאכן צווייטן אריין אינעם עולם התוהו אויסציענדיג די געלעגערס צים מאקסימום אינז איבערלאזענדיג אליינס אינעם טעמפערארע בית החיים. שטילערהייט שלייכט זיך צי צי אינז א חשוב'ער גאסט פון די חברי הנסיעה, זיין פנים איבערגעדעקט מיט א מאדענעם מאסקע וואס מיר הייבן ברעמען מיט ווינדער, וואס איז דער געהיימניס דערינטער?.. דער מאכט זיכער אז די מצב ארום איז 100 פראצענט סעיף און באשיצט און מ'קען ארויסגעבן דעם גרויסן סוד. והנה, דער מאסק איז קיין מאסק אדער ווי מ'וואלט געזאגט להלכה ולא למעשה. עס איז געלעכערט ככברה אבער מלחוץ זעהט עס אויס ווי א כשר'ע שטיקל... מיר האבן זיך באקאנט געמאכט און פארברענגט פאר א לענגערע וויילע ביז מיין שכן ארחיקה אינאיינעם מיטן גאסט החשוב האבן שוין אויך ארויסגעטשיקענט און געפאלן פאר דעם רייצערישן שלאף יצה"ר. מיר איבערלאזענדיג עלענד אליינס אין דעם טויטן קאבין..

נישט האבנדיג וואס צי טוהן אין דעם שלאף קאמער, מאך איך דעם וועג צים עקענאמיע אפטיילונג, גיי מיר אויפנעמען און זיך באקענען מיט די פרישע חברים. די ארטיגע חבריא זענען אין מערהייט נאך אויף געווען האבן מיר זיך פארהיימישט מיטן עולם. נישט בעפאר שטעלן דעם פון בעפאר אפגעשמועסטן קאוד פון "שמע ישראל?" אויף וואס דער געפרעגטער ברויכט ענטפערן "ה' אחד". דאס האט געדינט אלץ  א סימן אז דער איז משלנו. און אזוי איז פארביי נאך א שעה צוויי פונעם רייזע.

צוריק צי מיין פלאץ טרעף איך ארחיקה'ן זיצן מיט א מאסקלאזע פנים און צישטייטלעך ערלעדיגן א בערגל פיסטעטשוס. כ'האב מיר שטייצעך ציגעכאפט צי דעם געוואלדיגן געדאנק און אזוי האמיר אינאיינעם מסיים געווען 2 פישקעס פיסטעטשוס און זאגאר זיך גע'פטר'ט פון דעם גזירת המאסק...

המשך הנסיעה איז אדורך רעלאטיוו רואיג, דער מערהייט דערפון אין עולם החלומות, נאך די פילע כוסות משקאות, די שפעטע נאכט שעות - אדער ענדערש די פריע פארטאגס שטונדען - און מיט א לאנגן סקעדועל פין פארנט האבן מיר עספיעט צי כאפן א שטיקל דרעמל, זאמלנדיג פרישע כוחות פארן גרויסן טאג וואס ווארט אינז אפ... געלאנדעט אין פראנקפורט.

[נאך אפאר קרישקעלעך פינעם ביזנעס קאבינע אויפן וועג צוריק אהיים וועט נאכפאלגן במקומו אי"ה]

בעק טו יו, @לכאורה.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נקדימון האט געשריבן: :wink:

לכאורה דו ביסט זיס ווי ציקער

טענקס פאר יור וויזיט, איי האופ יו אר סטעי'יונג וויט אהס!
לעצט פארראכטן דורך Kollel אום זונטאג אפריל 18, 2021 12:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לחיים @סטאוו יא!!
;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פאיכלה
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 4:21 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאיכלה »

לכאורה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:גיימיר דאווענען מנחה ביים כותל, איינער ווייסט וואו מזרח איז דא?

און יישר כח "חסד דשיכון סקווירא" פאר די פיינע מילכיגע בלינצע לכבוד ר"ח, און די פיינע פליישיגע נאכטמאל וואס וועט מעגליך נאכפאלגן (ווענדט זיך ווען מען באפרייט מיך פון דאנעט...)

הערליך שיין!!

נאך יעדע קאפיטאל דאנק איך דעם בוכ"ע אז איך בין נישט מיטגעקומען.

אז מ'רעדט שוין, און דו האסט שוין א מאסקע, אן עצה טובה פאר די ברילן. צו ארויף די מאסקע גאר הויעך, ביז די אויבערשטע שפיץ נאז, אזוי וועט די גאנצע לופט פון די נאז גיין אויף אראפ נישט ארויף. און די גלעזער גייט זיך מער נישט פארהויכן בעז"ה.

פארוואס דאנקסטו אז דו ביסט נישט מיטגעקומען?

כ'פרוביר יעצט דיין עצה מיט די מאסקע, אבער עס גייט אריין אין די אויגן... מסתמא האבן מיר אן אנדערע פרצוף הפנים אויסשטעל

כ'האב א בילד פון איינע פון די חשובה מיטריזענדע וואס האט געכאפט א עטליכע שעה שלאף אויפן פליגער אויפן וועג צוריק מיטן מאסקע בלויז אויפן נאניע מיט א ברייט געעפענטע מויל (אינטערעסאנט אז די סטוערדס האבן נישט מוחה געווען...)
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:לחיים @סטאוו יא!!
;l;p- ;l;p-

יאפ! פיינע ווארע..כיל"ח!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”