טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זאג, דו ווילסט איך זאל דא שרייבן די פאר אומגעלונגענע וויצן פון יענעם שפייזצונאכטס אויף וואס איך האב געדארפט פאלן צו די פיס און בעטן מחילה ביים באטרעפנדן?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

העי העי!! ביז פעטש!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

לכאורה האט געשריבן:זאג, דו ווילסט איך זאל דא שרייבן די פאר אומגעלונגענע וויצן פון יענעם שפייזצונאכטס אויף וואס איך האב געדארפט פאלן צו די פיס און בעטן מחילה ביים באטרעפנדן?

וואסי די שאלע אפילו? זיכער זוי... זאל מיר אויך נהנה זיין מאורו הדגול... העכסטענס העט מען קורעים פאלן נאכדעם צי די יעניגע..
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

לכאורה האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:נאך א קרישקעלע, דאס איז שוין געווען כטוב לב המנהל ביין...

זינט דער מנהל איז נישט געווען דער איינציגסטער מקדש על היין, און א חלק עולם האט נאך מוסיף געווען עטליכע לחיים'ס צווישן יעדע לחיים, האט די סיטואציע אביסל דערמאנט פון די חסידים אין קרעטשמע...
וויסענדיג אז מארגן ברויך מען פרישע כוחות, האב איך אנגעהויבן אונטעראיילן דאס בענטשן. איינער פון די חשובע מיטרייזענדער (אביסל א רינדעכיגס) זייענדיג שוין נמאס פון ארחיקה'ס באפעלן... האט ער באשלאסן מ'גייט מאכן סדר! דער האט גענומען פארפירן אז מ'האט נאכנישט געזינגן צמאה נפשי! (כאילו אינדערהיים זינגט ער עס.. באט עניוועי) יאך האמעך געבעטן ביינעם אז ער קען עס זינגן נאכן בענטשן ולא עלתה בידי און דער האט אנגעהויבן זינגען מיט א בערישע שטימע. איך גיב אזא ווינק פארן מנהל וואס מעלדט תיכף דעם רבותי מיר וועלן בענטשן און ווערט נאכגעזאגט מיט א הילכיגן יהי שם, אבער יענער זינגט נאך... איך געדענק נישט ווען יענער האט אויפגעגעבן, אבער נאכן בענטשן קומט ער מיר זאגן אז עכט האט ער זיך געלאזט ווייל ער וואלט געקענט אויסגיסן דעם בעכער...
נו שוין.


דער מנהל האט נישט געבענטשט, מ'האט געהאט א כהן המברך!
ער איז געווען פארכאפט צווישן די שטרענגע בליקן פון ארחיקה יא צו בענטשן, און די דראענדיקע אויגן פונעם רינדעכיגס אז בשום אופן נישט!
אוי האב איך אים געשוינט זייענדיג אין אזא סיטואציע פון אוי לי אם יאמר אוי לי אם לא יאמר!

למעשה האט ער געזינגן מיטן עולם, ערגעץ אינדערמיט האט ארחיקה באפוילן דעם עולם אים צו לאזן זינגן סאלא, האט ער אנגעהויבן פון א צמאה מיט א פרישקייט פון אנהייב, אז ארחיקה האט זיך געבעטן ביי אים ממשיך צו זיין וואו ער האט געהאלטן פריער, אויב דענק איך גוט האט מען געבענטשט ווען דער יעניגער האט געהאלטן ביים 7טער מאל זכות אהבת קדומים....

מיר האט זיך דער בעל שם מגלה געווען אין חלום יענעם נאכט, איך זאל אוועקנעמען דעם שיכור וואס שטייט ביים פלויט פון הייליגן ארט און הערט נישט אויף איבערזינגען דעם "זכור אהבת קדומים" מיט שרעקליכע אף-טון קלאנגען...
דו ווייסט איבער וואס איך רעד?

:lol: :lol: :lol:
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לכאורה האט געשריבן:זאג, דו ווילסט איך זאל דא שרייבן די פאר אומגעלונגענע וויצן פון יענעם שפייזצונאכטס אויף וואס איך האב געדארפט פאלן צו די פיס און בעטן מחילה ביים באטרעפנדן?

ערשט א דאנק פאר'ן ערוועקן די זכרונות.

וועמען האסטו בארעדט שפייז צו נאכטס?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שלמה מולכו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
טיף אינמיטן די סעודה זענען די פארשלעפטע קראנקן-שוועסטער פון די מעזבוזער אמבולאנס סערוויס אנגעקומען, א פויער און זיין פויערטע וואס האבן שוין פארהייראט אלע אייניקלעך מיט מזל און גליק עטליכענע דרייסיג יאר צוריק. פארשטייט זיך אז זיי זענען געקומען פארפאנצערט מיט הענטשוך און מאסקעס, און האבן זיך גלייך גענומען צו דאס וואס זיי טויגן דאס.

שכח לכאורה, ווערט מער און מער אינטרעסאנט.

כ׳האב אין מיינע ארכיוון א בילד פון די מאדערנע העכסט פארגעשריטענע אויקריינע אמבולאנס, עמיר עס מארגן ארויפשטעלן אי״ה.

20210312_143937 (1).jpg
20210312_143937 (1).jpg (76.69 KiB) געזען 1327 מאל
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

כ'מעג זיין א שנארער?..

מנהל, איר האט געלאזט א שרעקליכע נאך טעם!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שלמה מולכו האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
טיף אינמיטן די סעודה זענען די פארשלעפטע קראנקן-שוועסטער פון די מעזבוזער אמבולאנס סערוויס אנגעקומען, א פויער און זיין פויערטע וואס האבן שוין פארהייראט אלע אייניקלעך מיט מזל און גליק עטליכענע דרייסיג יאר צוריק. פארשטייט זיך אז זיי זענען געקומען פארפאנצערט מיט הענטשוך און מאסקעס, און האבן זיך גלייך גענומען צו דאס וואס זיי טויגן דאס.

שכח לכאורה, ווערט מער און מער אינטרעסאנט.

כ׳האב אין מיינע ארכיוון א בילד פון די מאדערנע העכסט פארגעשריטענע אויקריינע אמבולאנס, עמיר עס מארגן ארויפשטעלן אי״ה.

20210312_143937 (1).jpg

ארחיקה איז דער מיטן מאסק דארט?
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

איך בין נישט געוועהן אויף די נסיעה, און זיכער נישט גענומען קיין בילדער פרייטאג צונאכטס, די בילדער האב איך גענומען ביי מיין נסיעה מיט בוני עולם.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דער אמבולאנס איז נאך גאלד, קעגן דעם אמבולאנס וואס כ'האב געזעהן פאריאהר אינדרויסן פונעם שפיטאל (אויב מ'קען עס אזוי רופן?) אינעם שטעטל בעלזא..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איי האב איך פארפאסט די לעצטע תקופה, אזוי ביזי בין איך געוועהן
פין פאר די הייליגע טעג, אין דערנאך די גאנצע לעצטע וואך מיט מיין נסיעה קיין אר''י (איך שרייב נישט קיין טאגבוך, ווייל ס'איז געוועהן א פריוואטע סיבה, א פערזענליכע נסיעה, וואס כ'האב געדארפט אויפטוהן...) זעה איך אז פין פעיזש 47 האב איך פארפאסט סיי פין הרב לכאורה, אין סיי פין די חשובע הענדימאן... יישר כחכם, אזוי שיין אזוי זיס...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אין אזוי אויך די קומעדיגע בלעטער, איי איי צוקער זיס, ארחיקה, לכאורה..

נעבעך פאר די סטאווי מיט די אויגן, דער פראבלעם האב איך עס אסאך מאל... דער עיקר קומט דאס פון שטארקע מידקייט...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

יישר כח מומחה!

@רינדעכיג, נישט פארגעסן צו זינגען די וואך צמאה נפשי, פאר א טשעינדש...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

די וואך שלא כדרכי געגאנגען צו א שאלעם זאכער, שפאצירט אזא האלבע שטונדע.
און וואס מיינסטו האב איך געטוהן אויפן וועג?
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אה ווא, נישט געוואוסט אז ס׳נישט דיין דרך.

כאדיר שוין געזעהן ביי א שלום נקבה אויכעט.
לעצט פארראכטן דורך שלמה מולכו אום מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

צווייטע מאל דעי יאר, ערשטע איז געווען לכבודך...
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

דריטע.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

שלמה מולכו האט געשריבן:דריטע.


געדענק נישט. דערמאן מיר?
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

יענע וואך ביסטו געווען ביי 2 זכרים.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

מיגו דזכי לנפשי' זכי נמי לחברא....
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

רינדעכיג האט געשריבן:די וואך שלא כדרכי געגאנגען צו א שאלעם זאכער, שפאצירט אזא האלבע שטונדע.
און וואס מיינסטו האב איך געטוהן אויפן וועג?


וויפיל מאל איזעס איבערגאגאנגען אין די האלבע שעה?
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:די וואך שלא כדרכי געגאנגען צו א שאלעם זאכער, שפאצירט אזא האלבע שטונדע.
און וואס מיינסטו האב איך געטוהן אויפן וועג?


וויפיל מאל איזעס איבערגאגאנגען אין די האלבע שעה?

נישט געציילט, אבער זיכער ווינציגער ווי אין מעזובוש!
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

לכאורה האט געשריבן: (פרעג מיך נישט וועלכער דיין עס האט גע'פסק'נט אז דאס איז גענוג א צורך צו מאכן אמירה לעכו"ם)



כבוד המנהל שליט"א
די ארטיקלען זענען אזוי ווי וויין, ווי עלטער אלץ בעסער...
ולעצם השאלה, יפה הורה מי שהורה, עיין היטיב סימן רע"ו סעיף ג (ובסימן רע"ט סעיף ד)
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

רינדעכיג האט געשריבן:די וואך שלא כדרכי געגאנגען צו א שאלעם זאכער, שפאצירט אזא האלבע שטונדע.
און וואס מיינסטו האב איך געטוהן אויפן וועג?

וועמענס בעכער קענסטו אויסגיסן אויפן וועג??
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אור ליום ב' וירא, י"ב מרחשון תשפ"ב לפ"ק

און יעצט פירן מיר אייך צוריק, ליבע לעזער, צום שלאף צימער פונעם היימישן האטעל (עס האט עפעס א נאמען אויך דער האטעל, גיי געדענק - - עפעס Holiness) וואו איך בין אזוי רואיג און געמוטליך געשלאפן א זיסער טיפער שבת שלאף, בשעת מיין שטוב-שותף (וועלכער לאזט נישט שרייבן זיין ניק נאמען צוליב אומבאוואוסטע סיבות) דרייט זיך און פריידט זיך אין צימער און אינדרויסן כאילו ער איז נארוואס אויפגעשטאנען פון א בערן שלאף נאך אן עיבור-ווינטער.

ויהי און עס איז געווען, באשמורת הבוקר אין די פארטאגס שעות, אלעס ארום איז שא-שטיל, מען הערט נישט קיין שארך, בלויז א מילדע שניי פאלט זיך געמוטליך איבער די גאסן פון קרית הבעל שם טוב, ווען פלוצלינג האט זיך מיין שלאף איבערגעהאקט... עד היום ווייס איך נישט וויאזוי איך האב צוריקבאקומען מיין נשמה אום פינף אזייגער פארטאגס אין א שבת קודש, ווען הגם איך האב שוין פארכאפט זעקס שעה נאכאנאנד אין די אויבערשטע ספערן, האט דאס ווייט נישט געקלעקט פאר מיין פארמאטערטע גוף וואס האט זיך נארוואס ארומגעווארפן עטליכע מעת לעת אויף אוקריינער ראודס און וואלט רואיג געמעגט און געקענט ציען ביז עטליכע מינוט בעפאר סוף זמן קריאת שמע.

אבער ווען מען כאפט זיך אויף אין אזא "אדמת קודש" ווי "סמוך ונראה לציון המצויינת מרן קודש הקדשים בעל שם טוב זי"ע", בצירוף דער ידיעה אז מען האט שוין עטליכע מעת לעת ליידער נישט רעכטיג געעפנט קיין אידיש ספר, און יעצט וועט זיין די בעסטע געלעגנהייט צו לערנען א אידיש ווארט במשך דעם שבת, און מסתמא די לעצטע געלעגנהייט ביז נאכ'ן אנקומען אהיים און זיך ערהוילן פון די נסיעה, האט מען זיך אפגעגאסן די הענט בזריזות, זיך געגעבן א טו אן צוריק די הויזן [איך האב מיטגעשלעפט די נאכט קליידער אבער זיי נישט גענוצט אפילו, סיידן די שלאף ציצית און קאפל], זאקן און שיך, שטריימל, טיש בעקיטשע און רעזשוואולקע מיט'ן ווייסן שאל, און זיך ארויסגעשלייכט שטילערהייט פון צימער און דאן פון האטעל, ארויס צו די שווארצע גאסן וואס זענען געווען באדעקט מיט א דינע שיכט פון פרישע שניי ברעקלעך.

איך האב געוואנדן מיינע טריט מיט א צאפלדיג הארץ אין ריכטונג פון היכל הבעש"ט, וואו עס געפינט זיך דער מקוה און א שול מיט הייסע קאווע און ספרים. אנקומענדיג נענטער צום היכל האב איך שוין געזען אז איך בין נישט דער איינציגער שלאפלאזער פארשוין אינעם געגנט, איינער - ווארשיינליך אן אומאנער פליכטלונג - האט זיך געפינען אינעם אוהל הקדוש פונעם בעל שם טוב און דארט געטון וואס ער האט געהאט צו טון [כ'האב נישט צו שטארק אריינגעקוקט, נישט וועלנדיג מיטהאלטן יענעמ'ס עבודה, און אויך אויס ציטער אז אפשר איז דאס גאר א בייזע רוח אדער א נשמה וואס איז געקומען בעטן א תיקון...]

מיין ערשטע אפשטעל איז געווען אינעם הכנות אפטיילונג וואס געפונט זיך אויפ'ן צווייטן שטאק, נישט ווייט פון די מקוה, און פון דארט בין איך געגאנגען אין מקוה אריין, דאן אין שול וואו איך האב געזאגט ברכת התורה (אפשר קריאת שמע אויך? כ'מיין אז נישט, עס איז נאך געווען בעפאר דער עלות) פון אינעווייניג, און דאן צוריק אראפ צום קאווע שטיבל וואו איך האב מיר צוזאמגעשטעלט א קאווע [מיין ערשטע קאווע זינט איך האב פארלאזט מיין הויז כמעט דריי מעת לעת פריער! און איך בין א טעגליכער קאווע טרינקער, איך לאז ממש נישט אויס קיין קאווע אינדערפרי, אפילו אין די תעניתים טעג - ווען איך שטיי אויף בעפאר'ן עלות דערפאר, און אין א געווענליכע טאג וועל איך טרינקען מינימום צוויי קאוועס, און דריי איז אויך אן אפטע ערשיינונג. און הגם איך האב מיטגענומען צוויי קאלטע קאוועס פון דזשעי. דזשעי. חלב ישראל (איר קענט דעם ניגון?), האב איך זיי צוריקגעברענגט קיין אמעריקע גאנצערהייט, ווי געשריבן אין די פריערדיגע קאפיטלען].

יעצט איז געקומען די צייט צו אנהייבן דעם סדר היום, און ווי דער כלל איז אייביג "תדיר קודם" האב איך צוערשט געזאגט דעם יום תהלים פון שבת קודש, דעם ספר שיר השירים, דאן האב איך מעביר סדרה געווען פרשת בשלח (א זאך וואס איך טו געווענליך ערב שבת מיט די תפילין דרבינו תם, אבער זייענדיג איבערגעמידעט איז דאס נישט שייך געווען - בפרט אז איך פרוביר זייער צו מעביר סדרה זיין די גאנצע סדרה שנים מקרא ואחד תרגום אן אויסרעדן, און זיצנדיג צווישן מענטשן איז דאס א שווערע עסק). דאס אליין האט אויפגענומען בערך א שעה צייט אדער מער, אבער עס איז נאך אלץ געווען עטליכע שעה צייט ביז תפלת שחרית (און ביז דער עולם שטייט אויף... הגם איך האב שוין יא אנגעהויבן באמערקן עטליכע אויפשטענדלער זיך דרייען אין בית המדרש אין די פארטאגס שעות).

און דאן האב איך באשלאסן צו ארויסנעמען א גמרא פון שאפע און אנהייבן לערנען מסכת ברכות פון אנפאנג. איך האב שוין מסתמא געשריבן אז מס' ברכות איז מיין אזויגערופענע 'עולם הבא' מסכתא וואס איך פרוביר זייער צו איבערלערנען כאטש איין מאל א יאר, און וויבאלד איך האב ערווענט ביים ציון המהרש"א אז מיר לערנען זיינע ספרים, האב איך באשלאסן צו מקיים זיין מוצא שפתי, און טאקע אפלערנען די גאנצע מסכתא מיט'ן פירוש המהרש"א - חידושי הלכות און חידושי אגדות. כדי דאס צו אויספירן, האב איך פארשטייט זיך אויך געדארפט לערנען תוספות, א זאך וואס איך לערן נישט געווענליך ביים יערליכן חזרה, אבער מען קען דאך נישט לערנען די רייד פונעם מהרש"א אן וויסן אויף וואס ער באציט זיך.

יענעם שבת פארטאגס אין מעזיבוז האב איך דאך געהאט גאר אסאך צייט אויף די האנט, האב איך אויסער גמרא, רש"י, תוספות און מהרש"א, אויך געלערנט דעם רא"ש אויפ'ן ערשטן בלאט פון די מסכתא. אינצווישן בין איך געגאנגען נאכאמאל הכנות, און גענומען נאך א קאווע [מער ווי צוויי קאוועס וועל איך געווענליך נישט נעמען בעפאר שחרית]. עס איז שוין געווען ארום האלב נאך אכט - איין שעה בעפאר די געמאלדענע צייט פון תפלת שחרית - ווען איך האב געשפירט אז איך האב שוין 'ריטשארדזשד' דעם נשמה און איך מעג שוין צוריקגיין צום האטעל צו כאפן א בליק אויף מיינע ברידערלעך געטרייע און וואס זיי מאכן דארט.

אנקומענדיג אין האטעל האב איך שוין געטראפן רוב עולם אויף דער וואך, טייל האבן זיך ארומגעדרייט מיט די שטריימל-בעקיטשע אין קארידאר און געזאגט ברכת התורה און קריאת שמע בעפאר דער סוף זמן, בעת אנדערע האבן געטרינקען קאווע [איז געווען צוגעשטעלט קאווע דארט אין האטעל-לאבי? כ'מיין אזוי] און אנדערע האבן זיך געשטארקט די כוחות מיט אנדערע משקאות...

און דאן איז געקומען די ברייטבארימטע סוד שיח שרפי גודש'דיגער שמועס וואס האט אונז אלעמען איינגעהילט אין א ריכטיגן פורימ'דיגן אטמאספערע ווינציגער ווי שלשים יום קודם החג...

ר' סטאוו-יא האט אנגעהויבן דערציילן זכרונות פון זיינע יארן אין ארץ ישראל, און צווישן אנדערע האט מען גענומען די דרוזן און זיי צעלייגט אויף קליינגעלט, בעיקר דער פאקט - אדער אומגעשטויגענע סטיגמע - אז זיי טראגן דירעקט ברייטע הויזן צוליב ווייס-איך-וועלכע סיבה. פארשטייט זיך אז די טעמע האט געברענגט א פלייץ פון שפאטישע געלעכטערס אויף זייער חשבון, בפרט ווען דער נעכטיגער אלקאהאל איז נאכנישט גענצליך אנטרינען פונעם קערפער ביי טייל צוהערער... איז געשטאנען א קיפקע און געטרינקען קאווע, ווען בשעת מעשה הערט מען זיך צו צו דעם ממלל רברבן וואס געבט איבער סודות וואס ער האט נארוואס געזען אין מתיבתא דרקיעא... אזא רחמנות געווען נעבעך אויף די פאר פרעמדע וואס האבן קונה שביתה געווען אין זעלבן האטעל... נאך עד היום פלאגן זיי זיך געוואויר צו ווערן וואס אזאנס עס האט געקענט גורם זיין דער שטערבליכער געלעכטער-קייט אינעם לאבי און שפעטער אינדרויסן אויפ'ן גאניק, וואו עס איז צוליב דער פרעסט געגאנגען א פארע נישט נאר פון קאווע שאל נאר אויך פון אלעמענ'ס מיילער.

ווען עס איז ענדליך שטילער געווארן און דער עולם האט זיך אריבערגעקליבן אין מקוה אריין אדער אין די ארומיגע שולן צו לערנען א אידיש ווארט, האב איך ארויפגעקלעטערט די פאר שטיגן פונעם האטעל-לאבי צום העכערן שטאק, וואו עס איז דא א גרויסער שויב מיט א הערליכן אויסקוק צום האריזאנט, און אט דארט האב איך זיך פאר'חלומ'ט אויפ'ן ווייטן ארום וואס קוקט נאך יעצט אויס אקוראט ווי מר. העכטקאפ האט אפגעמאלן פאר מחניים, בלי שום גוזמא כלל! מען זעט בערג און טאל, און פעלדער און וועלדער, מיט א מיליטערישע פעסטונג צו דער זייט צו ערגענצן דעם ערהאבן בילד. איך האב זיך שווערליך אפגעריסן פון דארט צו גיין מאכן די לעצטע צוגרייטונגען צו תפלת שחרית.

המשך יבא אי"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”