טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך שלמה מולכו » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:19 am

קיפ איט אפ חורי,
שרעקליך אינטרעסאנט.

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:27 am

מ׳האמיר זייער הנאה! שכח

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 12:30 pm

שפאנונג אויפן העכסטן גראד

גיי ווייטער....
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 8:54 pm

נאדיר גאזאלין.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 9:19 pm

הערליך לכאורה!! דו שרייבסט עס אראפ זייער לעבעדיג און פילפארביג.

אבער באמת קומט מיר אן שווער צו ליינען דעם אשכול ווייל דאס זענען פון די זאכן וואס ע"ש... וויבאלד איך האב שטארק געוואלט פארן און נישט געקענט.

אבער דיין שפראך איז גאלד. נעקסט טיים דער כהן פארט מאכן א פטר חמור אין בבל זאל ער דיר אויך מיטנעמען.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 9:22 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:הערליך לכאורה!! דו שרייבסט עס אראפ זייער לעבעדיג און פילפארביג.

אבער באמת קומט מיר אן שווער צו ליינען דעם אשכול ווייל דאס זענען פון די זאכן וואס ע"ש... וויבאלד איך האב שטארק געוואלט פארן און נישט געקענט.

אבער דיין שפראך איז גאלד. נעקסט טיים דער כהן פארט מאכן א פטר חמור אין בבל זאל ער דיר אויך מיטנעמען.

:lol: :lol:

אוועטאר
שאשא
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך שאשא » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 9:34 pm

לכוארה א ריזיגע טענק יוא
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:21 pm

גם אני לוקק אצבעותי, גוד דשאב מנהל.. והרבה יותר ממה שכתוב כאן

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:44 pm

באלעק מיר זיך די פינגער עז יוזשעל פון דיינע טאגבוכער!!
קיפריאפ!
(איבער דיע קנאה חלק העמיר נישט רעדן)

ערעב איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך ערעב איד » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:56 pm

ש'כח לכאורה!
די מעלה פון שרייבען אזוי שטייט איז אז איך פיל די אנגסט און עקסייטמענט אין ריעל טיים

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5873
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:03 pm

וואוו וואס דא טיצעך נישט! דו מאכסט מיר טשילס.

קיפיראפ

אוועטאר
משה צימערינג
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך משה צימערינג » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:45 pm

לכו׳ וגו׳
תודה רבה
היומן שלך היא משהו מיוחד וכו׳
כה לחי ....
זינט גילוי האט זיך גע'גילוי'ט האט זיך נאכנישט אפגעטון אזא ג'גילוי'עכץ... (קרעדיט לכו... וגו')

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:56 pm

נאר צו מעלדן, מיר זיצן אויך אויף די ׳שפאנונג׳ באס. קיפ איט גאואינג

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג פאברואר 19, 2021 2:05 am

WOW
מעכטיגע פיעדבעק

איך האב אזוי געוואלט שרייבן א פרישע קאפיטל היינט, אבער איך בין געווען פארנומען מיט א דבר מצוה

אבער ברצות ה' אשלים אותו
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3371
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג פאברואר 19, 2021 7:48 am

אקעי. אקעי. אונז פארשטיימער די ווינק.

שכל מנהל ראשי פאר די ציענדע באריכט. ס'ליינט זיך ווי א טאגבוך פון לכאורה... !
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך א גולם » פרייטאג פאברואר 19, 2021 12:32 pm

לכוארה א ריזיגע טענק יוא

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג פאברואר 19, 2021 12:45 pm

לכאורה דיי טאג בוך מאכט א ערד ציטערניש אזש די שטויב פון אלטע ניקס פאלן אראפ
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
משה צימערינג
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך משה צימערינג » פרייטאג פאברואר 19, 2021 3:30 pm

לכאורה האט געשריבן:WOW
מעכטיגע פיעדבעק

איך האב אזוי געוואלט שרייבן א פרישע קאפיטל היינט, אבער איך בין געווען פארנומען מיט א דבר מצוה

אבער ברצות ה' אשלים אותו

דאס הייסט אז בנוסף צו אלעם זענט איר נאך א בעל חסד אויך
האו נייס
זינט גילוי האט זיך גע'גילוי'ט האט זיך נאכנישט אפגעטון אזא ג'גילוי'עכץ... (קרעדיט לכו... וגו')

אוועטאר
חמרא טבא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9803
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג פאברואר 19, 2021 3:33 pm

א דבר מצוה קען מיינען שניידן די נעגל לכבוד שבת

#דזאסט סעיאינג...
דביה תחדי נפשא

ליבי ובשרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך ליבי ובשרי » פרייטאג פאברואר 19, 2021 3:45 pm

טשולענט בית איז עפעס אן עבירה.....?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 9:13 pm

המשך

דעפעשעס זענען ווייטער געפלאסן, א שטייגער ווי אזא געשפרעך מיט א חשוב'ע ניק וואס איז למעשה טאקע מיטגעקומען. עס הייבט זיך אן: "וואס איז די בודזשעט?", דער ענטפער איז: "נאכנישט דא קיין ציפערן. מ'רעדט פון מיטוואך ביז זונטאג, א שבת אין מעזיבוז און נסיעות קיין אומאן, אניפאלי, בארדיטשוב ועוד". יענער: "ס'גלוסט מיר צו גיין אבער איך דארף האבן א בערכ'דיגע השגה פון וויפיל מ'רעדט. לאמיך ביטע וויסן ווען מ'ווייסט. יישר כח". שפעטער אין זעלבן טאג שרייב איך אים: "מ'רעדט יעצט פון בערך 1,200-1,400. קענסט איבערשמועסן מיט ארחיקה נדד, ער איז דער ראש העסקנים". און ער ענטפערט: "שוין געמאלדן איך בין אין בעזה"ש"...

שפעטער יענעם אווענט, פון נאך א ניק וואס איז למעשה מיטגעקומען: "וואלט געוואלט וויסן מער פרטים, יישר כוח". מיין ענטפער אין קורצן: "ווענד זיך צו "ארחיקה נדד"". און מיט דעם האט זיך געענדיגט אונזער געשפרעך.

דעם זעלבן אויפדערנאכט באקום איך א מעלדונג פונעם ראש העסקנים, אין רעאקציע צו מיינס א ברבים'דיגע תגובה אז דער פרייז שטייט צווישן 12 און 14 מאות, וזה לשונו: "פרייז איז ארום 15 מאות".

א טאג דערויף, דאנערשטאג, קומט אריין א בריוועלע פון א ניק וואס איז למעשה נישט מיטגעקומען (אדער איז ער יא געקומען, נאר מיט אן אנדערע ניק נאמען... טייל מיטרייזנדע האבן אויסגעקליבן די אפציע פון ארויסגעבן בלויז איינע פון זייערע מערערע ניק נעמען...): "כ'האב שטארק חשק זיך צו באטייליגן ביים נסיעה." איך האב אים רעפערירט צו ארחיקה נדד, כמובן.

אינמיטן טאג איז אריינגעקומען א רירנדע בריוול פון א חשוב'ע ניק, וזה לשונו: "אז ס'פעלט אויס, קענען מיר כאטש זיך באטייליגן עפעס מיט דיני ממונות פון אפאר הונדערט טאלער אז מ'זאל מזכיר זיין לרפ"ש ביי יעדע פלאץ א קרוב מיינער"... [ולשבחו יאמר, דער איד האט זיך משתתף געווען מיט א סכום הגון מאד, און מיר האבן טאקע מזכיר געווען דעם נאמען לרפו"ש ביי יעדע פלאץ וואו מיר האבן מתפלל געווען].

דינסטאג דערויף האט דער נדבן שוין איבערגעגעבן דאס געלט פאר "ארחיקה נדד", און מיר געפרעגט אין אישי אויב ער וועט מיר דארפן דערמאנען דעם נאמען לרפו"ש. מיין אנטווארט: "איך שטעל מיך פאר אז דו האסט געזאגט פאר'ן עסקן אויך דעם נאמען, און ער וועט עס מיטנעמען אין זיין טאבלעט (אולי וועל איך מיטשלעפן דעם לעפטאפ, נאכנישט באשלאסן)".

ערב ראש חודש שבט האב איך געמאלדן ברבים ווי פאלגנד:
"אור ליום ד' וארא, ער"ח שבט תשפ"א. נאכ'ן מצליח זיין אויפצופיקן 'סטיעם' ביים חשוב'ן ציבור, האט דער וועד המסדר באשלאסן צו נעמען דעם נסיעה צום נעקסט לעוועל בלע"ז און עפענען נאך עטליכע סלאטס, כדי צו קענען אנפולן אביסל א גרעסערן באס וואס איז אגב עטוואס באקוועמער אויך. צו דעם צוועק האט מען ארגאניזירט א מאסיווע אקציע אריבערצושלעפן דעם אשכול פון קהל פארברענגן צו קהל קרעטשמע, מיט די האפענונג אז מער אויגעלעך וועלן זיך באגעגענען דערמיט און זיך צוכאפן דערצו. עס איז פארבאטן ארויסצוגעבן די ליסטע פון איינגעשריבענע, אבער מיר קענען זאגן מיט זיכערקייט אז עס גילטעט אויף דעם דער כלל גדול פון מי ראה את אלה יוצאים ולא יצא... פון דעם נסיעה וועט מען נאך רעדן חדשים און יארן - איר ווילט דאס נישט פארפאסן! ווער עס איז ערנסט פאראינטערעסירט, זאל זיך ביטע מעלדן אין דעם אשכול אדער ביי מיר אין אישי, און מיר וועלן אים דירעקטירן צום הויפט ארגאניזירער ר' ... ני"ו און פון דארט און ווייטער וועט שוין פארן א באן בס"ד. הק' לכאורה בשם וועד המסדר"

און א שארפע תגובה לאנדעט אין מיין אישי קעסטל, פון א גוטער חבר אין ווירקליכן לעבן: "דו ברויכסט פראסקעס? פארוואס איז דאס געווען אין פארברענגען ביז יעצט? אייראפע? איך וואלט געגאנגען וואוינען דארט, קום אריין מיט דעטאלן און איך וועל זעהן צו סיז אינטערעסאנט פאר מיר, ווייל אוקריינע איז די איינציגסטע פלאץ ווי איך בין נאך עכט נישט געווען ווייל מקען דארט נישט פארן אליין, איבער גאנץ אייראפע דרייוו איך אליין". (יענער איז למעשה נישט מיטגעקומען, אבער האט גענומען פון מיר די פלייט נומערן פון אלע וועגן [הין, צוריק, און קאנעקטינג], שרייבנדיג אין אישי: "גיב מיר פלייט נומבער ביטע, גיימער ענק טרעקן". און ווי איך פארשטיי איז ער געזיצן צוגע'גלו'ט צום מאשין צו מאכן זיכער אז דער פליגער פאלט נישט אראפ אונטערוועגנס... ביים לאנדן האב איך שוין געהאט א טעקסט פון אים אויפ'ן טעלעפאן, און מיר האבן זיך געשריבן הין און צוריק ווען דער פליגער האט געהאלטן אינמיטן צופארן צום טערמינאל אויפ'ן וועג אהיים)

א געוויסער ניק ווענדט זיך צו מיר אין אישי מיט א מורא'דיגע דילעמא און א מעגליכע לעזונג, וזה לשונו: "אוי חלש איך זיך מיטציכאפן מיט אזא נסיעה.. איין עיקר דאגה האב איך. וויאזוי זאג איך פאר מיין נות בית און ארומיגע איך וול פארן מיט א "אייוועלט נסיעה". ס'איז דא עפעס א נארמאלע עצה פאר דעם? אפשר אדווערטייזט מען עס אין א אויסגאבע לשם גילוי?". מיין אנטווארט: "רוב חברה זאגן "חברים"... עס קען זיין חברים פון שול, פון ישיבה, פון די גאס". יענער איז נישט באפרידיגט: "אבער איך דארף נעמען - וואס זיי וויסן איך בין לכאורה אינגער ווי רוב אנדערע, איך בין נאכנישט דרייסיג! ס'וועט נישט ארבעטן. די נעקסטע וועט גיין מער פאבליק? שרייבנדיג פאלט מיר ביי צי זין א איד מיטצושלעפן און סוועט עס ראטעעוען, לאמיר האפן ס'וועט זיך אויסארבעטן". (פרעגט מיך נישט פשט אין די לעצטע ווערטער.. כ'ווייס אויך נישט). איך שיק אים גלייך ווייטער צום עסקן: "ווענד זיך ביטע צו "ארחיקה נדד" - דער עסקן ראשי פונעם נסיעה, ער וועט דיר זיין בייהילפיג בכל פרט ופרט". (ער איז למעשה נישט מיטגעקומען, וויבאלד דער דאטום האט זיך נישט גוט אויסגעארבעט ביי אים אין שטוב).

דער ניק וואס האט ערלעדיגט די טיקעטס פאר'ן ציבור, שרייבט מיר אין אישי: "מאכסט מיר אויך פוטערפלוגן, אבער אויף פארקערט אז איך גיי עס פארפאסן.. דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל פארן, קומען און דארט זיין מיט פיהל הצלחה און פועל'ן אלעס גוטס. דו האסט באקומען דיינע טיקעטס, ריכטיג?". כ'האב אים צוריקגעשריבן אז איך האף ער מאכט כאטש עפעס געלט אויף די טיקעטס, און אויך אז איך האב דערווייל נישט באקומען גארנישט. ער ענטפערט אז עפעס געלט וועט ער זען דערפון, אבער נישט מי יודע וויפיל. ער האלט עס פאר א זכי' צו צוהעלפן די נסיעה, זינט ער קען זיך נישט אליינס משתתף זיין צוליב א שמחה אין די משפחה (ב"ה).

פרייטאג איז אריינגעקומען א בריוול פון א ליינער: "איך האב זייער חשק מיטצופארן. ביטע פיל מיר אריין די דעיטס פון די נסיעה & פרייז אד"ג. א גוט שבת". כ'האב אים געשריבן די דאטומס, די פרייז, און געשיקט צו ארחיקה נדד פאר מער פרטים. ווארשיינליך האט ער נישט געקענט מיטקומען למעשה, ווייל ביום הנסיעה האט ער אריינגעשיקט אין אישי די נעמען פון זיין גאנצע פאמיליע (מיר האבן דאס פארגעליינט ביי יעדע פלאץ. ער האט געפרעגט וואו צו שיקן דעם פדיון, האב איך געענטפערט [שוין נאך די נסיעה] אז איך נעם נישט קיין געלט פאר די הזכרות, אבער היות עס איז געבליבן א שטיקל לאך ביים עסקן ומסדר, זאל ער זיך צו יענעם ווענדן. כ'האב קיין אנונג אויב ער האט מקיים פסק געווען, אבער דער לאך איז שוין ב"ה אנגעפולט געווארן, לויט ווי ארחיקה נדד געבט מיר איבער).

אינעם טאג פונעם דעדליין האט זיך נאך איינער געמאלדן, וזה לשונו באישי: "א גוט יאר! גייט טאקע זיין א נסיעה? דאטום? פרייז? קען איך זיך נאך מיטכאפ'ן?". איך ענטפער אין איילעניש: "יא, מ'קען זיך נאך מיטכאפן, אבער דער דעדליין איז היינט. מען פארט אי"ה ארויס מיטוואך נאכמיטאג, און מ'קומט צוריק זונטאג אי"ה. פרייז ארום פופצן מאות. ווענד זיך ווי אמשנעלסטן צו די ניק "ארחיקה נדד", דער עסקן ראשי פון די נסיעה".

און... איינער האט זיך דערמאנט נאכ'ן דעדליין: "א גוטן, וויפיל קאסט מיטצוקומען מיט די נסיעה? איך טראכט אפשר זיך מיט צו כאפן." איך ענטפער: "אלעס צוזאמען קומט עס אויס צו פופצן מאות. אויב קלערסטו ערנסט, פארבינד זיך 'שוין' מיט "ארחיקה נדד" - דער ראש העסקנים - כ'האב מורא ער נעמט שוין אפילו נישט אן פרישע". (ער איז למעשה נישט מיטגעקומען).

און א ניק פון אייראפע מעלדט זיך מיט אן אינטערעסאנטע פראגע: "א גוטן הערר לכאורה. עטליכע שאלות בנוגע צום גרויסארטיגן נסיעה. 1. פון ווען ביז ווען גייט עס ווירקליך פארקומען? 2. אויב איך קום פון יוראפ דהיינו איך צאל אליינס די פליגער, וויפיל קאסט שבת, נסיעות ושאר ירקות? א דאנק". מיין ענטפער: "פאר אלע פרטים ווענד זיך ביטע צו ר' "ארחיקה נדד", דער עסקן פון די נסיעה". (כ'האב קיינמאל צוריקגעהערט פון אים, ביז'ן אנקומען קיין מעזבוז האב איך נאך געקלערט אז עס ווארט אונז אפ דארט א סורפרייז - נאך א ניק וואס שטעלט זיך צו אויף שבת - אבער כ'מיין עס האט זיך למעשה נישט אויסגעארבעט, זינט איך האב גארנישט געהערט פון אים דארטן).

המשך יבא אי"ה
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 9:14 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פרישע חמין לכבוד מוצש"ק.

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך קענטאקי » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 9:20 pm

יעדעס ווארט צום באלעקן. יישר כח

אוועטאר
שאשא
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך שאשא » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 11:45 pm

א ריזיגע שכח
[א פיינע שפראך]
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

תגובהדורך אידישע מוח » זונטאג פאברואר 21, 2021 12:05 am

Wow זייער אינטרעסאנט
יישר כח גדול


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yoy, הולך בדרכי אבות, לפנות בוקר און 14 געסט