פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

1)די ראחמיסטריווקא רבי פון ירושלים מאכט אייביג די פורס מפה ומקדש ביים טיש פורים נאכמיטאג ערב שבת. כמנהג רבו ר משה ארי זצ"ל
2) לעצטע מאל (תשס"ח) איז געווען צענדליגער מנינים קבלת שבת אין ראדני שפעט פרייטאג צונאכט. ווייל דער עולם איז געשלאפען פונים זמן ביז שפעט.
3) ערב שבת חנוכה איז אויך די זעלבע מח' המנהגים צו מדאווענט פרי מנחה
4) בדרך אגב ווען די ראחמיסטריווקא רבי פון ירושלים שערט זיך אפ ערב שבת דאווענט ער מנחה גלייך נאך חצות, אלץ "לא ישב לפני הספר סמוך למנחה"
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:1)די ראחמיסטריווקא רבי פון ירושלים מאכט אייביג די פורס מפה ומקדש ביים טיש פורים נאכמיטאג ערב שבת. כמנהג רבו ר משה ארי זצ"ל

3) אין סקווירא איז א קפידה צו צינדן חנוכה ליכט דווקא נאך מנחה.

4) גאר אינטערעסאנט (דאס מיינט טעקניקלי אז אלע חסידים האלטן מיט אז דער רבי האט זיך אפגעשוירן...)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

דריי אינטערסאנטע קרישקעלעך.
1)אין ירושלים ליינט מען פינף וואכען אין א צו צווי ספרי תורה'ס
2)אין מליינט די זעלבע הפטרה צווי וואכען אין א צי
משפטים שקלים ור"ח
תרומה זכור הפטרה שמואל א, טו,
תצוה פורים ויבוא עמלק הפטרה שמואל א, טו,
כי תשא פרה
ויקהל-פיקודי החודש
3) צוויי מאהל א יאהר ליינט מען א יומא דפגרא קריאה פון פרשת השבוע. תשעה באב ואתחנן כי תוליד אין תענית אסתר תשא ויחל. נישט דאס יאהר ווייל פורים איז תצוה
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

איז לאמיר אריינקומען וואס מיינע פלענער זענען:
קודם כל פאריגע מאל בין איך געווען א אינגע בר מצוה בחור'ל געדענק איך אז איך בין געגאנגען אין מקוה נאכמיטאג און וואס דארט האט זיך אפגעהיטן זאל דער בוכ"ע אונז באשיצן פון אלעם נאס... מיין פאטער איז אנגעוקמען אהיים צום זמן נאכדעם וואס איינער האט אים דעליווערט,... מיר זענען געגאנגען און שול אריין סאם האו איז די רב נישט געווען דארט ביי מנחה ס'האט גענומען אפאר מינוט און קיינער איז נישט צוגעגאנגען צום עמוד ביז ענדליך זעהט מען איינעם צוגיין מרצונו הטוב די ניכטערע עולם האט אפגעאטעמט אז אט הייבט מען אן, מיט א גרויס ברען און קאך פאנגט יענער אן שיר השירים אשר לשלמה, און ס'האט זיך געטוהן א שיר השירים אשר לא היתה כזאת לישראל מאז היתה לשיכור.. דער האט אפגעדאוונט מנחה און געוואלט ווייטער זאגן לכו נרננה מיין פאטער האט נישט געהאט קיין געדולד צו אים האט ער אים אוועקגעשלעפט און ער איז אליין צוגעגאנגען איז יענער ארום אין ביהמ"ד און פארפירט אז מ'האט אים בא'גנב'ט דעם עמוד ביז מיין פאטער האט אים דאס געמוזט צוריקגעבן,
ס'איז געווען נאך זאכן נאר דאס איז בקיצור פון וואס איך געדענק.
און יעצט וועל איך צוקומען צו מיין פלאן וואס דאס קומט לאור וואס מיין טאטע טרונקט נישט געווענליך אינמיטן יאר נאר פורים ממילא ווערט ער שנעלער ניכטער, אבער אני הקטן (איך בין גארנישט אזוי קליין קום קוקן מיין סקעיל...) גלייך זייער דעם ביטערן טראפ און הגם סתם אזוי טרינק איך מיט א מאס אבער פורים דארף מען דאך טרינקן יותר מכפי יכולתו... עפעס אזוי..
ממילא איז אונזער פלאן אזוי:
מ'וועלמיר אויפשטיין פארטאגס, לערנען עפעס בין מגילה למגילה, אויב איז נאך דא אפאר מינוט פאר שחרית וועל מיר גיין אביסעלע נאך געלט נאכדעם וועט מען דאווענען א פייערדיגע שחרית און אויסבעטן אלעס גוטס פאר מיר אין די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל, נאכדעם וועלמיר אראפלייגן א פייערדיגע מגילה ליינען וואס וועט נעמען בערך 25מינוט א האלבע שעה, דערנאך וועט מען גיין שניידן די נעגל זיך צוזאמפאקן די רענצל פאר שבת, און זיך אנטוהן די ווייסע בעקיטשע מיט די ווייסע שטריימל (אפשר נאך פארן דאווענען וועל מיר שוין זעהן אי"ה) ארויפגיין טראגן משלוח מנות פאר אפאר אידן וואס זענען גאר נאנט צו מיר, און אויב וועל מיר נאך זיין אין קרית יואל ביי חצות וועלמיר אריינכאפן א מקוה, און זיך אריינזעצן אין די קאר און ויסעו מ'פאר מיר קיין מאנסי צום פאטער זז"ג און שטארק, לויט די זייגער וואס מ'קומט אהן קיין מאנסי אפשר וועל מיר נאך ארויפגיין צו אפאר אידן נאך געלט, אנקומענדיג צום פארטער אינדערהיים וועלמיר זיך באקוועם מאכן און ארויסנעמען 3 פלעשער לכה"פ און ארויסלייגן אויפן טיש און איין פלאש וועט מען באהאלטן אזוי אז מ'זאל מיר דאס קענען האבן אויף צו קידוש מאכן און פראווענען די סעודה ליל שבת וואס מ'וועט מיר לכאו' וועלן אוועקנעמען די וויין ממילא וועל מיר האבן גרייט על כל צרה שלא תבא....
נאכדעם וועט מען זיך וואשן און אנפאנגען די עבודה און טרינקען און טרינקען און טרינקען עד דלא ידע אזוי ווי מ'האט מיר אויסגעלערנט אז מיין זיידע האט מקיים געווען די מצוה פון חייב איניש פשוטו כמשמעו, און ווען ס'וועט קומען פארן זמן וועט מען אפברענען די ליכט, און טאנצן אין ביהמ"ד אריין אראפלייגן א דאווענען בין איך נישט אחריות אויף וואס גייט פארגיין דארט....
דערנאך ווען מ'וועט אהיימקומען צום סעודה וועט מען מאכן קידוש אויף א פילן גלעזל וויין און פראווענען א סעודת שבת ופורים כדבעי למען ישמעו ויראו און זאלן די בני המן צוקלאפט און צושאקלט ווערן ויתרומם קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א.

וויאזוי זינגט נאר יוסף משה כהנא?
ווען א איד ווייסט נישט וואס איז די חילוק צווישן ארור המן אין ברוך מרדכי
האט ער געטרונקען האט ער געטרונקען האט ער געטרונקען עד בלי די!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

מאכסט מיר דזשעלי בין. וואס זאל איך טוען אז מיין טאטע וואינט נישט אין מאנצי ואין כאן לא רענצעל ולא ווייסע בעקיטשע.....
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:התאחדות הרבנים האט לעצטע מאל ארויסגעגעבן א קול קורא אז די גבירים זאלן עפענען די טירן מוצאי און זונטאג, ווייל פורים איז זייער קורץ.

אבער נאר די משולחים האבן עס געליינט...

אפשר וואלסטעס געקענט געיבן אזא ברעינג אהער.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

maybeeynot האט געשריבן:מאכסט מיר דזשעלי בין. וואס זאל איך טוען אז מיין טאטע וואינט נישט אין מאנצי ואין כאן לא רענצעל ולא ווייסע בעקיטשע.....

נאר דאס איז די פראבלעם שוין אבער די עיקר די מצוה פון טרינקען קענסטו דאך ווייטער מקיים זיין
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:1)די ראחמיסטריווקא רבי פון ירושלים מאכט אייביג די פורס מפה ומקדש ביים טיש פורים נאכמיטאג ערב שבת. כמנהג רבו ר משה ארי זצ"ל

איך בין געווען איין יאר אין ירושלים ווען שושן פורים איז געווען פרייטאג. האדמו"ר מרחמסטריווקא האט געענדיגט 'איבערליינען' די מגילה (נאכן עס הערן אין שול כמנהגו) וואס נעמט דריי שעה, איז שוין געווען די זמן.

ער האט געגעבן משלוח מנות און אריינגעכאפט א גלאז וויין פאר די שקיעה. נאכן שקיעה איז געווען די 'אספרה' טיש אן קיין עסן און טרונקן. איך געדענק נישט אויב ער האט געדאווענט מנחה פריער אדער שפעטער. אבער דאס איז זיכער, אז ער האט געפאסט און גארנישט געגעסן גאנץ פורים...

מוצאי שבת (צווישן שיתסר און שיבסר) איז געווען די משתה היין טיש.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

צו 'אריינכאפן' א גלאז וויין נאכן פאסטן א טאג דארף מען קענען...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

בין איך געוואויר געווארן אז איבער דאס זינגען שושנת יעקב אין אזא שבת מברכים אדר איז דא א געטיאכץ, צו מ'זינגט יא אדער נישט, ברויך מען הערן פון די זקני תלמידי רבינו הק' זי''ע ווי אזוי מ'האט זיך געפירט דעמאלט'ס
אני כשלאצמי. זע איך נישט קיין סיבה נישט צו זינגען, האט מען געזינגען איז וואס?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ניס קראכער האט געשריבן:בין איך געוואויר געווארן אז איבער דאס זינגען שושנת יעקב אין אזא שבת מברכים אדר איז דא א געטיאכץ, צו מ'זינגט יא אדער נישט, ברויך מען הערן פון די זקני תלמידי רבינו הק' זי''ע ווי אזוי מ'האט זיך געפירט דעמאלט'ס
אני כשלאצמי. זע איך נישט קיין סיבה נישט צו זינגען, האט מען געזינגען איז וואס?

וואס רעדסטו...
ס'קען נאך אריינברעגנען שמחה פאר מען מעג.. (כ'רעדט פון די קארני שמייכל וואס מ'גיבט ווען מ'הייבט עס אן צו זינגען..)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

וואס איז די הלכה היי יאר זונטאג נאך פורים, מ'גייט מיט בגדי שבת?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

צוקער וואסער האט געשריבן:וואס איז די הלכה היי יאר זונטאג נאך פורים, מ'גייט מיט בגדי שבת?

ווענדט זיך וואו פונקטליך, איך מיין אז אין א גרויס חלק חסיד'ישע מקומות יא.

אין אסאך פלעצער זענען די שושן פורים טישן זונטאג נאכמיטאג.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ניס קראכער האט געשריבן:בין איך געוואויר געווארן אז איבער דאס זינגען שושנת יעקב אין אזא שבת מברכים אדר איז דא א געטיאכץ, צו מ'זינגט יא אדער נישט, ברויך מען הערן פון די זקני תלמידי רבינו הק' זי''ע ווי אזוי מ'האט זיך געפירט דעמאלט'ס
אני כשלאצמי. זע איך נישט קיין סיבה נישט צו זינגען, האט מען געזינגען איז וואס?

לכאורה ברויך מען צו זינגען.. ס'שטייט דאך כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה כך משנכנס אדר מרבין.. נו אויב אב לייגן מיר צו די דריי וואכן.. מדה טובה מרובה...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:וואס איז די הלכה היי יאר זונטאג נאך פורים, מ'גייט מיט בגדי שבת?

ווענדט זיך וואו פונקטליך, איך מיין אז אין א גרויס חלק חסיד'ישע מקומות יא.

אין אסאך פלעצער זענען די שושן פורים טישן זונטאג נאכמיטאג.

ווי ווייט איך געדענק איז עס פונקט ווי יעדעס יאר שושן פורים.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

דאס האט א מקור אין ספרים ?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כ'האב שוין מיטגעלעבט צוויי פורימ'ס שחל להיות בערב שבת בימי בוגרי, עטליכע נקודות פון וואס כ'געדענק

פרייטאג נאכמיטאג איז א סכנה צו גיין אין מקוה

די לעכט האט מען אנגעגרייט ניכטערהייט

מ'האט געטרינקען ביז'ן גיין אין שוהל דאווענען

ביים דאווענען טוט מען וואס די וויין הייסט, נישטא קיין ספעציפישע מנהגים

מוצאי שבת ווערט געפראוועט שושן פורים טישן, מאבילס מיט מוזיק פארן ארום, מענטשען גייען נאך געלט אבער נישט די זעלבע ווי פורים אליינס

זונטאג גייט מען מיט בגדי שבת און מאיז ממשיך מיט די שושן פורים טישן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:וואס איז די הלכה היי יאר זונטאג נאך פורים, מ'גייט מיט בגדי שבת?

ווענדט זיך וואו פונקטליך, איך מיין אז אין א גרויס חלק חסיד'ישע מקומות יא.

אין אסאך פלעצער זענען די שושן פורים טישן זונטאג נאכמיטאג.

ווי ווייט איך געדענק איז עס פונקט ווי יעדעס יאר שושן פורים.

אין בעלז גייט מען בבגדי חול
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

איך געדענק אז מ'טרונקט ווייניגער ווי יעדע יאר, האט עס א מקור, אדער ס'קומט פשוט ווייל ס'דא ווייניגער צייט?
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:1)די ראחמיסטריווקא רבי פון ירושלים מאכט אייביג די פורס מפה ומקדש ביים טיש פורים נאכמיטאג ערב שבת. כמנהג רבו ר משה ארי זצ"ל
2) לעצטע מאל (תשס"ח) איז געווען צענדליגער מנינים קבלת שבת אין ראדני שפעט פרייטאג צונאכט. ווייל דער עולם איז געשלאפען פונים זמן ביז שפעט.
3) ערב שבת חנוכה איז אויך די זעלבע מח' המנהגים צו מדאווענט פרי מנחה
4) בדרך אגב ווען די ראחמיסטריווקא רבי פון ירושלים שערט זיך אפ ערב שבת דאווענט ער מנחה גלייך נאך חצות, אלץ "לא ישב לפני הספר סמוך למנחה"

3) אין סקווירא איז א קפידה צו צינדן חנוכה ליכט דווקא נאך מנחה.

4) גאר אינטערעסאנט (דאס מיינט טעקניקלי אז אלע חסידים האלטן מיט אז דער רבי האט זיך אפגעשוירן...)

ס’מיינט אז טעקניקלי דארף מען זיך נישט שערן ערב שבת
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

קרייסלער האט געשריבן:כ'האב שוין מיטגעלעבט צוויי פורימ'ס שחל להיות בערב שבת בימי בוגרי, עטליכע נקודות פון וואס כ'געדענק

פרייטאג נאכמיטאג איז א סכנה צו גיין אין מקוה

די לעכט האט מען אנגעגרייט ניכטערהייט

מ'האט געטרינקען ביז'ן גיין אין שוהל דאווענען

ביים דאווענען טוט מען וואס די וויין הייסט, נישטא קיין ספעציפישע מנהגים

מוצאי שבת ווערט געפראוועט שושן פורים טישן, מאבילס מיט מוזיק פארן ארום, מענטשען גייען נאך געלט אבער נישט די זעלבע ווי פורים אליינס

זונטאג גייט מען מיט בגדי שבת און מאיז ממשיך מיט די שושן פורים טישן

;l;p-
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

הרה"ג ר' אשר מאנן שליט"א דומ"ץ סאטמאר מוירטל בגליון שערי מתיבתא
אטעטשמענטס
רא מאנן.png
רא מאנן.png (83.66 KiB) געזען 480 מאל
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אום אני חומה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:וואס איז די הלכה היי יאר זונטאג נאך פורים, מ'גייט מיט בגדי שבת?

ווענדט זיך וואו פונקטליך, איך מיין אז אין א גרויס חלק חסיד'ישע מקומות יא.

אין אסאך פלעצער זענען די שושן פורים טישן זונטאג נאכמיטאג.

ווי ווייט איך געדענק איז עס פונקט ווי יעדעס יאר שושן פורים.

אין בעלז גייט מען בבגדי חול

הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל פלעגט אזא יאר גיין מיט מלבושי שבת

און געזאגט תחנון
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אין סאטמאר האט מען בכלל געהאלטן שושן פורים מער יו"ט'דיג, צוליב וואס דער רבי איז געווען רב אין ירושלים.
אבער בכלל אין אסאך חסידישע פלעצער האט מען געמאכט א סעודה און געגאנגען בבגדי שבת משום כבודו של ירושלים, למשל אין זידיטשוב.

איך בין נאר נייגעריג וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין סיגוט, און אין צאנז.

כ'רעד פון סתם א יאר שושן פורים,
איינער ווייסט?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

שמואל בארג האט געשריבן:הרה"ג ר' אשר מאנן שליט"א דומ"ץ סאטמאר מוירטל בגליון שערי מתיבתא

מען קען זיך וואשן פאר חצות און ציען א סעודה ביז נאכט אריין? ארומגיין צו מענטשן טראגן משלוח מנות? און צירוק קומען?
על "טעם וריח" אין להתווכח
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”