אויף וואס תשובה צו טון בימי השובבי"ם

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

אויף וואס תשובה צו טון בימי השובבי"ם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פון פיציווייז אן זיץ איך שוין מיט מיין טאטע ביי די שובבי"ם שלש סעודות תורה'ס וואו די רבי (שליט"א לייוו אדער ז"ל פונעם אמפליפייער, נישט קיין נפקא מינא) רייסט איין עולמות אז מ'זאל תשובה טוהן אויף די "חטא הידוע". ס'איז געווען א דבר פשוט ביי מיך אז מ'רעדט פון גאר א הארבע חטא, אבער פונקטליך וואס דאס איז, לא נודעתי.
ס'איז מיך אפילו נישט איינגעפאלן זיך צו וואונדערן, ווייל איך הער שוין פון דעם רעדן פון ווען איך בין נאך געווען א שאינו יודע לשאול, און ביי דעם איז עס געבליבן.
גראדע איין מאל ווען איך בין אביסל עלטער געווארן האב איך יא געפרעגט מיין טאטע אויפן וועג אהיים פון די "טעיפס" (גיי ווייס פארוואס א USB רופט מען טעיפס), אבער ער האט גאנץ געשיקט פארדרייעט די שמועס אזוי אז איך האב פארשטאנען נישט איבערצופרעגן.
בלית ברירה האב איך גענאשט אינפאו פון דא און דארט און אליינס געמאכט מיין מסקנא אויף וואס איך דארף תשובה טוהן אין די שובבי"ם טעג.

***
ס'דינסטיג צופרי 12:38.
עהההה, 12:38 איז נישט ממש צופרי, אבער די געלאסנקייט מיט וואס חיים שמעון רייכערט זיין ציגערעאטל ביים בית המדרש אריינגאנג מאכט עס אויסזעהן צופרי'דיג.
איך - שטומפיג - יאג מיך ארויס פון בית מדרש מיטן טלית בייטל אונטערן ארעם (נישט ממש אמת, ווייל עכט דינג איך א לאקער אין ביהמ"ד און איך לאז דארט מיין טו"ת, איך שרייב עס נאר ווייל ס'לייגט צו color), די מאגן פאדערט שוין זיינס, און די באלעבאס פאדערט שוין אויך זיינס, און איך בין שוין שפעט פאר ביידע פאדערונגען.
ס'וואלט גאנץ גוט געווען צו קענען ארויספאלן פון בעסמעדריש גראד אין קאר אריין, אבער על לא עול בכפי האט זיך חיים שמעון אריינגערוקט אין מיין סקעדזשועל.
"שטומפי, וואו יאגסטעך אזוי? עוד היום גדול. אז מ'יאגט זיך קומט מען אן פארסאפעט און מ'דארף זיך סייווי אויפהאלטן אפאר מינוט זיך אפצורוען פון די יאגעריי"
איך קוק אים שנעל אן מיט אזא האלבע שמייכל (די בעסטע וואס איך האב דעמאלטס געקענט באווייזן) בשעת וואס מיט מיין הענט קליק איך שוין אויף די רעמאוט שליסל פון מיין קאר און מיין מח ווירבלט שוין וואסערע תירוץ איך גיי אים געבן אז איך יאג מיך אזוי אוועק, פונקט ווי איך האב געטוהן נעכטן און אייער-נעכטן.
אבער איך האב געוואוסט אז איך קען עס נישט טוהן צו אים, ער שפירט שוין לעצטנס גאנץ-גוט אז איך דריי מיך ארויס פון אים, איך טאר עס נישט טוהן נאכאמאל, איך מוז מאכן צייט.
איך דריי מיך צוריק מיט א פאסיווקייט וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן "חיים שמעון! גוט מארגן! אזוי הייבט מען אן א שמועס? מיט א פסק?"
ער האט אויסגעזעהן אביסל שאקד, ווי צו זאגן 'איך האב נישט ערווארטעט זאלסטעך וויסנדיג מאכן פון מיר' אבער כ'האב ווייטער געצויגן די שמועס ווי כאילו גארנישט איז געשעהן "דעי בעל תפילה האט מיך היינט אויפגעהאלטן, הע!"
חיים שמעון לאכט "בעל תפילה? דו האסט שוין געדאוונט? וואו יאגסטעך אזוי? עוד היום גדול!"
איך כאפ א בליק אויף מיין זייגער (ליין: סעלפאון) ס'איז 12:41
"חיים שמעון! עוד היום גדול? אין צוויי מינוט איז חצות! און איך בין בכלל נישט זיכער אז דו מעגסט דאווענען נאך סוף זמן תפילה אויב ביסטו נישט געווען קיין אונס"
"העי העי העי, טעים דאון! ווער מיר נישט קיין פרומער, דיין טאטע דאוונט נאך סוף זמן תפילה און דיין זיידע דאוונט נאך סוף זמן תפילה. דו ווייסט אז בריסקע רב האט געזאגט אז שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים? און דו ווייסט אז ר' שמערעלע סיפיקאפס'קער (שלא לתלות בוקי סריקי בקדמונים באשאף איך א צדיק מתלמידי בעל שם) האט געזאגט אמאל אז ער וועט זיך פרייען צו זיצן אין גיהנם צוזאמען מיט די אלע צדיקים וואס האבן געדאוונט נאך סוף זמן תפילה?"
איך האב מיך נישט געוואלט צוקריגן מיט אים ביים ערשטן שמועס וואס איך האב שוין ענדליך געפירט מיט אים, סאו בלית ברירה האב איך מיך נישט גע'טענה'ט אויף די דברי טבל ורעות נפוח.
"אבער" קען איך מיך נישט צוריקהאלטן "מ'האלט שוין דא א מינוט נאך חצות, יעצט קענסטו לכולי עלמא נישט דאווענען"
"וואס?" גייט ער ארויף א אקטאווע "דו ווייסט נישט פון די שיעור פון א האלבע שעה נאך חצות? דו זיי קודם מברר די הלכות און נאכדעם קום צוריק"
"אקעי, איך גיי טרייען מברר צו זיין די הלכות, אבער דו זאג מיר, דו האסט מברר געווען די הלכות?"
"ניין"
"איז וויאזוי ווייסטו די אלע מימרות און מנהגים פון צדיקים און די אלע הלכות?"
ער ווארפט אויף מיר אזא שפאטישע בליק "וואס הייסט? יעדער ווייסט עס! ס'איז ידוע!"
אהההה…. ס'איז ידוע....

***
ס'דינסטיג נאכמיטאג 5:27
איך שטיי רואיג ביים באס-סטאפ, אויפן סקעדזשועל שטייט אז איך האב נאך א זיבן-אכט מינוט ביז די אמן-באס קומט מיך נעמען.
"שטומפי, וואס טוצעך? שוין לאנג נישט געזעהן" הער איך א קול אונטער מיר.
איך דריי מיך ארום און טרעף דארט מיין ישיבה חבר קלמן. "קלמן!" פריי איך מיך באמת צו אים "שוין טאקע לאנג נישט געזעהן, קוים וואס איך האב דיך דערקענט. וואס הערט זיך אזוי? וואו האט דיך די לעבן אראפגעלייגט?"
"אראפגעלייגט? ס'האט מיך נאכנישט אראפגעלייגט ב"ה, מ'גייט ווייטער אן. נאך די 120 האף איך ער וועט מיך אראפלייגן אין די חלקת הרבנים"
"גוט… איך זעה אז דו האסט נאכנישט פארלוירן דיין פרישקייט. וואס טוסטו היינט פאר פרנסה?"
"וואס האט מיך פרנסה געטוהן אז איך זאל עפעס טוהן פאר אים?"
"האהא.. פיין פיין. ערנסט גערעדט, וואו ארבעטסטו?"
"איך האב ב"ה א דזשאב ביי משה דוד פייערמאן, איך בין ב"ה זייער צופרידן. גראדע האב איך הערשט לעצטנס אנגעהויבן ארבעטן דארט, איך האב איבערגענומען מעכי ספרינגמאן, ער איז אזוי געפלויגן פון דארט, איך בין נאך יעצט ביזי אויפצוכאפן פון די חורבנות וואס ער האט געמאכט דארט"
איך הויב מיך אן ארומרוקן אומבאקוועם, איך בין באמת נישט געוואוינט צו הערן א לשון הרע שיעור אראפגעלייגט מיט זאפט אויפן לי שטראססע. אבער קלמן זעצט פאר זיין רעדע מיט א חשק.
"איך ווייס נישט פארוואס מיין באסס האט אים אריינגענומען טו בעגין Wיט, ער איז פון אייביג אן געווען א שלימזל, איך געדענק נאך אין חדר ווען ער האט נישט געוואוסט וויאזוי צו ציילן איינס פלאס צוויי, נישט קיין וואונדער אז ער האט זיך שוין צוויי מאל גע'גט און ביידע מאל איז ער שולדיג, ווער וועט נאך…."
"א מינוט, א מינוט…." איך נעם די דרייסטקייט און האק אים איבער, ס'איז שוין געווען טו מאטש פאר מיר. "דו האלטסט נישט אז וואס דו זאגסט יעצט איז לשון הרע?"
יעצט איז געווען זיין רייע זיך צו פילן אומבאקוועם. ער קלעבט ארויף זיינע אויגן אויף איינע פון די דעכער אנטקעגן איבער די גאס און געט א מורמל ארויס "ס'נישט קיין לשון הרע, יעדער ווייסט עס! ס'איז א דבר ידוע!"
אההה… א גוטן אייך צום צווייטן מאל היינט ר' ידוע…

***
איז אזוי, איך קען נישט דעם "ידוע" פערזענליך און ווייס נישט צו ער איז אשכנז אדער ספרד, אבער ווי עס שיינט איז ער עפעס א רב המתיר אויף וועמענס פסקים אסאך אידן פארלאזן זיך אין אסאך ענינים חמורים.
אלזא, אפשר דארף מען אין די ימי השובבי"ם תשובה טוהן אויף די אלע חטאים וואס מ'האט זיך מתיר געווען ווייל "ס'איז ידוע" און אויך אויף אלע לשון הרע'ס וואס מ'רעדט צאם און מ'כאפט זיך אפילו נישט אז ס'איז א פראבלעם ווייל סך הכל שמועסט מען איבער זאכן וואס מיר ביידע ווייסן און אלע ווייסן עס "ס'א דבר ידוע".

ס'פאבלייבט נאר איבער צו ווארטן אז ס'זאל קומען איינער און אויפווייזן אז ער האט יא דורכגעטוהן די הלכות און ער דאוונט שפעט. נאריש. כאפט זיך פליז נישט ארויף אויף א פרט, נאר הער די נקודה, קח ולך.


שכח ידידי היקר @הענדימען פארן איבערקוקן

און איך האב כמעט פארגעסן, דעיס איז לכבוד מיין 3333'טן תגובה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שטומפיג איז דא מיט א פריש'ס
א לאנגס און א גוטס
צוקער זיס
פאר'ן קעפל נאדיר א גרינס

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

;l;p- זייער גוט!
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך האלט אז דער עולם קומט נישט אריין אין דעם אשכול צוליב דעם קעפל...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

זייער א וויכטיגע נקודה און זייער שיין ארויסגעברענגט ;l;p-

כ׳וויל נאר צולייגן (פשוט, מ׳זאל נישט פארגעסן :? ) אז ס׳עקזעסטירט אזא זאך ווי ׳פוק חזי מאי עמא דבר׳...
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

;l;p-

שטימפי, זייער גוט!!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אייזן שטומפי,

און איך האב נאך אייביג געמיינט אז די חטא הידוע איז ציונות...
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שטומפיג האט געשריבן:
"אבער" קען איך מיך נישט צוריקהאלטן "מ'האלט שוין דא א מינוט נאך חצות, יעצט קענסטו לכולי עלמא נישט דאווענען"

:oops:
פארוואס פארשעמסטו מיך ברבים??
כ'גיי שוין דאווענען, אבער שריינישט ברבים!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
גוט גוט גוט
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שטומפיג!!! אזאלכע טייערע דיבורים.

געוואלדיג מיט א גוטע פעדער נאך אויך..

יא יא מען דארף לעבן מיט א חשבון הנפש עס איז נישט פשוט..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ס'איז ידוע אז ווען שטומפיג לייגט אראפ א שטיקל, קומט א גוטס...

דארפסט טאקע תשובה טוהן, פארן עס נישט טוהן מער אפט...

תשובה אויפן "חטא הידוע"...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח פאר יעדע ניק פערזענליך וואס האט איבערגעלאזט דא קאמפלימענטן און גרינע אויף מיין חשבון.
אין די ערשטע פאר מינוט נאך וואס איך האב ארויסגעלייגט דעם ארטיקל האב איך ריפרעשד די קרעטשמע און געקוקט (פונדרויסן) וויפיל צפיות ס'באקומט. ס'איז געגאנגען ממש פונקטליך 10 צפיות א מינוט ביז אכט מינוט, און פון דארט און ווייטער אביסל שטייטער שוין.
סאו איך נעם אויך פאר א קאמפלימענט די צענדליגע ניקים וואס זענען אריינגעקומען דא ליינען (להוציא מליבן של @פעיקי) כאטש וואס זיי האבן נישט איבערגעלאזט קיין רישומא קדישא דא.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פיינע נייעס
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ולא אוכל להוסיף להתאפק בהתוודע שטומפיג את תכלית הידיעה שלא נעשה מעשים אשר לא נדע מקור מוצאו.

Wow! דאס איז א מייסטער ארטיקל!

5x5 סטארס אויפן שפראך, אינהאלט, און אוועראל.
3 ***'ס אריינצוגיין אינעם פארמעסט, און גלייך זיין דער געווינער.
---
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

שלמה מולכו האט געשריבן:
און איך האב נאך אייביג געמיינט אז די חטא הידוע איז ציונות...

:lol: :lol:
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

און איך האב געמיינט אז אויפ'ן חטא הידוע קען מען נישט תשובה טון...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
זיסע נייעס דאס!... ווער רעדט נאך פונעם קעפל?!... שטימפי לייק שטימפי.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 5:05 pm

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קומט אריין קלאר »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאטאש
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 11:31 pm

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאש »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
א דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 4:08 pm

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דריטער »

דעטס גוד
;l;p- ;l;p- ;l;p-
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

פעיק ניוז האט געשריבן:און איך האב געמיינט אז אויפ'ן חטא הידוע קען מען נישט תשובה טון...

לערן אביסל דרך פיקודיך, אדער ליקוטי אמרים ותמצא נחת
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אויף וואס תשובה צו טון בימי השובבי"ם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שטארק!!!
פארוואס האט מען געטוישט.... נעווער מיינד... (יעצט איז גוט?...)

א גרינע פארן אלטן קעפל אויך
;l;p-
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 12:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: תשובה אויפן חטא "הידוע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

שטומפיג האט געשריבן:שכח פאר יעדע ניק פערזענליך וואס האט איבערגעלאזט דא קאמפלימענטן און גרינע אויף מיין חשבון.
אין די ערשטע פאר מינוט נאך וואס איך האב ארויסגעלייגט דעם ארטיקל האב איך ריפרעשד די קרעטשמע און געקוקט (פונדרויסן) וויפיל צפיות ס'באקומט. ס'איז געגאנגען ממש פונקטליך 10 צפיות א מינוט ביז אכט מינוט, און פון דארט און ווייטער אביסל שטייטער שוין.
סאו איך נעם אויך פאר א קאמפלימענט די צענדליגע ניקים וואס זענען אריינגעקומען דא ליינען (להוציא מליבן של @פעיקי) כאטש וואס זיי האבן נישט איבערגעלאזט קיין רישומא קדישא דא.

יא, אן אלטע פראבלעם.

חוח האט געשריבן:ס'גוט כ'בין שוין געוואוינט דערצו...
כ'נעם אן אז דערוילעם ווייסט נישט וויאזוי זיך צו פארמעסטן / ספראווענען מיט כשרונות וואס זענען שלא כפי ערכם, און מ'ווייסט נישט וואס צו זאגן און וויאזוי עס צו זאגן.



אבער מ'דארף געדענקען אז פון אינטער יעדע ש'כח איז דא נאך 999 ש'כח'ס ווייל סטאטיסטיקס צייגן אז בלויז איינס פון טויזענט וועלן קאמפלימענטן און איינס פון הונדערט וועלן קריטיקירן. פרעגט אייך נאך, ס'איז ''יודע''
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”