משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אויסער די אלע קאפ וויי און הארץ וויי אויף וועלכע די רבנים ועסקנים ומחנכים און מחותנים רעדן זיך אפ, געלט פארשווענדעניש און אומזיסטע שלעפערייען און צעגערייען און איבריגע מתנות און נאך און נאך, האט זיך אזוי אומבאמערקט אריינגעכאפט א גאנצע כאפטע (א גאנצע וואס?) משוגעת'ן אין אונזערע מחנות פון חתונות, וואס עס איז כדאי באצייטענס צו סטאפן פאר עס ווערט ח"ו א נייע מסורה פאר די קומענדיגע דור.

איך האב שוין איינמאל געעפנט א אשכול וועגן די קאלערדיגע שטיקלעך וואס מען שיסט ארויס און טעראזירט דעם גאנצן חתונה זאל מיט אלע חשובע פארזאמעלטע, אידן און להבדיל גויים צוגלייך, די גויים דארפן גיין אויסקערן מיט די ברייטע בעזעמעס אונטער יעדנ'ס שיך נאר כדי אז אין 10 מינוט ארום זאל אויפפלאצן נאך א פייער קרעקער מיט קאלערדיגע שמוץ.

משוגעים, הערטס אויף!!

ווען איך בין געווען אין די יונגע יארן האט מען שוין געהאקט אויף די טמא'נע הארא טענץ. אבער מה נעשה אז די אמאליגע הארע איז נישט נאר הייליג אקעגן די היינטיגע ניגונים, נאר קודש קדשים. פאררוקטע ניגונים, מילא, דאס איז שוין א אלטע פראבלעם, און ווערט נאר ערגער מיט וואס א יאר גייט פארביי. אבער די נארישע דראמס\ביעטס וואס טוט זיך לעצטנס ביי די צווייטע טאנץ מיט גרעבצערייען און שנארכערייען און כארכלערייען (בפרט ביי די FILL-IN) איז ממש ארויס פון יעדן נארמאלן גדר אנושי פראפארץ.

משוגעים, הערטס אויף!!

אין מיינע צייטן האט מען געזינגען ביים טאנצן שיין איין ניגון נאכ'ן צווייטן, שטייצעך בעיקר שיינע חסידישע ניגונים. היינט איז געווארן א נייע סטייל אז מען דארף שפילן אויכעט די אינטרא פון יעדע ניגון. די משוגעת דערפון, אז מען טראכט אריין גענוג טיף, איז לעכערליך! מען קען עס נישט זינגען מיטן מויל, עס מאכט יעדנ'ס נאז פארקרומט, קיינער פארשטייט נישט וואס האט פאסירט דא, ווי קומט אריין די פאני ניגון\נישט-ניגון, פארשטייצעך אז דער עיקר מטרה דערפון איז אז דער שפילער קען באווייזן דערמיט זיינע קענטעניסן אז זיי האבן אויסגעהערט דעם נייעם אלבום און זיי קענען גוט פראגראמירן און נאכקאפיען די עכטע מיוזיק פון די אלבום...

משוגעים, הערטס אויף!!

אז מען רעדט שוין פון די טאנצן ניגונים, בפרט פון די ערשטע טאנץ ווען מען טאנצט פארהאלטיסמעסיג שנעלערע ניגונים, מוז אויך ארויסגעברענגט ווערן א דראסטישע מחאה אז כמעט אויף יעדע ניגון, ווען עס קומט צו די הויכע פאל, פארלאנגזאמט מען דעם טאנץ ביז 120 טעמפא, און מען הייבט אן שטאטעלעך "אהאלע-לא אהא-לעלא עלוי-קיי, ועעסמעכאא בוייייייייייי". וואס סלאוסטו אראפ, הא? קענסט נישט טאנצן, רוק דיך אריין אין די רעכטע לעין! לאז די שנעלע לעין פאר די קארס וואס ווילן פליען! כ'פארשטיי אז אמאל אמאל וויל מען א טשעינדזש, אבער לעצטנס איז עס געווארן צו אפט, עס פארדרייט די יוצרות, און לעצטנס האט זיך עס רח"ל ליידער אריבערגעכאפט אין מיין סמעדרעש ביי די הקפות, היל"ת.

משוגעים, הערטס אויף!!

אז מען רעדט שוין פון אינטראוס, קען מען נישט ארויסלאזן די מאסיווע מעכטיגע איבערגעשאצטע אינטראו פאר עוד ישמע ווען דער חתן כלה דארפן אריינקומען. די אינטראו ווערט בערך מיט א פולע מינוט לענגער פון יאר צו יאר, עס האלט שוין באלד ביי 6 מינוט.... לאמיר שוין נישט רעדן ווען דער זינגער איז צעווילדעוועט און שרייט אויס די חתן כלה'ס נאמען מיט עקסטאז כאחד האידן, אבער אפילו פלעין די מוזיק, מאכט פאקסן מיט קראכעס זעצעס מיט מאדנע העוויות בשעת דער עולם דרייט זיך ארום ענקשעס צווישן די וועיטערערס וואס רוקן אוועק די טישן. אבער וואס נאך מער, אז מאנכע מאל האב איך מיטגעהאלטן ווי די חתן כלה שטייען ביים טיר, ווארטן קוים אריינצוגיין טאנצן, און זיי שטייען אויף שפילקעס (פארוואס קען מען נישט אוועקנעמען די שפילקעס? גיי ווייס), און זיי ווארטן, און זיי ווארטן ווייטער, און זיי ווארטן נאך כמעט ביז יעצט! געהעריג טירחא דציבורא ווייל די גרעבצעדיגע אינטראו אויף וועלכע דער עולם איז זייער נייגעריג איז נאך נישט פולשטענדיג פארטיג, עס קומט נאך 40 קראכעס מיט אזא מעכטיגע געטאר WAWA ביז ענדליך קראצט מען זיך אויס און מען קען פיינעלי אנהויבן טאנצן.

משוגעים, הערטס אויף!!

המשך יבא (אדער נישט)
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

;l;p- הנאה געהאט!
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעריב ערבים »

קוקוט אויס ווי איר פארשטייט צי מוזיק,
אני הקטן פארשטיי נישט צי מוזיק האביך נישט די פראבלעמען,
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך האב זיך געקוילערט פאר יענע געלעכטער. :lol: :lol:
האסטו א פעדער??!! ;l;p-
גענאגלט!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

:lol: :lol: :lol: פיין געלאכט

שטארק הנאה געהאט.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אמערעדט פון משוגעת'ן ביי חתונות.. די משוגעת ביי די פרויען זייט אז ווי נענטער צו די חתן/כלה גייט מען מיט אזוינע גאונס.. געהעריגע קליידער איז געמאכט פאר פשוט'ע קאזינס..

עס וואלט געווען אינטערעסאנט וונן עס גייט זיך אנהויבן די שיקאן ביי די מענער זייט..
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

;l;p-
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

איך בין מסכים מיט כמעט די גאנצע תגובה, אויסער מיט דעם אזוי גערופענע פראבלעם - אז מען פארשטאטערט די שנעלע ניגון, אני כשלעצמי גלייך דאס דוקא היבש שטארק!

איך זעה נישט פארוואס אין א ליסטע פון היבש אמת'ע משוגעת'ן דארף ערשיינען אזא אזוי גערופענער פראבלעם... בסך הכל איז עס נישט די טעיסט פונעם תגובה שרייבער [און יא די טעיסט פונעם איצטיגן תגובה שרייבער....] עס מאכט נאר אז די גאנצע תגובה זאל אויסקוקן לעכערליך.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום פרייטאג יאנואר 01, 2021 1:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

געלאכט א גוטס!
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אנגעהויבן דאס נייעם יאר מיטן רעכטן פיס...דניאל קעמיר קוים ווארטן פאר דיין מצוה טאנץ משוגעתן אויסברוך
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

דניאל
גוט געשריבן!

ב"ה ביי מיין חתונה האמער דאס קלארגעמאכט מיטן מוזישאן
נאו אינטראוס, נאו שטייט מאכן ביים ערשטן טאנץ, נאו עלעקטארל מוזיק, און בלויז 30 (פון 120) מינוט הארא, א ליסטע פון אלטע חסידישע ניגונים (אלטע סאטמארע הקפה ניגונים, ליובאביטשע, סקולען, ר' משה גאדמאן, ר' יו"ט עהרליך וכדו')
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!

נשמת השכל האט געשריבן:איך בין מסכים מיט כמעט די גאנצע תגובה, אויסער מיט דעם אזוי גערופענע פראבלעם - אז מען פארשטאטערט די שנעלע ניגון, אני כשלעצמי גלייך דאס דוקא היבש שטארק!

איך זעה נישט פארוואס אין א ליסטע פון היבש אמת'ע משוגעת'ן דארף ערשיינען אזא אזוי גערופענער פראבלעם... בסך הכל איז עס נישט די טעיסט פונעם תגובה שרייבער [און יא די טעיסט פונעם איצטיגן תגובה שרייבער....] עס מאכט נאר אז די גאנצע תגובה זאל אויסקוקן לעכערליך.

איך פארשטיי עס יא
הגם ס'זיכער נישט דומה צו די אנדער פראבלעמען אינעם תגובה

פארואס זאל מען נישט קענען טאנצן 'לעבעדיג' אויף איין פשוטע לעבעדיגע ריטעם פאר 2 שעה ברציפות?
ווער ס'וויל קען זיך גיין אפרוען אליינס, הרגע נישט דעם טאנץ
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דאב לויפן ארויף און אראפ מיטן חתן איז אויך פון די משוגעתן משוגעתן וואס מ'וואלט געמעגט ענדיגן. אביסול רואיגער ביטע.

@דניאל ביסט פיינע סחורה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

המעריב ערבים האט געשריבן:קוקוט אויס ווי איר פארשטייט צי מוזיק,
אני הקטן פארשטיי נישט צי מוזיק האביך נישט די פראבלעמען,

גא"מ. רוב ווערטער פון מיוזיק וואס דו האסט געניצט קען איך נישט און כ'האב קיינמאל נישט אויפגעפאסט די אלע פראבלעמען. גראדע די אהללה אהללה שטייטעניש האבעך יא באמערקט אבער ס'קריכט ממש אויף די נערוון? נישט מיר.

א גוטע פענע האסטו זעכער. קיפ אן
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

פליגל האט געשריבן:אמערעדט פון משוגעת'ן ביי חתונות.. די משוגעת ביי די פרויען זייט אז ווי נענטער צו די חתן/כלה גייט מען מיט אזוינע גאונס.. געהעריגע קליידער איז געמאכט פאר פשוט'ע קאזינס..

עס וואלט געווען אינטערעסאנט וונן עס גייט זיך אנהויבן די שיקאן ביי די מענער זייט..

דערווייל איז עס נאר ביי די רבי'ס און זייערע צאצאים, גיב עס אביסל און ס'גייט אריבער רינען צום המון עם, די סאמעט אויפ'ן טיש בעקישע האט זיך שוין אריינגעכאפט ביי די "קילערע" טשילערס..
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קרייסלער האט געשריבן:אנגעהויבן דאס נייעם יאר מיטן רעכטן פיס...דניאל קעמיר קוים ווארטן פאר דיין מצוה טאנץ משוגעתן אויסברוך
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דניאל
גוט געשריבן!

ב"ה ביי מיין חתונה האמער דאס קלארגעמאכט מיטן מוזישאן
נאו אינטראוס, נאו שטייט מאכן ביים ערשטן טאנץ, נאו עלעקטארל מוזיק, און בלויז 30 (פון 120) מינוט הארא, א ליסטע פון אלטע חסידישע ניגונים (אלטע סאטמארע הקפה ניגונים, ליובאביטשע, סקולען, ר' משה גאדמאן, ר' יו"ט עהרליך וכדו')

באלד גייט ער מיר זאגן אז ער האט געהאט די. דזשעי. ביי זיין חתונה...
#כאניש בתפארתו.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:אנגעהויבן דאס נייעם יאר מיטן רעכטן פיס...דניאל קעמיר קוים ווארטן פאר דיין מצוה טאנץ משוגעתן אויסברוך
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

:lol: פיין געלאכט!
דיין זיסע פעדער האט אראפגעגאפלט אפאר פראבלעמען פעסט צולייגט. ס'גוט.

איך מיין אז דו האסט אויסגעלאזט די משוגעתן וואס קומען פאר ביי די קומזיץ וואס מ'מאכט אינמיטן די טאנצן. א קומזיץ לעצמו איז א שיינע זאך און יעדער האט זיך זיין טעיסט אויב ס'איז א משוגעת אדער נישט. אבער דעיס איז זיכער אז די משוגעת'ן וואס מ'מאכט בשעת דעם קומזיץ איז אריבער אלע גבולים. קודם כל מאכט די זינגער משוגע דעם עולם מיט טוישן פון שיינע שטאטע ניגונים צו מאכן פלוצלינג א העי-האו-העי-האו, און יעדער שטעלט זיך אויף פון די אבילות אויפן פלאר, אבער ביז וואס-ווען-וואו האלט מען שוין צוריק ביי די שטאטע "טאטע איך געב פאר דיר מיין גאנצע הארץ" און מ'דארף זיך נאכאמאל איינקניישטן די פיס וחוזר חזרה.
און דעי משוגעת פון ארויפשלעפן די חתן און די מחותנים אויף סטעידזש וואו מ'האלט זיך אונטער איינער אויפן צווייטנס אקסל און א חתן א ריכטיגע בר-הכי נעמט האט א סאלא אויף די מייק אויך וכו' וכו'.
איך בין געווען לעצטנס ביי א חתונה פון א איד וואס האט ליב געהאט די קומזיץ אבער נישט די משוגעת'ן, האט מען נאך די ברעיק, פאר די צווייטע טאנץ, אויסגעשטעלט בענקלעך ארום די פאדיום און געזעצן 20 מינוט און שיין געזונגען איין ניגון נאכן צווייטן בשעת ווען מ'האט סערווירט אייסקרים און מזונות פארן ציבור, ס'איז געווען הערליך.

משוגעים הערטס אויף!!
@דניאל הער נישט אויף!!! ברענג נאך און נאך!!!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

א פוינט האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דניאל
גוט געשריבן!

ב"ה ביי מיין חתונה האמער דאס קלארגעמאכט מיטן מוזישאן
נאו אינטראוס, נאו שטייט מאכן ביים ערשטן טאנץ, נאו עלעקטארל מוזיק, און בלויז 30 (פון 120) מינוט הארא, א ליסטע פון אלטע חסידישע ניגונים (אלטע סאטמארע הקפה ניגונים, ליובאביטשע, סקולען, ר' משה גאדמאן, ר' יו"ט עהרליך וכדו')

באלד גייט ער מיר זאגן אז ער האט געהאט די. דזשעי. ביי זיין חתונה...
#כאניש בתפארתו.

כאב טאקע געהאט א די דשעי סיסטעם, און געהאט א מיטינג מיטן 'מוזישאן' (נישט דער שפילער/זינגער) אז ער זאל אזוי אויסשטעלן די מוזיק.

כאשויניינמאל בתפארתו...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

דניאל ;l;p-

אז מ'רעדט פון טעמפא, די ספיד פון די ערשטע טאנץ איז ארגינעל געווען 145, ס'האלט היינט ביי 165, און ס'פארט יערליך ארויף מיט א פראצענט.
משוגעים! מ'קען מער נישט טאנצן. די אפשנס זענען אדער 'לויפן' אין צענטער אדער 'שפאצירן' אין די אהבת קידומים רינג. און נישט נאר וואס מ'ווערט שנעלער אויסגעמוטשעט (און אודאי דארף מען יעדע דריי מינוט אראפדרייען אוי עד! היי! נא!...), ווערט עס מער און מער מסוכן. קינדער ווערט איבערגעפארן אויף 165 מפ"ש ביי יעדע חתונה...

וואס ס'האט מיר אבער ארויסגענומען פון די כלים איז אז די זעלבע האט מען אנגעהויבן ארויפצודרייען די צווייטע טאנץ צו 125 אדער נאך מער. א מין פאריקטע זאך. דער עולם ווערט פשוט מער צולאזט און שנעלער ערשעפט.

משוגעים!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ציגאנער האט געשריבן:דניאל ;l;p-

אז מ'רעדט פון טעמפא, די ספיד פון די ערשטע טאנץ איז ארגינעל געווען 145, ס'האלט היינט ביי 165, און ס'פארט יערליך ארויף מיט א פראצענט.
משוגעים! מ'קען מער נישט טאנצן. די אפשנס זענען אדער 'לויפן' אין צענטער אדער 'שפאצירן' אין די אהבת קידומים רינג. און נישט נאר וואס מ'ווערט שנעלער אויסגעמוטשעט (און אודאי דארף מען יעדע דריי מינוט אראפדרייען אוי עד! היי! נא!...), ווערט עס מער און מער מסוכן. קינדער ווערט איבערגעפארן אויף 165 מפ"ש ביי יעדע חתונה...

וואס ס'האט מיר אבער ארויסגענומען פון די כלים איז אז די זעלבע האט מען אנגעהויבן ארויפצודרייען די צווייטע טאנץ צו 125 אדער נאך מער. א מין פאריקטע זאך. דער עולם ווערט פשוט מער צולאזט און שנעלער ערשעפט.

משוגעים!!

א הונדערט פראצענט!

און דו קענסט בכלל נישט הנאה האבן פון די ניגונים אזוי. א שנעלע טאנץ איז מעקס 156. און עכט הנאה צו האבן קומט עס טאקע ביי 135-145. א געשמאקער טענצל. (יא, שריי מיר נישט אן... גיי אריין איינמאל אין קארלין וועסטו זעהן)

די הארא טאנץ לענ"ד קומט בערך אויף 114. דאן איז עס סאליד און פריילעך מאכערדיג.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

צווייטע טאנץ האלט שוין ביי 130
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

מקווה איד האט געשריבן:צווייטע טאנץ האלט שוין ביי 130

חיות טורפות!!

וואס איז טאקע פשט דערפון? דארף עס צו זיין מער לעבעדיג?!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ציגאנער האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:צווייטע טאנץ האלט שוין ביי 130

חיות טורפות!!

וואס איז טאקע פשט דערפון? דארף עס צו זיין מער לעבעדיג?!

עס הייבט זיך אן און ארץ ישראל און אונז טופשים לויפן עס נאך, דארט האלט עס שוין ביי 145...
#איך-פארק-מענטשליך
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”