בודזשעטינג: צאלן טייערערע אינטרעסט איז ביליג!

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

בודזשעטינג: צאלן טייערערע אינטרעסט איז ביליג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

בודשעטינג זעה איך האט זייער שטארק צי טוהן מיט motivation, און איך גיי דא געבן צוויי דגמאות:

א פראגע וואס אסאך מענשטן פרעגן מיך: זאל איך בעסער אויס צאלן מיין מארגעדזש אדער בעסער אריין לייגען מער געלט אין אינוועסטמענטס ווי למשל אין Mutual funds?

איך וויל דא צי לייגען נאך א שאלה וואס איינער האט מיך לעצטענס געפרעגט: יענער גייט פאר א דעגרי אין accounting, און יענער האט נישט די געלט פאר די דעגרי, און ער האט צוויי אפשענס. 1.) נעמען סטאדענט לאונס. 2.) ער קען ריפיינענסען זיין הויז.

יעצט דא קומט זייער א אינטערסאנטע זאך. די סטאדענט לאון איז אויף א 7-8 פערצענט אינטרעסט יערליך. ווידער די ריפיינענס קאסט נאר לויט די יעצטיגע ביליגע ראטעס 2-3 פערצענט יערליך, קומט אוודאי צי די קלאזינג קאסט. אבער נאך אלע חשבונות קומט פאר דעם יונגערמאן אויס ביליגער צי נעמען די ריפיינענס, און דערנאך קומט נאך צי נאך אויך (וואס זעהט אויס) די טשערי אן די טאפ, אז מיט די ריפיינענס גייט זיין חודשליכע מארגעדזש פעהמענט׳ס נאר גרעסער ווערן מיט 2-3 מעות א חודש, ווידער די סטאדענט לאון דארף מען שנעלער צוירק צאלן. (לאמיר נישט אריין גיין יעצט פונקליך אין די פרטים פין די סטאדענט לאון פארוואס און ווי אזוי די צוריק צאלן ארבייט.) אבער לכאורה וואלט מען ווען געדארפט זאגן פאר דעם יונגערמאן ענדערש צי נעמען די ריפיינענס ווייל ס׳איז ביליגער, ניין?

איך האלט אבער אז פאר רובו דרובו מענטשן דארף מען עצה׳נען צי ענדערש נעמען די סטאדענט לאון אפי׳ ס׳איז טייערער ווי די ריפיינענס. ואסביר.

און דא קומט אריין די motivation צי שפילען א ראלע אין די בודשעטינג דיסיזשען.

דער יונגערמאן וואס נעמט א ריפיינענס און הייבט אן צאלן מיט נאר נאך 2-3 מעות א חודש. דער געוואוינט זיך צי אז זיין מארגעדזש פעהמענטס זענען העכער געווארן מיט נאר 2-3 הינדרעט דאלער א חודש און זענען יעצט כך וכך. דאס ווערט זיין נייע נארם. און ער קוקט קיינמאל מער נישט אן אז א חלק פון די מארגעדזש איז געבארגטע געלט פאר די דעגרי. ממילא ווען ער וועט האבן עקסטערע געלט גייט ער זיך לאזן וואויל גיין, און נישט שניידען זיין ספענדינג צוירק צי צאלן די געלט וואס ער האט ארויס גענימען ביי די ריפיינענס, ווייל ער זעהט זיך נישט מיט קיין לאך. משא״כ דער מיטן סטאדענט לאון ווייסט אז ער מיז שניידען זיין בודזשעט ווי ער קען נאר ווייל ער זעהט און ווייסט אז ער האט א חוב, און נישט נאר סתם א חוב נאר אזא חוב וואס וואקסט נאך דערצי מיט 7-8 פערצענט אינטרעסט א יאר וואס באגראבט איהם זיינע פארדינסטען לעבעדיגערהייט.. ממילא וועט דער צווייטער מיטן סטאדענט לאון אסאך שנעלער אפ צאלן זיין הלווה און מער שניידען זיין ספענדינג ביז ער וועט האבן אפ געצאלט זיין חוב (די סטאדענט לאונס.)

און יעצט די זעלבע זאך צוריק צי די ערשטע שאלה, (איך האב עס שוין דא א צווייטע מאל ערגעץ געשריבען) איז די זעלבע זאך. איינער וואס איז נישט געניג motivated און פארשטייט נישט אליינס ווי וויכטיג ס׳איז אוועק צי לייגען געלט פאר דזיין עתיד (חתונה מאכן די קינדער וכדו׳) אבער האט כאטש א motivation אפ צי צאלן זיין מארגעדזש, זאל אוודאי ענדערש אפ צאלן זיין מארגעדזש. כאטש וואס מיט אפ צאלן די מארגעדזש פארדינט ער נאר 2-3 פערצענט אינטרעסט פער יאר און מיט למשל די Mutual fund קען ער פארדינען 8-9 פערצענט אינטרעסט פער יאר, נאר וויבאלד דארט (אפ צי צאלן זיין מארגעדזש) איז זיין עיקר motivation זאל ער יענס ענדערש טוהן.

אגב, בכלל מיט ספענדינג עצה׳ט די ארגענעזאציע מסילה צי גיין שטייטליך מיט ספענדינג און דאס איז אויך בעצם די זעלבע געדאנק, לאמיר מאכן א עקסטרעמע למשל אום א יעדער זאך עס עפלייען צי ווי ס׳איז איהם נוגע. א מענשט וואס האט זיך לאמיר זאגן (נעבעך) צי געוואינט צי עסן א יעדען טאג א געקויפטע סענדוויטש פאר פרישטיג און עסן סאפער א יעדע נאכט אין א רעסטעראנט קען נישט אויף איין טאג דאס אלעס אויפהערן, ס׳דארף גיין שטאטערהייט, און שניידען דעם ספעענדינג מיט אפי׳ גאר קליינע סטעטס אין די ריכטיגע דיירעקשען, לאמיר זאגן קודם הערט מען אויף צי קויפן די טרינק וואס מען פלעגט צי קויפען ביי די פרישטיג, און דערנאך קויפט מען נאר די צוויי ביליגסטע אפשענס פון די סענדוויטש סעלעקשען וכדו׳ ביז ער הערט אויף די ספענדינג הנ״ל אינגאנצען. די געדאנק איז די זעלבע אז כאטש וואס בעצם דארף ער ווען גלייך אלעס אויפהערן, און דאס וואלט איהם גלייך געשפארט די גאנצע געלט פון די צוויי סעודות טעגליך, אבער וויבאלד ס׳קען נישט גיין גלייך ווייל ס׳וועט בעקפייערען און נאכדעם וועט ער גארנישט טוהן, זאל ער ענדערש גיין מיט קליינע טריט צי די ריכטיגע ריכטונג.

צוירק צים ענין. קומט מיר דא אויס א זייער אינטערסאנטע חידוש. אז פאר צי גוט בודזשעטען לוינט זיך אמאל אפי׳ צי גיין מיט א מהלך וואס זעהט אויס ווי מען פארלירט מער געלט ווי די אנדערע מהלך וואס זעהט אויס ווי מען פארדינט מער, וויבאלד דארט ווי ס׳זעהט אפי׳ אויס אז ס׳קאסט טייערער וועט די motivation זיין אסאך בעסער און שטערקער און צים סויף וועט ער דארט מער פארדינען.

אדרבה ווער ס׳וויל מחולק זיין אדער זיך דינגען פאר דעם איז דא נאך בלעטער עוועליבעל פאר דעם אשכול אויב ס׳פעהלט אויס...
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: צאלן טייערערע אינטרעסט איז ביליג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

סאיז א פראבלעם צו דרייען מיט מארטגידזשעס? ניין!!!

די פראגע איז, האסט א חודשליכע חשבון


מאוטיוועישן צו ארבעטן שווערער ווען ממוז נישט??!! אתמהה
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: צאלן טייערערע אינטרעסט איז ביליג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שיעלע בהמה האט געשריבן:מאוטיוועישן צו ארבעטן שווערער ווען ממוז נישט??!! אתמהה
איך רעד דאך וועגן טוהן השתדלות צי אוועק לייגן געלט פאר די עתיד. אוועק צי לייגן פאר א יעדע קינד פאר צי חתונה מאכן און אויך פאר ריטייערמענט. וואס איז א דבר פשוט א חיוב השתדלות און ווי הרב וואזנער זצ״ל פסק׳נט אויכעט להלכה.
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: בודזשעטינג: צאלן טייערערע אינטרעסט איז ביליג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

זייער א גוטע פוינט ארויסגעברענגט
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: בודזשעטינג: צאלן טייערערע אינטרעסט איז ביליג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

;l;p- ;l;p- ייש''כ @ גאלדענע, מיר שלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון אייער ''גאלדענע פעדער''. איך מיין אז די ניקים וואס האבן קאנעקשנס צו קול מבשר וואלטן אייך געדארפט ערלעדיגן א וועכענטליכע שמועס אויף קול מבשר, כדי מער אידן זאלן נהנה זיין פון אייער הויפן ידיעות.
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”