טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

געבורטסטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך געבורטסטאג » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:27 pm

לחיים לחיים לחיים די טאטנס נשמה זאל האבן אן עליה.

איך וועל זיין זייער אפן. אלע מיינע קינדער און בחורישע יארן , איז מיין לערנען געווען היבש יוצא צו זיין. כהאב פרובירט נישט צו שטיין קיינעם אין וועג אבער איך געדענק זיך קיינמאלנישט ענדיגן א ספר, פרק אדער א מסכתא מאן דכר שמיה, גאנצעטע טעג האב איך געקענט אריבערגיין אן א יודיש ווארט און די ערגסטע חלק איז געווען אז כהאב ניטאמאל געשפירט שלעכט דערוועגן. כהאב מיך געהאלטן פארנומען מיט חברים גלייך ווי איך און אלעמאל אנגעקוקט די ספרים שאפעס ווי עפעס וואס וועט שוין נישט האבן צופיל מיט מיר.

אזוי האב איך חתונה געהאט און פאכענדיג מיט די כתובה אנגעהויבן זוכן א דזשאב א טאג נאך שבע ברכות. צוויי דריי מאל האב איך עפעס יא אנגעהויבן א שיעור אבער עס האט געהאלטן פאר ביז די קומענדיגע וויכטיגע מיטונג אדער שמחה. אזוי איז אריבער פינעף יאר פון מיין חתונה, כהאב לכאורה נישט געלערנט קיין צווי גאנצע שעה קאמביינט אין די פינעף יאר.

די פאריגע מיטוואך ויגש האב איך געהאט א דע"י א"ף פארן דעמאלטסדיגן חגא, האבן עטליכע חברים מיר געשלעפט צום מעטלייף סיום הש"ס. געגאנגען בין איך צו ענדזשויען א וועלטליכע נייעס געשעעניש אבער איך בין געווארן היבש אינספירירט פון די דרשות אבער קיין החלטה אויף למעשה איז מיר אפילו נישט איינגעפאלן צו מאכן.

א זונטאג דערויף האב איך געדאוונט אין מיין קביעותדיגע שטיבל און נאכן דאווענען האט איינער אויסגערופן האלבוועגס ערנסט האלבוועגס ווערטלדיג "ווער הייבט אן מאמתי?" א האלבע מנין האט זיך גוטמוטיג אוועקגעזעצט פאר א ספאנטאנישע בלאט גמרא בתוך כלל ישראל גענוי ווי יענעם היסטארישן ראש השנה תרפ"ד אין די פוילישע שולן.

צומארגנס נאך שחרית זענען די ברכות גמרות נאך געלעגן אויפן טיש און סהאט זיך אנגעהויבן א שמועס צו מזאל ווייטער גיין , איינער האט זיך דארט אנגערופן וואס האט זיך דאן ארומגעדרייט אז ברכות דף ב' איז אל תפרוש מן הציבור נישט צו מיטלערנען און ברכות דף ג' איז אל תפרוש יא צומיטלערנען.. למעשה האבן פיר אירע געלערנט דעם צווייטן בלאט, די איבריגע מסכתא איז היסטאריע. סהאט גענומען א וואך צו מסדר זיין א געהעריגע מגיד שיעור אבער פאר וואס וואו ווען איז מען געזעצן ביי א סיום מוצאי שבת זכור. סאיז נישט געווען קיין ספק ביי קיינעם אז מגייט ווייטער.

ואז קפץ עליהם רוגזו של קורונא.

איך קען זאגן בפה מלא "לולא מסכת שבת שעשעי, אז א-ב-ד-ת-י בקורונא" ווען נישט דעם דף וואלט מיין יודישקייט געטראסקעט ביים וויירוס. מיין גאס האט נישט געהאט קיין געהעריגע מנין, שפעטער אויך נאר שבת און אן קיין ספר תורה. איך וויל נישט טראכטן וויאזוי איך וואלט אויסגעקוקט אן דעם טעלעקאנפרענס יעדע נאכט.

מיין לעבן האט זיך געטוישט, בעסער געזאגט איך האב אנגעהויבן לעבן. אויב איינער וואלט מיר געזאגט ראש השנה תש"פ אז נעקסטע יאר אזא צייט וועסטו זיצן פאר די תקיעות, פאר כל נדרי און נעילה, פאר די הקפות און הארעווען אנשטאט שמועסן וואלט איך עהם געשיקט צום דאקטער.

די גאנצע שטוב איז אנדערש ווען אלעמאל ליגט א שוטנשטיין אויפן טיש און אויף די פעסענדזשער זיץ, מיין הארץ האט געשפרינגען פארגאנגענעם שמחת תורה ביי כל הנערים ווען מיין קליינער האט געוויזן אויף א גמרא אויפן טיש אין ביהמ"ד "טאטי, טאטי".

איך וואלט נישט געחלומ'ט אז איך וועל טרעפן א טעם אין טרעפן עניני דיומא אדער די וואכידיגע סדרה (עיין שם viewtopic.php?f=92&t=42964 ותמצא נחת) אינעם בלאט און ווען איך ווייס ווען די תענוג אין ארויסהאבן די מהלך המחשבה פון א תנא אדער אמורא וואלט איך זיך קיינמאלנישט מוחל געווען. מיין גאנצע בליק אויף די ריזיגע ספרים שאפע האט זיך גענצליך געטוישט. בעז"ה מיט א מהלך אדער סדר וועט מען צו אלעס אנקומען.

דערפאר גרייט איך צו א גרויסע לחיים און פרישטאג פאר היינט נאכן שיעור לכבוד די יארצייט פונעם מחולל המהפכה ר' מאיר שפירא זי"ע וואס אויף אונז האט ער זיך אויסגעדרוקט אז אונז זעמיר זיינע קינדער אויף די וועלט.

איך בין שולדיג די לובלינער רב מיין תאווה צו קענען טרעפן א מימרא נאכאמאל אין עירובין און געדענקען דאס האבן געלערנט אין ברכות און שבת.
די תאווה פון צוטרעפן אנהייב פון א לאנגע דין ודברים אז די סוף וועט דא זיין א תיקו.
די פרעשור פוו זיך טרעפן מיט א אובערדרעפט נאך א פארנומענע פאר טעג.
די געשמאקע געפיל פון "בעלאנגינג" אנצוקומען צו א האטעל אדער פארשטופטע שול און תיכף טרעפן א שיעור אדער חברותא אדער אפילו בלויז טרעפן "דיין" גמרא אויף די טישן.

צעיר אנכי ונבזה , אבער דאך קען איך באשטיין צו מיטטיילן עטליכע טיפס וואס איך זעה ביי מיר, לזיכוי הרבים. סקען זיין אז ביי יעדעם איז אנדערש, אדרבא לאזט אייך הערן!
1- זיי פלעקסיבל. א קביעותדיגע חברותא אדער שיעור איז פיין, אבער נאר אויב די הסכם איז קלאר א מען לערנט דעם היינטיגן דף לויטן לוח. אז מען וויל גיין אויפן סדר נאר צוזאמען וועט מען שנעל פאלן הינטערשטעליג. די פוינט פונעם דף היומי איז דווקא נישט צו לערנען ש"ס מיט איין שיעור/חברותא/פירוש נאר יעדען טאג לערן מיט וואס דו האסט צו די האנט. איך האב דווקא זיך נישט צוגעבינדן צו איין מגיד שיעור אזוי אז אויב ער פארפעלט אדער שפעטיגט קען איך פארן ווייטער.
2-סקיפ נישט. אסאך שפייעכץ און טינט איז שוין פארגאסן געווארן אינעם וויכוח צו מזאל אויסלאזן אויב מפארפעלט אפאר טעג און שפעטער צוריקומען אדער נישט. ענדערש האב א לחץ צו דארפן אוועקגעבן עטליכע אייגענע שעה צו מיטכאפן היינט אפאר בלאט ווי אויסלאזן. מקומט נישט אן דערצו און די לעכעריגע בלעטער איז שווער צו פארשטיין. פארשטייט זיך אויב האסטו א קליינע שיעור וואס יעדע משתתף פעלט זיך אויס דאס זאל זיך האלטן ביזטו מחויב צו קומען אפילו האלטס נאכנישט דארט אבער בלייב על הסדר.
3-נעם אריין די שטוב. עס איז סאך וויכטיגער ווי מען מיינט. מיין ב"ב האט שוין די קומענדיגע סיום טאג אויף איהר קאלענדער, און זי ווייסט פונקליך אז איך לערן יעצט וועגן די עירוב.. עס גיבט אסאך חיזוק און שטאלץ. א לאנגע מסכתא איז וויכטיג צו פראווענען א מיילסטאון אינדערמיט אויך, למשל דעם היינטיגן יארצייט (מיין ב"ב האט צוגעשטעלט א קוכן און געצינדן ליכט מיט מיין עלטצטע טאכטער).

לחיים ברודער, לחיים!
לעצט פאראכטן דורך געבורטסטאג אום זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך מקווה איד » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:31 pm

לחיים לחיים.... קיפ איט אפ!!!!

רוף מיך צו דיין סיום מסכת עירובין.
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך Iphone » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:42 pm

לחיים. יא, די שטוב טוישט זיך ווען דער טאטע האט א שיעור קבוע וואס גייט אן יעדע טאג אפילו שבת

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:35 am

הערליך בארירנד ביז גאר! ייש"כ פארן משתף זיין.
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:43 am

לחיים געבורטסטאג

הערליכע הערליכע אריינפיר! טשילס!
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

ס׳וועט זיין בעסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:57 am

לחיים.
צו אייך @געבורטסטאג (און אלע לומדי הדף), כשם שזכית ביז אהער כך תזכה לסיים גאנץ ש״ס נאכאמאל און נאכאמאל.
אסאך אידן האבן נישט זוכה געוועהן דורכצושטופן קאראנע זיך האלטענדיג צום לימוד הדף, ס׳איז נישט געוועהן גרינג, איר האט דאס אנגעהאלטן, דאס זאגט אסאך אויף אייער אנשלאסענקייט, תלכו מחיל אל חיל.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

אהבת ישראל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך אהבת ישראל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:19 am

זייער אינספרירנד.

לחיים , ילכו מחיל אל חיל !

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך שׁעמעדיגער » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:21 am

האסט מיך געברענגט כמעט צו טרערן

איך האב אויך אנגעהויבן די נייע מחזור מיט א פעסקייט אבער ליידער האט געפלאפד ביי קארונע

זאלסט האבן הצלחה און געדענק אונז צו ריפן צום סיום השס

משהלע
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך משהלע » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:28 am

לחיים!!
ב"ה מען האלט זיך.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 7:50 am

לחיים טובים ולשלום, זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"י

Haklal
שר האלף
תגובות: 1613
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך Haklal » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:43 am

זייער רירענד געבורסטאג
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן ווייטער מסיים זיין גאנץ שס

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג אוקטובער 25, 2020 9:33 am

יארצייט איז זונטאג? אדער געווען שבת?
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:00 am

היינט ז׳ מר-חשון

העמיר זיך בל״נ באלד זעצען לערנען דעם דף לזכר נשמת האי גאון וצדיק רבי מאיר בן רבי יעקב שמשון זללה״ה

זכותו הגדול יגן עלינו ועכ״י

געבורטסטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך געבורטסטאג » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:09 pm

ישר כח אלע מחזקים ,לחיים טובים ולשלום!

כהאב אויבן צוגעשריבן עטליכע הרגשים

איך בין שולדיג די לובלינער רב מיין תאווה צו קענען טרעפן א מימרא נאכאמאל אין עירובין און געדענקען דאס האבן געלערנט אין ברכות און שבת.
די תאווה פון צוטרעפן אנהייב פון א לאנגע דין ודברים אז די סוף וועט דא זיין א תיקו.
די פרעשור פוו זיך טרעפן מיט א אובערדרעפט נאך א פארנומענע פאר טעג.
די געשמאקע געפיל פון "בעלאנגינג" אנצוקומען צו א האטעל אדער פארשטופטע שול און תיכף טרעפן א שיעור אדער חברותא אדער אפילו בלויז טרעפן "דיין" גמרא אויף די טישן.

צעיר אנכי ונבזה , אבער דאך קען איך באשטיין צו מיטטיילן עטליכע טיפס וואס איך זעה ביי מיר, לזיכוי הרבים. סקען זיין אז ביי יעדעם איז אנדערש, אדרבא לאזט אייך הערן!
1- זיי פלעקסיבל. א קביעותדיגע חברותא אדער שיעור איז פיין, אבער נאר אויב די הסכם איז קלאר א מען לערנט דעם היינטיגן דף לויטן לוח. אז מען וויל גיין אויפן סדר נאר צוזאמען וועט מען שנעל פאלן הינטערשטעליג. די פוינט פונעם דף היומי איז דווקא נישט צו לערנען ש"ס מיט איין שיעור/חברותא/פירוש נאר יעדען טאג לערן מיט וואס דו האסט צו די האנט. איך האב דווקא זיך נישט צוגעבינדן צו איין מגיד שיעור אזוי אז אויב ער פארפעלט אדער שפעטיגט קען איך פארן ווייטער.
2-סקיפ נישט. אסאך שפייעכץ און טינט איז שוין פארגאסן געווארן אינעם וויכוח צו מזאל אויסלאזן אויב מפארפעלט אפאר טעג און שפעטער צוריקומען אדער נישט. ענדערש האב א לחץ צו דארפן אוועקגעבן עטליכע אייגענע שעה צו מיטכאפן היינט אפאר בלאט ווי אויסלאזן. מקומט נישט אן דערצו און די לעכעריגע בלעטער איז שווער צו פארשטיין. פארשטייט זיך אויב האסטו א קליינע שיעור וואס יעדע משתתף פעלט זיך אויס דאס זאל זיך האלטן ביזטו מחויב צו קומען אפילו האלטס נאכנישט דארט אבער בלייב על הסדר.
3-נעם אריין די שטוב. עס איז סאך וויכטיגער ווי מען מיינט. מיין ב"ב האט שוין די קומענדיגע סיום טאג אויף איהר קאלענדער, און זי ווייסט פונקליך אז איך לערן יעצט וועגן די עירוב.. עס גיבט אסאך חיזוק און שטאלץ. א לאנגע מסכתא איז וויכטיג צו פראווענען א מיילסטאון אינדערמיט אויך, למשל דעם היינטיגן יארצייט (מיין ב"ב האט צוגעשטעלט א קוכן און געצינדן ליכט מיט מיין עלטצטע טאכטער).

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:11 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:היינט ז׳ מר-חשון

העמיר זיך בל״נ באלד זעצען לערנען דעם דף לזכר נשמת האי גאון וצדיק רבי מאיר בן רבי יעקב שמשון זללה״ה

זכותו הגדול יגן עלינו ועכ״י

אויב האסטו זיך נאכנישט געזעצט, זאג לע"נ רבי יהודה מאיר ב"ר יעקב שמשון זצוק"ל

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2704
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:19 pm

Today is Rabbi Meir Shapiro's Yahrzeit. As you probably know, he didn't have children. His Yahrzeit was forgotten to a point there was not even a minyan at his grave until 2 years ago.
Now there's an initiative to finish the shas in his zchus. Asking any of you who can help spread it and get to as many people as could be - so the remaining dafs would be taken (and take one yourself, if you could).

Thank you!

https://maharam.org.il/
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:25 pm

האסט מיך ממש גערירט ביז צו טרערן (לא עד בכלל, אבער ביז).
לחיים לחיים!
רעדסט צו\פון מיר?
פליז #פינג

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:32 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:היינט ז׳ מר-חשון

העמיר זיך בל״נ באלד זעצען לערנען דעם דף לזכר נשמת האי גאון וצדיק רבי מאיר בן רבי יעקב שמשון זללה״ה

זכותו הגדול יגן עלינו ועכ״י

אויב האסטו זיך נאכנישט געזעצט, זאג לע"נ רבי יהודה מאיר ב"ר יעקב שמשון זצוק"ל

יישר כוחכם.

איך וואלט ווען געמעגט וויסן בעסער, מיינע זיידעס האבן געלערנט דעם דף, איינע האט דאכציך אפילו אהנגעפאנגן צו לערנען פון דעם סאמע ערשטע טאג, ראש השנה תרפ״ד!

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:33 pm

לתועלת הרבים האב איך עס מפדף געווען.
לחיים לחיים!

לחיים.pdf
(158.11 KiB) דאונלאודעד 10 מאל
רעדסט צו\פון מיר?
פליז #פינג

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:43 pm

געבורטסטאג האט געשריבן:ישר כח אלע מחזקים ,לחיים טובים ולשלום!

כהאב אויבן צוגעשריבן עטליכע הרגשים

2-סקיפ נישט. אסאך שפייעכץ און טינט איז שוין פארגאסן געווארן אינעם וויכוח צו מזאל אויסלאזן אויב מפארפעלט אפאר טעג און שפעטער צוריקומען אדער נישט. ענדערש האב א לחץ צו דארפן אוועקגעבן עטליכע אייגענע שעה צו מיטכאפן היינט אפאר בלאט ווי אויסלאזן. מקומט נישט אן דערצו און די לעכעריגע בלעטער איז שווער צו פארשטיין. פארשטייט זיך אויב האסטו א קליינע שיעור וואס יעדע משתתף פעלט זיך אויס דאס זאל זיך האלטן ביזטו מחויב צו קומען אפילו האלטס נאכנישט דארט אבער בלייב על הסדר.


איר זענט דאך אזוי גערעכט,
איך, זייענדיג מסיים די פאריגע מחזור קען זאגן בפה מלא אז א שטארקע סיבה פארוואס איך בין נישט ארויסגעפאלען איז געווען ווייל איך בין קיינמאל געבליבען אונטער שטעלונג, אויב האב איך פארפאסט א טאג בין איך די נעקסטע טאג געגאנגען ווייטער און ווען איך האב געהאט צייט בין איך צוריקגעקומען.
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

געבורטסטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!

תגובהדורך געבורטסטאג » זונטאג אוקטובער 25, 2020 2:01 pm

מקווה איד האט געשריבן:
געבורטסטאג האט געשריבן:ישר כח אלע מחזקים ,לחיים טובים ולשלום!

כהאב אויבן צוגעשריבן עטליכע הרגשים

2-סקיפ נישט. אסאך שפייעכץ און טינט איז שוין פארגאסן געווארן אינעם וויכוח צו מזאל אויסלאזן אויב מפארפעלט אפאר טעג און שפעטער צוריקומען אדער נישט. ענדערש האב א לחץ צו דארפן אוועקגעבן עטליכע אייגענע שעה צו מיטכאפן היינט אפאר בלאט ווי אויסלאזן. מקומט נישט אן דערצו און די לעכעריגע בלעטער איז שווער צו פארשטיין. פארשטייט זיך אויב האסטו א קליינע שיעור וואס יעדע משתתף פעלט זיך אויס דאס זאל זיך האלטן ביזטו מחויב צו קומען אפילו האלטס נאכנישט דארט אבער בלייב על הסדר.


איר זענט דאך אזוי גערעכט,
איך, זייענדיג מסיים די פאריגע מחזור קען זאגן בפה מלא אז א שטארקע סיבה פארוואס איך בין נישט ארויסגעפאלען איז געווען ווייל איך בין קיינמאל געבליבען אונטער שטעלונג, אויב האב איך פארפאסט א טאג בין איך די נעקסטע טאג געגאנגען ווייטער און ווען איך האב געהאט צייט בין איך צוריקגעקומען.

איך האב גראדע געמיינט פונקט פארקערט, איך וועל ענדערש יא זיך מיטכאפן דורכן אליינס משלים זיין פאר מען גייט ווייטער, קען זיין כבין נישט געווען אזוי קלאר. אבער עיניכם הרואות אז What works for one, may not work for another.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בר דעת, לא ימושו מפיך, צײטען און 17 געסט