יש בו האט געשריבן:אבער גיין גלייבן אין חלומות און אין פארשטארבענע מענטשן כאילו זיי האבן עפעס א כח איז לדעתי א גרויסע פגם אין די אמונה
זיי האבן נישט קיין כח צו בעטן ביים אייבירשטן?
וואס קען האבן דוד המלך געמיינט?
זיי קענען נישט לויבן אבער מתפלל זיין יא.
אמר רבי יהודה: 'אלמלא תפילת המתים על החיים, לא היו מתקיימים החיים אפילו חצי יום' (זוהר חלק ב' דף ט"ז).
כשאני לעצמי כאטשיג איך גלייב נישט און רוב חלומות האב איך שוין אליינס מיטגעלעבט אן אמת'ן חלום נישט פון קיין מתים
און על אף וואס אנדערע האבן מיטגעהאלטן דעם אמתדיקייט דערפון, האבן רוב אירע כמעט אינגאנצן פארגעסן דערפון.
ס'איז זייער פשוט: א זאך וואס איז נגד הטבע וועט עס די טבע פייטן עד הסוף
פינטעל: מ'איז נישט קיין אפיקורס אז מ'גלייבט נישט, ווייל מ'דארף זיין 100% איבערצייגט
ס'אבער דא געוויסע מענטשן וואס אפילו די וועסט זיי איבערצייגן 100% וועלן זיי נאכאלץ נישט גלייבן,
נישט מרוב חריפות נאר פשוט מרוב פחד אז זיי זענען נישט פאלי אין קאנטראל פון זייער אייגענעם לעבן.