נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איבעראל שרייען ארויס גרויסע אותיות "זענט איר שולדיג א חוב"? קאלט אן נקי כפים.
כהאב מיך שוין געוואלט פרייען, איך בין שולדיג אסאך חובות.......
אבער יעצט זעה איך נאר אז ס'איז פאר טויטע מענטשן.

וואס איז פשט פון די ארגעניזאציע? קען איינער מאסבער'ן?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

געבויט אויף דער דין "גזל ואינו יודע למי גזל יעשה בהם צרכי רבים".
זיי נעמען קער פון מקנה זיין די געלט צום נגזל בכל מקום שהוא, און דערווייל מאכן זיי צרכי רבים.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אינטערעסאנטע איינפאל, זענען דא תשובות פון די רבנים וואס האבן געגעבן הסכמות צו דער ארגאניזאציע? ווייל ליינענדיג זייער צעטליך זעה איך א מישמאש פון אסאך שאלות, וואס נישט פאר יעדע פון זיי קלינגט מיר אז די עצה זאל העלפן, מילא וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו זען אויף וועלכע שאלות די רבנים האבן געפסקענט אויף, און וועלעכע די ארגאניזאציע האט מדמה געווען מילתא למילתא שלא כהלכה.

למשל אויב איינער גייט אין מקוה אומבאצאלט, און ער געדענקט נישט ווי, לכאורה איז די הלכה אז ער דארף געבן עד שיצא הספק מלבו, אויך איבערגעבליבענע געלט פון א צדקה צוועק, האט אייגענארטיגע דינים, צוקראצען א קאר האט לכאורה א חיוב פון הכרזה, בעיקר וואס האט מיר געשטערט, אז ער שרייבט אז דאס הייסט א השבה מעולה, וואלט איך געוואלט וויסן אויב דאס איז א פסק פון די רבנים, אדער א אייגענע חידוש פון די צעטיל דרוקער, מילא אויב איינער האט די תשובות פון די רבנים, זאל מען ביטע אויפשטעלן דא.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

א שמועס מיט א דיין
https://www.yiddish24.com/interviews/38/26185
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

וואס טוען זיי מיט דו געלט?

איך קלער אפשר צו עפענען אזא קאמפאטישאן ארג. ווער איז 'אין' פאר א שותפות?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

וואס די גליון לויטעט:
איינער איז מסופק איבער געלט וואס ליגט ביינעם פון א צווייטן, לייגט ער אריין דאס געלט אין נקי כפיים, זיי זענען מזכה די געלט פארן אמת'ן בעל הבית בכל מקום שהוא, און דערנאך פארבארגט מען דאס פאר אידן, און די זכות גמילות חסד גייט אויפן ריכטיגן בעה"ב'ס קאנטע, אלס זכין לאדם שלא בפניו.
ס'איז כאילו ער האט צוריקבאקומען זיין געלט, און האט עס אריינגעלייגט אין א גמ"ח צו טון דערמיט גמילות חסדים.

ווארשיינליך איז עס לשם מצוה, ווייל דאס געלט וואס מלייגט אריין גייט דאך צום גמ"ח. אויסער אויב זיי בעטן א באזונדערע אפצאל פאר די סערוויס.
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

א שמועס פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א
https://ahblicklive.com/post.php?id=3847
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

פריטלעך האט געשריבן:וואס טוען זיי מיט דו געלט?

איך קלער אפשר צו עפענען אזא קאמפאטישאן ארג. ווער איז 'אין' פאר א שותפות?

זיי האבן געשריבן אז זיי לייגען עס אריין אין א גמ"ח און דאס געלט ווערט באנוצט צו בארגען געלט פאר אידן [לייען : צרכי רבים]
און עס בלייבט דארט ליגן עד שיבוא אלי' - זיי טוען עס אויסדרוקליך נישט אינוועסטירן

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

און ווען מען ווערט געוואר פאר וועם ס'בלאנגט באמת געט מען עס צירוק פאר יענעם
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איז דא תשובות פון רבנים דערויף?
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

איינער האט אריינגעזעצט אין מיין קאר און איבערגאלאזט אפדרוקן וואס איז מיר א שאדן פון א שיינע פאר רובל
יענער איז העכסט ווארשיינליך א ערליכע יוד און האט זיכער געגעבן די געלט פאר נקי כפים
קען איך יעצט אויפפיקן די געלט פון נקי כפים?
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

milech fried האט געשריבן:איינער האט אריינגעזעצט אין מיין קאר און איבערגאלאזט אפדרוקן וואס איז מיר א שאדן פון א שיינע פאר רובל
יענער איז העכסט ווארשיינליך א ערליכע יוד און האט זיכער געגעבן די געלט פאר נקי כפים
קען איך יעצט אויפפיקן די געלט פון נקי כפים?

ניין.
איר קענט אויפווייזן פאר זיי אז דער ניזוק האט באצאלט פאר זיי? המוציא מחברו עליו הראי'.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

הייליג האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:וואס טוען זיי מיט דו געלט?

איך קלער אפשר צו עפענען אזא קאמפאטישאן ארג. ווער איז 'אין' פאר א שותפות?

זיי האבן געשריבן אז זיי לייגען עס אריין אין א גמ"ח און דאס געלט ווערט באנוצט צו בארגען געלט פאר אידן [לייען : צרכי רבים]
און עס בלייבט דארט ליגן עד שיבוא אלי' - זיי טוען עס אויסדרוקליך נישט אינוועסטירן


די אינוועסטירער און דעם ארג זענען אויכט אידן וואס די גמ"ח קען זיי פארבארגן...
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

טעם וריח האט געשריבן:
milech fried האט געשריבן:איינער האט אריינגעזעצט אין מיין קאר און איבערגאלאזט אפדרוקן וואס איז מיר א שאדן פון א שיינע פאר רובל
יענער איז העכסט ווארשיינליך א ערליכע יוד און האט זיכער געגעבן די געלט פאר נקי כפים
קען איך יעצט אויפפיקן די געלט פון נקי כפים?

ניין.
איר קענט אויפווייזן פאר זיי אז דער ניזוק האט באצאלט פאר זיי? המוציא מחברו עליו הראי'.

אוודאי נישט ווען יענער ווייסט פון מיך און איך פון אים גיי איך דאך נישט צו נקי כפים
בקוצור איך מיין ארויסצוברענגן אז...
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אזויווי עטליכע טייפן אן קוקן אויפן סקרין... און מ'באמערקט נישט פריערדיגע תגובות, לייג איך איבער וואס איז געשטאנען א תשובה אויף די שאלה.
זאג א גוטס האט געשריבן:וואס די גליון לויטעט:
איינער איז מסופק איבער געלט וואס ליגט ביינעם פון א צווייטן, לייגט ער אריין דאס געלט אין נקי כפיים, זיי זענען מזכה די געלט פארן אמת'ן בעל הבית בכל מקום שהוא, און דערנאך פארבארגט מען דאס פאר אידן, און די זכות גמילות חסד גייט אויפן ריכטיגן בעה"ב'ס קאנטע, אלס זכין לאדם שלא בפניו.
ס'איז כאילו ער האט צוריקבאקומען זיין געלט, און האט עס אריינגעלייגט אין א גמ"ח צו טון דערמיט גמילות חסדים.

איצט, ווען איינער צוקראצט אייער קאר, על הצד איר זענט גערעכט און ס'קומט אייך דאס געלט, האט איר טאקע באקומען דאס געלט און עס תיכף אינוועסטירט אין א גמ"ח.

דיסקלעימער: כ'האב נישט שייכות מיט די ארג. כ'האב פשוט דורכגעליינט די גליון, און (כ'מיין) עס פארשטאנען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

זאג א גוטס האט געשריבן:אזויווי עטליכע טייפן אן קוקן אויפן סקרין... און מ'באמערקט נישט פריערדיגע תגובות, לייג איך איבער וואס איז געשטאנען א תשובה אויף די שאלה.

איצט, ווען איינער צוקראצט אייער קאר, על הצד איר זענט גערעכט און ס'קומט אייך דאס געלט, האט איר טאקע באקומען דאס געלט און עס תיכף אינוועסטירט אין א גמ"ח.

דיסקלעימער: כ'האב נישט שייכות מיט די ארג. כ'האב פשוט דורכגעליינט די גליון, און (כ'מיין) עס פארשטאנען.


זייער גוט, יעצט קען איך זאגן פאר די מעקעניק אז נקי כפים האט זיין געלט? קען איך ארויסנעמען די געלט? הלכה'דיג איז דאס אפשר מיינס, און איך באקום זכותים ווען איינער בארגט מיין געלט, אבער בפועל קען איך נישט צאלן די מעקעניק דערמיט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נקי כפים ארג. -- וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נאכ'ן הערן די דיין אויף קולמע, זאגט ער בכלל נישט אז מען קען באצאלן פאר צוקראצען איינעמ'ס קאר דורך נקי כפים, ער זאגט אז מען איז מחיוב צו גיין אויסגעפונען צו וועם די קאר באלאנגט, און אויב ס'איז נישט מעגליך דורך נארמאלע אופנים געוואר צו ווערען, ערשט דעמאלסט קען מען גיין צו נקי כפים. ס'איז א שאד אז אין דעם גליון, מיט אלע זייערע PR, ווערט נישט די נקודה ארויסגעברענגט, זיי מאכן עס קלינגען ווי דאס איז גאר א לכתחילה פאר מדקדקים, ווען ס'איז א בדיעבד שבדיעבד.

(די מדקדקים חלק איז אינגאנצען פארדרייעט, ווייל די גאנצע מדקדקים איז ווען מען איז נישט שולדיג מדינא, נאר ער וויל מחמיר זיין און יא באצאלען, אדער אפשר האט ער אמאל געבארגעט און אינגאנצען פארגעסען פון דעם (נישט אז ער געדענקט אז ער האט אמאל געבארגעט, און ער געדענקט נישט וויפיל) דאן קען א מדקדק זיך באנוצען מיט נקי כפים)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”