דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

הערט א מעשה. ס'איז דאך קאראנא צייטן (נישט אזוי הייבט זיך יעצט אן יעדע ערציילונג, שמועס, דרשה, אדער סיי וואס?), דארף מען אמאל א ליפטער, גייען צוויי אלטע חברים שמרי' און נחום וועלן מיר זיי רופן (זיי עלן מוזן מסכים זיין, זיי זענען ממילא מעשי ידי.....) אזוי באנאזאם אויפן גאס און שמועסן זיך אזוי געמיטליך.

הער נאר שמרי', רופט זיך נחום אן, עס איז שוין גענוג מיט די צוקוועטשקייט איך דארף עפעס פרישקייט, עפעס אויפצילעבן די מח, אריינצובלאזן לעבהאפט דערון עס ווערט דאך פארשווארצט פון חשכות.

נו נחום וואס זאלן מיר טון - קרעכצט שמרי' צו - פארקס זענען דאך פארשפארט, אטראקציע פלעצער פארהאקט, ווילסט שפאצירן אויף דיבלאזיאויס אפגעשפארטע גאסן זיך אומקוקן אויף די אנגעסקריבלטע ווענט? ציילן די שפאלטענעס אויף די טראטואר אדער פעך?

נעה שמרי' די ביסט בעסער ווי דעם – זאגט נחום מיט זיכערקייט און זיין געטרייען חבר דער בריליאנטענע מח און ריזיגע קענער – קום אויף מיט עפעס אינטערסאנט, עפעס "מח ציבלאזנד" זאל אונז אביסל אויפלעבן.

יאפ כ'האב א געדאנק - שרייט שמרי' אויס זיך אזוי אפשטעלנדיג האסטיג ווי צי רעפלעקטירן די האסטיגקייט פון זיין מח מיט וואס ס'איז אויפגעקומען מיט די "מח ציבלאזנדע" עצה. איך האב א פלאץ ווי כ'האב שוין לאנג געוואלט באזוכן, ס'איז מורא'דיג אינטערסאנט און ס'איז א פריוואטע מענטש וואס איז אוודאי אפן יעצט אויך, נו געגאנגן.

די מעשה איז אז שמרי' און נחום זענען נישט געווען די איינציגסטע באטייליגער און דעם שמועס, כאטשיג בלויז זייער קול איז געהערט געווארן. איך בין אויך דארט געווען, כאטשיג ווי א ציהערער, אן זייער וויסן האב איך זיך אזוי ציגעהערט און שטייטצעך גאר נייגעריג געווארן צי באזוכן דעם אינטערסאנטן פלאץ, און כאשר חשבתי כן עשיתי און כ'האב זיי אזוי נאכגעשפאנט שטילערהייט נישט צי שטערן זייער באטעמטע שמועס. (העי, האב נישט קיין טענות אויף מיר, נאר אזוי קען איך דיר יעצט מיטטיילן מיט די אינטערסאנטע באזוך..).

טראגט אונז שמרי' אזוי ביז מיר קומען אן צי א גרויסן בנין מיט א טעוועלע "דזשאן קופער'ס גאלעריע" און דערונטער מיט קלענערע ווערטער "מייקרא ארט עט איטס בעסט", נא מייקרא ארט וואס קען זיין אינטערסאנטער ווי דעם?.

פאר ווער עס איז נישט באקאנט, מייקרא ארט איז די טאלאנט צי מאכן געקינצלטע ווערק און גאר קליינע פארמאטן ווי א גרופע קעמלען און א נאדל לאך , א שיף און די בליי פון א פענסיל וכדו', בייגעלייגט זענען אפאר אזעלכע בילדער.

עכ"פ אזוי אריינגייענדיג זעהט מען ציערשט א גרויסע צימער, אויסגעלייגט מיט זיינע מייסטערווערק מיט פרייזן דערויף, ווי למשל א פשוטע בליי וואס קאסט ביי מיר און געשעפט אפאר צענט, קאסט דא אפאר הונדערט דאלער מיטן פארמאגן א הענטל פון אויבן וכדו'. אביסל ארויפציר טרעפן מיר דעם גרויסן סטודיו ווי דער דזשאן בכבודו ובעצמו זיצט אויספארמען זיינע מייסטערווערג.

קומען מיר אריין און הויפטקוואטיר אנטפלעקט זיך א מייעסטעטיש בילד פאר אונז, א גרויסן שיינעם צימער קונצליש באלאכטן פון אלע זייטן מיט א געשמאקע קאליר מיט גרויסע מאשינען און ריזיגע פארגרעסערונג גלעזער ביים טיש מיט כל ערליי שניצערס בערשטלעך וכו' וכו', אזוי אריינקומענדיג שטיי איך פארגאפט אפאר מינוט נישט קענעדיג עפענען מיין מויל פאר איבעראשונג ממש א ערהאבן בילד! אזוי ארומקוקנדיג באמערק איך דארט דעם דזשאן איבערגעבויגן אויף איינע פון די פארגרעסערינג גלעזער מיט די הענט אינמיטן טיש פארשוויצט און פאר'מח'ט, כ'האב נאכנישט עספייעט צי כאפן וואס דא גייט פאר ווען מיין מח איז איבערגעהאקט געווארן פון זיינע געדאנקן דורך נחומ'ס קול, זעהט אויס ער האט אויך יעצט באמערקט די זעלבע ווי איך ווייל איך הער איהם פרעגן מיין פראגע.שמרי' וואס גייט דא פאר? פארוואס איז דער קופער אזוי אנגעצויגן און פאר'מח'ט און וואס האלט ער דארט און זיין האנט מ'קען דאך עס קוים באמערקן?

שמרי' מיט זיינע שארפע בליקן האט שוין אויפגעכאפט די גאנצע מעשה און טיילט עס גערן מיט מיט זיין באגלייטער (אייגנטליך באגלייטער'ס, נאר דאס האט ער דאך נישט געוואוסט..) זיינע געפינסן. ער ארבעט יעצט אויף א גרופע קעמלען און א נאדל לאך און בטעות האט ער געמאכט איין הויקער פון א קעמל א משהו צי גרויס און ס'איז שוין נישטא קיין פלאץ פאר א הויקער'ס חברותא, דעריבער מיטשעט ער זיך דא עס צי פאררעכטן.

די מיינסט עס נישט ערנסט - זאגט נחום ווי א גאנצע חכם - דער דזשאן, דער גרויסער ארטיסט וואס פארמאגט די גאנצע ווערטשאפט דא מיט די אלע מאשינען גרויס און קליין מאכט זיך אזוי נאריש פאר א קעמל און א נאדל לאך? איז איהם באמת א חילוק צי די קליינע קעמל דארט האט איין אדער צוויי הויקער'ס??

אה נחום מאך דיר נישט ווי אזא בטלן – שרייט איהם שמרי' אן מיט ביטול – די גאנצע געביידע מיט אלע לעקטער'ס און מאשינען זענען דאך דא בלויז אהערצישטעלן דעם קליינעם קעמל אינ'ם לאך, אז דער קעמל קומט נישט אויס ריכטיג וואס דארף ער די אלע כלים?.

פארוואס פארצייל איך עס אייך? ווייל נעכטן פרעגט מיר איינער אזא אור-אלטע אפיקורסישע שאלה, האלסט טאקע אז דער באשעפער וואס האט באשפן אלע גאלאקסיעס מיט די ריזיגע כוכבים ומזלות גייט אן אויב די קליינע מענטש דארט אויפן קליינעם פלאנעט ערד נעמט ארויס די שמוץ פון די עסן אדער די עסן פונם שמוץ אום שבת?

שוטה איינער, אלע גאלאקסיעס זענען בלויז באשאפן אז דער קליינער מענטש אויפן קליינעם פלאנעט זאל איהם דער ייצ"ה איינרעדן צי ארויסנעמען די פסולת מתוך אוכל און ער זאל זיך מתגבר זיין און ארויסנעמען דוקא די אוכל, אז נישט זענען אלע גאלאקסיעס מיט אלע אירע פלאנעטן גארנישט אינטערסאנט!!
אטעטשמענטס
images (1).jpg
images (1).jpg (4.01 KiB) געזען 1445 מאל
download.jpg
download.jpg (2.42 KiB) געזען 1445 מאל
download (1).jpg
download (1).jpg (2.55 KiB) געזען 1445 מאל
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שטארק!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

זייער שיין
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הערליך.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

זייער שיין.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליכע שפראך און תוכן!

נ.ב. דער קופער איז אמאהל געווען ביי דוכנ'ען? פון ווי איז איהם איינגעפאלן מ'קען אזוי אויסשטעלן די פינגער?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע ביר »

אוראייניקל האט געשריבן:הערליכע שפראך און תוכן!

נ.ב. דער קופער איז אמאהל געווען ביי דוכנ'ען? פון ווי איז איהם איינגעפאלן מ'קען אזוי אויסשטעלן די פינגער?

גא"מ
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

זייער שיין
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

א גרויסן יישר כח פאר אלע באדאנקער'ס.

אזויווי עס איז מיר א נייע שניט צי שרייבן, א אפנויג פון די גראמען וואס פלעגן פארנעמען ביי מיר די אויבנאן, וויל איך הערן פונ'ם עולם מער בפרטיות, ווי בינעך בעסער, וואס קעניך פארבעסערן, און קאנסטראקטיוו קריטיק אויך, באישי איז אויך גוט, אזוי וועט מען קענען בעסער צישטעלן לרוות בהם בני אדם.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מזה ומזה אל תנח.

דו טויגסט פיין אויף ביידע.

#מייןאפיניאן
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליך שיין רב קאמאו!
דו ביסט גוט ביי ביידע.
עכ"פ איך האב הנאה פון ביידע.
----
האקט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

יישר כח שטומפי און אור"א
רואיגע וואסערן
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 8:29 pm

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיגע וואסערן »

;l;p- אייזן!!
שרייב נאך אזאנע!!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער שטארק קאנטרי מאוד,

אויב איך מעג צולייגן א נקודה וואלט איך גענטפערט פאר איינעם מיט אזא קשיא,

דו דורכלויכטיגע שוטה,
אזוי קליין איז די באשפער ביי דיר?
דו ווייסט ווי גרויס די באשעפער איז?
דו שעמסט זיך נישט צו נעמען אזא מעכטיגע גאט
וואס האט באשאפן און פירט די גאנצע וועלט, און אים מצמצם זיין אין דיין פיצי שכל?

ווייל פאר דיר פיצי מענטשעלע, וואס איז ניטאמאל ווערט די קאקאש קעיק וואס דו עסט פאר׳חלש'ט מוצאי תענית,
קוקט אויס א געלעקסי גרויס און בורר שבת קליין, קענסטו דעס צוגלייכן צו די מעכטיגע גרויסע באשעפער?
פאר אים איז דען א געלעקסי גרויס?

דו זאגסט דאך אליין ווי מעכטיג די באשעפער איז אז ער האט באשאפן ריזיגע געלעקסיס,
ווי שעמסטו דיך נישט אים צו מאכן אזוי קליין און פרובירן אריינצולייגן אין דיין שכל?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

שלמה מולכו האט געשריבן:זייער שטארק קאנטרי מאוד,

אויב איך מעג צולייגן א נקודה וואלט איך גענטפערט פאר איינעם מיט אזא קשיא,

דו דורכלויכטיגע שוטה,
אזוי קליין איז די באשפער ביי דיר?
דו ווייסט ווי גרויס די באשעפער איז?
דו שעמסט זיך נישט צו נעמען אזא מעכטיגע גאט
וואס האט באשאפן און פירט די גאנצע וועלט, און אים מצמצם זיין אין דיין פיצי שכל?

ווייל פאר דיר פיצי מענטשעלע, וואס איז ניטאמאל ווערט די קאקאש קעיק וואס דו עסט פאר׳חלש'ט מוצאי תענית,
קוקט אויס א געלעקסי גרויס און בורר שבת קליין, קענסטו דעס צוגלייכן צו די מעכטיגע גרויסע באשעפער?
פאר אים איז דען א געלעקסי גרויס?

דו זאגסט דאך אליין ווי מעכטיג די באשעפער איז אז ער האט באשאפן ריזיגע געלעקסיס,
ווי שעמסטו דיך נישט אים צו מאכן אזוי קליין און פרובירן אריינצולייגן אין דיין שכל?



דאכט זיך אז די טענה איז מבואר אין עבודת ישראל פון הייליגן קאזניצע מגיד, אז די אפיקורסים וואס טענה'ן אז די באשעפער איז זיך הישט מטפל מיט די וועלט , אנשטאט גרעסער מאכן די באשעפער, ווי זיי מיינען אז זיי טוען, מאכן זיי איהם גאר קלענער , מאכנדיג כאילו די גאנצע בריאה מיט אלע מלאכים איז נישט פיצי אקעגן הקב"ה
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין און צום פונקט!
רואיגע וואסערן
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 8:29 pm

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיגע וואסערן »

וואט עי ארטיקל!!!
ס'איז מיר פיין ציניץגעקומען...
מאך נאך אזאנע!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”