זאגט דעם אמת, זענט איר מקנא דעם עושר?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

זאגט דעם אמת, זענט איר מקנא דעם עושר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

כדרך הבריות יעדער וויל זיין א עושר א מיליונער

איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו שמיעסען מיט א יוד א ביליאנער יא איר זעהט גוט א ביליאנער נישט קיין מיליאנער

און מיר האבן געשמוסט וועגן די נושא

זאגט מיר די גביר אויב דו האסט גענוג צו לעבן נורמאל און חתונה מאכן אהן קיין חובות און די האסט נאך איבריג א פאר טויזענט דולער צו פארן אמאל קיין ארץ ישראל אדער קיין שווייץ האסטו נישט וואס מקנא צו זיין דעם גביר ער האט גארנישט מער ווי דיר נאר דאגות

ער זאגט מיר איך פרעג דיר וואס האט ער פון זיינע מיליאנען גייט ער עסן א בעסערע פרישטאג ווי דיר ? גייט ער היינט לערנען מער שעות ווי דיר ?

איך בין געבליבען מיט די צינג אינדערויסען וואס האב איך עהם געקענט זאגן

וואס האלט די עולם זענט איר נאך אלס מקנא דעם גביר אדער נישט ?
אנכי עיף
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:44 am

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי עיף »

חז''ל זאגן שוין מרבה נכסים מרבה דאגות, נישט מער נאר דאגות
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

איך פארשטיי נישט, האט ער נישט קיין שענערע הויז? ערלויבט ער זיך נישט קיין שענערע וויהעקל? מאכט ער נישט "מעכטיגערע" שמחות? וואס הייסט ער עסט נישט קיין בעסערע פרישטאג?

נישט אז די בעסערע עסן הויז וכו' מאכט פרייליך א מענטש, נאר די הנחה פון א פראגע "עסט ער א בעסערע פרישטאג" פארשטיי איך נישט.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זאגט מיר אמאל א אינגערמאן וואס האלט שוין ב"ה א יאר און א האלב פון די חתונה... און אינדערצווישן שוין געהאט 4 דאזאבס... אז ער פלאנט נאך צו זיין א איד אן עושר ווייל נאר אזוי וועט מען הערן זיין מיינונג...

גיי פראשטיי..


צ/ק
ניין!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איך פארשטיי נישט, די ביליאנער האלט טאקע אזוי? איך קען א שיינע פאר אידן וואס וועלען מסכים זיין אראפצונעמען פון עם א פאר מיליאן דאללער (איך מיין אז 5 מיליאן דאללער מיט די 4% רול איז גענוג פאר א מענטש צו לעבן, פאר א ביליאן דאללער קען ער גליקליך מאכן 200 אינגערלייט, אקעי, בלויז 199, ווייל 5 מיליאן גייט ער דאך האלטן פאר זיך) און גרינגער מאכן זיינע דאגות.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7703
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

וויפיל מענטשען וואס זענען נישט קיין גבירים קענען לעבן א נארמאל לעבן און חתונה מאכן די קינדער אן חובות און פארן שווייץ אדער ארץ ישראל איינמאל אפאר יאר?

על פי רוב איז עס אדער אדער

כנלע"ד
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

בבקשה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, די ביליאנער האלט טאקע אזוי? איך קען א שיינע פאר אידן וואס וועלען מסכים זיין אראפצונעמען פון עם א פאר מיליאן דאללער (איך מיין אז 5 מיליאן דאללער מיט די 4% רול איז גענוג פאר א מענטש צו לעבן, פאר א ביליאן דאללער קען ער גליקליך מאכן 200 אינגערלייט, אקעי, בלויז 199, ווייל 5 מיליאן גייט ער דאך האלטן פאר זיך) און גרינגער מאכן זיינע דאגות.

זעהט זיך אויס אויף צום זאגן איז יעדער גרייט, טון למעשה אעעעעםםםם גייט שוין נישט...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

צום קעפל:
דעם ארימאן בין איך זיכער נישט מקנה...

אנכי עיף האט געשריבן:חז''ל זאגן שוין מרבה נכסים מרבה דאגות, נישט מער נאר דאגות


קאצקע רבי האט דאך געזאגט מרבה נכסים מרבה דאגות, אבער סאיז ווערט!
לפנות בוקר
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, האט ער נישט קיין שענערע הויז? ערלויבט ער זיך נישט קיין שענערע וויהעקל? מאכט ער נישט "מעכטיגערע" שמחות? וואס הייסט ער עסט נישט קיין בעסערע פרישטאג?

נישט אז די בעסערע עסן הויז וכו' מאכט פרייליך א מענטש, נאר די הנחה פון א פראגע "עסט ער א בעסערע פרישטאג" פארשטיי איך נישט.


וויפיל קאסט א שענערע הויז? 5 מיליאן דאללער? א טייערע וועהיקעל? 100 אלפים? וויפיל קאסט א טייערע פרישטאג $30? לאמיר מאכן א חשבון, וואס גייט עם דאס לעבן קאסטען? 2 מיליאן דאללער א יאר? קומט אויס אז איינער וואס האט 50 מיליאן דאללער אין באנק, מיט די 4% רול, (אדער 75 מיליאן מיט די 3% רול), לעבט פונקט אזוי ברייט ווי דער וואס האט א ביליאן דאללער, טא פארוואס פעלט עם אויס די איבריגע +900 מיליאן דאללער? בלויז דאגות ברענגט עס עם.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

קודם אלטער'ס חתימה ענפערט שוין די אמת'ע תירוץ.

די געלט אליין בין איך מקנה, פארוואס פרעג מיך נישט. אבער די דאגות זיכער נישט.

אזוי ווי יעדע זאך אין די וועלט, עס האט מעלות און עס האט חסרונות. עס איז זייער שווער צו געבען אן ענטפער אויף ביידע צוזאמען, ווייל עס איז דא אסאך סארט עשירים.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, האט ער נישט קיין שענערע הויז? ערלויבט ער זיך נישט קיין שענערע וויהעקל? מאכט ער נישט "מעכטיגערע" שמחות? וואס הייסט ער עסט נישט קיין בעסערע פרישטאג?

נישט אז די בעסערע עסן הויז וכו' מאכט פרייליך א מענטש, נאר די הנחה פון א פראגע "עסט ער א בעסערע פרישטאג" פארשטיי איך נישט.


אין זיין אצטמכא פיט נישט מער עסן וואו אינעם ארימאנס, ווער רעדט נאך אויב ער דארף זיך וואטשן זיין דייעט וועגן דייעביטיס וכדומה...
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

איך ווייס נישט צו איך בין איהם מקנא אבער איך וואלט געקענט ביישטיין צו זיין א ביליאנער, העכסטנס אז איך פיל אז דאס געלד איז נישט ווערד די דאגות קען איך עס עניטיים אויפגעבן, דאס וועל איך שוין דעמאלס באשליסן.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

בבקשה האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, האט ער נישט קיין שענערע הויז? ערלויבט ער זיך נישט קיין שענערע וויהעקל? מאכט ער נישט "מעכטיגערע" שמחות? וואס הייסט ער עסט נישט קיין בעסערע פרישטאג?

נישט אז די בעסערע עסן הויז וכו' מאכט פרייליך א מענטש, נאר די הנחה פון א פראגע "עסט ער א בעסערע פרישטאג" פארשטיי איך נישט.


וויפיל קאסט א שענערע הויז? 5 מיליאן דאללער? א טייערע וועהיקעל? 100 אלפים? וויפיל קאסט א טייערע פרישטאג $30? לאמיר מאכן א חשבון, וואס גייט עם דאס לעבן קאסטען? 2 מיליאן דאללער א יאר? קומט אויס אז איינער וואס האט 50 מיליאן דאללער אין באנק, מיט די 4% רול, (אדער 75 מיליאן מיט די 3% רול), לעבט פונקט אזוי ברייט ווי דער וואס האט א ביליאן דאללער, טא פארוואס פעלט עם אויס די איבריגע +900 מיליאן דאללער? בלויז דאגות ברענגט עס עם.



רעדסטו איבער די חילוק פון א מיליאנער צי א ביליאנער און נישט דאס איז געווען די שאלה, די שאלה איז געווען די חילוק פון א בעה"ב צי א עושר. דארט ביסטו טאקע מער גערעכט הגם סאיז נאך אלס דא אייביג ווי צי גיין ווי אויסהאלטן די קינדער / אייניקלעך, אבער ס'איז דא א לימיט. כ'האב טאקע קיינמאל פארשטאנען דעם עושר וואס זיין באנק אקאונט איז שוין איבערגעשוואלן און ער ארבעט נאך שווער, ענדזשוי לייף אביסל! ס'מוז זיין אז יש לו מנה רוצה מאתיים איז א קללה.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

העלאו האט געשריבן:כדרך הבריות יעדער וויל זיין א עושר א מיליונער

איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו שמיעסען מיט א יוד א ביליאנער יא איר זעהט גוט א ביליאנער נישט קיין מיליאנער

און מיר האבן געשמוסט וועגן די נושא

זאגט מיר די גביר אויב דו האסט גענוג צו לעבן נורמאל און חתונה מאכן אהן קיין חובות און די האסט נאך איבריג א פאר טויזענט דולער צו פארן אמאל קיין ארץ ישראל אדער קיין שווייץ האסטו נישט וואס מקנא צו זיין דעם גביר ער האט גארנישט מער ווי דיר נאר דאגות

ער זאגט מיר איך פרעג דיר וואס האט ער פון זיינע מיליאנען גייט ער עסן א בעסערע פרישטאג ווי דיר ? גייט ער היינט לערנען מער שעות ווי דיר ?

איך בין געבליבען מיט די צינג אינדערויסען וואס האב איך עהם געקענט זאגן

וואס האלט די עולם זענט איר נאך אלס מקנא דעם גביר אדער נישט ?

איך וואלט אים געזאגט דאס וואס כהאב אלץ געטראכט אלץ קינד ווען מיין מלמד פלעגט זאגן, גלייב מיר סטוט מיר מער וויי..
ני לאמיר זיך טוישן..
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

חלב ישראל האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איך בין איהם מקנא אבער איך וואלט געקענט ביישטיין צו זיין א ביליאנער, העכסטנס אז איך פיל אז דאס געלד איז נישט ווערד די דאגות קען איך עס עניטיים אויפגעבן, דאס וועל איך שוין דעמאלס באשליסן.

סאיז אין די זעלבע בחינה ווי, דער חכם קען נאך ווערן א שוטה אויב וויל ער דוקא, אבער דער שוטה בלייבט זיכער א שוטה..
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

לפנות בוקר האט געשריבן:צום קעפל:

אנכי עיף האט געשריבן:חז''ל זאגן שוין מרבה נכסים מרבה דאגות, נישט מער נאר דאגות


קאצקע רבי האט דאך געזאגט מרבה נכסים מרבה דאגות, אבער סאיז ווערט!

טעות נישט אויף מרבה נכסים האט ער עס געזאגט נאר אויף "יוסיף דעת יוסיף מכאוב" האט ער געזאגט "קרענקען זאלסטי אבער שכל זאלסטי האבן"
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, האט ער נישט קיין שענערע הויז? ערלויבט ער זיך נישט קיין שענערע וויהעקל? מאכט ער נישט "מעכטיגערע" שמחות? וואס הייסט ער עסט נישט קיין בעסערע פרישטאג?

נישט אז די בעסערע עסן הויז וכו' מאכט פרייליך א מענטש, נאר די הנחה פון א פראגע "עסט ער א בעסערע פרישטאג" פארשטיי איך נישט.


וויפיל קאסט א שענערע הויז? 5 מיליאן דאללער? א טייערע וועהיקעל? 100 אלפים? וויפיל קאסט א טייערע פרישטאג $30? לאמיר מאכן א חשבון, וואס גייט עם דאס לעבן קאסטען? 2 מיליאן דאללער א יאר? קומט אויס אז איינער וואס האט 50 מיליאן דאללער אין באנק, מיט די 4% רול, (אדער 75 מיליאן מיט די 3% רול), לעבט פונקט אזוי ברייט ווי דער וואס האט א ביליאן דאללער, טא פארוואס פעלט עם אויס די איבריגע +900 מיליאן דאללער? בלויז דאגות ברענגט עס עם.



רעדסטו איבער די חילוק פון א מיליאנער צי א ביליאנער און נישט דאס איז געווען די שאלה, די שאלה איז געווען די חילוק פון א בעה"ב צי א עושר. דארט ביסטו טאקע מער גערעכט הגם סאיז נאך אלס דא אייביג ווי צי גיין ווי אויסהאלטן די קינדער / אייניקלעך, אבער ס'איז דא א לימיט. כ'האב טאקע קיינמאל פארשטאנען דעם עושר וואס זיין באנק אקאונט איז שוין איבערגעשוואלן און ער ארבעט נאך שווער, ענדזשוי לייף אביסל! ס'מוז זיין אז יש לו מנה רוצה מאתיים איז א קללה.


עס זענען דא מענטשען מיט א תאוה צו ארבייטען, ביי עם איז נישט קיין חילוק וויפיל געלט ער האט אין באנק, ער גלייכט צו ארבייטען, ער איז אפילו עדעקטיעד צו דעם, אבער די עכטע שאד איז ווען אזא עושר גייט פון די וועלט און די קינדער שלאגן זיך איבער די ירושה, למה? יעדער האט גענוג זיך אויסצוהאלטען, פארוואס שלאגט מען זיך? (אפשר האבן זיי א תאוה זיך צו קריגען)
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

@שיעלע פיין!!
אלע עשירום וועם איך קען פון די נאנט איז באמת נישט דא וואס מקנא צו זיין הרופה לשברי לב זאל זיך מרחם זיין אויף זיי, אחוץ אויב מוויל נאר מקנא זיין די חלק אז ער האט געלט אבער סאיז נישט יושר אז די ביסט עם מקנא און די ווילסטיך טוישן מיזטו מסכים זיין צו נעמען די פראבלעמען אויך
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דער עושר איז גראדע גערעכט אז צו האבן א גליקליכע צופרידענע זארגלאזע לעבן פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט איז גענוג עטליכע מיליאן, אבער איז דען דאס די סיבה פארוואס מענטשן פייגערן צו זיין עשירים? מענטשן זוכן דעם טאראראם וואס קומט מיט מיין זיין א עושר, די געזעלשאפטליכע סטאטוס, די חכמה, די חזנות, די השפעה וואס א גרויסער עושר האט אין די קהילה און בכלל וכו' וכו'
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

מקנא זיין יענעם טאר מען נישט.

צו זיין אן אן עושר אדיר האט אסאך בענעפיטן, וואס סתם א איד קען געווענליך נישט האבן.

ווען איך וואלט געווען ראטשילד:

1) וואלט איך זיכער אויסגעהאלטן מיינע חשוב׳ע עלטערן, און שווער זז״ג - וועלכע האבן שוועריגקייטן מיט פרנסה - כאטש אלע האבן משפחות ברוכות מיט קינדער ב״ה און אייניקלעך למאות - יא. מיינע עלטערן און שווער/שוויגער מוטשען זיך שטארק אין די עלטערע יארן ליידער.

2) וואלט איך מסתם געקענט האבן דעם פוסק הדור בעל מנחת יצחק זי״ע ער זאל איינשטיין ביי מיר אין שטוב - ווען ער איז געווען אין ניו יארק בשנת תשמ״ח - (פאר א פערטל / האלב מיליאן דאלאר נדבה פארשטייצעך)

3) וואלט איך געקענט קויפן פארשידענע טייערע כתבי קודש פון מיינע הייליגע זיידעס למעלה בקודש, און פון אסאך תלמידי בעשה״ק - צי וואס איך האב א שטארקע געפיל און איז א סגולה צו האלטן אין שטוב - (קאסט אין די מיליאנען).

4) וואלט איך זיכער אויסגעהאלטן מיינע קינדער נאך די חתונה.

5) וואלט איך זיכער געקויפט דירות פאר מיינע קינדער שיחיו - אז זיי זאלן זיך נישט אזוי מוטשען מיטן טאג טעגליכן לעבן.

6) וואלט איך מעגליך געקויפט א גרויסן בנין לע״נ מיין גרויסן זיידן נבג״מ לשמו ולזכרו - פאר א כולל וכדומה שיהיו לעילוי נשמתו. - איך ווייס אז א פרק משניות איז אפשר גרעסער אויבן אין הימל, אבער אז טויזנטער מענטשן לערנען לע״נ בכל יום איז עס א דבר גדול מאוד.

* איך וואלט געגאנגען מיטן זעלבן ביליאן שטריימל.
* איך וואלט חתונה געמאכט אין א פשוטע שמחה זאל פאר נאענטע משפחה און גאנץ איינפאך.
איך וואלט נישט געקויפט קיין פאלאצן און נישט געפלויגן קיין מירון יעדע שני וחמישי. ווייל איך זעה ווי נידריג דאס איז. - און אוודאי נישט געוואלט זיין בשיחה בפי הבריות



סיכום:

***

מיט די פונקטן 2, 3 און 6 - קענט איר אוודאי מחולק זיין.

אויב איינער איז מחולק מיט די פונקטן 1, 4, 5 -
* זייט ביטע מסביר.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פארהאן פילע לוקסוסן וואס דער עושר קען זיך ערלויבן און איך וואלט עס זייער געוואלט האבן, יא.
איך בין אים אבער נישט מקנא פאר די גאנצע פעקעדזש, נאר אויף געוויסע לוקסוסן וואס איך האב נישט כאטש איך וויל עס און ער יא.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

Programming האט געשריבן:דער עושר איז גראדע גערעכט אז צו האבן א גליקליכע צופרידענע זארגלאזע לעבן פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט איז גענוג עטליכע מיליאן, אבער איז דען דאס די סיבה פארוואס מענטשן פייגערן צו זיין עשירים? מענטשן זוכן דעם טאראראם וואס קומט מיט מיין זיין א עושר, די געזעלשאפטליכע סטאטוס, די חכמה, די חזנות, די השפעה וואס א גרויסער עושר האט אין די קהילה און בכלל וכו' וכו'

יאפ !
דיינע בחורים גייען קענעו לערנען וועלכע ישיבה דו ווילסט,און די משגיח גייט זיך צופעליג נישט אנהייבן מיט זיי....
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

איך האב אמאל געהערט פון א גוטע איד: פארוואס זעט מען אזוי סאך אידן בעטן דעם רבוש"ע צו זיין רייך און זיי ווערן נישט געהאלפן? האט ער גענטפערט ווייל זיי דארפן נישט די געלט, זיי דארפן די גוטע הרגשה פון "איך בין א עושר" און אויף דאס בעטן זיי נישט!
לפנות בוקר
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

שטומפיג האט געשריבן:פארהאן פילע לוקסוסן וואס דער עושר קען זיך ערלויבן און איך וואלט עס זייער געוואלט האבן, יא.
איך בין אים אבער נישט מקנא פאר די גאנצע פעקעדזש, נאר אויף געוויסע לוקסוסן וואס איך האב נישט כאטש איך וויל עס און ער יא.

למשל ?
דאס האט ער מיר געזאגט אז יעדע תאוה וואס דו האסט אז דו ווילסט דוקא קענסטו עס האבן
א שיינע קאר א 2020 קאר קענסטו האבן געליסט פאר נישט קיין צו סאך געלט
וואס מפטיר יונה ? אז דו ווילסט דוקא קענסטו דאס האבן אפשר נישט אין די גרעסטע ביהמ''ד
א ריזיגע הויז מיט א ריזיגע שטח מיט גראז ארום מיט צויי פארקינג גארדזש מיט א סוימינג פול דאס קענסטו האבן אין טעמס ריווער פאר בערך צויי טויזענט דולר א חודש
איי די הויז איז נישט דיינס קיינער נעמט גארנישט מיט אבער אויף די מינוט קענסטו די זעלבע הנאה האבן ווי די גביר
וואס פאר א הנאה קען דער גביר האבן וואס דו קענסט נישט ?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זאגט די אמת זענט איר מקנא דעם עושר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קיסריה האט געשריבן:5) וואלט איך זיכער געקויפט דירות פאר מיינע קינדער שיחיו - אז זיי זאלן זיך נישט אזוי מוטשען מיטן טאג טעגליכן לעבן.


די ערשטע חלק בין איך נישט מחולק, די צוויטע חלק יא,
געלט מאכט נישט צופרידן און נעמט נישט אוועק די מוטשענישט פונעם לעבן.
סקען מאכן גרינגער און סקען אויך נישט.
יא איך וויל האבן געלט, און איך האלט אז געלט וואלט ווען גרינגער געמאכט מיין לעבן, אבער סאיז נישט קיין זיכערע זאך.
דיינע קינדער קענען זיך אפמיטשענען מיט געלט און קענען זיין צופרידן אן געלט

און נאכמאל איך וויל די געלט איך קען באשטיין צו דאס האבן, און סמאכט גרינדער אויב מפירט זיך ריכטיג מיט דעם.

רש״י על הכתוב כל ימי עני רעים וטוב לב משתה תמיד
טוב לב. מי שלבו טוב בעשרו: משתה תמיד. כל שנותיו דומות לו ימי משתה; ללמדך שיהא אדם שמח בחלקו:
מצד אחד איז קלאר אז מי שלבו טוב בעשרו איז איהם בעסער פון דעם עני, אפילו ווען ער איז טוב בעניו, אבער סקומט נאר מיטן שמח בחלקו.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”