א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

פאר די וואס האבען עס שוין באקומען און אישי : ענק קענען גלייך קאמענטן פארן איבערליינען ( די סבה פארוואס מלכתחילה האב איך עס נישט געוואלט ארויפלייגן איז בטל געווארן)

בס''ד

מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות אויף דיר, יעדע מאל איך קיק דיר אן ווערט א כוועליע פון רחמנות און ווייטאג אריבער געפירט און מיין הארץ, איך קען נישט איינשלאפן ביינאכט ווען איך ווער איבערגענומען פון מיינע געפילן, און ווען איך טראכט איבער דיין עתיד.

יא דו מאכסט א לעבן די עינשויסט לעבן מער ווי מיר (אויך נישט - אבער אפילו לויט דיר), די האבט נישט קיין עול התורה גארנישט העכער'ס שטייט דיר און וועג, די האסט חבירים און (.......), דו פילסט אז ס'דא מענטשן וואס האבן דיר ליב און קיקן דיר ארויף, די פילסט ווי די ווערסט אנגענומען ווי אזוי דו ביסט, דו פילסט ווי די האסט נישט קיין גרעניצן.

די האסט אלע תאוות וואס די וועלט האט צו פארקויפן, די האסט אלע דיינע גליסטענישן, גארנישט האלט דיר נישט אפ פון ערייכן דיינע געברויכן, די דארפסט נישט קיקן די הכשר פארן עפעס עסן, די קענסט עסן ווי דו ביסט נאר, די דארפסט נישט אויפשטיין צופרי צום דאווענען און נישט זיך צושטעלן צו גארנישט וואס האלט מיין טאג.

די האסט פארטי'ס יעדן טאג, מענטשן נעמען דיר ארום, און דו פילסט דיך גוט דערמיט, דו פילסט די שוואוילטאג וואס די וועלט האט צו פארקויפן, די האסט פארטיס יעדע נאכט און די קענסט פארברענגען אויף די וועגן וואס געט דיר די מערסטע תאווה און פארגעניגן, ביי דיינע פארטי'ס דארפן נישט זיין קיין מחיצות... און די דארפסט נישט זיך איינהאלטן פון קוקן אויף פרויען (בלשון נקיה), די מעגסט דיך נאך געבן דיין ציאונג פון הארץ אינגאנצן, די קענסט יעדע נאכט זינדיגן.... און ליגן אין זימה און זנות אן קיין אפהאלט.
שבת דארפסטו נישט אויסלעשן דיין טעלעפאן, דו דארפסט זיך נישט איינהאלטן פון אנצינדן די לייט, די דארפסט נישט אראפ נעמען איין טאג פון דיין וואכן טעג פאר רוחניות, די קענסט גיין אנגעטון וויאזוי דו ווילסט: מיט לאנגע האר און קורצע הויזן, (נישט אז דו האסט נישט די סיסייעטי וואס זאל דיר דיקטאטורן ווי אזוי זיך צו קליידן - נאר די פילסט זיך פריי)

די קענסט פארברענגן די נאכט אן קיין זארג פו ביטול תורוה, (יא ס'איז דא אזא עבירה אפילו ס'איז אזוי ווייט פון דיר,) דו דארפסט נישט ווערן אנגעצויגן פאר אלול, אדער ערנסט שובבים, דו דאפסט נישט ווארטן זעקס שעה יאר פליישיג'ס, און דו דארפסט נישט פאסטן יום כיפור.

דו וואוינסט מיט דיינע חבירים און (......), און דיפילסט זיך פריי און אקטצפירט, דו פילסט ווי דו פילסט אן דיין טאג, דו האסט א זשאב וואס געט דיר געלט פאר דיינע תאוותס און די לערנסט דיך א פראפעסיע כדיי צו אנקומען און לעבן, דו פילסט ווי די ביסט ארויס פון די לעכל אין ווי דיינע עלטערן ליגן, און דו מיינסט אז דו האסט אנטדעקט אמעריקע מיט דיין וועג פון פרייהייט.

קען זיין דו ביסט אנגעווייטאגט אויף דיין משפחה, און די ווילסט זיי מסדר זיין און דו האסט געטראפו די ווייטאגליכע וועג. וויאזוי זיי צו מאכן זיי ביטער דאס לעבן, אדער קען זיין דו האסט פשוט געטראפן א וועג וואס וועט דיר ערלויבן דיינע תאוות און בעצם האסטו גארנישט קעגן דיין משפחה.
קען זיין דו האסט געפילט אז ביי אונזער ציבור - דארף מען זיין א געוויסע פארום און א געוויסע וועג זיך פירן און אויב נישט איז מען נישט אנגענומען, און דערפאר האסטו גענומען די עקזיט צו די גרויסע וועלט, ווי יעדער נעמט דיר אויף מיט ליבע און פארשטאנד.
אדער קען גאר זיין אז די רוישיגע קאלירן פון די פרייע וועלט ווי אלע איז מותר, און אלעס מעג מען טון, קען זיין דעיס האט דיר פארבלענדעד די אויגן און דיר אנגערייצט צו ארויסגיין פון די קליינע סורקל אין ווי דיין משפחה און גלויבן געפינט זיך.

אפילו ס'דא שוואכע צייטן ביי מיר ווען מיין פוילקייט און אראפגעשלעפטקייט מאכט מיר פילן אנגערייצט צו דיין לעבנס שטייגער, יא איך האב אויך תאוות און איך וויל אויך שלעכטע זאכן, אזוי ווי יעדע נברא אויף די וועלט, און איך קען קיקן אויף דיר מיט קנאה אז דו געסט זיך נאך דיין גאנצע הארץ, און דו לעבסט א רואיגע לעבן, א לעבן פון פרייד און הנאה אן אויפהער און אן קיין באגרעניצונג.

אבער מיין הארץ ווען זי קלערט אריין ווערט זי איבער געפילט מיט רחמנות, ווייל דו ווייסט עכט טיף, דארט ווי דו ווילסט דיך נישט דרייען, די טיפענישן פון דיין הארץ וואס ליגט באדעקט מיט עבירות און שמוץ, דארט טיף באהאלטן ליגט באהאלטן א אמונה און א וויסען יא דארט טיף ווייסטו אויך אז די האסט אוועקגעווארפן א אמת'דיגע גלויבן, די גלויבן וואס איז אמת.

יא ס'גייט קומען די טאג וואס קומט פאר יעדען אין א אנדערע צייט, אבער ס'קומט פאר יעדן, ס'גייט אנקומען פאר דיר אויך, יא איך גלייב ביסט גענוג קלוג צו וויסן אז מען לעבט נישט אויף אייביג, מיין הארץ ווערט פארשוועמט אין רחמנות אויף דיר - ווען דו גייסטו דיך פלוצלונג טרעפן אין די אמת'דיגע וועלט, די וועלט ווי מען קען נישט לייקענען אין גאט, די וועלט וואס דו אמת שיינט מיט א לויטערקייט, דו גייסט פלוצלונג כאפן אזא שאק וואס די האסט קיינמאל נישט געכאפט, דו גייסט געוואר ווערן דאס וואס דו ווייסט שוין יעצט נאר דו ווילסט נישט טראכטן דערפון.

דו גייסט דיך באגעגענען מיט אזא באגריף פון שכר ועונש, יא סאיז עכט דא אזא זאך וויפיל דו ווילסט נישט טראכטן דערפון און ווילסט עס באגראבן טוישט זיך נישט די פאקטן, אין יעדע מענטש גייט דורך א משפט, מען גייט דורך גיין דיין גאנצע לעבן, יעדע עבירה יעדע ראיה אסורה יעדע חילול שבת יעדע זנות, אויף אלעס גייסטו צאלן א פרייז אויב דו טוסט נישט תשובה, יא אויף אלע זאכן וואס דו טוסט יעצט מיט די הנאה פון פריירהייט און פארגעניגן - דארט ווערט אלעס פארשריבן, און די גייסט פאר יעדע זאך באזונדער דארפן אפגעבען א דין וחשבון, און מען גייט באצאלן פאר יעדע אימווערדיגע זאך וואס דו האסט געטון, פאר אלעס גייט מען באצאלן און דאן וועט נישט זיין קיין וועג ארויס.

איך קען נישט שלאפן ביינאכט ווען איך טראכט די פיין וואס די גייסט דארפן דורך גיין פאר יעדע נארישקייט וואס דו טוסט דא אויף די וועלט, איך קען נישט אויסהאלטן צו קיקן אויף דיין געזיכט וואס שרייט פארגעניגן און תאווה און פרייהייט ווען איך טראכט פון דיין פארצערטע פנים - וואס אויב דו האסט נישט תשובה געטון - די גייסט האבען אויף יענע וועלט, אבער דאן גייט שוין זיין צו שפעט.

אויב ווילסטו אוועקשטיפן מיינע ריכטגע ווערטער מיט די איינרעדעניש אז דו גלייבסט נישט, וויל איך דיר בעטן אז אזוי ווי דיין לעבן איז תלי אין דעים און אויב איך בין גערעכט דאן ביסטו אין א ענסטע סכנה פון ווערן פארלוירן אויף אייביג, דאן גיי און ווער געוואר אויב איך בין גערעכט, גיי גיי אינטערזיך די יודעשע גלויבן, און וואס זי זאגט, וועסטו זעהן אז עס איז ריכטיג און אמת און נאכאמאל דו מוזט עס דערגיין ווייל אויב דו מאכסט א טעות איז נישט נאר דיין טעות פון לעבן נאר דיין טעות פון ניצחיות, דו קענסט פארלוירן גיין אויף אייביג, אין איך בין זיכער אז אלס קלוגער מאן וועסטו נישט ווילען ליידן אויף יענע וועלט פאר דיין פוילקייט אויף דו וועל, דעריבער גיי און טרעף די באשפער!!!

און יעצט וויל איך דיר פרעגן וויפיל נעכט ווילסטו נאך פארברענגן אין א טיפע דיפרעסיע מיט די אינערליכע קשיה פון "פארוואס בין איך דא", און "וואס טוע איך אויף - אויף די וועלט", וויפיל מאל גייסטו נאך טראכטן פון זיך נעמען די לעבן פשוט פון די ליידקייט פון דיפרעסיע, דו ווייסט אליין אז דיין גאנצע "איך" איז פיסט און ליידיג און וויינט פאר אביסל תוכן, ווי לאנג נאך וועסטו נעמען דראגס פשוט צו פארגעסן פון דיין יעצטיגע מצב פארגעסן די ליידיגקייט וואס עסט דיר אויף פון אינווענדיג, פארוואס שטייסטו אויף? פארוואס ארבעטסו? פארוואס עסטו? וואס איז דיין ציל אין לעבן? און וואס איז די ציל פון לעבן אליין?, צו פילסטו דען נישט אליין אז מ'קען נישט אנפילן די ליידקייט מיט הנאה און תאווות ,צו פילסטו דען נישט די אינערליכע געפיל אז מען איז דא פאר עפעס העכער'ס מען איז דא עפעס צו טון, נישט סתם פארברענגען אויף הנאה.
זיי דיך מגייר ווער א איד, די זאך און וואס דו גלייבטס עניוועי אז עס ריכטיג, דו דארפסט נאר נעמען די שטארקייט און פשוט צוריקומען, ווען דו וועסט דינען הקב''ה וועסטו פילן וואס מיינט סיפוק, און אמת'דיגע פילקייט, די הנאה פון אויםשטיין צופרי מיט די פלאן אז היינט גיי איך דינען הקב''ה, מיין לייגן תפילין, מיין דאווענען, די הנאה פון לעבן ווען איר באדייט האט א ענטפער, איך בין דא צו דינען הקב''ה! און ער וויל מיר זאלן אים דינען נאר כדי ער זאל אונז באצאלן שכר, די געפיל פון האבען א קעניקעשן מיט הקב''ה שטענדיג, די געפיל וואס מען פעלט אז דער אויבערשטער איז מיט מיר....

איך ווייס אז דו ווילסט נעמען די בריוו און אלעס ארויס ווארפן פון דיין מחשבה, און איך ווייס פארוואס אויך, אבער איך בעט דיר פאר דיין לעבן ליין עס איבער נאכאמאל, און זיי דיך מיתבונן און די ווערטער, לייג אוועק דיינע נגיעות און זעה די ווארהייט פון די זאך.

און זאלסט וויסן די שכר פון א בעל תשובה איז אין לשער, דו גוטס וואס ווארט דיר אפ פאר דיין שריט איז א הנאה וואס א רגע פון יענע הנאה איז אסאך מער ווערט ווי אלע הנאות אויף די וועלט, הער מיין הארץ און פארשטיי מיינע ווערטער, אין מאך די ריכטיגע באשלוס....

:דיין ברודער וואס ווארט דיר אינדערהיים
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דו קומסט אריין ברייט און ציפעדיג ביז גאר!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

שוטארק! גוט צום פינטל,

עס שפיגלט אפ דעם ניק "ניין און יא", ובחרת בחיים.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

זייער גוטע און וועליד פאוינטס, אבער דו האסט א גרויסע טעות מיט די ערשטע פאר שורות, איך האב שוין געהאנדעלט מער ווי איין מאהל מיט אזאנע וואס בעטען דירעקטלי אדער אינדירעקטלי העלפ, אויך האב איך געהאט א חבר וואס איז געוועהן אויף יענע וועג, און ער האט זיך איינמאל געעפענט פאר מיר ווען ער האט אינמיטען רעדען אנגעפאנגען אזוי צו וויינען אויף זיין 'מיזערעבעל' לעבען!

ער זאגט, און מ'זעהט עס ביי רוב פון דיע חברה, אז די פאן און פרייע פילינג האלט זיך אהן פאר אממערסטענס אפאהר וואכען אדער אפאהר חודשים! זהו! און דענסטמאל אליינס ווערען זיי אסאך מאל ממש קראנק פון בענקשאפט צו משפחה, חברים, שולען, חתונות און פלעינע מלוה מלכה'ס, דעס איז א זאך וואס קיינער קען נישט ריפלעיסען, און איז א חלק פון זייער אויפברענגוגנ און און א וויכטיגע חלק פון זייער לעבען, וואס דעס כאפט מען ערשט נאך מ'גייט אריבער די ברידש, אסאך פון דיע וויינען אפ נאכט נאך נאכט, און נישט קיין ווינדער אז א חלק נעמען זיך די לעבען צום סוף

ווער רעדט ווען איינער פאלט אריין אין פיינינשעל פראבלעמס, צו וומען גייט ער? זיינע חברים / חבר'טעס ווערען נעלם דעמעלט! ווען ער ווערט נישט געזונט, אדער אנדערע פראבלעמס, ער ווערט ווי א שטיין אין מדבר.
לעצט פארראכטן דורך מחנך אום זונטאג אוגוסט 30, 2020 6:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

געהערט אמאל א אמתע געשיכטע פון וויי וויי זשעקעבסאן אז א משומד פון אויסטראליע האט אים אמאל געשיקט א בריוו אז ער האט ממיר געווען דתו, געהייראט א אשה נכרית, בקיצור געדראפט די גאנצע זאך אבער עגבערט אים נאך אין א הארץ א שטיקל איד און ער וויל וויסן צו סאיז דא עפ"י תורה א וועג צו ווערן אויס איד פונקט ווי א ברית מילה וואס מאכט פאר א איד?
האט ער אים געענטפערט דאס אז די זיכסט א תורה'דיגע וועג פטור צו ווערן פון די אידישקייט איז גרעסטע הוכחה אז בהכרח אתה יהודי צו די ווילסט יא אדער נישט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

זייער שטארק
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אנכי עיף
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:44 am

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי עיף »

די וואס זענען דורך געגאנגען א שווערע יוגנט (ווי למשל עלטערן מיט שווערע מידות אדער עפעס א ABC) קען מען באמת נישט דן זיין ווייל זיי בענקען זיך טאקע נישט צום אמאל, ווייל זיי

האבן א אנדערע בליק, ביי זיי איז קיינמאל נישט אידישקייט געווען גוט א עכטע תינוק שנשבו
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

מחנך האט געשריבן:זייער גוטע און וועליד פאוינטס, אבער דו האסט א גרויסע טעות מיט די ערשטע פאר שורות, איך האב שוין געהאנדעלט מער ווי איין מאהל מיט אזאנע וואס בעטען דירעקטלי אדער אינדירעקטלי העלפ, אויך האב איך געהאט א חבר וואס איז געוועהן אויף יענע וועג, און ער האט זיך איינמאל געעפענט פאר מיר ווען ער האט אינמיטען רעדען אנגעפאנגען אזוי צו וויינען אויף זיין 'מיזערעבעל' לעבען!

ער זאגט, און מ'זעהט עס ביי רוב פון דיע חברה, אז די פאן און פרייע פילינג האלט זיך אהן פאר אממערסטענס אפאהר וואכען אדער אפאהר חודשים! זהו! און דענסטמאל אליינס ווערען זיי אסאך מאל ממש קראנק פון בענקשאפט צו משפחה, חברים, שולען, חתונות און פלעינע מלוה מלכה'ס, דעס איז א זאך וואס קיינער קען נישט ריפלעיסען, און איז א חלק פון זייער אויפברענגוגנ און און א וויכטיגע חלק פון זייער לעבען, וואס דעס כאפט מען ערשט נאך מ'גייט אריבער די ברידש, אסאך פון דיע וויינען אפ נאכט נאך נאכט, און נישט קיין ווינדער אז א חלק נעמען זיך די לעבען צום סוף

ווער רעדט ווען איינער פאלט אריין אין פיינינשעל פראבלעמס, צו וומען גייט ער? זיינע חברים / חבר'טעס ווערען נעלם דעמעלט! ווען ער ווערט נישט געזונט, אדער אנדערע פראבלעמס, ער ווערט ווי א שטיין אין מדבר.


When Roei made the decision to go off the Derech, and to travel to the Far East to start a new life he couldn’t imagine what he was getting himself into. He suddenly has to deal with corrupt police officer, starvation, accident and an almost life ending jump….

He realizes he’d better turn around!
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

ניין און יא האט געשריבן:די האסט אלע תאוות וואס די וועלט האט צו פארקויפן, די האסט אלע דיינע גליסטענישן, גארנישט האלט דיר נישט אפ פון ערייכן דיינע געברויכן, די דארפסט נישט קיקן די הכשר פארן עפעס עסן, די קענסט עסן ווי דו ביסט נאר, די דארפסט נישט אויפשטיין צופרי צום דאווענען און נישט זיך צושטעלן צו גארנישט וואס האלט מיין טאג.



עס איז דא א ווארט פון ר' איסר זמן מלצר זצ''ל

אויף די ווערטער ביי די הגדה ביי די רשע ''לפי שהוציא עצמו מן הכלל כפר בעיקר'' פרעגט ער לכאורה דארף זיין פארקערט,

זאגט ער אז ניין, יעדער כופר האט תאוות ער וויל זיך בכלל מוציא זיין פונעם כלל וועגן די תאוות, אבער ער קען דאך נישט זיין סתם א בעל תאווה, וועגן דעם קומט ער מיט א פנים ווי כאילו

ער האט קישות אויף די אמונה, ער איז נישט סתם א נער.. ער איז אדורך געטראכט.. אבער די אמת איז, אז עס האט זיך אנגעהויבן פון הוציא עצמו וועגן זיינע תאוות..
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

מחנך האט געשריבן:זייער גוטע און וועליד פאוינטס, אבער דו האסט א גרויסע טעות מיט די ערשטע פאר שורות, איך האב שוין געהאנדעלט מער ווי איין מאהל מיט אזאנע וואס בעטען דירעקטלי אדער אינדירעקטלי העלפ, אויך האב איך געהאט א חבר וואס איז געוועהן אויף יענע וועג, און ער האט זיך איינמאל געעפענט פאר מיר ווען ער האט אינמיטען רעדען אנגעפאנגען אזוי צו וויינען אויף זיין 'מיזערעבעל' לעבען!

ער זאגט, און מ'זעהט עס ביי רוב פון דיע חברה, אז די פאן און פרייע פילינג האלט זיך אהן פאר אממערסטענס אפאהר וואכען אדער אפאהר חודשים! זהו! און דענסטמאל אליינס ווערען זיי אסאך מאל ממש קראנק פון בענקשאפט צו משפחה, חברים, שולען, חתונות און פלעינע מלוה מלכה'ס, דעס איז א זאך וואס קיינער קען נישט ריפלעיסען, און איז א חלק פון זייער אויפברענגוגנ און און א וויכטיגע חלק פון זייער לעבען, וואס דעס כאפט מען ערשט נאך מ'גייט אריבער די ברידש, אסאך פון דיע וויינען אפ נאכט נאך נאכט, און נישט קיין ווינדער אז א חלק נעמען זיך די לעבען צום סוף

ווער רעדט ווען איינער פאלט אריין אין פיינינשעל פראבלעמס, צו וומען גייט ער? זיינע חברים / חבר'טעס ווערען נעלם דעמעלט! ווען ער ווערט נישט געזונט, אדער אנדערע פראבלעמס, ער ווערט ווי א שטיין אין מדבר.

ביים סויף פון בריוו רעד איך פון זייער דיפרעשען, די ערשטע שירות איז צום אימעזש וואס זיי געבן און וואס זיי ווילן זיך איינרעדן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

קעדילעק האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:זייער גוטע און וועליד פאוינטס, אבער דו האסט א גרויסע טעות מיט די ערשטע פאר שורות, איך האב שוין געהאנדעלט מער ווי איין מאהל מיט אזאנע וואס בעטען דירעקטלי אדער אינדירעקטלי העלפ, אויך האב איך געהאט א חבר וואס איז געוועהן אויף יענע וועג, און ער האט זיך איינמאל געעפענט פאר מיר ווען ער האט אינמיטען רעדען אנגעפאנגען אזוי צו וויינען אויף זיין 'מיזערעבעל' לעבען!

ער זאגט, און מ'זעהט עס ביי רוב פון דיע חברה, אז די פאן און פרייע פילינג האלט זיך אהן פאר אממערסטענס אפאהר וואכען אדער אפאהר חודשים! זהו! און דענסטמאל אליינס ווערען זיי אסאך מאל ממש קראנק פון בענקשאפט צו משפחה, חברים, שולען, חתונות און פלעינע מלוה מלכה'ס, דעס איז א זאך וואס קיינער קען נישט ריפלעיסען, און איז א חלק פון זייער אויפברענגוגנ און און א וויכטיגע חלק פון זייער לעבען, וואס דעס כאפט מען ערשט נאך מ'גייט אריבער די ברידש, אסאך פון דיע וויינען אפ נאכט נאך נאכט, און נישט קיין ווינדער אז א חלק נעמען זיך די לעבען צום סוף

ווער רעדט ווען איינער פאלט אריין אין פיינינשעל פראבלעמס, צו וומען גייט ער? זיינע חברים / חבר'טעס ווערען נעלם דעמעלט! ווען ער ווערט נישט געזונט, אדער אנדערע פראבלעמס, ער ווערט ווי א שטיין אין מדבר.


When Roei made the decision to go off the Derech, and to travel to the Far East to start a new life he couldn’t imagine what he was getting himself into. He suddenly has to deal with corrupt police officer, starvation, accident and an almost life ending jump….

He realizes he’d better turn around!

ביטע!!! ברענג נישט קיין ראיות פון קיין נערישע מאוויס....
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שטארק שטארק ;l;p-
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

צ/ק
און מיין הארץ טוט זיך איינציען פאר צער טראכטנדיג וויאזוי גייט זיין לעבן אויסקוקן פופצן יאר ארום, ווען די יונגסטער לוסט ווערט פארשווינדן, וויאזוי וועט ער ערציען קינדער? און וויי געוואלד וואספארא עלטער חלומט ער צי האבן?
אוי באשעפער סרייסט דאס הארץ! ליידער האבעך נעמען און קאפ. לבי לבי על חלליהם, על שבר בת עמי!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

משק ביתי האט געשריבן:צ/ק
און מיין הארץ טוט זיך איינציען פאר צער טראכטנדיג וויאזוי גייט זיין לעבן אויסקוקן פופצן יאר ארום, ווען די יונגסטער לוסט ווערט פארשווינדן, וויאזוי וועט ער ערציען קינדער? און וויי געוואלד וואספארא עלטער חלומט ער צי האבן?
אוי באשעפער סרייסט דאס הארץ! ליידער האבעך נעמען און קאפ. לבי לבי על חלליהם, על שבר בת עמי!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מחנך האט געשריבן:זייער גוטע און וועליד פאוינטס, אבער דו האסט א גרויסע טעות מיט די ערשטע פאר שורות, איך האב שוין געהאנדעלט מער ווי איין מאהל מיט אזאנע וואס בעטען דירעקטלי אדער אינדירעקטלי העלפ, אויך האב איך געהאט א חבר וואס איז געוועהן אויף יענע וועג, און ער האט זיך איינמאל געעפענט פאר מיר ווען ער האט אינמיטען רעדען אנגעפאנגען אזוי צו וויינען אויף זיין 'מיזערעבעל' לעבען!

ער זאגט, און מ'זעהט עס ביי רוב פון דיע חברה, אז די פאן און פרייע פילינג האלט זיך אהן פאר אממערסטענס אפאהר וואכען אדער אפאהר חודשים! זהו! און דענסטמאל אליינס ווערען זיי אסאך מאל ממש קראנק פון בענקשאפט צו משפחה, חברים, שולען, חתונות און פלעינע מלוה מלכה'ס, דעס איז א זאך וואס קיינער קען נישט ריפלעיסען, און איז א חלק פון זייער אויפברענגוגנ און און א וויכטיגע חלק פון זייער לעבען, וואס דעס כאפט מען ערשט נאך מ'גייט אריבער די ברידש, אסאך פון דיע וויינען אפ נאכט נאך נאכט, און נישט קיין ווינדער אז א חלק נעמען זיך די לעבען צום סוף

ווער רעדט ווען איינער פאלט אריין אין פיינינשעל פראבלעמס, צו וומען גייט ער? זיינע חברים / חבר'טעס ווערען נעלם דעמעלט! ווען ער ווערט נישט געזונט, אדער אנדערע פראבלעמס, ער ווערט ווי א שטיין אין מדבר.

זייער א סך פאפן זיך אליין און רעדן זיך איין אז זיי זענען העפי, אפילו אויב אין א אפענע מינוט וועלן זיי מודה זיין אז די פיזור הנפש וואס זיי גייען דורך איז בבחינת טוב מותי..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4031
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער שטארק!
מען זאל אפגעהיטן ווערן
עס איז זייער זייער פעינפול, זיי מאכן נעבעך מיט
דער אייבערשטער זאל זיי שוין אויפרעכטן
גרויסע ביזנעס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 06, 2020 10:41 am

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע ביזנעס »

יא יעדער ווארט איז אמת.

געטאן דעראין צלוב נאנטע חברים, די דעפרעסיע וואס זיי האבן איז אין לשער.

די פלעינע זאכן קענען זיי זיך נישט קיין עצה געבן ווי וואשן וועש וכו'.

חוץ דראג'ס מיט תאוות האבן זיי גארנישט פארוואס אונצוהייבן זייער טאג.
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

לדעתי דארף מען קענען משכנע זיין דעם שגץ נישט דורכ'ן עתיד, אז עס קומט שכר ועונש וכו', נאר דורך דער יעצטיגער הווה.

ב) א שגץ מיט שכל ווערט נישט איבערגענומען אז דו קענסט נישט שלאפן ביינאכט.

מען דארף אים קענען אפראוטשן פארוואס יעצט לוינט זיך אים צוריקצוקומען, וואס ער וועט האבן דערפון און פארוואס ער זאל דאס טון.
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

זייער שיין.
סתם א הערה, ער "דארף" יא ווארטן זעקס שעה...ער דארף יא קוקן אויף א הכשר וכ"ו...ער "וויל" אבער נישט
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

גרויסע ביזנעס האט געשריבן:יא יעדער ווארט איז אמת.

געטאן דעראין צלוב נאנטע חברים, די דעפרעסיע וואס זיי האבן איז אין לשער.

די פלעינע זאכן קענען זיי זיך נישט קיין עצה געבן ווי וואשן וועש וכו'.

חוץ דראג'ס מיט תאוות האבן זיי גארנישט פארוואס אונצוהייבן זייער טאג.


רואיג. דאס זאגט נישט גארנישט. מיינסט אז עס זענען נישט דא אזעלכע וואס שטייען אויף אינדערפרי, זיי ארבען פון 9 טו 5, און זיי האבן א מכלומר'ששן סדר היום?

זאגן אז דער שגץ האט נישט ווער עס זאל אים וואשן זיינע וועש, טוט נישט איבערצייגן אז די אלע OTD ליידער זענען אומגליקליך.

נאר ווי איך האב געשריבן פריער, מען דארף זיי קענען משכנע זיין, פארוואס אפילו ווען זיי זענען מסודר און פילן אז זיי פילן זיך גוט, איז דאס נאכאלס אבער נישט דער דרך הישר און עס איז דא א סיבה פארוואס צוריקצוקומען.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

זייער שיין געשריבן.

מײן הארץ גייט סאך מער אויס פאר די וואס האלטן נאך א טריט פריער.
יא עס איז דא היימישע אידן אלע אלע עידזשס, וואס זיי זענען פארמאכט אין זיך, אבער פארמאכט און אלעס ביי זיי לויפט שוין אויף פעססיו מאוד

זיי פילן אז קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי, זיי האבן רצונות קענען עס נאר נישט ארויסברענגן פון פארמאכטקייט, זיי האבן זיך שוין אויסגערעדט צי מענטשן װאס האבן זיי נישט געקענט העלפן אבער האבן נישט אליינס פארשטאנען אז דער מענטש איז הילפלאז און אז די קענסט נישט מאך זיכער אז ער קומט אן ערגעץ אנדערש פאר הילף.

פון זיין אויף אזא מצב ביז באקומען א סיפוק פון אנדערע ריכטונג אפילו פון נישט קיין גוטע מקור איז א גארנישט.

אידן קוקטס אייך אום אויף אייערע ארומיגע און מאכט זיכער אז יעדע האט איינער וואס ער איז מקושר צי, און אז עס איז דא איינער וואס קען יענעם און פארשטייט אויב ער דארף הילף אדער נישט, אזוי קען מען פריווענטען אז אידישע נפשות זאלן נישט צוקומען צי אזא מצב אראפגעלייגט דא.

דיין חבר קען זיין א איש מצליח און דיינע אויגן , אבער נישט און זיינע און קען זיין פארקלאפט און פארמאכט דורך גיין עינוי הנפש והגוף.
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

shimon7323 האט געשריבן:זייער שיין געשריבן.

מײן הארץ גייט סאך מער אויס פאר די וואס האלטן נאך א טריט פריער.
יא עס איז דא היימישע אידן אלע אלע עידזשס, וואס זיי זענען פארמאכט אין זיך, אבער פארמאכט און אלעס ביי זיי לויפט שוין אויף פעססיו מאוד

זיי פילן אז קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי, זיי האבן רצונות קענען עס נאר נישט ארויסברענגן פון פארמאכטקייט, זיי האבן זיך שוין אויסגערעדט צי מענטשן װאס האבן זיי נישט געקענט העלפן אבער האבן נישט אליינס פארשטאנען אז דער מענטש איז הילפלאז און אז די קענסט נישט מאך זיכער אז ער קומט אן ערגעץ אנדערש פאר הילף.

פון זיין אויף אזא מצב ביז באקומען א סיפוק פון אנדערע ריכטונג אפילו פון נישט קיין גוטע מקור איז א גארנישט.

אידן קוקטס אייך אום אויף אייערע ארומיגע און מאכט זיכער אז יעדע האט איינער וואס ער איז מקושר צי, און אז עס איז דא איינער וואס קען יענעם און פארשטייט אויב ער דארף הילף אדער נישט, אזוי קען מען פריווענטען אז אידישע נפשות זאלן נישט צוקומען צי אזא מצב אראפגעלייגט דא.

דיין חבר קען זיין א איש מצליח און דיינע אויגן , אבער נישט און זיינע און קען זיין פארקלאפט און פארמאכט דורך גיין עינוי הנפש והגוף.


גא"מ.

ווען איך זע א חבר פון חדר אדער פון ישיבה אדער סתם א היימישער אינגל מיט אוירינגלעך און לאנג האר ווערט מען הארץ פול מיט רחמנות, עס איז נישט דא דארט קיין פלאץ פאר קנאה... די נעקסטע געלעגנהייט וואס עס קומט מיר אויס צו באגריסן איינעם באגריס איך אים מיט מער שמחה, מיט מער ווארעמקייט, (אריינגערעכנט די ווייב און קינדער אינדערהיים, שששששששש....)
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער שטארק געשריבן
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

כווייס נישט פארוואס די ביסט אזוי קאנווינסד אז זיי אלע גלייבן,
סדא אמת׳ע כופרים וואס גלייבן באמת נישט, און קענסט רעדן צו זיי איבער שכר ועונש ביז איבערמארגן.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: א בריוו צו מיין חבר מיט די אויער רינגלעך און לאנגע האר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

ס'דא וואס האלטן שוין טאקע דארט און גלייבן נישט אויף אן אמת און רעדן מיט זיי אמונה זאכן קען נאר אויפטוהן דאס פארקערטע, אבער יענע חברה האלטן זיך געווענליך רואיג, די וואס רייסן זיך אויף און גייען מיט לאנגע האר און אוירינגלעך זענען געווענליך די וואס זענען נאך וואקלדיג אין זייער אמונה און מ'קען נאך צו זיי רעדן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”