א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

הגם עס איז נישט מיין דרך צו רעדן אויף דער ענין דא, אבער אין די יעצטיגע מצב קען איך מיך נישט איינהאלטן פון אביסל ארויסגעבן די צושטורעמטע געפילן מיינע און עס מיטטיילן מיט מיינע ידידים דא.
איך ווייס נאך אויך נישט וואס איך גיי שרייבן און וואס איך וויל דא, אבער אזויפיל יא, איך וויל מיטטיילן אביסל מיינע געפילן.

באמת איז זייער שווער צו רעדן פון דעם ענין פון ראש השנה אין אומאן בכלל און בפרט היי יאר, און דאס וויבאלד אז איינער וואס איז נישט אין 'די זאך' ווי מען רופט עס, קען עס פשוט נישט פארשטיין,
די גאנצע וועלט וואונדערט זיך טאקע 'על מה יצא הרעש הזה', וואס מאכט מען אזא מצב, וואס שרייסטו אזוי, וואס דרייסטו איבער א וועלט פאר דעם, וואס ביסטו אזוי צושאקעלט איבער דעם???
פיין, עס איז א טאקע גוטע זאך, ר''נ האט טאקע געבעטן מען זאל קומען צו אים, און עס אפילו פארלאנגט, אבער דאך, נישט איז נישט, וואס ביסטו אזוי צושאסן פון דעם, וואס רעדסטו דערפון א גאנצע טאג, אז מען קען גייט מען - און אז נישט איז נישט.

און באמת זענען זיי גערעכט...
פון זייער קוק ווינקל זענען זיי הונדערט פראצענט גערעכט, איך פארשטיי יעדן איינעם וואס פארשטייט מיך נישט, איך פארשטיי יעדן איינעם וואס קען נישט פארשטיין וואס דא גייט פאר, פארוואס ווערן די ברסלב'ע חסידים אזוי צורידערט און צושוידערט און אנגעצינדן אויף א ריזן פלאם פייער די רגע מען רירט נאר אן זייער ראש השנה אין אומאן,
ווייל באמת קען עס טאקע קיינער נישט פארשטיין, און די ראש השנה אין אומאן איז א זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין בשום פנים ואופן, און ר''נ אליין האט שוין געזאגט "וויאזוי זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען, איי אנדערע גוטע אידן זאגן ניט אזוי, איז נאך א קשיא"...
דאס הייסט אז ר''נ אליין זאגט שוין אז עס איז א קשיא, ער געט די פולע רעכט אז עס איז טאקע באמת א קשיא וואס מען קען נישט פארענטפערן!
ווי אויך האט ער טאקע אנגערופן זיין ראש השנה אלץ א חידוש וואס מען קען נישט פארשטיין "הראש השנה שלי הוא חידוש גדול" האט ער געזאגט.
איז מה דאך אז פאר זיינע אייגענע מענטשן האט ער געזאגט אזוי און קלאר געשטעלט אז עס איז א אומפארשטענדליכע זאך וואס ער קען עס נישט אונז אראפגעבן מיט ווערטער און עס אריינברענגען אין אונזער שכל נאר מיר דארפן גלייבן דערין און גיין מיט די אמונה, איז כ''ש פאר מענטשן וואס זענען נישט מקורב צו אים קענען זיכער דאס נישט פארשטיין און מען קען זיי דאס נישט מסביר זיין אויף קיין שום שכל'דיגע וועג.
און אויף אזוי ווייט האט ער זיך געשטעלט דערויף וויאזוי עס זאל נאר זיין, אז ער האט גאר געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך אפגערעדט אז עס איז אים נישט גרינג דאס קומען, האט ער געזאגט בזה''ל: "יא עסן ניט עסן, יא שלאפן ניט שלאפן, יא דאווינען ניט דאווינען (רצ''ל בכונה כראוי), אבי דו זאלסט זיין ביי מיר אויף ראש השנה"!

נאר וואס יא, זיינע מענטשן וואס זענען דבוק אין אים א גאנץ יאר און גייען אין זיינע וועגן און עצות, זיי דינען דעם אייבערשטן די גאנצע יאר מיט זיינע דיבורים עצות און כח, זיי באקומען א באהאלטענע געפיל וואס איז העכער פון אלע חכמה און שכל, א אמונה'דיגע סארט השגה בכלל אינעם נקודה פון ר''נ אז דאס איז טאקע די אמת פאר זיי און זיי באקומען א געוואלדיגע פנימיות'דיגע איינגעבאקענע אמונה אין די גרויסקייט פונעם ראש השנה אין אומאן, זיי שפירן עס אין אלע ביינער און זיי לעבן עס ממש מיט ווי א זאך וואס מען זעט פאר די אויגן וואס איז נאך קלארער און העכער פון אלע שכליות און הסברים.
און פוק חזי וויאזוי קלוגע באזעצענע ברסלב'ע חסידים מיט וועם מען קען גיין צום טיש, ווערן דא פלוצלינג משוגע לאותו דבר... מען רעדט דא פון פארשטענדליכע מענטשן וואס לויפן נישט נאך יעדע דמיון און יעדע בלא בלא, אבער דא ווען עס קומט צו דעם ווערן זיי אזוי אנגעצינדן און גייען דערפאר אין פייער און וואסער.
מוז זיין אז עפעס ליגט דא, עפעס טיפער'ס שטעקט דא, זיי שפירן עפעס אינעוויינדיג, א זאך וואס מען קען בכלל נישט מסביר זיין מיט שכל, א געפיל וואס מען קען נישט ארויסגעבן מיט די מויל,
און בעצם האט שוין זייער רבי עס נישט געקענט זאגן און עס קלאר געלאזט מיט א קוועשען מארק דערנאך, מיט א גרויסע ??? דערויף...
אבער די געפיל דערפון האט ער יא איבערגעלאזט לדורות, די אמונה'דיגע אור דערין האט ער אריינגעלייגט אין די הארץ פון זיינע חסידים און זיי שפירן דאס און עס ברענט אין זיי שוין פאר די לעצטע אריבער צוויי הונדערט יאר ווען ברסלב'ע חסידים, גרויסע תלמידי חכמים, צדיקים, עובדי ה' מופלגים, זענען געפארן צו אומאן אויף ראש השנה באש ובמים יהיה מה שיהיה.

אבער דערפאר קען עס טאקע קיינער אנדערש נישט פארשטיין, וכולם תמהים ושואלין וואס רודערט מען אזוי דערמיט, וואס דרייט מען וועלטן פאר דעם, פארוואס איז עס לא מש מפומי דברסלבע חסידים מערב ועד בוקר.
נאכדערצו אזא יאר ווי דער יאר וואס די גאנצע וועלט איז אויף מיט די נייעס ארום אומאן, עס טוט זיך אויף טישן און בענק ארום דעם, קוקן זיך אלע צו מיט א וואונדער צו די פילע פעולות און השתדלות וואס די ברסלב'ע חסידים טוען ארום דעם, וואס פשט דערפון, וואס שלעפט זיי דאס צו טון.
אבער באמת, דאס איז טאקע די נקודה צו וואס איך קום דא צו, אז דאס איז די עיקר וואס איך ברענג ארויס, אז מען זאל עכ''פ דאס פארשטיין – אז מען קענען דאס נישט פארשטיין!
זייער רבי האט עס נישט געקענט מסביר זיין, די חסידים קענען עס נישט מסביר זיין, דעריבער קען מען דאס נישט פארשטיין ווילאנג מען שפירט עס נישט! כל חד כפום מה דמשער בליביה!

איז סך הכל בעט מען, פארשטייטס נאר אז עפעס טיפער'ס ליגט דא, עפעס וואס ענק קענען נישט פארשטיין, זייטס נישט מזלזל דערין, ווערטס נישט אזוי פארוואונדערט און שרייטס נישט דערויף, ווייל עטס פארשטייטס עס נישט, ענק שפירן נישט וואס אונז שפירן. פינטל.
און נישט ווייל איך בין גרעסער פון ענק צו וואס, ניין, נישט דאס איז בכלל די נקודה, נאר די זאך איז דא אז יעדע מענטש האט זיך זיין נקודה אין עבודת ה', יעדער האט זיך זיין דרך, און דאס אלעס דארף מען פארשטיין אז יעדער דארף און מעג האבן זיין דרך און די צווייטער דארף נאר פארשטיין אז איך פארשטיי נישט יענעם און יאחז איש את דרכו ובלבד שיכוון את לבו לשמים.

און נאך א זאך, מען מעג אפילו רחמנות אויף אונז!
יא, אונז זענען א גרויסע רחמנות, אונז זענען שטארק צובראכן אויף די מצב, אונז זענען זייער צושוידערט איבער די מצב!
(און יא, אונז גלייבן אינעם אייבערשטן, אונז גלייבן אז אלעס איז לטובה, אונז פארלאזן זיך אויף זיינע חסדים, און עס איז נישט קיין סתירה מיט דעם, ואכמ''ל.)
עכ''פ, מען מעג מיטפילן אביסל אונזער צער מרחוק, און אפילו וואלט איך געוואלט בעטן עטס זאלטס דאווענען פאר אונז, אונז דארפן אסאך תפילות, אונז אליין דאווענען די גאנצע צייט דערויף, און אונז קענען אויך נוצן נאך תפילות ישראל וואס שפירן אביסל מיט אונזער צער.
און באמת זענען מיר אלע אידישע קינדער וואס זוכן דעם אייבערשטן און זיין תורה, אונז אלע ווילן פלעין זיין ערליכע אידן כרצון ה', און יעדער האט זיך זיין וועג, זיין נקודה וואס דער אייבערשטער וויל פון אים, אויב אזוי איז דאך נישט אזוי שווער צו מיטשפירן אונזער צער און פארשטיין ווי שטארק עס באדערט אונז אז אונז קענען עס נישט אויספירן, דאס איז דאך די גאנצע לעבן פונעם מענטש - צו טון די רצון ה', נו, אוודאי טוט עס גאר שטארק וויי ווען מען ווערט אפגעהאלטן פון עס אויספירן.

אבער אפילו אויב מען פארשטייט עס נאך אלץ נישט, איז צוריק צום נקודה, דאס טאקע איז די זאך, אז אונז פארשטייען עס אויך נישט...
דעריבער קענען מיר עס נישט מסביר זיין בשום פנים ואופן, און סך הכל בעטן מיר מען זאל פארשטיין אז אונז שפירן דא עפעס און ווילן עס גאר גאר שטארק, עס גייט אונז ממש אין לעבן, עס רירט אן אונזער טיפסטע געפילן אין הארץ,
דעריבער מעג מען אביסל מיטפילן מיט רחמנות, און אויב מען קען ארויסהעלפן איינעם במעשה במחשבה, בגוף בדיבור, בדורון תפלה ומלחמה, אדער סיי וואס, איז אדרבה, זאל מען עס טון מיטן גאנצן הארץ, און יבא ויטול שכרו בוודאי!

איין זאך קען איך ענק זאגן, ווען עטס וואלטס געפילט וואס איך פיל וואלט עטס פשוט געלאפן שרייען אין די גאסן פון כיסופים, געגועים, צער און בענקעניש, תפלה וצעקה, און זיכער וואלט עטס מיר שוין גאר גוט פארשטאנען אויף וואס איך בין אזוי צובראכן און וואס איך זוך אזויפיל וואס איך קען דא טון אין מיין ענגשאפט.
אבער וואס קען מען טון אז געפילן קען מען נישט איבערגעבן, דאס הארץ איז פארשפארט אויף שלאס און ריגל און נאר דער אייבערשטער אליין קען דארט אריינקוקן, נו, זאל טאקע דער אייבערשטער אריינקוקן דארט, שועתינו קבל ושמע צעקתינו יודע תעלומות, און זאל ער העלפן אלע אידן וואס וויל אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה זאלן אנקומען גרינגערהייט ברו''ג.
און נאכאמאל, פארשטייטס נאר אז עפעס טוט זיך אפ אין מיין הארץ, עפעס ווירבעלט זיך דארט, עפעס וואס איך קען נישט מסביר בשום פנים ואופן, און זייטס עס אביסל מחשיב, שעצט אביסל מיינע געפילן, דאווענטס אביסל פאר מיר, און זאל טאקע דער אייבערשטער העלפן אז יעדער זאל אנקומען צו זיין נקודה אין עבודת ה' און גיין דערמיט מיטן גאנצן הארץ.

איך האף נאר אז איך האב נישט געשריבן דא עפעס אומפארשטענדליך, און איך ווייס נישט וואס איך האב דא בכלל מחדש געווען, אלעס איז ארויסגעקומען אויפן מינוט פונעם פעדער גלייך פון הארץ, און בעצם קען מען נאך שרייבן הונדערטער בלעטער דערויף און נישט ענדיגן, איך האב נאך אזויפיל אין הארץ צו שרייבן איבער מיינע שטורמישע געפילן איבער מיין רבי און מיין וויילן ביי אים אויף ראש השנה, אז יכלו הדיו ובנייר והם לא יכלו.
אבער וואס איך האב צו זאגן ווען מיין רבי אליין האט שוין געזאגט "וואס זאל איך אייך זאגן"... עס איז נישט דא וואס צו זאגן...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

פי די עף
אטעטשמענטס
ראש השנה באומאן.pdf
(74.29 KiB) געווארן דאונלאודעד 68 מאל
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

כאניש קיין ווערטער, א שטיק הארציג ארטיקל יוצא מן הלב
כאטש פארשטיי איך אז איך פארשטיי נישט, און א איך האב מיטלייד מיט אלע ברידער חסידי ברסלב וואס האבן זיך מוסר נפש געווען צו פארן קיין אומאן אלע יארן און טייל אפילו מפקיר געווען זייערע פרנסה צו זיין אין אומאן ראש השנה

איך וועל בל''נ פראבירן אינזין צו האבן ענק
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

העמיר פרובירן אייך צו צוהערן אין האבן מיטגעפיל אין די שווערע זמן

אויב מעג מען פרעגען, דאכציך פאר יארן לאנג האט מען בכלל נישט געקענט אהינפארן איז וואס האט מען די אלע יארן געטוהן ?
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

הייליגע ווערטער וועלכע צעשטורעמען יעדן איד.

מיינע 2.5 צענט אויב איך מעג.

1) פון ת״ש ביז תש״מ בערך- זענען אין אומאן ר״ה נישט געווען מער ווי בערך 150 מסירת נפש׳דיגע אידן - יעדער האט פארשטאנען אז מ׳קען נישט - קען מען נישט. ולא ניתנה תורה למלאכי השרת.

2) אזא עובד ה׳ באמת ווי הצדיק הקדוש רבי יעקב מאיר שכטר שליט״א איז נישטא קיין סאך - און איז גאר שטארק מקושר צו ברסלב כידוע לכל - מיט דעם אלעם איז יא ביז 2-3 יאר צוריק נישט געווען ר״ה אין אומאן - מסיבות שונות.

אויב דארף מען האבן מסירת נפש, אדער איינרייסן וועלטן, וואלט ער זיכער נישט אוועקגעפארן א טאג פאר ער״ה פון אומאן - פאר כל הון דעלמא.

ובזה אסיים בתפלה לה׳ שיתקבלו תפלותינו לרחמים, ונזכה לשנת גאולה וישועה אמן.
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

טוב
מוירעדיג
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

קיסריה האט געשריבן:
1) פון ת״ש ביז תש״מ בערך- זענען אין אומאן ר״ה נישט געווען מער ווי בערך 150 מסירת נפש׳דיגע אידן - יעדער האט פארשטאנען אז מ׳קען נישט - קען מען נישט. ולא ניתנה תורה למלאכי השרת.


וויפיל תפלות און טרערן האבן טאקע ברסלב'ער אידן פארגאסן דערויף.

אזא הארצרייסענדע תפלה פון רבי יצחק ברייטער, די בכיות פון רבי שמואל שפירא ביי "שערי ציון אשר אהבתי", מהאט קיינמאל נישט מסיח דעת געווען פון אומאן אפילו ווען ס'איז נישט געווען מעגליך צו פארן.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר אלע מגיבים און באדאנקער.

איך וויל נאר בעטן מען זאל עס נישט מאכן פאר א אשכול וואס זאל דורכטון די נושא פון אומאן. סיי עס איז מים שאין להם סוף, און בכלל ווי איך האב געשריבן קען מען דאס אלעס בכלל נישט מסביר זיין. כל חד כפום מה דמשער בליביה.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער הארציג טוב
ימלא ה' כל משאלות לבבך לטובה
לעצט פארראכטן דורך Haklal אום דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 4:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אינטערעסאנט וויאזוי דו גיבסט דיך ארויס בכתב.
אסאך אזעלכע זאכן וואס מ'קען נישט מסביר זיין, איז טאקע מהאי טעמא נישט אזוי מפורש, ווען ס'איז בהדיא'דיג דארף עס א נגלה'דיגע ביאור, אבער אז ס'איז הבנת תלמידים וכו' איז מער מובן די נקודה שבלב, די אמונה למעלה מהשכל אין די צדיק שדבקים בו. אוי
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

זייער רירנד... און דאס איז די געפילן פון איין מענטש, נעם נאר צוזאם די געפילן פון יעדן ברסלב'ער חסיד, די צער, אנגסט, פחד, רצונות און בענקשאפט און בענקשאפט און בענקשאפט איז דאך אין לשער
א פרישע מקורב
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:31 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פרישע מקורב »

זייער שטארקע דיבורים. הלוואי זאל איך אויך זוכה זיין צו אזעלעכע געגועים און כיסופים.
חזק ואמץ! גיי אן! ווייל צום סוף וועט די רבי אויספירן!
איך פרעג נאר... איך בין בסך הכל א פרישע מקורב...
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

עמוק עמוק.
דער אויבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אנצוקומען אויף ר״ה אינאיינעם מיט אלע וואס מיינען עס באמת.
אז איר זענט באשאנקן מיט אזא מתנה צו קענען אזוי רייך ארויסברענגן די געפילן, אפשר קענט איר באשרייבן, אזוי ווי נאר איר קענט, א ראש השנה פון די פארגאנגענע יארן וואס איר האט זוכה געווען דארט צו זיין?
ישר כח
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שטארק געפיליש.
וויסנדיג ווער די בעל המימרא איז, ווייס איך אז ער מיינט יעדע ווארט באמת לאמיתו און שרייבט נישט סתם צו דעליווערן א בריוול אויף די נושא.
איך האף אבער אז דו געסט נאכנישט אויף. דו קענסט נאך זיין דאס יאר אין אומאן. דו גלייבסט אויך?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

האסט מיך בארירט דאס הארץ
The Divided States Of America
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יא, די אייבערשטער פירט זיין וועלט און אונז פארשטייען גארנישט, ער האט געמאכט אז די אוקריינישע רעגירונג האט היינט באשלאסן צו פארמאכן אירע גרעניצן פון דעם מוצאי שבת ביז נאך יום כיפור.
מיין הארץ איז ממש צורידערט דערפון! עס קאכט און ברענט אין מיר! איך קען עס ממש נישט צוקוקן און הערן אפילו פון אזא געדאנק, ניין! דאס קען נישט זיין! אזא מציאות קען נישט פאסירן אז איך זאל נישט זיין ביי מיין רבי דעם ראש השנה, איך קען ניטאמאל חלומ'ן אז אזאנס זאל קענען זיין!!!
אזויפיל האב איך שוין היינט צאמגעוויינט איף דעם, אזויפיל האט מיר עס שוין אנגערירט מיינע האקעלסטע סטרינעס און געברענגט צו אזעלכע בכיות וואס איך האב שוין לאנג נישט געהאט.

אבער מיין רבי לערנט אויס אז דאס אלעס מאכט דער אייבערשטער טאקע נאר פאר דעם! טאקע דאס וויל ער!
ער טוט דאס אלעס נאר ווייל ער וויל אז אונז זאלן נאך מער בענקן און ווילן, ער וויל עס זאל ארויסקומען אונזערע פנימיות'דיגע רצונות און בענקענישן וואס קומען נישט ארויס סתם אזוי ווען אלעס קלאפט א מחיה... רחמנא לבא בעי, ער וויל אונזער הארץ! ער וויל אונזערע תפילות! ער וויל מיר זאלן זיין כאיל תערוג צו אים, מיר זאלן ארויפקוקן צו אים און בענקן דערויף און אים עס בעטן מיטן גאנצן הארץ, ער דארף פון אונז א תפלה וואס מען שפירט דאן אז מען האט נישט קיין שום פתח ישועה נאר דעם אייבערשטן און זיין רחמנות! וואס דאס איז די גרעסטע נחת רוח און שעשוע פאר אייבערשטן.
און ווי די רבי רופט עס אן "כל המניעות הוא רק להגביר החשק"!
מניעות קומען נישט צו מחליש זיין די מענטש פונעם גוטע זאך וואס ער וויל, פארקערט! עס קומט נאר כדי נאך מער אויפצוועקן ביי אים די רצונות, עס קומט כדי מער ארויסזוכן די באהאלטענע נקודת האמת פונעם מענטש וואס ליגט באהאלטן ביי אים אין די טיפע קעמערלעך וואס עפענט זיך נאר אין אזא מצב, דאס איז די גאנצע תכלית פון די אלע מניעות בכלל אין אידישקייט און בפרט יעצט ביים ראש השנה.

און ווי מען גייט יעצט ארום צווישן ברסלב'ע חסידים הערט מען טאקע ארויס פון זייער מויל געוואלדיגע כיסופים, נורא'דיגע אמונה'דיגע געגועים, אזעלכע סארט דיבורים וואס מען הערט נישט אין א נארמאלע יאר ווען אלעס גייט מיט רוטין, ממש אלעס קאכט און זידט ווי א קעסל, מען וויל מען זוכט מען שרייט מען טוט, אלעס צו קענען טון דער גוטע זאך וואס איז אונזער יסוד פון אונזער עבודת ה' - קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה!
און דאס טאקע וויל דער אייבערשטער! ער וויל מיר זאלן אביסעלע מגביר זיין די חשק, מער אמת'דיג דאווענען צו אים אויף וואס אונז דארפן, און דאן וועט ער אונז זיכער העלפן און אונז נאכגעבן אונזער געבעט.

דעריבער ווערן מיר נישט צובראכן פון גארנישט, פארקערט, מיר שטארקן זיך נאכמער, און ווי גרעסער די מניעה איז נאר, אלץ גרעסער ווערן אונזערע רצונות, די אלע זאכן וועלן אונז נאר פארשטערקערן אין אלע הינזיכטן, ביז מיר וועלן אלעס דורכברעכן מיטן אייבערשטנס הילף און מיר וועלן זיכער אנקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה דער יאר און אלע יארן!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14550
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מורא'דיג, איך גלייב אז אזעליכע תגובות זענען בוקע רקיעים!!
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

ארויף
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14550
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 2:01 pm
ארויף
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א הארציגע בריוועלע מיינע איבער ראש השנה אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

הייליגע הארציגע געגועים!!!
כבין ענק מקנא, הייליגע ברעסלאווער חסידים,ענק האבן כיסופים.
איך בין געווען ראש השנה תשפ"ב און נישט פארשטאנען ווי טראץ אלע שוועריקייטן גייען זיי אן מיט א פרישקייט.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”