ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

בררררררררררר!
יוי ביסטו מעכטיגער פון מעכטיג!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

יוי ניין!!!!!!!!!!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שרעקעדיג!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

איז שייך נישט צו שלאפן פון אצינד ביז איבער א וואך דינסטאג
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

דו ביסט פראסט און פשוט נארמאל.

איך ציטער....
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

מיין הארץ פאמפט ווילד...

ס'איז נישט נארמאל וויפיל שרייבערישע טאלאנט דו פארמאגסט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

יש לו מנה האט געשריבן:איך ציטער....

זייער גוט - עס קומט זיך דיר ערליך...

מה דעלך סני לחברך לא תעביד...

זיי מוחל און שנעל שטעל ארויף נאך א פארזעצונג! איך ווארט! איך ציטער....
לעצט פארראכטן דורך נפשי חמדה אום מיטוואך אפריל 07, 2021 11:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

באקסער בוים האט געשריבן:מיין הארץ פאמפט ווילד...

ס'איז נישט נארמאל וויפיל שרייבערישע טאלאנט דו פארמאגסט!

דער אלטער ווארט שוין 2 .....און יעצט אויש איך ציטער
קען שוין קוים ווארטן אויף דינסטאג....
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

נפשי חמדה האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:איך ציטער....

זייער גוט - עס קומט זיך דיר ערליך...

מה דלך סני לחברך לא תעביד...

זיי מוחל און שנעל שטעל ארויף נאך א פארזעצונג! איך ווארט! איך ציטער....

;l;p- ;l;p- גא"מ (נישט פערזענליך) זיין פארזעצונג בינעך מער נייגעריג וואס ס'שטייט אינעם צעטל (שוין לאנג פארגעסן פון דעים וואסילי וואס ציטערט אין רוסישע הענט)
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

אנריעל !!
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:בררררררררררר!
יוי ביסטו מעכטיגער פון מעכטיג!
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

היום יום שלישי!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גיי האט געשריבן:היום יום שלישי!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

א לאנגס לכ' ראש חודש האפנטליך!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ס'נאכאלס דינסטאג,
ס'נאכאלס ר"ח...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

מיר ווארטן מיט שפאנונג
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

מיר אויכעט!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואלטיער?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ארחיקה נדד האט געשריבן:וואלטיער?

אוי, היום פנה, השמש בא ופנה!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

קען שוין קוים ווארטן!!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 32)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

"וואו גייסטו?" האט אלישייב געפרעגט ווען ער האט געזעהן וואסילי טוט זיך אן, גרייט מיטצוגיין.

"איך גיי מיט דיר," האט ער געענטפערט.

"אבסאלוט נישט!" האט מישא צוריקגעזאגט.

"יעוו, מיר האבן שוין גערעדט דערוועגן, און דו ביזט איינגעגאנגען אז אויב דו וועסט דארפן מיין הילף דאן וועסטו עס אננעמען. און איך האב צוגעהערט צו דיינע פראטעסטן פאריגע מאל, און דו האסט זיך אנגעברענגט ווער ווייסט וואס. יעצט דארפסטו מיין הילף. איך קום מיט דיר."

"רעד נישט קיין אומזין."

"דו האסט געזאגט אז דו וועסט אננעמען מיין הילף. דו גייסט צוריק אויף דיין ווארט?" איז וואסילי געווארן עררעגט.

"פונקט פארקערט. איך בעהט דיר דא צו בלייבן ווייל איך דארף יא דיין הילף."

אלישייב האט ארויסגענומען פונעם שאפע זיינע תפילין און עס איבערגעגעבן פאר וואסילי'ן.

"היט אויף זיי, אזויווי זיי וואלטן געווען די ווערד פון מיין לעבן, פון מיין זעהל אליין. ווייל זיי זענען דאס טאקע ווערד. אויב קום איך נישט צוריק…"

"יעוו!" האט וואסילי איבערגעהאקט אלישייב'ס ווערטער אין פארצווייפלונג, נישט וועלנדיג הערן אזעלכע רייד.

"אויב קום אויך נישט צוריק," האט אלישייב ווידער געזאגט, "זאלסטו אויף זיי היטן ביז דו קענסט זיי איבערגעבן פאר א איד. ביז דאן, זאלן זיי זאלן נישט ליגן אויף דער ערד, אדער אונטער די זון, אדער סיי וועלכע פאראומרייניגטע פלאץ."

וואסילי האט געוואלט ווידער פראטעסטירן אבער די טרערן אין אלישייב'ס אויגן האבן אים אפגעשטעלט.

"וואסילי, דאס איז די הילף וואס איך בעהט דיר פון די טיפענישן פון מיין הארץ. אויך, אויב וועסטו האבן די מעגליכקייט איין טאג צו טרעפן מיין פאמיליע זאלסטו זיי זאגן אז מיכאל איז געבליבן א געטרייע איד."

"וואס האסטו געטוען אז דו רעדסט אזוי?" האט וואסילי געפרעגט אין פאניק.

"עטליכע וואלטן גערופן מיינע אקטן הויעך-פארראט," האט אלישייב געענטפערט.

וואסילי האט גארנישט געזאגט דערויף, נאר איבערגענומען די תפילין פון אלישייב און אים ארומגעכאפט אלץ צוזאג אז ער וועט אויספירן די שליחות. אלישייב נאך איינמאל איבערגעוואשן זיין פנים, אפצושווענגן אלע צייכנס פון די סיליקאן קרעם וואס ער האט גענוצט צו פארשטעלן זיין פנים, און זיך ארויסגעלאזט צום געזעהלשאפט קלאב, ווי די לעבנס פון צוויי ארעסטאנטן זענען געהאנגן אויף זיינע קומענדיגע אקטן.


***


אלישייב האט גענוצט די הינטער-טיר ביים קאך אריינצוגיין אינעם קלאב. עס זענען דארט געשטאנען צוויי וועכטער, אדאמאוו'ס שוק-יונגן, און זיי האבן אים אפגעשטעלט פאר ער איז אריין צו זייער "באס". זיי האבן אים אונטערזוכט פאר האנט-געוועהר, און האבן טאקע געפונען זיין מיליטערישע פיסטאל. דער עלטערער פון די וועכטער האט געהויבן זיינע ברעמען ווי איינער וואס פרעגט "האסט באמת געמיינט אז דאס גייט דיר העלפן?", אבער אלישייב האט געצויגן מיט די אקסלען ווי איינער וואס ענטפערט "איך האב נישט געהאט וואס צו פארלירן מיטן פרואוו". זיי האבן קאנפיסקירט די האנט-געוועהר, און אים דערנאך געוויזן אז ער קען אריינגיין.

די קאך איז געווען גענצליך ליידיג צוליב דעם פרי-מארגן שטונדע, און דאס האט ערלויבט פאר אדאמאוו'ן צו נוצן די פלאץ פאר זיינע אינטערעסן. אינעם עס-צימער האט ער געפונען אדאמאוו זיצנדיג רואיגערהייט ביים זעלביגן טיש ווי זיי זענען געזעצן די ערשטע מאל וואס אלישייב האט זיך געטראפן אדאמאוו'ן, און אנגענומען פון אים אנווייזונגען פון קריוטשקאוו. ביי א וואנט, באוואכט מיט נאך צוויי יונגען, זענען געשטאנען איתמר לעוו און דשאנאטאן ראטשעסטער, און ביידע האבן אויסגעזעהן רעלאטיוו געזונט, און זיי האבן נישט געוויזן קיין צייכנס פון פייניגונג. זיי האבן אויך נישט געהאט קיין קייטן, אנדערש ווי אדאמאוו האט אנגעגעבן, אבער זיי האבן נישט געדארפט קיין קייטן, זיי זענען געווען געפאנגען אן דעם אויך. אלישייב האט געקוקט צו אדאמאוו'ן צו זעהן וואס זיינע אויגן זאגן, כאטש ער האט אדרעסירט דעם אלטן.

"איך זעה אז איר זענט נישט געפייניגט געווארן, מר. לעוו."

"פארשטייט זיך" האט אדאמאוו געענטפערט אנשטאט אים, "איך בין נישט קיין בארבאר. פארוואס זאל איך פייניגן אן אלטער מאן ווען דער וואס האט זיך פארזונדיגט פאר מיר און פארן מוטערלאנד איז נישט ער, נאר דו?"

"דאן ווילאנג זענען זיי געפארשט געווארן?" האט אלישייב געפרעגט. ער האט געוואלט וויסן וויפיל אדאמאוו ווייסט, און איז נישט געווען זיכער צי לעוו און ראטשעסטער האבן אויפגעגעבן זיין נאמען, צי אדאמאוו האט שוין אלעס געוואוסט פון פריער.

"אה. זייער פארהער האט זיך אנגעהויבן אומגעפאר פופצן מינוט נאכדעם וואס זיי האבן האבן דיר איבערגעלאזט אויפן טינקלען גאס אליין," האט אדאמאוו געענטפערט.

דאס הייסט אז זיי זענען גלייך אפגעשטעלט און ארעסטירט געווארן. און זיי זענען פארהערט געווארן פאר עטליכע לאנגען שעה'ן ביז אדאמאוו האט גערופן מישא'ן.

"און אין די גאנצע צייט האסטו גארנישט ארויסבאקומען פון אונז," האט דער אלטער שנעל געזאגט, מייסטנס פאר אלישייב'ס נוץ, אז דער ליוטענאנט זאל וויסן אז ער דארף אויף גארנישט מודה זיין ווייל אדאמאוו'ס פארהער האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן. אדאמאוו איז נישט באליידיגט געווארן פון דעם אלטן'ס ווערטער און געווינקן צו זיינע שוק-יונגן.

"יעצט אז דו האסט געזעהן אז זיי זענען אין א גוטע צושטאנד, וועלן מיר קענען ביידע רעדן אן קיין מיספארשטענדענישן," האט אדאמאוו געזאגט בעת די יונגען האבן ארויסגעפירט די ארעסטאנטן. פעלדמייסטער איז געגאנגען שווערליך און מיט ווידערווילן, אבער ער געשוויגן וויסנדיג אז זיינע ווערטער קענען נאר ערגער מאכן.

"איך בין באיינדרוקט פון דיין ארבעט. זייער באיינדרוקט. דו האסט אויסגערעכנט מיט א פונקליכקייט אלע איינצלהייטן פונעם באשטימטע ציל, און עס כמעט אויסגעפירט צו פערפעקציע," האט אדאמאוו זיך אנגערופן ווען זיי זענען געווען אליין.

"אבער פארט בין איך געכאפט געווארן," האט אלישייב געזאגט מיט ביטערניש.

"דאס איז נאר ווייל איך בין געווען איין טריט פאר דיר די גאנצע צייט," האט אדאמאוו געזאגט א צופרידענער.

אלישייב האט נישט געענטפערט. אדאמאוו האט אים געלאדנט צו זיצן, און אלישייב האט זיך אראפגעזעצט קעגן איבער דעם מאן וואס האט געהאלטן זיין לעבן אין זיינע הענט און זיך געשפילט מיט דעם מיט אן אפנזיכטליכע הנאה.

"דו ווילסט נישט וויסן וויאזוי עס איז מיר געלונגען צו קומען אויף די שפירן פון דיינע אקטן?" האט אדאמאוו געפרעגט.

אלישייב איז יא געווען נייגעריג אבער ער האט נישט געוואוסט וואס אדאמאוו ווייסט אדער וואו ער צילט, און ער האט זיך געפארכט צו שפילן אין זיינע הענט אריין און דעריבער האט ער גארנישט געענטפערט.

"דיין ערשטן ארעסט, מאיאר ברונער, ער האט מיך געפירט צו דיינע אקטיוויטעטן. ער האט געזונגען ווי א קינדער-כאר."

אלישייב איז נישט געווען איבערראשט. ער האט זיך געפארכט אז דאס קען געשעהן אבער ער האט זיך איינגערעדט אז דער פראנט איז שטיל.

"ער האט אויפגעגעבן פעלדמייסטער אלץ זיין אמעריקאנער קאנטאקט," האט אדאמאוו פארגעזעצט, "און אנשטאט צו ארעסטירן דעם אגענט אויף קלאגעס פון שפיאנאזש, האבן מיר אים גענוצט צו כאפן גרעסערע פיש און אים געקלאגט אויף דיסידענט אקטיוויטעטן. דאן האבן מיר פארשפרייט זיין נאמען אויף עטליכע ארעסטאנטן ליסטעס און געווארט צו זעהן וועלכע פיש וועט בייסן. ווער וועט קומען זעהן צו זיי קענען אים ארויסזעהן. און צו מיין ערשטוינונג ביזטו געווען דער גרויסער פישל."

אלישייב האט נאך אלץ געשוויגן. ער האט נישט געהאט וואס צו זאגן. אדאמאוו איז טאקע געווען איין טריט פאר אים די גאנצע צייט, און אלישייב איז פארכאפט געווארן אין אדאמאוו'ס פישער-נעץ מיט א גרינגקייט. ער האט נאר נישט פארשטאנען פארוואס אדאמאוו שפילט אזוי מיט אים. איז דאס א נייע מעטאד פון פארש?

"אבער צו מיין איבערראשונג איז נישט געווען קיין ענדע," איז אדאמאוו אנגעגאנגען, "ווען די רעקארדירונג פון דיין באזוך צו פעלדמייסטער אין טורמע האסטו נאר אויסגעדרוקט א ווילן אים פריי צו לאזן אויב נעמט ער אן אלטער קראנקער מאן צו ווערן באערדיגט אין ארץ ישראל."

"איך האב אליין פארלאשן די רעקארדינג-אפאראט אינעם פארש צימער, און קיין אנדערע האב איך נישט געטראפן," האט אלישייב ענדליך געבראכן זיין שווייגעניש, זעהנדיג אז אדאמאוו ווייסט סיי ווי אלעס.

"דו מיינסט אז עס האט טאקע אויפגעהערט ארבעטן ווען דו האסט עס אויסגעשאלטערט?" האט אדאמאוו געפרעגט מיט א באדייטונגספולע שמייכל.

אלישייב האט זיך געקענט אליינס קלאפן פאר זיין פעלעהאפטיגע אויפפאסונגען. איז עס א וואונדער אז די אפאראט האט געהאט א פארזיכערונגס-באטעריע וואס האט וויידער געארבעט, שטילערהייט, ווען מען האט עס פארלאשן אדער אויסגעשאלטערט? זיי זענען געווען אינעם קארופטירטן ד.ד.ר., ווי די שטאזי און ק.ג.ב. האט נישט געטרויעט די טורמע באאמטע, און דעריבער איז דער אפאראט געווען אויסגעשטעלט אויפצוכאפן שמועסן דווקא ווען מען האט געמיינט אז עס איז פארלאשן.

"און פון נאך מיין באזוך האסטו מיך נאכגעפאלגט?" האט אלישייב געפרעגט, פארכטנדיג זיך אז הער ווארמעס איז געקומען אויף אדאמאוו'ס ראדאר.

"וואס וואלט געווען די צוועק פון דיר נאכפאלגן? דו וואלטסט אויפגעכאפט א שאטן נאך פופצן מינוט, דעריבער איז נישט געווען קיין זין. ניין, מיר האבן דיר נישט געדארפט נאכפאלגן ווייל מיר האבן געקענט ווארטן רואיג ביז דו האסט זיך ווידער באוויזן אינעם טורמע ארויסצונעמען דעם אמעריקאנער. וויאזוי מיינסטו עס איז דיר אזוי גרינג אנגעקומען אים ארויסצונעמען. מיר האבן דאס צוגעלאזט צו זעהן וואס דיינע מאטיוון און אקטן זענען טאקע. פונעם טורמע איז געווען זייער גרינג ענק נאכצופאלגן ווייל מיר האבן צוגעטשעפעט א קליינער נאכפאלגער-אפאראט צום אויטא ווען דו ביזט געווען אינעווייניג אינעם טורמע און דער אלטער איז נישט געווען אכטזאם."

אלישייב האט געשוויגן. אדאמאוו האט אים אזוי גוט געשפילט די גאנצע צייט, און ער האט גארנישט אויפגעכאפט.

"איך בין די גאנצע צייט געווען איבערצייגט אז דו נוצט נאר דעם אלטן אלץ אן אויסרייד, און אז אין די ווארהייט האסטו פארראטן דיין לאנד און דיינע פליכטן פאר באצאלט פון די אמעריקאנער ארויסצוזעהן דעם אגענט," האט אדאמאוו אים איבערגעהאקט די געדאנקן, "אבער אין די טעג דערנאך האב איך זיך איבערצייגט אז נישט דאס טרייבט דיר, באזונדער ווען איך האב נישט געהערט פון אנדערע קוועלער אז אזא אפעראציע ווערט געפירט דורך די אמעריקאנער. ווען מיר האבן ארעסטירט די צוויי רייזנדע האבן מיר טאקע געטראפן די דאקומענטן און אלע אנדערע באווייזן אז מיר האבן געקענט צוזאמשטעלן גענוג פונעם בילד. פייניגונג האט נישט קיין נוצן מיט אזויפיל באווייז."

"פארוואס דאן האסטו אונז אלע אהערגעברענגט, ווען דו קענסט מיך ווען גלייך איינשפארן און אפשוקן קיין מאקסווע אלץ א פאררעטער צו די פאראיין?" האט מישא געפאדערט.

"אזויווי איך האב דיר געזאגט, איך בין זייער באיינדרוקט פון דיין ארבעט. איך האב נוצן פאר אזא איינער ווי דו," האט אדאמאוו געזאגט דייטליך.

"רעד קלארע ווערטער," האט אלישייב געזאגט שארף.

"זינט קריוטשקאוו האט דיר געזאגט אז עס איז דא א באהאלטענע קאמפף פאר מאכט אין מאסקווע, איז די געראנגל נאר גרעסער און שטערקער געווארן . די זיץ אונטער פארזיצער גארבעטשעוו איז הייס, און עס זענען דא פילע מאכטפולע פאקציעס וואס ווילן איבערנעמען, און ארויסווארפן די אלטע-וואך. דאס וועט ברענגען אז עס וועט זיך עפענען א געלעגנהייט פאר די מיט אמביציע איבערצונעמען די מאכט. עס איז צייט צוריקצוברענגן די סאוועטן, און באזונדער רוסיא, צו איר פריערדיג מאכט און רוהם. "

"און דו האסט אזא אמביציע?" האט אלישייב געפרעגט.

"יא. און איינער מיט אזא אמביציע מוז זיך ארומנעמען מיט פעהיגע מענטשן וואס זענען אים געטריי."

"קריוטשקאוו האט מיך אויך אויפגענומען פאר די צוועק, צו זיין זיינס א מענטש און צו באריכטן צו אים. און איך האב אים פארראטן מיט מיינע אקטן און זיך געפירט קעגן זיין ווילן. פארוואס זאלסטו מיך געטרויען אז איך זאל נישט טוען די זעלבע צו דיר?" האט אלישייב געפרעגט לאגיש.

"איינפאך, וועגן ער האט נישט אנערקענט וואס דיין כאראקטער איז באמת. ער האט דיך גענומען ווייל ער האט געהאלטן אז דו ביזט ווערדלאז. איך נעם דיך ווייל איך ווייס אז דו ביזט אומשאצבאר. נישט נאר וואס דו ביזט בראווער, קליגער, און פעהיגער פון אנדערע, נאר דו ביזט אויך פיל געטרייער. קריוטשקאוו האט געמאכט דעם טעות אז ער האט נאר געהאנדלט מיט דיר. דיין פאמיליע אויף ארץ ישראל אין אויסטויש פאר דיינע באריכטן. ער האט אבער קיינמאל נישט באקומען דיין געטריישאפט. איך ערווארט א אז דו זאלסט שווערן צו בלייבן געטריי צו מיר."

"וואס הייסט 'שווערן צו בלייבן געטריי'?" האט אלישייב געפרעגט.

"דאס הייסט, אז ווען די טאג גייט קומען, און איך וועל זיך גרייטן איבערצונעמען מאכט פון די וועלכע פארלירן עס, דאן וועסטו שטיין צו מיין האנט און באצווינגען מיינע פיינט. דו וועסט נישט נאר מיך היטן און בערראטן נאר אויך אויספירן באפעלן סיי וואס דאס זאל זיין. דו וועסט גיין דארט וואו איך וועל דיר שוקן, און דו וועסט קומען ווען איך וועל דיר רופן. דו וועסט זיין גענצליך מיינס א מענטש."

מישא האט שוין קלאר געזעהן וואס אדאמאוו'ס שפיל איז געווען.

"און פאר מיין שבועה, וואס איז די אפצאל?" האט אלישייב געפרעגט, וויסנדיג די ענטפער אבער וועלנדיג הערן די ווערטער פון אדאמאוו.

"אין אויסטויש פאר דיין שווערן געטריישאפט צו מיר, וועל איך פריי לאזן דעם אלטן און דעם אמעריקאנער אגענט."

אלישייב האט טיף ארויסגעאטעמט, גענידערט זיין קאפ, און פארמאכט זיינע אויגן. אדאמאוו האט אים געלייגט אין אן אמת'ן פארלעגנהייט. שווערן געטריישאפט צו אדאמאוו'ן וואלט געהייסן פארקויפן זיין אייגענע נשמה פארן טייוול אליינס. אבער פון די אנדערע זייט האט ער געהאלטן אין די הענט די שוקזאל פון איתמר לעוו און זיין וואונטש צו קומען צו קבר ישראל, און אויך די לעבן און וואוילזיין פון ראטשעסטער. וויאזוי האט ער געקענט מאכן אזא באשלוס?

ער האט זיך דערמאנט אין די ווערטער פון זיין טאטע ווען ער האט זיך געזעגנט פון אים איבערן טעלעפאן ווען מען האט אים פארשוקט דינען אין מיליטער.

"זאלן דיינע טריט אייביג פירן נאר אין וועגן וואס זענען רעכט און אמת". דאס האט זיין טאטע אים געזאגט, אבער וויאזוי האט ער געקענט וויסן וואספארא טריט זענען רעכט און אמת? אויב וואלט מען גערעדט פון זיין לעבן וואלט ער עס גערן אויפגעגעבן צו ראטעווען די אנדערע צוויי. אבער מען האט נישט גערעדט פון זיין קערפער נאר פון זיין נשמה. אדאמאוו האט אים נישט איבערגעהאקט די מחשבות.

ענדליך האט אלישייב געהויבן קאפ און געזאגט, "איך וועל דיר געבן געטריישאפט. איך וועל דיר שוצן און העלפן קעגן דיינע פיינט, און איך וועל ערנידערן און צושטערן די וועלכע שטייען דיר אין וועג. אבער פאר מיין שבועה וועסטו נישט פריי לאזן די צוויי ארעסטאנטן. נאר די וועסט זיי פערזענליך באגלייטן ארויס פונעם ד.ד.ר., און נאר ווען זיי זענען פארזיכערט און אינדערויסן פון דעם פארדארבענעם, קארופטירטן לאנד וועל איך ווערן דיין מענטש."

אלישייב האט געגעבן זיין שבועה נאך יענע וואך. ער האט דאן נאך נישט געוואוסט אז זיין שבועה און הילף וועלן פירן דעם אמביציעזן וולאדימיר וולאדימיראוויטש פוטין ביז צום מאכטפולסטן פאזיציע אין רוסלאנד, און אז דאס וועט אים אזוי פארזונקן אין א טיפע און דיקע בלאטע אז עס וועט אים ווערן כמעט אוממעגליך זיך אמאל ארויסצוזעהן.

-ענדע ערשטע טייל-
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (צווייטער טייל - קאפיטל 1)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

און ווייל דער עולם האט געווארט אזוי געדולדיג, אן עקסטערע קאפיטל לכבוד (שפעט) ראש חודש





צווייטער טייל - קאפיטל 1

בארא פארק – 2014

עס איז געווען די צייט פון יאר ווען די זון איז אויפגעשטאנען נאך בעפאר דער זעקסער שטונדע. ר' שמעון אויסלענדער האט נארוואס פארענדיגט זיין שיעור, א קביעות יעדן צופרי נאכן דאווענען. ווי ער איז ארויסגעקומען פון בית המדרש איז אים באפאלן א שטיקעדיגן היץ, און אפילו אונטער די ביימער איז נישט געווען קיין ערלייכטערונג.

ווען ר' שמעון איז אריבערגעגאנגען די גאס האט ער האט געקענט זעהן דעם זקן ר' עקיבא זיצן אויף זיין שטענדיגע פלאץ, אויפ'ן וואראנדע, פארנט פון זיין הויז. ר' עקיבא איז געזעצן אויף דעם וועראנדע די לעצטע צוואנציג יאר, ווינטער, זומער, רעגן און שניי, קיין חילוק די וועטער אדער זון אויפגאנג'ס צייט. און אזוי ווי יעדן ארבייטס טאג צופרי האט ער א רוף געטאן צו ר' שמעון מיט זיין הייזעריגע שטימע.

"א גוט מארגן יענקל, א לעכטיגן טאג היינט, ניין? אווי שפירסטו זיך? אווי שפירט זיך דיין לייביש'ל? וואס זאגן די דאקטוירים, איז ער שוין בעסער?"

ר' שמעון האט געשמייכלט מיט א ווארעמקייט, און האט צושפאצירט נענטער צו ר' עקיבא וועלכער איז שוין געווען ביי די 90'ציגער יארן, און דעריבער האט ער געהאט א פראבלעם מיט'ן הערן. ר' שמעון האט נישט געוואלט אז דער אלטער איד זאל זיך דארפן אנשטרענגן. ער האט נישט געזאגט פאר ר' עקיבא אז ער הייסט נישט יענקל, ער האט נישט קיין זוהן לייביש'ל, און אז דער זקן האט אים ווידעראמאל פארטוישט פאר א צווייטן. פאר די לעצטע צוואנציג יאר איז דער נוסח געווען דער זעלבער.

"א גוט מארגן ר' עקיבא, טאקע אזא שיינעם לעכטיגן טאג. ב"ה דער באשעפער פארלאזט נישט זיינע קינדער. זאל ער טאקע שיקן א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל."

ר' שמעון האט א שאקל געטאן זיין קאפ פאר'ן אלטן, אים געוואונטשן א גוט מארגן, און צושפאצירט צו זיין אויטא. אריינזעצנדיג זיך אינעם אויטא האט ער זיך געוואונדערט צי ער וועט אמאל געוואויר ווערן ר' עקיבא'ס פאמיליע פארבינדונגן, אדער אויב יענער האט בכלל א פאמיליע ערגעץ וואו אויף דער וועלט. דער זקן האט נעבעך געליטן פון אלטסהיימערס און שוואך-זון. און ער האט נישט אייביג געקענט ענטפערן אויף זיין וואוילזיין, און זייער אפט בכלל נישט געדענקט זיין אייגענעם נאמען. געווענליך, אין די נאכמיטאג שטונדן, פלעגט אן אגענטור צוגעשטעלטער הויז-געהילף אריבערקומען, ארויסצוהעלפן דעם אלטן אין סיי וואס ס'זאל זיך נויטיגן דאן, אבער יענער האט נאר גערעדט פויליש מיטן אלטן, און ר' שמוען האט נישט קיין אינפארמאציע ארויסבאקומען פון יענעם.

ר' שמעון'ס קעדילעק האט זיך אנגעצינדן מיט א גלאטקייט וואס פאסט פאר אזא לוקסוסרייכן וועהיקל. דאס איז געווען א ספעציעלע לוקסוס וואס ר' שמעון האט זיך ערלויבט ווייל ער האט געפילט אז עס איז נויטיג צו רעפלעקטירן זיין עהרנפולער אמט, זייענדיג דער איינציגסטער ארטאדאקסיש-אידישער קאנסולטאנט אין די גרויסע נישט-אידישע פירמע, בלעין קורענציס.

ער האט געשפירט אן עקסטערן הכרת הטוב און חיות, יעדעס מאל וואס ער האט זיך אריינגעזעצט אין דעם טייערן אויטא. דאס איז געווען א דערמאנונג אז דער באשעפער האט אים געגעבן סייעתא דשמיא און הצלחה. עס האט אים אויך געדינט אלץ דערמאנונג צו טאן גוטס און צדקה מיט דעם רחבות וואס ער האט באקומען אלס מתנה פון הימל.

ר' שמעון איז איצט געווען אויפן וועג צו וועסטשעסטער קאונטי, וואו ער האט געדארפט אויפטרעטן ביי א גרויסע קאנווענשאן. די קאנווענשאן איז פאררופן און ארגאניזירט געווארן דורך די סי. איי. עי. אפיס פון אינטעליגענץ און אנאליז, צו דעבאטירן און אנאליזירן די קאנסעקווענצן פון די רעוואלוציע אין די קריימיען פענינסולע, אוקריינא. ר' שמעון האט געלאכט צו זיך אז אלס קינד וואלט ער זיך קיינמאל געקענט פארשטעלן אז ער וועט אמאל האלטן אן איינפלוסרייכן פאזיציע אלס א פריוואטע בעראטער פאר די סי. איי. עי. – די צענטראלע אינטעליגענץ אגענטור - זייענדיג א פרומער ארטאדאקסישער איד. אבער ווירקליך, דאס איז וואס האט פאסירט. עס איז נישט געווען אן אמט וואס ער האט געזוכט, נאר מיט השגחה פרטית איז ער צו דעם אנגעקומען. ער האט נישט געוואוסט פארוואס דער באשעפער האט אזוי געפירט, אבער אז ער איז אנגעקומען אין די פאזיציע האט ער געטאן זיין ארבעט בנאמנות, אלעס אויף א תורה'דיגן וועג.

עס האט זיך אנגעפאנגען ווען ער איז נאך געווען א יונגער איינגעשטעלטער אינעם פירמע בלעין קורענצוס, און ער האט זיך שטילערהייט אויסגעצייכנט אין זיין פאך, אלס בראוקער אין אמעריקאנער און אויסלענדישע קורענציס. פון קליינווייז אן האט ער געהאט א ספעציעלן חוש און געפיל צו געלטער, און ער פלעגט פון די אכט יאר נאך זאמלען אלטע פעניס און אנדערע מטבעות. ווען אנדערע אינגלעך האבן געהאנדלט 'פלעי מאני' און 'ביזנעס קארדס', האט ער נאר געהאנדלט אין אלטע פעניס אדער גלאנציגע קוואדערס. ווי אן 'אדיקשן' פון וועלכע עס איז אוממעגליך זיך אפצוגעוואוינען, און עס וואקסט נאר מער פון טאג צו טאג, איז זיין באגייסטערונג פון מטבעות און קורענציס מיטגעוואקסן מיט אים.

אלס בחור האט ער געליינט א סך ביכער אויף קורענצי האנדל און געשארפט זיין קענטעניס יעדן טאג. א יאר נאך די חתונה האט ער באקומען א סערטיפיקעט צו זיין א בראוקער, און גלייך דערנאך געטראפן באשעפטיגונג אין דעם רעספעקטירטן פירמע בלעין קורענציס.

נאך א היבשע פאר יאהר פון אויסנאמע הצלחה אין זיין ארבעט, האט זיך די ביזנעס וועלט דראסטיש געטוישט. ס'איז געווען אין די לעצטע יארן פון 1980'ער און פאליטישע כאאס האט געדראהעט אייראפע און אזיע ווען קאמוניזם האט אנגעהויבן צו פאלן. ר' שמעון האט אבזערווירט די פאליטישע און פינאנציעלע אומרוה מיט א באצויבערנדע אינטערעסע, ממש ווי א קליין קינד וועלכע איז באגייסטערט מיט זיין ערשטן קאלירפולן שפילצייג.

ער האט געליינט יעדעס ביסל אינפארמאציע און רעפארט איבער די אנטוויקלונגען אין די סאטעליט מדינות פון די סאוועטן פארבאנד, און באאבאכטעט די אמעריקאנער, אזיאנער, און אייראפעאישע קורענציס מארקעט, און אזוי האט ער אנגעפאנגען זעהן מאדעלן און קלארע בילדער. ממש ווי א 'פאזל' האט זיך די אינפארמאציע צוביסלעך געשטעלט ווי א קלארן בילד. שטיקל נאך שטיקל האט ער געקענט זעהן ווי אזוי די מארקעט קען פאראורזאכן וואס די אויסגאנג פון א פאליטישע טויש וועט זיין. לויט א מאדעל פון וויאזוי די ווערד פון קורענציס איבער די וועלט זענען געשפרינגען אדער געטראסקעט, אזוי האט קאמוניזם אויך געטראסקעט אויף אן אויסגערעכנטן אופן. קודם אין פוילן אין 1989, און אין אונגארן, טשעכאסלאוואקיי און נאך אנדערע מזרח אייראפעאישע מדינות.

נוצנדיג די 'מאדעל' פון די מדינות וועלכע זענען שוין געפאלן, האט ער אויסגערעכנט וועלכע קאמוניסטישע לענדער וועלן פאלן אין די רייע, און ער האט געשריבן אן אריכות'דיגן ארטיקל איבער דעם ענין און דאס אריינגעשיקט צום וואל סטריט זשורנאל. דער פאפולערע צייטונג האט געלייגט דעם ארטיקל צום דרוק, כאטש דער רעדאקטער האט געהאלטן אז עס איז אביסל א פאלעמישע שטיקל. די ארטיקל איז געווארן אויפגענומען מיט שפאס און שפאט, און די עקספערטן האבן געזאגט אז עס מוז זיין אז דאס האט אן אמאטוער געשריבן, אבער גייט אדורך איין יאר, צוויי יאר,און כאשר פתר כן היה. דער מאדעל וואס דער שרייבער האט פארגעשלאגן צו נוצן, האט פונקטליך געקענט פאראויס זאגן נישט נאר דאס שטייגן און פאלן פון פאליטישע פאנקציעס אין אייראפע, נאר אויך אין אפריקע. ר' שמעון האט שוין לאנג געהאט פארגעסן פון דעם ארטיקל ווען איין רעגנדיגן מאנטאג האט ער באקומען א טעלעפאן קאל אין זיין אפיס.

"האלא, בלעין קורענציס, סיימאן ספיקינג, האו קען איי העלפ יו?" האט ער העפליך אויפגעהויבן דעם טעלעפאן.

"מיסטער סיימאן אויסלענדער? דא רעדט מעיסאן גודמאן פון די סי. איי. עי. אפיס פון אינטעליגענץ און אנאליז. איר האט אפאר מינוט צייט פאר מיר?"

די קול איז געווען זייער הייזעריג און שטיל, אבער עס האט געטראגן מיט זיך אסאך אויטאריטעט און געוויכט.

'יא, דאס איז סיימאן אויסלענדער," האט ר' שמעון געזאגט א באזארגטער, "מיט וואס קען איך אייך היינט העלפן מיסטער גודמאן? איך האף אז איך האב מיך נישט פארזינדיגט פאר די רעגירונג."

"מר. אויסלענדער, דאס איז נישט קיין שטרענגע רוף, נאר א געשעפט'ס אנטראג. איך האב געליינט די אנאליז וועלכע איר האט געשריבן א היבשע צייט צוריק איבער די מארקעט, און ווי אזוי עס באאיינפלוסט די פאליטישע וועלט. און איך וואלט געוואלט דאס מער דיסקוטירן מיט אייך, הערן אייער עקספערטן מיינונג."

דער אגענט האט געווארט פאר אן ענטפער, אבער די ליניע איז געווען שטיל. ר' שמעון האט גארנישט געקענט זאגן פון איבערראשונג. אגענט גודמאן האט אים אביסל ארויס געהאלפן.

"מיין סעקרעטאר האט מיר געמאלדן אז איר זענט אן ארטאדאקסישער איד און איר עסט נאר כשר'ס. פילייכט קענען מיר דורך שמועסן אייערע מיינונגען איבער כשר'ע צובייס. איך הער אז מען קען באקומען א געשמאקע ווארעמע פאסטראמי סענדוויטש ביי גאטליעב'ס אין וויליאמסבורג. איז מארגן נאכט זיבן אזייגער באקוועם פאר אייך?"

ר' שמעון איז נאך אלץ געווען צומישט פונעם גאנצן שמועס, האט געענטפערט "עה, אם...איך ווייס נישט, עה."

דא האט אים אגענט גודמאן ווידער געהאלפן "איך וועל נעמען אייער ענטפער אלץ פאזיטיוו. מארגן זיבן אזייגער, גאטליעב'ס רעסטעראנט. זייט צייטליך."

און אזוי, צוויי פאסטראמי סענדוויטשעס און טשיקן-זופן שפעטער, איז ר' שמעון געווארן א זעלבסשטענדיגער קאנסולטאנט פאר די סי. איי. עי. מערסטנטייל פלעגט ער אויפטרעטן ביי קאנווענשנס און זיצונגען ווי נייע מיטגלידער פון די סי. איי. עי. האבן זיך טרענירט אין דעם געביט פון אנאליז אין די פארבינדונג צווישן די פאליטישע און די פינאנציעלע וועלט, אבער טיילמאל פלעגט ער מאכן א פערזענליכע שאצונגען פאר די סי. איי. עי. ווי אזוי א מדינה וועט רעאגירן צו דעם פינאנציעלע טומולט אין לאנד, און מער מאל ווי נישט האט ער געטראפן פונקט אין ציל.

ווי ער האט אריין געפארקט זיין אויטא אינעם וועסטשעסטער קאונטי קאנווענשאן סענטער פארקינג לאט, איז ער איבערגעגאנגען די פונקטן אין זיין קאפ, א מישמאש פון ציפערן, סטאטיסטיקס און אנדערע אינפארמאציע, און פרובירט אויסצוקנאבלען וועלכע פונקט וועט מאכן דעם גרעסטן רושם אויף זיינע צוהערער.

זיין טאשקע אנגעגרייט, זיינע פאפירן אין א סדר, זיין סעלפאן אויסגעלאשן, און זיין טאבלעט אונטערן צווייטן ארעם, האט ר' שמעון אריין שפאצירט אינעם קאנווענשאן סענטער לאבי, און געשפרייזט אינעם ריכטונג פונעם זיצונג זאל. ער האט געשפירט א העפליכן קלאפ אויף די פלייצע, און ער האט זיך אויסגעדרייט צו זעהן זיינע צוויי אלטע באקאנטע, אגענט מעיסאן גודמאן און אגענט דשאנאטאן ראטשעסטער, זענען אים געקומען פערזענליך באגרוסן צום קאנווענשאן.

"העי, סיימאן," האט ראטשעסטער אויסגעשטרעקט זיין האנט ענטוזיאסטיש, מיט זיין געווענטליכן שמייכל און פריינטליכקייט וואס ער האט געשליפן נאך יאהרן אלס אגענט אין די פעלד. ער פלעגט יעדן באגריסן מיט א "העי", אז די וויץ איז געגאנגען צווישן זיינע באקאנטע, אז ווען ער האט זיך געטראפן מיט די קעניגן פון ענגלאנד האט ער געבויגן זיין קאפ מיט כבוד, און העפליך געזאגט "העי, אייער מאיעסטעט."

ר' שמעון האט געשאקלט די הענט און זיך געגרוסט מיט די צוויי אגענטן. ער האט באמערקט אויף דעם זיבעציג יעריגן גודמאן אז ער איז היבש ווייסער און פארעלטערט געווארן זייט ער האט אים לעצט געזעהן. אפילו זיין הייזעריגע שטימע האט זיך יעצט געהערט נאך שטילער ווען ער האט געענטפערט ר' שמעון'ס פראגע ווי אזוי ער שפירט זיך.

'איך האב געזעהן בעסערע טעג, און איך בין שוין געשלאפן לענגערע נעכט. די וועלט איז אין טומולט. אוקריינא ברענט מיט רעוואלוציע און די אקטן פון צענדליגער טויזנטער מענטשן קען פירן צו אומפאראויסגעזעהענע קאנסעקווענצן פאר מיליאנען. די רעזולטאטן פון אזא צומישעניש, פששט, ווער ווייסט?" האט ער געזאגט.

"דאס איז טאקע פארוואס איך וויל מיט דיר שמועסן, סיימאן," האט אים ראטשעסטער געזאגט. ער האט ארויסגענומען פון ר' שמעון'ס האנט זיין טאשקע און טאבלעט, עס געלייגט אויף א קאווע טישל נעבן א קאוטש, און געוויזן פאר ר' שמעון זיך אוועק צו זעצן.

"דו ביסט זיכער באקאנט מיט די דעטאלן פון די אוקריינער רעוואלוציע, און אויב שטעל איך זיך פאר אז דו פאלגסט נאך ווי די געשעענישן באאיינפלוסן די וועלט'ס מארקעטן מער ווי אנדערע עקספערטן. לויט ווי איך קען דיר איז דאס ממש א ספארט פאר דיר."

ר' שמעון האט צוגעשאקלט זיין קאפ מיט א שמייכל, און ראטשעסטער האט פארגעזעצט.

"די אויסגאנג פון דעם צומישעניש איז אזוי אומקלאר, איך ברויך איצט ממש א שטערנזעהער. זאג מיר, קונצלער וואס דו ביסט, וואס קענסטו מיר פראפעציען אויפן צוקונפט פון קריימיע און אוקריינא, און אויך בעצם די פינאנץ מארקעטן."

'אן אפרור און סיי וועלכער וועלכע מזרח אייראפעישע לאנד קען מעגליך אריינווארפן די רעשט פון די פלאנעט און איר פאליטיק, אין א מאראסט. עס ווערט ממש ווי א שיף וואס טרעפט זיך פלוצלינג אין שטורמישע וואסערן, מיט שעדליכע וואלן, און א גרויסן געדעכטן נעפל ארום, דאן, ווערט די געלט ווי א קאמפאס, פאלג נאך די געלט און דו וועסט וויסן גענוי אין וועלכע ריכטונג דער שיף פארט," האט ר' שמעון מסביר געווען, "אין די יעצטיגע אומרוה אין אוקריינא איז דאס דווקא נוגע, ווייל געלט שפילט א באזונדער שטארקער ראלע. די מערב וועלט באשולדיגט דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין אלס דער הויפט פינאנצירער פון די אוקריינער רעבעלן, און די 'יוראפיען יוניאן' און די פאראייניגטע שטאטן לייגן דרוק אויף רוסלאנד דורך שווערע סאנקציעס אויף די האנדלס מארקעטן. די אוליגארכן, די שטארק רייכע ביזנעסלייט אין רוסלאנד, מיט ריזיגע פאליטישע איינפלוס, ווערן שטארק באטראפן אין די קעשענע פון די סאנקציעס, און זיי לייגן דרוק אויף פוטין פון איין זייט, אז ער זאל זיך אויפהערן צו רייצן מיט רעשט פון די וועלט. מצד שנית, איז דער אלגעמיינער רוסישע בירגער שטארק צופרידן מיט פוטין, ווייל זיין שטייפע באנעהמונג און פעסטע האנדלונג קעגן די מערב וועלט דערמאנט זיי פון די גלאררייכע טעג פון רוסישע וועלט'ס מאכט."

דאס אלעס האבן שוין די צוויי אגענטן אויך געוואוסט, אבער ר' שמעון האט דאס גענוצט אלץ אן איינפיר צום געשפרעך, בעפאר ער האט אנגעהויבן מיט די טיפערע פארזעצנדיג זיין אנאליז אויפ'ן טעמע מיט מער דעטאלן, צופערן און גענויע סטאטיסטיקס האט ר' שמעון באוויזן, ווי אלעמאל, צו באאיינדרוקן ראטשעסטער מיט זיין אומגעהויערן קענטעניס אינעם וועלט פון פינאנץ, אינעם אנדערן זיץ איז אגענט מעיסאן גודמאן געווארן אומגעדולדיג, און זיך גענומען ארומרודערן אין זיין סאפע.

"איך וויל אייך נישט איבער האקן, אבער מר. אויסלענדער, איר דארפט שוין אט אט אויפטרעטן אין אפאר מינוט, און ראטשעסטער און איך האבן נאך עפעס איבערצוגיין מיט אייך בעפאר. דעריבער, ביטע אדרעסיר דעם אמת'ן סיבה פאר דעם לאבי זיצונג," האט ער זיך געוואנדן צו אגענט ראטשעסטער.

"סיימאן," איז דער אנדערער געקומען גראד צום פונקט, "דאס וואס איך וועל דיך יעצט אונפארטרויען איז נישט פארבינדן מיט אגענטור אויפגאבן, נאר איז אויסשליסליך 'אוף די רעקארד'."

ווען ר' שמעון האט צוגעשאקלט מיט'ן קאפ זיין צושטימונג האט ראטשעסטער פארגעזעצט.

"די אוקריינער רעוואלוציע האט פאראורזאכט פיל קאפ וויי פאר ביזנעסלייט, אונטערנעהמער, אינוועסטער, און נאך אסאך פארטייען וןועלכע האבן פינאנציעלע אינטערעסן אים דעם רעיאן. זיי זענען זייער פארזארגט איבער אומפאראויס געזעהענע קאנסוקווענצן צו זייערע פינאנציעלע אינטערעסן, און עס איז זייער וויכטיג פאר זיי צו האבן 'אינסייד אינפארמעישאן', ווי פריער. צו זייער מזל זענען זיי אין ביזנעס קעשענע מיט די גרויסע מאכערס און פאליטיקאנטן אין וואשינגטאן, און כאטש עס שמעקט נישט די שפיאנאזש וועלט צו פיל קענען זיי ציען אונזערע פעדימער ווי פופע-מייסטערס. זיי האבן איצט געצויגן אזעלכע פעדימער, און איך בין געווארן באאויפטראגט זיי צו טרעפן איינער וואס קען זיי געבן נישט נאר די 'אינסייד אינפארמעישאן', נאר אויך פאראויס זאגן ווי אזוי די פאסירונגען אינעם מזרח אייראפע קען זיי באטרעפן אין טאש. איך האב זיי געזאגט דעם אמת, אז דו ביסט דער בעסטער, און זיי ווילן נאר די בעסטע. זיי ווילן האבן די קלארסטע אינפארמאציע גלייך פונעם קאך שיסל, און זיי זוכן איינער זאלן פארן קיין אוקריינע…"

ווען ראטשעסטער האט געזעהן אז ר' שמעון הייבט אן צו שאקלען מיט'ן קאפ א שארפן ניין, האט ער שנעל צוגעלייגט.

"עס צאלט אסאך. מער וויפיל דו האסט באקומען אלס קאנסולטאנט פאר סי. איי. עי. מאך נישט אזוי שנעל אויף ניין, טראכט עס איבער."

אבער ר' שמעון האט ווידער געשאקלט מיט'ן קאפ א קאטאגארישן 'ניין'.

"אויב קען איך ארבעטן פון דערווייטנס, אנאליזירן די מארקעט פון מיין אפיס, איז פיין."

"זיי זוכן באזונדער איינער וואס זאל גיין קיין קיעוו זיך אלץ קאנסולטאנט."

"דו ווייסט ווער זיי זענען?" האט אויסלענדער געפרעגט.

"נישט פונקטליך. אזויווי איך האב דיר געזאגט, דאס איז געקומען פון העכער מיר, און זוך צופרידן צו שטעלן די וועלכע ציען די פעדימער. זיי וועלן זיין צופרידן מיט מיר אויב שוק איך זיי טאקע די בעסטע," האט ראטשעסטער געזאגט.

"עס קומט נישט אין באטראכט אפילו. איך האב קינדער און משפחה וועלכע זענען אנגעוויזן אין מיר, און איך קען זיך נישט שטעלן אין אזא סכנה. א איד, אן ארטאדאקסישער איד, אין די מיטן פון א רעוואלוציע אין אן אנטיסעמיטישער שטאט, זיך פארבינדן מיט אומבאקאנטע עלעמענטן? דאס איז וואנזיניג. איך דאנק דיר זייער פאר די קאמפלימענט וואס דו האסט מיר געשענקט, אבער דער ענטפער איז ניין, און וועט בלי נדר בלייבן 'ניין', דעריבער ביטע לייג נישט קיין דרוק אויף מיר איבער דעם ענין. איך קען דיר געבן נעמען פון אנדערע עקספערטן וועמענ'ס מיינונגען איך רעספעקטיר."

ראטשעסטער איז נישט געווארן אפגעפאטשט פון ר' שמעון'ס ענטפער און געזאגט, "טראכט זיך איבער, סיימאן, עס רעדט זיך דא פון אסאך געלט. יעדער מענטש האט א פרייז, טרעף דיינס, און לאז מיר וויסן."

קלאפנדיג אויף ר' שמעון'ס פלייצע, האט ער אים געוואונטשן בעסטע מזל און סוקסעס אויף זיין קומענדע רעדע, און אים געבעטן ווייטער צו שטיין אין קאנטאקט מיט אים אויב האט ער נייעס אדער פרישע אנאליז אויף אוקריינא.

"בעזרת ה' נעשה ונצליח," האט ר' שמעון געבעטן, און אריין אינעם קאנפרענץ צימער אויפצוטרעטן פאר די יונגע אגענטן.

-פארזעצונג קומט אי"ה-
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

Wow!!!
אין א ספעציעלן דאנק פארן דאפלטען פארציע
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מעכטיג!

וואספארא דראמא ס'האט זיך שוין נישט אלץ אפגעשפילט אין דעם באקאנטן גאטליעב'ס רעסטוראנט...
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

ישר כוח גדול מאד!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”