ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:נאך א וואך ??

Look here

וואלטיער האט געשריבן:פאר די קומענדיגע צוויי וואכן אי"ה וועט נישט זיין קיין אפדעיט אין די פארזעצונג. (ביזי טיימס)
וואלטיער.


Hopefully next week he wont disappoint us!!!!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

היצט פארשטייען מיר שוין פארוואס, געווען פארנומען מיטן גרויסן פארמעסט!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

למעשה די צוויי וואכן שוין פאריבער, והיום יום שלישי...
וואלטיער, ביטע שעהן...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואלטיער, ביטע שעהן...
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 26)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

די זון האט אריינגעשיינט דורך די אלטע אקסידירטע גלאז פון די מיליטערישע-סטיל אפארטמענט פענסטער, אבער עס האט געקענט פונקט אזוי זיין נאכט לויט די שטימונג אין וואס ליוטענאנט מישא אלישייב האט זיך געפונען. ער איז געווען אונטער די שווערע וואג פון א דעפרעסיע און א מרה שחורה. ער האט גענומען אין האנט זיינע תפילין, אבער עס גלייך דערנאך צוריקגעלייגט אויפן טיש. ער נישט געווען זיכער צו עס זענען פארהאן הלכות וואס וואלטן אים פארמיטן פון לייגן תפילין אין אזא נידערגעשלאגנקייט און אומעט. זיינע מאמענטן מיט זיינע תפילין זענען געווען פאר אים ווי א זאלב פון אלע וועלטליכע פיין, ווי איינער וואס שיידט זיך אפ פון ליידיגקייט און פאלטשקייט, און זוכט שוץ אונטער די באקוועמע שאטן פון זיין טאטנס ליבשאפט. צו קומען אונטער די ליבשאפט פון זיין טאטן אין אזא שטימונג האט פאר אים אויסגעקוקט ווי א פארשוועכונג פון די הייליגסטע מאמענטן.

ער האט אזוי געקוקט אויף די תפילין, זיינע אויגן נאך אביסל פאררויטלט פון די שיכרות פון א נאכט פארדעם, ווען ער האט זיך אנגעטרונקן מיט ביליגע אומבאטעמ'טע וואדקע צו קענען איינשלאפן אן דעם וואס די צובליטיגטע קערפער פון דעם יונגן זעלנער פארושקאוו זאל אים דערקוטשן די געדאנקן. נאך פילע מינוטן פון קווענקלנישן האט ער צוריק אויפגעהויבן זיינע תפילין און זיי געלייגט. ער האט באשלאסן אז זיין טאטע וואס אים געגעבן זיינע נאטורן און געפילן, און האט אים פארשטאנען און געשוצט, האט אים יעצט אויך פארשטאנען ווען ער איז געווען א געפאלענער. ער האט נישט געוואלט אויפגעבן אויף דעם געלעגנהייט זיך צו דערנענטערן צו זיין טאטן, און געניסן פון דעם ליבשאפט.

זיינע טעג האבן אזוי אויסגעזעהן פאר א וויילע. דורכן טאג איז ער געווען נערוועז און שווארץ געשטימט, און אויף דער נאכט איז געווען האלב פאר'שיכור'ט אויף וואדקע כדי צו קענען איינשלאפן. פאר סארדזשענט וואסילי קאטשענקא איז נמאס געווארן דאס צוצוקוקן, און ער האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג. ער האט גערעדט צו אלישייב'ס אויבער-אפיציר פאר א טאג אורלויב, געבארגט א מיליטערישע טרעקל אין אויסטויש פאר טייערע עלעקטראנישע ארטיקל וואס דער סופליי-סארדזשענט האט האט געגלוסט, און געפאקט א רוקזאק מיט עסנווארג און אנדערע פראוויאנטן פאר א טאג אין די וועלדער. ער האט אויך מיטגענומען זיין דראגונאוו סנייפער רייפל אין א שווארצע זאק, געהאנגן אויף זיין אקסל.

ווען אלישייב האט פארענדיגט זיין תפילין לייגן, האט אים וואסילי געגעבן א ווארף א וואגיגע רוקזאק, און באפוילן זיך אנצוטוען ווארעם און אים נאכפאלגן. אלישייב האט געפאלגט אן קיין אינטערעסע, ווי איינער וואס פאלגט נאר ווייל ער האט נישט די מוט זיך צו קעגנצושטעלן. וואסילי האט געפירט דעם טרעקל ביז אויסערן שטאט, צו א וואלדיגע געגנט וואו די סאוועטישע שארף-שיסער האבן זיך טרענירט, און זיך אפגעשטעלט אויף א זאמטיגע וועג צווישן די ביימער. וואסילי איז ארויסגעשפריגן, אראפגענומען זיין פארבינדענעם סנייפער רייפל פונעם טרעקל, און געוויזן פאר אלישייב דעם וועג צווישן די ביימער. זיי זענען צוזאמען געגאנגען שפאצירט אינעם שטילקייט פונעם וואלד, פאר עטליכע שעה. די זון האט זיך געהאלטן און איין רוקן איבערן הימל, אריין און ארויס צווישן דינע וואלקנס, און זיי האבן שפאצירט אן אויסטוישן קיין איין ווארט. די ריינע, אומפארפעסטיגטע לופט האט ווי ערניכטערט דעם ליוטענאנט, און אים צוביסלעך ערפרישט . זיי זענען אזוי געגאנגען ביז זיי זענען אנגעקומען צו אן גרויסן, אפענעם פלאץ, אן קיין ביימער, מיט עטליכע גרויסע בערג שטיינער און טריקענע גראז, וואו וואסילי האט געזאגט אז זיי וועלן זיך אפשטעלן.

וואסילי האט ארויסגענומען זיין רייפל, עס צוזאמגעשטעלט און אויפגעשטעלט, און דערנאך זיך אראפגעלייגט אויף דער ערד, אויף זיין בויך, אין די סנייפער פאזיציע. ער געוויזן פאר אלישייב'ן צו טוען די זעלבע. אלישייב האט נאכגעפאלגט אן קיין אפענע ווידערווילן. כאטש ער איז געווען באקאנט מיט די חלקים פון וואסילי'ס דראגונאוו סנייפער רייפל, ווייל וואסילי האט עס אלץ באהאנדלט כאילו עס וואלט אים געווען א באליבטע שפילצייג, און עס אייביג געפוצט און גערייניגט צו האלטן אין פערפעקטן צושטאנד, האט ער נאך אלץ נישט געהאט קיין ערפארונג אין דעם באנוץ פון דעם באזונדערן רייפל.

וואסילי האט געצייגט אויף אלע באשטאנדטיילן באזונדער, און מסביר געווען פאר מישא'ן פונקטליך וויאזוי זיי זענען געווען אנדערש ווי די געוועהר צו וואס ער איז געווען געוואוינט. ער האט אנגעוויזן פאר מישא'ן וויאזוי צו רוקן די דרייער-קנאפ אויפן ציל קוקער וואס איז געווען באהאפטן צום רייפל, צו קענען זעהן דעם ווייטן ציל בעסער. ער איז איבערגעגאנגען די גרונדן און קונץ פון לאנג-שטרעקע שיסעריי, און וואס עס מאכט אז איין סנייפער זאל זיין מער ערפאלגרייך און טאלאנטירט ווי אנדערע.

ער האט אויך מסביר געווען וויאזוי צו שאצן ווינט, סיי מיט א מאדערנע אנעמאמעטער, און סיי מיט די חושים, צו וויסן ווי שנעל די קויל גייט פליען, און אין וועלכע ריכטונג אז די ווינט וועט עס בלאזן. ווי לענגער זיי זענען דארט געלעגן אויפן ערד און איבערגאנגען די כללים פונעם שארף-שיסעריי און די געוועהר באשטאנדטיילן, אלץ מער אויפמערזאמקייט האט מישא געגעבן פאר די לעקציע. וואסילי'ס טרענירונג האט צוביסלעך ארויסגעשלעפט מישא פון זיינע פארנעפלטע געדאנקן, ווייל ער האט זיך געמוזט גענצליך קאנצענטרירן אויף וואס וואסילי האט געזאגט. נאך די לאנגע לעקציע האט וואסילי אנגעוויזן אויף א ציל, טויזנטער פוס אוועק, און זיך באקוועם געמאכט צו קאנצענטרירן אויף דעם ציל. מישא האט אויך פרובירט, אבער מיט ווייניג ערפאלג. וואסילי האט געהאט טרענירונג פון קינדווייז אן, און מישא נאר עטליכע שעה.


די שיסעריי האט זיי פארשארפט דעם אפעטיט, און נאך א וויילע האבן זיי זיך אויפגעזעצט עסן. זיי האבן האבן זיך געזעטיגט מיט די עסנווארג וואס זיי האבן מיטגעברענגט אין די רוקזאקן. ווען זיי האבן געפארטיגט האבן זיי זיך ווידער אויפגעשטעלט אין א פאזיציע צו שיסן, און וואסילי האט געוויזן פאר אלישייב נאך מיטלען און עצות וויאזוי צו פארבעסערן זיין קאמפעטענץ און ערפאלג אין שארף-שיסעריי. אלישייב האט אויסגעשאסן זיין גאנצע כעס אויף די ווייטע ביימער און פעלזן.

עס איז שוין געווען טינקל ווען זיי האבן זיך צוריקגעקערט צו זייער אפארטמענט, מיד און ערמאטערט פונעם לאנגן טאג. פארן זיך לייגן האט וואסילי ארויסגענומען א באטל וואס האט ענטהאלטן א רייכע גאלדענע פליסיגקייט דערין. ער האט אויך צוגעברענגט צוויי גלעזלעך, און זיך אוועקגעזעצט קעגן איבער אלישייב'ן. די זיסע ריח פון טייערע קוואליטעט וויסקי האט זיך צושפרייט פונעם עפענונג ווען וואסילי האט ארויסגענומען די קארק פונעם באטל-האלז. קאטשענקא האט געוואוסט מיט וואס אונטערצוקויפן אלישייב'ן. מישא האט זייער געגלייכט א גלאטע וויסקי.

"די באטל האט מיט אפגעקאסט מער ווי דעם געבארגן טרעקל," האט קאטשענקא געזאגט בעת ער האט זיך אליין צוגעגאסן אביסל אין זיין גלעזל. ער האט נישט אראפגעלייגט דעם באטל, נאר עס געהאלטן דערווייל וואס ער האט גענאסן פון זיין געטראנק. אלישייב האט גענומען דעם צווייטן גלאז אין די האנט, און עס ארויסגעהאלטן אז קאטשענקא זאל אים אנגיסן.

"איך וועל דיר אנגיסן מיט איין באדינגונג."

מישא האט גענידערט זיינע ברעמען, אבער געווארט צו הערן די באדינגונג.

"דאס איז די לעצטע נאכט וואס דו טרינקסט זיך אן," האט קאטשענקא געזאגט.

אלישייב האט נישט רעאגירט.

"יעוו, גענוג איז גענוג," האט וואסילי געזאגט, "דו האסט זיך שוין גערעגט, האסט שוין געשוואוירן נקמה, האסט שוין געטרויערט. גענוג געווען. עס איז צייט אנצונעמען אז נישט אלעס איז דיינע הענט צו פאררעכטן אדער קאנטראלירן, אן אז נישט יעדן אומגליקליכן קענסטו שוצן."

אלישייב האט נישט געענטפערט, נאר ווידער אויסגעשטרעקט זיין גלאז אלץ צייכן אז ער האט אנגענומען קאטשענקא'ס באדינגונג.

וואסילי האט אים אנגעגאסן מיט א ברייטע האנט און א ברייטע הארץ. אלישייב האט געשלינגן מיט צופרידנקייט, די געשמאק פונעם וויסקי צושפרייטנדיג זיך אין אלע זיינע איברים.

"פון וואו האסטו עס ערלעדיגט?" האט אלישייב געוואלט וויסן.

"איך האט אונטערגעשמירט דעם געשעפטס אייגענטומער מיט אביסל געלט, און ער האט עס מיר געגעבן אומזונסט," האט וואסילי געוויצלט. אלישייב האט געלאכט, צום ערשטן מאל אין א לאנגע וויילע. וואסילי האט הנאה געהאט אז זיין פארזוך האט געארבעט.

זיי האבן געמיטלעך געטרינקן, ביז די באטל איז געווען גענצליך ליידיג. אלישייב האט אנגעהויבן שפירן די ווירקונגען פונעם אלקאהאל. זיינע באווענגונגן זענען געווארן שטאטער, זיין צינג לויזער, און זיינע געפילן מער אפן. ער האט אנגעלאנט זיין קאפ אויפן רוקן פונעם בענקל, ווי איינער וואס האט נישט גענוג מוסקל כח אין זיינע אקסלען צו האלטן זיין קאפ גראד. ער האט פארמאכט זיינע אויגן, און גערעדט צו וואסילי ווי איינער וואס רעדט צו זיין פריינט אראפצונעמען א גרויסע וואג פון זיין הארץ. אדער ווי איינער וואס רעדט צו א פסיכאלאג איבער זיינע פראבלעמען.

"מיין מאמע," האט ער געזאגט לאנגזאם און שלעפעריג פונעם אלקאהאל, "זי איז נישט אזוי...געזונט. זי איז שוואך."

מישא האט געהויבן א שווערע, מידע האנט אנצוצייגן אויף זיין קאפ, אז ווען ער האט געזאגט "שוואך" האט ער געמיינט עמאציאנאלע שוואכקייט.

"זי האט געליטן פון גייסטישע פראבלעמען. די קינדער...עס איז איר געווען שווער זיי צו ערציען. זי פלעגט אסאך ליגן אין בעט. געוויינט אסאך. עס איז געפאלן אויף מיר זיי צו ערציען. איך בין נאך געווען זייער יונג ווען איך האב אנטוויקלט א שטארקע געפיל פון פאראנטפארטליכקייט, אחריות, און א טרייבע צו שוצן קלענערע און שוואכערע פון מיר."

אלישייב איז שטיל געווארן פאר א מאמענט, און וואסילי האט געשאקלט מיטן קאפ, אויך האלב פארשלאפן, און געברומט אין פארשטענדעניש ווי א פראפעסיאנאלע פסיכאלאג.

"ווען איך זעה ווי אנדערע ווערן געטשעפעט, און איך קען גארנישט טוען דערוועגן," האט ער צוגעלייגט שטילערהייט, "דאן ווער איך אינגאנצן צושאקלט. איך ווער ווילד, ווי א מאמע בער וואס איז גרייט צו אטאקירן די וועלכע רירן צו אירע קינדער."

"המממ," האט וואסילי געזאגט, "אזויווי דיין נאמען."

מישא האט געשאקלט מיטן קאפ. "מישא" איז טאקע געווען אן אנגענומע צונאמען אין רוסיש פארן נאמען "מיכאל" אדער "מיכעיל", אבער עס אויך געווען די נאמען פון א באקאנטע בערעלע כאראקטער וואס די רוסן האבן גענוצט אין איינע פון די אלימפיאדע שפילן יארן פריער. מישא דער בער.

"גבריאל'וש, אבי, עלא,..." האט מישא בענקענדיג אויסגערכעט זיינע געשוויסטער, ביז ער איז איינגעשלאפן אינמיטן די ליסטע, די זיסע זכרונות פון זיינע משפחה לאזנדיג א האלבע שמייכל אויף זיין שלאפעדיגע פנים.


****


מישא האט געהויבן זיין קאפ פונעם א דיקע שטאפל דאקומענטן וואס האט אים געהאלטן איינגעשפארט פאר א פאר שטונדן שוין. זיין סעקרעטאר, סארדזשענט פרוכטענבוים, איז געשטאנען ביים טיר, זיין טאשקע אין האנט, גרייט אהיימצוגיין.

"סארדזשענט קאטשענקא האט גערופן אז עטליכע אפיצירן און סארדזשענטן גייען היינט נאכט צו א באקסן-שפיל, און ער האט געוואלט וויסן אויב דער ליוטענאנט איז פאראינטערעסירט זיך מיטצוכאפן," האט ער זיך נאכגעפרעגט.

מישא האט זיך געריבן זיינע מידע אויגן, און אנגעוויזן אויף די דאקומענטן און אינטעליגענץ רעפארטן אויף זיין טישל.

"ווען איך קען ווען. פאר דו גייסט, רוף אים צוריק, און לאז אים וויסן אז איך וועל נישט קענען היינט נאכט. גוטע נאכט."

האט דער סעקרעטאר סאלוטירט, פארמאכט די טיר, גערופן וואסילי און אים געלאזט וויסן, און איז אהיים פאר דער נאכט.

מישא האט נאכאמאל איבערגעבליקט דעם רעפארט וואס איז געלעגן צו-אויבערשט פון די הויפנס בוכער און דאקומענטן, געשטאפלט אויף זיין טיש ווי אין א בוך געשעפט. די געהיימע באריכט איז געווען באטיטלט 'פאליטישע ארעסטן און דיסידענט אקטיוויטעטן רעפארט'. אלץ ליעזאן צווישן די סאוועטישע מיליטער און די ד.ד.ר. שטאזי זענען אזעלכע דאקומענטן פילע מאל אדורך זיין שרייבטיש.

ער האט אויבערפלעכלעך דורכגעבליקט די נעמען אויפן ליסטע, און די קלאגעס קעגן זיי. איין נאמען האט געגעבן א כאפ זיין אויג, ווען עס האט אים אויסגעזעהן קענטליך. איינער מיטן נאמען יאהאן פעלדמייסטער איז ארעסטירט געווארן אויף קלאגעס פון דיסידענט אקטיוויטעטן, און אויף א דורכגעפאלענעם פארזוך צו רוקן שמיר-געלט פאר א שיפל-הויף אויפזעהער זיך אייצוהאנדלען שיף רייזעס קיין שוועדן דורכן באלטיק ים.

מישא האט געהאפט אז אויב איז דאס טאקע דער אמעריקאנער אגענט, פארכאפט אין זיין פארזוך זיך ארויסצוזעהן פון הינטער דעם אייזערנער פורהאנג, אז קיינער אינעם שטאזי שטאב פון אויספארשער זאלן נישט צוזאם שטעלן אז דאס איז דער יונגערמאן וואס האט זיך אנגעגעבן אלץ הער ברונער'ס נעפע נישט צו לאנג צוריק. אויב וועט איינער יא מאכן דעם פארבינדונג צווישן די צוויי, און קומען צום החלטה אז יאהאן פעלדמייסטער איז אן אגענט וועלכע האט געהאט אזעלכע נאנטע באציאונגען מיט דעם ארעסטירטן ברונער, וועט זיין לעבן נישט זיין מער ווערד פון א גלאז שניי אין א ווינטער שטורעם. מישא האט פארשטופט זיין מיטלייד מיטן אמעריקאנער צו די ווייטסטע ווינקלען פון זיין געוויסן. נישט זיינע געשעפטן, ווי וואסילי וואלט געפרעדיגט.

צוביסלעך האט זיך די בנין אויסגעליידיגט פון שטאב, און א רואיגקייט האט זיך צושפרייט אין די אנדערע ביורא צימערן אינעם ריזן בנין. די שטילקייט האט נאך מער פארמידעט מישא'ן, און איינזעהנדיג ווי אינעפעקטיוו און פרוכטלאז זיין ארבעט איז האט ער באשלאסן אנשטאט צוריק צו גיין צו זיין קוואטיר און זיך צולייגן. ער האט צוזאם געפאקט זיינע פערזענליכע זאכן, און פארשלאסן די דאקומענטן באטיטלט 'געהיים' אדער 'שטרענג געהיים' אין זיין ביורא סעיף. ער האט נאר מיטגענומען מיט זיך אן איבערזעצונגס בוך פון רוסיש, דויטש, און ענגליש. ער האט אלץ געזוכט צו פארבעסערן זיין שפראך קענטעניס, און נישט אויפגעהערט שטודירן דערין.

אזוי שפאצירנדיג אדורך די לאנגע קארידארן אינעם שטילן בנין, אויפן וועג ארויס, האט ער זיך פארטיפט אין זיין בוך, מיט נאר געציילטע בליקן ארויס פון זיין בוך צו זעהן דעם וועג פארנט פון זיך. ער איז אראפ די טרעפ צום ערשטן שטאק. נאר די זיכערהייטס-פערסאנעל און די רייניגונס שטאב האבן זיך נאך געדרייט, און ווען מישא האט זיך ווידער פאטראכט אין זיין בוך האט ער, נישט באמערקנדיג וואס איז גלייך פארנט פון אים און ער האט אריינגעקראכט אין א גרויסן פלאסטיק מיסט קאסטן, און אינעם רייניגער וועלכער האט געפירט דעם קאסטן. מיט א הויכן "טראך" איז מישא אראפגעפאלן זייטיג, און מיט אים איז געפאלן דער רייניגער, און דער גאנצער מיסט קאסטן מיט זיי.

מישא האט זיך שנעל אריעטירט און זיך אויפגעזעצט, אבער דער מענטש וואס איז געפאלן אונטער אים איז נישט געווען אזוי מזל-דיג , נאר זייער הילפסלאז. ער איז געווען אן אלטער מאן, ווייס און איינגעשרופן, און ער האט געוויינט. ער האט געקרעכצט הייזעריגערהייט, און די פיין וואס ער האט געשפירט האט געברעגנט טרערלעך, וואס זענען אראפ זיינע באקן איינס נאכן צווייטן. מישא האט זיך ווייכערהייט געוואנדן צום אלטן, ווי ער האט אים געהאלפן אויפזעצן. "איר זענט אין ארדענונג? אנטשולדיגט מיר פאר מיין אומפארזיכטיגקייט, איך האב אייך נישט געזעהן. וואו האט איר זיך צוקלאפט? אייער קאפ איז צוקלאפט? די פוס? די רוקן?"

"מיין פוס, מיין פוס. און אויך מיין קאפ. עס ווייטאגט אזוי," האט דער אלטער געכליפעט.

מישא האט לייכטערהייט געטאפט די פוס פונעם אלטן רייניגער, קודם די רעכטע, און דערנאך די לינקע, און ווען ער האט אנגערירט די לינקע קנעכל האט זיך דער אלטער ווידער ציוויינט און געקרעצט "אוי, ג-ט, עס טוט וויי."

"די קנעכל זעהט נאר אויס געבויגן, אבער עס איז מעגליך צובראכן. איר מוזט זעהן א דאקטאר זאפארט פאר א גרונטליכע אונטערזיכונג, ספעציעל אויב האט איר אויך צוקלאפט דעם קאפ," האט מישא גערעדט ווייכערהייט צום אלטן.

"פעלדוועבל!" האט ער הויך געזאגט צום הויפט פון נאכטס זיכערהייט שטאב וועלכער איז געקומען זעהן אויב קען ער העלפן, נאכדעם וואס ער איז געווארן אלאמירט דורך אנדערע זיכערהייטס פערזאנאל צום צענע אינעם קארידאר. "גרייט מיר אן אגענטור אויטא. איך נעם דעם מאן זאפארט צום שפיטאל."

"ליוטענאנט, די אגענטור אויטאס זענען נאר ספעציעל פאר די נוצן פון די שטאזי אגענטן," האט זיך דער זיכערהייטס מאן פרובירט זיך צו טענה'ן.

"זאפארט," האט מישא באפוילן אין א שטימע וואס האט נישט ערלויבט קיין שום צוריק-רעדע.

דער דייטשער פעלדוועבל האט אפגעיאגט אויסצופאלגן די באפעהלן. מישא האט גערעדט סאנפטע רייד צום אלטן, אים פרובירט צו בארואיגן. ער האט אים געזאגט דאס אן אויטא ווערט צוגעגרייט כדי אים צו פירן צום שפיטאל, און דער אלטער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ. ווי נאר דער פעלדוועבל איז צוריקגעקומען זאגן אז אן אויטא ווארעמט זיך אינעם פארקפלאץ, האט מישא אויסגעטאן זיין בלויען יוניפארם רעקל, און עס געלייגט אויף די אקסלען פונעם אלטן. ווארעמע וואל האט אביסל געווארעמט יענעמס טרייסלדיגע אקסלען. דערנאך האט ער אויפגעהויבן דעם רייניגער מיט ביידע הענט, אווי מען הייבט אונטער א קליין קינד, און אים געטראגן אינעם ריכטונג פונעם פארקפלאץ.

אינדערויסן האט אים א זיכערהייטס באאמטער אנגעוויזן וועלכער אויטא ס'איז באשטימט געווארן פאר זיי, און מישא האט לייכטערהייט אריינגעלייגט דעם אלטן אינעם הינטערשטן זיץ, זיך אריינגעזעצט, און גיכערהייט געפירט דעם אויטא צום שפיטאל. צוויי מאל דורכן רייזע האט מישא פרובירט זיך צו אנטשולדיגן צום אלטן, אבער יענער האט נישט געענטפערט, און אפילו נישט אנערקענט מישא'ס אנוועזנהייט. אלישייב איז שטיל געווארן און געלייגט זיין פולן אויפמערקזאמקייט אויפן שאסיי. איז געווען אזוי פאקוסירט דערויף אז ער האט נישט געקוקט אין די רוק-שפיגל פונעם אויטא, דעריבער האט ער נישט געזעהן די כיטרע שמייכל וואס האט זיך געזעצט אויפן פנים פון דעם אלטן, צווישן זיינע פאלטשע טרערלעך.

-פארזעצונג קומט אי"ה-
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

Wow!!!

א ריזיגן שכח וואלטיער.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
מצה מעהל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 3:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה מעהל »

we want more
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שלמה מולכו האט געשריבן:Wow!!!

א ריזיגן שכח וואלטיער.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ייש"כ!
מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן פארזעצונג!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואווו איך אטעם שווער!!

שכח וואלטיער!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

דאס ווארטן צוויי וואכן איז געוועהן ווי אן אייביגקייט, אבער כ'מוז זאגן ס'האט זיך געלוינט!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

אייגנארטיג האט געשריבן:דאס ווארטן צוויי וואכן איז געוועהן ווי אן אייביגקייט, אבער כ'מוז זאגן ס'האט זיך געלוינט!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ריזיג!

ייש"כ!

איי דער בהמה'ישער אלטיטשקער... וואס לאזט ער מיר אויפגערעגט פאר א וואך צייט?...
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

יא! ס'האטסעך געלוינט די ווארטן. אבער כ'קען שוין נישט ווארטן פאר די נעקסטע.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

Wow
א ריזיגען ייש״כ
גיי אן מיט א שטארקייט
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

ווערט בעסער מיט יעדע וואך.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

נעכטן האט טאקע געשנייעט, אבער היינט איז פארט דינסטאג...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 27)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

די גערוך פון אנטיסעפטיש האט פאראיבלט מישא ווי נאר ער האט אריינגעטראטן אינעם שטאטס קראנקען-הויז. שפיטעלער וואו אימער האבן געטראגן די זעלבע גערוכן פון אלטע און קראנקע, און אויך אנטיסעפטיק צו באקעמפן די אנדערע ריחות. שפיטעלער פלעגן צוריקדערמאנען צו זיין קורצע באזוך אינעם סיבירע באזע שפיטאל, די קויל אין זיין אקסל, און די פירסאוו עפיזאד דערנאך. די געשעעניש מיט זעלנער פארושקאוו האט נאר צוגעלייגט צו זיין אפנייגונג קעגן שפיטעלער. אבער ער האט געפילט א פליכט זיך נאכצופרעגן נאך דעם רלטן וואס ער האט אהין געברענט, און דעריבער האט ער זיך ווידעראמאל שפירן די אומבא'טעמ'טע שפיטאל לופט.

ווען ער האט דערגרייכט א הויפט-צימער פון רייען בעטן מיט פילע פאציענטן, אלטע, קראנקע, און פארוואונדעטע, און צוויי קראנקן-שוועסטער האבן זיך געיאגט צווישן די בעטן און פרובירט נאכצוקומען די פאדערונגן פון די פאציענטן. ער האט זיך אומגעקוקט צו זעהן אויב ער קען באמערקן דעם אלטן רייניגער צווישן די פאציענטן, אבער ער האט אים נישט געפונען.

"קען איך אייך העלפן, ביטע?"

מישא האט זיך אויסגעדרייט צום שטרענגן שטימע און האט פאר זיך געטראפן א רינדיגן קראנקן-שוועסטער, אירע אויגן שטרענג און איר שטערן איינגעצויגן ווי איינער וואס איז געווען צוגעוואוינט צו דיסציפלינירן יונגע און אלטע, טאג און נאכט, און איר קנאפע געדולד האט געהאלטן אט אט ביים אויסלויפן.

"איך זיך הער לעהבמאן, אן אלטער מיט א געבויגענעם קנעכל און א מעגליכע קאפ וואונד. איך האב אים נעכטן אהערגעבראכט, און איך בין געקומען זעהן זיין צושטאנד."

"איר זענט זיין פאמיליע?" האט זי געפאדערט.


"איך בין נישט זיין בלוט פאמיליע, אויב דאס איז וואס איר פרעגט. אבער איך זיך נאכגעפרעגט ביי זיינע קאלעגע ארבעטער איבער זיין פאמיליע און זיי האבן אנגעגעבן אז ער איז אן איבערגעבליבענער פון די פריערדיגע גרויסע מלחמה, און ער האט קיין פאמיליע. עס וועט זיך קיינער נאכפרעגן איבער אים. איך בין דא, און איך פרעג זיך נאך. איך זעה אז ער איז נישט גרויסן צימער," האט אלישייב געזאגט.

"הער לעהבמאן איז אין זיין אייגענעם צימער, איין שטאק ארויף," האט די קראנקן-שוועסטער איינגעגעבן אים צו עטפערן.

"אן אייגענעם צימער פאר א געבויגענע קנעכל? אין א שטאטס-שפיטאל?" האט אלישייב געפרעגט מיט וואונדער.

די קראנקן-שוועסטער האט אים אנגעקוקט פול מיט פארדאכט אויף זיינע פילע פראגן.

"וויאזוי הייסט איר?" האט זי געפרעגט.

"ליוטענאנט מישא אלישייב, סאוועטישע ליעזאן אפיציר צו די שטאזי," האט ער געענטפערט, אויסנוצנדיג זיין ראנק צו באייפלוסן דעם קראנקן-שוועסטער אים צו ענטפערן.

איר האלטונג האט זיך שנעל פארענדערט און זי האט זיך געאיילט צו ענטפערן זיינע אנפראגן.

"ליוטענאנט אלישייב," האט זי אים אדערסירט מיט רעספעקט, "הער לעהבמאן איז טאקע נאר אריינגעקומען פאר א געבויגענעם קנעכל, אבער דער הער דאקטער האט אנגעגעבן אז זיין הארץ איז שוואך און אומרעגלמעסיג. מיר האבן אים געוואלט האלטן נאך א טאג ביז דער דאקטער וועט אים קענען געבן א גרונטליכן אינטערזיכונג צו דערגיין די הארץ פראבלעמען און אים פארשרייבן די נויטיגע מעדיצין. אבער הער לעהבמאן האט נישט געקענט פארנעמען די שאטנס פון די נאכט. זיינע מלחמה זכרונות און טראומאטישע איבערלעבונגען האבן אים נישט צורוה געלאזט אין זיין שלאף. ער האט געשריגן און געליארעמט אן אויפהער. ער האט פארפירט אז די נאציס קומען אט אט. דא איז די דעמאקראטישע דויטש'ס רעפובליק, נישט נאצי גערמאניע. עס האט נישט אויסגעפעלט צו דערמאנען די אנדערע פאציענטן פון יענע טעג, און אויך האט ער זיי נישט געלאזט שלאפן מיט זיינע הימל שרייענישן. מיר האבן אים געפירט צו א פריוואטע צימער, וואו ער וועט קענען אריבערטראגן די טונקעלע שעות אן שטערן די אנדערע פאציענטן."

אלישייב האט געשאקלט מיטן קאפ אין פארשטענדעניש. ער האט געוואוסט פון נעכט שרעק צווישן די סאלדאטן, וועטעראנען פון מלחמה. צווישן די סאוועיטישע אינטעליגענץ אפיצירן האבן זיך געפונען צוויי סאלדאטן וואס האבן געקעמפט אין די סאוועט-אפגאן מלחמה קעגן די אפגאנער מודזשאהידין געציילטע יארן פריער. איינער פון זיי האט אויך נישט געקענט אריבערטראגן די נאכט שעות צוליב די שוידערליכע זאכן וואס ער האט דארט צוגעזעהן, און ער פלעגט שרייען אין זיינע חלומות פילע נעכט. די אנדערע אפיצירן האבן דאס איגנארירט, ווייל יענער איז געווען א דעקארירטע סאלדאט מיט מעדאלן פאר בראווע אויפפירונג אין שלאכט, און ער האט זיך ערליך פארדינט זיינע גייסטישע וואונדן. עס וואלט נישט גלייך געווען אים פארצוהאלטן דערויף.

די הויפט קראנקע שוועסטער האט אים אנגעוויזן די טרעפ צום צווייטן שטאק, און אלישייב איז ארויפגעגאנגען ווייניגער זיכער מיט זיך. ער האט נישט געוואוסט וויאזוי ער וועט אנטרעפן דעם ביורא רייניגער, אין וועלכע גייסטישן צושטאנד יענער האט זיך געפונען. האט דער קלאפ וואס ער באקומען פונעם פאלן פארערגערט זיין נאכט שרעק?

אלישייב האט געקלאפט אויפן ריכטיגן טיר, עס שטאטעלעך אויפגעמאכט, און מיט שטילע טריט אריינגעטראטן. ער האט א בליק געטאן אויפן בעטל אינעם צימער, האלב ערווארטנדיג צו טרעפן דעם רייניגער אין טיפן שלאף. אנשטאט האט ער געטראפן יענעם וואך און אלערט, מיט א פרישן שמייכל אויף זיין פנים.

"ענדליך. איך האב זיך געוואונדערט ווען דו גייסט אנקומען," האט הער לעהבמאן געזאגט אין א קלארן רוסיש, מיט א כמעט אונמערקליכע אקצענט. "קום, זעץ זיך, פאז'אלאסטא. איך האב ערווארטעט דיין ערשיינונג."

אלישייב האט זיך געוואונדערט אויף לעהבמאן'ס אפגעהייטערטע שטימונג. ער האט געפאלגט דעם אלטן און ארויסגעשלעפט א בענקל פון אונטער א דאקטער'ס טישל און זיך אנידערגעזעצט. ער האט אויך נישט פארשטאנען פארוואס יענער האט גערעדט רוסיש צו אים. האט דער אלטער געוואלט ווייזן אז קען רעדן רוסיש? אדער אז ער איז א רוס? האט ער געוואלט אנקניפן א פריינטשאפט ווייל ער איז געווען עלנד, און ער האט געמיינט אז דאס איז די וועג? מישא האט נישט פארשטאנען, אבער ער האט צוליב געטאן דעם אלטן און געענטפערט אין רוסיש.

"עס טוט מיר זייער לייד, הער לעהבמאן, דאס צוליב מיין אומפארזיכטיגקייט געפונט איר זיך דא מיט א ווייטאגליכן פוס. איך בעט אייער אנטשולדיגונג."

"נישטיגקייטן," האט לעהבמאן אוועק געמאכט מיט די האנט. "מיין פוס איז קוים צוקלאפט און עס וועט זיך שנעל פארהיילן מיט ג-ט'ס הילף. אויך איז עס נישט געווען דיין אומפארזיכטיגקייט, נאר מיין אויסגערעכנטקייט, און פונקטליכע פלאנירונג."

אלישייב איז געבליבן שטיל אין איבערראשונג. ער איז נישט געווען זיכער צו יענער רעדט צום זאך, צו ער רעדט וואנזין צוליב א קלאפ אין קאפ אדער שוואכע עלטער. דער אלטער האט אים נישט געלאזט ווארטן, אבער זיין הסברה האט נאר צוגעלייגט צו אלישייב'ס צומישעניש.

"יונגער סאלדאט, דו האסט נישט דירעקט אריינגעקנאקט אין מיין פוס ווען דו ביסט געווען צו פארטיפט אין דיין שטודיע ביכל," האט אים דער אלטער ערקלערט, "נאר ווען איך האב געזעהן דיינע אויגן אזוי אריינגעטון אינעם ביכל האב איך געכאפט דעם געלעגנהייט און זיך געשטעלט אין פאזיציע גרייט פאר א צוזאמענשטויס. נישט געזארגט, איך האב פונקטליך גערעכנט וואו צו שטיין מיט מיין מיסט קאסטן אז עס זאל נישט פאסירן מער ווי א שטארקן קלאפ. אין מיין עלטער קען איך זיך נישט ערלויבן צו צוברעכן ביינער."

"הער לעהבמאן, איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס איר גיבט אן."

"רוף מיך נישט הער לעהבמאן, מיין נאמען איז לעוו. איתמר לעוו. לעהבמאן איז נאר א געצווינגענער אליאס," האט דער אלטער געזאגט מיט פארדרוס.

אלישייב איז שטיל געווארן. דער אלטער האט אים נאר מער און מער צומישט מיט זיינע ווערטער. ער האט נישט פארשטאנען פארוואס יענער גיבט זיך אן מיט אזא עפנטליכע אידישער נאמען. איז דאס א שפיל, אדער א שפיצל פון זיינע פריינט, אדער איז דער אלטער נישט אינגאנצן ביים קלארן זין? ער האט זיך געשפירט נאך מער שולדיג אויב די קוריאזע ווערטער פונעם אלטן זענען געקומען פונעם קאפ וואונד וואס האט אים צוטומלט. ער האט באשלאסן צו פירן דעם שמועס צו א מער נייטראלע טעמע.

"הער לעהבמאן, איך האף אז איר קריגט דאס בעסטע מעדיצינישע הילף פאר אייער פוס, און עס דערפריידט מיין הארץ אז איר זענט אויפן וועג צו פולן ערהוילונג. וואס האט דער דאקטאר אייך געזאגט וועגן אייער הארץ?"

"יונגערמאן, רעד נישט צו מיר ווי צו א שוואך קאפ. מיין מח איז מיר אפילו יעצט שארפער ביי די זיבעציג, ווי דיין מח ביי די יונגע צוואנציג."

"אנטשולדיגט, איך האב נישט געמיינט קיין באליידיגונג," האט מישא געזאגט, "איך האב זיך נאר געוואלט נאכפרעגן אויף אייער געזונט. איר האט געכאפט א שטארקן קלאפ, און אפשר אויך א זעץ צום קאפ ביים פאלן. אויב מעג איך פרעגן, די הויפט שוועסטער האט מיר געזאגט, אז איר ליידט פון נאכט שרעק, אנגעברענגט דורך טראמאטישע איבערלעבענישן אינעם גרויסן קריג. אויב האט מיין אומפארזיכטיקייט צוגעברענגט אז עס זאל אייך ערגער ווערן, דאן בעהט איך ווידער אייער פארגעבונג."

"נאכט, שרעק? נישט ריכטיג. נארישקייטן."

"דאן פארוואס…" האט מישא אנגעהויבן, נאר צו ווערן איבערגעהאקט דורך הער לעהבמאן.

"יונגער סאלדאט, דו פארשטייסט אז עס איז זייער גרינג צו פעלטשן די סימפטאמען פון נאכט שרעק? איך האב געברויכט א פריוואטער שטוב צו קענען רעדן צו דיר אן קיין שטערונג אדער פארדאכט פון די אנדערע פאציענטן. איך בין צופרידן אז מיין היסטערישן אקט האט זיך אזוי זיס אויסגעארבעט."

אלישייב האט פארלוירן זיין געדולד צום אלטן וואס האט גערעדט אזעלכע מאדנע ווערטער, מיט רמזים וואס ער האט נישט פארשטאנען.

"איר זאגט מיר, הער לעהבמאן, אז איך זאל זיך נישט באצוען צו אייך ווי צו א שוואכזיניגן אדער צו א קינד, אבער אין די זעלבע צייט רעדט איר צו מיר אין די זעלבע וועג. איר זאגט מיר אז איר האט בכוונה זיך געשטעלט אין א פאזיציע זיך צוזאמצושטויסן, און דערנאך געשפילט ווי איר האט נאכטשרעק. איז אייך אזוי לאנגווייליג אז איר דארפט שפילן אזעלכע סארט שפיצלען אויף אנדערע?"

"נישט קיין שפאס און נישט קיין שפיצל פאר ליידיגקייט. איך האב געמוזט אזוי טוען ווייל איך האב געוואלט רעדן מיט דיר."

"און רעדן געהעריג איינער צום צווייטן איז מער נישט די מאדע אין דויטשלאנד? האט מישא געפרעגט אין ערגערניש.

"און וויאזוי האב איך געזאלט רעדן צו דיר? דיר אפשטעלן אינמיטן די שטאזי קארידארן? בעטן א זיצונג מיט דיר? וואלט דיין סעקרעטאר מיר דאס געגעבן? וואלט דאס נישט ארויסגערופן א שטארקן פארדאכט ביי אלע שטאזי איינגעשטעלטע?" האט דער אלטער גערעדט דעם אמת.

אלישייב איז שטיל געבליבן.

"מיין ליבער סאלדאט, איך פרוביר דיר מסביר צו זיין, דאס מיינע אקטן האבן געפירט דווקא אהער, צו דעם מאמענט. צו אונזער צוזאמקום. דאס איז קלאר, אז עס איז נישט מעגליך פאר א רייניגער צו באפריינדען א סאוועטישער ארמיי אפיציר, רעדן און פארברענגן מיט אים, אן דעם וואס עס זאל אויסגערופן אסאך פארדאכטן און אומאנגענעמע פראגן. איך האב געדארפט כיטרע ארבעטן אז עס זאל זיין א אננעמבארע סיבה פאר א צוזאמקום צווישן אונז."

'מעג איך אייך פרעגן, פארוואס עס דארף זיין א צוזאמקום צווישן אונז?"

"אה, איך האב זיך שוין געזארגט אז דו וועסט מיר קיינמאל נישט פרעגן. איך האב א גענאדע וואס איך מוז בעטן ביי דיר," האט דער אלטער געזאגט.

"א גענאדע?" האט אלישייב געפרעגט, און דערנאך געשאקלט מיטן קאפ . "אויב איז עס אין מיינע פעהיגקייטן, וועל איך זיך אנשטרענגן אייך צו העלפן."

דער אלטער האט זיך פארטראכט פאר א מאמענט צו וועגן זיינע ווערטער.

"פאר איך בעט ביי דיר וואס איך וויל באמת, מוז איך דיר פרעגן עטליכע זאכן. לויט דעם וועל איך קענען באשליסן אויף ווי ווייט איך קען זיך פארלאזן אויף דיר. זאג מיר, ליוטענאנט, איז דא א חילוק צווישן נקמה און מארד?"

כאטש אלישייב האט האט נישט געהאט קיין אינטערעסע אין די מאדנע ווערטער שפילן פונעם אלטן, האט ער אים דאך צוליב געטוען געענטפערט די קוריאזע פראגן.

"יא, עס איז דא א חילוק."

"און וואס איז דער דיפערענץ צווישן די צוויי?" האט דער אלטער גענוצט דעם סאקרעטישע מעטאד פון פארשונג כדי ארויסצוציען דעם תמצית פון דעם קעגנער'ס פאזיציע אויף אן ספעציפישן ענין, דורכן לאזן דעם קעגנער אליין באשטימען די טערמינען און די באדייטן פון ווערטער.

"די דיפערענץ איז אין די גרונד און ראציאנאליטעט פון זיין אקט," האט אלישייב געענטפערט.

"זאג מיר אין מער דייטליכע ווערטער," האט דער אלטער געפאדערט.

"אויב קען דער וואס טוט די אקט פון נקמה - וואס אין דער באזונדערע פאל איז "נקמה" די אקט פון טויטן איינעם - קען אויפווייזן אויף אן אויפריכטיגן, קלארן, און לאגישן אופן אז זיינע אקטן זענען אין דירעקטע אפצאל פאר אוממאראלישע, אומרעכטיגע, און אוממענטשליכע אקטן וואס האט געפירט צו די טויט פון אן אומשולדיגן, דאן ווערט זיין נקמה אן אקט פון רעכטיגקייט און יוסטיץ און נישט מארד."

"אה. און איז עס מעגליך אז עז זאלן זיין צוויי אנדערע מיינונגען צו די באווייז איז, אין דיינע ווערטער, אויפריכטיג, קלאר, און לאגיש? אדער קען זיין אז די לאגיק אדער ראציאנאליטעט זאל זיין באזירט אויף פאלטשע גרונדן און דעריבער קען מען זיך נישט פארלאזן אויף אזא קריטעריום?"

"איר האט זיך געוואלט טרעפן מיט מיר כדי אויסצושמועסן די פילאזאפיע פון נקמה און מארד?" האט אלישייב געפרעגט מיט וואונדער.

"פארפיר נישט די שמועס ווייל דו קענסט נישט ענטפערן, נאר פרוביר בעסער צו פארענטפערן די לעכער אין דיין לאגיק," האט דער אלטער זיך נישט געלאזט.

"דאס איז די גענאדע וואס איר ווילט פון מיר? ארויסצוציען די דיפערענץ צווישן נקמה און מארד?"

"ניין דאס איז נאר א מיטל אנצוקומען צו מיין אנפראגע," אדער אלטער געענטפערט.

אלישייב האט נישט געוואוסט וואס דער אלטער וויל פון אים. האט יענער געהערט, דורך איינער פון די באזע שפיטאל שטאב אז ער האט געשוואוירן נקמה ביים קערפער פון דעם ערמארדעטן פארושקאוו? דאס האט זיך נישט געשטעלט אויפן שכל, ווייל דער רייניגער האט געארבעט אינעם שטאזי בנין, און נישט געהאט צוטריט צום מיליטערישן באזע, אדער צו די זעלנער.

"איך זעה אז דו קווענקלסט זיך אין דיינע ווערטער," האט דער אלטער נישט אויפגעגעבן, "לאמיר דיר גרינגער מאכן. האסטו אמאל געהערט פון סוגומון טעהליריאן?"

אלישייב האט געשאקלט מיטן קאפ. "ער איז געווען א רעוואלוציאנער וואס האט ערמארדעט דעם טורקישן טאלאט פאשא אין בערלין, פארן הרג'ענען בערך א מיליאן פון די ארמענישע פאלק אין די יארן פון די ערשטע וועלט מלחמה."

"ערמארדעט אדער נקמה גענומען?" האט דער אלטער זיך צוגעכאפט אויף איינע פון אלישייב'ס ווערטער.

"די זעלבע זאך," האט אלישייב געענטפערט.

"אבער דו האסט נארוואס געזאגט אז עס איז דא א דיפערענץ," האט דער אלטער גע'טענה'ט.

"אויב רעדט מען פון געריכט, יוסטיץ, און די ווערטער-בוך באדייט פון די ווערטע, דאן זיכער, עס איז דא א חילוק. אבער אין אקט? אין אקט איז עס די זעלבע."

"אה. גוט, גוט. איך זעה אז דו שארפסט דו באדייטן און דיפערנצן צווישן די צוויי. נו, יעצט זאג דו מיר, איז די אקט פון סוגומון טעהליריאן געווען מארד אדער נקמה?"

"די ריכטער האבן אים גענצליך פריי געלאזט," האט אלישייב געענטפערט.

"איך האב דיר נישט געפרעגט וואס די ריכטער האבן געהאלטן. איך האב געפרעגט דיין מיינונג," האט דער אלטער נישט געלאזט מישא'ן זיך ארויסדרייען.

"עס איז געווען אן רעכטיגע אקט פון נקמה," האט אלישייב ענדליך נאכגעגעבן.

"גוט. און פון די 'נוקמים' האסטו געהערט?" האט דער אלטער געפרעגט.

"פארטיזאנער און געטא קעמפער וועלכע האבן נאך די צווייטע וועלט מלחמה גע'הרג'עט געשטאפא און אנדערע נאצישע אפיצירן," האט אלישייב געענטפערט.

"און פון די 'נקם בריגאדע' האסטו אויך געהערט?"

אלישייב האט געשאקלט זיין קאפ אז יא. ער האט געהערט פון די מער ראדיקאלע בריגאדע פון די נוקמים וועלכע האבן געזוכט צו הרג'ענען מער ווי די קרימינאלע אפיצירן און סאלדאטן פון די נאצישע רעזשים. פאר זיי איז די ציל געווען צו הרג'ענען זעקס מיליאן דויטשע בירגער. א לעבן פאר א לעבן. זיי האבן געוואלט פאר'סמ'ען די שטאטישע וואסערן און אזוי מאסן-ערמארדן די בערלינער איינוואוינער. די פלאן איז צופאלן צוליב דעם וואס די רעגירונג איז געקומען אויף זייערע שפירן, און ארעסטירט זייער פירער, אבא קאוונער.

"ווען די מיטגלידער אינעם נקם בריגאדע האבן געשמירט ארסעניק אויף די ברויטן פון די עס עס מלחמה ארעסטאנטן, אזוי זיי צו פאר'סמ'ען, איז דאס נקמה אדער מארד?" האט דער אלטער ווידער געפרעגט?

"קיינער איז געשטארבן פון דעם פרואוו," האט אלישייב געזאגט.

"דאס איז נישט וואס איך האב דיר געפרעגט," האט דער אלטער ווידער זיך קעגנגעשטעלט אלישייב'ס ענטפער.

"פארוואס פרעגט איר מיר די אלע פראגן?" האט אלישייב שוין געוואלט קומען צום פונקט פון דעם אויספארשונג.

דער אלטער האט אנגעוויזן אויף זיין סוועטער וואס איז געהאנגן אויף א נאגל ביים טיר. ווען אלישייב האט אים אהינגעגעבן דעם סוועטער האט יענער ארויסגענומען א צוקנייטשטן פאפיר, און עס איבערגעגעבן פאר אלישייב אן זאגן א ווארט.

אלישייב האט געעפנט דעם צונויפגעקנייטשטן פאפיר. צווישן די גראדע ליניעס פון די קנייטשן איז געווען אפגעשריבן א ליסטע, שווער צו ליינען צוליב די האלב אפגעריבענע שווארצע טינט. די ליסטע האט ענטהאלטן נעמען וועלכע זענען געווען קענטיג פארן ליוטענאנט.

"דאס זענען נעמען פון שטאזי אפיצירן," האט ער געזאגט מיט זארג.

"גענוי," האט דער אלטער געשמייכלט, אבער זיינע אויגן האבן געהאט א גאר אנדערן אויסדרוק, "דאס איז א ליסטע פון די וועלכע האבן זיך פארדינט טויט. מארד אדער נקמה, נאר א דיפערענץ פון ווערטער, אזויווי דו האסט געזאגט. און דא קומט אריין דער גענאדע וואס איך וויל פון דיר בעטן, מיין טייערער יעוורעי."


- פארזעצונג קומט אי"ה-
לעצט פארראכטן דורך וואלטיער אום דינסטאג פעברואר 09, 2021 4:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ייש"כ!
וואלטיער, מאכסט א פיינעם ארבייט!
ווארטן מיר אויפן קו ענדיגן!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

הוהוהו!!!
דאס איז לדעתי דער בעסטער פארזעצונג ביז אהער, ממש א מייסטערווערק עד להפליא,
ציענד, דראמאטיש, פארבארגזאם און געשמאק
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח, ש'כח!
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

איך האב באמערקט עפעס וואס איך האב נאכנישט געזען ביי אנדערע שרייבער דאהי

דער וואלטיער זז"ג האט גאר שטארק אויפגעבויעט די כארקטער פון דעם אלישייב, און אין יעדע מצב קלאפט עס אויס די זעלבע, וואס דאס געט א באזונדערע געשמאק...

עניוועי א גריוסן טענק יו!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

שרויפקאפ האט געשריבן:עניוועי א גריוסן טענק יו!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

וואלטיער! א גראבע שקויעך..ובקשה על העתיד לאז אונז נישט צי לאנג ווארטן פארן קומענדיגע פארזעצונג.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

מייסטערווערק.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”