אהבה מה זה?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

א שמועס, ארויסענומען פון דעם אשכול: viewtopic.php?f=3&t=43639

היימישער הייקער האט געשריבן:האב ליב דיין ווייב
אוהבה כגופו, יעדער פארשטייט אז די ערשטע יסוד אין שלום בית איז ליב צו האבן די פרוי, ערשט נאכדעם קומט ומכבדה יותר מגופה. אבער אויב א מאן וועט מכבד זיין זיין ווייב ביז צום הימעל, נאר ער וועט איר פלעין נישט ליב האבן, איז נישט שייך זי, און ער, זאלן זיין צופרידן. אבער ווי אזוי טוט מען דאס? ליב האבן איז דאך א נאטירליכע געפיל, ניין? ווי אזוי קען מען מאכן ליב האבן איינעם? הא?! די תירץ איז פשוט, ביי די גוים ווערט טאקע ליבשאפט געזעהן ווי א נאטירליכע געשעעניש, וואס דער מענטש האט נישט קיין שליטה אויף דעם, אבער מיר יודן זענען געבענטש געווארן מיט א תורת חיים, אינסטראקשענס צום לעבן, און אין אינזערע אינסטראקשענס שטייט אז אהבה איז א חיוב! נישט עפעס וואס געשעעט פון זיך אליין. ואהבת את השם אלוקיך, ואהבת לרעך כמוך, אוהבה כגופו, וכו' וכו'.

אבער ווי אזוי?
דאס איז נאך א זאך וואס מיר דארפן לויבן און דאנקן דעם אויבירשטן פאר אונזער ליבער תורה. ווייל גוים הייבן נישט אהן צו פארשטיין וואס אהבה מיינט בכלל. ווען מען קוקט אריין אין די ביכער פון זייערע חכמים, וואס עס מיינט אהבה, קומט צו לאכן און צו וויינען. עס איז ממש א חוכא וטלולא. ב"ה אונז האמיר א תורה וואס קומט אריין 100% קלאר . אהבה איז די תענוג וואס א מענטש האט פון אריין קלערן אין א צווייטנס מעלות. ליין דאס איבער נאך צוויי מאל, ווייל ס'איז א מורא'דיגע וויכטיגע יסוד. אהבה איז די תענוג וואס א מענטש האט פון אריין קלערן אין א צווייטנס מעלות. אזוי ווי דער ארטיקעל איז דאך נאר טועמי', עלעך נישט אריין גיין אין קיין ראיות און הוכחות, אבער אז מען טראכט אריין דערין, זעט מען אז דאס איז עס. יעדע מאל וואס מען הייבט אהן א סענטענס 'איך האב זייער ליב די מגי"ש…' ענדיגט זיך עס מיט א מעלה פון יענעם, למשל 'ווייל ער איז א מענטש!' אויב אזוי איז פשוט אז די חיוב פון אהבה, און די וועג עס צו באקומען, איז דורך אריין קלערן אין אירע מעלות, און אוועקמאכן אירע חסרונות.

נו גוט נו שוין האט געשריבן:מורא'דיג ס'ווערט בעסער אין בעסער
אלטע אין נייע יסודות, געספייסט מיט חידושים נפלאים אזוי צווישן די שורות
כה לחי!
בנוגע די טייטש פון אהבה קען מען זען אין אור החיים הקדוש פרשת ואתחנן פסוק ואהבת את ה' אלקיך עיין שם ותמצא נחת

פון אישי:
---- האט געשריבן:קעפל: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

היימישער הייקער האט געשריבן: אהבה איז די תענוג וואס א מענטש האט פון אריין קלערן אין א צווייטנס מעלות.

ווי איך פארשטיי איז אהבה דאס וואס א צווייטע מענטש מאכט מיך שפירן גוט
נישט אזוי?
ווען איינער האט מוראדיגע מעלות אבער איך שפיר נישט אזוי גוט אין זיין געגנווארד, פאר סיי וועלכע סבה, איז נישטא קיין אהבה און אויב פיל איך יא גוט צו זיין לעבן אים (ווייל ער מאכט פילן גוט זיינע ארומיגע,) פילט מען אהבה.
דאס איז ויאזוי איך לערן אפ אהבה, און אדרבה לאמיר הערן פארוואס נישט
(קענסט עס ארויפברענגן אויפן וועלטן צו דיסקוסירן בלי שם אדער דא)
יעדנפאלס א ריזיגען יישר כוח פאר דיינע רייכע ווערק עס ליגט זיכער אומצאליגע שעות און מחשבה וואס און וויאזוי צו שרייבן שכרך הרבה מאוד
דו קענסט אליין נישט וויסן ווי א שטארקע טויש דו מאכסט און דו ראטעוועסט ממש לעבענס!!

וואס איך האב געשריבן לגבי אהבה, קומט פון רמב"ם ספר המצוות מצוה ג'. זאל דערוילעם אריין קומען אין איבעשמועסן. ביזדערווייל וועל איך זיך קאנצעטרירן אויף פערטיגן דעם אנדערן אשכול.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ער האט גאנץ גוט ארויסגעברענגט די נקודה. די סיבה פארוואס דו גייסט ליעב האבן די באשפער איז וועגן זיין גרויסקייט. אבער די סוף פון די געפיל גייט זיין, "און דאך האט ער מיר באשאפן" אדער, "אזא גרויסע באשעפער! די זעלבע וואס גיבט מיר אזוי סאך גוטע זאכן אויפ'ן לעבן" ס'איז אויך א חלק פון מקבל זיין. כנלענ"ד.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

אהבה הוא הרגשת הלב כשאתה מרגיש אחדות עם משהו.

אהבה הוא תוצאה של הרגשת האחדות, לכן אחר שאתה מיחד עם הקב"ה 'שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד' אתה מרגיש האהבה 'ואהבת את ה' אלוקיך'

ולכן אב אוהב את בנו כי אותו ואת בנו אחד הוא, וקרוב קרוב קודם לאחדות.

מצוות צדקה אינה מטעם רחמנות, רק מטעם אחדות 'ואהבת לרעך כמוך', ולכן מי שהוא האחדות קשור יותר, הוא קודם לצדקה.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נישט האט געשריבן:אהבה הוא הרגשת הלב כשאתה מרגיש אחדות עם משהו.

א גאסט אין שטעטל, דו ווייסט דער עוילעם ווארט אויף דיר...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך האב דא געשריבן א שטיקל געדאנק

אהבה מה היא?

זיך דרייענדיג אין ניו יארק שטויסט מען זיך כסדר אן אין "I LOVE NY". גיי צום גוי און פרעג אים וואס מיינסטו ווען דו גייסט מיט א שירט אדער א קעפ וואס שטייט אויף דעם אויםפגעשריבן I LOVE NY. זיין תשובה וועט זיין (אויב ער האט אמאל אריינגעטראכט) איך וואין אין ניו יארק אין איך האב עס ליב, ווען ס'גייט גוט פאר ניו יארק פיל איך מיר גוט, ווען ניו יארק איז אין שווערע צייטן ווער איך טרויעריג און איך בארוהיג מיר נישט ביז איך הער אז אלעס איז אין ארדנונג.
איך מיין אז דאס איז מער ווייניגער דער אפטיישט פון אהבה-ליבשאפט, ווען מיין קינד כאפט א קלאפ טוט מיר עס וויי, ווען מיין קינד איז צופרידן בין איך צופרידן.

סא, ווען די תורה זאגט ואהבת את ה' אלוקיך מיינט דאס זייער פשוט: זאלסט ליב האבן דעם באשעפער אז ווען ס'איז אים גוט זאלסטו פילן גוט, און ווען אים גייט שלעכט (ווען דו זינדיגסט פאר אים) זאלסטו פילן שלעכט, און במילא וועסטו שוין מקיים זיין רצונו באהבה וביראה.

און יעצט צום נקודה ווי אזוי קומט מען אן צו דעם? זאגט די תורה:
וְהָיוּ הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה אֲשֶׁר אָנכִי מְצַוְּךָ הַיּום עַל לְבָבֶךָ: וְשִׁנַּנְתָּם לְבָנֶיךָ וְדִבַּרְתָּ בָּם בְּשִׁבְתְּךָ בְּבֵיתֶךָ וּבְלֶכְתְּךָ בַדֶּרֶךְ וּבְשָׁכְבְּךָ וּבְקוּמֶךָ: וּקְשַׁרְתָּם לְאות עַל יָדֶךָ וְהָיוּ לְטטָפת בֵּין עֵינֶיךָ: וּכְתַבְתָּם עַל מְזֻזות בֵּיתֶךָ וּבִשְׁעָרֶיךָ: טוה איין זאך טראכט פון מיר א גאנצן טאג, צופרי ביינאכט אינדערהיים אין גאס ביים אויפשטיין ביים שללאפן, רעד מיט דיינע קינדער פון מיר, און במילא וועט זיין ואהבת את ה' אלוקיך.

נו א שיינע פשעטיל אבער ווער זאגט אז ס'איז אמת?
מיר טרעפן אין די תורה אז שנה יהיה נקי לביתו, א אינגערמאן דארף א יאהר זיין מיט זיין ווייב, נישט אוועק פארן, נישט גיין אין מלחמה, ריין פאר זיין בני בית.
אבער לכאורה הלא לא כולם שוים, סאיז דא פרויען וואס א וואך נאך שבע ברכות האב זיי נישט א פראבלעם אז זייער מאן זאל אוועק פארן (און איך רעד נישט אז זי וויל אים נישט, נאר אפילו ווען זי פארשטייט זיך זייער גוט מיט אים, איז נאכאלטס דא מענטשן וואס זענען נישט אזוי מקושר עד כדי כך אז דער מאן זאל נישט טארן אוועק פארן א וואך). ווידער איז דא מענטשטן וואס 40 50 60 70 יאה נאךך די חתונה וועט זי נישט אויסהאלטן אז איר מאן זאל אוועק גיין פאר א טאג. סא פארוואס געבט מען יעדן א "שנה ראשונה"?
נאר ווי די גמרא זאגט אז י"ב חודש איז א שיעור שכחה, טיפער אין דעם איז אז י"ב חודש איז א צייט וואס מ׳ווערט צוגעוואוינט צום מצב. אויב האב איך פאלוירן א חפץ, ווען ס׳גיייט אריבער צוועלעף חדשים וואס איך האב עס נישט און די לעבן גייט ווייטער אן, ווער איך צוגעוואוינט צו דעם און ס׳ווערט א חלק פון מיין לעבן אז איך האב נישט דעם חפץ.
דערפאר זאגט די תורה לעב מיט דעם ווייב י"ב חודש זעה איר פאר די אויגן י"ב חודש, שטיי אויף צופרי און זעה איר, גיי שלאפן ביינאכט און רעד מיט איר, קום אהיים נאכמיטג און שמועס מיט איר, גיי ארויס און גאס און גיי מיט איר, עס מיט איר, טראכט פון איר, י"ב חודש נקי לביתו און דערנאך וועט זי פשוט זיין א חלק פון דיין לעבן. ווען ס׳וועט איר גיין גוט וועט דיר זיין גוט, וווען זי וועט זיין פרייליך וועסטו אוטאמאטיש זיין פרייליך, און ווען איר וועט גיין שלעכט וועט דיר זיין שלעכט.

געווען וואס האבן געטענהט אז סאיז אייגענע בויכוויי אבער שפעטער געטראפן א מקור.
חינוך:
משרשי המצוה, כי האל ברוך הוא עלה במחשבה לפניו לבראות העולם, וחפצו שיתישב בבריות טובות וכו' שנה שלמה מעת שנשא אותה כדי להרגיל הטבע עמה ולהדביק הרצון אצלה ולהכניס ציורה וכל פעלה בלב, עד שיבא אצל הטבע כל מעשה אשה אחרת וכל עניניה דרך זרות, כי כל טבע ברוב יבקש ויאהב מה שרגיל בו, ומתוך כך ירחיק האדם דרכו מאשה זרה ויפנה אל האשה הראויה לו מחשבתו ויוכשרו הוולדים שתלד לו ויהיה העולם מעלה חן לפני בוראו.

און נאך א מקור
רמב"ם אין די הקדמהספר שני. אכלול בו המצוות שהן תדירות, שנצטווינו בהם כדי לאהוב את המקום ולזוכרו תמיד
איך מיין דא שטייט אויך זייער קלאר די געדאנק וואס שטייט אין חינוך, אז אהבה איז א זאך וואס די געוואוינטס זיך צו צו-לעבן מיט דעם, און די באקומסט א געפיל צו דעם, קענסט נישט אנגיין אנדעם.
אבער די בעסטע איז נאך די לעצטע שורה אין רמב"ם וקראתי שם ספר זה ספר אהבה.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

איינס האט געשריבן:

זייער שיין, אבער ביזט נישט מסביר פארוואס איך זאל יענעם ליב האבן, עס מוז זיין א [געפיעלישע] סבה כדאי איך זאל יענעם ליב האבען מער ווי א צווייטען
צום ביישפיל,
איך האב געשלאפן מיט א בחור אין דארמיטארי אין ישיבה געווען מיט אים זייער אסאך און נישט ליב געהאט, פון די אנדערע זייט איז דא מענטשן וואס מען האט יא ליב אפילו מען איז נישט אזוי סאך מיט זיי (הרמב”ם אומר שאחר שמחליט לאהוב את אשתו משום איזה סבה שהוא יהיה נקי לביתו לשלול אהבות אחרות)

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

הייליג האט געשריבן:

קוק אין יענעם אשכול סאיז דארט דא א לאנגע שמועס (טאנעריי...) איבער דעם.

איך קוק עס אן איך האב איר ליב ווייל זי איז מיין ווייב, או זי איז מיין ווייב ווייל מיין טאטע האט מיר אנגעשדכנט מיט איר.
די ערשטע יאר איז עס א שטיקל אהבה התלוי בדבר, אויב ברעכט מען דורך א שנה ראשונה ווערט עס תלוי בגופה

זעה דארט מער באריכות
איך האף איך האב ארויס געברענגט די נקודה גענוג קלאר,
די "סוד" (וואס מיינט דאס?) פון שלום בית איז זיך צוגעוואוינען אז זי איז א חלק פון דיין לעבן, און במילא וועסטו שוין פשוט נישט קענען אן איהר
און אנדערע ווערטער שטופ אריבער י"ב חודש מיט איר און דו ביסט א געהאלפענער.
דו פראבלעם איז אבער ווען מקומט נישט אן צו צוועלעף חדשים, ווייל אויב לויפסטו אוועק פון שטוב ווייל ס איז דיר געשמאקער צו שמועסן מיט דיינע חברים, וואס האסטו פון דעם אז דו דרייסט דיך לעבן איר 12 חדשים. די גארבעדזש אינדרויסן פון מיין הויז זעה איך שוין ?? יאהר נאכאנאנד און איך האב נאכאלץ נישט קיין געפיהל צו דעם, דו איינציגסטע זאך וואס גייט מיר אינטרעסירן ווען סגייט זיך צוברעכן איז אז סגייט קאסטן אפאר דאלער. און טקע אין די סעקנד וואס סוועט מיר מאכן אביסל אומבאקוועם וועל איך עס שיקן ליפטערן.

סא??
סוד שלום בית איז "שנה ראשונה"!
און וואס שנעלער מענדיגט שנה ראשונה איז אלטס בעסער!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איינס האט געשריבן:

סא??
סוד שלום בית איז "שנה ראשונה"!
און וואס שנעלער מענדיגט שנה ראשונה איז אלטס בעסער!
[/quote]

אהבה איז א געפיל. פינטל

די איבריגע קשיות ווי איך פארשטיי איז וויאזוי מען קומט צו דערצו, נישט וואס עס איז.
אדער, א מעסטער צו זעהן צו מען רעדט טאקע דערפון אדער פון עפעס א צווייטע געפיל.

געפילן קען מען בויען זייער גרינג,
נאר אויב עס איז דא א בלאקעדזש וועט עס נישט געלונגן

ווען איינער זעהט אז עס געלונגט נישט,
איז לכאורה די ריכטיגע וועג, אנשטאט טרייען עפעס אן עצה וואס וועט דיר מאכן ליב האבן,
פרוביר געוואויר ווערן וואס איז די בלאקעדזש,
דערנאך אדער נעם עס אוועק, אדער גיי עס ארום,
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

איינס האט געשריבן:קוק אין יענעם אשכול סאיז דארט דא א לאנגע שמועס (טאנעריי...) איבער דעם.

יישר כוח פארן צוצייכענען,
צום סוף טוסטו זייער שיין מקיף זיין די גאנצע נושא מיט א קלארקייט

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מען קען נישט מקיים זיין דעם אוהבה כגופו בעפאר מען איז בכלל אוהב דעם גופו!

און איינמאל מען איז מקיים דעם אוהב את גופו - דאן איז שוין זייער לייכט מקיים צו זיין דעם אוהבה כגופו.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יוד אלף האט געשריבן:געפילן קען מען בויען זייער גרינג,
נאר אויב עס איז דא א בלאקעדזש וועט עס נישט געלונגן

ווען איינער זעהט אז עס געלונגט נישט,
איז לכאורה די ריכטיגע וועג, אנשטאט טרייען עפעס אן עצה וואס וועט דיר מאכן ליב האבן,
פרוביר געוואויר ווערן וואס איז די בלאקעדזש,
דערנאך אדער נעם עס אוועק, אדער גיי עס ארום,

דיסעגרי

דייקא מיטן זיכן א עצה ווי אזוי צו ליב האבן קומט מען אן דערצו

נישט מיין ווערטער, כזה ראה ואהוב:
(רמב״ם הלכות תשובה י', ג')
וכיצד היא האהבה הראויה הוא שיאהב את ה' אהבה גדולה יתירה עזה מאוד עד שתהא נפשו קשורה באהבת ה' ונמצא שוגה בה תמיד כאלו חולה חולי האהבה שאין דעתו פנויה מאהבת אותה אשה והוא שוגה בה תמיד בין בשבתו בין בקומו בין בשעה שהוא אוכל ושותה, יתר מזה תהיה אהבת ה' בלב אוהביו שוגים בה תמיד כמו שצונו בכל לבבך ובכל נפשך, והוא ששלמה אמר דרך משל כי חולת אהבה אני"

שרייבט ער דא אויך זייער קלאר, אהבה קומט מען צו דורך שוגה זיין תמיד אין דעם, און ער שרייבט עס ואויך לגבי אהבהת אשה, און ווי אך האב פריער געברענגט ספר אהבה, י״ב חודש זיך דרייען נאר ארום איר און דו האסט איר ליב!
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נשמת השכל האט געשריבן:מען קען נישט מקיים זיין דעם אוהבה כגופו בעפאר מען איז בכלל אוהב דעם גופו!

און איינמאל מען איז מקיים דעם אוהב את גופו - דאן איז שוין זייער לייכט מקיים צו זיין דעם אוהבה כגופו.

שוין אויך געווען דא א שמועס איבער דעם

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=37169

איך זעה נישט אבער וואס די שייכות איז, אהבת גופו אין איין זאך און אהבת האחר איז א צווייטע זאך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

צ/ק
מה זה שטימט לכאורה נישט ווייל אהבה מיינעך איז א לשון נקבה, בעסער איז ווי איינס שרייבט
אהבה מה "היא"
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

הייליג האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:קוק אין יענעם אשכול סאיז דארט דא א לאנגע שמועס (טאנעריי...) איבער דעם.

יישר כוח פארן צוצייכענען,
צום סוף טוסטו זייער שיין מקיף זיין די גאנצע נושא מיט א קלארקייט

האסטו

איך מיין אז דא איז דא א קליין פראבלעם
יעדער ברענגט ארויף גוטע און פיינע געדאנקען, סודות, יסודות, טיפס און וואס נישט, פאר שלום בית.
אבער אז מ'איז נישט מגדיר און מצמצם די זאך, ווערט דאס זייער צומישט.

אזוי ווי הכל האט אנגעהויבן: נישט יעדע טיפ פאר שלום בית איז דער יסוד פאר די זאך, כאטש וואס ס'איז זייער חשוב.
ווען איינער ברענגט ארויף עפעס דארף עס ווערן מוגדר וואס די זאך ציהלט און וואס איז דאס. לדוגמא: מיין ראש ישיבה זאגט אז עפענען א ספר יעדן טאג ווען זי זעהט העלפט שטארק דעם שלום בית. דאס איז נישט די ציהל וואו אונז ווילן אנקומען, און ס'איז נישט פאר יעדן נוגע. סא דאס קען נישט ווערן מוגדר אלטס יסוד פון שלום בית, סאיז א גוטע און פיינע טיפ פאר שלום בית ולא יותר.

ברשות החברים וועל איך מאכן א סיכום קצר וואס איז אויסגעשמועסט ביז אהער והחולק יחלוק:
דער סוד פאר שלום בית איז : אהבה (איך מיין יעדער איז מסכים דערצו)
אהבה מיינט געפיהל צו א זאך דורך רגילות (רמב"ם און חינוך), נכלל אין דעם אלע מיני אהבות.
אהבת אחרים איז די אפטיישט פון ואהבת לרעך כמוך, צוקומען צו פילן יענעם ווי ער איז א חלק פון מיר. (הרב הכל, און וואו ס'זעהט אויס איז דער עולם מער ווייניגער מסכים דערצו)
וויאזוי קומט מען צו דערצו, וואו געשריבן פריער קומט דאס דורך רגילות. די פראבלעם איז אז די רגילות ווערט צופיל איבערגעהאקט און מ'קומט נישט צו ס'זאל ווערן א אמת'ע רגילות, דא איז די שוועריקייט און דא כאפט דער חילוק צווישן די אלע מחנכים ראש ישיבות און רבי'ס.
לכאורה זענען אלע טיפס אמת, און קיין איינס פון זיי איז נישט זיכער.

-----
דער פותח האשכול האט ארויף געברענגט א שטארע נקודה וואס קען גאר אסאך העלפן פאר שלום בית: זיך חזרן זי איז א חלק פון מיר, סיי מצד פלג גופא און סיי מצד פשטות הדבר ווייל זי איז מיין שותף לחיים.
אבער איך מיין אז דאס איז א טיפ ווי אלע טיפס. דער סוד פון שלום בית איז לכאורה נאך געבליבן א סוד.

איך מיין מזאל צאמשטעלן ביידע אשכולות סאיז דער זעלבער שמועס.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איינס האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:געפילן קען מען בויען זייער גרינג,
נאר אויב עס איז דא א בלאקעדזש וועט עס נישט געלונגן

ווען איינער זעהט אז עס געלונגט נישט,
איז לכאורה די ריכטיגע וועג, אנשטאט טרייען עפעס אן עצה וואס וועט דיר מאכן ליב האבן,
פרוביר געוואויר ווערן וואס איז די בלאקעדזש,
דערנאך אדער נעם עס אוועק, אדער גיי עס ארום,

דיסעגרי

דייקא מיטן זיכן א עצה ווי אזוי צו ליב האבן קומט מען אן דערצו

נישט מיין וואטר, כדה ראה ואהוב:
(רמב״ם הלכות תשובה י', ג')
וכיצד היא האהבה הראויה הוא שיאהב את ה' אהבה גדולה יתירה עזה מאוד עד שתהא נפשו קשורה באהבת ה' ונמצא שוגה בה תמיד כאלו חולה חולי האהבה שאין דעתו פנויה מאהבת אותה אשה והוא שוגה בה תמיד בין בשבתו בין בקומו בין בשעה שהוא אוכל ושותה, יתר מזה תהיה אהבת ה' בלב אוהביו שוגים בה תמיד כמו שצונו בכל לבבך ובכל נפשך, והוא ששלמה אמר דרך משל כי חולת אהבה אני"

שרייבט ער דא אויך זייער קלאר, אהבה קומט מען צו דורך שוגה זיין תמיד אין דעם, און ער שרייבט עס ואויך לגבי אהבהת אשה, און ווי אך האב פריער געברענגט ספר אהבה, י״ב חודש זיך דרייען נאר ארום איר און דו האסט איר ליב!

ביסט דאך ממש מסכים מיט מיר.
א געפיל איז זייער גרינג צו בויען, און דו ברענגסט דאך אויך א רמב"ם דערצו,
וואס איך האב געשריבן נאכדעם איז ווען איינער זעהט אז דאס ארבעט נישט.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

איינס האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:מען קען נישט מקיים זיין דעם אוהבה כגופו בעפאר מען איז בכלל אוהב דעם גופו!

און איינמאל מען איז מקיים דעם אוהב את גופו - דאן איז שוין זייער לייכט מקיים צו זיין דעם אוהבה כגופו.

שוין אויך געווען דא א שמועס איבער דעם

viewtopic.php?f=25&t=37169

איך זעה נישט אבער וואס די שייכות איז, אהבת גופו אין איין זאך און אהבת האחר איז א צווייטע זאך.

אוודאי איז עס א צווייטע זאך, איך באציה זיך נאר צו א נקודה וועלעכע מען דארף קלאר מאכן בעפאר מען הייבט בכלל אן דן צו זיין וואס איז דאס בכלל אוהבה כגופו.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:05 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
ביי די מפרשים אויפ'ן פלאץ, ואהבת את ד' אלקיך, טרעפט מען אסאך פשטים. די ספורנו זאגט זייער פשוט, ווען דער מענטש פארשטייט און פילט אז טאן דעם רצון ד' איז די גרעסטע און וויכטיגסטע זאך ("טאפ פרייאריטי" אין תש"פ שפראך), און ס'איז נישטא וויכטיגערס פון דעם, קומט מען אן צו שפירן אהבת השם.

אין אנדערע ווערטער, געבן פאר יענעם, זיך אוועקגעבן פאר יענעם, דאס איז מעורר די גרעסטע אהבה.

און די זעלבע זאך איז מיט שנה ראשונה, מען גיט און מען גיט און מען גיט, ווי דער פסוק זאגט, ושמח "את" אשתו, און אלע זאגן, די טייטש דא איז מען איז משמח "די" ווייב, מען איז משפיע שמחה "פאר" איר, נישט ווי מ'קען טייטשן "את" - מיט, מלשון צוזאמען. די אחריות אויפ'ן מאן אין שנה ראשונה איז נישט דוקא זיך צו פרייען צוזאמען מיט איר, דאס קומט שוין, די הויפט אחריות איז "איר" צו דערפרייען. אז "מ'גיט" שמחה, מען איז איר משפיע, מ'גיט איר א געפיל פון סעקיוריטי און אידענטיטי (זי נעמט דאך זיין נאמען, זי ווערט ער ודוק), און מען סטאפט נישט, דאס ברענגט די גרעסטע אהבה.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די לשון הספרנו איז "תשמח לעשות דבר שייטב בעיניו כאשר תבין שאין תכלית נכבד כזה"
און אזוי ווי דו האסט מסביר געווען,
פשוט זאלסט ליב האבן צו טון וואס דער אויבשטער הייסט ווייל ס'איז גאר גרויסע זאכן, דו פירסט יעצט די וועלט, ביסט מקיים באפעלן פונעם מלך העולם,
שטעל דיך פאר אז להבדיל דער ירום הודו טראמפ, רופט דיר אן אויפן פאון און בעט דיר, זאלסט פליז גיין צום קארנער, דארט ווארט א קאר, נעם פון אים א ענוועלאופ, און טראג עס אין פאסט אפיס, פון נאך דעי פאון קאל ביזן ארויסקומען פון פאסט אפיס וועסטו גארנישט הערן און זען...
ס'הייסט! ט ר א מ פ ! האט "מיר" געקאלט! און איך האב אים עפעס ערלעדיגט!
מעג עס זיין די קלענסטע זאך, ווער רעדט נאך עפעס געהיימע זאכן, פון די גרעסטע וועלטס געהיימניסן.
יעצט וויפיל מער איז די זכי' צו טון סיי וואס פאר טראמפ'ס בעלבאס!
און נישט נאר זיין, נאר דער וואס איז איבער אלע וועלטס פירער
אין תכלית נכבד כזה!

אבער וואו קומט דא די נעקסטע שורה וואס א שייכות האט דאס מיט געבן פאר יענעם?

אין אנדערע ווערטער, געבן פאר יענעם, זיך אוועקגעבן פאר יענעם, דאס איז מעורר די גרעסטע אהבה.

און די זעלבע זאך איז מיט שנה ראשונה, מען גיט און מען גיט און מען גיט, ווי דער פסוק זאגט, ושמח "את" אשתו, און אלע זאגן, די טייטש דא איז מען איז משמח "די" ווייב, מען איז משפיע שמחה "פאר" איר, נישט ווי מ'קען טייטשן "את" - מיט, מלשון צוזאמען. די אחריות אויפ'ן מאן אין שנה ראשונה איז נישט דוקא זיך צו פרייען צוזאמען מיט איר, דאס קומט שוין, די הויפט אחריות איז "איר" צו דערפרייען. אז "מ'גיט" שמחה, מען איז איר משפיע, מ'גיט איר א געפיל פון סעקיוריטי און אידענטיטי (זי נעמט דאך זיין נאמען, זי ווערט ער ודוק), און מען סטאפט נישט, דאס ברענגט די גרעסטע אהבה.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך זעה נישט וואס די ספורנו קומט אריין דא
ער רעדט איינמאל מפילט שוין א זכיה אז דער באשעפער בעט מיר.
אונז רעדן דא ווי אזוי קומט מען אן צו טאקע פילן אז ווען ער בעט מיר איז עס א גרויסע זכיה, ווי דער רמב״ם שרייבט והיאך היא הדרך לאהבתו, ויראתו: בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים, ויראה מהם חכמתו שאין לה ערך ולא קץ מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר ומתאווה תאווה גדולה לידע השם הגדול, כמו שאמר דוד "צמאה נפשי, לאלוהים לאל חי"
און ווי ער איז מסביר אין הלכות תשובה אז דאס קומט מיט שוגה זיין תמיד אין דעם ענין
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אהבה איז א געפיל. אזוי ווי ס'איז דא א געפיל פון מורא - ציטער, איז דא דער געפיל פון אהבה - ליבשאפט. 'מורא' ברענגט דעם מענטש צו אוועקלויפן פונעם זאך, 'אהבה' ברענגט דעם מענטש זיך צו ווילן מקשר זיין מיט די זאך.

דערנאך זענען דא די "סיבות" פארוואס א מענטש זאל ליב האבן א זאך. ע"פ רוב איז דאס ווייל דער מענטש וועט האבן א בענעפיט דערפון, ווי עס איז באקאנט דער חלוקה פון "ערב, טוב, מועיל", וואס ביי די אלע זאכן קלערט דער מענטש אז די זאך וועט אים ברענגן א בענעפיט. אויך איז דא אן אהבה פון "עצמיות". א מענטש האט זיך ליב, און ער האט ליב אלע זאכן וואס באלאנגן צו אים, קינדער, חפיצים, ידיעות, מעגליכקייטן, וכדו'. (מ'קען אין דעם אויך אריינגיין אז סוכ"ס זעט דער מענטש א בענעפיט דערפון, ווייל עס מאכט אים שפירן זיין עקזיסטענץ. ואכהמ"ל).

וכפי הנראה, איז דער "אוהבה כגופו" פשט, אז דער אהבה זאל נישט זיין צוליב די תועליות, נאר אן עצמיות'דיגע אהבה.

דערנאך זענען דא די וועגן ווי אזוי צו "מעורר" זיין אהבה. און דאס איז דורך "קומען נאנט צו די זאך". כאפן דאס מהות. יעדע מהות דאס וואס עס פארקויפט. ביים באשעפער קען מען דאך נישט משיג זיין זיין מהות, נאר דורך זיינע פעולות, איז טאקע דא אסאך מהלכים אין די ראשונים, צו וועלכע חלק זאל מען זיך מקשר זיין דורך דעם אנצוקומען צו די אהבה. צו דורך זיינע גדולות וגבורות, וואס דעריבער וויל זיך דער מענטש מקשר זיין צו אזא גרויסע מעכטיגע באשעפער, צו דורך איינערקענען די אהבה וואס דער אייבירשטער האט צו אונז, דורך זיך מקשר זיין צו די טובות וואס דער באשעפער האט אונז געטון, און דורך דעם זיך ווילן מקשר זיין צו דער וואס האט אונז אזוי ליב. וכו'. (אין אברבנאל האט ער א הערליכע סיכום אויף די גאנצע זאך פון אלע ראשונים, און מיט זיין מהלך, ערגעץ אין די דברים סדרות, געדענק נישט אקוראט דעם מקור).

פון איין ווינקל האב איך דאס בס"ד ממחיש געווען אין דעם ארטיקל.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איינס האט געשריבן:איך זעה נישט וואס די ספורנו קומט אריין דא
ער רעדט איינמאל מפילט שוין א זכיה אז דער באשעפער בעט מיר.
אונז רעדן דא ווי אזוי קומט מען אן צו טאקע פילן אז ווען ער בעט מיר איז עס א גרויסע זכיה, ווי דער רמב״ם שרייבט והיאך היא הדרך לאהבתו, ויראתו: בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים, ויראה מהם חכמתו שאין לה ערך ולא קץ מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר ומתאווה תאווה גדולה לידע השם הגדול, כמו שאמר דוד "צמאה נפשי, לאלוהים לאל חי"
און ווי ער איז מסביר אין הלכות תשובה אז דאס קומט מיט שוגה זיין תמיד אין דעם ענין

די ספורנו רעדט נישט ווען מ'פילט שוין, ווייל ואהבת איז א ציווי נישט קיין מציאות
און לויט ווי דו זאגסט, טייטשט ואהבת און דו וועסט ליב האבן, נישט דו זאלסט.
נאר לכאורה מיינט ער צו זאגן בערך די זעלבע ווי דעם רמב"ם

לאמיר עס זאגן אין זיין לשון ואהבת איז "טייטש" תשמח לעשות דבר שייטב בעיניו דאס הייסט נישט אז זאלסט טון א טובה, ווייל דער אויבשטער האט געהייסן, און דו מיזט אים דינען, נאר טו עס מיט שמחה און געשמאק, און איין ווארט "ואהבת"
און ווי אזוי קומט מען אן דערצו כאשר "תבין" שאין תכלית נכבד מזה ווי דער רמב"ם לייגט עס אראפ אביסל מער באריכות וז"ל
שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים, ויראה מהם חכמתו שאין לה ערך ולא קץ מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר ומתאווה תאווה גדולה לידע השם הגדול, כמו שאמר דוד "צמאה נפשי, לאלוהים לאל חי"

וואס איז מיר אבער שווער אויף דעם איז אז דער רמב"ם זאגט נישט ווי אזוי דאס פארסירט, ס'זעט אויס ווי עפעס א סגולה, ווען מ'טראכט אריין געשעט אהבה, ווייל אין זיינע ווערטער, פארשטיי איך נישט ווי מ'קומט צו אהבה,
רעספעקט, יראה, וואונדער, דאס יא, אבער אהבה?
און די זעלבע אין ספורנו: אין תכלית "נכבד" מזה. וואס האט נכבד מיט אהבה?
ס'איז מורא'דיג געערט און געשעצט, עבודת הבורא, ס'איז מיר א מוראדיגע זכי' עס צו טון, אבער וואס האט עס מיט ליבשאפט?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

האב איך שוין פריער אנגעצייכנט דעם רמב״ם אז אהבה קומט פון הרגל
ער דערמאנט עס אין אפאשר פלעצער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

פשט פונעם ספורנו איז, לענ"ד, אז "כאשר תבין" ווען דו וועסט פארשטיין "שאין תכלית נכבד מזה," אז טאן דעם רצון ד', שייטב בעיניו, איז די גרעסטע זאך אויף דער וועלט, זאלסטו דיך טאקע פרייען צו דעם, און דאס מיינט ריכטיגע אהבת השם.

און מ'קען נעמען די זעלבע זאך אויף אונזער דרגה פאר די אשת חיל, ווען מען ווייסט און פארשטייט אז טאן איר רצון, זיך אוועקגעבן אינגאנצן פאר איר, איז די גרעסטע זאך וואס א מאן קען טאן, קומט מען אן צו ריכטיגע אהבה.

"רעספעקט, יראה, וואונדער, דאס יא, אבער אהבה?" פשט איז טאקע כנ"ל, אז געבן, געבן, געבן, דעם רצון, דעם גאנצן לב ונפש, וויסנדיג אז דאס איז די גרעסטע זאך וואס איך קען טאן, "דאס" ברענגט אהבה פון מיר צו יענעם. אזוי האט דער אייבערשטער באשאפן דעם מענטש, און ווי אלע שלו' בית מומחים זאגן, אז די גרעסטע אהבה קומט דורך געבן פאר יענעם, ופשוט הוא.

אויב אפגעלערנט גרייזיג, קען זיין, שגיאות מי יבין, והוא רחום יכפר עון.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נישט האט געשריבן:אהבה הוא הרגשת הלב כשאתה מרגיש אחדות עם משהו.

אהבה הוא תוצאה של הרגשת האחדות, לכן אחר שאתה מיחד עם הקב"ה 'שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד' אתה מרגיש האהבה 'ואהבת את ה' אלוקיך'

ולכן אב אוהב את בנו כי אותו ואת בנו אחד הוא, וקרוב קרוב קודם לאחדות.

מצוות צדקה אינה מטעם רחמנות, רק מטעם אחדות 'ואהבת לרעך כמוך', ולכן מי שהוא האחדות קשור יותר, הוא קודם לצדקה.

ווי איז די מקור?

ס'איז באקאנט אז אהבה איז גימ' אחד, וואס שטימט זייער גוט לויט די הנחה

און מ'קען מיט דעם מסביר זיין דעם אויבענדערמאנטן רמב"ם, אז דורכן אריינטראכן אין מציאות ה' ובמעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים, וועט עס ברענגען אחדות, ווייל מ'ווערט איינס מיט וואס מ'טראכט און דאס וועט ברענגען אהבה וואס איז אחדות
כאנישקאניינוג אויב כ'רעד צו דער זאך...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אהבה מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איינס האט געשריבן:האב איך שוין פריער אנגעצייכנט דעם רמב״ם אז אהבה קומט פון הרגל
ער דערמאנט עס אין אפאשר פלעצער

א זאך וואס דו האסט ליב, כדי די אהבה זאל נקבע ווערן בלב, אן קיין הפסק קיינמאל, פעלט אויס רגילות, אבער וואס, און פארוואס האב איך ליב?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”