ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עס איז אינטערעסאנט וויפיל טאטע'ס דא רעדן זיך איין אז זייערע בחורים האבן נישט קיין סעלפאון....

דער פאקט איז אז אפילו גאר פיינע בחורים, מצויינים קענען זיך אויך דרייען מיט סעלפאון'ס און יא, נישט אלעמאל מעלדן זיי איין דעם טאטן דערוועגן....

בסך הכל ווען איינער שרייבט אז זיינע בחורים האבן נישט קיין פאון'ס מיינט דאס אז ער האט זיכער נישט קיין קאנטראל אויף וואס זיינע בחורים טוען אויפן סעלפאון... ווייל זיי האבן דאך נישט. (דאס איז ענליך צו די גאנצע מערכה קעגן קאמפיוטער / אינטערנעט / סמארטפאון ווען טויזענטער הורי המוסדות 'האבן נישט' די אלע זאכן און פערטיג... צי זיי האבן טאקע נישט איז א גרויסע פראגע, וואס איז זיכער איז אז זיי האבן נישט קיין פילטער - עכ"פ דער פילטער וואס דער מוסד פארלאנגט...).
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

יא טאקע ענליך, דער וואס האט נישט קאנטראל דארט האט אויך נישט קאנטראל דא. אינטרעסאנט ווי מען מיינט אז פרומערע עלטערען קענען נישט זייערע קינדער און רעדן זיך פשוט איין.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוונע »

פול אים אן מיט תורה חסידות אידישקייט מוסר..... ברענג אים אריין א שמחה אין א מצוה.....זיי מגנה די עוה"ז.... וועט ער נישט האבן. אין מחשבת העריות מצוי אלא בלב הפנוי מן החכמה.
איינמאל ער האט שוין איז זייער שווער......
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זארג נישט האט געשריבן:יא טאקע ענליך, דער וואס האט נישט קאנטראל דארט האט אויך נישט קאנטראל דא. אינטרעסאנט ווי מען מיינט אז פרומערע עלטערען קענען נישט זייערע קינדער און רעדן זיך פשוט איין.


וואס האט דאס מיט פרומקייט? איך האב קרובים און באקאנטע, און איך ווייס אסאך פון זיי - אריין גערעכנט מצויינים אין די ישיבות - וואס האבן געהאט סעלפאון'ס אן די ידיעה פון די עלטערן. די עלטערן זענען לאו דוקא פרום אבער זיי וואלטן נישט געווען צו עקסייטעד זייערע בחורים זאלן דאס האבן, האבן די בחורים געפינען א וועג ארום זיי.

אז דו ווילסט טענה'ן אז דו קענסט דיין בחור אזוי גוט און דו ווייסט ער וואלט קיינמאל נישט געטון א זאך אונטער דיין רוקן -אזוי ווי דו האסט זיכער קיינמאל גארנישט באהאלטן פון דיינע עלטערן... - געזונטערהייט, איך קען נישט דיין בחור. אבער באופן כללי איז נישט גענוג סתם א ידיעה אז דיין בחור האט נישט, נאר אויב דו (רעדסט זיך איין אז דו) קענסט דיין בחור אז ער וואלט דיר זיכער געזאגט ווען ער האט ווען.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

מיר זענען בכלל נישט אויפן זעלבן פעידז. ביי מיר אין שטוב ווייסט מען אז א סעל פאן באלאנגט נישט אויף א בחור (נאר ממש ווען ער מוז גיין ערגעץ און קאלען פון דארט), און עס איז נישט דא קיין שאלות. עס איז אזוי פשוט.

טאמיר האט א קינד אינטער זיין טאטע'ס ריקען איז שוין זייער ביטער. אבער דאס איז דאך דער יוצא מן הכלל און פון דעם רעדט מען דאך נישט. רעדט מען דען פון קינדער וואס זענען אוט אוו קאנטראל זאל דער באשעפער אפהיטען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

איין זאך פארשטייי איך נישט,
די אלע חכמים (!) דא וואס זעהן נישט די פראבלעם אז זייער בחור זאל האבן א סעל - נאר זיי ווילן פשוט וויסן און נאכגיין ווי זיי גייען מיט דעם און וואס זיי טוען.
וואס גייען זיי טון נאך ווען זיי גייען שוין האבן א וועג צו אויסגעפינען
וואס גייען זיי אויב זיי גייען (ח"ו) זעהן אז זייער בחור האט באקומען/געשיקט א נישט גיטע בילד, רופט שמוציגע האטליינס, אדער האט קשר מיט כוליגאנעס, וכו' וכו',
געבן א גיטע פראסק? צונעמען די פאן? אנשרייען? שטראפן?
כ'פרעג נאר....


און פאר די וואס זאגן אז די עלטערן וואס מיינען אז זייער בחור האט נישט קיין סאלפאן, נער'ן זיך - קאן זיין ליידער אמת
אבער די חכם מיינסט אויך ווען די קוקסט נאך זיין סעלפאן - אז די ווייסט אלעס......
אוי האט ער שוין געמעקט.......
אלזא, אונז ביידע נער'ן זיך... נאר איך פרוביר כאטש א סטעפ פריער...
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איך האב געטון זאכן אונטער מיין טאטן'ס רוקן און מיין טאטע אונטער זיין טאטנס. עס איז לאו דוקא געווען ביטער, מען רעדט נישט פון קיין שלעכטע זאכן חלילה.

ביטער איז נאר ווען די עלטערן רעדן זיך נעבעך איין אז דאס קינד באהאלט גארנישט פון זיי. עס איז אינטערעסאנט ווי שנעל די עלטערן פארגעסן זייערע אייגענע בחור'ישע יארן.

--

האקט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

Programming האט געשריבן:איך האב געטון זאכן אונטער מיין טאטן'ס רוקן און מיין טאטע אונטער זיין טאטנס. עס איז לאו דוקא געווען ביטער, מען רעדט נישט פון קיין שלעכטע זאכן חלילה.

ביטער איז נאר ווען די עלטערן רעדן זיך נעבעך איין אז דאס קינד באהאלט גארנישט פון זיי. עס איז אינטערעסאנט ווי שנעל די עלטערן פארגעסן זייערע אייגענע בחור'ישע יארן.

--

האקט


קיינער רעדט זיך נישט איין.
די וואס שרייבן אז די בחור האט נישט, זאגן אז זיי געבן נישט פארן בחור א סעל
און זיי האפן טאקע צום באשעפער אז ער האט נישט באלטענערהייט.
אבער גיין געבן בידים? צו וואס און צו ווען?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אה אקעי דאס איז שוין אינגאנצן עפעס אנדערש
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

ווער עס שרייבט אז זיינע בחורים האבן נישט קיין סעל, זאל זיך פרייען און פאטשן אין בויך, און אויך נישט זיין אזוי זיכער מיט זיך.
Car Rental Expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Car Rental Expert »

Att has an option that you can see online all calls the numbers and also text msgs you can see the numbers
I am sure that most phone services has it those days
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

Programming האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט וויפיל טאטע'ס דא רעדן זיך איין אז זייערע בחורים האבן נישט קיין סעלפאון....



אזױנע שטותים
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

Verizon האט דאס אויך.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

עס איז אמת אז אזויווי רוב בחורים האבן יא פאונס, בפרט 18+, איז בעסער ווען ער דארף נישט אזוי מורא האבן אז מען ווייסט פון עס, אז ער קען האבן א נישט כשרע פאון אויך, ווייל זיין טאטע טאר סיי ווי נישט וויסן. בעסער צו געבן א נאר טאלק כשרע פאון אויב דאס קינד בעט עס, מיט שטרענגע תנאים, ווי מאכן אז ער זאל גיין אונטערן רוקן. אזוי האב איך געזען ביי אסאך בחורים פון די בעסטע שטובער
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייטיגע צוקוקער »

Goodmorning האט געשריבן:עס איז אמת אז אזויווי רוב בחורים האבן יא פאונס, בפרט 18+, איז בעסער ווען ער דארף נישט אזוי מורא האבן אז מען ווייסט פון עס, אז ער קען האבן א נישט כשרע פאון אויך, ווייל זיין טאטע טאר סיי ווי נישט וויסן. בעסער צו געבן א נאר טאלק כשרע פאון אויב דאס קינד בעט עס, מיט שטרענגע תנאים, ווי מאכן אז ער זאל גיין אונטערן רוקן. אזוי האב איך געזען ביי אסאך בחורים פון די בעסטע שטובער

דאס איז שוין עפעס אנדערש, העכער אכצן איז טאקע זייער אסאך מאל ענדערש צו געבן א פאון פארן בחור, אבער יונגער איז געווענדליך זייער נישט גוט.

(די גרעניץ איז לאו דוקא אכצן)
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

קאוונע האט געשריבן:פול אים אן מיט תורה חסידות אידישקייט מוסר..... ברענג אים אריין א שמחה אין א מצוה.....זיי מגנה די עוה"ז.... וועט ער נישט האבן. אין מחשבת העריות מצוי אלא בלב הפנוי מן החכמה.
איינמאל ער האט שוין איז זייער שווער......

גאר גוט געזאגט
אבער איין הערה פול אים נישט אן מיט געוואלד נאר פולט אייך אן און עס זאל איבעררינען מתוך אהבה צו די קינדער ווייל דער עיקר חינוך איז די אומדירעקטע און אפילו ווען מרעדט יא דירעקט זאל עס זיין מיט א געשמאקע שמועס ארום און ארום
אריין אין חינוך אשכול ..
און לגבי נאכקוקן איז קלאר אז ווער עס האט שכל האלט ווייט עני טעלעפאון פון די קינדער און אפילו אויף די אייגענע זאל מען לייגן א פעסווארד אבער אויב מדארף זיי יא געבן אמאל משון איזה סיבה צי ביי קאראנע נישט מער געדאכט אדער כדומה דאן איז נוגע דער אשכול ווי מקען נאכקוקן די קאלס וכו'
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אויב מיינע בחורים האבן סעלפאנס נאר איך ווייס נישט דערפון
דאן פארוואס גלייך ווען זיי קומען אהיים הייבט זיך אן די הריגות צווישן זיי אלע וועלכע האטליין צו קאלן? ווייל איך האב זיי געבארגט נאר איין פאון
דער וויל הערן אליעזר גלויבער אויף קולמע און דער וויל הערן די לעצטע נייעס אויף 113 און דער אנדערער וויל הערן די לעצטע דרשה פון רבין אויף קול סאטמאר
אויב האבן זיי אייגענע פאונס דאן פארוואס בארגן זיי אלץ מיינס און מיין אידענעס פאונס? אדער איז די לענדליין אלץ פארנומען

די איינציגסטע סיבה פארוואס מיין פאון האט נאר טאלק/טעקסט און מיין אידענעס האט נישט קיין טעקסט אויכנישט
למעשה הער איך דא אז זיין האבן אלע פאונס אונטער מיין רוקן און סאיז א שאד די גאנצע העסל :shock:
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

https://palm.com/pages/kids?gclid=Cj0KC ... lqEALw_wcB

טו וואס די קינדער מיט אפענע סעלפאונס טוען...
גוגל.

דעס איז די ערשטע וואס איז ארויפגעקומען אבער עס איז דא אסאך אנדערע.

קינדער האבן סעלפאונס אבער מיט אביסל יגעיה קען מען פטור ווערן פון אלע אלטע סעלפאנס וואס קענען האבן צוטריט צו די אונטערנעט און קויפן ביליגע סעלפאונס פאר טאלק אנלי. עס איז פראקטישער און סעיפער ווי עני פילטער.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

סאו די וואס האבן אלטע טעלעפאונען און ווילן נשט אז די קינדער זאלן עס נוצן איז דא א אפשען ווי א גארבידזש קען

איך זעה נישט וואס די שאלה, וועלכע נארמאלע איד לאזט זיין 10 יעריגס האבן אפיציעל א סעל?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

צום עצם אשכול האב איך נישט קיין עצה חוץ פון געבן נאר ממש די פאר מינוט ווען מען גייט ארויס אין געשעפט, און חוץ דעם נישט. מיר דוכט זיך משומר האט אן אפציע צו מאכן א ווייטליסט וועם מען קען ארויסרופן אדער ווער עס קען אריינרופן צום פאון.

Programming האט געשריבן:איך האב געטון זאכן אונטער מיין טאטן'ס רוקן און מיין טאטע אונטער זיין טאטנס. עס איז לאו דוקא געווען ביטער, מען רעדט נישט פון קיין שלעכטע זאכן חלילה.

ביטער איז נאר ווען די עלטערן רעדן זיך נעבעך איין אז דאס קינד באהאלט גארנישט פון זיי. עס איז אינטערעסאנט ווי שנעל די עלטערן פארגעסן זייערע אייגענע בחור'ישע יארן.

--

האקט

ביים ליינען דיין ערשטן תגובה [בנוסף צו כללות אלע דיינע תגובות...] האב איך קיין ספק נישט געהאט אז ביזט אזא טיפ געווען אלץ בחור, און די זעסט די וועלט נאר פונעם טיפן אפגרונד, כאפסט נישט אז דאס אז די ביזט אזוי געווען, און דאס אז ס'איז פארהאן צענדליגע אזעלכע בחורים, מיינט נאכנישט אז ביי דיפאלט איז יעדע בחור אזוי, און עס מיינט נישט אז רוב בחורים זענען אזוי, און עס מיינט גארנישט, עס מיינט סך הכל אז דו ביזט אזוי געווען און עס עקזעסטירט אזא זאך, און עס מיינט אויך אז די קענסט נישט פארשטיין איינער וואס האט אוועקגעשטעלט זיין שטוב אויף פעסטע יסודות אויף א נארמאלע וועג, אז זיין בחור איז באמת נישט אינטרעסירט אין שטותים והבלים, און ער ווייסט ווער זיין בחור'ס חברים זענען אז עס זאל זיך נישט אנקלעבן פון זיי, יענער קען וויסן מיט א זיכערקייט צו זיין בחור האט עס.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

למעלה משבעים האט געשריבן:צום עצם אשכול האב איך נישט קיין עצה חוץ פון געבן נאר ממש די פאר מינוט ווען מען גייט ארויס אין געשעפט, און חוץ דעם נישט. מיר דוכט זיך משומר האט אן אפציע צו מאכן א ווייטליסט וועם מען קען ארויסרופן אדער ווער עס קען אריינרופן צום פאון.

Programming האט געשריבן:איך האב געטון זאכן אונטער מיין טאטן'ס רוקן און מיין טאטע אונטער זיין טאטנס. עס איז לאו דוקא געווען ביטער, מען רעדט נישט פון קיין שלעכטע זאכן חלילה.

ביטער איז נאר ווען די עלטערן רעדן זיך נעבעך איין אז דאס קינד באהאלט גארנישט פון זיי. עס איז אינטערעסאנט ווי שנעל די עלטערן פארגעסן זייערע אייגענע בחור'ישע יארן.

--

האקט

ביים ליינען דיין ערשטן תגובה [בנוסף צו כללות אלע דיינע תגובות...] האב איך קיין ספק נישט געהאט אז ביזט אזא טיפ געווען אלץ בחור, און די זעסט די וועלט נאר פונעם טיפן אפגרונד, כאפסט נישט אז דאס אז די ביזט אזוי געווען, און דאס אז ס'איז פארהאן צענדליגע אזעלכע בחורים, מיינט נאכנישט אז ביי דיפאלט איז יעדע בחור אזוי, און עס מיינט נישט אז רוב בחורים זענען אזוי, און עס מיינט גארנישט, עס מיינט סך הכל אז דו ביזט אזוי געווען און עס עקזעסטירט אזא זאך, און עס מיינט אויך אז די קענסט נישט פארשטיין איינער וואס האט אוועקגעשטעלט זיין שטוב אויף פעסטע יסודות אויף א נארמאלע וועג, אז זיין בחור איז באמת נישט אינטרעסירט אין שטותים והבלים, און ער ווייסט ווער זיין בחור'ס חברים זענען אז עס זאל זיך נישט אנקלעבן פון זיי, יענער קען וויסן מיט א זיכערקייט צו זיין בחור האט עס.

מסכים הונדערט פראצענט.

כהאב קיינמאל נישט געטון אלץ בחור זאכן אינטער די רוקן פון מיינע עלטערן, איך בין נישט קיין גרויסע תנא קמא, אבער אויב וואקסט מען אויף אין א געזונט שטוב מיט געזונטע יסודות וויל זיך, פון זיך אליינס נישט ווייטון די עלטערן,

סתם נאכקוקן די קינדער איז קיינמאל קיין אפציע (כרעד נישט פון אוועקשטעלן געוויסע השגחה גיידליינס).
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

למעלה איך האב נישט קיין השגה וואס דו זעהסט אין מיינע תגובות, אבער לידיעתך, איך ווייס נישט פון וועלכע קרייז דו קומסט אבער איך האב געלערנט אין א ישיבה מיט הונדערטער בחורים און די סארט וואס דו לייגסט אראפ זענען סיי א מיעוטא דמיעוטא און סיי עס קומט נישט דא אריין.

יא עס זענען דא בחורים ווואס זענען תם וישר הולך און וועלן נישט טון גארנישט וואס די עלטערן לאזן נישט אפילו ווען זיי האבן נישט מורא מען וועט זיי כאפן, פארשטייט זיך די בחורים איז נישט קיין חילוק פון וועלכע שטוב זיי קומען וועלן זיי אלץ פאלגן, אויב שיקט מען זיי - למשל - אין קאלעזש וועלן זיי דארט זיין וואויל און דאס האט נישט קיין שייכות מיט ערליכקייט. (צומאל איז דא וואס זיי זענען נישט אזוי פון נאטור אבער די עלטערן איז ידם תקיפה עליהם - אבער דאס ארבעט שוין נישט אזוי גוט, עס איז נישט אזוי פארזיכערט ווי תמימות ביי נאטור - און אין דעם איז דא פעלער וואס איז נישט געזונט בכלל ומקומו באשכול פון די בי פי די ליידנדע עלטערן).

נאכדעם איז דא בחורים וואס עס אינטערעסירט זיי נישט קיין הבלים און די בחורים טוען אונטער זייער טאטנס רוקן זאכן לפי ערכם, תורה'דיגע זאכן וכדו' (און אויב דו מוזט שטארק וויסן זענען די זאכן וואס איך רעד פון מיר געווען פון די סארט ווי רייכערן ציגארעטלעך און פארן צו א רבי'ן אן רשות, נישט פון האבן סעלפאון'ס צי אייפאד'ס. אין מיינע צייטן בכלל האבן פיל ווייניגער בחורים געהאט פאון'ס ווי היינט). און די סארט בחורים קאלן קול הלשון צי קול בחצרות פון זייערע סעלפאון'ס.. און דאס האבן אזא קינד איז נישט ממש באזירט אויף די סארט שטוב וואס מען האט, כידוע.

בכל אופן זענען די ביידע סארטן אינאיינעם ערגעץ צווישן א מיעוט המצוי און א מיעוט שאינו מצוי, אוודאי איז דא אזא סארט בחור (און אזאלכע עלטערן) און עס איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין, איך האב געהאט אזאלכע חברים אויך, איך האב נישט געזאגט אז עס איז נישטא, נאר אז באופן כללי דאס אז די עלטערן ווייסן נישט אז זייער תכשיט האט א פאון מיינט נאך גארנישט.

שיעלע בהמה - טון אונטערן רוקן מיינט מען דאך טאקע דאס, איינער וואס וויל נישט מצער זיין די עלטערן. וועם עס גייט נישט אן מצער צו זיין טוט עס אפן
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

Programming האט געשריבן:
שיעלע בהמה - טון אונטערן רוקן מיינט מען דאך טאקע דאס, איינער וואס וויל נישט מצער זיין די עלטערן. וועם עס גייט נישט אן מצער צו זיין טוט עס אפן

איך בין נישט קיין בקי אין פילפול אבער איך האב קיינמאל אלץ בחור גערייכערט און בלויז איין מאל געטעקסט מיט א צווייטנס פאון.
נישט מחמת פחד נאר בשיטה,
און ווער סוויל קען דאס אימפלעמענטן אין זייער אייגענע שטוב בעזה"ש.
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג אוגוסט 16, 2020 12:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

מיין בחור'ס ישיבה האט ארימגעשיקט סידי'ס פין א דרשה פין די מנהל ווי ער רעט -פארשטייטזיך- אז מען זאל נישט לאזן SD סענסע וכד' אין זיכער נישט סעלפאן אין ער רעט אז ווער עס האט יא (אדער א אלטע סעלפאן -וואס איז אגב גארנישט אזוי איםשילדיג- "שאט נישט אז די טאטע קיקט אמאל ווען די בחור האט עס שוין אוועקגעלייגט ווי ער איז געווען.
בדרך כלל אוי ער ניצט עס אין בעט האט ער נישט קיין צייט אויסצימעקן ביז צופרי
איך פארלאז אייוועלט
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ווי אזוי עלטערן קענען נאכגיין די קינדערס סעלפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

פרישע קישקע האט געשריבן:מיין בחור'ס ישיבה האט ארימגעשיקט סידי'ס פין א דרשה פין די מנהל ווי ער רעט -פארשטייטזיך- אז מען זאל נישט לאזן SD סענסע וכד' אין זיכער נישט סעלפאן אין ער רעט אז ווער עס האט יא (אדער א אלטע סעלפאן -וואס איז אגב גארנישט אזוי איםשילדיג- "שאט נישט אז די טאטע קיקט אמאל ווען די בחור האט עס שוין אוועקגעלייגט ווי ער איז געווען.
בדרך כלל אוי ער ניצט עס אין בעט האט ער נישט קיין צייט אויסצימעקן ביז צופרי

ווער גיבט סעלפאונס פאר בחורים?
און אפילו עלטערע (19-20) ווער לאזט צו א בראוזער? אפילו פיקטשער טעקסט איז נישט קיין לכתחילה
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”