דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

שטיל ביינאכט. מ'זעט נישט קיין נפש חי', אלעס שלאפט, יעדער פאר זיך, אריינגעטוען אין זיין וועלטל. א גאנצן טאג איז ער פארנומען מיט זיין ארום, דער סביבה, זיינע שכנים, אבער יעצט נישט. ער שלאפט טאקע מיט אנדערע מענטשן אין איין הויז, מענטשן מיט וועם ער האט בייטאג גאנץ גוט פארברענגט, אבער יעצט איז ער אליין. קיין שייכות מיט דאס איבעריגע מענטשהייט.

אט איז דער לבנה, הערליך און פרעכטיג, איר העלע שטראל טרייבט עטוואס אוועק די פינסטערניש, עס ווארפט א בלאסע שיין אויף די טונקעלע שטראזן, אבער זי פונקציאנירט אויך אליין פאר זיך, זי קימערט זיך נישט מיטן גאנצן ארום. זי גייט זיך איר וועג מיט א רואיגקייט. יעצט ביינאכט איז אלעס מאנאטאניש. שטיל טוט זיך יעדער זיין ארבעט, קאלט און צוריקגעצויגן. קיינער קוקט נישט אויפן צווייטנס זייט. טעטיג אבער פאסיוו.

קוק אן די ביימער דא. אינמיטן טאג זעט עס אויס ווי איין גרויסע וואלד, א מאסע פון ביימער, יעצט אבער דוכט זיך מיר ווי יעדע בוים שטייט זיך באזונדער, טאקע נעבן אן אנדערע בוים, אבער פארט אליין. איך קוק אראפ אויפן ערד, איך זעה די שטיינדלעך, עס זעט זיך מיר יעדע שטיינדל ווי א חפצא פאר זיך. אנשטאט זעהן ערד, זעה איך אסאך אינדעווידיואלע זאמד ברעקלעך.

און איך דער שפאצירער, בין אויך אליין. איך דערזעה מיר אין מיין מציאות, איך שפיר מיין עקזיסטענץ, און איך בין אליין. מיינע אויגן קוקן ארויס פון מיין פריוואטע באהעלטעניש, איך באטראכט דאס ארומיגער נאטור, און עס ווארפט מיר צוריק אזא אומהיימליכער פרעמדער געפיל. וואס האב איך מיט די גאנצע בריאה? קלער איך צו מיר, איינער איז אינטערעסירט אין מיר? ס'איז זייער א קאלטער אטמאספער דא אין וואלד ביינאכט.

איך וואונדער מיר, וואס איז דער אורזאך דערצו? פארוואס בייטאג ווען דער זון שיינט, שפיר איך זיך אזוי באהאפטן צו די בריאה, איך זעה דאס גאנצער באשאף ווי איין גרויסער באהאפטענע יוניווערס, יעדע זאך טרעפט זיך מיטן צווייטן, אן אויסטערלישע הארמאניע, אבער ווען ס'קומט דער טונקעלער נאכט איז אלעס אזוי צעשפליטערט, איינזאם. אליין?

מיינע געדאנקן לויפן, עס דערוועקן זיך אין מיר זכרונות. אט זעה איך מיר שטיין נעבן דאס קינד'ס בעטל, א פרישע נשמה'לע, ריין און ציכטיג. אזא הימלישע איידלקייט. איך ווייס אז א קינד האט א ספעציעלע פלאץ אין הארץ, עס איז זייער טיף צוגעבינדן צום זעהל, אבער איך פיל עס נישט, איך שפיר נישט דאס קשר. איך קוק דאס אן ווי א פרעמד זאך. און עס שטערט מיר זייער, איך וויל זייער פילן דאס טאטי'שע געפיל. פארוואס איז מיין הארץ אזוי קאלט? איז דאס מיין קינד? פארוואס קוק איך דאס אן אזוי פרעמד?

עס פאלט מיר איין א געדאנק. איך לייג זיך אראפ אויפן בעט נעבן דאס קינד, איך קוק עס אריין אין די אויגן, שטארק און דורכדרינגלעך. מיין גאנצער מח איז יעצט פארנומען צו פראצעסירן די זענדונגען וואס די אויגן שיקן אריין, עס איז דאס בילד פונעם קינד. איך בין קאנצעטרירט. איך פארגעס פון אלע דאגות, פון אלע רעיונות, יעצט זעה איך בלויז איין זאך. דאס קינד. איך נעם ארום זיין עקזיסטענץ, איך באטראכט זיין זיסע שלאף.

עס לויפן אדורך פינף מינוט, און נאך פינף, צוואנציג מינוט, א האלבע שעה. און אט זעה וואונדער, איך פיל ווי עס הייבט זיך אן בויען דאס פארבינדונג, צוביסלעך הייבן זיך די פעדעמער אן צו פארקניפן, די טאטי'שע געפילן הייבן אן צו רוישן. איך קוק און קוק און איך קען זיך נישט גענוג אנזעטיגן. אַך ווי זיס און לעכטיג. עס לויפן אדורך נאך פופצן מינוט, און איך קען זיך שוין אויפהייבן, מיסיע פארפולקאמט. איך פיל דאס קינד ווי א חלק פון מיר זעלבסט, א געפיל פון ליבשאפט וואס וועט זיך מער קיינמאל נישט אפטוען. עס בלייבט פארבינדן.

יעצט פארשטיי איך שוין - געב איך זיך א כאפ אויף. אויב איך זעה די זאך, מיין מח איז אנגעפילט מיט דאס בילד וואס איך זעה, דאן בין איך פארבינדן. אבער אויב איך "ווייס" נאר אז עס עקזיסטירט, אבער איך זעה דאס נישט בחוש, דאן פילט זיך דאס פרעמד און אפגעטיילט. עקזיסטירנד אבער ווייט פון מיר. אז עס איז ליכטיג, איך זעה דער וועלט מיט אירע באשעפענישן, פיל איך זיך און דאס גאנצער ארום פארבינדן. אויב אבער עס איז פינסטער, איך זעה מיין ארום אזוי פארנעפלט, דאן פיל איך זיך אפגעריסן. איינזאם און עלנד.

***

כי חלק ה' עמו, מיר זענען פעסט פארבינדן צום איינציגן באשעפער, און מיר ווילן קיינמאל פון אים נישט פארגעסן. ואני קירבת אלוקים לי טוב, מיר ווילן זיין דבוק אין אים. מיר ווייסן אז מיר זענען אינערליך פארבינדן, און מיר ווילן שפירן די נאנטקייט און ליבע. מיר לעבן אבער אין א מאטריאליסטישע וועלט, ווי דאס טאג טעגליכע ווירטשאפט מאכט פארגעסן דאס אמת'ע ווירקליכקייט. צו קענען מיר זיך קען ערלויבן צו פארגעסן אונזער קשר? וויאזוי קענען מיר פארט פילן דאס פארבינדנקייט?

דער ענטפער איז, אויב מיר "זעהן אים" אין יעדע זאך, מיר "זעהן" דאס געטליכקייט אין יעדן אביעקט מיט וואס מיר באגעגענען זיך נאר, מיר "זעהן" זיין השגחה אין יעדע פאסירונג, דאן זענען מיר באהאפטן. פארבינדן. אויב איז טונקל, מיר זעהן נישט דאס ריכטיגקייט פון די בריאה, דאן פילן מיר זיך אפגעריסן. מיר "ווייסן" טאקע און מיר גלייבן אינעם אחד יחיד ומיוחד, אבער מיר "פילן" נישט דער פנימיות'דיגער קשר.

אז מיר וועלן זיך איינגעוואוינען צו אנקוקן דער וועלט מיטן אמת'ן בליק, "זעהן" דאס געטליכע פנימיות; אז מיר זעהן א בלעטל, א פויגל, זעהן מיר א בורא; אז מיר זעהן א פאסירונג, זעהן מיר א מנהיג; דאן וועלן מיר זיך פילן פעסט פארבינדן צום לעכטיגן באשעפער, און שפירן די טיפע ליבשאפט, א ליבשאפט וואס וועט זיך קיינמאל נישט אפטוען. עס בלייבט פארבונדן.
לעצט פארראכטן דורך מחשב אום דינסטאג אוגוסט 11, 2020 9:02 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: איינזאם אדער פארבינדן; פרעמד אדער ליבלעך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

wow!!!!!!!!!!!!!!!

דאס איז מורא'דיג!!!

זייער גוט ארויסגעברענגט. וכן לענין התורה. ווען מען לערנט תורה בעיון, מ'טראכט שטארק אריין אין די ווערטער, מען איז זיך מקשר מיט די תורה, שפירט מען די נאנטקייט צו די תורה און צום בורא.

(וואס האט דאס צו טוהן מיט ביינאכט?)
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איינזאם אדער פארבינדן; פרעמד אדער ליבלעך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:wow!!!!!!!!!!!!!!!

דאס איז מורא'דיג!!!

זייער גוט ארויסגעברענגט. וכן לענין התורה. ווען מען לערנט תורה בעיון, מ'טראכט שטארק אריין אין די ווערטער, מען איז זיך מקשר מיט די תורה, שפירט מען די נאנטקייט צו די תורה און צום בורא.

(וואס האט דאס צו טוהן מיט ביינאכט?)

קודם א דאנק פארן קאמפלימענט! אבער דו האסט פארזעהן דער גאנצער פונקט.

"זעהן" איז נישט ווי "וויסן". דער ציל איז צו מכיר זיין דעם באשעפער דורך די גשמיות'דיגע חושים, און צו מקשר זיין די התפעלות פון די חושים צו דער "פועל", דער באשעפער.

אז דו לערנסט תורה, אבער ווען דו גייסט ארויס אויפן גאס "זעהסטו" א חיצוניות'דיגער וועלט, פעלט דאס אין דביקות און אין קרבת אלוקים.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך זע דעם ארטיקל!!

זייער פאעטיש געשריבן, און גאר גוט ארויסגעברענגט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א טיפער געדאנק, און פאעטיש אראפגעשריבן.

קום אריין אפטער, און לענגער!

---
אסדר האקט! ווער האט דיר געגעבן רשות צו גנב'ענען מיין אויסדרוק?!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

געשריבן ערגעץ צווישן די בערג? אריינגעסיינט ווייל דאס פאדערט א דאנק און קאמפלימענט. הערליך! געפיל, מחשבה, און ארט געפלאכטן אזוי קונצליך
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ווי געשמאק!

דערמאנט מיר פון יושר דברי אמת פרק כ''א, עיין שם ותמצא נחת.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

עמוק עמוק
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ווי א 'דערבארעמדיג'ער' 'גוטערמארגן' 'אסדר' א 'גרויסע' תודה ל'קלאצקאפ' ול'ניין און יא'.

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:קום אריין אפטער, און לענגער!

נישטא קיין גרויסע פארלאנג, ווייזט אויס... אדער שטעל איך נישט צו די ערווארטונגען.. :?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

גאר גאר גוט און שטארקע חומר למחשבה! מחשב, דו האסט טאלאנט!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גאר טיפע הרגש'דיגע מושג, פאעטיש אראפגעשריבן.

מיר דערמאנט עס פון 'פיאסעצנא'.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

פעיק ניוז האט געשריבן:גאר טיפע הרגש'דיגע מושג, פאעטיש אראפגעשריבן.

מיר דערמאנט עס פון 'פיאסעצנא'.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שטארקע און טיפע געדאנק!
די שפראך און אראפגעלייגט געוואלדיג.

יעצט האבן מיר נאך א פשט במה שכתב רבינו:
והיאך היא הדרך לאהבתו ויראתו. בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים ויראה מהן חכמתו שאין לה ערך ולא קץ מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר ומתאוה תאוה גדולה לידע השם הגדול כמו שאמר דוד צמאה נפשי לאלהים לאל חי.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער זייער שיין ארויסגעברענגט, גאר א טיפע נקודה!

איך גיי עפעס משוגע פאר די שפראך און שריפט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

געליינט. איבערגעליינט. דאן איבערגעלערנט.

הערליך הערליך שיין! טיפע נקודה אזוי הערליך צעלייגט אז מ'זעט עס במוחש!

די פארלאנג איז דא. ווי די מציאות איז אז פאר יעדע 'געשריבענע תגובה' איז דא צענדליגע 'לייקס' (דערווייל קען מען עס נאכנישט 'זעהן' בפועל..)

די ערווארטונג? וויפיל מ'ערווארט נאר פון מחשב אין א לענגערע ארטיקל, שטייגסטו עס איבער!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שער הבחינה.
מיט א ספייסי משל וואס גיבט א שטארקע קלארקייט אין די זאך

אין נועם אלימלך פרשת ואתחנן אויפן פסוק השמר לך ושמור נפשך זאגט ער אפאר קורצע ווערטער די געדאנק פון זיך באטראכטן און אזוי מכיר זיין דעם בורא עולם עיין שם

יישר כח אויך דערבארומדיגער פאר די מראה מקום
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

א דאנק אייך אלע!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זייער שיין. איך בין אנגעקומען אהער דורך א אנדערע ראוד הנקרא: אהבה מאי זה.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נשמה האט געשריבן:זייער שיין. איך בין אנגעקומען אהער דורך א אנדערע ראוד הנקרא: אהבה מאי זה.

א דאנק!

און וואס איז מיט יענע ראוד? ס'איז כאטש א שיינע ברייטע גראדע שטראז, אדער א פארדרייעטע?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מחשב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:זייער שיין. איך בין אנגעקומען אהער דורך א אנדערע ראוד הנקרא: אהבה מאי זה.

א דאנק!

און וואס איז מיט יענע ראוד? ס'איז כאטש א שיינע ברייטע גראדע שטראז, אדער א פארדרייעטע?

ווענצעך פון וועליכע אשכולות ער איז געווען בעפאר.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ניין, איך האב שוין געזען, כ'זעה אז ער פארט דארט זייער באקוועם. ס'זעט אויס שיין זוניג...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ברוך השם.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נשמה האט געשריבן:זייער שיין. איך בין אנגעקומען אהער דורך א אנדערע ראוד הנקרא: אהבה מאי זה.

ביסט אריבער שטילערהייט?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: דער טונקעלער איינזאמקייט, און דער ליכטיגער נאנטקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:זייער שיין. איך בין אנגעקומען אהער דורך א אנדערע ראוד הנקרא: אהבה מאי זה.

ביסט אריבער שטילערהייט?

איך האב אראפגעשטעלט דאווענען אינמיטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”