א שלום זכר אין ירושלים!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א שלום זכר אין ירושלים!

אמעיזינג! די ניגונים, די מיוזיק, די וועג ווי אזוי זיי זינגען און צולייגן יעדע תנועה אז סאיז א ברכה צו מאכן!

איין תנועה האט מיר מוראדיג געכאפט אבער צודרייט צו ווערן, ער האט גענומען לאמיר מאכן קידוש און פאדרייט פאר א הקדמה אויף הטיבות מאוד, ווי אהרלע דרייט מיט די שאבעס (ארויף) שבת (אראפ) קוידעש.... און מאיר געבט א פאר אריין אין הטיבויתת מעאווווד לווורישוינים... מעין עולם הבא דאס.

-----

די קליפ חלק דאס איז שוין גאר א אנדער מעשה.
מיר האט דאס געגעבן א שלעפ אריין צו די מאה שערים געסלעך. ביי נונז אמעריקאנער בויעס ווייסט מען נישט פון פראווענען א שלום זכר, דא האט מען עס אריבער געפירט צום וואך נאכט, אבער ביי די ירושאליעמער אידאלאך איז דער שלום זכר אהההה..... וואס זאל איך ענק זאגן, סיטוטצאך!

די שמחה הייבט זיך שוין אן ערב שבת ווען דער בעל שמחה שלעפט און מאכט. די קינדער זענען שוין מסודר, צוויי ביים ברודער, דער קליינער ביי די שוועגערין, און זי איז אין בעט-האחלאמא, און ער האט א גאנצן פרייטאג צו מסדר אפאר בונדלעך, אבער ער שוויצט אריין אז סגייט א רויעך, ער פירט א וועגאלע אנגעפילט מיט זכר בונדלעך, ארבעס און ביר שטייצעך. ער איז זיכער ס׳גאנצע וועלט דריידט זיך ארום איהם און יעדער טראכט נאר פון איהם.

פרייטאג צונאכטס אין בעסמעדרעש דריידט ער זיך ארום ווי דער חתן אליין, ער לאנדט יעדעם, ער קלאפט אריין און ארויס, דיר וויל איך זעהן, און דו מיזט קומען, דו וועסט זיכער זיין אונז קענען זיך דאך שוין יארן!. ווער רעדט נאך ווען דער גבאי זעצט אויפן בימה ״ערעב... רופט דעם עולם צום שלום זכר ביי זיין שווער אין שטוב, גוט שבת״, ער הערט אין בעקראונד די קולות פון שמחה פון גאנצן עוילעם, א רעב קיווע מאכט א שלעם זאכער... בליידיגט ווערט ער ווען ער הערט פון די לינקע אויער ווי איינער פרעגט ווער מאכט א זכר?, וואס? וואס הייסט ווער איך מאך א שלום זכר דו גאנצע שטאט דריידט זיך דאך, מאדנע אז יענער ווייסט נישט...

ביים סעודה איז עפעס א בחינה פון געמישטע געפילן פון נארוועיזקייט צו דער עולם וועט קומען מיט שמחה און געפיל פון הודאה פארן באשעפער, ער פראבירט צו זינגען אודה אבער זיין קאפ לויפט איהם צו אלע זייטן, און ער לויפט זיכער מאכן די ביר ליגט טאקע אין פרידזשידער, ס׳מיז דאך זיין אייז קאלט. אויב איז מען ביזי אז מקען נישט פארשטיין קיין גרוש איז עס נישט געזאגט געווארן אויף א אזא איינעם ביי די פרייטאג צונאכטס סעודה, זי איז נישט דארט, די קינדער זענען בארבע כנפות, ער איז האלב מיד האלב צופארן, און זיין שויגער מאכט זיכער יעדע צוויי מינוט צו פרעגן צו ער האט אלעס און ער דארף נישט בעצאפל נאך אביסל יועהך...

פיינעלי ענדיגט מען די סעודה, שטייצעך נאכן יאגן אביסל ווייל דער עולם קומט דאך שוין באלד. את עמו בשלום זאגט ער שוין אויפן וועג צום קאך, און מ׳ברענגט אריין.... ניין נישט די אמעריקאנער שטותים, דארט קומט ארבעס, פעפעריג ווי נאר די חברה קענען, זכר בונדלעך, ביר אבער קאלטע ביר, קאלא, סאדא און אויך קאלירטע טרינקען... ירושלימער לאקשן קוגל מיט די רעסעפי וואס זיין מאמע געבט נישט ארויס...

אלעס איז גרייט, ער זעצט זיך אויבן אן גרייט צו אויפנעמען די געסט, אבער איננו.. ער האט שוין געטוישט פלעצער פיר מאל, ער זיצט שוין אויף די פיפטע שאקלענדיג די פיס. אבער דא כאפט ער זיך אז ס׳גייט נישט אזוי, וועלכע פעזישן זאל ער זיצן ווען דער ערשטער קומט אריין, מ׳קען דאך נישט זיצן סתם ווי כאילו איך האב געווארט און געווען נארוועיז אז מ׳זאל קומען, ס׳איז דאך א שמחה אין שטאט וואס יעדער לויפט אהין און מ׳גייט זיך שטופן ביים טיר אריינצוגיין. מאכט מען זיך באקוועם, מ׳זעצט זיך אראפ מיט א חסידיש ספר, ער בלעטערט אהער אין אהין מיט א פנים ווי כאילו יעדע וואך זיצט ער דאך אזוי מיטן קדושת לוי...

אה, ער הערט שוין טריט, איינער קומט.... אה, מזל טוב! נעם דיר א גלעזעל קאלטע ביר.
נאך איינער קומט, און שלעפט מיט זיך אזא שיינער איד, יענער וואס גייט אייביג גראד מיטן ריקן, ער האט העכט נישט געוואלט קומען נאר זיין חבר האט איהם געשלעפט, נו קום צום זכר דו קענסט איהם, איך קען איהם נישט, איך זאג דיר דו קענסט איהם וועסט איהם זעהן וועסטו זעהן אז דו קענסט איהם... דער זעלבער וואס שפעטער פאסט איהם נישט אזוי מיטצוזינגען, נאר מורמלט זיך אונטער ווען ער מאכט זיכער זיין רוקן איז גראד, און אטא דער זעלבער וואס שלעפט ארויס דעם טאביק פושקע און מאכט זיכער יעדן צו מהנה זיין מיט א עונג שמעק, און אך און וויי ווער סוואגט זיך נישט צו קאמפלעמענטירן אז דאס איז סאמטינג ספעשל, ער וועט ווערן פארוונדלט בין רגע אין איינער וואס פרשטייט א רעטעך צו טאביק.
ער קלאפט איין מיטן בעל שמחה ווי כאילו ער קען איהם שוין זיבציג יאהר, און מורמלט א מזל טוב...

דערנאך קומט דער וואס האט זיך געשלעפט פון צווייטן עק אוי אי עס געווען א וועג, כאמאזל דא באכעט מאזגאן!, ״איך זאג דיר פאר א צווייטן וואלט איך מיר נישט געשלעפט אין די היצן, אבער פאר דיר...״ קלאפ אריין: מאזל טאב!

און שטייצעך קאראנע צייטן דארף מען וואטשן, און יענער פארגעסט נישט פון די מאסק, און פון נישט געבן די הענט...

אונז האבן דא דער בראנפן מבין, יא דאס איז א טייערע מייעשה, סקאסט א הונדערטער, און א הכשר דארף מען נישט, אזוי האב איך געהערט אמאל פון מיין רב....

איר קענט דער וואס דריידט זיך אייביג מיט א גליון, יא דער זעלבער וואס קושט יעדע מזוזה...

דערנאך האבן מיר דער גוט זאגער וואס יעדער קוקט איהם אין מויל אריין און שיסט אויס פון גלעכטער פון זיינע גוטצלעך... וואס קען זיין בעסער נאך א גוטן שבת סעודה?
דער וואס איז שוין נאך בן ארבעים און זיינע גיטצלעך וואלט אמאל געווארן אראפ געריסן, ווערט היינט אנגעקוקט ווי: וואו! דער איז קאדינג קעיר א לעיס!

דער חתן אליין איז שוין נאכן אריינעמען אזא עטליכע ביר און דערצו אפאר גלעזעלעך משקה, נו גייען מיר אויף א באטע, ער צופייערט זיך און קאכט זיך ווי דער רבי ביים טיש...
נו נאר ער מעג קאכן? דער עולם ארום ווערט מיטגעשלעפט, און אפילו דער שיינער איד זינגט זיך שטיל אונטער שאקלענדיג מיטן קאפ און שפיאנירט דעם ארום.

אין צווייטן ווינקל האבן מיר דער ״עלטערער בחור״ דער בעל שמחה׳ס א חבר, נאך פון ישיבה קטנה איז ער גוט געווען מיט איהם. אופס.. די אויגן קלעבן, איך מיין, סאיז געוען א גוטע וויין, אבער מיט אייזערנע כוחות האלט מען עס האפן...אבער דער שטן האט מצליח געווען... חחחח..חחח... און פלוצלינג געבט ער זיך אוועק אויף ווען די חברה צופייערן זיך אויף אוי וועי אוי וועי שאבעס קוידעש שאבעס קוידעש....

אזוי אויך דער צובראכענער איז וואס זיצט אויפן וויל טשעיר, איינער וואס דער בעל שמחה קוקט איהם ניטאמאל אן אין נארמאלע אומשטענדן, אבער יעצט איז ער דאך ידוע פאר דער משמח לב נשברים און האקט איהם אריין, אז יעדער זאגט: אה, נישט געוואוסט ער איז אזא בעל חסד איד...

איינער זעהט? נע קיינער זעהט נישט, אריין אין טאש.
דער ירושלימער וואס רוקט סחורה אויף שפעטער. פלעגט מען ביי אונז האבן א מנהג צו דערציילן ביי יעדן שלום זכר אז איינמאל האט זיך דער בעל שמחה געטראפן מיט ליידיגע טישן און שבת איז דאך די גראסעי פארמאכט, האט ער אויסגעקלאפט ״די עירוב איז צוריסן״, ביז צוויי מינוט איז געווען פיל די טישן (אקעי, כ׳מיין אזא מעשה געשעהט נישט אין וויליאמסבורג אבער אין ירושלים יא...)

נאך א מנהג של באבעס פלעגט מען צו דערמאנען משה זרח וואס איז אנגעקומען צו שפעט צום שלום זכר, און ארבעס איז שוין נישט געווען. נו וואו אזוי איז מען יוצא א שלום זכר אן ארבעס?, האט ער זיך אבער געשעמט צו בעטן מ׳זאל אריינברענגען נאך, חשב ומצא, ער האט זיך צוגעזעצט נעקסט צו חיים, און ווארט דער בעל שמחה זאל נענטער קומען, און רופט זיך אן, ״חיים! דוו ווילסט ארבעס בעט ארבעס, וואס ציפסטו?״
נו היינט האט משה זרח מחליט געווען צו האקן פאפקארן אנשטאט ארבעס, איינס צוויי און נאך איינס.... און נאך מיט זיין קאלפיק און לאנגע ווייסע בארדע....

דער עולם קאכט אריין אין א ניגון נאך א ניגון, און דא קומט אייביג דער וואס קומט אן אינמיטן און ער איז זיכער אז ער דריידט איער די זאך און ווען נישט איהם וואלט דא געווען טויט, כאמאזל ער האט זיך אויפגעווקעט און געקומען צו לויפן... ער קלאפט זיך אויפן בייכל ווען דער בעל שמחה זאגט איהם נאכדעם, יואלי דו האסט געמאכט די זאך, און ער איז משלים לעומתו: כאמאזל, איך בין שוין געווען אין בעט און איך האב מיר דערמאנט, איך בין געקומען צו לויפן....

די הענט צושפרייטן זיך, די ,יס הייבן זיך און די ירושלימער צוטאנצן זיך אז סאיז מעין עולם הבא. און נישט פארגעסן פון דער וואס קומט אייביג נאכעדעם, מאכט זיכער דא אויך נישט צו אויסלאזן די שמחה, נישט געפערליך נעקסטע יאהר אי״ה נאכמאל (ער מיינט צו זאגן נאכאמאל קומען שפעט...)...


עני וועי מזל טוב קיוואלע!
ווייסטו דאך נישט ווער איך בין, נו סאחילוק...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

יויש ביזטו גוט!!!! איינס אוו-עי-קיינד!!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

@איינס' שיין געשריבן, גוט אראפ געלייגט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יעצט נאכן איבערקוקן דעם קליפ, בין איך מורא'דיג איבערגענומען, ווי אזוי הרב איינס האט אזוי קלאר אראפ געשריבן אלע דיטעילט'ס

וויל איך נאר וויסן, ווער זענען די אלע שחקנים? נישט אלע קען איך.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סשטייט אלע נעמען ביים סוף
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

די קליפ איז מוראדיג און די ארטיקל נאך בעסער. איין טעות נאר - אזא הייזקעלע טרעפט מען נישט אין מעישארים... (אפשר י.א.ש...)
וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט איז ווי נאטירליך די חברה זענען. די געשמאקע מאיר געט א ציפ פאר פנחס אין בויך... אהרעלע דאווענט צום רבין (_גראדע די מאסק פאסט פאר אים?).... דעם ביר עפענט מען נישט מיט א פותחן נאר מיט א פלעשל... וויזוי דער ריקט פאפקארן מיט אזא שנעלקייט אז מער קומט אן אויפן רצפה ווי אין מויל...
דער איינציגסטע זאך וואס איז נישט נאטירליך איז די הויז און די עסן, ווי געשריבן...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ווער כאפט עס אפ אינמיטן שבת?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איינס, שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון די דעטאלן וואס דו האסט אויפגעפאסט און אזוי זיס אראפגעלייגט

צוקאש פלעגט מיין באבע זאגן
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

נאכנישט געזען דעם קליפ אבער דיין געשרייבעכטס איז אויסערגעווענליך, ׳איינס׳ אין די וועלט
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער געשמאק אראפגעלייגט
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

יויש איז דעיס א גוטע קליפ (נאכנישט געליינט דיין ארטיקל)

ס'זעהט באמת אויס ווי מאיר זינגט אנגעגעסענערהייט אקוראט ווי שבת אויפדערנאכט נאך די סעודה
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

סטיטשינער האט געשריבן:די קליפ איז מוראדיג און די ארטיקל נאך בעסער. איין טעות נאר - אזא הייזקעלע טרעפט מען נישט אין מעישארים... (אפשר י.א.ש...)
וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט איז ווי נאטירליך די חברה זענען. די געשמאקע מאיר געט א ציפ פאר פנחס אין בויך... אהרעלע דאווענט צום רבין (_גראדע די מאסק פאסט פאר אים?).... דעם ביר עפענט מען נישט מיט א פותחן נאר מיט א פלעשל... וויזוי דער ריקט פאפקארן מיט אזא שנעלקייט אז מער קומט אן אויפן רצפה ווי אין מויל...
דער איינציגסטע זאך וואס איז נישט נאטירליך איז די הויז און די עסן, ווי געשריבן...

הייזקע איז אין צפת
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווער כאפט עס אפ אינמיטן שבת?

נאר א קידוש ממעג מען מאכן ליל שישי? א שאלענזאכער אויך!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איינס האט געשריבן:סשטייט אלע נעמען ביים סוף

נאר די זינגערס נישט די שחקנים
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

די זינגערס און א שיינער חלק פון די מישטפילערס, די שענסטע איז משה ארי' קרויס דרימלט, אבער ווי אויבן געזאגט ברויך מען בייטן דעם קעפל, נישט מייאשערים נאר אין צפת
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

חמרא טבא האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:סשטייט אלע נעמען ביים סוף

נאר די זינגערס נישט די שחקנים

שטייט דארט אלע נעמען

Screen Shot 2020-08-06 at 10.25.39 AM.png
Screen Shot 2020-08-06 at 10.25.39 AM.png (130.04 KiB) געזען 2821 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 10:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מענטשאלע האט געשריבן:די זינגערס און א שיינער חלק פון די מישטפילערס, די שענסטע איז משה ארי' קרויס דרימלט, אבער ווי אויבן געזאגט ברויך מען בייטן דעם קעפל, נישט מייאשערים נאר אין צפת

מיישארים ,צפת, אדער סיי ווי, די אמת איך זעה עס אויף מיין סקרין... די פוינט איז די מהות איז א ירושלימער זכר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

נאך אזא שיינע אנאליז האצעך עס גאר אנדערש געקוקט. די אלע זיסע דיטעילס.
איך וואלט געגעבן פאר איינס א WOW! (קרעדיט: מאיר אדלער, כשרונות)

איינס האט געשריבן:איין תנועה האט מיר מוראדיג געכאפט אבער צודרייט צו ווערן, ער האט גענומען לאמיר מאכן קידוש און פאדרייט פאר א הקדמה אויף הטיבות מאוד, ווי אהרלע דרייט מיט די שאבעס (ארויף) שבת (אראפ) קוידעש.... און מאיר געבט א פאר אריין אין הטיבויתת מעאווווד לווורישוינים... מעין עולם הבא דאס.

דאס איז מורא'דיג נאטורליך ווען מענדי 'כאפט' אז ס'איז לאמיר מאכן קידוש און יעדער געבט אזא שמייכל...

איינס האט געשריבן:דער עולם קאכט אריין אין א ניגון נאך א ניגון, און דא קומט אייביג דער וואס קומט אן אינמיטן און ער איז זיכער אז ער דריידט איער די זאך און ווען נישט איהם וואלט דא געווען טויט, כאמאזל ער האט זיך אויפגעווקעט און געקומען צו לויפן... ער קלאפט זיך אויפן בייכל ווען דער בעל שמחה זאגט איהם נאכדעם, יואלי דו האסט געמאכט די זאך, און ער איז משלים לעומתו: כאמאזל, איך בין שוין געווען אין בעט און איך האב מיר דערמאנט, איך בין געקומען צו לויפן....

געווענליך קומט יענער ווען יעדער איז שוין אפגעמוטשעט פון זינגען, און ער הייבט אן מיט א פרישקייט, טאקע די לאנגע רחם...

אבער לאך לאך, למעשה פירט ער עס טאקע אן!
ניהול: יואלי דווידוביץ
אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע: ביים פערד סוחר

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל שעפסילקאוו »

מיר איז די מערסטע געפאלן דעם טשאלעמער וואס בייסט אריין אין דעם ליקעריש...
זונדל'ס א ברודער
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פייטל שעפסילקאוו האט געשריבן:מיר איז די מערסטע געפאלן דעם טשאלעמער וואס בייסט אריין אין דעם ליקעריש...

אהרעלע מיט'ן מאסק.
דער וואס שלאפט ביים זינגען די ניגונים.
יענער וואס רוקט אריין ניסעלעך אין טאש...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווער כאפט עס אפ אינמיטן שבת?

צולם על ידי נכרי מאנ"ש...
לעצט פארראכטן דורך שמו אום דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 2:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ביסט זיכער !?
כ'האב עס נישט געזען שטיין אין ערגעץ
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ביסט זיכער !?
כ'האב עס נישט געזען שטיין אין ערגעץ

פארגעסן צו לייגן דריי פינטעלעך, ואתכם הסליחה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

שמו האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:ביסט זיכער !?
כ'האב עס נישט געזען שטיין אין ערגעץ

פארגעסן צו לייגן דריי פינטעלעך, ואתכם הסליחה

ער האט אויך ווארשיינליך פארגעסן...
נו שוין
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א שלום זכר אין ירושלים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נו שוין דא האט איר....................
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”