אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

ווען גייט גרינגער דורך די תענית?

תשעה באב
91
33%
יום כיפור
183
67%
 
סך הכל שטימען: 274

אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

די איינציגסטע צוויי תעניתים אינעם יאר וואס לויפן א קיילעכדיגע רעדל 24 שעה רונדע דעם זייגער זענען תשעה באב און יום כיפור

ס'זענען דא וואס זאגן אז תשעה באב איז גרינגער פאר זיי וויבאלד מ'קען זיין פארנומען מיט ערלעדיגן זאכן אויפ'ן טעלעפאון
אנדערע זאגן אז יום כיםור איז גרינגער וויבאלד מ'איז אין ביהמ"ד א גאנצן טאג און מ'ווייסט אז ווען די טאג ענדיגט זיך גייט מען אהיים אויספאסטן

נו, וואס זאגט דער עולם?
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

יום כיפור אז די שוין קערצער פון תשעה באב מיט א האלבע שעה א שעה
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

יום כיפור זיצט מען אויף איין פלאץ איז זיכער שוווערער
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
ס'קען זיין
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 2:21 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'קען זיין »

די עיקר שוועריקייט פון פאסטען תשעה באב איז די ליידיגע צייט
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ס'קען זיין האט געשריבן:די עיקר שוועריקייט פון פאסטען תשעה באב איז די ליידיגע צייט

פון די אנדערע זייט קענסטו זאגן אז דו הייבט זאגט אן הערשט ארום 1:00 נאכמיטאג
אוועטאר
ס'קען זיין
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 2:21 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'קען זיין »

האלצשטיין האט געשריבן:
ס'קען זיין האט געשריבן:די עיקר שוועריקייט פון פאסטען תשעה באב איז די ליידיגע צייט

פון די אנדערע זייט קענסטו זאגן אז דו הייבט זאגט אן הערשט ארום 1:00 נאכמיטאג

;l;p- ;l;p- ;l;p-
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

ס'קען זיין האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
ס'קען זיין האט געשריבן:די עיקר שוועריקייט פון פאסטען תשעה באב איז די ליידיגע צייט

פון די אנדערע זייט קענסטו זאגן אז דו הייבט זאגט אן הערשט ארום 1:00 נאכמיטאג

;l;p- ;l;p- ;l;p-

עם כל זאת די ליידיגע צייט פון 1:00 איז געפערליך
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

תשעה באב,
ווייל איך האב נישט אזוי מורא אז איך גיי נישט קענען פאסטען,

יום כיפור ווער איך שוואך פון די פחד אז מ׳מוז פאסטען, ווי אויך די געפערליכע עונשים אויב מ׳פאסט נישט, דאס מאכט מיך פאסטען שווערער
The Divided States Of America
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

ת"ב איז דא אזוי פוהל מער מיט וואס אנציפוהלן דעם טאג משא"כ יו"כ איז זייער שווער די גאנצע מוסף חזרת הש"ץ זיצן און טראכטן פון עסן מיט א לולב
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

ראש המערכה האט געשריבן:ת"ב איז דא אזוי פוהל מער מיט וואס אנציפוהלן דעם טאג משא"כ יו"כ איז זייער שווער די גאנצע מוסף חזרת הש"ץ זיצן און טראכטן פון עסן מיט א לולב

איך ווייס נישט די טאג איז זייער לאאאנג!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

תשעה באב איז שווערער,
פשוט ווייל איך פאסט יעצט, קענסט פרובירן פרעגן מארגן נאכאמאל
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

יש בו האט געשריבן:תשעה באב,
ווייל איך האב נישט אזוי מורא אז איך גיי נישט קענען פאסטען,

יום כיפור ווער איך שוואך פון די פחד אז מ׳מוז פאסטען, ווי אויך די געפערליכע עונשים אויב מ׳פאסט נישט, דאס מאכט מיך פאסטען שווערער

מען דערציילט אז דער צמח צדק פון ליובאוויטש איז געווען ניט געזונט פאר יום כיפור און דער דאקטער האט געזאגט מסתמה וועסטו ניט קאנען פאסטען.
לפועל האט דער צמח צדק געפילט אז ער קאן פאסטן, און האט געפאסט.

ער האט שפעטער געזאגט אז אויב ער וואלט טאקע געפילט אז ער קאן ניט פאסטען וואלט ער געגעסן,
ווייל דער זעלבער אויבערשטער וואס האט געהייסן פאסטען האט געהייסן ושמרתם מאוד לנפשותיכם , וחי בהם.

אבער תשעה באב? ווי קאן מען עסן?
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

בעל מנוחה האט געשריבן:תשעה באב איז שווערער,
פשוט ווייל איך פאסט יעצט, קענסט פרובירן פרעגן מארגן נאכאמאל

סאו א טאג נאך יום כיפור וועסטו לכאורה קענען מאכן א סך הכל ווען ס'איז שווערער..
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

תשעה באב איז פארמיר אסאך גרינגער.

מערערע יארן איז מיר געווען זייער שווער בכלל פאסטען.

איז יום כיפור זיצן אין שוהל א גאנץ טאג און ניט עסן און זאגן דער גאנצער מחזור איז שווער.
תשעה באב קאן מען ליגען אין בעט, און אויך פרובירן שלאפן, און מען דארף ניט זאגן גאנץ מחזור.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

האלצשטיין האט געשריבן:
בעל מנוחה האט געשריבן:תשעה באב איז שווערער,
פשוט ווייל איך פאסט יעצט, קענסט פרובירן פרעגן מארגן נאכאמאל

סאו א טאג נאך יום כיפור וועסטו לכאורה קענען מאכן א סך הכל ווען ס'איז שווערער..

מארגן איז אויך גוט אבער נישט בשעת מעשה וואס די נגיעות שטערן פון אפמאכן מיט א קלארקייט
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

איך ווייס נישט וועלעכער איז שווערער, אויף אזויפיל ווייס איך אז די צוויי זענען ביי מיר פון די גרינגסטע תעניתים וויבאלד די טעג האבן א סקעדיול
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

בלייב געזונט האט געשריבן:יום כיפור אז די שוין קערצער פון תשעה באב מיט א האלבע שעה א שעה

יום כיפור פאנגט זיך אן פריער
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ווי איז יום כיפור קורצער? עס ענדיק זאך פריער אין טאג אבער עס איז לענגער ווייל מען דארף טאהן מוסיף מחול אל הקודש,
און אויך נעמנט ניט אויס יום טוב אזוי שנעל ווי מען מעג עסן נאך א פאסט ווי שעה באב.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ראש המערכה האט געשריבן:ת"ב איז דא אזוי פוהל מער מיט וואס אנציפוהלן דעם טאג משא"כ יו"כ איז זייער שווער די גאנצע מוסף חזרת הש"ץ זיצן און טראכטן פון עסן מיט א לולב

פארוואס א לולב??
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

צום קעפל
אוודאי תשעה באב
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

האלצשטיין האט געשריבן:די איינציגסטע צוויי תעניתים אינעם יאר וואס לויפן א קיילעכדיגע רעדל 24 שעה רונדע דעם זייגער זענען תשעה באב און יום כיפור


להערה בעלמא, מען פאסט פון די שקיעה ביזן צאת דאס איז 25 שעה מיט 12 מינוט,

בלייב געזונט האט געשריבן:יום כיפור אז די שוין קערצער פון תשעה באב מיט א האלבע שעה א שעה


יום כיפור פאסט מען אויך פון די שקיעה ביזן צאת די זעלבע 25 שעה מיט 12 מינוט

אויב עפעס איז יוה"ק קומט צו אז מעריב דאווענט נאכן זמן און מען דארף אהיים גיין מאכן הבדלה, משא"כ תשעה באב דאווענט א גרויס ציבור פארן זמן און פאסט אויס אין ביהמ"ד.

נאר וואס דען, ת"ב איז בעצם אן אנגעזעצטע טאג, יוה"ק איז דאך א מחי' יעדע רגע
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

יום כיפור איז ביי מיר סך גרינגער, תשעה באב די ליידיג גיין איז געפערליך.

יום כיפור האמיר א הערליכע דאווענען און דערנאך גייט מען אהיים פרייליך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

zugurnish האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:תשעה באב,
ווייל איך האב נישט אזוי מורא אז איך גיי נישט קענען פאסטען,

יום כיפור ווער איך שוואך פון די פחד אז מ׳מוז פאסטען, ווי אויך די געפערליכע עונשים אויב מ׳פאסט נישט, דאס מאכט מיך פאסטען שווערער

מען דערציילט אז דער צמח צדק פון ליובאוויטש איז געווען ניט געזונט פאר יום כיפור און דער דאקטער האט געזאגט מסתמה וועסטו ניט קאנען פאסטען.
לפועל האט דער צמח צדק געפילט אז ער קאן פאסטן, און האט געפאסט.

ער האט שפעטער געזאגט אז אויב ער וואלט טאקע געפילט אז ער קאן ניט פאסטען וואלט ער געגעסן,
ווייל דער זעלבער אויבערשטער וואס האט געהייסן פאסטען האט געהייסן ושמרתם מאוד לנפשותיכם , וחי בהם.

אבער תשעה באב? ווי קאן מען עסן?

ס'איז דא א ווארט פון צדיקים:
תשעה באב! ווער קען דען עסן?
יום כיפור! ווער דארף דען עסן?
---
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יום כיפור איז מיר אסאך אסאך גרינגער, ווייל כ'האב וואס צו טון א גאנצן טאג. איך גלייך דעם מחזור און עס איז מיר א געשמאק.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אנקעטע: ווען פאסט איר גרינגער, תשעה באב אדער יום כיפור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

יום כיפור איז מיר אלע יארן געווען גרינגער. ווייסעכניש פארוואס

מסתמא דאס
יוד אלף האט געשריבן:נאר וואס דען, ת"ב איז בעצם אן אנגעזעצטע טאג, יוה"ק איז דאך א מחי' יעדע רגע



אפשר קעמען פארגלייכן ווער ס'ברומט זיך נאך אונטער די נוסח התפילה מוצאי יוה"ק

מ'האקט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”