א גרוס פון יענע וועלט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

סיז מסודר האט געשריבן:דערווייל איז יעדע זאך וואס מהאט געטוהן וועגן די פראבלעם פון טעכנאלאגיע געווען דערויף קריטיג ביזן הימל. די רבנים ווייסן נישט וואס זיי רעדן. די מוסדות קען מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן. שומרים קארטלעך ברענגט חוצפה. הבדלה רייסט אראפ דעם עולם.

כפלעג הערן אז די איינציגסטע מהלך וואס דארף צו ארבעטן איז "אויפקלערן דעם עולם" אז דער עולם זאל אליינס וועלן אן שטיין מיט א שטעקן. יעצט זעה איך אז דער מהלך אבעט אויך נישט

למעשה האט איינער דא עפעס א מהלך וואס קען ארבעטן וויאזוי מקען אפהאלטן דעם נעקסטן זשענערעישן נישט אריינצופליען אין יענע וועלט גראד נאך די חתונה?

זייער פשוט איזהו חכם הרואה את הנולד [כבר (חת״ס)].
מען האט אויפגעקלערט דעים עולם (נישט זייער משפחה), אז עס איז דא א ערנסטע פראבלעם אז מען קען נכשל ווערן (נישט אז יעדער ארבעטער איז א שגץ, און לאזט איבער די ווייב און קינדער), ווען מען באנוצט זיך מיט ״אינטערנעט״ בכלל (נישט מען האט געכאפט דעים ״ס.פ.״ פאר א לעזאזאל, און נישט מען האט אנגעהויבן מסביר זיין וועלכע סייט איז יא אדער נישט כשר, און נישט דערציילט פאר יעדן קינד וואס מען קען אלס זעהן).
און די זעלבע צייט איז מען געקומען מיט א סעלושען, פילטערס (נישט בת היענה אז מען דארף עס נישט, נישט בת היענה אז מען גייט דאס אויסרייסען), און מען ארבעט כסדר עס צו מאכן בעסער.
ובנוסף האט מען צו געהאלפן דורך כופין אותו עד שרוצה, א) דורך מוסדות וקהילות וואס האבן ״געזעהן״ און זייער סיסטעם יעדעם׳ס טעלעפאון # אויב עס איז שוין מאושר, און מיטן הילף פון געפילטערטע טעכנאלאגיע האט מען געוואוסט וואספארא דעווייס דאס איז. ב) דורך סטיקערס ווען עס איז געווען א בושה פונעם סביבה צו האבן א כלי אנע סטיקער.
וב״ה גדלו והצליחו ועשו פרי ווען איבער 90% (קראנט: אין מיין קהילה), איז געווען מאושר, און מען האט שוין געהאלטן ביים פאזע פון נאכיאגן די נעקסטע 5% שוואכערע וואס האבן זיך פרובירט ארויסדרייען.

אבער ווען דעיר שטן האט געזעהן עס איז צרות.... האט מען איינגעשפאנט תמימי לב וחסירי דעת בהמציאות, און האבן אנגעהויבן פארפירן ״באמת לשם שמים״ אז מיר דארפן זיין נאך בעסער (אמת, הלואי), און בעצם דארף מען נישט די כלים (און אפי׳ אינטערנעט) עס איז נאר אן איינרעדעניש, נו וויאזוי פירט מען דאס דורך, מען נעמט זיך באשמירען און אומבאקוועם מאכן דעים עולם... און געוואלדיג מען ״זעהט״ דאס ווייניגער און ווייניגער. בראווא! איר זעהט מיר זענען גערעכט געווען! מען גייט דאס ״גענצליך״ אויסרייסן! לאמיר גיין נאך שטערקער, יעצט צו זייערע עלטערן, קינדער, ווייב... און יא מ׳קען שוין (באלד) שרייען נאכאמאל בראווא! מען זעהט עס שוין נאך ווייניגער.

אויב אבער טייטשט ״הרואה״ מיט עיני השכל, און מען איז מברר (דורך לכה״פ זיין גרייט צו הערן פון אנדערע) אז מען איז מיאוס דורכגעפאלען ווייל אנשטאט ווערן בעסער איז רוב ציבור אדאנק די מהלך געווארן שוואכער, דאן טרעט מען צוריק און מען קוקט אויף צוריקוועגס (״הנולד״), און מען איז מודה על הטעות און פרובירט צו ראטעווען ווי לאנג מען קען נאך.

די תמימי לב וועלן (מסתמא) קריגען שכר, ווייל לפי קט דעתם האבן זיי געמיינט זיי טוען גוטס, אבער די אלע וואס זעהן און פארשטייען די חורבן וואס קומט פאר, און זענען דאס משתיק ווייל ״יענער״ מיינט גוטס, טראגן אן אחריות וכל מי שיש בידו למחות....

שומר ישראל, שמור ״שארית״ ישראל !
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

lazy האט געשריבן:

אוי זענט איר שפעט געבוירן... זיך איינרעדן אז מען האט אנגעהויבן האקן קעגן אינטערנעט ערשט ביי כינוס כלל ישראל קען מען נאר איינרעדן פאר איינער וואס דאס איז זיין גירסא דינקותא. אנדערש פארשטיי איך נישט דיין מאדנע ווערטער.

כינוס כלל ישראל איז געווען אום סיון תשע"ב לויט מיין זכרון. מיין ערשטע קאמפיוטער האב איך שוין געקויפט בערך 13 יאר פאר דעם, די קאמפיוטער האט איינער אליין צוזאמגעשטעלט פאר געלט, און כ'האב פארלאנגט פון יענעם אז עס זאל חלילה נישט האבן א מאדעם [מאדעם אין קאמפיוטער ווייסטו וואס עס מיינט...?], די סיבה פארוואס כ'האב דאס פארלאנגט איז א דירעקטע תוצאה פון דאס האמערן קעגן אינטערנעט מיט אזעלכע שרעקעדיגע פלאקאטן, די היינטיגע קענען זיך פארשטעקן פאר וואס מען האט דאן געהאנגן איבעראל [בכלל, די געדענקסט די שרעקעדיגע פלאקאטן קעגן קאמפיוטער'ס? פונקטליך וואספארא סעלאושען האט מען געגעבן אנשטאט?].

ביטע רעדט איין א צווייטן אז מען האט געאפערט די אלע יארן א סעלושן ווען מען האט אזוי געהאקט קעגן דעם, ניין קיין שום סעלאושען האט מען געאפערט, יעדער האט זיך געדארפט אליין ספראוון וואס צו טון און ניצן. כינוס כלל ישראל איז געווען ווייל מען האט זיך דערזען אז למעשה מאכט זיך קיינער נישט צו טון מער, און מען האט געדארפט א גוטן אויפשאקלונג כדי צו קענען דערנאך לייגן פרעשער, און ליווידזשענט האט געזען א גוטן אפערטאנעטי צו מאכן געלט...
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

ליין וואס ער האט געפרעגט [וואס איז יא די ריכטיגע מהלך?]
דאן ליין איבער מיין תגובה, וועט דאס שוין נישט זיין אזוי איטערסאנט.

לגבי די מציאות וואס דו ברענגסט ארויס אז מען האט יא געהאקט קודם ״אן א סעלושען״, ענטפערסטו זייער גוט אפאר שורות שפעטער
כינוס כלל ישראל איז געווען ווייל מען האט זיך דערזען אז למעשה מאכט זיך קיינער נישט צו טון מער,

(דיינע ווייטערע דיבורים זעהט אויס ווי א פליטת פה -האפענטליך, לויט ווי דו האסט אזוי שטארק מעורר געווען אויבן הרב @איינס נזהר צו זיין נישט קאלט צו מאכן- עס קען אויסזעהן ווי איר האלט אז פילטערס פארלאנגט מען כדאי ליוויזשענט זאל מאכן געלט ר״ל כמיין זאלסט עס אויסמעקן, פארדעם צוטיר איך דיר נישט).

(אגב ווען ״דו״ האסט שוין יא ״געמוזט״ (?) האבן א קאמפיוטער, האבן ״רוב כלל ישראל נאכנישט״ [און אודאי נישט מיט אינטערנעט], און ממילא האט קיינער קיין טענות געהאט אויף די שרעקעדיגע פיקטשערס , ווייל עס נישט קאליע געמאכט ב״ה. [ועוד איז עס בעצם בכלל געווען אויף א ערליכערע וועג מיטן דראמאטיזירן די חומר פון די כלי, נישט אפסטעמפלען און באשמיצען ״דיר״, אבער לאמיר נישט פארקריכען].

איך מיין נישט דיר:
קבל את האמת ממי שאמרו, (אויב פילט איינער א דראנג ״מיר-דא״ צו געווינען, געזונטערהייט!, הלואי ווען די מציאות וואלט זיך ווען צוגעשטעלט צו ווער עס געוואונט דא, ווען יא, וואלט איך שוין לאנג נישט מגיב געווען...)
גוט שבת!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

@למעלה איהר זענט אן אויסנאם, רוב עולם האט זיך נישט צוטוהן געמאכט פון די צעטליך דעמאלסט, איך גלייב שווער אז איינער האט באמת זיך צוריקגעהאלטען פון קויפן א קאמפיוטער, אדער ניצן אינטערנעט (אין ביזנעס) ווייל ס'איז געהאנגען א צעטיל אין ביהמ"ד ווי א מענטש וואס ניצט א קאמפיוטער ווערט פארוואנדעלט צו א וואלף.

פאר כינוס כלל ישראל, האט מען שוואך געהאקט אויף די אינטערנעט, און קיין סולישען איז נישט געווען, TAG האט זיך געגרינדערט ערשט נאך כינוס כלל ישראל, און די איינציגע "נארמאלע" פילטערס זענען געווען Jnet, און ישיבהנעט (א ווייטליסט).

ס'איז געווען מענטשען וואס האבן נישט געניצט קיין אינטערנעט בכלל, אבער ביזנעסעס האבן דאן אנגעפאנגען צו ניצן אינטערנעט בגדול (דער אמת איז אז שוין אפאר יאר פריער האט מען שוין געניצט אינטערנעט), א אינגערמאן וואס איז אריינגעקומען אין א ביזנעס וואס האט געהאט אינטערנעט, האט בדרך כלל געהאט אפענע אינטערנעט, פילטערס פאר סמארטפאונס איז נישט געווען קיין געהעריגע, מילא פאר כינוס כלל ישראל איז געווען א ריזיגע פירצה.

כינוס כלל ישראל האט געהויבן די טראסק פון האקן קעגן די אינטערנעט, און מצד שני געהויבען די פילטער עצות, די צוויי זאכן האבן גורם געווען אז היינט צו טאגס האבן רוב אינטערנעט באנוצערס פון כלל ישראל פילטערס
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

lazy האט געשריבן:ליין וואס ער האט געפרעגט [וואס איז יא די ריכטיגע מהלך?]
דאן ליין איבער מיין תגובה, וועט דאס שוין נישט זיין אזוי איטערסאנט.

לגבי די מציאות וואס דו ברענגסט ארויס אז מען האט יא געהאקט קודם ״אן א סעלושען״, ענטפערסטו זייער גוט אפאר שורות שפעטער
כינוס כלל ישראל איז געווען ווייל מען האט זיך דערזען אז למעשה מאכט זיך קיינער נישט צו טון מער,

(דיינע ווייטערע דיבורים זעהט אויס ווי א פליטת פה -האפענטליך, לויט ווי דו האסט אזוי שטארק מעורר געווען אויבן הרב @איינס נזהר צו זיין נישט קאלט צו מאכן- עס קען אויסזעהן ווי איר האלט אז פילטערס פארלאנגט מען כדאי ליוויזשענט זאל מאכן געלט ר״ל כמיין זאלסט עס אויסמעקן, פארדעם צוטיר איך דיר נישט).

(אגב ווען ״דו״ האסט שוין יא ״געמוזט״ (?) האבן א קאמפיוטער, האבן ״רוב כלל ישראל נאכנישט״ [און אודאי נישט מיט אינטערנעט], און ממילא האט קיינער קיין טענות געהאט אויף די שרעקעדיגע פיקטשערס , ווייל עס נישט קאליע געמאכט ב״ה. [ועוד איז עס בעצם בכלל געווען אויף א ערליכערע וועג מיטן דראמאטיזירן די חומר פון די כלי, נישט אפסטעמפלען און באשמיצען ״דיר״, אבער לאמיר נישט פארקריכען].

איך מיין נישט דיר:
קבל את האמת ממי שאמרו, (אויב פילט איינער א דראנג ״מיר-דא״ צו געווינען, געזונטערהייט!, הלואי ווען די מציאות וואלט זיך ווען צוגעשטעלט צו ווער עס געוואונט דא, ווען יא, וואלט איך שוין לאנג נישט מגיב געווען...)
גוט שבת!

גארנישט קיין פליטת פה. איר פארדרייט מיינע ווערטער קעגן פילטער'ס בכלל. איך האב דערמאנט דעם קינד ביים נאמען ווייל כ'מיין דעם קינד, איך רעד דייקא פון 'ליוויזשענט' דירעקט!

כ'קען זאגן מיט א זיכערקייט איר האט די בילדער קיינמאל געזען! און פארשטייט זיך איך האב נישט גערעדט דייקא פון יענעם יאר וואס איך האב עס געקויפט. די מערכה קעגן אינטערנעט איז אנגעגאנגן אויפן זעלבן וועג די גאנצע צייט.

און וואס איר מיינט אז איר האט געטראפן די ענטפער אין מיינע ווערטער, איז אן ענטפער קעגן אייך אויך. יא כינוס כלל ישראל האט שוין אין א געוויסע פארמאט ווי אויסגעוועפט, און מען דארף א פיינעם שאקל. און לענ"ד האט די קונטרס עס פיין דעליווערט.

--
אופס מען האקט

אוודאי בין איך געווען אן אויסנאם. וואס איך האב דערמיט געמיינט ארויסצוברענגן איז צוויי זאכן, איינס אז מען האט געהאט דערויף יתכן נאך ארגער ווי דעם קונטרס. צוויי אז בשעת'ן האקן האט מען נישט געגעבן קיין סעלאושן.

גראדע פאר כינוס כלל ישראל איז געווען אן אויסווייל פון גארביטש קענס... אין באנוץ ביים עולם, פילטערנעט, קאשער-נעט, ישיבה-נעט, קאווענענט איי'ס, קעי-9, דזשעי-נעט ווער נאך? [איך פארמיר האב פראבירט אלע חוץ דזשעינעט, און אלעס געקענט אויסשפילן (אינקלודינג משומר אנפאנג), און דעריבער געשטעלט אן איי קעגן מיין סקרין ווי דריי חברה האבן צו יעדע צייט געקענט אריינלאגן זען וואס איך טו, אן וואס איך זאל דערפון וויסן].

יא, ריכטיג אז די כינוס איז געווען ווי אן ערד-ציטערניש, און אויף דעם ארויף האט מען שוין געקענט שפעטער פארלאנגן פילטער'ס. די פראבלעם וואס מען טאר נישט זאגן הויך איז, אז די היינטיגע יונגע ביזן שיקן קינדער אין מוסדות, זענען בערך צוריק ווי מען האט געהאלטן פאר כינוס כלל ישראל...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8350
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

בבקשה האט געשריבן:
ס'איז געווען מענטשען וואס האבן נישט געניצט קיין אינטערנעט בכלל, אבער ביזנעסעס האבן דאן אנגעפאנגען צו ניצן אינטערנעט בגדול (דער אמת איז אז שוין אפאר יאר פריער האט מען שוין געניצט אינטערנעט), א אינגערמאן וואס איז אריינגעקומען אין א ביזנעס וואס האט געהאט אינטערנעט, האט בדרך כלל געהאט אפענע אינטערנעט, פילטערס פאר סמארטפאונס איז נישט געווען קיין געהעריגע, מילא פאר כינוס כלל ישראל איז געווען א ריזיגע פירצה.

בזמן הכינוס איז נאך די סמארפאונס בכלל נישט געווען אין באנוץ ביים עולם קיין 10% פון וואס עס איז היינט.

די גאנצע סמארטפאונעריי האט זיך הערשט אנגעהויבן אנפאנג עין'ס
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

למעלה משבעים האט געשריבן:[איך פארמיר האב פראבירט אלע חוץ דזשעינעט, און אלעס געקענט אויסשפילן (אינקלודינג משומר אנפאנג), און דעריבער געשטעלט אן איי קעגן מיין סקרין ווי דריי חברה האבן צו יעדע צייט געקענט אריינלאגן זען וואס איך טו, אן וואס איך זאל דערפון וויסן].

וואף!
רבותי, קוקט מיט וואספארא יודן מיר דרייען זיך דא... אביסל דרך ארץ!
#בארדיטשובער ארלערט
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

מיינע 2 צענט, 2 דיסקלימער'ס פאר דעם, איך בין אפשר א דעת בעה"ב, און קען זיין דאס אויך נישט, אויב איז דא א דעת תורה וואס איז מחולק מיט מיר, האב איך דארנישט געזאגט

דיסקלעימער # 2, איך האב נישט געליינט ביז דא אלעס, סוי קען זיין איך זאג זאכן וואס איז נישט קיין חידושים, און מען האט עס שוין פיל אויסגעדראשן

יעצט איך זעה מען רעדט פון די כינוס כלל ישראל, איך האב שוין געארבעט אפאר יאר פאר די כינוס כלל ישראל, און געהאט א קאמפיוטער מיט א פילטער וואס איז דאן געווען דזשעי נעט, און איך האב שוין כמעט זיכער דאן געהאט א ענדרויד פאון, איך געדענק נישט אויב מיט א פילטער צו אן, אבער אפילו עס האט יא געהאט א פילטער איז עס געווען א שוואכע פילטער, וואטסעפפ איז שוין כמעט זיכער געווען דעמאלטס, און אזוי אויך ב"ב מעסענדזשער, סאושעל מידיא איז נאכנישט געווען אזוי פאפולער, אבער פיל יונגעלייט זענען דאן געזיצן אויף פעיסבוק, מיט עכטע אדער פאלטשע נעמען, היידפארק איז געווען שטארק אקטיוו

אוודאי האט מען פארדעם געהאקט אקעגין אינטערנעט, און די בתי מדרשים האבן געהאנגן צעטליך, מיט דרשות פון אלע רבנים, אבער קיין ריכטיגע סעלושאן איז נישט געווען. פילטער איז געווען גאר שוואכע, ווי דזשעי נעט און ישיבה נעט. אויך איז געווען א סייט ונשמרתם, וואס האט געהאט פילטער'ס, איך געדענק א בלעקבערי האט געהאט א פילטער, וואס מען האט געקענט אין 2 מינוט אראפנעמען, סוי בעיסיקלי איז געווען א מערכה, אבער אן א ריכטיגע סעלושאן, און מען האט גערעדט אקעגין די אינטערנעט, אבער נישט גערעדט וועגען פילטער'ס, און וויבאלד מען האט נישט גערעדט אזוי ווייט וועגען די סעלושאן, נאר וועגען די פראבלעים, האט ליידער רוב כלל ישראל בכלל נישט פארמאגט קיין פילטערס, און אויב יא, גאר שוואכע פילטערס ווי למשל קעי 9, און מען האט אליינס געהאט די פעסווארד, אדער די ווייב האט עס געהאט.

ביי כינוס כלל ישראל האט זיך עס געטוישט, מען האט אויפגעטרייסלט די וועלט, און די ניגון האט זיך געטוישט, אפילו די מוזט האבן אינטערנעט, אבער עס מוז זיין כשר, געציילטע טעג נאך די כינוס, האבן זיך געפענט צענטערן, און די עולם האט כשר געמאכט די דעווייסעס און די קאמפיוטער'ס. געווען 100 פראצענט גלאט? ניין אוודאי נישט, עס איז נאכנישט געווען אזעלכע גוטע פילטער'ס, אבער ווי אויבנדערמאנט האבן ביז איצט רוב עולם בכלל נישט געהאט קיין פילטערס, האט מען פון יעצט פרובירט אז די עולם זאל האבן די בעסטע פילטער וואס איז יעצט דא, און די פעסווארדס האבן די אפפיסעס וואס פילטערן געהאט, און ב"ה ווי איינער האט שוין אויבן דערמאנט, איזז די עולם געלאפן אין די מאסן צו פילטערן די כלים, און באקומען די כשר סטעמפיל, סיי די וואס האבן בכלל נישט געהאט קיין פילטערס האבן איצט ארויפגעלייגט די פילטער, און סיי די וואס האבן געהאט שוואכע פילטערס, האב איצטעט ארויפגעלייגט די בעסערע פילטערס

איך געדענק נאך ווי די ציבור האט זיך ארומגעדרייט פרייליכערהייט מיט די סטיקער אז די דעווייס איז כשר, און מען האט דאס געצייגט פאר די קינדער, יא טאטי האט געכשר'ט זיין דעווייס

פון די אנדערע זייט האט מען זיך פעסט גענומען ארבעטן אויף א פילטער וואס זאל זיין 100 פראצענט אויסגעהאלטן, וואס גייט האבן פיל קאטאגאריעס, צוגעפאסט פאר יעדעם לויט זיין פארלאנג, א פילטער וואס מען דארף זיין א גאר גרויסע מומחה צו עס קענען אויפברעכן, הכלל א פילטער וואס זאל זיין די מערסטע אויסגעהאלטן וואס איז שייך, און פון די צווייטע זייט אויך באקוועם פאר די באנוצער, עס איז געווען די רבני פון סאטמאר וואס האבן שווער געארבעט, מוהר"א האט דאן געארבעט מיט א פילטער קאמפעני אין לאנדאן, דאכצעך מיר די פילטער וואס איז היינט אינטער שטערנליכט, איך געדענק נישט די נאמען פון די פילטער. און מוהרז"ל האט געארבעט מיט דזשעי נעט וואס האט דעמאלטס געטוישט זייער גאנצע פילטער צו די היינטיגע ליוודזשענט, און הרה"ח הערשל שרייבער איז דאן געווען אקטיוו, ברענגענדיג די פילטער פאר בי ענד עידזש, און אזוי אויך די וואס האט געגרינדעט טע"ג ( געדענק נישט איצט די נאמען ) האט געארבעט מיט די ארץ ישראל פילטער קאמפעני נתי"ב, הכלל מען האט פרובירט פון אלע זייטן, אהערצושטעלן א געלונגענע גוטע פילטער, מיט גוטע טעקנישאנס וואס וועלן ארבעטן אקעגין די טעכנאלאגיע וואס קומט ארויס יעדן טאג פריש, צום סוף איז מוהר"א אויך אריבער צו ליווידזשענט, און עס האט זיך געפענט אפפיסעס ווי גדר, אדער משומר, וואס לייגן בעיקר ליוודזשענט פילטערס, אדער פאר פליפאפונס נעמען זיי אינגאנצן אראפ די אינטערנעט. ובכן טע"ג אין רוב אידישע שטעט, וואס זיי געבן די א אפציע וועלכע פילטער צו האבן, און אזוי אויך רייניגן זיי יעדע טעכנאלאגיע כלי, וויל למשל קעמערעס, סענסע וכדו', און עס האט אויסגעקוקט ווי זאכן גייען פארן פיין, רוב ציבור שטעלט זיך צו און און זענען אונטער קאנטרויל, די מוסדות האט פארלאנגט אז יעדע טאטע דארף האבן א פילטער אויפן כלי, און דער ציבור איז מער ווייניגער מיטגעגאנגען, און מען איז געווען צופרידן.

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

הבדלה_5.png
הבדלה_5.png (142.63 KiB) געזען 3768 מאל
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

נישט געטראפן וואו צו לייגן.
אויסצוג פון: 'לטהר בלעטל' דחסידי סקווירא - ראש השנה.
לאנגזאם.JPG

נישט פשוט, וואו יודן זענען זיך מתגבר.. מי כעמך ישראל!
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

אל תדאג האט געשריבן:נישט געטראפן וואו צו לייגן.
אויסצוג פון: 'לטהר בלעטל' דחסידי סקווירא - ראש השנה.
לאנגזאם.JPG

נישט פשוט, וואו יודן זענען זיך מתגבר.. מי כעמך ישראל!

וואו שטארק!
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

הייליג און טייער!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אינטערעסאנט און ריערנד!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

שמואל בארג האט געשריבן:אינטערעסאנט און ריערנד!
אוועטאר
א דרויסענדיגע
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:57 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דרויסענדיגע »

איך האף אז דעם וועלטעל זעהט ער כאטשיג יא, זאל ער וויסן וואס מען זאגט אויף אים!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אויב איז די קליפ כשר, דאן פארוואס מעקן?
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

אטעטשמענטס
לאנגזאם דרשה
לאנגזאם דרשה
Annotation 2020-09-22 212444.png (225.44 KiB) געזען 3191 מאל
דובי'ס א פען
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:38 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי'ס א פען »

פארצייטיש האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/download/file.php?mode=view&id=268410

Is there a audio from his speech ?
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

דובי'ס א פען האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/download/file.php?mode=view&id=268410

Is there a audio from his speech ?

ניין, דערווייל האבן זיי נאכנישט ארויסגעשטעלט די ריקארדינגס פון די דרשה.
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

פארצייטיש האט געשריבן:
דובי'ס א פען האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/download/file.php?mode=view&id=268410

Is there a audio from his speech ?

ניין, דערווייל האבן זיי נאכנישט ארויסגעשטעלט די ריקארדינגס פון די דרשה.

קוקט נישט אויס אז זיי וועלן עס ארויסשטעלן. שלא לבייש את מי שיש לו...
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

אל תדאג האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
דובי'ס א פען האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/download/file.php?mode=view&id=268410

Is there a audio from his speech ?

ניין, דערווייל האבן זיי נאכנישט ארויסגעשטעלט די ריקארדינגס פון די דרשה.

קוקט נישט אויס אז זיי וועלן עס ארויסשטעלן. שלא לבייש את מי שיש לו...

כ'מיין גראדע אז די פלאן איז יא ארויסצוגעבן די ריקארדינגס בהמשך הזמן.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

וועט זיין א שטארקע חיזוק. כ'האף די טעיפ גייט ארויסקומען. כ'בין אויך נייגעריג עם הערן וויאזוי ער קען רעדן עהרנסט.

אפשר מאכט ער א קאמעדי וויאזוי מ'זעהמיר אויס מיט די כלים?.. אוי וועט ער מאכן בושות...
"וואו זענען די עסקנים"?...
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

זיי האבן ארויס געגעבן א קינטרעס די יום טוס , זייער אינטערעסאנט.
אויב איינער קען עס ארויף לייגן?
הצלחה
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

/
הצלחה
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8331
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

שאשא האט געשריבן:זיי האבן ארויס געגעבן א קינטרעס די יום טוס , זייער אינטערעסאנט.
אויב איינער קען עס ארויף לייגן?

א גוטן מועד

מיר שיקן אייך דא די בראשור וואס איז ארויסגעקומען לכבוד סוכות די "הבדלה בליצן #2" וואס ענהאלט א גאר רייכער אינטערוויו מיט אן "עמעזאן סעלער" וועלכער מאכט אין סעילס פינעף אין צוואנציג מיליאן דאלאר א יאר! און האט נישט נישט קיין סמארטפאון, טעבלעט, און קיין שום צוטריט צו קיין סאושעל מידיא!

דערצו אויך מאכטפולע מעסעדזשעס און אימעיל געשיקט צו די מערכת נאך דעם גריס פון יענע וועלט אויף אידיש און ענגליש.

א באזונדערע קאלום איז דא מיט עצות וויאזוי צו ריפלעיסן דעם באנוץ פון סאושעל מידיא אויף אנדערע מיטלען.

https://www.dropbox.com/s/2aq7ds7nseg70 ... B.pdf?dl=0
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”