למעלה משבעים האט געשריבן:Amazing האט געשריבן:בוידעם האט געשריבן:ביסט נישט באקאנט מיט די פאקטן. עס ווערט דייקא נישט געפירט דורך עקסטערמיסטן, סאטמאר רבי שליט"א האט געגעבן די ווארעמסטע שטיצע פאר דעם.
דיין פוינט פארשטיי איך בכלל נישט, ווי כאילו די פרוי פון דעם אינגערמאן וואס איז פארנומען 90% פונעם טאג מיט וואטסעפ, דארף צוקומען צו א בראשור צו כאפן דעם פראבלעם.
א וודאי בין איך נישט באקאנט ווייל קיינער איז נישט באקאנט חוץ די געוועזענע בעל עבירה און זיינע מיטארבייטער.
וואס איז די סיבה אז די רבי שרייבט נישט בכתב עברתי על הגליון וכו' למעשה האט דאס קיין הסכמה פון א דעת תורה בכתב גענוי ווי די שלום בית חיבור וואס איך האב פריערט דערמאנט
קודם לכל אויב די שלום בית איז גוט ווייסט נישט דאס ווייב אז עס איז אן עוולה, א וודאי שטערט איר עס באט די בין אדם למקום מוז נישט זיין אז זי פארשטייט.
פאר די וואס זענען מיר חושד אז איך האב א געוויסע אג'נדע בין איך מוסר מודעה אז יא און דאס איז מונע צו זיין פון חרוב לייגן יונגעלייט און זיי דערווייטערן פון אידישקייט און צוברעכן שטובער בין איש לאשתו ובין אב לבנו דורך עקסטערמיזם און אייגענע שריט
צום שלוס: איך האב זיך ביז יעצט איינגעהאלטן פון עס שרייבן, מען קען מאכן א בראשור אויף 'אייוועלט' פונקט אזוי מיט אירע פראבלעמען בעיקר מיט די אישי קעסטל פאר די וואס ווייסען און נאך פראבלעמען, מיט עקסטערמיזם קען מען אלעס אסרן אפילו טעקסט..... מען דארף האבן א דעת תורה צו יעדע מערכה.
נו אז די שטעלסט זיך אזוי ארויס זאגן יא די האסט אן אגענדע, און די ביזט זיך מסביר אז די סיבה דערצו איז ווייל דאס איז אייגענע שריט דורך עקסטרעמיזם, וואלט אינטרעסאנט געווען צו הערן צו האסט עס מברר געווען קלאר אזוי.
דהיינו, אויב ווייסטו קלאר אז יענער האט זיך דורכגעשמועסט מיט דעת תורה, איז דאס אז מען גיבט נישט קיין הסכמה בכתב מיינט נישט בכלל אז דאס איז נישט דעת תורה, דאס מיינט איינס פון די צוויי, אדער טאקע איז דעת תורה מען זאל עס נישט ארויסגעבן, אדער איז דעת תורה דאס יא ארויסצוגעבן, נאר אדער יענער האט נישט געהאלטן אז אזא זאך דארף בכלל אן הסכמה, אדער האבן זיי נישט געוואלט געבן אן הסכמה פאר וועלכע סיבה עס זאל נישט זיין על אף וואס דעת תורה איז אז ס'זאל יא ארויסקומען.
נו אז קומסט זיך רעגן, איז לכאורה פשט אז האסט מברר געווען זייער קלאר אז די דעת תורה איז געווען דאס נישט צו ארויסגעבן, ממילא די וואס געבן עס יא ארויס איז עקסטרעמיזם און אייגענע שריט.
וויל איך ס"ה וויסן צו ס'איז ריכטיג אז האסט אזוי מברר געווען? ווייל אויב נישט וועל איך ווילן פארשטיין מיט וועלכע רעכט פראבירסטו קאליע מאכן א זאך וואס האט 50% שאנס אז דעת תורה האלט אנדערש פון דיר? פארוואס קוקסטו זיך נישט אליין אן אלץ עקסטרעמיסט אויף די פארקערטע וועג און אלץ איינער וואס טוט אייגענע שריט אנטקעגן דעת תורה?
לענ"ד איז א שאד אריינצוגיין אין אומזיסטע וויכיחים דאס וואס ווערט געשיקט אין וואטסאפ האט אויך נישט קיין הסכמה, איז קודם דארף מען דאס ליינען און נאכדעם צוריק קומען מיט מיינונגען