א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

הקדמה


'ווען א ווערעמעל עסט זיך אריין אין א כריין (מרור,) מיינט ער אז קיין זיסערס פון דעם איז נישטא…' גייט דעם וועלטס ווערטל. אבער וואס בין איך דען, יענעמס נער? איך וועל גלייבן אלעס וואס מען זאגט?! נעה! נישט איך! איך האב גענומען דעם מי, דעם דריטן טאג חוה"מ פסח, האב איך שפאצירט טאקע צו יענע גראסערי, ומצאתי את שאהבה נפשי! נישט מער אין נישט ווייניגער, א ווערעמעל אין א כריין! איך האב מיך נישט געזוימט, איך נעם דעם כריין אין א ווינקעל, אין איך כאפ א שמועס מיט עהם.



איך: (היס, היס, קלאר אויס מיין האלדז…) אהם, ערעב ווארעם
ווארעם: ביסט משוגע? דו רעדסט צו א ווארעם? דו ביסט דאך א מענטש, ניין?
איך: (אביסעל פארויטעלט פונעם פסוק) יא, אבער, אבער, איך האב פאר דיר א מורא'דיגע אפפער
ווארעם: נו, וואס איז דו אפפער?
איך: איך האב דא א זיסע בענענע, דו קענסט אפלאזן דעם ציפעדיגען, שארפן כריין, און איך געב דיר א בענענע אומזיסט! דו קענסט עסן וויפיל דו ווילסט!
ווארעם: איך זעה דו ביסט טאקע משוגע! איך וואוין שוין דא אין דעם כריין זייט איך בין געבוירן, דא בין איך באקוועם, דא קען איך מיך אויס, וואס ווילסטו פון מיין לעבן האבן. גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט!
איך: אבער ערעב ווארעם, איך אפפער דיר סאך א זיסערע לעבן, דו קענסט מיך נישט סתם איגנארען
ווארעם: איך קען יא! איך בין א פלעינע ווארעם, איך האב נישט געדארפט אנהייבן צו רעדן צו דיר לכתחלה! אבער אז איך רעד שוין יא צו דיר, דו גרויסע קליגע מענטש, דו לאזט יא אפ דיינע באקוועמליכקייטן כדי צו האבן א זיסערע לעבן?!



די געשעפטס מענטש ווינדערט זיך נאך אלס פארוואס איך האב אפגעלאזט דעם כריין ווי א הייסע פאטעיטע און אפגע'גאפעל'ט פון דארט…

פארפאלען אבער, דער ווארעם איז גערעכט! בעפאר אונז גיימער אריין אין די קומענדיגע 15 יסודות פון א געשמאקע לעבן, לאמיר זיכער מאכן אז אונז האבן נישט קיין מורא צו טעיסטן עפעס בעסערס פון וואס אונז זענען צוגעוואוינט! ודורשי השם לא יחסרו כל טוב! ווער עס האט נאר איינמאל צוגעזעהן ווי א צדיק איז זיך מדבק לקונו ביים דאווענען וכדו', ווייסט דאך קלאר, אז קיין זיסערע טעם אין דער וועלט ווי דעם איז נישט דא! אוי איז ווערט צו איבערלאזן אביסעל פארשימעלטע כריין צו קענען אנהייבן שפירן א טעם אין לעבן.


[align=center]טועמי'[/align]
די פיפצן יסודות זענען: זיי בעה"ב, זיי מעונג (ענדזשוי לייף), זיי געזונט און שטארק, זיי א מאן, זיי א טאטע, זיי אומאפהענגיג, זיי רייך, זיי מסודר (דו האסט שוין איינמאל צייט… ), זיי א לערנער, זיי א דאווענער, זיי גוט, זיי דאהי, זיי שטום, זיי געשיקט, און זיי א הולך.
מיטן באשעפערס הילף האפט מען ארויסצוקומען מיט א לענגערע באשרייבונג אויף די צוועלעף יסודות. דא איז אביסעל טועמי' צו עפענען די אפעטיט. עס איז ברור כשמש, מיט א 100% גאראנטי, אז אויספאלגן די צוועלעף יסודות וועט דיך אנפולען מיט אזא מין תענוג, ענערדזשי און געשמאק, וואס דו קענסט זיך ניטאמאל אויסמשל'ן. אלזא, טוה אהן די סיטבעלטס, און מאך דיך גרייט אויף דעם רייד. דיין לעבן גייט יעצט ארויפשיסן א מחי'!


יסוד #1 זיי בעה"ב קיינער זאל מיך נישט איינטיילען וואס צו טוהן!

'געב מיר פרייהייט, אדער געב מיר דעם טויט!' האבן די אמעריקאנע רעוועלוציונערן געדונערט, און מיט דעם שיטה געקעמפט די ענגלענדער אין זיי פאטריבן פון דא. אונז אלע פארשטייען דאס זייער גוט, יעדן טאג מאכט מען א ברכה שלא עשנו עבד! לעבן אלס קנעכט, איז נישט געלעבט. אויב בין איך נישט מיין אייגענע בעה"ב, למה לי חיים. זייער פשוט. ב"ה היינט זעמיר פריי צו טוהן וואס אונז ווילען! א מחי'.

למשל, אויב איך וויל גיין אין שוהל דאווענען, גיי איך! אויב איך וויל אויפשטיין באצייטענס, שטיי איך אויף! אויב איך וויל מאכן עקסערסייז, מאך איך עס!... אפס… עפעס שטומט נישט דא. איך טוה נישט ממש וואס איך מאך אפ צו טוהן. ראש השנה האב איך אפגעמאכט אז איך גיי אנהאלטן מיין שיעור מיט מיין חברותה יעדן טאג חק ולא יעבור, און… בעסער מען רעדט נישט. סאו וואס איז פשט?! מוז זיין אז מסתמא וויל איך שוין נישט עכט. ניין, דאס קען נישט זיין. איך וויל שוין איינמאל עכט. יעדע מאל נאכן אפשטופן דעם נאכט, טראכט איך אז מארגן גייט שוין זיין בעסער, סאו, וואס גייט דא פאר רעבוינשלוילעם! אויב איך וויל, און איך קען, פארוואס טוה איך עס נישט?

די מלחמה מיט די ענגלענדער איז געווען א קינדער שפיל. יעדער מיט אביסעל שכל און אביסעל מאסעלס קען דאס טוהן. נאו ביג דיל. די מלחמה מיטן יסוד העפר, ערעב בלאטע'ניו איז שוין גאנץ אן אנדערע מעשה. ער דרייט זיך מיר אין די קישקעס ווי ביים טאטן אין וויינגארטן! ער זאגט מיר נישט אז ער וויל מיר איינטיילען וואס צו טוהן, נעה, ער איז קליגער פון דעם, ער זאגט מיר אז איך וויל דאס וואס ער טיילט מיר איין! הערסט א חוצפה! איך ווייס מיט א קלארקייט אז איך וויל זיך זעצן לערנען ביים שיעור ביינאכט, קומט ערעב בלאטעניו און ער זאגט מיר אז איך וויל שמועסן! ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט אזא קרומע פארדרייטע שונא?!

קודם לאמיר זיין קלאר. ווער איז די שונא? דעם גוף, ערעב בלאטע'ניו. אקעי. וואס איז זיין זענען זיינע טאקטיקן?
1. ער שלאגט זיך נישט מיט מיך, ער איז נאך מיין בעסטע פרענד! מחוצף איינער
2. ער מאכט דילס מיט מיך, 'נאך איין סנוז, און נאך דעם וועסטו ארויס שפרינגען פון בעט!' (שקרן איינער, אונז ביידע ווייסן דעם אמת )-: )
3. ער צאלט קעש! די 'הנאה' פון דעם צווייטן פארציע אייסקרים, נאך א געשטאפטע סעודה קומט אויפן פלאץ! די בויך שמערצן קומען ווי א טשעק אין די פאסט, שפעטער…

מאויבי תחכמני! די עצות קענען אפשר אויסקוקן מאדנע, אבער עס ארבעט! בדוק ומנוסה.
1. שלאג זיך נישט מיט אים! דו ווילסט נאר טוהן די איין צוויי קלייניקייטן, אבער בעצם ביסטו אויף זיין זייט!
2. מאך דילס מיט אים! 'איך קום ארויס פון בעט נאר פאר איין מינוט, זעכציג סעקונדעס! נאך דעם טאנץ איך צוריק אריין אין בעט, אין איך שלאף ביז חצות נאנ-סטאפ! ס'וועט זיך נאך שלאפן אסאך זיסער! (אז ער מעג זאגן ליגענט, מעגסטו אויך…)
3. צאל דו אויך קעש, עס קען זיין אזא קלייניקייט ווי א קאמפלימענט. נאך איין מינוט וואס איז דורך און דו האסט נישט אריין געקוועטשט דעם אייסקרים, מורמעל דיך אונטער 'משה! נייס דזשאב! דו טויגסט!' אויב איז אדורך דעם גאנצן אווענט, און דו האסט נישט געגעסן דעם אייסקרים, לייג דיר אריין א דאלער אין בוזעם טאש, וואס דו גייסט ניצן אויסדריקלעך אויף א נישט וויכטיגע זיך וואס עס שמעקט דיר, און דו וועסט עס ספענדען אהן קיין שום גילטי פילינג, ווייל דו האסט עס ערליך פארדינט!


יסוד #2 זיי מעונג ענדזשוי לייף
האדם לא נברא אלא להתענג, דער אויבירשטער האט באשאפען דעם מענטש ער זאל זוכן אין באקומען תענוג. פון ווי ווייס איך? פונקט ווי איך ווייס אז א פענסעל איז געמאכט צו שרייבן און נישט צו פיצען די ציין! איך טריי עס אויס די ציין, און עס ארבעט נישט געהעריג, איך טריי עס אויס אויף צו שרייבן און עס ארבעט א מחי'. איז פשוט אז דער וואס האט געמאכט דעם פענסעל, האט אינזין געהאט אז מען זאל מיט דעם שרייבן!
איך קוק וואס מענטשן טוהן רוב צייט, זעה איך אז זיי לויפן נאך תענוגים, איז פשוט אז דער וואס האט געמאכט דעם מענטש, האט במדת הטוב להיטיב, געמאכט דעם מענטש להיטיב לבריותיו, ער זאל האבן תענוג.

פלעזשור אדער עצלות?
טראכט א רגע, וואס איז די היפך פון צער (פעין בלע"ז)? תענוג (פלעזשור), איא? ריכטיג? פשוט, ניין?
ניין! בכלל נישט! די היפך פון צער, איז 'נישט צער', באקוועמליכקייט. דאס אויסמישען די קאנסעפט פון באקוועמליכקייט מיט די קאנסעפט פון תענוג, איז אן ערפינדונג פון די מערב וועלט אידילאגיע. א כינעזער, אראבער, וכו' וועלן קיינמאל נישט אויסמישן די צוויי זאכן.

לאמיר עס אויפווייזן אין איין מינוט מיט א פשוט'ע משל. דו גייסט שווימען מיט דיין זעקס יעריג זוהן, און ער זעצט זיך אוועק באקוועם אויף א בענקעל אין די זייט פון די סווימינג פול. דו ביסט דאך א גטרייע טאטע, דו ווילסט דאס בעסטע פאר אים, זאגסטו אים 'מוישי, טאנץ אריין אין פול!' אבער איין מינוט, וואס ווילסטו פון אים, ביסטו דען נישט מודה אז עס איז באקוועמער צו זיצן אויפן בענקעל ווי צו שווימען אין א קאלטע פול? נאר וואס דען, דו ווילסט ער זאל מאכן א לעבן! האבן דעם תענוג פון ריקן זיינע גלידער און פלאטשקענען אין די וואסער!

נאך איין הוכחה. תענוג איז עפעס וואס אינז זוכן, איא? ווי מער אלס בעסער. פשוט. געדענקסט אפשר דעם בחור אין ישיבה וואס איז נעבעך געשלאפן 20 שעה פונעם מעת לעת? די בעט איז דאך די באקוועמסטע פלאץ פון א מענטש, וועט איינער דען טראכטן אז דער בחור 'האקט א לעבן,' אינדזשויט זיין לעבן? איך האב נייעס פאר אייך. באקוועמליכקייט איז עצלות. עס ברענגט נישט קיין שום הנאה פאר די מענטש. די באקוועמסטע פארן גוף איז ווען ער איז שוין טויט, ער פילט שוין גארנישט!



נ.ב. איין זאך האט יא א פשט באקוועמליכקייט, ווען מען וויל האבן די מח פריי צו טראכטן, אינזין האבן, איינשלאפן וכדו'. וואס דעמאלס אויב מען איז נישט באקוועם, קען עס שטערן די פולקאמע כוונה.


פלעזשור אדער תאוה?
לאמיר נישט אריין גיין אין קיין הסברים, לאמיר פשוט ווייזן אפאר משלים, ס'וועט שוין רעדן פון זיך אליין.



אין קורץ, פלעזשור איז פשט איך בין דא, איך ענדזשוי מיך, עס געט מיך כח, עס געט מיך ענערדזשי.
תאוה בינעך אויסגעפלאגט, איך טראכט שוין ניטאמאל צו איך ענדזשוי מיך, און ווען איך ענדיג פיל איך מיואש און צעקלאפט.

דורך אויס דעם טאג, טראכט אריין אויב די ענדזשויסט דיך, אדער די באגראבסט דיך. די פשוטע וועג עס אפצושאצן, איז צו טראכטן ווי אזוי דו גייסט פילען נאכדעם. גייסטע פילן מער בכח אדער מער צעקלאפט?

דאס אלעס איז נאר עקאנעמי קלעס פון פלעזשור, פאר ביזנעס און פירסט קלעס, העסטע שוין מיזן ווארטן אויפן לענגערע ארטיקעל. סארי.
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום דינסטאג יולי 21, 2020 8:37 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

גיי אן
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: א מחי' - 15 יסודות פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

זייער שיין
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

Wow! דאס איז סחורה! געוואלדיגע נקודות + הערליך אראפגעלייגט

זעהט אבער נישט אויס ווי מ'קען עס אזוי אפליינען על רגל אחת! מען ברויך עס גוט דורכלערנען בעיון און אנהייבן ארבעטן דערויף!
---
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

דער קומט אריין קלאר...
גיימער מיט הייקען אויפן יסודות טרעיל!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

Wow מאסיוו!! דורכגעליינט מיט איין אטעם! הערליך געשריבען און גאר שטארקע און זאכליכע יסודות!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

נאר פון די קעפלעך אליין האב איך שוין געזעהן אז סאיז סיריעס ביזנעס
Pls keep on I'm enjoying it very much
?From r u taking this stuff? Ur self
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

כהאב נאכנישט געפערטיגט ליינען אבער כשפרינג שוין פאר התפעלות, דו קומסט אריין אויסערגעווענטליך קלאר
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

געוואלדיג!!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

וואלדיג, 1 און 2 זענען הערליך.


די איבריגע וועט איר מוזען שרייבען בעפאר איך דאנק אייך אויף דעם.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

שיעלע בהמה האט געשריבן:כהאב שוין יא געפערטיגט ליינען און כ'שפרינג פאר התפעלות, דו קומסט אריין אויסערגעווענליך קלאר!!!!
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

;l;p- האמיר עס יעצט דורכגעליינט אין איין אטעם... שוין לאנג נישט געליינט אזא גוט'ס... איך קען קוים ווארטן אויפ'ן המשך.
אלערט! ליינט נישט די פרעגרעף וועגן די סיום מסכת אויב איר זענט הונגעריג, אוי האסטו מיר הונגעריג געמאכט
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

Wow
ווער קען מאכן א PDF ??
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

Iphone האט געשריבן:גיי אן

אי"ה, שכח.


העלאו האט געשריבן:זייער שיין

א שיינעם דאנק!


בשבילי נברא האט געשריבן:...אנהייבן ארבעטן דערויף!

יאפ! געכאפט דעם נקודה


פאקטען האט געשריבן:גיימער מיט הייקען אויפן יסודות טרעיל!

לאמיר עס מאכן א 'פאקט'!


חיים יענקל האט געשריבן:Wow מאסיוו!! דורכגעליינט מיט איין אטעם!

שקויעך! עס קען אבער זיין א סכנה צו האלטן דעם אטעם זוי לאנג, ניין...


ניין און יא האט געשריבן:?From r u taking this stuff? Ur self

א געמיש, אבער די געדאנק פון פלעזשור קומט פון מער ווייניגער פון ר' נח וויינבערג זצ"ל, כאטש וואס בעצם איז עס פשוט ונראה לכל איינמאל מען הערט עס.


פויליש פארווע האט געשריבן: אוי האסטו מיר הונגעריג געמאכט

פארן מאכן א סיום, אדער פארן עסן... שקויעך


וואס עפעס? האט געשריבן:Wow
ווער קען מאכן א PDF ??

נו, ווער טאקע?

שקויעך פאר אלע ליינערס און מגיבים
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איז דא א אשכול מיט directions וויאזוי צו מאכן א PDF ?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Wow
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

גלייב די אלע וועלכע שרייבן דיר אז עס איז געוואלדיג!!!!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

fiena nieas האט געשריבן:Wow

טענקס!

שארף און קליג האט געשריבן:גלייב די אלע וועלכע שרייבן דיר אז עס איז געוואלדיג!!!!

איך ווייס עס אליין, איך דארף נישט גלייבן יענעם... שקויעך דיר!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

א ריזיגען ייש"כ פאר אלע וואס האבן גענומען די מי צו לאזן וויסן אז זיי האבן הנאה געהאט, אמת'דיג א שיינע מידה! כה לחי!

נאך מער וואלט איך עפרישיעטעד, צו אויסארבעטן און אויסבעסערן די געדאנקן בדיבוק חברים, מדמה זיין מלתא למלתא, ציונים ומ"מ וכדו'

א מחי'!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

PDF ביטע
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

מקורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

היימישער הייקער האט געשריבן:יעדן טאג מאכט מען א ברכה שלא עשנו עבד! לעבן אלס קנעכט, איז נישט געלעבט.

געדענק איך זעהן ערגעץ אין עבודת עבודה פון הרה"ק מטאהש, אז מען מאכט די ברכה אויף דעם אז מען איז נישט קיין קנעכט צום גוף, און איינער וואס איז יא, איז א בחינה פון א ברכה לבטלה... ווער קען צוצייכענען?


היימישער הייקער האט געשריבן:די מלחמה מיט די ענגלענדער איז געווען א קינדער שפיל. יעדער מיט אביסעל שכל און אביסעל מאסעלס קען דאס טוהן. נאו ביג דיל. די מלחמה מיטן יסוד העפר, ערעב בלאטע'ניו איז שוין גאנץ אן אנדערע מעשה.

חובת הלבבות שער יחוד המעשה פרק ה


היימישער הייקער האט געשריבן:האדם לא נברא אלא להתענג

מסילת ישרים הקדמה, ע"פ ר' נח וויינבערג זצ"ל


היימישער הייקער האט געשריבן: איין זאך האט יא א פשט באקוועמליכקייט, ווען מען וויל האבן די מח פריי צו טראכטן, אינזין האבן

דענקעך א גמרא ווי אביי און רבא ברענגן ארויס אז אפילו אויב א קלייניקייט שטערט, קענען זיי זיך שוין נישט קאנצעטרירן, ווער קען צוצייכענען?
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

הערליך מיר באלעקן זיך די פינגער

ביטע נישט לאזן צו לאנג ווארטן פאר די נעקסטע
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ביז צום קרעטשמע
אטעטשמענטס
א מחי'.pdf
(244.11 KiB) געווארן דאונלאודעד 314 מאל
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

באמערק איך יעצט אז איך האב אויסגעלאזט פון באדאנקן אפאר חברים, קיינמאל צו שפעט!

שיעלע בהמה האט געשריבן:כהאב נאכנישט געפערטיגט ליינען אבער כשפרינג שוין פאר התפעלות, דו קומסט אריין אויסערגעווענטליך קלאר

דאנקע שיינע! (יעצט שפרינג אריין מיט דיינע זאכליכע הערות)


גיב א שמייכל האט געשריבן:געוואלדיג!!

א געוואלדיגע שמייכעלדיגע שקויעך!


הרבטייטעלבוים האט געשריבן:וואלדיג, 1 און 2 זענען הערליך. די איבריגע וועט איר מוזען שרייבען בעפאר איך דאנק אייך אויף דעם.

איך געב אווועק א האלבע שעה א טאג אויף דעם, מילא עט אס גיין 'סלאולי באט שורלי' בעזהש"י

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:כהאב שוין יא געפערטיגט ליינען און כ'שפרינג פאר התפעלות, דו קומסט אריין אויסערגעווענליך קלאר!!!!


שיינע דאנק! (דו קענסט אויך אריין שפרינגען מיט דיינע תוכנ'דיגע הערות והארות)
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: א מחי' - 15 יסודות וואס איך ניץ פאר א זיס לעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

הרב הייקער, די רעדע דא איז פון מיינע סטראגלס, סאו דא דארף איך הערן, נישט רעדן
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”