אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

לייטער האט געשריבן:שוין יארן וואס איך ריר נישט אן קיין האנטעך אין ביהמ"ד, של'ס וואש איך מיר אינדערהיים,

און אלעס וועגען א האנטוך?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

לעקיש האט געשריבן:ס'הייסט וואס עפעס?

אבער פאר איך ענטפער דיר, לאמיר דיר פרעגן א שאלה, פארוואס האט מען אראפגענומען די האנטוכער ביי קאראנע?

און די תשובה אויף דיין שאלה איז פשוט: א האנטוך באשמיצט אין זיך גאר אסאך באקטעריע, ארויסגעלאזט פון די הענט נאז מויל אויגן און אוירן פונעם עולם...! און ס'דרייט זיך כסדר ארום קעטשי קרענק אריינגערעכנט די פלו, אסאך וויירוסען למינהן, קאלד און פיל נאך... און די גרינגסטע פלאץ זיך צו פארשפרייטן איז דורך אט די האטנוכער!...

חוץ מזה שפראצט א יעדע פאר יאר ארויס אזא פרישע קאראנע, מיזעלס, שוויין פלו סטיל זאוועראכע וואס געווענטליך ווען מ'קומט שוין אט אט אן אפירצונעמען די האנטוכער, האלט מען שוין נאכן צאלן א גאר טייערע פרייז און די גבאי בית מדרש פילן זיך שוין גילטי אויף דעם וואס אידן ליגן אין שפיטאל און אמאל ח"ו ערגער און ס'קען זיין אז זיי זענען אפשר אביסל שילדיג ח"ו אומוועלענדיג דערויף...

איז לאמיר זאגן אזא מעשה: גייט זיך א אינגע בחור'ל אין שוהל, מיט אביסל קאפ וויי, א לייכטע פלו... טאטשט די האנטוך, דערנאך קומט אז זקן מפלוג און רירט אן באותו מקום... און אזוי פארט עס פון רעכל צו משה און פון ברוך צו ביינוש... און די מענשטן טאטשן ווייטער די האנטוך א טאג דערנאך וכו' וכו' און לאמיר האפן אז ס'ערגסטע וואס ס'האט געטון איז געווען געברענגט אביסל שלאפיגע טעג פאר 5/6 אידן... איז דאס שיין? איז דאס (- די האנטוך) ריין? און לאמיר נישט פארגעסן, דאס איז מעשים בכל יום! נישט איינמאל און צוויי יאר, און נישט בלויז ביי קאראנע...!

איך זיך דא נישט אריינצוגיין אין דעם וואס לדוגמא די פלו איז טויטליך! יא, ס'הרג'עט יערליך צווישן 30 און 60 טויזנט מענשטן אין אמעריקא! פארוואס פארשפרייטן אזא קרענק?

און אפי' א קאלד און א וויירוס, איז נישט געשמאק... זיכער נישט פאר קראנקע און שוואכע. פארוואס לייגן א בור מיט שמיציגע וואסער אינמיטן שוהל?

אדרבה, וועלכע גרויסע גויאישע פלאץ זעסטו נאך האנטוכער? דו ווייסט אז ס'איז דא שוהל'ן ווי 2/3 טויזענט אידן ווישן זיך טעגליך אין די זעלבע 6 האנטוכער!...?

יעצט וואס איז דיין שאלה? כ'הער נישט...

און סתם פאר נייגעריקייט, צו אין די שוהל'ן ווי 2/3 טויזענט אידן ווישן זיך טעגליך אין די זעלבע 6 האנטוכער, זענען דא מער קראנקע?

מיין פוינט איז, צו רעדט מען דא פון נקיות און מפינקות, אדער געזונט? און ביטע זיך נישט נארען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

זארג נישט האט געשריבן:
א מחי' האט געשריבן:גראדע געוואטשט לעצטענס אין מיין סמעדריש, די שמש האט צוריק געלייגט די האנטוכער און ס'געווען פעיפער אויך, רוב עולם האט זיך אריין געווישט אין די האנטוכער

דאס מיינט רגילות, און מענשען מאכען נישט קיין גרויסע זאך דערפון.

טיפע קוויטש האט געשריבן:א האב איך אױפגעפאסט װי א גרױס חלק עולם װישט זיך אזױ ארײן אין די האנטוכער נישט קענענדיג פארשטײן פארװאס זײ װישן זיך אזױ ארײן װען עס איז דא טישוס גלײך נעבן דעם בין איך צוגעגאנגען צו אײנעם פרעגן פארװאס װישטו דיך ארײן אין די שמוציגע האנטוך די זעהסט נישט דא איז דא טישוס קוקט ער מיר אן אזױ פון לבנה אראפ די װישט דיך נאך מיט טישוס די זעהסט נישט אז די שמש האט שױן ענדליך צירוקגעלײגט די האנטוכער? בין איך געקומען צו די מסקנא אז פאר געװיסע מענטשן איז די האנטוך זײער לעבן. איך האב טאקע אױפגעפאסט מיט װאסערע שמחה מענטשן װישן זיך אזױ ארײן אין די האנטוך אײנמאל אין נאכאמאל !!!!י[/size]


טאקע פאר דעי סיבה דארף מען עס אוועקנעמען. ווען רוב עולם נוצט עס ווען נישט קען מען עס דארט לאזן..
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

ווייסעכניש פארוואס מ'מאכט אזא ויצעקו אויפן האנטוך. פאר א סיבה איז אין 'יעדע בעסמעדרעש' צוגעשטעלט סינקס לעבן די האנטוכער, ודי.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

יש בו האט געשריבן:אויב דו פארשטייסט די פראבלעם, דאן ווישט דיך נישט אפ דערמיט,
וואס איז דאס, אז יענער איז אחריות אויף דיין יום יום?

ער מעג לייגן האנטוכער, און דו מוזט דיך נישט אפווישן דערמיט,

אין די אנקעטע וואס איך ברענג אויבן, זאג איך מ'זאל לייגן האנטוכער מיט בלאזערס,

איז דא איינער וואס האלט אז מ'זאל לאזן בלויז נאסע פארשטינקענע האנטוכער?

דאס פארנאכלעסיגקייט פון נישט וואשן און טוישן די האנטוכער גענוג אפט,איז נישט גענוג סיבה דאס צו עלימינירן,
מ'דארף קאמפיינען אז מ'זאל לייגן גענוג און אויסוואשן גענוג אפט אדער טוישן,
ווי אויך בלאזערס פאר מפונקים


ייש"כ פארן שרייבן נארמאלע באזעסענע ווערטער!
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

נישט אזא גרויסע אויף טוה "נאר פאפיר" און נישט אזוי געפערליך "אויך" האנטוכער. מאכט נישט אזא גרויסע עסק דערפון.

אפשר זאל זיך יעדער מאכען קידוש און ח"ו טרינקען פונעם טאטענ'ס מויל.

אפשר זאל מען פארבאטען שיריים פון רבי'ס, ווי איינער האט זיך דא פארעקעלט פון איינער וואס עסט יענעם'ס שיריים פון תיקון.

אפשר זאל מען שרייבען א נייער "פארבעסערטע" אידישקייט, און הערען די וויי געשריי פון די וואס שרייען פאר א טויש. ח"ו אזוי צו טראכטען.

נאכאמאל, איך בין נישט דערקעגען אוועק נעמען האנטוכער, אבער מאכט נישט א וויי געשריי דערפון, זייטס נישט עקסטרעם.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

די פארפירעס זענען די זעלבע וואס גייען אין שאוער אין די ניין טעג (בצנעה)

פאר ווער ס'ווייסט נישט,
ס'איז א מעכטיגע שטיקי זאך צו זיין א מפונק,

ווי מער מפונק מ'איז אלץ מער וויו'ס האט מען אויף סטעטוס

ער האט עפעס א קאמפלעקס אז ער איז דער שטי...דיגער איד,

... באלד העט נאך איינער זאגן אז איך בין @פרידן'ס דאפעלטע ניק...
The Divided States Of America
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

יא ווי איז פרידן ווען מען דארף אים?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
banet
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 18, 2020 10:04 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך banet »

איין זאך וואס איז נאך געבליבן פונעם אלטן היים, וויל מען עס אויך אראפרייסן??? ס'דאך שוין ממש ווי אין מגילת איכה שטייט
בִּצַּע אֶמְרָתוֹ אֲשֶׁר צִוָּה מִימֵי קֶדֶם :-( :cry: :roll:
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

יש בו האט געשריבן:די פארפירעס זענען די זעלבע וואס גייען אין שאוער אין די ניין טעג (בצנעה)

פאר ווער ס'ווייסט נישט,
ס'איז א מעכטיגע שטיקי זאך צו זיין א מפונק,

ווי מער מפונק מ'איז אלץ מער וויו'ס האט מען אויף סטעטוס

ער האט עפעס א קאמפלעקס אז ער איז דער שטי...דיגער איד,

... באלד העט נאך איינער זאגן אז איך בין @פרידן'ס דאפעלטע ניק...

רבי איד האלט אייך רואיג, זאקן טוישט איר יא ? זיי נישט אזא מפונק אמאל האט מען נישט געטוישט קיין העמד משבת לשבת
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

און ביז לעצטענס (אפשר נאך יעצט אויך) ווען מען האט געקויפט א גלעזעל קאווע אין רוסלאנד, האט מען נישט אויס געוואשען דער גלעזעל פונעם פריערדיגע קאסטומער, נאר אריין געגאסען די פרישע קאווע.

און טייל לענדער איז דאס נאך אלץ א נארמאלע זאך. און דאס זעלבע אויך ווען מען קויפט בראנפען אדער וויין אינעם קרעטשמע.

און אפילו דארט ווי עס שוין מער נישט קיין נארמאלע זאך, איז אבער טרינקען פונעם זעלבען גלאז פון א טאטע מאמע ברודער שוועסטער נאך אלץ א נארמאלע זאך.

און וויאזוי האט מען אמאל אויסגעשווענקט א טעלער אדער א גלעזעל, ס'נישט געווען קיין סינק...

אוי, און עס נאך אפגעווישט מיט א "געניצטע" האנטוך...

מיר זענען ספוילד!
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום מאנטאג יולי 20, 2020 5:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וויאזוי גייט די ווערטל?
א איד זעצט זיך אראפ ביי די תיקון טיש אין זעהט דארטן א ברוינפן גלעזעל, פרעגט ער זיין חבר: איז די גלעזל ריין?
ענפערט זיין חבר: איך האב פריער געזעהן איינעם טרינקען דעראינען, אויב א צוווייטע איד האט געטרינקען אין דעם, גלייב איך נישט אז עס איז נישט ריין..
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וויאזוי גייט די ווערטל?
א איד זעצט זיך אראפ ביי די תיקון טיש אין זעהט דארטן א ברוינפן גלעזעל, פרעגט ער זיין חבר: איז די גלעזל ריין?
ענפערט זיין חבר: איך האב פריער געזעהן איינעם טרינקען דעראינען, אויב א צוווייטע איד האט געטרינקען אין דעם, גלייב איך נישט אז עס איז נישט ריין..

good to the last drop
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וויאזוי גייט די ווערטל?
א איד זעצט זיך אראפ ביי די תיקון טיש אין זעהט דארטן א ברוינפן גלעזעל, פרעגט ער זיין חבר: איז די גלעזל ריין?
ענפערט זיין חבר: איך האב פריער געזעהן איינעם טרינקען דעראינען, אויב א צוווייטע איד האט געטרינקען אין דעם, גלייב איך נישט אז עס איז נישט ריין..


נישט קיין ווערטל בכלל

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זצ"ל האט דאס געענטפערט ווען א איד האט איהם אויפגעמערקט אויף א גלעזל וואס ער האט גענומען צו טרונקן דערין אז א צווייטער האט פריער געטרינקן דערין, און ער האט געענטפערט כנ"ל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

האנטוכער האבן אסאך מעלות קעגן פאפיר

ס׳ווישט בעסער אפ.
ס׳איז גרינגער ווי ארויסצושלעפן א פאפיר פון די האלטערס מיט מטבע הענט ווי כמעט אייביג צערייסט זיך עס.
פאפיר לויפט כסדר אויס און מ׳בלייבט מיט נאסע הענט
שוין אפגערעדט פון די שמוץ וואס פאפיר מאכט אן

אני לעצמי בין איך עפעס נישט אזוי דערשראקן פונם האנטוך אין שול, ווען איך האב א אויסוואל וועל איך ענדערש אפווישן די הענט אין א האנטוך.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אפשר דאווענען אין דיין שוהל אנדערע מענשטן וואו אין מיין שוהל, אבער אסאך מאל, לאז איך די נאטור טריקענען מיינע הענט נאכן זעהן וואספארא נוצן מענשטן האבן פון די האנטוך
ודי ודי בזה ודו"ק כי קצרתי מחמת.....
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

Programming האט געשריבן:עס איז ריכטיג אז האנטוכער אפילו אינדערהיים זענען א שטארקע מקור ווי באקטיריע און זשערמס ווידמען אין גרויסע מאסן


אה, דאס קען זיין א גוטע געלעגנהייט פאר פאפיר פירמעס צו אדווערטייזן דאס באנוץ פון פאפיר דורכן אנשרעקן מיט באקטעריע.

עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא געלעגנהייט פאר זיי צו אריינקומען אין די הייזער שטארק.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

למען האמת.

כאטש איך קאמפיין שטארק פאר טוישן די האנטוכער. וויל איך נאר אנמערקן א פונקט וואס עטליכע האבן שוין עטוואס אנגערירט. און דאס איז "על כלל הנהגת הציבור בקאראנא יצא".

מיר זענען אלע אויפגעוואקסן אין חסידיש אפשטאמיגע שטובער. אונזערע זיידעס זענען געווען די ריכטיגע חסידישע דמויות וואס ווערן געשילדערט אין די מעשה-ביכלעך. ס'איז א פאקט אז ביי רוב חסידישע מקומות, איז געווען דער אהבת חברים און דאס ברודערליכקייט אויף אזא הויכע שטאפל, אז ס'איז באמת נישט אנגעגאנגען די אלגעמיינע היגיענישע כללים. ס'זענען דא אזויפיל מאמרים, פתגמים, מעשיות, אין דעם ענין. און דאס מציאות איז טאקע אזוי געווען. מ'איז געשלאפן אינאיינעם ביים רבי'ן אויף די בענק, מ'האט געטרונקען אינאיינעם. מ'האט אוועקגעגעבן די בעט פארן גאסט און מ'איז זעלבסט געשלאפן אויפן קאלטן פאדלאגע. וכהנה וכהנה.

ועוד, דאס מציאות איז, אז אין די אמאליגע אלטע חסידישע געזעלשאפט, האט דער מאטריאליסטישע גוף כמעט ווי נישט פארנומען קיין ארט. מ'האט אים נישט נאכגעגעבן בלויז די מינומים, מ'האט אים געפייניגט, און נישט אזוי ווייט צוליב סיגופים, נאר פשוט ווייל ס'האט נישט תופס מקום געווען. מיר אלע זענען באקאנט מיט די מעשיות פון אונזערע צדיקים, ווי זיי האבן געריסן שטיקער פון זיך. ר"ר אלימלך זי"ע האט זיך געזעצט צווישן די מורישקעס, זיך פארברענט די הענט. דער הייליגער ריזשענער איז געגאנגען מיט זויל-לאזע שטיוול, און זיך צעשטאכן די פיס מיט די זעגעלעך. ווער קען נישט די אלע מעשיות? מיר זענען אלע אויפגעוואקסן דערמיט.

עס איז אלזא ווי אריין אין די ביינער דאס נישט "קערן" פארן גוף. עס איז א חלק פון אונזער DNA. אוודאי האבו זיך שוין אסאך זאכן געטוישט. ביי יחידים גאר שטארק, און ביים רבים אויך היבש. אבער סוכ"ס איז געבליבן די אפדרוקן. ספעציעל ביי די פרומערע פון אונז.

איז די ספק אלזא א שטארקער. זאל מען דאס אויסרייסן? אדער לאזן. נישט פאר מיר צו מכריע זיין.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

באקסער בוים האט געשריבן:האנטוכער האבן אסאך מעלות קעגן פאפיר

ס׳ווישט בעסער אפ.
ס׳איז גרינגער ווי ארויסצושלעפן א פאפיר פון די האלטערס מיט מטבע הענט ווי כמעט אייביג צערייסט זיך עס.
פאפיר לויפט כסדר אויס און מ׳בלייבט מיט נאסע הענט
שוין אפגערעדט פון די שמוץ וואס פאפיר מאכט אן

אני לעצמי בין איך עפעס נישט אזוי דערשראקן פונם האנטוך אין שול, ווען איך האב א אויסוואל וועל איך ענדערש אפווישן די הענט אין א האנטוך.

האנטוכער ווישט בעסער אפ נאסע הענט..? :roll: דו רעדסט ווארשיינליך פון די פריע פארטאגס שעה'ן ווען די האנטוך איז נאך טריקן..
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

א פרישע נאכוויי פון קאראנא....

דער זעלבער וואס פארפירט וועגן די האנטוכער, טוט נאך מסתם די אלע זאכן (ס'איז הא בהא תליא) גייט נאך מיט א מאסק צווישן מענטשן, גייט מיט קראקס אין מקוה, שטייט אפגערוקט 6 פיס, מעסט די פיבער פארן גיין אין מקוה, גיבט נישט שלום, און איז נאך אפשר קווארענטינט....

איך האלט גראדע זייער פון פאפיר אנשטאט האנטוכער, אבער פארפיר נישט אז דעיס ברעגנט אלע וויירוסעס און אנדערע חולאים, אונז אידעלעך לעיב מיר שוין טויזענטער יאר מיט די האנטוכער וואס הונדערטער מענטשן ניצן, מיט די מקוה וואס הונדעטער מענטשן טובלן זיך אין מיט הערינג וואס יעדער טינקט צוזאמען וכו וכו. אוואדאי בשעת עס הערשט אזא וויירוס, אלעס איז פארמאכט, מענטשן זענען נישט געזונט, אודאי דארף מען לייגן פאפיר. אבער איינמאל אלעס איז בעזר השם פאריבער האבן זיי אלע רעכטן צו לייגן האנטוכער.

אויב די וועסט ספאנסערען פאפיר, וועל איך מיר זייער פרייען, ווייל איך וויל מיך אויך נישט אפווישען און א דורעכגעווייקטע האנטוך, אבער דריי מיר נישט איבער די שטאט

גראדע די 3 בתי מדרשים ווי איך דאווען בקביעות האבן סיי האנטוכער אין סיי פאפיר, ס'קוקט מיר אויס אז %95 ניצן די האנטוכער
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

מחשב האט געשריבן:למען האמת.


געוואלדיג געזאגט שכח אייך !
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

זארג נישט האט געשריבן:נישט אזא גרויסע אויף טוה "נאר פאפיר" און נישט אזוי געפערליך "אויך" האנטוכער. מאכט נישט אזא גרויסע עסק דערפון.

אפשר זאל זיך יעדער מאכען קידוש און ח"ו טרינקען פונעם טאטענ'ס מויל.

אפשר זאל מען פארבאטען שיריים פון רבי'ס, ווי איינער האט זיך דא פארעקעלט פון איינער וואס עסט יענעם'ס שיריים פון תיקון.

אפשר זאל מען שרייבען א נייער "פארבעסערטע" אידישקייט, און הערען די וויי געשריי פון די וואס שרייען פאר א טויש. ח"ו אזוי צו טראכטען.

נאכאמאל, איך בין נישט דערקעגען אוועק נעמען האנטוכער, אבער מאכט נישט א וויי געשריי דערפון, זייטס נישט עקסטרעם.

פארן זעלבן סיבה וואס מען פירט זיך צו עסן שיריים פון אן ערליכען יוד א ת״ח פארן זעלבן סיבה איז א סכנה ברחניות ובגשמיות צו עסן שיריים פון איינעם וואס איז נישט מופלג בתורה ויראת שמים ובחסידות.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

בפשיטות האט געשריבן:
פרוכט בוים האט געשריבן:איך נוץ שוין נישט קיין האנטוך זייט אלץ יונגע בחור
פשוט איך עקל מיך
איך מיין אז ענקערע שמשים אומאפיציעל נוצן עס אויך נישט
They know the story behind the hantuch
y
וואס הייסט "ענקערע"? אין וואס איז מיט "אייערע"?

מיין שמש נוצט עס נישט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יש בו האט געשריבן:די פארפירעס זענען די זעלבע וואס גייען אין שאוער אין די ניין טעג (בצנעה)

פאר ווער ס'ווייסט נישט,
ס'איז א מעכטיגע שטיקי זאך צו זיין א מפונק,

ווי מער מפונק מ'איז אלץ מער וויו'ס האט מען אויף סטעטוס

ער האט עפעס א קאמפלעקס אז ער איז דער שטי...דיגער איד,

... באלד העט נאך איינער זאגן אז איך בין @פרידן'ס דאפעלטע ניק...

:shock:

אנטשולדיגט!? עני נארמאלע הסבר אויף דיינע ווערטער?
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אוועקווארפן די האנטוכער - קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

לדעתי איז עס איבערגטריבענע מפנקות,

טריגער צום קאמפיין: א מאוומענט פון באפיצטע מענטשן ווער ס'קען זיין מער מפונק
The Divided States Of America
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”