כל כתבי דייקן

אחראי: אחראי

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: כל כתבי דייקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

איך האב געעפענט אן אשכול אין ידיעות התורה זענען די מצוות שכליות אויסגעשטעלט לויט די נאטור פון די וועלט, אדער פארקערט? ווי מען קען ממשיך זיין צו דן זיין אין דער נושא.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: מיין געזעגענונגס דרשה פון אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

ערשטענס וועל איך ברענגען א מפתח צו מיינע לענגערע תגובות, אזויווי איך האב געטאהן אנפאנג דער אשכול.

בענין די וויכטיגקייט פון נישט שרייבען פערזענליכע טשעפעס קעגען אנדערע, זעהט דא.

בענין די מהלך פון עטליכע גדו"י נישט צו אסר'ן אינטערנעט אינגאנצען, זעהט דא ובהמשך לזה דא און די קומענדיגע צוויי תגובות.

מיינע צוויי צענט בענין די שאלה פון נשתכחה דרך הבעש"ט, זעהט דא ובהמשך לזה דא און דא און דא און דא.

בענין די וויכטיגקייט פון נישט רעדען ביים דאווענען, זעהט דא.


יעצט צו מיין געזעגענונגס דרשה, היות איך בין נישט א בעל דרשן, און אזוי אויך נישט א פראפעסיאנאלע שרייבער, וועל איך נאר פארשרייבען עטליכע נקודות בקיצור.

א) ס'קען זיין אז איך וועל דא נאך אריינפאלען מפעם לפעם, למשל אויף צו קאמענטירען אויף וואס אנדערע וועלען אפשר שרייבען אין דער אשכול, אבער באופן כללי וועל איך דא לכאו' מער נישט שרייבען.
ב) היות איך האב אריינגעלייגט אסאך מח ביים שרייבען פיל פון מיינע תגובות האב איך גענומען צו שטארק פערזענליך, סיי וואס אנדערע ניקס (און מנהל, לויט די צד אז א מנהל איז נישט א ניק...) האבען געשריבען אויף מיר, און סיי אז ווען איך האב געזעהן עפעס סיי ווי אויף אייוועלט וואס איז לענ"ד געווען שטארק נישט ריכטיג, האב איך געשפירט א שטיקל דראנג עס צו קלארשטעלען, און די ביידע זאכען זענען שטארק נישט ריכטיג, און זיי זענען די גורמים פון מיין פריצייטיגע גיין פון אייוועלט, מען דארף וויסען אז מען קומט דאהי אויף זיך אביסל אויסלופטערען, און זעהן די נייעס אויף א כשר'ע אופן, אד"ג, און מען טאר בשום אופן נישט ווערען עמאציאנאל מקושר מיט די ניק אדער מיט אייוועלט (ווי כאילו אלעס וואס שטייט דא דארף שטימען מיט מיין השקפה אד"ג).
ג) דאס אלעס איז בנוגע די באטראפענע, אבער די באטרעפער (א נייע ווארט?..) דארפען וויסען פונקט פארקערט, אז היות במציאות זענען פארהאן אזעלכע וואס נעמען ערענסט וואס מען שרייבט צו זיי, ממילא דארף מען זיך שטארק אכטונג געבען וואס און וויאזוי מען שרייבט אא"וו.
ד) ואחתום בברכה צו אלע חשובע מנהלים און אחראים וואס מאכען זיכער אז דער פלאץ בלייבט ציכטיג ריין און איז ראוי צו געליינט ווערען דורך היימישע חסידישע יונגעלייט, און צו אלע חשובע קאמאנטירער וואס איך האב הנאה געהאט פון זייערע שרייב ווערק, עטליכע וואס איך געדענק זענען @סטיטשינער, @ניין און יא, @מחשב, @סטאוו יא פיטא, @שמחי, @איינס, @חבקוק, @שמארטיקל, @חוח בין השושנים, @פופציגער, און אלע אנדערע וואס איך געדענק נישט אויף די רגע יהא נחשב בעיניכם כאילו הייתי פורטם.

הכו"ח אור ליום כ"א מרחשון תשפ"א לפ"ק, הק' דייקן.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: כל כתבי דייקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

מיר ( איך זיכער ) וועל זיך בענקן
א ניק א תלמוד חכם וואס פארלאזט די פלאץ איז ווערט מען זאל עס באוויינען
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: כל כתבי דייקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פון דא גייט קיינער אוועק, דיינע ווערק בלייבן דא פאראייביגט!

צאתכם..... ובואכם לשלום!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: כל כתבי דייקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

יישר כח פארן מיר דערמאנען לטובה!
האף מיר וועסט יא בלייבן וויפיל מעגליך און טאקע נאר הנאה האבן.

און איך וויל טאקע צושטימען צו דעם נקודה פון היטן אויף יענעמ'ס כבוד און נישט מצער זיין א צווייטן.
אינטער יעדע ניק געפינט זיך א מענטש מיט א האקל הארץ און מען דארף היטן עס נישט צו מצער זיין. ה' ישמרנו.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: כל כתבי דייקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

דייקן האט געשריבן:בענין שיטת ר"ת בצאה"כ לפי האופק, זעהט דא.

תיקון והוספה

בענין צאה"כ לפי האופק, זעהט דא ובהמשך לזה דא און דא.
שרייב תגובה

צוריק צו “מפתחות”