זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

איך בין דער טיפישער ארבעטס אינגערמאן. איך פארדין שיין און איך קען קאווערן דעם חודש ב"ה, איך בין נישט קיין ספעציעלע ספענדער, איך קויף מיין רעקל ביי G&G, איך גיי מיט עקאו שיך, איך קויפן אלעס אין מיין לאקאלע גראסערי, און מ'קויפט נאר דאס וואס מ'דארף (איך גיי נישט קיין "בינגא" צו קויפן מציאות פאר הונדערטער דאלארן פשוט ווייל ס'איז ממש אן עבירה נישט צו קויפן..) איך דרייוו בלויז א "סיענא מיניווען" די ביליגסטע מאדעל איך דארף דאס פשוט האבן וואו צו פלאצירן ס'גאנצע געזינדל קע"ה קינד און קייט און ס'פארט גוט און עס מאכט נישט איבלען ביי יעדע דריי אויפ'ן הייוועי. 

איך וואוין אויף די זעקסטע שטאק אין אן אפארטמענט בילדינג, מיט א סטעפ-אוט פארטש אין פארנט און איך פארמאר א צווייטע פארטש אין די בעק פון וועלכע א חלק דערפון איז מסוכך מיט מיין אויבערשטע שכן'ס פארטש, אבער עס בלייט מיר איבער 5 ביי 7 פיס, גאנץ כמעשה וואס איז ב"ה כשר וישר אן דארפן צוקומען צו התירים פון לבוד אדער דופן עקומה. 

בקיצור, די סעטינג פון א עוורידזש וויליאמסבורג'ע אינגערמאן. 
קענענדיג מיין בודזשעט ווייס איך שוין אז גיין אין קאמטרי איז נישט מיין מסכת, איך האב נישט די איבריגע געלט דערפאר, די טויזענטער דאלארן וואס קאנטרי קאסט אפ, שוין אז ס'איז נישט באשערט איז נישט.

-----------

געווען איז עס אין ברען פון א "היץ כוואליע", - איך דארף אייך נישט מסביר זיין וויאזוי דאס שפירט צו זיין אין וויליאמסבורג אין יענע גאר הייסע טעג - עס איז געווען עטליכע גאר הייסע טעג נאכאנאנד, די  גראד זייגערעל האט אן קיין שום בושה געוויזן אז דער טעמפעראטור איז ארום 100 דעגריס, און מיט די ריעל פיל ווי עס ווערט אנגערופן, איז די גראד אריבער דעם העכער הונדערט דעגריס ציפער. די היומידעטי אין יענע טעג איז אין לשער, נאך בלויז 3 מינוט זיין אויפ'ן גאס שפירט עס ווי נאך א מקוה אן דעם וואס מ'זאל האבן א האנטוך זיך צו אפטריקענען דעם גוף..

איין טאג, גייענדיג אויפ'ן גאס, בשעת איך האלט אין מיין הענט עטליכע שאפינג בעגס מיט עסן וואס איך האב נארוואס איינגעקויפט צו אנזעטיגן דאס געזינדעל קע"ה מיט נאכטמאל, די שווייס איז גערינען פון מיין שטערן ווי אינמיטן א שלאקס רעגן, און מיין טעלעפאון צעקלינגט זיך.. אוי! פונקט יעצט רופט איינער? איך געב א קוק זעה איך אז ס'איז מיינס א ידיד וואס רופט, איך האב שוין נישט גערעדט מיט אים עטליכע וואכן זינט ער איז אין קאנטרי, איך האב מיר אנגעשטרענגט צו אריבער לייגן אלע שאפינג בעס אויף איין הענט אז איך זאל קענען אויפהייבן דעם טעלעפאון און האבן א געשמאקע שמועס.

"ס'מאכסטו?" פרעגט ער מיר, ווי דער אנהייב צו א טיפיקל פאון געשפרעך , פיין, אלעס קלאפט ברוך השם! און ביי דיר? פרעג איך אים, אלעס פארט גוט. איז דאך גוט. נו וואס איז נייעס? דאן האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע שמועס.
"וואס איז די וועטער דארט ביי ענק?" ס'מיר גוט געווארן.. איך האלט דא אימיטן שלעפן שווערע בעגס און שוין עטליכע טעג וואס איך ווער דורכגענעצט פון שווייס גלייך ביים ארויסטרעטן אויפ'ן גאס, און יעצט פרעגט ער מיט וואס די וועטער איז דא, וואס טו איך דא? אאמ.. אממ.. כ'וועל דיר זאגן, היי יאר איז גראדע נישט געפערליך די וועטער דא אין שטאט, ביינאכט איז די וועטער ממש הערליך איך גיי כסדר שפאצירן מיט די ב"ב צו כאפן פרישע לופט ביינאכט. ביסטו אין וויליאמסבורג יעצט? יא! זאג איך אים מיט א שטארקייט, איך הער אז די היצן די לעצטע פאר טעג איז דארט ממש אין לשער, ס'איז עפעס געפערליך היומיד אז מ'קען ממש נישט ארויסגיין אויפ'ן גאס זאגט ער מיר. 

באשעפער אין הימל טראכט איך צו מיר, וואס זאג איך אים יעצט?.. כ'האב קיין צוויי ברירות נישט געהאט, און איך פרעג אים, דו ביסט דא אדער איך בין דא?!? איך בין אין וויליאמסבורג און איך ווייס נישט וואס פונקטליך דו האסט געהערט היצן שמיצן, אבער דא איז יעצט ממש א הערליכע וועטער, ממש א מחי', אקעי איך קום יעצט אן אהיים, אונז עמיר רעדן זאגן איך אים, זיי געזונט, הצלחה!

איך קום אן אהיים א דורכגענעצטער פון קאפ ביז פיס, אוי זענען די בעגס שווער געווען, אבער נישט דאס האט מיר געבאדערט, מיר האט מער געבאדערט די פראגע, "וואס איז די וועטער ביי ענק", דאס האט מיר אויפגעגעסן, נישט גענוג אז דו ביסט אין קאנטרי און דו האסט הנאה פון די שיינע גראונדס באגלייט מיט א קילע לופטל דארפסטו זיך נאך רייצן מיט מיר?!

-------

מיט ארום צוויי וואכן שפעטער איין פארנאכטס האט זיך אראפגעלאזט גאר א שטארקע רעגן שטורעם אין די טריי סטעיט באגלייט מיט מעכטיגע דינערן און בליצן און האגל, און פארשטייט זיך אויך מיט גאר גרויסע טונקעלע וואלקענעס וואס פארשטעקן די שיין פון די זון הונטער זייערע ברייטע לאפעס.
גייט נישט דורך עטליכע מינוט און עס הייבן אן אריינקומען באריכטן פון א מאסיווע קורצשלוס וואס נעמט אריין עטליכע געגענטער וואו דער היימישער עולם געפינט זיך אין די קעטסקילס, מאנטיסעלאו, סאוט פאלסבורג, וואדרידזש און וואודבורן. איך דארף ענק נישט מסביר זיין וואס א שטארקע רעגן ווערטשאפט אן אין די קאנטריס, עס טוט זיך א געלויפאכטס, ארויס פון סווימיג פול אריין אין די באנגעלאוס, מ'ווערט אדורכגעווייקט בשעת מ'שרייט הערשי? יוסי? פריידי? וואו זענט עטס? קומטס שנעל אריין!! ס'גגגגגיססט!!! די גאנצע צוויי בעדרום באנגעלאו ווערט פארוואנדעלט אין א מאראסטיגע סענד באקס און ווערט אינגאצן שטיקעדיג, און פלוצלינג.. בום!! קראך קראך א בלעקאוט!!

די זומער אין קאנטרי איז גאר געשמאק, אבער די בלעקאוטס  איז א זאך וואס לאזט איבער קאשמארן ביי יעדן איינעם, גרויס און קליין.

וואו קען איך יעצט הערן א באריכט פון די מצב אין די קעטסקילס? רוף איך אן מיין ידיד וואס האט מיר גערופן צוויי וואכן צוריק ווען איך האב געהאלטן אינמיטן שלעפן די פעקלעך אין די 100 דערגי היצן.

"וואס טוט זיך?" הייב איך אן, די זומער איז שוין באלד אדורך, נישט קיין דזשאוק זאג איך אים. יא! ס'איז מורא'דיג שנעל אדורכגעפלויגן היי יאר, ממש א שאד אז ס'ענדיגט זיך שוין. 
"וואס איז די וועטער ביי ענק?" פרעג איך אים, איך הער אז ס'איז דא מאסיווע בלעקאוט אין דיין קאנטרי און אין נאך עטליכע געגענטער? אםם.. אאם.. מ'קען מיינען א בלעקאוט, מאכסט א מצב מ'האט שוין געהערט אזאנס. מיין ב"ב זאגט זאגט מיר גראדע אז זי גלייכט די בלעקאוטס אין קאנטרי וויבאלד ס'איז א צייט וואס מ'לערנט זיך אויס צו לעבן מיט א טשאלעדזש.. ס'איז זייער גוט פאר די חינוך פון די קינדער. עניוועי, אונז עמיר רעדן זאגט ער מיר, איך דארף גיין לייגן שלאפן מיינע קינדערלעך, הצלחה א גוטע נאכט!

איך בין שוין ב"ה געווען א שיינע פאר יאר אין קאנטרי און איך בין שוין אויך געווען זומער אין שטאט מ'דארף זיך אויסלערנען אפילו ס'איז נישט לייכט, אז וואו מ'איז דארף מען זיין צופרידן, ביידע זייטן האבן מעלות און חסרונות. א הייסע שטאט אבער א פיינע געשמאקע דירה, א פיינע וועטער אבער פארט א פאכמורעטע באנגעלאו.

אבער איין זאך לערן דיך אויס פרעג מער נישט דיין חבר "וואס איז די וועטער ביי ענק?"...!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פיין פיין! גאר א שטארקע ארטיקל!!

ווי וואנט מאר!!

א גרויסן יישר כח פאר'ן פארגרינגערן דעם לאנגן תענית
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

הוהא!! אייזן שטארק!
די הקדמה וואס ברענגט אזוי געמיטליך אריין אינעם ענין... די צוויי סינעריאס אוזי גוט אראפגעלייגט!
והעיקר די נקודה! פיין געזאגט!!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אייזען!
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

געוואלדיג האסט מיר ממש מחיה געווען,
אראפגענימען נאך אפאר מינוט פינעם תענית !!!!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיינע ארטיקל, גוטע שפראך, באלערנדע אויספיר, שרייב אפטער
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער גיט געזאגט!

עס איז נישט שיין צי פרעגן אבער למען האמת אונז שטאטישע מענטשן שעמען מיר זיך נישט, אונז אינדשוי מיר די רואיגקייט דא אין שטאט
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

לכאורה האט געשריבן:פיינע ארטיקל, גוטע שפראך, באלערנדע אויספיר, שרייב אפטער

ער קוקט נישט אויס צו זיין א פנים חדשות..
אידער Wעי, גא"מ לבקשת המנהל
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

עולם הפוך האט געשריבן:
אבער איין זאך לערן דיך אויס פרעג מער נישט דיין חבר "וואס איז די וועטער ביי ענק?"...!

פיין פיין, גאר גוט!

ס'דערמאנט מיך פון די אלטע אידן וואס קאלן א גאנץ ווינטער פון פלארידע "נו וואס איז די וועטער ביי ענק?" ווי קאלט איז דארט? די ס'טיעם ארבייט פיין?

"כ'האב געהערט ס'קומט א שניי שטורעם"!

יא זיידי נאכאמאזל ביזט געפארן קיין פלארידע...

***

די נקודה פון די אלע עובדות זענען, אז פאר געוויסע מענטשען צאלט זיך נישט אויס די וואקאציע נאר אויב זיי שפירען די יתרון האור מהחושך פון א צווייטן זיינס גלייכן..., און ביי געוויסע איז די עיקר אז יענער זאל שפירן אז ער איז "נישט" ווי איך בין "יא".
לעצט פארראכטן דורך נא_שכל אום דאנערשטאג יולי 09, 2020 4:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

א געשמאקע געשליפענעם שפראך!
די אריינפיר.. די אויספיר..
ייש"כ!
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

יישר כח פאר אלע קאמפלימענטן, עס גיבט חיזוק אויף ווייטער

אז עס האט פארגרינגערט דעם תענית פאר אידן איז עס זיכער ווערד געווען
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט מיר ווארטן אויף נאך
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

;l;p-
פיין...
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

Haklal האט געשריבן:זייער גיט געזאגט!

עס איז נישט שיין צי פרעגן אבער למען האמת אונז שטאטישע מענטשן שעמען מיר זיך נישט, אונז אינדשוי מיר די רואיגקייט דא אין שטאט

איך זוך נישט אז ס'זאל ווערן א יא קאנרי נישט קאנטרי אשכול
אבער פאר אני הקטן איז איין יאר אויסגעקומען צו גיין אין קאנטרי מיט עטליכע וואכן אריין אינעם סעזאן, ווען איך בין געווען אין שטאט האט זיך יעדע טעלעפאון קאנווערסעישן אנגעהויבן, נו וואס איז די וועטער ביי ענק? ס'זייער הייס הא? ס'איז יתכן אז א חלק פון דער עולם גייט אין קאנטרי נאר ווייל מענטשן מאכן שפירן ווי א לוזער מיט די פראגע
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

די ארטיקל איז פיינע נייעס
גאר געשמאק געווען צו ליינען ;l;p-
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7238
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

שטארק הנאה געהאט יישר כח!! ;l;p- :lol:
shik
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 8:26 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shik »

;l;p- ;l;p- wow massive
פעטער ליפא
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:28 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער ליפא »

גערעכט מיט יעדע ווארט איך האב אמאל געהערט אויף א געוויסע עלטערע איד אז ווען ער איז אין פלארידא און ניו יארק שנייט גיט ער תיקון
פעטער ליפא
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:28 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער ליפא »

ענליך צו דעם פארציילט מען אז די רבי האט זיך אמאל געזעגנט פון צעהלימע רב פארן פארן אויף וואקאציע האט אים די רבי געזאגט כהאף אז איר וועט אונז פארגינען א גוטע וועטער
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

זייער זיס, הנאה געהאט!
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

די וועטער זאגער זאגן פאר אז א טראפישער שטורעם גייט אנטרעפן די ניו יארקער אומגעגענט פון היינט מיטאג מיט שטארקע רעגענעס און ווינטן

אויב עס פאסירט ח"ו א בלעקאוט אין די קעטסקילס אזוי א שעה פאר'ן זמן, געדענקט, רופט נישט אייער חבר פרעגן "וואס איז די וועטער ביי ענק?".. :lol:
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

א געשמאק.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נקמה... נקמה...
בניגון הידוע קיעלעך.. קיעלעך...
א וואסער.. א וואסער..

זייער שיין געשריבן, און זייער א ריכטיגע נקודה,
און ווען ס'פאסירט יא אמאל, האט אינזין צי פטר'ן די מרור... מיטן וויסן וואספארא חסד איר טוט, מיט א איד וואס מוז זיך נעבן טרייסטן מיט יענעמס אומבאקוועמלעכקייט....
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הערליך.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: זאג נאר, וואס איז די וועטער ביי ענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

זאג א גוטס האט געשריבן:הוהא!! אייזן שטארק!
די הקדמה וואס ברענגט אזוי געמיטליך אריין אינעם ענין... די צוויי סינעריאס אוזי גוט אראפגעלייגט!
והעיקר די נקודה! פיין געזאגט!!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”